הילף איז בלויז איין טעלעפאן רוף אוועק!
זעקה Za’akah / An organization committed to fight sexual abuse in the Orthodox community.
888-492-2524
עמודים Amudim /
Amudim will be there for you to help you in the process of recovery. Don’t hesitate to reach out.
646-517-0222
מגנו Magenu /
Provides educational materials to parents and schools on child safety and abuse prevention.
855-magenu1
נאך איין זאך… די זיכערהייט פון אייערע קינדער איז אין אייערע הענט. אויב איר שפירט אז דער דאזיגער קונטרס האט אייך געהאלפן עפעס פארשטיין ,ביטע פארשפרייט עס ווייטער מיט משפחה ,פריינט און באקאנטע ,און האט א חלק אין העלפן כלל ישראל באשיצן אונזערע קינדערלעך בס"ד.
לאמיר אריינשיינען ליכטיגקייט
לערן זיי וועגן זייער גוף. "צדיק ,מיר האבן חלקים פון אונזער קערפער וואס זענען פריוואט .מיר ווייזן זיי נישט פאר קיינעם, אפילו נישט חברים".
פארזיכער זיי אז זיי קענען מיט אייך מיטטיילן סיי וועלכע סודות. "אפילו אויב איינער האט דיר געזאגט צו האלטן א סוד ,קענסטו אונז זאגן .מיר וועלן זיכער מאכן אז דו ביסט סעיף ,און וועסט קיינמאל נישט ליידן פאר'ן זאגן א סוד פאר דיינע עלטערן".
לערן זיי אז געוויסע מענטשן קענען זיין א סכנה. "רוב מענטשן זענען גוט און וואויל ,אבער געוויסע ווילן טון שלעכטע זאכן פאר קינדער .אויב איינער טוט עפעס פאר דיר און זאגט דיר נישט צו זאגן פאר דיינע עלטערן ,זאלסטו וויסן אז דו קענסט אונז זאגן און ס'וועט גארנישט געשען .מיר וועלן אייביג פארזיכערן בע"ה אז דו וועסט זיין סעיף און באשיצט".
זאג זיי צו אז זיי וועלן נישט באשטראפט ווערן. "זארג דיך נישט ,איך וועל מיך קיינמאל נישט אויפרעגן אויף דיר אויב דו זאגט מיר עפעס וואס איז געשען צו דיר .קיינמאל".
אויב איינער וויל דיר געבן א קענדי ,זאלסטו אונז אייביג זאגן. "מיר וועלן דיר לאזן האבן די קענדי ,אבער ס'איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן אייביג וויסן ווער עס גיט דיר א קענדי".
מענטשן דערציילן
19
אלס עלטערן איז אונזער אחריות צו רעדן צו אונזערע קינדער וועגן זיכערהייט ,אבער ס'איז פונקט אזוי וויכטיג אויסצוהערן אונזערע קינדער און זיין אריינגעטון אין זייער לעבן. ריסוירטש ווייזט אז עלטערן וועלכע זענען נישט אריינגעטון אין דעם לעבן פון זייערע קינדער ,האבן זייערע קינדער א גרעסערע ריזיקע פון רוצחי נפשות .ווען אזא חיה רעה שפירט אז זייער ציל האט נישט מיט וועמען מיטצוטיילן זייער שיקזאל ,איז פאראן א גרעסערע שאנס אז זיי וועלן זיי שעדיגן.
הערט גוט אויס מאך פלאץ פאר דיין קינד צו רעדן צו זיין וועגן קליינע פרטים פון זייער לעבן. זיי זיי מעודד דיר צו זאגן אלעס וואס ליגט אויף זיין קאפ. ס'איז שטארק רעקאמענדירט אז מ'זאל אוועקלייגן א באשטימטער צייט - איין מאל א וואך אדער מער -צו פרעגן און שמועסן וועגן זייער לעבן .מיר קענען זיי בעטן צו דערציילן עפעס גוט אדער חלילה שלעכט וואס איז געשען די וואך ,און ווייזן מיטגעפיל ווען זיי גייען אריבער א שווערע זאך. מיר קענען מעודד זיין אונזערע קינדער זיך צו עפענען דורך טון אקטיוויטעטן צוזאמען ,ווי מאלן ,אדער שפילן ,וואס קען עס מאכן באקוועמער מיטצוטיילן און זיך אויסשמועסן. ווייל זיי אז זיי און אלעס וואס זיי זאגן איז דיר וויכטיג .הער זיך צו אקטיוו, און לייג צו קאפ ,מאך אויג-קאנטאקט און זיי אינגאנצן דארט מיט דעם גוף און דעם נפש. אויף דער פאלגנדער זייט האבן מיר געשריבן עטליכע ביישפילן וויאזוי מ'קען רעדן צו קינדער וועגן זיכערהייט.
18
מענטשן דערציילן
די עדות'שאפטן וואס זענען אויסגעהערט געווארן אין בית דין קעגן חיים וואלדער נפאל אויף א 9יעריג אינגל וואס איז געקומען ָא ַ פאר באהאנדלונג
נפאל אויף א פרוי וועלכע איז געקומען פיזישער ָא ַ מיט איר זון פאר באהאנדלונג
נפאל אויף א 9יעריג אינגל וועלכער האט ָא ַ געלערנט אין זיין קעמפ
באלעסטיגונג פון א 15יעריג מיידל וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
נפאל אויף א 12יעריגן מדריך ָא ַ אין זיין קעמפ
באלעסטיגונג פון א 15יעריגער בחור וועלכער איז געקומען פאר באהאנדלונג
פולע און קביעות'דיגע אינטימע באציאונגען מיט א מיידל אונטער 14יאר
באלעסטיגונג פון א 16יעריג מיידל וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
פולע און קביעות'דיגע אינטימע באציאונגען מיט א מיידל אונטער 16יאר
באלעסטיגונג פון א 17יעריג מיידל וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
נפאל אויף אן 18יעריגע פיזישער ָא ַ מדריכה אין קעמפ
באלעסטיגונג פון א 19יעריג מיידל וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
פולע אינטימע באציאונגען ,באצווינגענערהייט, מיט א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
באלעסטיגונג אויף א פרוי וועלכע איז געקומען מיט איר זון פאר באהאנדלונג
פולע אינטימע באציאונגען ,באצווינגענערהייט, מיט א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
באלעסטיגונג אויף א פרוי וועלכע איז געקומען מיט איר זון פאר באהאנדלונג
פולע אינטימע באציאונגען מיט א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
באלעסטיגונג אויף א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
פולע אינטימע באציאונגען מיט א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
באלעסטיגונג אויף א פרוי וועלכע האט געארבעט מיט אים
פולע אינטימע באציאונגען מיט א פרוי וועלכע איז געקומען פאר באהאנדלונג
באלעסטיגונג אויף א פרוי וועלכע האט זיך געטראפן מיט אים
טייל פון די עדות'שאפטן זענען געהערט געווארן דורך די קרבנות אליין ,און טייל פון די וואס האבן זיי באהאנדלט און אנדערע פראפעסיאנאלן.
