Veker 10

Page 1


‫האדמו"ר הרש"ב פון ליובאוויטש ז"ל האט‬ ‫אמאל כאראקטעריזירט דעם ענין פון הקפות אום‬ ‫שמחת תורה אזוי‪" :‬מען טאנצט מיט דעם ספר‪-‬‬ ‫תורה בשמחה‪ ,‬מיט אן אפענעם קאפ און אן‬ ‫אפענעם הארץ‪ ,‬אבער בפנימי פנימיות גיסט‬ ‫זיך בלוטיגע טרערן‪".‬‬ ‫די פעולות נשגבות פון דעם וועקער'ס‬ ‫גאסט אויף יום‪-‬טוב‪ ,‬הרב יוסף יצחק יעקבסאן‪,‬‬ ‫שפיגלען גוט אפ דעם דאזיגן אידעאל‪ .‬אן ערשט‪-‬‬ ‫קלאסיגער רעדנער‪ ,‬געבענטשט מיט א זעלטענער‬ ‫כאריזמע און כוח פון הומאר‪ ,‬שטראלט ער ארויס‬ ‫זיין נשמה'דיגע טרערן פאר שומעי לקחו‪ .‬הרב‬ ‫יעקבסאנ'ס געבענטשטע כוחות קענען נאר‬ ‫פארמאסטן ווערן מיט זיין טיפן און ברענענדיגן‬ ‫זארג פאר כלל ישראל‪ ,‬פאר עלטערן און קינדער‪,‬‬ ‫בחורים און מיידלעך‪ ,‬און פאר די צוקונפטיגע‬ ‫דורות‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז א חסידישער איד בכל נימי‬ ‫נפשו‪ ,‬אבער ער שטעלט א העפטיגן ווידערשטאנד‬ ‫קעגן די וואס מיינען אז דאס דארף באדייטן‬ ‫בלינדע אויגן און א פארמאכטן הארץ‪ .‬דייקא מיט‬ ‫‪ / 2‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אן אפענעם קאפ און אן אפענעם הארץ קען א איד‬ ‫דערגרייכן צו שלימות‪ ,‬צו אמת‪ ,‬צו קרבת אלוקים‪.‬‬ ‫אין אונזער שמועס מיט הרב יעקבסאן‬ ‫דערציילט ער אונז וועגן די היימישע חסידישע‬ ‫אידן וועלכע קלאמערן אין אים‪ ,‬און זוכן‬ ‫אויטענטישע אידישקייט וואס רעדט צו זייער‬ ‫נשמה‪" .‬איך בין מסביר‪ ",‬זאגט הרב יעקבסאן מיט‬ ‫א פשטות ווען ער ערקלערט פארוואס אידן זענען‬ ‫משכימים לפתחו‪ .‬ער זאגט נישט סתם נאך הלכה‬ ‫למשה מסיני‪ ,‬נאר קריכט אריין אין דער נשמה פון‬ ‫א מצוה‪ ,‬דעם באדייט פון א יום‪-‬טוב‪ ,‬דעם טיפן ציל‬ ‫פון א הלכה‪.‬‬ ‫איינגעוואוינטע סאציאלע באגריפן מיינען‬ ‫אבסאלוט גארנישט ווען עס קומט צום אמת‪ .‬ווי‬ ‫א געזעלשאפט דארפן מיר קענען אנערקענען‬ ‫אונזערע פעלערן‪ ,‬און טוישן וואס עס פעלט נאר‬ ‫אויס פאר דער טובה פון אונז און אונזערע קינדער‪.‬‬ ‫אין אונזער ארטיקל ברענגען מיר הרב יעקבסאנ'ס‬ ‫פייערדיגע ווערטער וועגן דעם ריכטיגן צוגאנג צו‬ ‫דעם פארהייראטן לעבן באהבה וריעות‪ ,‬מיר געבן‬ ‫איבער זיינע רייד וועגן אידישקייט און אמונה‬


