בארא פארק בבנינה

Page 1

‫‪ | ISSUE 001‬פסח תשע”ט‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫בארא‬ ‫פארק‬

‫א בליק איבער‬ ‫די אנגייענדע‬ ‫הרחבת גבולי‬ ‫הקדושה‬ ‫פראיעקטן פון‬ ‫קהלות הקודש‬ ‫אין בארא פארק‬

‫פסח תשע”ט |‬

‫‪1‬‬


‫בארא פארק בבנינה‬

‫אדיר הוא יבנה ביתו‬

‫ספעציעלער‬

‫ערשטמאליגער‬ ‫פראיעקט‬ ‫א בליק איבער די אנגייענדע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן פון קהלות הקודש אין בארא פארק‬ ‫בארא פארק‪ ,‬די עיר ואם בישראל‪ ,‬די גרעסטע חסידישע שטאט‬ ‫בתפוצות ישראל‪ .‬די שטאט וואס איז בלויז מיט א יובל יארן‬ ‫צוריק געווען א שטעטעלע‪ ,‬מיט ליידיגע שטחים און פעלדער‬ ‫איז היינט א מועט המחזיק את המרובה‪ .‬באגרעניצט אין שטח‪,‬‬ ‫אבער איבערגעפילט מיט רבבות אידישע משפחות מיטן גאנצן‬ ‫אידישן פראכט‪ ,‬שאפנדיג א דירות‪-‬קריזוס וואס פלאגט אלע‬ ‫איינוואוינער‪ ,‬איש על מחנהו ואיש על דגלו פון אלע סארטן‬ ‫הויפן און חצרות‪.‬‬ ‫בארא פארק איז היינט די היים פון איבער ‪ 400‬בתי מדרשים‪,‬‬ ‫צענדליגער חסידישע הויפען און הייפעלעך‪ ,‬ישיבות און קהלות‪,‬‬ ‫ועוד היד נטויה ווי מען גייט זעהט מען אויסגעצויגענע הויכע‬ ‫קרעינס וואס שלעפן ארויף נאך הויכשטאקיגע בנינים וואס וועט‬ ‫זיין אנגעפילט מיט אידישע קינדערלעך וואס זייער לערנען און‬ ‫דאווענען וועט שפאלטן הימלען‪.‬‬ ‫בארא פארק איז די שטאלץ פון יהדות החרדית‪ .‬א שטעטל ווי‬ ‫א איד קען אין איין שבת כאפן א תפלה ביים זקן הצדיקים אין‬ ‫רחמסטריווקא‪ ,‬מיטהאלטן די פייערדיגע דאווענען אין אמונת‬ ‫ישראל‪ ,‬כאפן א ברכה ביים טשערנאבילער רבי‪ ,‬זינגען לכבוד‬ ‫שבת אין חצר הקודש סקולען‪ ,‬זעהן די פראכטיגע מלוכה אין‬ ‫באבוב‪ ,‬זיך ווייקן אין וויזניץ‪ ,‬אין קאסוב‪ ,‬מיטהאלטן די עבודה‬ ‫אין לעלוב‪ ,‬זיך קאכן אין סטוטשין‪ ,‬אריינכאפן א שמועס פון הרב‬ ‫אייזנבערגער‪ ,‬פרעגן א שאלה ביים קארלסבורגער רב און סתם‬ ‫אזוי כאפן א שפאציר אויף די מאסן אידן‪ ,‬חסידים ואנשי מעשה‬ ‫שפאצירן אויף די גרויסע גאסן און א שבת איז אויסגעגאסן‬ ‫איבעראל‪.‬‬ ‫בארא פארק אנטוויקלט זיך ווייטער ווי קיינמאל בעפאר‪ ,‬עס‬

‫‪2‬‬

‫| בארא פארק בבנינה‬

‫בויען זיך אידישע צענטערן‪ ,‬מוסדות‪ ,‬שטיבלעך‪ ,‬בתי מדרשים‬ ‫און קהלות אין אלע עקן שטאט‪ .‬נייע בנינים אדירים לתורה‬ ‫וליהדות וואו מען איז מקיים דעם “הרחיבי מקום אהלך‪ ,‬ויריעת‬ ‫משכנותיך יטו”‪.‬‬ ‫אין דעם דאזיגן גליון‪ ,‬וועלן מיר קענען מיטהאלטן די אנגייענדע‬ ‫אנטוויקלונגען מיט א בליק פון אונטער די קוליסן אין א צאל‬ ‫גרעסערע קהלות הקודש וועלכע ברייטערן אויס זייער באזע אין‬ ‫די יעצטיגע חדשים‪ .‬מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון דעם‬ ‫ערשטמאליגן היסטארישן פראיעקט און מיר וועלן אייך ווייטער‬ ‫מהנה זיין למועדים ולרגלים אחרים בעז”ה‪ ,‬מיט גריסן און‬ ‫אנטקוויקלונגען אינערהאלב קהילות הקודש אין כלל ישראל‪.‬‬ ‫מיר וועלן מסיים זיין מיט א ברכה‪ ,‬אז די אלע בנינים זאלן‬ ‫מוסיף זיין כבוד שמים און מרבה זיין תורה און תפילה‪ .‬בקרוב‬ ‫בימינו זאלן מיר זוכה זיין בבוא היום הגדול והנורא און אלע בתי‬ ‫מדרשים וועלן נקבע ווערן אין ירושלים עיה”ק ווי חז”ל האבן‬ ‫אונז מבטיח געווען “עתידים בתי כנסיות שיקבעו בארץ ישראל”‪.‬‬ ‫“והראנו בבנינו‪ ,‬ושמחנו בתיקונו‪ ,‬והשב כהנים לעבודתם ולויים‬ ‫לשירם ולזמרם‪ ,‬ושם נעלה ונראה ונשתחוה לפני הקב”ה!”‬

‫בארא פארק נאך איידער די בראשית יארן‬


‫פאפא‬ ‫בית יצחק‬ ‫רחמסטריווקא‬

‫טשערנאביל‬

‫באיאן‬ ‫יד אפרים‬

‫באבוב ‪45‬‬

‫בעלזא‬ ‫קראסנא‬ ‫באבוב‬

‫קאסוב‬ ‫מראה יחזקאל‬

‫באבוב ‪45‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫סטיטשין‬

‫הרחיבי מקום אהלך‬ ‫ויריעת משכנותיך יטו‬ ‫פסח תשע”ט |‬

‫‪3‬‬


‫‪4914 13TH AVE.‬‬

‫בעלזא‬ ‫א ווינקל פאר תורה ויראת שמים‬

‫בית המדרש החדש דחסידי‬

‫בעלזא‬

‫“בעלזא בארא פארק” איז א נאמען‬ ‫וואס פרעזענטירט א מבצר גדול לתורה‬ ‫וחסידות אין די גרויסע עיר הגדולה‬ ‫לאלקים בארא פארק‪ .‬א מבצר פון‬ ‫חסידישקייט‪ ,‬אידישקייט מיט א גאווה‬ ‫דקדושה‪ ,‬מיט תורה וחסידות‪ ,‬כראוי‬ ‫וכיאות פאר די הייליגע דגל “בעלזא”‬ ‫צווישן אלע הערליכע בעלזער קהלות‬ ‫איבער די וועלט שיינט ארויס קהל‬ ‫חסידי בעלזא אין בארא פארק‪ ,‬אלס‬ ‫איינער פון די גרעסטע בעלזער קהלות‪,‬‬ ‫אינעם גרעסטן חסידישן קיבוץ בגולה‪,‬‬ ‫די ריזן אימפעריע‬ ‫בארא פארק‪.‬‬ ‫בעלזא אין בארא פארק‪ ,‬איז געוויס‬ ‫פון די גרעסטע און שענסטע קהלות‬ ‫אין שטאט‪ .‬פארמאגט הערליכע ריזיגע‬ ‫בתי מדרשים און קלענערע פרעכטיגע‬ ‫שטיבלעך‪ ,‬אלע וואקסן און בליען לשם‬ ‫ולתפארת‪.‬‬ ‫צווישן די מערערע פראיעקטן וואס‬ ‫בויען זיך אינערהאלב קהלת בעלזא אין‬ ‫בארא פארק שיינט ארויס א הערליכע‬ ‫פראיעקט די נייע בית המדרש בעלזא‬ ‫אויף ‪ 50‬און ‪13‬טע עווניו‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך פארבינדן מיט העסקן‬ ‫ר’ חיים אליהו ריינמאן הי”ו מיקירי‬

‫‪4‬‬

‫| בארא פארק בבנינה‬

‫עסקני בית המדרש‪ ,‬וועלכער האט‬ ‫אונז געגעבן א בליק איבער די ארבעט‪.‬‬ ‫דער עסקן דערציילט אונז איבער די‬ ‫השתלשלות פון דעם בית המדרש‪.‬‬

‫פון וואו האט זיך דאס בית‬ ‫המדרש אנגעהויבן?‬ ‫די התחלה פון דעם בית המדרש איז‬ ‫געווען ווען א חשובע קבוצה אברכי‬ ‫בעלזא פון די געגנט האבן זיך קודם‬ ‫ארגאניזירט צו דאווענען אינאיינעם‪.‬‬ ‫ווען די גרופע איז צושטאנד געקומען‪,‬‬ ‫האט מען צום ערשט געדינגען‬ ‫א לאקאציע‪ ,‬דאס איז געווען די‬ ‫בעיסמענט פון ביהמ”ד נייטרא אויף ‪50‬‬ ‫און ניו יוטרעקט‪.‬‬ ‫ברוך השם אז די שטיבל איז זיך‬ ‫צעוואקסן‪ .‬א קורצע תקופה נאכן‬ ‫גרינדונג האט מען ממנה געווען דעם‬ ‫חשובן דיין פון שטיבל‪ ,‬הרב הגאון רבי‬ ‫יחזקאל עקיבא גראס שליט”א‪ ,‬וועלכער‬ ‫האט מיט זיין כח התורה געמאכט די‬ ‫שטיבל פאר א צוציאונגס קראפט פאר‬ ‫חשובע בעלזער אינגעלייט פון איבער‬ ‫גאנץ בארא פארק‪.‬‬ ‫עס איז נישט אדורך קיין לאנגע‬

‫צייט‪ ,‬און דער שטיבל האט זיך‬ ‫אויסגעברייטערט אויף אן אומגלויבליכן‬ ‫פארנעם‪ .‬עס איז באשטאנען פון‬ ‫אומגעפער ‪ 120‬חסידישע בעלזער‬ ‫אינגעלייט‪ ,‬מסלתה ומשמנה פון חסידי‬ ‫בעלזא אין בארא פארק‪ ,‬עס איז געווען‬ ‫קלאר אז מיר זענען ב”ה אויסגעוואקסן‬ ‫דעם לאקאציע‪ ,‬מיר קענען זיך שוין‬ ‫מער נישט זיך אריינשטופן אין דעם‬ ‫בעיסמענט‪.‬‬ ‫מיר האבן אנגעהויבן צו טראכטן‬ ‫פון פרישע פלענער און צו זוכן א‬ ‫נייעם לאקאציע‪ .‬פלענער זענען‬ ‫ארויפגעקומען אויפן טיש‪ ,‬און מיר‬ ‫האבן אלעס באטראכט מיט כובד ראש‪,‬‬ ‫האלטנדיג דעם עתיד הקהילה פאר די‬ ‫אויגן‪.‬‬ ‫אינצווישן איז אונטערגעקומען א‬ ‫געלעגנהייט אפצוקויפן א נייעם שטח‬ ‫אויף דרייצנטע עוועניו‪ .‬דער דיין‬ ‫שליט”א און עסקני הקהלה האבן‬ ‫בעצת וברכת כ”ק מרן דער רב שליט”א‬ ‫אריינגעשפרינגען אין דעם גרויסן‬ ‫מקח‪ ,‬נעמליך אפצוקויפן דעם לצורך‬ ‫א נייעם בית המדרש‪ ,‬און מען האט‬ ‫זיך גענומען צו די הייליגע ארבעט‪,‬‬ ‫אויפצובויען דעם נייעם פרעכטיגן‬


‫הרהצ ר' אהרן‬ ‫מרדכי רוקח‬ ‫בביקור בבנין‬ ‫ביהמ"ד החדש‬ ‫דחסידי בעלזא‬ ‫‪ 13-50‬בבארא‬ ‫פארק‬

‫מבצר מפואר לתורה וחסידות‪.‬‬

‫נאך פסח האט מען שוין געגאסן א נייע‬ ‫פלאר און צוגעבויעט צוויי שטאק אויפן בית‬ ‫המדרש און געמאכט א באקוועמע שיינע‬ ‫ווייבער שול‪ .‬מיר האבן אריינגעלייגט‬ ‫גרויסע כחות אין די בעיסמענט ווי עס‬ ‫וועט זיין אלע קהלישע באקוועמליכקייטן‪,‬‬ ‫שטיבלעך צום דאווענען‪ ,‬א הערליכע‬ ‫מקווה‪ ,‬די קאך און אזוי ווייטער‪.‬‬

‫בראש הפעולות שטייט דער חשובער‬ ‫באליבטער דיין רבי יחזקאל עקיבא גראס‬ ‫‪ ,‬וואס אסאך נדיבים האבן אים געגעבן‬ ‫צו מהנה זיין און האבן א חלק אין זיין‬ ‫תורה און פעולות הקודש‪ ,‬און אזוי אויך‬ ‫האט יעדער אינגערמאן אין די קהלה האט‬ ‫געשאפט א שיינע סכום‪.‬‬

‫די געטרייע עסקנים שטייען איבער די‬ ‫פעולות און מיר רוקן זיך פאראויס און מען‬ ‫האפט אז פסח וועט מען שוין האלטן נאנט‬ ‫צו שלימות און שבועות וועט דער נייער‬ ‫בית המדרש זיין פולקאם גרייט בעז”ה‪.‬‬ ‫ברוך השם אז מיר האבן שוין ערלעדיגט‬ ‫אלע שטאטישע דאקומענטן און לעגאלע‬ ‫פאפירן‪ .‬מיר זענען גאר שטארק מקפיד‬ ‫אויפן געזעץ‪ ,‬יעדע קלייניגיקייט האבן‬ ‫מיר אויסגעפאלגט כדי צו קענען באקומען‬ ‫די נויטיגע פערמיטן אין צייט בע”ה און‬ ‫מונע זיין עגמת נפש פאר דער צוקונפט‪.‬‬

‫ווי האלט די פראגרעס?‬ ‫ווער דעקט די ריזיגע הוצאות?‬ ‫מיר האבן געקויפט די שטח צוויי יאר‬ ‫צוריק פסח צייט‪ ,‬און מיט א יאר צוריק‬ ‫חנוכה צייט האט מען אנגעהויבן בויען‬ ‫ברוך השם מיט א פעסטקייט‪ .‬מען האט‬

‫אין דעם פראיעקט איז שוין אריין א‬ ‫שיינע פאר מיליאן דאלאר‪ .‬דער עצם‬ ‫מקח פון שווערע געלטער און דערנאך‬