מענטשן דערציילן
17
ש א ל ה :
איך בית הדין של הרב קבע שחיים ולדר אשם בלי לשמוע אותו .במיוחד שכבר פסקת שהוא אשם? וויאזוי האט דער רב'ס בית דין קובע געווען אז חיים וואלדער איז שולדיג אן אים אויסהערן .ספעציעל אז איר האט שוין פון פריער גע'פסק'נט אז ער איז שולדיג?
ת ש ו ב ה :
א.
ההלכה מחייבת אותנו כרבנים לפעול כנגד אנשים שמטמאים את בית ישראל( .תענית יב .מו"ק ו .ב"י תקסה) .הטיפול הזה לא נעשה בכללים הרגילים של בית דין ולא חייבים לקבל עדות בפניו( .שו"ת שואל ומשיב מהד"ק חלק א ,סימן קפה) .כל שכן כשרגיל לאיים על הנשים ויראות מפניו. (רמ"א חו"מ כח טו).
ב.
עם זאת בדקנו וחקרנו ושאלנו היטב ,הגיעו לפנינו עדים שהעידו כי הוא נאף עם נשים נשואות שנים רבות עד שגרם להם להתגרש ולהיות אסורות על בעליהן .ראינו מעשה בית דין על כך וחיזקנו את הדברים בהוכחות נוספות חד משמעיות .כמו כן שמענו הקלטות בקולו שמעידות על מעשים חמורים בעריות שהוא עשה ,ומצאנו הוא אשם בלי שום ספק.
ג.
למרות שהיה ברור לו שהוא הורס בתים .ולמרות שהיה ברור לו שהוא מכשיל ומטמא את בית ישראל ,המשיך ולדר בדרכו בלי לעצור לרגע .קיבלנו עדויות על 22נשים ונערות שהוא פגע בהן ,ואין שום ספק שהמקרים הללו הם רק חלק קטן מפגיעתו הרעה.
ד.
התורה מלמדת אותנו להתייחס למעשים של ולדר ׁר יָ קּום בתיעוב ובחומרה כאילו מדובר ברצחּ" .כִ י ּכַ ֲא ֶש ִאיׁש ַעל ֵר ֵעהּו ְּור ָצחֹו נֶ ֶפׁש ּכֵ ן ַה ָּד ָבר ַהזֶ ּה" .מעשים כאלה מביאים חרון אף על ישראל ,מביאים גזרות רעות ,עוצרים את התפילות, "אל ִּת ַּט ְּמאּו ְּבכָ ל ֵאּלֶ ה ּכִ י ְבכָ ל ֵאּלֶ ה נִ ְט ְמאּו וכך מזהירה התורהַ : ּׁלֵ ַח ִמ ְּפנֵ יכֶ ם :וַ ִּת ְט ָמא ָה ָא ֶרץ וָ ֶא ְפקֹד ֲעוֹנָ ּה ׁר ֲאנִ י ְמ ַש ַהּגֹויִ ם ֲא ֶש ׁב ָיה"( .ויקרא פרק יח כד). יש ֶ ָעלֶ ָיה וַ ָּת ִקא ָה ָא ֶרץ ֶאת ְ
ה.
על פי ההלכה מותר לנו להלקות אדם כזה ברבים (קידושין פא .שו"ע אה"ז קעח כ) ,לנדות אותו( .מו"ק יז ).לבזות אותו ברבים( .רמב"ם סנהדרין כד ה) .להעביר אותו מלהיות שליח ציבור (מג"א נג ז ).לאסור עליו ללמד את ילדי ישראל (שו"ת שואל ומשיב מהד"ק חלק א ,סימן קפה) .ועוד הרבה דברים אחרים שלא נהוגים היום( .רמב"ם סנהדרין כד. שו"ע חו"מ ב).
ו.
אנחנו לא משתמשים בכל הדרכים הללו ,אבל חייבים לעצור אותו .אם לא נזהיר את הציבור ממעשיו והוא ימשיך בהם ,האשמה תהיה עלינו ,חלילה( .נדה סא .).מכח החובה שמוטלת עלינו לעצור את המקרים הבאים ,אנחנו פועלים להפסיק את התועבות שלו.
ז.
קראנו לחיים ולדר כדי שיקבל על עצמו דרך תשובה. שלחנו אנשים לשכנע אותו שיחזור בו כדי שלא יהיה חילול השם גדול כשיתפרסמו כל המעשים הללו .במקום לחזור בתשובה הוא בחר לאיים ולהכפיש אותנו באמצעות שליחיו, כמו שהם ניסו לאיים על הרה"ג יהודה סילמן שליט"א שפסק להוציא את ספריו מהבתים .חבל מאוד מאוד שהוא לא מכניע את עצמו ומקבל דרך התשובה.
ת ש ו ב ה :
א.
אלס רבנים איז די הלכה אונז מחייב צו טון פעולות קעגן מענטשן וואס זענען מטמא כלל ישראל (תענית יב .מו"ק ו .ב"י תקסה) .דאס טוט מען נישט מיט די געווענליכע כללים פון בית דין ,און מ'איז נישט מחוייב מקבל צו זיין עדות פארנט פון דעם מענטש (שו"ת שואל ומשיב מהד"ק ח"א סי' קפ"ה) .און אוודאי דארף מען נישט מקבל עדות זיין פארנט פון דעם מענטש ווען ער איז געוואוינט צו סטראשען פרויען און זיי האבן מורא פון אים (רמ"א חו"מ כח טו).
ב.
פונדעסטוועגן האבן מיר בודק געווען ,און מיר האבן געפארשט און זיך גוט ארומגעפרעגט .עס זענען געקומען צו אונז עדים וועלכע האבן מעיד געווען אז ער האט געזינדיגט מיט פארהייראטע פרויען אסאך יארן ,ביז ער האט גורם געווען אז זיי האבן זיך געמוזט גט'ן און געווארן אסורות לבעליהן .מיר האבן געזען א "מעשה בית דין" וואס באשטעטיגט דאס ,און מיר האבן געזען נאך קלארע און אומצוויידייטיגע באווייזן .אזוי אויך האבן מיר געהערט רעקארדירונגען מיט זיין שטימע וואס ווייזן אויף שרעקליכע מעשים אין עריות וואס ער האט געטון ,און מיר האבן איינגעזען בלי שום ספק אז ער איז שולדיג.