‫ וויאזוי צו אינספירירן אונזערע קינדער און‬‫תלמידים מיט אפנקייט און ערליכקייט‪ ,‬און מיר‬ ‫ציטירן די אנדערע זייט פון דער מטבע ‪ -‬וואס עס‬ ‫געשעט ווען אידישקייט ווערט אן עבודה זרה ר"ל‪,‬‬ ‫און ווערט דאמינירט דורך וואס "יענער" טוט אדער‬ ‫טראכט‪.‬‬ ‫מיר שפירן א זכיה צו קענען ברענגען א בליק‬ ‫אין תורת הרב יעקבסאן לכבוד דעם יו"ט סוכות‪,‬‬ ‫און לכבוד דעם "וועקער" נומער ‪ .10‬אונזער‬ ‫ציל איז צו ברענגען פאר אונזערע לייענער א‬ ‫קאלירפולן בליק אינערהאלב אידישקייט‪ ,‬און א‬ ‫פאנאראמע פון געדאנקען געשריבן דורך אונזערע‬ ‫לייענער‪ .‬מיר זענען דא צו זיין א שופר פאר יעדער‬ ‫דעה און דאגה וואס מוטשעט אונז‪ ,‬און צו ברענגען‬ ‫די בשורות פון שמחה און אינספיראציע‪.‬‬ ‫די אנדערע ארטיקלען אין דער יעצטיגן‬ ‫נומער שפיגלען אויך אפ אט דעם ציל‪ .‬די אידישע‬ ‫גאס איז פארנומען אין די לעצטע וואכן מיט א‬ ‫שערוריה איבער "בראקל" הינער‪ .‬אנשטאט זיך‬ ‫אינפארמירן מיט באצאלטע אנאנסן‪-‬ארטיקלען‬ ‫מיט פאליטישע מאטיוואציעס פאר דעם צד‬ ‫אדער יענעם צד‪ ,‬איז וויכטיג צו קענען דעם‬ ‫פשוט'ן מציאות‪ .‬הלכה איז געבונדן מיט'ן מציאות‪,‬‬ ‫און מ'קען נישט באשטימען דעם מציאות מיט‬ ‫פארנעפלטע פראזן‪.‬‬ ‫הגאון ר' אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען א‬ ‫קאנטראווערסיאלע פיגור בחייו‪ ,‬און ביז'ן היינטיגן‬ ‫טאג איז פאראן אן אומקלארקייט איבער זיין‬ ‫מהות‪ .‬אן נעמען א שטעלונג אויף זיינע שיטות‬ ‫בנוגע ציונות‪ ,‬גייט אביגדור אונגאר דורך פיר‬ ‫גרויסע שערוריות וועלכע האבן זיך אפגעשפילט‬ ‫מיט אים‪ ,‬און צענעמט די טענות אחת אחת‪ .‬מאנכע‬ ‫וועלן אפשר אוועקמאכן געוויסע אפאלאגעטיק‬ ‫ווי טאקע דאס‪" ,‬תירוצים"‪ .‬אבער אנדערע וועלן‬

‫קונה זיין א נייעם בליק אויף די פרשיות און אויף‬ ‫דער גרויסער פערזענליכקייט‪.‬‬ ‫א באזונדערע אפטיילונג איז געווידמעט דעם‬ ‫"שרייבן פארמעסט" וואס מיר האבן פראקלאמירט‬ ‫אין דעם פאריגן נומער‪ .‬די הערליכע דערציילונגען‬ ‫פון די דריי געווינער וועלן אייך מהנה זיין‪,‬‬ ‫באגלייט מיט נאך דערציילונגען לכבוד יו"ט‪.‬‬ ‫מיר ווילן טאקע באדאנקען די אלע וואס האבן‬ ‫אריינגעשיקט זייערע ווערק צו דער רעדאקציע‪.‬‬ ‫אין יעדן ארטיקל האט זיך דערקענט דער שווערער‬ ‫ארבעט‪ ,‬און חוץ די דריי געווינער‪ ,‬ווערן נאך ‪10‬‬ ‫ארטיקלען געדרוקט אין דעם יעצטיגן נומער און‬ ‫אין די קומענדיגע נומערן‪.‬‬ ‫ווי אלעמאל זענען מיר מעודד אונזערע‬ ‫לייענער אריינצושיקן זייערע ארטיקלען‪ .‬מיר‬ ‫דא אינעם וועקער זענען דא צו זיין אייער‬ ‫פלאטפארמע‪ ,‬צו לאזן הערן אייערע געדאנקען און‬ ‫מיינונגען‪ ,‬און אויסצושארפן אייערע טאלאנטן‪ .‬די‬ ‫רעדאקציע איז דא פאר אייך צו געבן "פידבעק"‬ ‫און קאנסטרוקטיווער קריטיק צו העלפן ברענגען‬ ‫אייער שרייבן‪-‬טאלאנטן צו העכערע שטאפלען‪.‬‬ ‫עס איז דא דאס פלאץ צו דאנקען אלע שטיצער‪,‬‬ ‫שרייבער און מגיהים‪ ,‬און באזונדער די וואס האבן‬ ‫ארויסגעהאלפן צו ברענגען דעם דאזיגן נומער‬ ‫צום דרוק‪ :‬אבא וויינער‪ ,‬י‪ .‬פלאוויוס‪ ,‬אביגדור‬ ‫אונגאר‪ ,‬קטלא קניא‪ ,‬ראובן‪ ,‬שלום שטיסל‪ ,‬חיים‬ ‫שטערן‪ ,‬און נאך‪ .‬א ספעציעלער דאנק פאר פינחס‬ ‫פאוועל פאר'ן אריינלייגן געוואלדיגע כוחות‬ ‫אהערצושטעלן דעם הערליכן גראפיק וואס גיט‬ ‫אזויפיל צו צו דעם געשמאק פונעם וועקער‪.‬‬ ‫א שמחת יום‪-‬טוב‪,‬‬ ‫המעוררים‬