‫א חשובער אינגערמאן ביי אונז איז אן‬ ‫אייניקל פון הנדיב היקר הרב ר’ וואלף‬ ‫זיכערמאן הי”ו און ער האט געברענגט גאר‬ ‫שיינע סכומים פון ר’ וואלף ומשפחתו‪,‬‬ ‫און דאס זעלבע האבן נאך אינגעלייט‬ ‫אריינגעברענגט גרויסע סכומים און נאר‬ ‫אדאנק דעם שטייט מען דא‪ .‬ישראל‬ ‫קדושים הם‪ ,‬אידן שטיצן בכל יכולתם‬ ‫מיטן אייבערשטנס הילף‪.‬‬ ‫מיר ארבעטן מיט א פונקטליכן חשבון‪,‬‬ ‫און כדי אז די ביהמ”ד זאל האבן א קיום‬ ‫האבן מיר צוגעבויעט צוויי שטאק וואס‬ ‫וועט ווערן ארויסגעדינגען פאר אפיסעס‪,‬‬ ‫און מיט די געלט האפן מיר צו קענען‬ ‫אויסצאלן די נאכאנאדע הוצאות פו דעם‬ ‫בית המדרש‪.‬‬ ‫זאל הקב”ה שיקן גרויסע הצלחה פאר די‬ ‫הייליגע קהלה!•‬ ‫פסח תשע”ט |‬

‫‪5‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫די געטרייע‬ ‫עסקנים שטייען‬ ‫איבער די פעולות‬ ‫און מיר רוקן זיך‬ ‫פאראויס און מען‬ ‫האפט אז פסח‬ ‫וועט מען שוין‬ ‫האלטן נאנט‬ ‫צו שלימות און‬ ‫שבועות וועט‬ ‫דער נייער בית‬ ‫המדרש זיין‬ ‫פולקאם גרייט‬ ‫בעז”ה‬

‫שוין אריינגעלייגט גרויסע כחות‪ ,‬מיר‬ ‫האבן אויך אראפגעגראבן א שטאק‪,‬‬ ‫צו קענען דארט בויען א מקוה מפואר‬ ‫וואס וועט זיין בע”ה אין באנוץ לתועלת‬ ‫האברכים‪.‬‬

‫די קאנסטראקציע וואס האט שוין‬ ‫אפגעקאסט א מיליאן און צוויי הונדערט‬ ‫טויזנט דאלאר‪ .‬אבער די מסירות נפש פון‬ ‫חסידישע יונגעלייט צום קהלה איז גרויס‬ ‫און יעדער העלפט ארויס‪.‬‬


‫רחמסטריווקא‬

‫‪1325 38TH ST.‬‬

‫ואלה תולדות יצחק‬

‫מבצר החסידות והחינוך מוסדות‬

‫רחמסטריווקא‬ ‫דער נאמען “רחמסטריווקא” איז א‬ ‫הייליגער נאמען וואס גייט שוין מיט‬ ‫מיט אונזער שטאט בארא פארק אסאך‬ ‫יארן‪ .‬ביז לעצטנס האט רחמסטריווקא‬ ‫באדייט ריין בלויז רוחניות אן‬ ‫קיין אחיזה אין די עולם העשייה‪.‬‬ ‫רחמסטריווקא איז געווען פון די סאמע‬ ‫הויכפונקטן אין בארא פארק‪ ,‬אבער‬ ‫האט נישט ממש געהאט אן אחיזה אין‬ ‫דעם עולם המעשה‬ ‫דער הייליגער רחמסטריווקא רבי‬ ‫שליט”א‪ ,‬דער פראכט און שיינקייט‬ ‫פון בארא פארק‪ ,‬האט נישט‬ ‫געזוכט גארנישט‪ ,‬פון זיין קליינעם‬ ‫באשיידענעם ווינקל האט ער באלאכטן‬ ‫די שטאט און מחזק געווען הונדערטער‬ ‫חסידים‪ .‬אבער אלעס איז געבליבן‬ ‫בלויז א רוחניות’דיגער פלאם און‬ ‫רחמסטריווקא האט נישט געהאט קיין‬ ‫אייגענע בנינים קיין מוסדות און קיין‬ ‫פראיעקטן‪.‬‬ ‫אין די לעצטע צען צוואנציג יאר‬ ‫האבן זיך זאכן דראסטיש געטוישט‪.‬‬ ‫הרה”ק מרחמסטריווקא שליט”א האט‬ ‫געוואלט מקיים זיין דעם אם תעירו ואם‬ ‫תעוררו את האהבה “עד שתחפץ”‪ ,‬און‬ ‫אריינלייגן דעם אש קודש אין א חפץ‪.‬‬ ‫דער רבי שליט”א האט אויסגעדרוקט‬ ‫רצונו הטהור אז מען זאל אוועקשטעלן‬

‫‪6‬‬

‫| בארא פארק בבנינה‬

‫א תלמוד תורה און א מיידל שולע‬ ‫ברב פאר והדר‪ ,‬צום תועלת פון די‬ ‫הונדערטער חסידים און צענדליגער‬ ‫חסידישע משפחות אין שטאט‪.‬‬ ‫ווי נאר די מוסדות איז געווארן א‬ ‫פאקט‪ ,‬איז אריינגעשפרינגען דערין‬ ‫דער לעגענדארער חסיד נלהב ועסקן‬ ‫נמרץ הר”ר משה יהושע קרעמער‬ ‫שליט”א‪ ,‬וועלכער האט זיך געשטעלט‬ ‫לימין כ”ק אדמו”ר שליט”א און זיך‬ ‫אריינגעווארפן בעבודת הקודש‪.‬‬ ‫די מוסדות זענען געשטיגן און‬ ‫געוואקסן‪ ,‬און איז היינט איינס פון‬ ‫די גרעסטע און שענסטע אין שטאט‬ ‫מיט פראכטפולע בניני המוסדות אין‬ ‫וועלכע עס לערנען קרוב צו צוויי‬ ‫טויזנט תלמידים ותלמידות‪ ,‬בדרך‬ ‫התורה והמסורה‪ ,‬אונטערן נשיאות פון‬ ‫מרן רבינו שליט”א‪.‬‬ ‫די קרוין פון מוסדות רחמסטריווקא איז‬ ‫דער גיגאנטישן בנין אויף די ‪ 38‬סטריט‪.‬‬ ‫עס באשטייט פון גאנצע זעכציג טויזנט‬ ‫סקווער פיס‪ ,‬אין דעם ווערן ערצויגן‬ ‫טויזנט תינוקות של בית רבן‪ .‬אין‬ ‫דעם בנין ווערט יעצט צוגעענדיגט‬ ‫א פראכטפולער אולם השמחות אין‬ ‫וועלכע חסידי רחמסטריווקא און‬ ‫תושבי בארא פארק וועלן פראווענען‬

‫זייער שמחות‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך פארבינדן מיט א‬ ‫חשובער אייניקל פון רבי’ן שליט”א‪,‬‬ ‫הרב יוחנן טווערסקי שליט”א‪ ,‬וועלכער‬ ‫דערציילט אונז מעט מזעיר איבער דעם‬ ‫גרויסן רחמסטריווקא צענטער און די‬ ‫מוסדות‪ ,‬די נייע בניין התלמוד תורה‬ ‫און אולם השמחות‪.‬‬

‫ווען האט מען אנגעהויבן צו‬ ‫בויען דעם גיגאנטישן בנין?‬ ‫די שטח איז אפגעקויפט געווארן פאר‬ ‫איבער צען יאר צוריק‪ ,‬דעמאלטס‬ ‫האט נאך די ‪’38‬סטע גאס אנדערש‬ ‫אויסגעזען‪...‬‬ ‫די מקח איז געשעהן נאך א גרויסע‬ ‫טויש אין רחמסטריווקא‪ .‬פאר יארן‬ ‫האט דער רבי נישט געוואלט און נישט‬ ‫געפלאנט צו מאכן מוסדות‪ ,‬ער האט‬ ‫נאר געוואלט משפיע זיין אויף זיין‬ ‫אייגנארטיגער און באשיידן דרך‪ .‬אבער‬ ‫מיטן ריבוי העם האט דער עולם געזוכט‬ ‫גוטע מקומות החינוך‪ ,‬האט דער רבי‬ ‫מייסד געווען די מוסדות הקדושים‪.‬‬ ‫ווען דער אבן הפינה איז פארגעקומען‬ ‫פאר צען יאר צוריק‪ ,‬איז עס געווען‬ ‫א התרגשות’דיגער מעמד פאר חסידי‬


‫ווי געזאגט‪,‬‬ ‫ווערט דער‬ ‫בנין יעצט‬ ‫צוגעענדיגט‪,‬‬ ‫און די גרויסע‬ ‫חתונה האל‬ ‫אין די בנין‬ ‫וועט זיך‬ ‫עפענען‬ ‫בקרוב‪.‬‬

‫און זינט דעמאלטס בויעט מען‬ ‫נאכאלץ?‬

‫טויזנט סקווער פיס‪ .‬ברוך השם אז‬ ‫היינט האלט מען שוין ביי אן אימפעריע‬ ‫פון חינוך מיט ‪ 1000‬יונגעלעך און ‪400‬‬ ‫מיידלעך‪.‬‬

‫אלעס‪ .‬ווי אויך צום בונה ומקים עולמות‬ ‫של תורה‪ ,‬הר”ר יונתן שטראסער הי”ו‬ ‫וועלכער שטייט לימין הקהלה והמוסדות‬ ‫בנדיבות הלב‪.‬‬

‫ווען איז געווען די חנוכת‬ ‫הבית?‬

‫וואס איז דער קומענדיגער‬ ‫פראיעקט?‬

‫די גרויסע חנוכת הבית איז געווען דעם‬ ‫פארלאפענעם זונטאג צו‪ ,‬בראשות פון‬ ‫די רבי שליט”א‪ ,‬ברוב פאר והדר מיט די‬ ‫באטייליגונג פון טויזנטער אידן‪ ,‬חסידים‬ ‫ואנשי מעשה‪.‬‬

‫ווי געזאגט‪ ,‬ווערט דער בנין יעצט‬ ‫צוגעענדיגט‪ ,‬און די גרויסע חתונה האל‬ ‫אין די בנין וועט זיך עפענען בקרוב‪.‬‬ ‫די זאל וועט ווערן אנגעפירט דורך די‬ ‫בארימטע “קויפמאנ’ס קעטערינג” און‬ ‫וועט טראגן דעם נאמען “זמר חתונה‬ ‫האל”‪ .‬לויטן פלאן וועט זיך עס עפענען‬ ‫צום באנוץ פון תושבי העיר‪ ,‬דעם אסרו‬ ‫חג פסח בע”ה‪.‬‬

‫ניין‪ ,‬די בנינים זענען שוין לאנג אין‬ ‫באנוץ‪ ,‬נאר מען ענדיגט יעצט צו דאס‬ ‫בויען‪ .‬אסאך תינוקות של בית רבן האבן‬ ‫שוין געלערנט אין די הערליכע חדרים פון‬ ‫דעם בנין‪ ,‬אבער דאס בנין איז קיינמאל‬ ‫נישט פולקאם פארטיג געווארן‪.‬‬

‫וועמען איז צו פארדאנקן די‬ ‫הצלחה פונעם בנין?‬

‫מיר זענען געגאנגען שטאטליך‪ ,‬קודם‬ ‫האט מען געבויעט האלבוועגס נאר מיט‬ ‫די מינימום צו האבן א פלאץ פאר די‬ ‫קינדער‪ ,‬מיט די צייט האט מען געבויעט‬ ‫א מסודר’דיגע בניין המוסדות מיט ‪60‬‬

‫דער ציבור האט א געוואלדיגע הכרת‬ ‫הטוב צו ר’ משה יהושע קרעמער‪ ,‬דער‬ ‫ראש המוסדות‪ ,‬וועלכער האט געבויעט‬ ‫די מוסדות מיט זיינע צוויי הענט און מיט‬ ‫זיין געוואלדיגע חכמה ותבונה פירט ער‬

‫מיר ווינטשן חסידי רחמסטריווקא צו‬ ‫מרחיב זיין גבולי הקדושה בנשיאות‬ ‫ובצלו של האי סבא קדישא פאר עירנו‬ ‫ונזר דורנו שליט”א‪.‬‬

‫•‬

‫פסח תשע”ט |‬

‫‪7‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫רחמסטריווקא‪ .‬מיר זענען דעמאלטס‬ ‫געשטאנען ביי א ווענדפונקט‪ ,‬ווען‬ ‫רחמסטריווקא האט זיך געטוישט פון‬ ‫א פארצייטיש הייפעלע חסידים‪ ,‬צו‬ ‫א מעכטיגער אימפעריע מיט מוסדות‬ ‫החינוך פאר טויזנטער קינדער‪.‬‬

‫מעמד חנוכת‬ ‫הבית לבנין‬ ‫הת”ת החדש‬ ‫ראחמיסטריווקא‬ ‫בבארא פארק‬


‫‪38 STREET CORNER FT. HAMILTON PARKWAY‬‬

‫פאפא‬ ‫מורשה קהלת יעקב‬

‫תלמוד תורה קהלת יעקב‬

‫פאפא‬

‫צווישן די הערליכע קהלות ומוסדות‬ ‫אין שטאט ציילט זיך די הייליגע קהלה‬ ‫ומוסדות פאפא‪ .‬פאפא אין בארא‬ ‫פארק באשטייט פון דעם גרויסן בית‬ ‫המדרש‪ ,‬די בארימטע מיידל שולע‪ ,‬די‬ ‫תלמוד תורה און ישיבה‪.‬‬ ‫די קהילה און מוסדות ווערן געפירט‬ ‫תחת דגלו והדרכתו פון כ”ק מרן‬ ‫אדמו”ר מפאפא שליט”א‪ .‬על פיו ישק‬ ‫כל דבר‪ ,‬און ברוחו‪ ,‬מיט איידלקייט‪,‬‬ ‫אפגעשיידט פון סיי וועלכע רוח אדער‬ ‫פראפאגאנדע‪ ,‬נאר מיטן איינצלנעם‬ ‫ציל‪ ,‬צו פארמאגן ערליכע הייליגע‬ ‫מוסדות על דרך ישראל סבא‪ ,‬און‬ ‫אויפשטעלן ריינע אידישע דורות‪.‬‬ ‫פאר די לעצטע יארן‪ ,‬איז דער קהילה‬ ‫געפירט געווארן דורכ’ן חשובער דיין‬ ‫הקהלה‪ ,‬הגה”צ רבי משה מנחם ווייס‬ ‫שליט”א‪ ,‬וועלכער האט אנגעפירט די‬ ‫בארא פארקער קהלה ברוב פאר והדר‬ ‫פאר לאנגע יארן און האט באדינט דעם‬ ‫שטאט בעצה ותושיה‪ .‬אצינד גרייט‬ ‫זיך דער דיין שליט”א צו פארן קיין‬ ‫לאנדאן וואו ער ווערט אויפגענומען‬ ‫לשבת על כס הרבנות אין קהל יטב לב‬ ‫דסאטמאר‪ ,‬דארטן אין שטאט‪.‬‬