ג.
כאטש ס'איז אים קלאר געווען אז ער צעשטערט אידישע שטיבער ,און כאטש ער האט געוואוסט אז ער איז מכשיל און מטמא אידן ,איז וואלדער אנגעגאנגען אויף זיין וועג אן זיך אפשטעלן אויף א רגע .מיר האבן געהערט עדות אויף 22פרויען און מיידלעך וואס ער האט זיי פוגע געווען ,און ס'איז נישט קיין ספק אז די דאזיגע געשעענישן זענען נאר א קליין חלק פון זיינע פגיעות.
ד.
די תורה לערנט אונז זיך צו באציען צו די מעשים פון וואלדער מיט גרויל ׁר יָ קּום ִאיׁש ַעל און אפשיי ,און מיט הארבקייט פונקט ווי רציחהּ" .כִ י ּכַ ֲא ֶש ֵר ֵעהּו ְּור ָצחֹו נֶ ֶפׁש ּכֵ ן ַה ָּד ָבר ַהזֶ ּה" .אזעלכע מעשים ברענגען א חרון אף אויף אידן ,זיי "אל ברענגען שלעכטע גזירות ,זיי האלטן צוריק תפילות ,און אזוי ווארנט די תורהַ : ּׁלֵ ַח ִמ ְּפנֵ יכֶ ם :וַ ִּת ְט ָמא ָה ָא ֶרץ ׁר ֲאנִ י ְמ ַש ִּת ַּט ְּמאּו ְּבכָ ל ֵאּלֶ ה ּכִ י ְבכָ ל ֵאּלֶ ה נִ ְט ְמאּו ַהּגֹויִ ם ֲא ֶש ׁב ָיה"( .ויקרא פרק יח כד). יש ֶ וָ ֶא ְפקֹד ֲעוֹנָ ּה ָעלֶ ָיה וַ ָּת ִקא ָה ָא ֶרץ ֶאת ְ
ה.
על פי הלכה מעגן מיר געבן פאר אזא מענטש מלקות ברבים (קידושין פא. שו"ע אה"ז קעח כ) ,אים צו לייגן אין א נידוי (מו"ק יז ,).אים פארשעמען ברבים (רמב"ם סנהדרין כד ה) ,נישט לאזן זיין א שליח ציבור (מג"א נג ז ,).אסר'ן צו לערנען מיט אידישע קינדער (שו"ת שואל ומשיב מהד"ק חלק א ,סימן קפה) ,און נאך פילע זאכן וואס זענען נישט נוגע היינטיגע צייטן( .רמב"ם סנהדרין כד .שו"ע חו"מ ב).
ו.
מיר באנוצן זיך נישט מיט די אלע מיטלען ,אבער מ'דארף אים אפשטעלן .אויב מ'וועט נישט ווארענען דעם ציבור וועגן זיינע מעשים ,און ער וועט אנגיין מיט זיי ,ווען דער שולד זיין אויף אונז חלילה (נדה סא .).צוליב דעם חוב וואס ליגט אויף אונז אפצושטעלן ווייטערדיגע פעלער ,ארבעטן מיר אפצושטעלן זיינע תועבות.
ז.
מיר האבן גערופן אויף חיים וואלדער אז ער זאל נעמען אויף זיך א דרך תשובה .מיר האבן געשיקט מענטשן זאלן אים איבערצייגן אז ער זאל תשובה טון ,כדי עס זאל נישט זיין א גרויסער חילול השם ווען זיינע מעשים וועלן נתפרסם ווערן .אנשטאט תשובה טון ,האט ער מחליט געווען צו סטראשען און אונז באשמוצן דורך זיינע שליחים ,אזוי ווי זיי האבן פרובירט צו סטראשען הרה"ג יהודה סילמאן שליט"א וועלכער האט גע'פסק'נט אז מ'זאל ארויסווארפן זיינע ביכער פון שטוב. ס'איז א גרויסער ווייטאג אז ער וויל זיך נישט מכניע זיין און נעמען אויף זיך א דרך תשובה.
דער שווערער געריכטליכער פראצעס וואס קרבנות דארפן דורכגיין
1 4
אריינגעבן א קלאגע צו דער פאליציי און זאגן עדות .עס איז רעקאמענדירט אז מ'זאל דאס טון מיט פראפעסיאנאלע באגלייטונג פאר הדרכה און עמאציאנעלע שטיצע.
פראקורארן גייען איבער דעם קעיס און באשליסן אויב ס'איז דא גענוג באווייזן.
אויב ווערט דאס אן אפיציעלע אנקלאגע ,ווערט עס געברענגט פאר א שופט.
7
6
סעקסואלע פארברעכער זענען כמעט קיינמאל נישט מודה ,איז עס גאר א שווערער פראצעס צוצושטעלן די באווייזן.
נאכדעם וואס אלע פארהערן זענען געענדיגט ,גיט דער שופר אדער דער דזשורי ארויס זייער פסק, שולדיג אדער נישט שולדיג.
9
2
פאליציי עפנט אן אויספארשונג און נעמט צוזאם באווייזן (קען נעמען חדשים).
פאליציי גיט איבער די געפונסן צו פראקורארן צו באשטימען די נעקסטע שריט.
5
3
ביי דעם שטאפל פאלן ארויס כמעט 80פראצענט פון אלע קעיסעס צוליב א מאנגל אין באווייזן.
נאכדעם ווערט דער קרבן אויסגעשטעלט צו שווערע פארהערן וואו דער צד פונעם אנגעקלאגטן פרובירט צו טרעפן לעכער אין זיין עדות'שאפט.
10
8
אויב קומט ארויס א שולדיג אורטייל ,באשטימט דער ריכטער דעם פסק.
מענטשן דערציילן
15
"שרייבן קעגן וואלדער מיינט אים משפט'ן אינדרויסן פון געריכט!"
ניין .נעמען א פובליק שטעלונג מיינט נישט אז מ'גיט ארויס א פסק דין אויף א מענטש .א מיינונג האט נישט קיין שום כוח צו פאראורטיילן א מענטש אדער אוועקנעמען זיין פרייהייט .יא ,עס קען קאליע מאכן דעם נאמען פון א מענטש וועלכער האט ביז היינט געמאכט פרנסה פון זיין רעפוטאציע ,און איז יעצט נחשד אויף מיאוס'ע פארברעכנס ,וואס ווייזט אז ער האט גענוצט זיין גוטן נאמען צו שעדיגן.