‫אויב איר שפירט אז איר האט עפעס מיטצוטיילן מיט'ן ציבור‪,‬‬ ‫שיקט אריין אייערע ווערק צו ‪.vekerjournal@gmail.com‬‬ ‫מיר זענען דא פאר אייך צו דינען ווי אייער שופר‬ ‫און פלאטפארמע פאר טאלאנט‪.‬‬

‫דער דעדליין פאר דער קומענדיגער אויסגאבע איז מאנטאג‪ ,‬ב' כסלו‪ ,‬נאוועמבער ‪.20‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪3 /‬‬


‫אינהלאט‬

‫‪/2‬‬ ‫‪ /6‬בריוו‬ ‫‪ /15‬זמן שמחתינו במשנת קאנט‬ ‫ווארט פון דער רעדאקציע‬

‫נאר מיט נצחיות קען מען האבן אמת'ע‬ ‫שמחה ‪ /‬אברהם בענעדיקט‬

‫‪/22‬‬

‫מאזאאיק‬

‫חידושים אין טעקסט און אין בילדער פון‬ ‫אלץ און אלעמען ‪ /‬ראובן‬

‫‪/24‬‬

‫א הינער‪-‬שטורעם‬

‫א ניכטערן בליק אויף דער "בראקל"‬ ‫שערוריה ‪ /‬יידל‬

‫‪/37‬‬

‫בימים ההם‬

‫א רייזע צו דעם אמאל אין אויסגאבעס‬ ‫און ביכער ‪ /‬ראובן‬

‫‪/39‬‬

‫אידיש ווי א בריק‬

‫א באגעגעניש מיט א חסידיש‬ ‫פארפאלק ביי "מנשה" ‪ /‬נח בארערא‬

‫‪/42‬‬

‫א פלאם פון אמת און‬

‫מסורה‬ ‫אויסשליסליכער אינטערוויו מיט הרב‬ ‫יוסף יצחק יעקבסאן ‪ /‬ראובן‬

‫‪/61‬‬

‫א סוכה'לע א קליינע‬

‫א הויפן מחשבות איבער עקסטאזע און‬ ‫מעלאנכאליע ‪ /‬הילל בן שחר‬

‫‪/66‬‬

‫ווער וועט "אים" באשרייבן?‬

‫רעאקציע צו דעם אינטערוויו מיט פראפ'‬ ‫שמואל היילמאן ‪ /‬יהודה מאשקאוויטש‬ ‫‪ / 4‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫‪/76‬‬

‫גאט איבער אלעם‬

‫א טיפערן בליק אין תורת החסידות ‪/‬‬ ‫יוסף אלבוים‬

‫‪/88‬‬

‫נהמא דכיסופא‬

‫ווען דער נברא ווערט א בורא ‪/‬‬ ‫יצחק לאווי‬

‫‪/98‬‬

‫הרב קוק ‪ -‬הכצעקתה?‬

‫איבערזיכט אויף פיר סקאנדאלן וועלכע‬ ‫האבן פארפאלגט דאס לעבן פון‬ ‫הגראי" ‪‎‬ה קוק ‪ /‬אביגדור אונגאר‬