‫‪8‬‬

‫| בארא פארק בבנינה‬

‫מוסדות פאפא בויעט יעצט א מאסיווע‬ ‫בניין התלמוד תורה צו קענען‬ ‫צושטעלן דעם חינוך הראוי בהרחבת‬ ‫הדעת פאר די טויזנטער קינדער פון‬ ‫די מוסדות‪ .‬הר”ר יהושע פייפער‬ ‫שליט”א מחשובי עסקני ק”ק פאפא‬ ‫דערציילט אונז מער פרטים איבער די‬ ‫בניין החדש‪.‬‬

‫ווען האט מען געקויפט דעם‬ ‫שטח?‬ ‫פאר בערך דריי יאר צוריק האט מען‬ ‫אנגעהויבן צו דיסקוסירן ווייטערדיגע‬ ‫פארשריט וואס צו טון אין תלמוד‬ ‫תורה‪ .‬מיר האבן געדארפט מער‬ ‫פלאץ פאר די תינוקות של בית רבן‪,‬‬ ‫די פאפא מוסדות וואקסן ב”ה און מען‬ ‫האט געדארפט דעם ריכטיגע מקום‬ ‫וואס זאל קענען געבן פאר די קינדער‬ ‫גענוג הרחבת הדעת‪.‬‬ ‫מיר האבן אריינגעקוקט אין עטליכע‬ ‫מעגליכקייטן‪ ,‬ביז מיר האבן ב”ה‬ ‫געטראפן עטליכע לאטס איינס‬ ‫נעבן צווייטן‪ ,‬ביי פארט העמילטאן‬ ‫און ‪ 39‬סטריט‪ .‬עס איז געווען א‬ ‫גרויסער אונטערנעמונג אבער מיר‬

‫זענען אריינגעשפרינגען דערין נישט‬ ‫קוקנדיג אויף גארנישט חוץ אויף די‬ ‫תינוקות של בית רבן וואס האבן עס‬ ‫וויכטיג געדארפט האבן‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך באלד אריינגעלייגט‬ ‫אפצוקויפן די לאטס און צו האנדלן‬ ‫מיטן מוכר‪ .‬ברוך ה’ אז מיר האבן שוין‬ ‫געענדיגט די ביוראקראטישע דעטאלן‬ ‫און אצינד שאפט מען גרויסע סכומים‬ ‫צו קענען אנהייבן די בוי ארבעט‬ ‫בשעה טובה‪.‬‬

‫פון וואו פלאנט מען צו‬ ‫נעמען די פאנדן פאר אזא‬ ‫גרויסן אונטערנעמונג?‬ ‫ווען מען בויעט א מקום תורה און א‬ ‫מוסד החינוך שפרינגט מען אריין‪.‬‬ ‫עס זענען דא אסאך נדיבי לב בקרב‬ ‫אונזער קהלה און אסאך תומכי תורה‬ ‫אין שטאט און בע”ה בשם ה’ נעשה‬ ‫ונצליח‪.‬‬ ‫מיר ווינטשן גרויס הצלחה און זאל די‬ ‫קול תורה אפקלינגען אין דעם נייעם‬ ‫בנין בעזר השם‪.‬‬

‫•‬


‫בארא פארק בבנינה‬

‫די פאפא‬ ‫מוסדות‬ ‫וואקסן ב”ה‬ ‫און מען האט‬ ‫געדארפט‬ ‫דעם ריכטיגע‬ ‫מקום וואס‬ ‫זאל קענען‬ ‫געבן פאר די‬ ‫קינדער גענוג‬ ‫הרחבת הדעת‬ ‫פסח תשע”ט |‬

‫‪9‬‬


‫‪1621 61TH ST.‬‬

‫סטיטשין‬ ‫פון א הייפעלע צו א הויף‬

‫בית המדרש תולדות יהודה‬

‫תלמידי סטיטשין‬ ‫ווער אין בארא פארק איז נאכנישט‬ ‫אמאל אריינגעפאלן אין “סטיטשין”?‬ ‫ווער האט נאכנישט מיטגעהאלטן א‬ ‫שושן פורים טיש אדער סיי וועלכע‬ ‫באטע בחצר הקודש? די הייליגע‬ ‫פאמליע‪ ,‬אין שפיץ פונעם צדיק נפלא‬ ‫ובעל מקובל הגה”צ רבי מאטל זילבער‬ ‫שליט”א איז זיך די לעצטע יארן‬ ‫אומגלויבליך צעוואקסן‪ ,‬פון א קליינע‬ ‫הייפעלע עובדים ומבקשים צו אן‬ ‫אימפעריע פאר חסידישע אידן‪.‬‬ ‫נאכן פטירה פונעם סטיטשינער‬ ‫רבי זי”ע האט א קבוצה פון נאנטע‬ ‫תלמידים וחסידים זיך פאראייניגט צו‬ ‫מקבל זיין תורה וחסידות פון תלמידו‬ ‫החביב‪ ,‬הגאון הצדיק רבי מרדכי מנשה‬ ‫זילבער שליט”א‪.‬‬ ‫בדרכו המיוחדת‪ ,‬אן קיין גינוני‬ ‫אדמורות‪ ,‬אבער מיט זיין גרויסע גדלות‬ ‫בתורה ובחסידות‪ ,‬בנגלה ונסתר‪ ,‬האט‬ ‫פארוואלדט דעם שטיבל שטיבל פאר‬ ‫א אבן שואבת פאר מבקשים ושואפים‪,‬‬

‫‪ | 10‬בארא פארק בבנינה‬

‫און די קבוצה איז זיך צעוואקסן צו א‬ ‫קהלה קדושה פון הונדערטער חסידים‬ ‫ואנשי מעשה‪.‬‬ ‫די גרעסטע עדות דערויף איז די נייע‬ ‫פראכטפולע בנין הבית המדרש ביים‬ ‫ווינקל פון בארא פארק‪ ,‬אויף די איין‬ ‫און זעכציגסטע סטריט‪ .‬די הערליכע‬ ‫ריזיגע מאסיווע בית המדרש איז איינס‬ ‫פון די גרעסטע און שענסטע בתי‬ ‫מדרשים אין שטאט‪ ,‬א רחבת ידים‬ ‫מיט פאר והדר‪ .‬יעדן שבת און יום טוב‬ ‫איז די בית המדרש אנגעפילט עד אפס‬ ‫מקום מיט הונדערטער חסידים‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך פארבינדען מיט א חשובן‬ ‫יונגערמאן מעסקני חצר הקודש‪,‬‬ ‫וועלכער וויל בלייבן אנאנים‪ ,‬און ער‬ ‫האט מיטגעטיילט פרטים איבער דעם‬ ‫גיגאנטישן בנין בחצר הקודש‪.‬‬

‫פארוואס איז געווען אזוי‬ ‫וויכטיג צו בויען א נייעם‬ ‫בנין?‬

‫אונזער ציבור איז געוואקסן בליעה”ר‪,‬‬ ‫מיר האבן אויסגעוואקסן די שול אויף‬ ‫די ‪’54‬סטע סטריט שוין א לאנגע צייט‬ ‫צוריק‪ ,‬יעדן שבת איז נישט געווען קיין‬ ‫איין איבריג פלאץ‪ ,‬מען האט געדאווענט‬ ‫אין אלע דורכגענג‪ ,‬איבערהויפט יום‬ ‫טוב און גרעסערע טישן האט מען זיך‬ ‫פשוט נישט געקענט רירן אין שול‪.‬‬ ‫יעדן יום טוב פלעגט מען זוכן א נייעם‬ ‫פלאץ‪ ,‬אנגעהויבן פון תש”ע האבן מיר‬ ‫געוואנדערט‪ ,‬יעדן יום טוב האבן מיר‬ ‫געמוזט דינגען א זאל‪ ,‬אזוי איז עס מיט‬ ‫א גרויסן ציבור בלע”ה‪ ,‬כי לא באנו אל‬ ‫המנוחה ואל הנחלה‪ .‬יעצט ב”ה דא אין‬ ‫גרויסן שול איז דא יעדן שבת בערך ‪300‬‬ ‫אידן‪ ,‬און א יום טוב קומען בערך ‪600‬‬ ‫אידן‪ ,‬און געלויבט דעם אויבערשטן אז‬ ‫מען קען דאווענען מיט הרחבת הדעת‪.‬‬

‫ווען האט מען געקויפט דעם‬ ‫נייעם שטח הבית מדרש?‬ ‫מיר האבן געקויפט דעם שטח אין יאר‬


‫תשע”ב‪ ,‬מען האט געארבעט אויף די‬ ‫פאפירן ביז זומער תשע”ד‪ .‬דערנאך‬ ‫האט מען זיך גענומען צום בוי ארבעט‬ ‫וואס האט געדוירט צוויי יאר‪ ,‬וואס‬ ‫איז גאר שנעל פאר אזא גיגאנטישן‬ ‫בנין‪ .‬תשרי תשע”ז האט מען שוין‬ ‫געדאווענט אין דעם בנין באופן עראי‪.‬‬ ‫א יאר דערויף‪ ,‬ראש השנה האט מען זיך‬ ‫אריבערגעצויגן צו דעם בנין ביהמ”ד‬ ‫בקביעות‪.‬‬ ‫ביז היינט איז עס אבער נאכנישט‬ ‫קיין שלימות‪ ,‬עס איז קיינמאל נישט‬ ‫געהערט באצירט און געענדיגט‬ ‫געווארן‪ .‬אין די יעצטיגע טעג ארבעט‬ ‫מען צו פארענדיגן די לעצטע דעטאלן‪,‬‬ ‫מען לייגט אריין הערליכע ספרים‬ ‫שענק‪ ,‬מען אינסטולירט דעם פרעכטיגן‬ ‫ארון הקודש און די מאלדינגס אינעם‬ ‫היכל ביהמ”ד‪ ,‬און איינמאל עס וועט‬

‫געענדיגט ווערן‪ ,‬וועט עס זיין א‬ ‫פראכטפולער בית המדרש וואס איז‬ ‫כמעט נישט פארהאן אין שטאט זיינס‬ ‫גלייכן‪.‬‬

‫עס איז א גוטע קושיא‪ ,‬אסאך גוטע אידן‬ ‫האבן ארויסגעהאלפן‪ .‬דער שטח מיטן‬ ‫בויען גרייכט א קיימא לן פון גאנצע‬ ‫צוועלף מיליאן דאלאר! און ווי באקאנט‪,‬‬ ‫ווען מען בויעט אזא גרויסע פראיעקט‪,‬‬ ‫זענען די קאסטן אלץ צוויי מאל מער פון‬ ‫וואס מען רעכנט זיך מתחילה‪ .‬א סכום‬ ‫נכבד מאוד איז געקומען פון איין נדבן‬ ‫און דער בנין איז טאקע געבויט געווארן‬ ‫על שמו ולזכרו פון דעם נדיב וועלכער‬ ‫האט אונז בעיקר ארויסגעהאלפן‪“ ,‬בנין‬ ‫ר’ יודא לייביש שארף ע”ה” וועלכער איז‬ ‫נפטר געווארן קורץ נאכן זיך אריינציען‬ ‫אין דעם נייעם בנין און האט נישט זוכה‬ ‫געווען צו זען דעם בנין צוגעענדיגט אין‬ ‫פולן פראכט‪.‬‬

‫ווער האט געדעקט די ריזיגע‬ ‫קאסטן?‬

‫לאמיר האפן אז די בית המדרש וועט‬ ‫אייביג זיין א צענטער פאר תורה‬ ‫וחסידות ברב הדר והצלחה‪.‬‬

‫וואס פארמאגט אלס דער‬ ‫בנין?‬ ‫דאס איז א ריזיגער בנין‪ .‬די אונטערשטע‬ ‫שטאק פארמאגט א הערליכער מקוה‬ ‫און א רחבות’דיגער היכל התורה‪ ,‬אויפן‬ ‫ערשטן שטאק איז דער ריזיגער היכל‬ ‫בית המדרש מיט די שטיבלעך צום‬ ‫דאווענען‪ .‬העכער דעם איז דער ווייבער‬ ‫שול און די אויבערשטע שטאקן איז‬ ‫פארדינגען פאר א ישיבה‪.‬‬

‫•‬

‫פסח תשע”ט | ‪11‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫דאס איז א ריזיגער‬ ‫בנין‪ .‬די אונטערשטע‬ ‫שטאק פארמאגט א‬ ‫הערליכער מקוה און‬ ‫א רחבות’דיגער היכל‬ ‫התורה‪ ,‬אויפן ערשטן‬ ‫שטאק איז דער ריזיגער‬ ‫היכל בית המדרש מיט די‬ ‫שטיבלעך צום דאווענען‬


‫באבוב‪45-‬‬

‫‪15TH AVENUE CORNER 62ND STREET‬‬

‫כי עתה הרחיב ה’ לנו ופרינו בארץ‬

‫באבוב‪45-‬‬ ‫א קייט פון מאסיווע פארשירט אין די קהילה און מוסדות‬ ‫קהלה קדושה באבוב‪ 45-‬האט באוויזן‬ ‫א אומגלויבליכע זאך‪ .‬אין בלויז‬ ‫געציילטע יארן זינט די טויזנטער‬ ‫חסידים האבן משתוקק געווען צו‬ ‫די נשיאות פון מורם ורבם‪ ,‬כ”ק מרן‬ ‫אדמו”ר שליט”א‪ ,‬און האבן זיך מתאסף‬ ‫געווען אונטער זיין הייליגע הנהגה‪,‬‬ ‫האבן זיי זוכה געווען אויפצושטעלן‬ ‫אן אימפעריע‪ ,‬זייענדיג היינט צוטאגס‬ ‫פון די סאמע גרעסטע און שענסטע‬ ‫קהילות אין שטאט‪.‬‬ ‫פאר פערצן יאר צוריק‪ ,‬האבן טויזנטער‬ ‫חסידים‪ ,‬קינדער אין מוסדות‪ ,‬יונגעלעך‪,‬‬ ‫מיידלעך‪ ,‬בחורים און כולל יונגעלייט‪,‬‬ ‫זיך ארויסגעלאזט אלע אינאיינעם מיט‬ ‫א מסירות נפש צו קענען מסתופף זיין‬ ‫תחת צילא דמהימנותא‪ ,‬תחת דגלו‬ ‫והדרכתו פון עטרת ראשם‪.‬‬ ‫דער אנהויב איז געווען גאר שווער‪,‬‬ ‫ממש ווי די פסוק זאגט “לכתך אחרי‬ ‫במדבר בארץ לא זרועה”‪ .‬עס איז נישט‬ ‫געווען גרינג און האט אויסגעזעהן‬ ‫שווער און אוממעגליך‪ ,‬דער “והיה‬