אויפדעקן אזא מענטש איז א וויכטיגער ערשטער שריט צו פארמיידן ווייטערדיגע סכנות. און נישט נאר מעג מען עס טון ,נאר ס'איז אונזער פליכט דאס צו טון .ס'איז אונזער אחריות צוליב דער מצוה פון לא תעמוד על דם רעך! אן אומשולדיגער מענטש האט אין אזא פאל די אויפגאבע צו רייניגן זיין נאמען .וויבאלד נישט אויפדעקן אזא מענטש איז א גאר גרויסע סכנה ,איז דאס א מינימאלע פרייז צו באצאלן כדי צו האלטן די געזעלשאפט מער זיכער.
איינער פון די סיבות פארוואס די מלחמה קעגן סעקסואלער אביוז איז אזוי שווער איז גענוי צוליב דעם :אזעלכע סארט פארברעכער זעען אויס צו זיין "נארמאלע" מענטשן.
"וויאזוי קען זיין אז אזא גוטער מענטש זאל זיין אן אביוזער?"
מיר ווייסן נישט וואס עס פאסירט אין א מענטשנ'ס לעבן וואס פירט אים ארויסצולאזן זיינע פינסטערע זייטן .נאר דער אויבערשטער ווייסט דאס. אלע מידות טובות וואס מיר האבן ,די תורה וואס מיר האבן געלערנט ,אלע מצוות וואס מיר האבן געטון ,קענען נישט צוריקהאלטן א מענטש פון טון שלעכטס .אויב האט ער טונקעלע אינסטינקטן צו שעדיגן קינדער ,און קאנטראלירט זיך נישט ,וועט ער אנקומען צו א מצב ווען די אינסטינקטן וועלן איבערנעמען קאנטראל איבער אים. א מענטש וועלכער שעדיגט קינדער איז נישט דווקא איינער וועלכער האט פיינט קינדער און זוכט זיי צו שעדיגן .ער קען האבן צוויי זייטן .איין זייט וואס פילט באמת שטארק פאר דעם וואוילזיין פון קינדער ,און אן אנדערע טונקעלע זייט וואו ער טראכט נישט פון די קאנסעקווענצן פון זיינע מעשים ווען זיין יצר הרע נעמט איבער. געוויסע מענטשן האבן זייער ליב וואלדער און זיינע ביכער און זענען שטארק צעבראכן ,זיי ווילן גלייבן אז דאס איז אלעס אן אויסגעפלאנטער בלבול קעגן אים .אבער ס'איז וויכטיג זיך צוצוהערן צו דער שטימע פון לאגיק אז ס'איז כמעט נישט מעגליך ,אז מ'קוקט אויף אלע פאקטן ,אז די אלע מעשיות זענען פאבריצירט. פובליק פיגורן וועלכע האבן א גוטע רעפוטאציע קענען צומאל נוצן זייער גוטן נאמען און דאס אומבאהאוונטקייט פונעם ציבור ,זיך ארויסצודרייען פון גערעכטיגקייט .לאמיר נישט זיין דער ציבור וואס ערלויבט זיי דאס צו טון.
14
מענטשן דערציילן
"וואס איז מיט דעם כלל 'אינאסענט אנטיל פרואווען גילטי'?" יא ,דער כלל אז מ'דארף באטראכטן א מענטש ווי אומשולדיג ביז ער ווערט באשטעטיגט אלס שולדיג איז וויכטיג ,אבער נאר אין א געריכט הויז .שופטים קענען נישט און זאלן נישט פאראורטיילן א מענטש ווען עס איז נישט דא קיין קלארע באווייזן .די חזקה אז א מענטש איז אומשולדיג איז וויכטיג פון דעם פערספעקטיוו פונעם געריכט .אבער אויף א געזעלשאפטליכן שטאפל איז אוממעגליך ארויסצוזאגן דעם כלל אן נעמען א שטעלונג וואס לייקנט די חזקה אז די וואס באשולדיגן דעם פארדעכטיגטן זענען אומשולדיג! ווען אזעלכע מעשיות ווערן באשריבן אין דער מידיע ,און מיר ,דער פובליק ,איז מחליט נישט צו גלייבן וואס עס האט פאסירט ווייל מיר שטעלן דעם באשולדיגטן אויף דער חזקה אז ער איז אומשולדיג ,טוען מיר מיט דעם נעמען א שטעלונג אז זיינע אנגעבליכע קרבנות זענען שקרנים! עס זענען נישטא קיין צוויי וועגן :סיי וועלכע פאזיציע וואס נעמט אן אז איינער איז אומשולדיג איז אויך א פאזיציע וואס באשמוצט דעם צד השני אין זאגן ליגנט .אלזא ,פרעגט אייך אליין ,פארוואס איז דער חזקת כשרות פונעם באשולדיגטן מער וויכטיג פאר אייך ווי דעם חזקת כשרות פון די אנגעבליכע קרבנות?
"אבער וואס טוט זיך מיט פאלשע באשולדיגונ גען?"
עדות שקר אויף סעקסואלער אנפאל איז אן ערנסטע און שרעקליכע זאך, אבער סטאטיסטיש גערעדט איז עס גאר זעלטן. ס'איז כמעט אוממעגליך צו באשמוצן א מענטשן מיט א פאלשער קלאגע אן לאוסוט. נעמען אויף די ריזיגע פון א ָ
סטאטיסטיש איז דער שאנס אז דיין זון וועט ווערן סעקסואל אביוזד ח"ו פיל מאל העכער ווי דער שאנס אז ער וועט זיין א קרבן פון א פאלשער עדות. איז לאמיר רעדן ערנסט :וועלכער פראבלעם איז וויכטיגער אויסצורייסן אזוי אז אייער זון זאל נישט ווערן געשעדיגט: די גאר זעלטענע מעגליכקייט אדער די מעגליכקייט וואס האט פיל מער שאנסן אז ס'זאל פאסירן? בכלליות ווארפן מענטשן ארום דעם טערמין "פאלשע באשולדיגונג" ווי כאילו ס'וואלט געווען א זאך וואס געשעט כסדר. עס איז שווער צו גלייבן אז די מענטשן זענען פשוט אזוי באזארגט פאר עפעס וואס געשעט גאר זעלטן -ס'איז מער מסתבר אז ס'ווערט גענוצט צו באשיצן אמת'ע פארברעכער.
מענטשן דערציילן
13
"אויב ס'איז טאקע געשען ,פארוואס זענען זיי נישט געגאנ גען צו דער פאליציי?"
קרבנות וואס גארטלען זיך אן מיט קוראזש און גייסטישע שטארקייט אריינצוגעבן אן אנקלאגע זענען געצווינגען דורכצוגיין עטליכע שווערע שטאפלען :צוערשט א פאליציי אויספארשונג .נאכדעם, אויב איז נישט פאראן קיין קלארע באווייזן אויף זייער קלאגע ,קען מען פארלאנגען אז זיי זאלן זיך טרעפן פנים אל פנים מיט'ן פארדעכטיגטן.