‫‪/118‬‬

‫ָּד ְכ ָר ַנ ּיָא‬

‫היסטאריקער שמעון שטיינמעץ שרייבט‬ ‫וועגן דער מאדנער היסטאריע פון דעם‬ ‫ר"ת "עכו"ם"‬

‫‪/124‬‬

‫מס' סגולות‬

‫פאראדיע מסכת מיט אלע אקטועלע‬ ‫הלכות פון סגולות שונות ומשונות ‪/‬‬ ‫יהודה אריה די‪-‬מדינה‬

‫‪/132‬‬

‫עצה‪-‬פלייצע‬

‫קטלא קניא ענטפערט לייענער'ס‬ ‫ספיקות און אינערליכע צעמישענישן‬

‫‪/137‬‬

‫מיין קינד‪ ,‬איך האב‬

‫דיך ליב!‬ ‫א ליבשאפט מאניפעסט פון א טאטן ‪/‬‬ ‫הילל‬

‫‪/142‬‬

‫בין הזמנים‬

‫פון חדר ביז כולל‪ ,‬א טוישנדער בליק ‪/‬‬ ‫א‪ .‬גאטדינער‬


‫‪/146‬‬

‫דער ראדימנער פראצעס‬

‫ווייטערדיגער קאפיטל פון דער‬ ‫דראמאטישער געשיכטע ‪/‬‬ ‫ד‪ .‬געוואגטקינד‬

‫וועקער‬ ‫שרייבן פארמעסט‬ ‫‪/155‬‬

‫פארמעסט געווינער!‬

‫‪/156‬‬

‫דבר השופטים‬

‫‪/159‬‬

‫אינטערוויו מיט'ן‬ ‫פארמעסט געווינער‬

‫‪/161‬‬

‫דעם טאטנ'ס משקה‬

‫קראם‬

‫זכרונות פון א טאטן א ירא שמים און אן‬ ‫איבערלעבער‬

‫‪/163‬‬

‫באהעלטערלעך‬

‫א וועלט פון ליכט אדער פינסטערניש‬

‫‪/165‬‬

‫צוליב א חוט השערה‬

‫קליינליכע הערעלעך ברענגען טיפע‬ ‫וואונדן‬

‫‪/168‬‬

‫בלויז אויף יוצא זיין?‬

‫א הלל‪-‬איבערלעבעניש‬

‫‪/171‬‬

‫דעם זיידנ'ס ירושה‬

‫א דור שפעטער לעבט איבער די‬ ‫פארפאלגונג פונעם חורבן ‪/‬‬ ‫יצחק וואלד‬

‫‪/131‬‬

‫מושי'ס ווינקל‬

‫א קאמישער און ארטיסטישער‬ ‫אויסדרוק אויף אקטועלע‬ ‫געזעלשאפטליכע טעמעס‬

‫פאעזיע‬

‫‪/14‬‬ ‫‪ /41‬אריכת ימים‬ ‫‪ /89‬ויהי בשלם‬ ‫‪ /153‬צוויי פון מיר‬

‫די בריאה רופט‬

‫באקומט דעם "וועקער"‬ ‫צו אייער טיר!‬ ‫דער דאזיגער נומער‪ ,‬און די‬ ‫פריערדיגע נומערן‪,‬‬

‫זענען דא צו באקומען‬ ‫אויף עמעזאן‬ ‫מיט אומזיסטע דעליווערי‬ ‫פאר "פריים" מעמבערס‪.‬‬ ‫מאכט א סוירטש פאר ‪Veker‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪5 /‬‬