‫‪ | 12‬בארא פארק בבנינה‬

‫ראשיתך מצער” האט מען געזעהן‬ ‫בחוש אויף טריט און שריט‪ ,‬און‬ ‫אויפן “ואחריתך ישגה מאוד” האט‬ ‫מען געמוזט האפן און ארויסקוקן‬ ‫פונדערווייטנס‪.‬‬ ‫אז מען כאפט אבער יעצט א בליק‬ ‫אויף צוריק‪ ,‬נאך אלע שוועריגקייטן‪,‬‬ ‫נאך אלע משברים וגלים וואס קהלת‬ ‫באבוב‪ 45-‬איז אריבערגעגאנגען‪,‬‬ ‫שטייט יעצט די קהלה הקדושה‬ ‫ביי מעגא פראיעקטן‪ ,‬אויף פעסטע‬ ‫אייזערנע זוילן צו וואס מען האט זיך‬ ‫קיינמאל נישט געראכטן‪.‬‬ ‫אין די לעצטע צוויי יאר האבן די‬ ‫עסקנים היקרים וראשי הקהלה זיך‬ ‫אריינגעלייגט בלב ונפש‪ ,‬און נאך‬ ‫יארן פון עמל ויגיעה האבן זיך זאכן‬ ‫אנגעהויבן רירן שנעל‪ .‬אצינד שניידט‬ ‫מען די פירות‪ ,‬ווען מעגא בנינים הייבן‬ ‫זיך אן אויפצושטעלן און עס ברענגט‬ ‫א הרחבת הדעת פאר די טויזנטער‬ ‫תלמידים ותלמידות באבוב‪ ,‬נאך יארן‬ ‫פון זיך אויפהאלטן אין אהלי עראי‪.‬‬

‫העסקן ר’ נחמי’ ראטנבערג הי”ו‬ ‫האט מסכים געווען מיטצוטיילן די‬ ‫אנטוויקלונגען וואס קומען פאר מיט‬ ‫די מעגא פראיעקטן‪ .‬די ‪ ‬מיידל שולע‬ ‫אויף ‪ 62‬סט‪ .‬און די נייע תלמוד תורה‬ ‫געביידע אויף ‪ 15‬און ‪.41‬‬

‫וואס איז די סאמע גרעסטע‬ ‫פראיעקט פון די מוסדות?‬ ‫אונזער גרעסטע פראיעקט איז די‬ ‫גרויסע מיידל סקול בילדינג אויף ‪62‬‬ ‫סט‪ .‬עס רעדט זיך פון איינס פון די‬ ‫גרעסטע בנינים אין בארא פארק וואס‬ ‫אנטהאלט אין זיך דער אומגלויבליכער‬ ‫ציפער פון ‪ 150‬טויזנט סקווער פיס!!‬ ‫דאס איז די היים פון די בנות ציון‪,‬‬ ‫די חשובע מיידל שולע וואס וואקסט‬ ‫נאכאנאנד‪ ,‬און האלט שוין ביי פינף‬ ‫פאראלעל קלאסן‪.‬‬ ‫אין דעם מעכטיגן בנין לייגט מען שוין‬ ‫אריין געלט און כוחות פאר יארן לאנג‪.‬‬ ‫עס איז גאר א טייערע פראיעקט און‬ ‫אויך איז עס געווען קאמפליצירט מיט‬


‫די לעגאלע פערמיטן און פארשריפטן‬ ‫ווייל די בילדינג האט מען געדארפט‬ ‫טוישן צו ווערן פון א ביזנעס צענטער‬ ‫צו א סקול געביידע‪ ,‬און אויף דעם איז‬ ‫דא א ספעציעלע רעגירונגס ביורא וואס‬ ‫דארף באשטעטיגן די פלענער‪ .‬ברוך ה’‬ ‫אז אלעס איז באשטעטיגט געוורן און‬ ‫אצינד האלט מען שוין ביים ענדע‪ ,‬צום‬ ‫ליכטיגן זייט פונעם טונעל‪ ,‬לשמחת לב‬ ‫אלפי חסידים ואנשי מעשה‪.‬‬

‫וועלכע נאך פראיעקטן זענען‬ ‫יעצט אין שוואונג?‬ ‫די צווייטע גרויסע פראיעקט איז די די נייע‬ ‫בניין התלמוד תורה ביים ווינקל פון ‪15‬‬ ‫און ‪ .41‬מיר זענען אריין אין קאנטראקט‬ ‫אויפן שטח וואס האט באלאנגט פאר‬ ‫מוסדות מונקאטש און דארטן וועט זיין‬ ‫די תלמוד תורה בני ציון ד’באבוב ‪ .45‬מיר‬ ‫גייען בע”ה בקרוב ממש קלאוזן דערויף‪,‬‬

‫און די ארבעט גייט שוין דארטן אריין‬ ‫אין שוואונג און מען האפט צו קענען‬ ‫אריינמופן אויף חודש אלול תש”פ‪.‬‬ ‫די בנין וועט זיין אן אכט שטאקיגער בנין‪,‬‬ ‫מיט פלאץ צו אנטהאלטן אלע קלאסן פון‬ ‫כיתה ג’ ביז נאך כיתה ט‪ .‬מיר האבן ‪5‬‬ ‫פאראלעל קלאסן ביי די יונגערע קינדער‬ ‫און די מעכטיגע געביידע וועט זיין גענוג‬ ‫פלאץ מיט הרחבת הדעת די קינדער זאלן‬ ‫קענען שיין אויסשטייגן בעז”ה‪.‬‬

‫מהיכן ירק זה חי? ווערט‬ ‫האלט אויס אזעלכע ריזיגע‬ ‫פראיעקטן?‬ ‫די גאנצע פראיעקט פון די מיידל‬ ‫שולע איז געווען גאר גרויס‪ .‬מען האט‬ ‫געקויפט די שטח פאר ‪ 23‬מיליאן דאלאר‪,‬‬ ‫אריינגעלייגט אין די רענאוואציעס ארום‬ ‫‪ 11‬מיליאן דאלאר‪.‬‬

‫דער ראש וראשון וועלכער האט‬ ‫ביישטייערט צום פראיעקט איז געווען‬ ‫דער באליבטער תומך בית באבוב ר’‬ ‫בנציון דאננער ע”ה וואס האט געגעבן‬ ‫דעם דאון פעימענט‪ ,‬און בכלליות האבן‬ ‫דריי חשובע משפחות נדיבי בית באבוב‬ ‫ארויסגעהאלפן מיט די פינאנציעלע‬ ‫חלקים פון דעם פראיעקט‪ ,‬דאס זענען‬ ‫די משפחות לבית דאנער‪ ,‬שארף‬ ‫און פרישוואסער זיי געווען די ראשי‬ ‫הנדבנים‪ .‬אבער אויך דער ציבור האט‬ ‫זיך אנגעשטרענגט יעדער מיט זיינס מיט‬ ‫מסירות נפש למען בית חיינו‪.‬‬ ‫די נייע פראיעקט פאר די תלמוד תורה‬ ‫גייט אפקאסטן אסאך געלט‪ ,‬עס ווערט‬ ‫געשאצט אויף לכל הפחות צוואנציג‬ ‫מיליאן דאלער‪ .‬די מוסד שאפט יעצט‬ ‫די פאנדן ביי די נדיבי עם און האפט צו‬ ‫באקומען די שטיצע לנצח על מלאכת בית‬ ‫ה’‪.‬‬

‫•‬

‫פסח תשע”ט | ‪13‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫אז מען כאפט אבער‬ ‫יעצט א בליק אויף‬ ‫צוריק‪ ,‬נאך אלע‬ ‫שוועריגקייטן‪,‬‬ ‫נאך אלע משברים‬ ‫וגלים וואס קהלת‬ ‫באבוב‪ 45-‬איז‬ ‫אריבערגעגאנגען‪,‬‬ ‫שטייט יעצט די קהלה‬ ‫הקדושה ביי מעגא‬ ‫פראיעקטן‪ ,‬אויף‬ ‫פעסטע אייזערנע‬ ‫זוילן צו וואס מען‬ ‫האט זיך קיינמאל‬ ‫נישט געראכטן‪.‬‬


‫טשערנאביל‬

‫‪1217 41ST STREET‬‬

‫בית צדיקים יעמוד‬

‫ביהמ”ד‬

‫טשערנאביל‬ ‫כ”ק אדמו”ר מ’טשערנאביל שליט”א‬ ‫איז פון די בארימטע צדיקי העיר‪ ,‬וואס‬ ‫שיינט ארויס פון זיין שטיבל אויף די‬ ‫‪’41‬סטע גאס ביי די ‪12‬טע עוועניו‪,‬‬ ‫פון וואו דער צדיק איז משפיע שוין‬ ‫אריבער דרייסיג יאר מאורו הזך פארן‬ ‫גאנצן שטאט‪.‬‬ ‫הונדערטער מבקשים וחסידים זענען‬ ‫זיך מסתופף בצל קדשו צו שעפן פון‬ ‫דעם פארצייטישן קוואל‪ ,‬דער באר‬ ‫מים חיים‪ .‬פילע תושבי העיר ווילן‬ ‫מיטהאלטן א פרייטאג צונאכטס טיש‬ ‫פון א צדיק אמת וואס איז מלא דביקות‬ ‫בה’‪ ,‬אבער דער פראבלעם איז אז דאס‬ ‫פלאץ איז צו קליין און עס פעלט זיך‬ ‫אויס די ביסל רחבות ביים דאווענען‬ ‫און צו קענען פראווען די געהויבענע‬ ‫שלחנות הטהורים‪.‬‬ ‫אין די לעצטערע יארן האבן עסקנים‬ ‫וחסידים זיך אריינגעווארפן בהדרכת‬ ‫דעם רבי’ן שליט”א צו אוועקשטעלן‬ ‫א נייעם בנין פארן בית המדרש‪ ,‬צוויי‬ ‫הייזער נעבן די עקזיסטירנדע בית‬

‫‪ | 14‬בארא פארק בבנינה‬

‫המדרש‪ .‬וואו עס וועט זיין אסאך מער‬ ‫הרחבת הדעת ווי עס פאסט זיך‪.‬‬ ‫ב”ה אז די פעולות זענען עושה פרי‬ ‫און נאך לאנגע חדשים און יארן איז‬ ‫מען ענדליך אנגעקומען צום טאג וואס‬ ‫די פערמיטן זענען ענדליך פולקאם‬ ‫באשטעטיגט געווארן און מ’האט‬ ‫זיך אנגעהויבן רוקן פאראויס מיטן‬ ‫אראפווארפן דעם אלטן הייזקע און‬ ‫אויפבויען דעם נייעם בית גדול לה’‪.‬‬ ‫די עסקנים ארבייטן אויף אלע פראנטן‪,‬‬ ‫מען האט אנגעהויבן צו זאמלן נדבות‬

‫ביי די נדיבי עם‪ ,‬די ידידים וחסידים‬ ‫וואס ווילן האבן דעם זכיה צו האבן‬ ‫א חלק און די חשובע פראיעקט‪ .‬א‬ ‫הערליכע מסיבה איז פארגעקומען מיט‬ ‫עטליכע וואכן צוריק אום חמשה עשר‬ ‫בשבט וואו חסידים ומעריצים האבן‬ ‫מנדב געווען פאנטאסטישע סכומים צו‬ ‫קענען בויען דעם מקום קדוש‪.‬‬ ‫די גרויסע ארבעט פון דעמאלישאן‬ ‫און אפרייניגן די עקזיסטירנדע בניין‬ ‫איז שוין געענדיגט און מען גרייט‬ ‫זיך שוין צו זען די גרויסע טראקטארן‬ ‫זיך באוועגן און דערקלערן די בשורה‬


‫א חשובער עסקן אין די קהלה‬ ‫שילדערט די גרויסע שמחה וואס די‬ ‫מתפללים וחסידים קוקן ארויס‪ :‬צו‬ ‫קענען דאווענען געשמאק דארף מען‬ ‫האבן א נארמאלע שיינע הרחבה’דיגע‬ ‫פלאץ‪ .‬יעצט האבן מיר עס נישט‪ ,‬מען‬ ‫האפט צו קענען ווי שנעלער בויען די‬

‫חסידים ומעריצים זענען מתפלל פארן‬ ‫הצלחה פונעם פראיעקט “בורא עולם‬ ‫בקנין השלם זה הבנין”‬

‫•‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫טובה‪ :‬בונים בית לכבוד השם ולכבוד‬ ‫בית טשערנאבל‪.‬‬

‫נייע שול וואס וועט זיין א גרויסע‬ ‫שיינע שטח פון ‪ 25‬ביי ‪ ,100‬א צוויי‬ ‫שטאק ווייבערשול‪ ,‬מיט א וואנט צו‬ ‫קענען נאך גרעסער מאכן די שול דורך‬ ‫עפענען די וואנט פאר ספעציעלע‬ ‫אירועים‪.‬‬

‫מען האפט צו קענען ווי‬ ‫שנעלער בויען די נייע שול‬ ‫וואס וועט זיין א גרויסע‬ ‫שיינע שטח פון ‪ 25‬ביי ‪,100‬‬ ‫א צוויי שטאק ווייבערשול‪,‬‬ ‫מיט א וואנט צו קענען‬ ‫נאך גרעסער מאכן די שול‬ ‫דורך עפענען די וואנט פאר‬ ‫ספעציעלע אירועים‪.‬‬

‫פסח תשע”ט | ‪15‬‬


‫מראה יחזקאל‬

‫‪1466 - 54 STREET‬‬

‫בית שמגדלים בו תורה והוראה‬

‫בית המדרש‬

‫מראה יחזקאל‬

‫דער נאמען “בית כולל להוראה מראה‬ ‫יחזקאל” איז פקיע שמיה‪ ,‬די כולל‬ ‫ציט אירע שרשים פון לאנגע יארן‬ ‫ווען דער ראש הכולל‪ ,‬הגה”צ רבי‬ ‫ברוך דוד ראטה שליט”א אבד”ק‬ ‫מראה יחזקאל‪ ,‬האט זוכה געווען‬ ‫לעמוד ולשמש לימין אביו הגדול‬ ‫עמוד ההוראה כ”ק מרן גאב”ד‬ ‫קארלסבורג שליט”א‪ ,‬און תומך זיין‬ ‫די חשובע תלמידי חכמים לומדי‬ ‫הכולל‪ ,‬אז זיי זאלן קענען לערנען‬ ‫מיט הרחבת הדעת און אויסשטייגן‬ ‫בעלי הוראה‪.‬‬ ‫ועתה הניף ידו שנית‪ .‬די בארימטע‬ ‫כולל און קהלה‪ ,‬וואס דער רב‬ ‫שליט”א האט קורא שם געווען על‬ ‫שם ראש שושלתא דדהבא‪ ,‬רבן של‬ ‫ישראל בדורו הגה”ק בעל מראה‬ ‫יחזקאל זי”ע גאב”ד קארלסבורג‬ ‫ומדינת זיבנבערגן‪ ,‬איז א פינת יקרת‪,‬‬ ‫משם תצא תורה והוראה‪ .‬דער רב איז‬ ‫שטענדיג מחזק ומעודד און מנצח על‬ ‫מלאכת בית השם זיכער צו מאכן אז‬ ‫די תלמידי חכמים זאלן קענען עוסק‬ ‫זיין בתורה ביתר שאת ויתר עז‪.‬‬