וואו זיי דארפן פרעזענטירן זייערע באווייזן און דורכגיין ווייטערדיגע אויספארשונגען. אין געריכט ווערן קרבנות געפרעגט זייער דעטאלירטע פראגעס וועגן דעם סעקסועלן אנפאל ,פראגעס וועלכע האבן צוטון מיט די פארבארגנסטע חלקים פון זייער קערפער ,צומאל כדי צו ווייזן אז זי האט מסכים געווען אויף דעם אינטימען קשר. אויב דאס איז נישט גענוג שווער ,דארפן צומאל די אדוואקאטן פונעם באשולדיגטן זיך אראפלאזן צו פערזענליך אטאקירן דעם אנקלעגער כדי אונטערצוהאקן זיין אדער איר באגלויבטקייט.
אויב זיי זענען מסכים צו דעם ,טרעפן זיי זיך זיצן פארנט פון זייער אביוזער ,און אין דער אנוועזנהייט פון פרעמדע ווערן אויפגעדעקט די פארבארגנסטע דעטאלן פון זייער לעבן .אין אזא סארט קאנפראנטאציע קען דער אביוזער זיך באנוצן מיט מונדליכע אביוז וואס צווינגט די קרבנות פריש איבערצולעבן זייער טראומא און דאס פארוואונדעט זיי נאך מער.
צוליב דעם וועלן פילע קרבנות ,אפשר רוב פון זיי ,נישט באריכטן זייערע איבערלעבענישן צו דער פאליציי.
אויב קומט דער קרבן אן צום שטאפל אז מ'פארמאכט נישט דעם קעיס ,און מ'ברענגט די קלאגעס אין געריכט, דארפן זיי נאך אלץ דורכגיין א דערמאטערנדן משפט
אין ליכט פון דעם ,קענען מיר זיך דען בלויז פארלאזן אויף די אויטאריטעטן און די געריכטן אויסצוראטן סעקסואלער אביוז פון אונזער מחנה?
דערפאר ,אפילו אויב למעשה וועט א קרבן זיגן און וועט באקומען יוסטיץ ,קומט דאס מיט גאר א הויכן פרייז ,און איז גאר א שווערער פראצעס.
צוערשט ,לאמיר זיין אויפריכטיג :צי ערווארט איר אז אזא געשיכטע זאל געדרוקט ווערן אין א היימישער צייטונג? לייקענען די מעשה צוליב וואו זי איז געדרוקט געווארן איז נישט נאר נישט- שכל'דיג ,נאר אויך א סכנה.
"'הארץ' איז אן אנטי-חרדישע צייטונ ג!"
קודם כל ,צייטונג-אויספארשונגען זענען איינער פון די וויכטיגסטע געצייגן זיך צו שלאגן מיט סעקסואלער אביוז .עס איז דער איינציגסטער וועג פאר קרבנות צו דערציילן וואס האט פאסירט מיט זיי אן פחד אז יעדער וועט וויסן אזעלכע פריוואטע פרטים פון זייער לעבן .אויב נעמען מיר אוועק דעם געצייג ,וועט דאס פירן אונזער געזעלשאפט צו מאראלישער פארפוילטקייט ,וואו מנובלים און פעדאפילן לעבן א חיים טובים צוליב דער וואנט פון שטילקייט. צווייטנס ,א זשורנאליסט וועלכער וואגט זיך אויפצומאכן מעשיות שטייט אויס צו ערנסטע קלאגעס אויף הוצאת שם רע .זיינע בעלי-בתים ווייסן דאס אויך ,און דערפאר האבן פובליקאציעס גאר הויכע סטאנדארטן פון באשטעטיגן אזעלכע מעשיות. דריטנס ,אהרן ראבינאוויטש האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז מ'האט אים אנגעבאטן גרויסע סומעס געלט אז ער זאל נישט דרוקן די געשיכטע ,און ער האט דאס תיכף באריכטעט צו זיינע בעלי-בתים אין דער צייטונג.
12
מענטשן דערציילן
"אבער מ'האט דאך פארמאכט דעם קעיס ווייל עס זענען נישט געווען גענוג באווייזן!"
"אבער דער פאליגראף טעסט!" אמת ,אבער "נישט גענוג באווייזן" מיינט נישט אז ער איז נישט געווען שולדיג.
ווער עס האט נאר אביסל וויסנשאפט פונעם לעגאלן סיסטעם ווייסט אז ווען מ'פארמאכט א קעיס ווייל עס זענען נישטא גענוג באווייזן מיינט דאס בכלל נישט אז דער פארדעכטיגטער איז ריינגעוואשן געווארן. צוליב דעם נאטור פון אזעלכע סארט פארברעכנס ,איז אפט זייער שווער צו ברענגען קלארע באווייזן .סטאטיסטיקס ווייזן אז פון אלע קלאגעס וועלכע ווערן אריינגעגעבן וועגן סעקשועל ָאנפעלער ,קען מען בלויז ביי ווייניגער פון 20פראצענט ברענגען גענוג באווייזן צו קענען פיילן א באשולדיגונג .רוב קעיסעס ווערן פארמאכט צוליב א מאנגל אין באווייזן. ברענגען באווייזן אין אזא סארט קעיס איז גאר שווער ,דער נאטור פון אזעלכע סארט פארברעכנס איז אז זיי ווערן געטון בסוד ,און פיל מאל איז נישטא קיינער וואס קען עדות זאגן חוץ די קרבן אליין .מיינט דאס אז וויבאלד א קעיס איז פארמאכט געווארן איז דאס א ראיה אז דער פארדעכטיגטער איז אומשולדיג? ספעציפיש אינעם קעיס פון חיים וואלדער ,דארף מען פארצייכענען ,אז רוב פון זיינע אנגעבליכע קרבנות האבן בכלל נישט קאנטאקטירט די פאליציי פאר פארשטענדליכע סיבות.
מיר האבן דאס שוין פריער אדרעסירט ,אבער די איראניע איז קלאר :עס זעט אויס אז די וואס פארלאזן זיך אזוי אויף דעם לעגאלן סיסטעם ,און ווילן נישט אנערקענען קיין שום שיקול הדעת פון דרויסן פון דעם געריכט ,זענען פלוצים בסדר מיט א פאליגראף טעסט וואס דער לעגאלער סיסטעם האט שוין לאנג אנערקענט אירע פראבלעמען און נעמט דאס נישט אן ווי באווייזן אין רוב געריכטן. נאך מער ,אויב איר גלייבט א פאליגראף טעסט ,פארוואס גלייבט איר נישט דעם פאליגראף וואס איינע פון די קרבנות האט גענומען און האט געוויזן אז זי זאגט דעם אמת? ווי שוין דערמאנט האט זשורנאליסט אהרן ראבינאוויטש אויך געמאכט א פאליגראף טעסט אויף איינע פון די אנגעבליכע קרבנות ,און דער טעסט האט אויך געוויזן אז זי זאגט דעם אמת.