‫ציונות‬ ‫לכבוד דער רעדאקציע פון דעם וועקער‪,‬‬ ‫מיט ארום צוויי חדשים צוריק האב איך זיך‬ ‫דערוואוסט פונעם וועקער פון א שכן מיינער וואס‬ ‫האט מיר געגעבן אן ארטיקל עס צו ליינען‪ .‬כ'האב עס‬ ‫שוין מער נישט געקענט אראפלייגן ביזן אדורכליינען‬ ‫פון דעקל צו דעקל! און די לעצטע אויסגאבע האב‬ ‫איך שוין אליינס באשטעלט אויף עמעזאן‪ .‬איז פותחין‬ ‫בכבוד האכסניא‪ ,‬צום ערשטן וויל איך זיך באדאנקען‬ ‫פאר די תוכנ'דיגע און וויכטיגע ארטיקלען וואס מען‬ ‫טרעפט נישט זייערס גלייכן אין די היינטיגע חסידישע‬ ‫אויסגאבעס‪ ,‬זכות הרבים תלוי בידכם!‬ ‫איך האב אבער אביסל עגמת נפש וואס דאס‬ ‫איז די נקודה פון מיין בריוו‪ .‬איך קום משרשי פונעם‬ ‫סאטמארער חדר‪ ,‬וואס האט געוויס אסאך מעלות‬ ‫אין זיך‪ .‬אבער איך פארנעם נישט רוב פון די היינטיגע‬ ‫אויבערפלעכליכע אידישקייט און די נייע תורה וועלכע‬ ‫מיר האבן קיינמאל נישט מקבל געווען אויפ'ן בארג‬ ‫סיני‪ .‬איך (ווי אויך פילע אנדערע אידן מיט וועמען איך‬ ‫בין נאנט פערזענליך) האב ליב "עכטע אידישקייט"‪ ,‬ווי‬ ‫אויך א מער פאזיטיווער מהלך אינעם טאג טעגליכן‬ ‫מהלך החיים‪ ,‬נישט ווי די נעגאטיווע מהלכים פון די‬ ‫רבנים און די מוסדות וועלכע קענען נאר אסר'ן‪ ,‬און‬ ‫דאס זיין א חסיד מיינט א וואן‪-‬וועי סטריט‪ ,‬דהיינו איך‬ ‫געב אלעס פאר'ן רבי'ן אבער איך באקום גארנישט‬ ‫אויף צוריק (חוץ איסורים חרמות וקונמות און לא‬ ‫נתקבל'ס)‪.‬‬ ‫דער וועקער טוט א גוטן דזשאב מיט ארטיקלען‬ ‫וועלכע בארירן די פאלשע אידישקייט‪ ,‬און ברענגט‬ ‫גוטע ארטיקלען ווי שיין די אמת'ע אידישקייט קען‬ ‫זיין‪ ,‬ווען מען האט אן אמת'ן קשר צום באשעפער‪,‬‬ ‫מיט אהבת תורה און אהבת ישראל‪ .‬דאס מאכט אז‬ ‫אסאך מענטשן זאלן "זיך טרעפן" אינעם וועקער‪ ,‬און‬ ‫ווערן צוגעבינדן דערצו‪ .‬איר מאכט אויך אויפמערקזאם‪,‬‬ ‫צי במישרין אדער בעקיפין‪ ,‬אז עס זענען פאראן נאך‬ ‫פראקציעס אין כלל ישראל וואס זענען אויך "אידן"‪,‬‬ ‫טראץ וואס זיי טראכטן אנדערש פון אונז ווייל זיי זענען‬ ‫אויפגעוואקסן אנדערש און געווארן אויפגעצויגן מיט‬ ‫א אנדערע השקפה‪ .‬זיי קענען זיין ליטאים‪ ,‬ספרדים‪,‬‬ ‫און אפילו מאדערנע‪ .‬זיי מעגן וואוינען אין פלעטבוש‬ ‫און פייוו טאונס‪ .‬זיי זענען אויך פונקט אזוי באליבט ביי‬ ‫השי"ת ווי א חסידישן כאניאק וואס טרינקט לחיים מיט'ן‬ ‫‪ / 6‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫טלית נאכ'ן דאווענען‪ ,‬און אפשר גאר מער באליבט‬ ‫צוליב זייער ערנסטקייט און תמימות‪ ,‬און אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫דער דאזיגער מעסעדזש דארף אנקומען צו יעדן!