‫‪ | 16‬בארא פארק בבנינה‬

‫אין די לעצטע תקופה האט דער רב‬ ‫שליט”א‪ ,‬אינאיינעם מיט עטליכע‬ ‫עסקנים וואס שטייען לימינו‪ ,‬זיך‬ ‫גבולי‬ ‫להרחיב‬ ‫אריינגעווארפן‬ ‫הקדושה‪ ,‬צו קענען מסדר זיין א‬ ‫הערליכן אייגענעם לאקאציע‪ ,‬אן‬ ‫אכסניה של תורה‪ ,‬וואס זאל דינען‬ ‫אלס א פאסיג ארט אוועקצושטעלן‬ ‫די גבולי הכולל וקהלה און זאל דינען‬ ‫אלס לייכט‪-‬טורעם פארן שטאט‪.‬‬ ‫הר”ר גרשון שווארץ הי”ו וועלכער‬ ‫איז באקאנט מיט די קאנסטראקציע‬ ‫פלענער אין דעם נייעם מרכז התורה‬ ‫ותפילה‪ ,‬דערציילט אונז פרטים איבער‬ ‫דעם גרויסן פראיעקט‪.‬‬

‫וואס זענען די פלענער‬ ‫פונעם נייעם בית המדרש?‬ ‫די קהלה האט ביז היינט גענוצט‬ ‫אבער‬ ‫לאקאציעס‪,‬‬ ‫געדינגענע‬ ‫די גרויסע הצלחה פאדערט א‬ ‫מסודר’דיגער מקום וואו מען זאל זיך‬ ‫קענען אוועקשטעלן‪ .‬דעריבער האט‬ ‫מען זיך אריינגעלייגט דערין און ברוך‬

‫ה’ אז מען האט געטראפן א הערליכן‬ ‫לאט אין צענטער פון שטאט וואס מען‬ ‫האט אפגעקויפט בשעה טובה‪ .‬אויף‬ ‫דעם מקום גייט מען בקרוב ארויפציען‬ ‫א הערליכן בנין‪ ,‬א מקום מפואר‬ ‫ורחבת ידים פארן בית המדרש‪.‬‬

‫איז דא צו ערווארטן עפעס‬ ‫חידושים אין דעם בית‬ ‫המדרש?‬ ‫מיר פלאנען צו בויען גאר שיין און‬ ‫פראקטיש‪ .‬עס וועט האבן אין זיך‬ ‫אסאך חידושים און וועט בעז”ה זיין א‬ ‫געשמאקער מקום תורה ותפילה מיט‬ ‫ליכטיגע היכלים‪ .‬אונזער ציל איז אז‬ ‫עס זאל זיין געשמאק און בא’טעמ’ט‬ ‫אז יעדער וואס קומט אריין זאל זיך‬ ‫קענען שפירן באקוועם און היימיש‪,‬‬ ‫און קענען עוסק זיין בתורה ובתפילה‬ ‫מיט הרחבת הדעת‪.‬‬ ‫ויה”ר שיתקדש שם שמים בבית הזה‪,‬‬ ‫דער רב שליט”א זאל קענען משפיע‬ ‫זיין מהודו ואורו פאר די סביבה און די‬ ‫בני הקהלה‪.‬‬

‫•‬


‫בארא פארק בבנינה‬

‫מיר פלאנען צו‬ ‫בויען גאר שיין און‬ ‫פראקטיש‪ .‬עס‬ ‫וועט האבן אין זיך‬ ‫אסאך חידושים און‬ ‫וועט בעז”ה זיין א‬ ‫געשמאקער מקום‬ ‫תורה ותפילה מיט‬ ‫ליכטיגע היכלים‪.‬‬

‫פסח תשע”ט | ‪17‬‬


‫‪4315 12TH AVE‬‬

‫באיאן‬ ‫בונים בית לה’‬

‫תלמוד תורה‬

‫באיאן‬

‫איינער פון די הערליכע חצרות‬ ‫הקודש אין אמעריקע אין חצר הקודש‬ ‫באיאן‪ ,‬וואס פארמאגט אונטער זיך‬ ‫א גלאררייכע היסטאריע פון א רבי‬ ‫א צדיק אמת‪ ,‬הרה”ק מבאיאן זי”ע‬ ‫וועלכער איז געווען פון די צדיקים‬ ‫וואס האבן געבויעט אידישקייט אין‬ ‫אמעריקע‪.‬‬ ‫די לעצטע צענדליגער יארן איז דער‬ ‫צענטער פון חסידות באיאן אין ארה”ק‬ ‫און עיני כל ישראל נשואות אליה‪,‬‬ ‫צו די פראכטפולע ארמון המלוכה‬ ‫בעיר השם שמה בעיר הקודש צום‬ ‫הויף בראשות מרן אדמו”ר מבאיאן‬ ‫שליט”א‪.‬‬ ‫פונדעמענטאלער‬ ‫דער‬ ‫אבער‬ ‫אריגנעלער צענטער דאהי איז זיך‬ ‫ב”ה אויך צעוואקסן‪ ,‬קהילה קדושה‬ ‫באיאן האט איבער ‪ 500‬משפחות אין‬ ‫אמעריקע‪ ,‬און בהוראת מרן אדמו”ר‬ ‫שליט”א האבן די עסקני מרכז מוסדות‬ ‫באיאן אנגעהויבן מער צו קאנצעטרירן‬ ‫פאר די היזיגע מוסדות איבערצובויען‬ ‫דעם בנין התלמוד תורה חדר און‬

‫‪ | 18‬בארא פארק בבנינה‬

‫איבערפרישן די קהלה‪.‬‬

‫לתורה‪.‬‬

‫מיר האבן זיך פארבינדן מיט הר”ר‬ ‫שלמה פאסילקאוו הי”ו‪ ,‬מעסקני‬ ‫חסידי באיאן‪ ,‬וועלכער דערציילט אונז‬ ‫איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען‪.‬‬

‫וואס זענען די פלענער אויף‬ ‫ווייטער?‬

‫וואס האט מען שוין געטון‬ ‫אין די לעצטערע יארן‬ ‫אויפצובליען די קהילה אין‬ ‫בארא פארק?‬ ‫ווי יעדער ווייסט‪ ,‬האט מען נישט‬ ‫לאנג צוריק געענדיגט בויען דעם‬ ‫הערליכן בית המדרש וואס איז פון‬ ‫די שענסטע בתי מדרשים אין שטאט‪.‬‬ ‫אויסשטאפירט מיט די שענסטע‬ ‫מאלדינגס און באצירט מיט די‬ ‫טייערסטע שטיינער‪.‬‬ ‫עס איז א געשמאקער פלאץ צום‬ ‫דאווענען מיט הרחבת הדעת און‬ ‫א באקוועמער היכל התורה איז‬ ‫סטאנציאנירט אויפן צווייטן שטאק‬ ‫אינעם עזרת נשים‪ ,‬וואו הונדערטער‬ ‫תושבי העיר זענען זיך קובע עיתים‬

‫יעצט לעצטנס האבן די עסקנים‬ ‫זיך אריינגעלייגט איבערצופרישן‬ ‫און גענצליך רעסטאווירן דעם בנין‬ ‫התלמוד תורה‪ .‬עס איז גאר אפגענוצט‬ ‫און אלט‪ ,‬די קינדער לערנען אין‬ ‫פארצייטישע אומשטענדן און עס איז‬ ‫נישט קיין כבוד התורה וויאזוי דער‬ ‫בנין קוקט אויס‪.‬‬ ‫אצינד גרייטן מיר זיך עס צו‬ ‫איבערמאכן און אהערשטעלן ווי עס‬ ‫פאסט בפאר והדר‪ ,‬מיט אלע היינטיגע‬ ‫צוגעהערן און מאדערענע פארשריט‪.‬‬ ‫מיר האבן שוין אייגנטליך אנגעהויבן‬ ‫די ארבעט פאר צוויי וואכן צוריק‬ ‫און מיר האפן ממשיך צו זיין אן קיין‬ ‫הפסק‪.‬‬ ‫די עסקנים האבן פאר עטליכע‬ ‫וואכן צוריק ארגאניזירט א מעכטיגן‬ ‫ווייטגרייכנדן מעטשינג קאמפיין‬


‫זענען דא עפעס פלענער‬ ‫אויפן טיש איבער הרחבת‬ ‫גבולי הקדושה?‬ ‫אייגנטליך יא‪ ,‬מיר גרייטן זיך צו עפענען‬ ‫א ישיבה קטנה צום קומענדיגן שנת‬ ‫הלימודים בעז”ה‪ ,‬וואס אנטשפרעכט‬ ‫צו זיין א שטארקע דערלייכטערונג‬

‫ווער שטייט בראש פון די‬ ‫פעולות?‬ ‫אלעס טוט מען בהוראת ורצון קדשו פון‬ ‫כ”ק מרן שליט”א און די חשובע ראשי‬ ‫נדיבי המוסד‪ ,‬הר”ר יעקב וויינרעב און‬ ‫משפחת וואסנער‪ ,‬זיי זענען די תחילה‬ ‫למקראי קודש וועלכע שטייען בראש‬ ‫פון אלעס וואס ווערט געטון בחצר‬ ‫הקודש‪ .‬בנוסף צו דעם איז פארהאן‬ ‫א וועד פון יונגעלייט אנשי חסד און‬ ‫ווארימע עסקנים וואס מאכן זיכער לנצח‬ ‫על מלאכת בית השם‪ ,‬אז אלעס ווערט‬ ‫אויסגעפירט בתכלית היופי וההידור‪.‬‬

‫•‬

‫די עסקנים האבן‬ ‫פאר עטליכע וואכן‬ ‫צוריק ארגאניזירט א‬ ‫מעכטיגן ווייטגרייכנדן‬ ‫מעטשינג קאמפיין ווי‬ ‫אנ”ש חסידי באיאן‬ ‫און ידידי והורי המוסד‬ ‫האבן געשאפט‬ ‫איבער א מיליאן‬ ‫דאלאר צו קענען‬ ‫אהערשטן דעם חדר‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫ווי אנ”ש חסידי באיאן און ידידי והורי‬ ‫המוסד האבן געשאפט איבער א מיליאן‬ ‫דאלאר צו קענען אהערשטן דעם חדר‬ ‫על מכונו‪ .‬אידן פון אלע שיכטן און‬ ‫קרייזן האבן זיך אנגערופן ווארים צום‬ ‫רוף פון הורי מוסדתינו און מיר גרייטן‬ ‫זיך עס הערליך איבערצומאכן‪ ,‬מיר וועלן‬ ‫מאכן דעם חדר צום העכסטן דרגא פון‬ ‫שלימות‪.‬‬

‫פאר הורי מוסדתינו און אנשי שלומינו‬ ‫וואס לעכעצן צו שיקן די קינדער אין‬ ‫אונזער’ס אן אייגענעם ישיבה‪.‬‬

‫פסח תשע”ט | ‪19‬‬


‫‪4323 16TH AVE‬‬

‫קראסנא‬ ‫הוי מתלמידיו של הלל‬

‫תלמוד תורה בית הלל‬

‫קראסנא‬ ‫שוין איבער פופצן יאר וואס תושבי‬ ‫בארא פארק האלטן מיט דעם‬ ‫לאנגן רייזע פון ווען דער שטח‬ ‫אויף זעכצנטע עוועניו און ‪’44‬סטע‬ ‫גאס איז געווארן אפגעקויפט‪ ,‬ביז‬ ‫צעביסלעך‪ ,‬צעביסלעך‪ ,‬האט מען‬ ‫לאנגזאם ארויפגעצויגן אזא בנין אדיר‬ ‫וגדול וואס שטייט שוין מיטן פולן‬ ‫פראכט און באלייכט דעם געגנט‪ .‬נאך‬ ‫אינוועסטירונגען פון לאנגע יארן און‬ ‫אזויפיל ווי פינף און צוואנציג מיליאן‬ ‫דאלאר איז מען אנגעקומען צו דעם‬ ‫מאמענט‪ ,‬אז דער בנין שטייט ווי א‬ ‫דייאמאנט אין די קרוין פון די מוסדות‬ ‫התורה אין בארא פארק‪ .‬א פרעכטיגער‬ ‫פאלאץ פון תורה ויראת שמים אין‬ ‫צענטער פון שטאט‪.‬‬ ‫דאס איז נישט אומזיסט‪ ,‬עס האט א‬ ‫בארעכטיגטע סיבה דערצו‪ .‬די מוסדות‬ ‫קראסנא ציט איר שורש פון די רבנים‬ ‫הגאונים הצדיקים רבני עיר קראסנא‪,‬‬ ‫הגה”ק רבי הילל ליכטנשטיין און‬ ‫זיינע אבות הקדושים זי”ע‪ .‬קראסנא‬

‫‪ | 20‬בארא פארק בבנינה‬

‫איז געווען איינס פון די ערשטע און‬ ‫שטארקסטע מוסדות הק’ און קהלות‬ ‫וואס האבן זיך דאהי אוועקגעשטעלט‬ ‫ברוב פאר והדר נאכן קריג‪ ,‬און מחנך‬ ‫געווען דורות פון אידן יראים ושלמים‪,‬‬ ‫חסידים ואנשי מעשה‪.‬‬ ‫די קהלה הקדושה ומוסדות הקדושים‬ ‫וואס שטייען תחת הנהגת‪ ,‬הגאון‬ ‫הצדיק המפורסם גאב”ד קראסנא‪,‬‬ ‫רבי שלום יוסף פריעד שליט”א‪ ,‬זון‬ ‫פון הגאון הצדיק רבי יחיאל מיכל‬ ‫פריעד גאב”ד קראסנא זצ”ל‪ ,‬חדב”נ‬ ‫פון הגה”ק רבי הילל ליכטנשטיין‬ ‫מקראסנא זצ”ל‪ ,‬בליען ב”ה אין‬ ‫פולן פראכט‪ ,‬אלס א קהלה קדושה‬ ‫ומפוארת‪ ,‬מיט תורה ויראת שמים און‬ ‫מיט א גאר חשובע מוסד מפואר‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך פארבינדן מיט הר”ר דוד‬ ‫וואגעל הי”ו‪ ,‬דער געטרייער מנכ”ל‬ ‫פון די בארימטע תלמוד תורה בית‬ ‫הלל קראסנא דערציילט אפאר פרטים‬ ‫איבער דעם פרעכטיגן בנין‪.‬‬

‫ווי גרויס איז דער בנין און‬ ‫וואס אנטהאלט עס אין זיך?‬ ‫דער בנין ציט זיך ארויף פינף שטאק‪,‬‬ ‫און נאך צוויי בעיסמענט שטאקן‬ ‫אונטער די ערד‪ .‬עס אנטהאלט א‬ ‫תלמוד תורה‪ ,‬קלאסן‪ ,‬עס‪-‬זאלן‪ ,‬בתי‬ ‫מדרשים פאר די חשובע קינדער‪.‬‬ ‫דער צענטער פונעם בנין איז דער‬ ‫בית המדרש הגדול והמפואר‪ ,‬א‬ ‫גיגאנטישער היכל ארומגענומען‬ ‫מיט גאלאריען‪ ,‬וואס איז פון די‬ ‫גרעסטע היכלים אין בארא פארק‪ .‬אין‬ ‫בעיסמענט געפינט זיך דער עמינענס‬ ‫זאל וואס איז געעפנט געווארן נישט‬ ‫לאנג צוריק‪ ,‬און איז פון די שענסטע‬ ‫זאלן אין שטאט וואס ברענגט אריין א‬ ‫הכנסה פאר די מוסדות‪.‬‬ ‫ווי פארשטענדליך האט דער בנין‬ ‫אפגעקאסט אסאך געלט און כוחות‪,‬‬ ‫אבער עס איז ווערד געווען יעדע‬ ‫פרוטה‪ .‬דער פראכטפולער בנין‬