מענטשן דערציילן
11
אבער וויאזוי איז עס מעגליך?
רוב מענטשן זענען גוט. זיי ווילן גלייבן אז די וועלט איז גוט. דערפאר ,ווען עס קומט ארויס אזא מעשה ,איז עס שווער צו פארדייען. צום באדויערן וועלן אסאך מענטשן ענדערש גלייבן אז ס'האט נישט פאסירט. אבער דאס איז שעדליך פאר די קרבנות און איבערלעבער.
וואס ענטפערן מיר? 10
מענטשן דערציילן
וואלדער'ס ענטפער ,ווי געדרוקט אין 'הארץ' חיים וואלדער'ס אדוואקאטן, מיקי גובה און גיי שמר ,האבן געענטפערט פאר זיינעטוועגן: "אונזער קליענט לייקנט מיט אפשיי סיי וועלכע באשולדיגונגען פון אומערליכע אויפפירונג מצדו ,און אוודאי דאס וואס ווערט דעטאלירט אין דעם ארטיקל .דאס זענען פאלשע באשולדיגונגען באזירט אויף אפענע ליגנטס וואס איז אן אמת'ער בלוט בלבול .מר. וואלדער איז א שרייבער און מחנך ,וועלכער האט געגרינדעט דעם "צענטער פאר פאמיליע און קינדער" אין בני ברק און האט איבערגעגעבן זיין לעבן פאר צענדליגער יארן צו שטיצן ,פלעגן ,און באשיצן דאס וואוילזיין און רעכטן פון קינדער בכלליות און בפרט פונעם חרדישן ציבור .זיין ארבעט האט אים געברענגט דעם "קינד-באשיצער" אווארד פונעם פרעמיער מיניסטאר.
"איבער די יארן האט מר .וואלדער געפירט מלחמות לטובת קינדער וועלכע האבן געליטן פון גוואלדטאטן און אביוז ,און אלס רעזולטאט האט ער זיך געמאכט פארשידענע מאכטפולע שונאים וועלכע האבן זיך געלייגט א ציל אים אונטערצוברענגען .מיר האבן באווייזן אויף געוויסע באוואוסטזיניגע פרואוון צו פאלש באשולדיגן אונזער קליענט .דער ארטיקל איז א דירעקטער המשך פון די זעלבע פאלשע באשולדיגונגען וואס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן אים אסאך יארן צוריק וואס אין רעזולטאט האט מען אים נישט אנגעקלאגט. "מר .וואלדער איז א חרדישער איד און דערפאר האט ער קיינמאל נישט באהאנדלט יונגע מיידלעך אדער פרויען, און האט אוודאי נישט אונטערגעשריבן קיין שום ,NDA און סיי וועלכע אזעלכע באהויפטונגען וועלן גרינג אויפגעוויזן ווערן אלס פאלש. "אלס א חלק פון זיינע באמיאונג זיך צו שלאגן פאר זיין רעפוטאציע ,איז אונזער קליענט מרצונו הטוב דורכגעגאנגען א פאליגראף טעסט וואס האט געשטיצט זיינע לייקענונגען פון אלע באשולדיגונגען .אונזער קליענט איז אנטשלאסן נישט צו לאזן די וואס ווילן אים שעדיגן מצליח זיין ,און וועט זיך שלאגן פאר זיין גוטן נאמען אויף יעדן אופן וואס ער קען נאר".
מענטשן דערציילן
9
אין אן אינטערוויו מיט עקיבא נאוויק האט אהרן ראבינאוויטש געזאגט" ,איך האב עדות'שאפטן וועגן אינגלעך און מיידלעך צווישן די יארגענג פון 9און 12וועלכע ער האט ווילד און מיט צוואנג אביוזד ".ער האט אויך באהויפטעט אז די באאמטע אין בני ברק ,וואו וואלדער ארבעט ,האבן שוין געוואוסט וועגן סעקסואלע אביוז קעיסעס מער פון צען יאר צוריק.
זשורנאליסט יאיר עטינגער האט מפרסם געווען אז הרב אייל ורד האט געשריבן צו זיין קהילה אין פתח תקוה אז מ'זאל ארויסווארפן די ביכער פון וואלדער, זאגנדיג" ,זיינע מעשים זענען שוין גוט באקאנט געווען אין געוויסע קרייזן ,און יעצט ,ב"ה ,האט מען אים אויפגעדעקט". ווען מ'האט אים געפרעגט וועגן זיין סטעיטמענט ,האט דער רב געזאגט אז ער איז פערזענליך געווען אריינגעמישט אין א קעיס (חוץ די וואס זענען מפורסם געווארן) און קען נישט ארויסגעבן די דעטאלן צוליב דעם פריוואטקייט פון די קרבנות.
אוריה מבורך האט געשריבן אן ערשט-האנטיגע מעשה פון א מענטש וועלכער האט ארויסגעגעבן זיין נאמען און ס'איז באשטעטיגט געווארן .יענער האט דערציילט וויאזוי וואלדער האט מזנה געווען מיט זיין ווייב.
אין אן ארטיקל וואס איז פובליצירט געווארן דורך "ערוץ שבע" ,האט הג"ר שמואל אליהו געזאגט" ,געוויסע משפחות זענען צעבראכן געווארן ווייל ער האט געטון איסורים מיט די פרויען און חרוב געמאכט זייערע משפחות". "עס איז נישט באזירט אויף דעם ארטיקל אין 'הארץ' .ס'איז באזירט אויף אסאך עדות'שאפטן ,דאקומענטן ,טראנסקריפטן, געריכט רעקארדס ,בילדער ,רעקארדירונגען .זאכן וועלכע לאזן נישט איבער קיין צווייפל…" האט הרב אליהו צוגעלייגט.