‬ ‫דער וועקער דארף אנקומען צו אלע אידיש‪-‬לייענער‪,‬‬ ‫להראות את הדרך הישרה‪.‬‬ ‫אבער מתוך שבחו וכו'‪ ,‬עס טוט מיר אבער וויי אז‬ ‫איר דרוקט ארטיקלען וועלכע זענען גורם אז געוויסע‬ ‫וואס וואלטן זיך מחיה געווען מיט'ן וועקער וועלן דאס‬ ‫נישט נעמען אין דער האנט‪ .‬איך וועל אנכאפן איין‬ ‫שטארקער ביישפיל‪ :‬ציונות‪ ,‬וואס ווערט געפרעדיגט‬ ‫בריש גלי‪‎‎.‬‬ ‫אין סאטמאר איז ציונות דאס סאמע ערגסטע‪.‬‬ ‫כ'גלייב מען וועט גרינגער מוחל זיין איינער וואס איז‬ ‫עובר אויף לא תנאף‪ ,‬ווי איידער איינער וואס גייט צום‬ ‫כותל‪ ..‎.‬ווייל לויט ווי מען האט אונז געלערנט איז דאס‬ ‫נוגע אין די עיקרי אמונה פון א איד‪ .‬איך גיי נישט דא‬ ‫נעמען א צד אין דעם‪ ,‬עס זענען דא אנדערע קהלות‬ ‫וואס האבן זיך זייערע יסודות און מאכן נישט קיין‬ ‫עסק פון ציונות‪ .‬אבער איר שטעלט אריין א בריוו ווי‬ ‫איינער שרייבט אז ער האט "זייער הנאה פון געוויסע‬ ‫ארטיקלען ווייל ער האט א שטארקע געפיל צו ציונות‪",‬‬ ‫אזא בריוו האט אפגעשטעמפלט דעם וועקער ווי א‬ ‫פרא‪-‬ציוניסטישער אויסגאבע וואס איינער וואס איז‬ ‫אויפגעוואקסן ווי א סאטמארער קען נישט נעמען‬ ‫אין דער האנט אריין‪‎.‬‬ ‫פארוואס איז דאס א פראבלעם? ווייל ווי געשריבן‪,‬‬ ‫האלט איך אז דער וועקער דארף אנקומען צו יעדן‬ ‫ערליכן איד כדי צו "וועקן" און קלאר מאכן וואס איז‬ ‫דאס אידישקייט‪ ,‬א זאך וואס מען טרעפט נישט אין‬ ‫אנדערע אויסגאבעס‪ .‬שטעלט אייך פאר ווען נאך‬ ‫‪ 2000‬היימישע אידן קוקן דורך דעם וועקער‪ ,‬און‬ ‫ליינען‪ ,‬א שטייגער‪ ,‬ראובנ'ס הארציגן ארטיקל וועגן‬ ‫דער ז' אדר דרשה פון וויענער רב שליט"א‪ .‬זיי וואלטן‬ ‫דאך געוויינט! זיי וואלטן געקושט דעם וועקער וואס‬ ‫ברענגט ארויס און פארשטייט אזוי קלאר זייערע יסורי‬ ‫הנפש‪ ,‬וואס א חשוב'ער רב פארשטייט ליידער נישט!‬ ‫איך ווייס אליין פון מערערע אידן וועלכע וואלטן‬ ‫באקומען חיזוק פון אזעלכע ארטיקלען‪ .‬אבער יעצט‪,‬‬ ‫אויב שטופ איך אריין דעם וועקער געוויסע חברים‬ ‫אדער משפחה‪-‬מיטגלידער וואס קענען נוצן די חיזוק‬ ‫און ער זעט אז דער וועקער לויבט ציונות‪ ,‬וויל ער‬ ‫נישט הערן וואס עס האט צו זאגן‪ ,‬ווייל עס ווערט‬ ‫תיכף אפגעשטעמפלט אלס א כפירה'דיג ביכל‪ .‬ועל‬ ‫זה דוה לבנו!‬