‫וויפיל קינדער לערנען אין‬ ‫קראסנא חדר?‬ ‫פינף הונדערט קינדער בליעה”ר לערנען‬ ‫אין די מוסדות‪.‬‬

‫ווער זענען די הויפט נדבנים‬ ‫פון דעם בנין?‬ ‫די חשובע אחים הנדיבים הר”ר אברהם‬ ‫יקותיאל פישמאן הי”ו‪ ,‬דער באליבטער‬ ‫ראש הקהל דקהלתינו‪ ,‬און זיין חשובער‬ ‫ברודער הר”ר מאיר פישמאן הי”ו‪,‬‬ ‫וועלכע שטייען לימיננו בכל עת ועונה‪,‬‬

‫איז שוין דער בנין גענצליך‬ ‫געענדיגט?‬ ‫די תלמוד תורה און די הערליכע שמחה‬ ‫זאל איז שוין אפען און פארטיג בתכלית‬ ‫השלימות‪ .‬די היכל הביהמ”ד וועט‬ ‫געענדיגט דעם זומער בכלל תפארת‪.‬‬ ‫א הערליכע היכל התורה און שטיבלעך‬ ‫צום דאווענען ווערט אויך צוגעבויט צום‬ ‫שלימות המקום‪ ,‬אזוי אויך אלע געברויכן‬ ‫וואס א חדר האט אין די היינטיגע תקופה‬ ‫צו קענען געבן די מאקסימום פאר די‬ ‫חשובע קינדער‪.‬‬

‫•‬

‫דער בנין ציט‬ ‫זיך ארויף פינף‬ ‫שטאק‪ ,‬און נאך‬ ‫צוויי בעיסמענט‬ ‫שטאקן אונטער די‬ ‫ערד‪ .‬עס אנטהאלט‬ ‫א תלמוד תורה‪,‬‬ ‫קלאסן‪ ,‬עס‪-‬זאלן‪,‬‬ ‫בתי מדרשים פאר‬ ‫די חשובע קינדער‬ ‫פסח תשע”ט | ‪21‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫העלפט די קינדער שטייגן און בליען‪.‬‬

‫און העלפן די קהילה און מוסדות מיט א‬ ‫ברייט הארץ‪.‬‬


‫‪1355 55 STREET‬‬

‫קאסוב‬ ‫ויבן את בית ה’ אלוקי ישראל‬

‫בית המדרש חסידי‬

‫קאסוב‬

‫בנשיאות כ”ק מרן אדמו”ר מקאסוב שליט”א‬ ‫ווי פאסיג איז מקדים צו זיין מיט דעם‬ ‫מאמר חז”ל אין מסכת תענית (כ”א‬ ‫ע”ב)‪ ,‬תנינא‪ ,‬רבי יוסי אומר‪“ ,‬לא‬ ‫מקומו של אדם מכבדו‪ ,‬אלע אדם‬ ‫מכבד את מקומו”‪ .‬נישט די גוטע‬ ‫לאקאציע און שיינע בנין מאכט דעם‬ ‫מענטש‪ ,‬נאר דער מענטש איז מכבד‬ ‫זיין פלאץ‪.‬‬ ‫חצר הקודש קאסוב איז פאר לאנגע‬ ‫יארן געווען נע ונד‪ ,‬אן קיין פאסיגער‬ ‫מקום קבוע‪ .‬די ריבוי העם וואס האט‬ ‫געלעכצט להסתופף בצל הקודש פון‬ ‫דעם צדיק ונשגב דער קאסובער רבי‬ ‫שליט”א צו הערן זיינע פייערדיגע‬ ‫תורה‪ ,‬זיינע פלאמעדיגע תפלות‪ ,‬זיינע‬ ‫קלוגע און פראקטישע עצה וחיזוק‪,‬‬ ‫זענען געגאנען צו יעדן מקום וואו דער‬ ‫רבי האט זיך געפינען‪.‬‬ ‫אסאך יארן האט מען פארברענגט אין‬ ‫געדינגענע פלעצער‪ ,‬זיך געוואלגערט‬ ‫טרם באו אל המנוחה ואל הנחלה‪,‬‬ ‫אבער וואו אימער די מנין פון‬

‫‪ | 22‬בארא פארק בבנינה‬

‫קאסובער רבי’ן האט זיך געפינען‪ ,‬צי‬ ‫אין דעם געדינגענעם לאקאציע אין‬ ‫בנין בית רחל‪ ,‬אדער סיי וואו‪ ,‬האבן‬ ‫מאסן אידן אהין געצויגן להסתפח אל‬ ‫נחלת בית השם‪.‬‬ ‫אין די לעצטע יארן האבן געטרייע‬ ‫ידידי ומעריצי בית קאסוב זיך‬ ‫אריינגעווארפן און געקויפט א גרויסן‬ ‫שטח אין צענטער פון בארא פארק‪ ,‬צו‬ ‫קענען אויפבויען דארטן א בית מדרש‬ ‫גדול ומפואר‪ ,‬ווי עס פאסט פאר חסידי‬ ‫קאסוב‪.‬‬ ‫דער נייער שטח וועט זיין די פלאץ וואו‬ ‫עלי יניח צדיק את ראשו רובו ושולחנו‪,‬‬ ‫דער פלאץ וואו חסידים ואנשי מעשה‬ ‫וועלן זיך קענען דערוויקן מיט דעם‬ ‫אור גדול וואס ציט נאך אירע אורות‬ ‫למעלה בקודש פון צדיקי בית קאסוב‬ ‫און וויזניץ‪ ,‬געמישט מיט תורה וחכמה‪,‬‬ ‫נגלה ונסתר‪.‬‬ ‫דארט וועט ווערן ארויפגעצויגן א‬

‫גרויסן בנין מיט אלע צרכי הקהלה‪,‬‬ ‫א בית המדרש מפואר מיט שטיבלעך‬ ‫פאר מנינים‪ ,‬א מקוה מפוארה און א‬ ‫היכל השלחנות כראוי וכיאות‪.‬‬ ‫הר”ר חיים מאיר פישמאן וועלכער‬ ‫איז באהאווענט מיט די פארשריט‬ ‫פון די פלענער און געבוי פון חצר‬ ‫הקודש קאסוב‪ ,‬דערציילט איבער א‬ ‫געוואלדיגע רוח פון פרישקייט ביי‬ ‫חסידים צו זעהן דעם פאקטישן געבוי‬ ‫און פראגרעס פון דעם פראיקט‪.‬‬

‫צום ערשט‪ ,‬פארוואס בויעט‬ ‫מען א נייעם בית המדרש?‬ ‫עס איז שוין נישט געווען מעגליך‬ ‫אנדערש‪ .‬די קהלה איז זיך צעוואקסן‬ ‫גאר גרויס און דער יעצטיגער‬ ‫צייטווייליגער בית המדרש פארנעמט‬ ‫שוין נישט דעם לחץ זו הדחק‪ .‬מיר‬ ‫האבן אפגעקויפט דעם שטח פאר‬ ‫עטליכע יאר צוריק‪ ,‬דארט האט מען‬ ‫אוועקגעשטעלט דעם צייטווליגער‬


‫דער הויפט שיינקייט‬ ‫וואס איז באוואוסט‪,‬‬ ‫איז דער פלאן צו‬ ‫בויען א הערליכן‬ ‫ארון הקודש וואס‬ ‫וועט זיין פונקטליך‬ ‫נאכגעמאכט לויט‬ ‫דעם ארון הקודש וואס‬ ‫איז געווען פארצייטנס‬ ‫ביים סבא קדישא‬ ‫בית ה’‪ ,‬און אצינד גרייט מען זיך צו בויען דעם נייעם בית‬ ‫המדרש הגדול‪.‬‬

‫ווי האלטן די טעכנישע פרטים?‬ ‫עס האלט שוין ביי די לעצטע פאזעס‪ ,‬און בקרוב גייט מען‬ ‫שוין האפנטליך בויען‪ .‬די עקספערטן און ארכיטעקטן האבן‬ ‫שוין באשטעטיגט זייערע פלענער און מען האפט אז דורכאויס‬ ‫דעם קומענדיגן זומער וועט מען זיך רוקן פאראויס און זוכה‬ ‫זיין צו באנייען דעם מקום קדוש ווי שנעלער‪.‬‬

‫וואס גייט זיין די שפיץ חידוש פון די נייע שול?‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫עס גייט האבן פארשידענע אינטערעסאנטע חידושים ווי עס‬ ‫פאסט פאר אזא מקום קדוש‪ .‬אבער דער הויפט שיינקייט וואס‬ ‫איז באוואוסט‪ ,‬איז דער פלאן צו בויען א הערליכן ארון הקודש‬ ‫וואס וועט זיין פונקטליך נאכגעמאכט לויט דעם ארון הקודש‬ ‫וואס איז געווען פארצייטנס ביים סבא קדישא‪ ,‬בעל אהבת‬ ‫ישראל מוויזניץ זי”ע אין גראסווארדיין‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער זאל העלפן אז די מלאכת הבניה זאל‬ ‫אנקומען שנעל און גרינג און מען זאל שוין בקרוב באנייען‬ ‫דעם הערליכן בנין בית המדרש‪ ,‬בראשות פון מרן רבינו‬ ‫שליט”א‪.‬‬

‫•‬

‫פסח תשע”ט | ‪23‬‬


‫יד אפרים‬

‫‪5017 10TH AVE‬‬

‫בנין של חסד‬

‫ממלכת החסד‬

‫יד אפרים‬

‫אויסער בתי מדרשים און מוסדות‬ ‫החינוך פארדינט אונזער שטאט ערליך‬ ‫דעם טיטל “עיר החסד”‪ ,‬צוליב די פילע‬ ‫ארגאניזאציעס און ארגוני החסד וואס‬ ‫דער שטאט אנטהאלט‪ .‬פילע בנינים של‬ ‫חסדים זענען פארהאן אין אלע ווינקלן‬ ‫פון שטאט וועלכע העלפן ארויס אלע‬ ‫תושבי העיר‪ .‬אין שפיץ פון זיי שטייט דער‬ ‫בארימטער “יד אפרים” וועלכע שטעלט‬ ‫צו עסן פאר די הונדערטער חולי ישראל‬ ‫און זייערע באזוכער אין שפיטאל‪.‬‬ ‫די הייליגע מוסד יד אפרים איז די פאן‬ ‫טרעגער פון די מצוה פון ביקור חולים‪.‬‬ ‫שוין צוואנציג יאר וואס “יד אפרים” איז‬ ‫געגרינדעט געווארן דורך איש החסד‬ ‫והמעש הרב ר’ שלום פסח גרינבערג‬ ‫שליט”א‪ ,‬און איז גערופן געווארן על שם‬ ‫זקנו הגה”צ רבי אפרים אשרי זצ”ל‪ .‬דער‬ ‫מייסד און ראש המוסד פירט אן מיט אלע‬ ‫פעולות החסד אין די גרויסע מאימאנידעס‬ ‫שפיטאל אין בארא פארק‪.‬‬ ‫די מוסד יד אפרים האלט אויף א לאקאציע‬ ‫נאנט צום שפיטאל פון וואו מאסן‬ ‫וואלונטירן פאקן פעקלעך מי פרישע‬ ‫עסן מדי יום ביומו און שבת בשבתו‪,‬‬ ‫און דערנאך ווערט עס אפגעפירט צום‬ ‫שפיטאל‪ ,‬וואו עס דערקוויקן זיך די‬ ‫צובראכענע חולים‪ ,‬בעלי שמחה פון פריש‬ ‫געבוירענע קינדער‪ ,‬און זייערע נאנטע‪.‬‬ ‫אין דעם הערליכן לאקאציע פון יד אפרים‬

‫‪ | 24‬בארא פארק בבנינה‬

‫קענען די וואלונטירן וואס לויפן ארום אין‬ ‫שפיטאל צו העלפן און מחזק זיין‪ ,‬האבן‬ ‫א ווינקל ווי זיי קענען זיך אוועקזעצן און‬ ‫זיך אפרוען פון איין וואלונטעריע צום‬ ‫צווייטן‪.‬‬ ‫די ריזיגע פעולות פון יד אפרים שטעלן‬ ‫זיך קיינמאל נישט אפ‪ ,‬און אצינד האבן‬ ‫די עוסקים בצרכי ציבור עס גענומען צום‬ ‫נעקסטן דרגא‪ .‬זיי האבן אפגעקויפט אט‬ ‫דעם בנין מיטן פלאן אז דארט וועט ווערן‬ ‫איינגעריש אן ערנסטער אפאראט פון‬ ‫גמילות חסדים‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך פארבינדן מיט דעם חשובן‬ ‫ראש המוסד‪ ,‬הרב ר’ שלום פסח גרינבערג‬ ‫שליט”א איבער די גרויסארטיגע פלענער‪,‬‬ ‫און ער האט אונז געגעבן אן ערשט‬ ‫האנטיגער באריכט‪.‬‬

‫וואס איז דער ציל פון דעם‬ ‫נייעם בנין?‬ ‫מיר טוען דא ברוך השם אסאך גוטע זאכן‪,‬‬ ‫און מיר נויטיגן זיך אין א גרעסערע און‬ ‫בעסערע פלאץ‪ .‬אויסער אונזערע ביז‬ ‫יעצטיגע אקטיוויטעטן‪ ,‬וועלן מיר אין‬ ‫דעם בנין צושטעלן צימערן וואו קרובי‬ ‫המשפחה וועלן קענען נעכטיגן בשעת‬ ‫ווען מען דארף זיך ל”ע אויפהאלטן אין‬ ‫שפיטאל מיט א נאנטן‪ .‬ווער עס האט שוין‬ ‫אמאל מיטגעהאלטן פארשטייט גוט דעם‬ ‫קאשמאר‪ ,‬און ווייסט וואס עס באדייט‬

‫צו קענען האבן א געהעריגע בעט און א‬ ‫צוגעשטעלטע פלאץ צו נעכטיגן‪ ,‬בשעת‬ ‫ווען מען דארף זיך אויפהאלטן אין שפיטאל‬ ‫מיט א נאנטן‪.‬‬

‫וויאזוי קענט איר פארנעמען‬ ‫אזא גרויסע אונטערנעמונג?‬ ‫עס איז טאקע גענוג שווער אנצוהאלטן מיט‬ ‫די געווענליכע פעולות‪ ,‬אבער מען מוז טון‬ ‫מער מצוות און אייביג שטייגן‪ .‬מיין טאטע‪,‬‬ ‫הגאון הצדיק רבי אשר זעליג גרינבערג‬ ‫זצ”ל‪ ,‬דער ראש ישיבה פון שער אפרים‬ ‫וועלכער איז נפטר געווארן דעם ווינטער‪,‬‬ ‫פלעגט אלץ מרבה זיין מער תורה און מער‬ ‫חסד‪ .‬איך פרוביר אויך נישט נאכצולאזן‬ ‫און בלייבן שטיין‪ ,‬נאר אלץ גיין ווייטער‬ ‫און מרבה זיין פעולות החסד‪.‬‬