הרב אמיחי אליהו (זון פון הג"ר שמואל אליהו) האט ארויסגעשטעלט א ווידעא וואו ער האט עדות געזאגט אז פיר יאר צוריק האט א פרוי אים דערציילט וויאזוי וואלדער האט איר אביוזד .זי האט נישט געוואלט אריינגעבן א קלאגע צו דער פאליציי. ער האט געזאגט אז נאכדעם וואס 'הארץ' האט פובליצירט דעם באריכט האבן פילע קרבנות זיך פארבונדן מיט זיין טאטן ,וועלכער איז דער ראש בית דין וועלכער גיט זיך אפ מיט אזעלכע סארט פראבלעמען ,און האבן דערציילט זייערע פערזענליכע געשיכטעס וואס האבן געוויזט אן ענליכע אויפפירונג. הרב אליהו ,דער זון ,האט אויך מפרסם געווען א בילד פונעם פסק בית דין וועגן א קעיס פון א פרוי מיט וועמען וואלדער האט מזנה געווען ,און זי האט זיך צוליב דעם געדארפט גט'ן פון איר מאן .דאס בילד פונעם פסק בי"ד האט ער ארויסגעשטעלט און מטשטש געווען דעם גאנצן נוסח ,נאר לאזנדיג די לעצטע שורה אפן פאר דער גאנצער וועלט צו זען" :האישה אסורה על בעלה ועל חיים ו - ".די פרוי טאר מער נישט וואוינען מיט איר מאן און מיט חיים וו. לויט הרב אליהו האלטן אין איין ארויפקומען ענליכע מעשיות ,וואס ווייזן אז דאס איז א לאנגיעריגער מהלך פון אביוז אויף א מאסיוון פארנעם.
8
מענטשן דערציילן
דער וואנט פון שטילקייט צעפאלט רחלי גאטליב-ראשגאלד ,א פראמינענטע אדוואקאטין פאר אביוז איבערלעבער ,האט מפרסם געווען אן ארטיקל מיט'ן קעפל "חיים וואלדער ,דער מענטש וועלכער האט רואינירט מיין חרדישער אומשולדיגקייט". זי האט דעטאלירט איר שייכות מיט א קעיס וואס האט אסאך באווייזן ,אבער חיים וואלדער האט געצאלט די קרבן געלט אז זי זאל אונטערשרייבן אן .NDA א בארימטע זשורנאליסטקע אריאלה שטערנבאך האט דערציילט אז אין 2016האט זי געהערט שמועות איבער וואלדער .זי האט זיך דעמאלט פארבונדן מיט א קרבן ,אבער זי האט געהאט אונטערגעשריבן מיט וואלדער אן .NDAזי האט דעמאלט פרובירט צו טרעפן נאך קרבנות אבער האט נישט מצליח געווען .זי איז דעמאלט געקומען צו דער מסקנא אז די שמועות מוזן זיין א פרואוו צו דיסקרעדיטירן וואלדער ,מיט וועמען זי האט זיך אינצווישן באפריינדעט. "און דא האבן זיך זאכן געטוישט ",זאגט שטערנבוך ווייטער" .היינט אינדערפרי האב איך מיך געטראפן מיט אהרן ראבינאוויטש, ער האט מיר דערציילט דעטאלן וועלכע קענען נישט ווערן געדרוקט ,כדי צו באשיצן דאס פריוואטקייט פון די קרבנות". זי האט צוגעענדיגט" ,איך גלייב די קרבנות .איך גלייב אז חיים וואלדער האט אביוזד פרויען און זיי אויסגענוצט פאר זיינע תאוות".
מענטשן דערציילן
7
וואלדער'ס זייט אין רעאקציע צו דעם שטורעם האט וואלדער ארויסגעגעבן אנגעבליכע רעזולטאטן פון א פאליגראף טעסט וואס ער האט גענומען מדעת עצמו ,וואס דארף אויפווייזן אז ער זאגט דער אמת .צווישן אנדערע ,טענה'ט ער אז ער האט געזאגט דעם אמת ווען ער האט געגעבן א נעגאטיוון ענטפער צו דער פאלגנדער פראגע" :האט איר אמאל באהאנדלט פריוואט א מיידל אדער א פרוי?" אזוי אויך אין זיין אדוואקאט'ס אפיציעלן ענטפער צו דער מידיע האט ער באהויפטעט" :וואלדער איז אפילו נישט איין איינציג מאל אין זיין גאנצן לעבן געווען איינער אליין מיט סיי וועלכן מיידל .איך האב אים דאס געפרעגט 10מאל ,און אים אפילו געשיקט צו א פאליגראף צו באשטעטיגן".
אינטערעסאנט אז דווקא די וועלכע האבן אים פרובירט צו פארטיידיגן האבן צעווארפן זיין פארטיידיגונג. עדות'שאפטן האבן אנגעהויבן ארויסקומען איבער סאשעל מידיע פון פרויען וועלכע האבן געזאגט אז זיי האבן געהאט פריוואטע אוידיענצן מיט וואלדער .צום ביישפיל, איין פרוי וועלכע האט געשריבן מיט איר פולן נאמען אויף א פאפולערער פעיסבוק גרופע ,האט געזאגט" :ווען איך בין אלט געווען 14האט ער מיך באהאנדלט ,און ער איז געווען זייער פראפעסיאנעל ".זי האט איבערגע'חזר'ט אין די קאמענטארן אז אינעם צימער איז נישט געווען קיין שום אנדערער ערוואקסענער .אנדערע פרויען האבן דאס אויך באשטעטיגט ,אז ער האט זיך יא געטראפן פריוואט מיט מיידלעך.
אלזא ,קענען מיר טראסטן די רעזולטאטן פון וואלדער'ס פאליגראף? מיר לאזן דאס איבער פאר אייך צו באשליסן.
קאוטש פאר א פרויען לויפן מירי פארסט ,א ָ גרופע ,האט מפרסם געווען סקרינשאטס פון איר קארעספאנדענץ מיט א קליענטקע אויף פעיסבוק ,וואו זי האט געשריבן אז וואלדער האט איר אביוזד .זי האט שפעטער ארויפגעשטעלט אז נאך דריי פרויען האבן איר געשיקט שילדערונגען פון ענליכע אינצידענטן.
נאך א פרוי ,רות גיאת, האט מפרסם געווען אויף פעיסבוק א דעטאלירטע באריכט פון איר אביוז דורך וואלדער ,בשעת זי איז געווען אין סעמינאר.