‫ווען פלאנירט מען זיך צו רוקן‬ ‫מיטן בנין?‬ ‫בעזר השם יעצט נאך יום טוב וועט מען‬ ‫אנהייבן בעטן די הילף פונעם ציבור צו‬ ‫קענען שאפן די נויטיגע פאנדן‪ ,‬און מען‬ ‫האפט זיך צו רוקן שנעל און נישט זיך‬ ‫אפשטעלן פון די ארבעט ביז מען וועט‬ ‫זעהן בע”ה די פירות‪.‬‬ ‫מיר ווינטשן פארן ראש המוסד יד אפרים‪,‬‬ ‫אז ער זאל זוכה זיין צו העלפן אידן בעת‬ ‫שמחתם און שטענדיג ברענגען בשורות‬ ‫טובות‪.‬‬

‫•‬


‫‪4715 15TH AVE‬‬

‫ביהמ”ד הגדול‬

‫ד’באבוב‬

‫דאס ביהמ”ד פארמאגט א חשיבות‬ ‫זייענדיג דאס ארט ווי די פריערדיגע‬ ‫באבוב’ע רביים זכותם יגן עלינו האבן‬ ‫דארט אפגעראכטן זייער עבודת הק’ יארן‬ ‫לאנג‪.‬‬ ‫דער באבוב’ער ביהמ”ד איז אויך דער‬ ‫צענטער פארן גאנצע געגענט‪ ,‬ווי מען‬ ‫דערקוויקט זיך מיט א ווארימע מקוה און‬ ‫ס’איז דארט צוגעשטעלט הונדערטער‬ ‫מניינים שחרית מנחה ומעריב און שיעורי‬ ‫תורה‪.‬‬ ‫טראץ וואס דער ביהמ”ד איז הערליך‬ ‫און פריש פון אינעווייניג צוליב וואס‬ ‫עס ווערט גוט געהאלטן‪ ,‬האט די הנהלת‬

‫ווי נאר די הנהלת הקהילה האט באשטימט‬ ‫דעם איבערבוי פראיעקט‪ ,‬האבן זיך באלד‬ ‫אריינגעווארפן די ריכטיגע עסקנים צו‬ ‫טרעפן דעם שענסטן דעזיין וואס איז‬ ‫פאסיג‪ ,‬און ס’איז אויפגענומען א געניטער‬ ‫בוי מייסטער (קאנטראקטער) וואס זאל‬ ‫אנפירן מיט די ארבייט לנצח על מלאכת‬ ‫בית ד’‪.‬‬ ‫נאך א וויילע פון בויען איז פאראיאר‬ ‫פארענדיגט געווארן דער ערשטער טייל‬ ‫פונעם פראיעקט‪ ,‬דער אריינגאנג און דער‬ ‫גאנצער געבוי ארום אויף די פופצענטע‬ ‫עוועניו‪.‬‬ ‫דער בנין איז באנייט געווארן פאראיאר‬ ‫אויף יום טוב שבועות‪ ,‬בשעת ווען ס’איז‬

‫במשך דעם פארלאפענעם יאר איז די‬ ‫בוי ארבייט ווייטער איבערצובויען דעם‬ ‫איבריגן חלק פונעם געביידע פונדרויסן‪,‬‬ ‫און ס’איז ב”ה געמאכט געווארן גרויס‬ ‫פארשריט בס”ד‪.‬‬ ‫לויט ווי די עסקנים געבן איבער‪ ,‬גרייט‬ ‫מען זיך אינגיכן אי”ה אראפצונעמען די‬ ‫סקעפאלד’ס פונעם בנין אויך אויפן חלק‬ ‫פון די ‪’48‬סטע גאס‪ ,‬ווי ס’וועט בקרוב‬ ‫נתגלה דער פרישער חלק פונעם הערליכן‬ ‫געבוי מרהיב ביופיו‪.‬‬ ‫אויפן ‪’15‬טן עוועניו חלק‪ ,‬בנוסף צום‬ ‫שיינעם געבוי פונעם בנין‪ ,‬איז אויך‬ ‫איבערגעבויעט די לעקטער’ס צו נייע‬ ‫רייכע שיינעדיגע לעקטער’ס וועלכע‬ ‫געבט צו א הערליכן שיין צום בנין‪.‬‬

‫•‬

‫פסח תשע”ט | ‪25‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫דאס ביהמ”ד הגדול ד’באבוב שטייט שוין‬ ‫על מכונו אנגעהויבן פונעם יאר תשמ”ז‬ ‫בערך‪ ,‬און זינט איז דאס דער תל תלפיות‬ ‫צו וועלכע אלע באבוב’ע חסידים פון דער‬ ‫גארער וועלט ווענדן זיך אהין‪ ,‬בפרט אין‬ ‫די געהויבענע זמנים בימים טובים און‬ ‫שמחות אינעם חצר הקודש‪.‬‬

‫הקהילה באשלאסן איבערצובויען און‬ ‫איבערפרישן דאס גאנצע דרויסענדיגע‬ ‫סטרוקטור פונעם געביידע‪ ,‬אויף א רייכן‬ ‫מלכות’דיג סטייל לויט ווי עס פאסט‬ ‫זיך פאר כבוד בית ד’ אויף היינטיגע‬ ‫סטאנדארטן‪.‬‬

‫געוועהן א עידן שמחה ביי כ”ק אדמו”ר‬ ‫מבאבוב שליט”א אין הויף‪ ,‬דאס באנייען‬ ‫דעם הויפט טויער צום ביהמ”ד האט‬ ‫אסאך צוגעגעבן פאר וכבוד צו די גרויסע‬ ‫שמחה‪.‬‬


‫בית יצחק‬

‫‪4024 12TH AVE‬‬

‫בונים בית לה’‬

‫בית המדרש‬ ‫בית יצחק‬

‫אור‬ ‫אלטע‬ ‫יסודות‬

‫אין א נייעם‬ ‫פראכטפולן בנין‬

‫די סאמע עלטסטע בית המדרש אין‬ ‫שטאט בארא פארק מיט איר רייכע‬ ‫היסטאריע ווערט יעצט פארוואנדלט‬ ‫אין א נייע פראכטפולן בנין לתורה‬ ‫ולתפילה מיט אלע באקוועמליכקייטן‬ ‫להחזיר עטרה ליושנה‪ ,‬לתועלת דעם‬ ‫גאנצן שטאט‪.‬‬ ‫די אור‪-‬אלטע ביהמ”ד “בית יצחק”‬ ‫וואס שטייט אויף ‪’12‬טע עוועניו‪ ,‬ביי‬ ‫די ‪’41‬סטע גאס‪ ,‬איז די סאמע עלטסטע‬ ‫שול אין שטאט‪ .‬עס איז געגרינדעט‬ ‫געווארן דורך פארצייטישע רוסישע‬ ‫אידן וואס האבן געוואוינט דעמאלטס‬ ‫אין בארא פארק‪ .‬וויבאלד א טייל פון‬ ‫זיי האבן געשטאמט פון די שטאט‬ ‫ליובאויטש‪ ,‬דעריבער האבן זיי דאס‬ ‫גערופן “אנשי ליובאוויטש”‪.‬‬ ‫די שול איז געגרינדעט געווארן אין‬ ‫יאר תרס”ב‪ ,‬ווען בארא פארק איז נאך‬

‫‪ | 26‬בארא פארק בבנינה‬

‫געווען א שטיל‪-‬באוואקסענער דערפל‬ ‫מיט א מתי מעט אידן וואס האבן זיך‬ ‫אהינגעצויגן פון איסט‪-‬סייד‪.‬‬ ‫נאך לאנגע יארן פון שוואכקייט און‬ ‫אלטקייט וואס דער בית המדרש איז‬ ‫שוין טיילווייז ארויס פון באנוץ‪ ,‬האבן‬ ‫עסקנים אונטערגענומען א מאסיוון‬ ‫פראיעקט צו פארוואנדלן דעם אור‬ ‫אלטע מקום קדוש אין א שפאגל‪-‬נייעם‬ ‫פראכטפולן צענטער פאר תורה ותפלה‪,‬‬ ‫א מעכטיגע שול מיט אלע צוגעהערן‪,‬‬ ‫מנינים צענטערן‪ ,‬א פראכטפולן מקוה‪,‬‬ ‫א היכל התורה‪ ,‬לשם ותפארת פאר די‬ ‫גאנצע געגנט‪.‬‬ ‫עס ווערט מקוים די ברכה “אבן‬ ‫מאסו הבונים היתה לראש פינה!” די‬ ‫אור אלטע ביהמ”ד וואס אידן האבן‬ ‫געבויעט מיט איבער הונדערט יאר‬ ‫צוריק‪ ,‬איז שוין אין זייער א שווערע‬

‫צושטאנד‪ .‬די אלטע מקום קדוש ווי‬ ‫עס האבן געדאווענט פארצייטישע‬ ‫אידן אין די דעמאלטס’דיגע אמעריקע‬ ‫באקומט א פנים חדשות‪ ,‬א פרישקייט‬ ‫צו ווערן א פעסטע מקום תורה ותפלה‪.‬‬ ‫די זקני הקהילה ווארטן בכליון עינים‬ ‫אויפן נייעם שול‬ ‫דער לאנגיעריגער פרעזידענט פון‬ ‫די שול הרבני הנכבד ר’ חיים יעקב‬ ‫ווייסמאן הי”ו‪ ,‬און דער טרעזשורער‬ ‫הרבני הנכבד ר’ שמעון ווייס הי”ו‪,‬‬ ‫וועלכע זענען שוין אקטיוו אין דעם בית‬ ‫המדרש מיט הארץ און געפיל פאר א‬ ‫יובל יארן‪ ,‬געבן איבער אפאר שטריכן‬ ‫איבער די שול און איר פראגרעס‪.‬‬ ‫די אור אלטע שול ווערט באשיינט פון‬ ‫די צוויי זקנים יקרים וואס זענען שוין‬ ‫עומד על משמרתם אין די שול פאר‬


‫עס איז געגרינדעט‬ ‫געווארן דורך‬ ‫פארצייטישע‬ ‫רוסישע אידן וואס‬ ‫האבן געוואוינט‬ ‫דעמאלטס אין‬ ‫בארא פארק‪.‬‬ ‫וויבאלד א טייל‬ ‫פון זיי האבן‬ ‫געשטאמט‬ ‫פון די שטאט‬ ‫ליובאויטש‪,‬‬ ‫דעריבער‬ ‫האבן זיי דאס‬ ‫גערופן “אנשי‬ ‫ליובאוויטש”‬

‫מיר געבן איבער דאס ווארט פארן ראש‬ ‫הקהל‪ ,‬הר”ר חיים יעקב ווייסמאן‪:‬‬

‫קענט איר מיטטיילן איבער די‬ ‫היסטאריע פון דעם שול?‬ ‫מיט הונדערט יאר צוריק איז בארא‬ ‫פארק געווען אנדערש ווי היינט‪ ,‬די שול‬ ‫איז נישט געווען חסידיש דעמאלטס‪,‬‬ ‫עס האבן געדאווענט דא קארפאטישע‬ ‫אידן‪ ,‬בוכארישע אידן‪ ,‬אלע סארטן‬ ‫אידן‪ .‬מען האט פיין געדאווענט‪ .‬מען‬

‫דער שול איז אלץ געווען א פול‬ ‫געפאקטער שול‪ .‬עס זענען געווען קרוב‬ ‫צו הונדערט קביעות’דיגע מעמבערס‬ ‫וואס האבן זיך געקענט‪ .‬איך געדענק‬ ‫אז איך האב געדארפט לאנג ווארטן צו‬ ‫באקומען א זיץ‪ ,‬א מקום קבוע‪ ,‬ווייל אין‬ ‫גאנצן שול איז געווען אויסגעקויפט די‬ ‫זיצן‪.‬‬ ‫די שול איז געווען א געשמאקע מקום‪.‬‬ ‫אנדערש ווי היינט‪ ,‬זענען רוב פון זיי‬ ‫זענען געווען ארבעטערס וואס האבן‬ ‫שווער געהארעוועט א גאנצע וואך‪ .‬שבת‬ ‫איז געווען די פרייליכסטע צייט ווען‬ ‫אלע חברים טרעפן זיך און מען פרייט‬ ‫זיך‪ .‬די שול איז געווען א פרייליכע‬ ‫מקום‪ .‬איך געדענק‪ ,‬מיט אסאך יארן‬ ‫צוריק‪ ,‬ביים קידוש‪ ,‬יונגע און אלטע‪,‬‬

‫עס איז געווען דא געשמאק אמאל! אלע‬ ‫סארטן שמחות זענען געפראוועט געווארן‬ ‫אין שול און דא איז געווען די צענטער פון‬ ‫די גאנצע געגענט‪.‬‬

‫ווער איז געווען דער רב פון‬ ‫די שול?‬ ‫מיר האבן געהאט גאר חשובע רבנים‪,‬‬ ‫הגאון רבי יצחק דוב אושפאל זצ”ל‪,‬‬ ‫וועלכער איז געווען רב פאר אסאך‬ ‫יארן‪.‬‬ ‫הגאון רבי יצחק רייטפארט שליט”א‪,‬‬ ‫הרב שווענדער‪ ,‬און הרב ר’ ישראל‬ ‫חיים סאמעט שליט”א‪ .‬די רבנים האבן‬ ‫געלערנט מיט אונז‪ ,‬יעדן טאג א שיעור‬ ‫גמרא תוספות און הלכה און שבת’דיגע‬ ‫דרשות‪.‬‬

‫פסח תשע”ט | ‪27‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫לאנגע יארן‪ .‬דער טייערער ראש הקהל‬ ‫ר’ יאנקל ווייסמאן הי”ו וועלכער טראגט‬ ‫שוין די עול פון די שול אסאך יארן מיט‬ ‫זיין ווארעמע שמייכל און האלט די שול‬ ‫בתפארתו‪ ,‬און דער חשובער טרעזשורער‬ ‫ר’ שמעון ווייס הי”ו‪ ,‬א וואוילער איידעלער‬ ‫איד‪ ,‬משרידי דור הישן‪ ,‬וועלכע האבן‬ ‫מיטגעטיילט זייערע געפילן‪.‬‬

‫האט געדאווענט מיט א פרייליכקייט‪ ,‬עס‬ ‫זענען געווען גוטע חזנים‪.‬‬

‫אלעס פרייט זיך און מאכט א לחיים‪.‬‬


‫בית יצחק‬

‫אין די לעצטערע יארן‬ ‫איז די היסטארישע שול‬ ‫געווארן גאר אלט‪ ,‬זאכן‬ ‫זענען זיך צעפאלן און‬ ‫מען האט איינגעזען‬ ‫אז מען מוז עפעס טון‬ ‫אריינצוברענגען א‬ ‫פרישקייט אין דעם אלטן‬ ‫מקום‪ .‬די קאסטן צו‬ ‫ווייטער אויפהאלטן און‬ ‫רענאווירן אזא אלטע‬ ‫בנין איז צו גרויס‪ ,‬אפילו‬ ‫די פונדאמענטן זענען‬ ‫שוין פארשימלט און‬ ‫צעפאלן‬

‫וועלכע חזן געדענקט איר‬ ‫דאווענען אין דעם שול?‬ ‫איך געדענק דעם חזן ר’ לייבעלע‬ ‫וואלדמאן‪ ,‬אוי הוי האט ער געדאווענט!‬

‫וואס האט זיך לעצטנס‬ ‫געטוישט אז מען דארף‬ ‫איבערבויען?‬ ‫אין די לעצטערע יארן איז די‬ ‫היסטארישע שול געווארן גאר אלט‪,‬‬ ‫זאכן זענען זיך צעפאלן און מען‬ ‫האט איינגעזען אז מען מוז עפעס‬ ‫טון אריינצוברענגען א פרישקייט‬

‫‪ | 28‬בארא פארק בבנינה‬

‫אין דעם אלטן מקום‪ .‬די קאסטן צו‬ ‫ווייטער אויפהאלטן און רענאווירן‬ ‫אזא אלטע בנין איז צו גרויס‪ ,‬אפילו די‬ ‫פונדאמענטן זענען שוין פארשימלט‬ ‫און צעפאלן‪.‬‬

‫פארוואס אראפווארפן‬ ‫דעם בנין‪ ,‬קען מען נישט‬ ‫איבערבויען ווי עס שטייט‬ ‫און גייט?‬ ‫רענאווירן וואלט געקאסט שווערע‬ ‫מיליאנען‪ .‬די עקספערטן האבן‬ ‫אינספעקטירט דעם גאנצן בנין און‬ ‫געזאגט זייער קלאר אז מען קען דאס‬

‫נישט פארריכטן‪ ,‬די יסודות זענען אזוי‬ ‫צובראכן אז די איינציגסטע און די‬ ‫בעסטע עצה איז עס אראפצואווארפן‬ ‫און אויפבויען פון פריש‪ .‬אזוי קען מען‬ ‫אויך מאכן א שיינע מקוה‪ ,‬א שמחה‬ ‫זאל פאר א שטיקל הכנסה פארן בית‬ ‫המדרש‪ ,‬און אזוי ווייטער‪.‬‬

‫איז אונטערגעקומען עפעס‬ ‫קריטיק קעגן אראפווארפן‬ ‫דעם אלטן בנין?‬ ‫יא‪ ,‬מענטשן האבן געפרעגט‪ :‬היתכן‬ ‫מען גייט אראפווארפן א בנין בית‬ ‫המדרש? אבער הלכה’דיג איז דאס‬


‫כולו אומר כבוד‪ :‬דער מאיעסטעטישער אויסקוקן פונעם צוקונפטיגן ביהמ”ד בעז”ה‬

‫אנדערע זאגן אז וויבאלד עס איז א‬ ‫אלטע היסטארישע שול‪ ,‬מוז מען עס‬ ‫האלטן פאר די היסטארישקייט און מען‬ ‫טאר עס נישט איבערבויען‪.‬‬

‫אויב איינער זארגט זיך פאר די שול‬ ‫איז עס מיר מיט ר’ שמעון’ען און‬ ‫די פארבליבענע מעמבער’ס וואס‬ ‫ארבייטן אינאיינעם מיט אונז שוין יארן‬ ‫לאנג‪ .‬אויב איינער זארגט זיך פאר די‬ ‫היסטארישקייט איז עס איך‪ .‬איך זארג‬ ‫מיר פאר די שול וואס איך געדענק‪,‬‬ ‫מיינע אלטע חברים און מיינע יונגערע‬

‫אבער איך פארשטיי בכלל נישט די‬ ‫טענה‪ .‬די עיקר איז אז עס איז א שול ווי‬ ‫אידן דאווענען‪ ,‬א מקום קדוש‪ .‬דאס אז‬

‫איינער האט געזאגט מען זאל מאכן‬ ‫דא טורס צו באטראכטן די שול‪ ,‬אבער‬ ‫מיר ווילן א בית מדרש נישט שפירן ווי‬ ‫מען איז אין א מוזעאום‪ .‬קריטיקירן קען‬ ‫מען אייביג‪ ,‬אלעס איז נארישקייטן‪ .‬די‬ ‫גבאים פון די שול און אסאך מבינים‬ ‫האבן מחליט געווען אז כדי דער שול זאל‬ ‫האבן א קיום מוז מען עס איבערבויען‬ ‫און מאכן א נייע הערליכע שול‪ .‬מיר‬ ‫האבן זייער שיינע פלענער און עס קומט‬ ‫אם ירצה השם א שיינע הערליכע שול‬ ‫מיט וואס מיר וועלן זיין זייער שטאלץ‬ ‫בע”ה‪.‬‬

‫פסח תשע”ט | ‪29‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫נישט קיין פראבלעם‪ .‬די קהילה האט‬ ‫אנגעפרעגט ביי דיינים וגדולי הוראה‬ ‫אויב מען מעג עס טון‪ ,‬און די דיינים‬ ‫האבן געפסקנט כדת וכדין אז מען מעג‬ ‫אראפווארפן א בית המדרש כדי איר צו‬ ‫אויפבויען שענער‪ .‬און נאכדערצו אז א‬ ‫נייע בנין וועט קענען האבן א הכנסה‬ ‫פאר די ביהמ”ד און מאכן די מקום א‬ ‫בליענדע מקום תורה ותפלה‪.‬‬

‫עס איז היסטאריש געבט צו און מאכט‬ ‫דאס פלאץ חשובער‪ ,‬עס איז אבער נישט‬ ‫קיין לענדמארק פלאץ וואס מען האלט‬ ‫פאר היסטאריע‪ ,‬מיר ווילן עס נישט‬ ‫פאר א מוזעאום‪ ,‬מיר ווילן א לעבעדיגע‬ ‫שיינע בית המדרש וואס מען קען נוצן‬ ‫צו לערנען און דאווענען מיט הרחבת‬ ‫הדעת‪ ,‬אזוי ווי איך בין געוואוינט פון‬ ‫אלע יארן‪ ,‬איך וויל נישט קיין מוזעאום‪.‬‬

‫יארן‪ .‬אבער איך וויל נישט עס זאל‬ ‫בלייבן א טויטע צעפאלענע שול‪ ,‬איך‬ ‫וויל א פלאץ וואס די געגנט זאל קומען‪,‬‬ ‫איך וויל א שיינע מקום קדוש‪.‬‬


‫בית יצחק‬ ‫דער הערליכער און ריזיגער היכל ביהמ”ד הגדול‬

‫מיר האבן שיינע‬ ‫פלענער צו בויען‬ ‫א ריזיגע צען‬ ‫טויזנט פיסיגער‬ ‫בית המדרש‪ ,‬א‬ ‫‘מעסטערפיעס’‬ ‫פון א שיינע שול‪,‬‬ ‫אזוי ווי אידישע‬ ‫שולן פלעגן‬ ‫אמאל אויסקוקן‪,‬‬ ‫לעכטיג‪ ,‬שיין‪,‬‬ ‫א הויכע דאך‪,‬‬ ‫א הערליכע‬ ‫ברייטע מקוה‪ ,‬א‬ ‫שמחה זאל‪ ,‬און‬ ‫שטיבלעך צום‬ ‫דאווענען‪ ,‬אזוי‬ ‫אז די שול וועט‬ ‫פריש ווירבלען‬ ‫מיט מתפללים‬ ‫‪ | 30‬בארא פארק בבנינה‬

‫איך וויל אנהאלטן מיין ‪ 45‬יאר‬ ‫גבאות‪ ,‬אבער אינעם נייעם‬ ‫שול!‬ ‫דער זקן מופלג פון איבער די תשעים‬ ‫בליעה”ר‪ ,‬דער מלחמה איבערלעבער‪,‬‬ ‫הרבני הישיש ר’ שמעון ווייס הי”ו עמו”ש‪,‬‬ ‫וועלכער פירט שוין אן דאס גבאות פאר‬ ‫‪ 45‬יארן‪ .‬לייגט צו מיט זיין דעת זקנים‬ ‫זיינע נאסטאלגישע זכרונות פון דעם‬ ‫שול‪ ,‬און זיין האפנונג אויף איר החזרת‬ ‫עטרה ליושנה‪.‬‬

‫וויאזוי איז די גבאות היינט‬ ‫צוטאגס?‬ ‫ברוך השם איך פרוביר אנצוהאלטן‪ ,‬טראץ‬ ‫וואס איך בין איבער די ניינציג‪ ...‬אבער די‬ ‫שול איז שוין נישט אזוי ווי אמאל‪ .‬היינט‬ ‫איז עס יונגעלייט מיט שטריימלעך און‬ ‫גרויסע משפחות‪ ,‬מען זאגט היינט “מתנה‬ ‫לבית המדרש‪ ”....‬נו‪ ,‬אז מען האט נישט‬ ‫האט מען דאך נישט‪...‬‬ ‫אזוי קען מען דאך נישט צולאנג אנהאלטן‬ ‫מיט אן אלטן שול וואס צעפאלט‪ ,‬האפן‬ ‫מיר צו מאכן א שיינע נייע שול און איך‬ ‫האף עס צו דערלעבן‪ .‬איך האף צו טאנצן‬ ‫דא ביים חנוכת הבית און צו דערלעבן א‬ ‫שיינעם הכנסת ספר תורה אינעם נייעם‬ ‫שול בעזרת השם‪.‬‬

‫דער שול איז מיין היים! אין יאר ‪1974‬‬ ‫בין איך געקומען אהער‪ ,‬פון שטאט‬ ‫סעליש‪ .‬נאכן קריג בין איך געווען ביי די‬ ‫קאמוניסטן און עס האט געדויערט ביז‬ ‫איך האב געקענט פון דארט ארויסקומען‪.‬‬ ‫דאהי איז דאס געווען מיין ערשטע שול‪.‬‬ ‫א פיינער שול איז עס געווען‪ ,‬מען האט‬ ‫געלעבט און געדאווענט דא‪.‬‬

‫וואס זענען די פלענער פון‬ ‫דעם שול?‬

‫מיט ‪ 45‬יאר צוריק האט מען מיר מכבד‬ ‫געווען מיט דאס גבאות‪ .‬אמאל איז געווען‬ ‫דא א בעל‪-‬בתיש’ער עולם‪ ,‬מען האט‬ ‫געצאלט מעמבערשיפ און גע’שנדר’ט אין‬ ‫גרויסן‪ .‬איך געדענק‪ ,‬אמאל איז א גבאי‬ ‫געווען א גבאי‪ .‬איך פלעג ארומגיין צו‬ ‫מענטשן אינדערהיים אפנעמען די נדרים‬ ‫ונדבות‪.‬‬

‫מיר האבן שיינע פלענער צו בויען א‬ ‫ריזיגע צען טויזנט פיסיגער בית המדרש‪,‬‬ ‫א ‘מעסטערפיעס’ פון א שיינע שול‪,‬‬ ‫אזוי ווי אידישע שולן פלעגן אמאל‬ ‫אויסקוקן‪ ,‬לעכטיג‪ ,‬שיין‪ ,‬א הויכע דאך‪,‬‬ ‫א הערליכע ברייטע מקוה‪ ,‬א שמחה זאל‪,‬‬ ‫און שטיבלעך צום דאווענען‪ ,‬אזוי אז די‬ ‫שול וועט פריש ווירבלען מיט מתפללים‪.‬‬


‫דער פראכטפולער אריינגאנג צום נייעם שוהל בעז”ה‬

‫די מקוה מיט די צוויי ריזיגע בורות בעז”ה‬

‫דער גרויסער היכל התורה‬

‫ווי האלט מען מיטן בויען?‬ ‫די פלאן פארן נייעם ביהמ”ד האט שוין‬

‫ג ד ו ל‬

‫ווער טראגט דעם עול פון די‬ ‫גרויסע הוצאות?‬ ‫אונזער געטרייער גבאי הר”ר אשר‬ ‫גליק וועלכער איז איבערגעגעבן פאר‬ ‫דעם בית המדרש בלב ונפש ער ארבעט‬

‫י ה י ה‬

‫כ ב ו ד‬

‫בקרוב וועלן מיר אינפארמירן איבער‬ ‫דעם מעמד הנחת אבן הפינה פארן‬ ‫נייעם הערליכן ביהמ”ד‪ .‬ווי שיין וועט‬ ‫זיין ווען אויפן אלטן פלאץ פונעם אלטן‬ ‫בנין וועט שטיין איינס פון די שענסטע‬ ‫בתי מדרשים אין שטאט‪ ,‬ברוב פאר‬ ‫והדר‪.‬‬

‫•‬

‫ה ב י ת‬

‫ה ז ה !‬ ‫פסח תשע”ט | ‪31‬‬

‫בארא פארק בבנינה‬

‫העכער דעם בית המדרש פלאנען מיר צו‬ ‫בויען דירות‪ .‬דאס איז גאר א גוטע דיעל‬ ‫פאר די בית המדרש‪ ,‬אז עס וועט אויך‬ ‫זיין דירות‪ ,‬מען וועט בויען מער שטאקן‪,‬‬ ‫און די הכנסות פון די דירות וועלן קענען‬ ‫דעקן דעם חלק הארי און זיכער מאכן עס‬ ‫זאל קענען אנגיין מיט א שטארקייט‪.‬‬

‫ב”ה באקומען די נויטיגע פערמיטן און‬ ‫מען האפט צו קענען בקרוב זעהן די‬ ‫גרויסע פראגרעס און די אויפבוי פון‬ ‫דעם הערליכן בנין‪.‬‬

‫דערויף און ברוך השם ער טויגט גאר‬ ‫גוט‪.‬‬


‫אינעם‬ ‫קומעדיגן‬ ‫נומער‬ ‫וועלן מיר אי”ה ברייט באריכטן די‬ ‫פארשריט אין די פאלגענדע קהילות‬ ‫און מוסדות התורה בעירינו עיה”ת‬ ‫בארא פארק‪:‬‬

‫ • ביהמ”ד קליינווארדיין‬ ‫ • מוסד כפיים‬ ‫ • ביהמ”ד זלאזיץ‬ ‫ • תלמוד תורה בעלזא‬ ‫ • ביהמ”ד בעלעד‬ ‫ • ביהמ”ד סקווירא ‪44‬‬ ‫ • ביהמ”ד תפארת אליעזר‬ ‫און נאך פילע גאר‬ ‫אינטרעסאנטע פראיעקטן‬

‫בארא פארק בבנינה‬ ‫צו באקומען אונזערע קומעדיגע אויסגאבעס אדער צו‬ ‫באשרייבן אייערע בנינים קענט איר זיך ווענדן צו אונז‬

‫‪BoroParkBuilding@gmail.com‬‬

‫‪ | 32‬בארא פארק בבנינה‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.