לאמיר א קוק טאן אויף וואס איז באריכטעט געווארן ברבים: אום נאוועמבער 13האבן צוויי פרעסטיזשפולע זשורנאליסטן ,אהרן ראבינאוויטש און שירה אליק (וועלכע האבן פריער דעמאסקירט יהודה משי-זהב) געבראכן די נייעס אין דער צייטונג "הארץ". דאס איז א קיצור: תליה (א פסעוודאנים) באריכטעט אז חיים וואלדער האט איר אנגעהויבן אביוזן ווען זי איז געווען 12און א האלב יאר אלט ,ביז די .16תליה האט דעמאלט דערציילט פאר איר בעסטע חבר'טע .ווען זי איז אלט געווען 28 יאר איז זי דורכגעגאנגען טעראפיע און האט דערציילט דעם טעראפיסט וואס עס האט פאסירט .די רעפארטערס פון "הארץ" האבן גערעדט סיי צו דער חבר'טע און סיי צו דעם טעראפיסט ,וועלכע האבן באשטעטיגט די דעטאלן. נאך אן אנגעבליכע קרבן איז מוריה (פסעוודאנים) וועלכע זאגט אז זי איז כסדר געווארן אביוזד דורך וואלדער בערך צוואנציג יאר צוריק ווען זי איז געווען 15 יאר אלט .די דריטע אנגעבליכע קרבן, דינה (פסעוודאנים) ,האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין דער פאליציי מער פון צען יאר צוריק .די אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן ווען דינה איז געווען אין אירע צוואנציגער יארן ,וועגן זאכן וועלכע האבן פאסירט ארום זיבן יאר פריער .נאך א יאר איז דער קעיס געווארן פארשפארט ווייל עס זענען נישט געווען גענוג באווייזן .די רעפארטערס האבן אויסגעפונען אז דער קעיס איז פארמאכט געווארן נאכדעם וואס דינה האט אונטערגעשריבן אן ( NDAא הסכמה אז זי וועט מער נישט רעדן ,וואס קומט געווענליך מיט א באלוין פון געלט) מיט וואלדער, אבער זי האט בשעת מעשה דערציילט איר געשעעניש פאר צוויי חבר'טעס און אויך פאר אירע טעראפיסטן. די אלע האבן באשטעטיגט די דעטאלן פאר הארץ.
אויף א ראדיא פראגראם האט אהרן ראבינאוויטש געזאגט אז בשעת ער האט אויסגעפארשט די געשיכטע האט ער -בלויז צו זיין אויף דער זיכערער זייט -געמאכט א פאליגראף טעסט אויף איינער פון די באשולדיגערס ,וואס האט באשטעטיגט אז זי זאגט דער אמת .ער האט צוגעלייגט" ,עס איז געווען אזוי קלאר אז זי דערציילט דעם אמת ,אז מ'האט בכלל נישט געדארפט דעם פאליגראף".
עטליכע טעג נאך דעם ערשטן באריכט אין הארץ האט זשורנאליסט אהרן ראבינאוויטש אויפגעדעקט פאר אלי ביטאן אויף "כאן ראדיא" אז זינט ער האט מפרסם געווען די געשיכטע זענען נאך צוואנציג פרויען געקומען דערציילן זייער געשיכטעס פון אביוז דורך חיים וואלדער.
מענטשן דערציילן
5
פון יעדע 1,000סעקסואלע אנפעלער וועלן 975גיין פריי 310ווערן באריכטעט צו די פאליציי
50באריכטן פירן צו ארעסטן
28קעיסעס וועלן פירן צו א פעלאני אורטייל
25פארברעכער וועלן איינגעזעצט ווערן.
וויכטיגע הערה: ווי ווייט ס'איז באקאנט ,האבן די באשולדיגערס פון חיים וואלדער נאך נישט אריינגעגעבן קלאגעס אין געריכט ,חוץ איין קעיס -ווי אויסגעשמועסט שפעטער. אין דער אפוועזנהייט פון אן אפיציעלער אנקלאגע קענען מיר נישט ערווארטן א באשולדיגונג .דאס וואלט געווען צו ערווארטן א לאטערי געווינס אן קויפן א טיקעט. דאך קען די דאזיגע קאנטראווערסיע אונז לערנען פארוואס דער רוב פון אזעלכע אביוז קעיסעס קומען נישט אן אין געריכט און ווערן נישט באשטראפט. ס'איז דא א וואנט פון שטילקייט וואס מאכט אונז חרוב ,אונזערע קינדער און אונזער געמיינדע.
דארט וואו עס איז פאראן פינסטערניש דארף מען ברענגען ליכטיגקייט. לאמיר אראפרייסן דעם וואנט!
4
מענטשן דערציילן
האט איר געוואוסט? ּפעדאפילן ָ ליידער געפונען פילע רוצחי נפשות און אן עיר מקלט דורך זיך פארלאזן זיך אויף אונזער גוטהארציגקייט אנצוגיין מיט זייערע מעשים אן קיין שום דין וחשבון.
פארוואס יעצט? ווייל די וואלדער פרשה איז א געלעגנהייט צו האבן א וויכטיגן שמועס מיט'ן ציבור וועגן סעקסואלער אביוז אין אונזער געמיינדע, אראפצורייסן דעם וואנט פון שטילקייט און בושה, און דאס וויכטיגסטע ,אפצוענטפערן טייל פון די פארשפרייטע טעותים און מיספארשטענדענישן: "פארוואס זענען זיי נישט ארויסגעקומען מיט זייער מעשה פריער?" "וואס איז מיט דעם כלל 'אינאסענט אנטיל ּפרואווען גילטי'?" "וויאזוי קען מען אונטערברענגען א מענטשנ'ס קאריערע בלויז אויף שמועות?"
ואם לא עכשיו אימתי?
ווער זענען מיר? מיר זענען א גרופע פון היימישע טאטעס און מאמעס וועלכע זארגן זיך שטארק פאר אונזער געמיינדע ,און ווילן ארבעטן איר צו מאכן געזונטער און און מער פארזיכערט פאר אונז און אונזערע קינדער. מיר פארלאזן זיך אויף אייך אונז צו העלפן דערגרייכן אונזער ציל.
מענטשן דערציילן
3
אינהאלט צוליב דעם סענסיטיוון נאטור פון די באשולדיגונגען ,גייען מיר נישט אריין אין קיינע פרטים.
.5 וואס מיינט דאס פאר .7אונז ווי א געמיינדע? וואס געשעט ווען .15קרבנות קומען ארויס? וואס ווייסן מיר שוין יעצט?
.19
וויכטיגע ריסוירסן
דאס ביכל אנטהאלט אינפארמאציע איבער דעם קעיס וואס איז מפורסם געווארן אין דער מידיע.
און וואס טוט זיך מיט וואלדער'ס זייט? מיר וועלן דאס אויך אויסשמועסן. מאכט זיך אז מענטשן טראכטן אויס מעשיות? יא! זאגן אמאל מענטשן ליגנט? יא! מיר וועלן עס לאזן פאר אייך צו מחליט זיין אויב "יעדער" זאגט ליגנט און מאכט אויף מעשיות.
דער קונטרס אנטהאלטן נישט קיין גראפישע דעטאלן.
2
מענטשן דערציילן
אריגינעל האט מען פארמאכט דעם קעיס ווייל עס זענען נישט געווען גענוג באווייזן .ער האט דורכגעמאכט א פאליגראף טעסט! איז דא עפעס וואס מיר קענען פון דעם ארויסלערנען?