‫איר מוזט זיין מער סענסיטיוו און זיך מער רעכענען‬ ‫מיט די געפילן פון ליינער כדי דעם וועקער'ס השפעה‬ ‫זאל אנקומען נאך ווייטער‪ .‬עס פעלט נישט אויס צו‬ ‫פרעדיגן ענינים וואס קענען וויי טון פאר אזויפיל‬ ‫היימישע אידן‪.‬‬ ‫מיט שעצונג‪,‬‬ ‫א שטענדיגער ליינער‪,‬‬ ‫שמעון ד‪ ,.‬ספרינג וואל‪‎‬י‬

‫ענטפער פון דער רעדאקציע‪:‬‬ ‫א דאנק פאר אייערע ווערטער ‪ -‬זיי ווערן אויפגענומען‬ ‫מיט דער פולסטער ערנסטקייט‪ .‬דער וועקער איז נישט‬ ‫קיין ציוניסטישע אויסגאבע‪ ,‬און מיר האבן נישט קיין‬ ‫ציוניסטישע אגענדע‪ .‬דער וועקער האט איין ציל‪ :‬צו‬ ‫דינען ווי א פלאטפארמע פאר יעדן אידיש רעדער און‬ ‫שרייבער צו קענען לאזן הערן געדאנקען און מיינונגען‬ ‫ווי לאנג זיי קומען נאך די ארטאדאקסישע גדרים‪.‬‬ ‫עס זענען דא הונדערטער נושאים פאר וועלכע דער‬ ‫וועקער קען זיין א נאטירליכע פלאטפארמע‪ ,‬אבער עס‬ ‫איז דאך נישט יתכן אז יעדער וואס וויל אן אויסגאבע‬ ‫פון אזא סארט זאל מסכים זיין מיט יעדן צד אויף‬ ‫יעדער נושא‪ .‬אין אייער בריוו האט איר געשריבן אז‬ ‫מאדערנע אידן זענען "אפשר נאך גאר מער באליבט‬ ‫ביי השי"ת מיט זייער ערנסטקייט און תמימות ווי א‬ ‫חסידישן כאניאק וואס טרינקט לחיים מיט'ן טלית‬ ‫נאכ'ן דאווענען‪ ".‬זאלן מיר דרוקן אזא סטעיטמענט?‬ ‫איר זענט באקוועם מיט דעם סטעיטמענט‪ ,‬אבער‬ ‫נישט יעדער איז‪ ,‬און מאנכע וועלן אפשר אוועקווארפן‬ ‫דעם וועקער צוליב אזא סטעיטמענט‪.‬‬ ‫געוויסע לייענער פונעם וועקער זענען אפשר‬ ‫געוואוינט פון אנדערע אידישע אויסגאבעס‪ ,‬אז כמעט‬ ‫יעדער ארטיקל האט אן אגענדע‪ ,‬און רעפרעזענטירט‬ ‫די מיינונג פון דער רעדאקציע‪ .‬די רעדאקציע פונעם‬ ‫וועקער האט איין מיינונג‪ ,‬אז מיר דארפן אהערשטעלן‬ ‫א פלאטפארמע וואו יעדער ארטאדאקסישער איד‬ ‫קען לאזן הערן זיין אדער איר מיינונג ווילאנג עס איז‬ ‫געשריבן צו דער זאך מיט דברים של טעם‪ .‬די מיינונג‬ ‫קען זיין לטובת נטורי קרתא אדער לטובת התנחלות‬ ‫ מיר דארפן נישט מסכים זיין מיט קיינעם פון זיי‪,‬‬‫אבער מיר מעגן הערן זייערע מיינונגען‪.‬‬ ‫א ציוניסט וואס קען נישט פארנעמען די אנדערע‬ ‫זייט‪ ,‬און אן אנטי‪-‬ציוניסט וואס קען נישט סובל‬ ‫זיין די עקזיסטענץ פון א פארקערטער מיינונג‪ ,‬איז‬ ‫ווארשיינליך נישט דער געצילטער אוידיענץ פונעם‬ ‫וועקער‪ .‬דער וועקער איז מלא וגדוש מיט ארטיקלען‬ ‫פון אלע סארטן ‪ -‬א לייענער דארף קענען לייענען די‬ ‫ארטיקלען וועלכע געפעלן אים‪ ,‬און לגבי די אנדערע‬ ‫זאל ער באשלוסן צי ער איז אין דער גיסטע זיך צו‬ ‫טשאלענדזשן צו לייענען א פארקערטע מיינונג‪ ,‬אדער‬ ‫עס פשוט איבערהיפן‪.‬‬ ‫דאס איז אונזער שטעלונג בכלליות‪ ,‬אבער אוודאי‬ ‫זענען מיר גרייט צו הערן פון נאך לייענער אויב זיי‬ ‫האלטן אז מיר זאלן ממעט זיין מיט געוויסע סארט‬ ‫ארטיקלען‪ ,‬און מרבה זיין מיט אנדערע סארט‪.‬‬ ‫צום שלוס‪ ,‬דער תוכן פונעם וועקער איז נישט‬ ‫אינגאנצן תלוי אין אונזערע הענט‪ ,‬די חשוב'ע לייענער‬ ‫וועלכע שיקן אריין ארטיקלען זענען די וואס האבן‬ ‫דעם גרעסערן האנט אין צונויפשטעלן דעם תוכן‪.‬‬ ‫אז איינער וויל זען א געוויסן סארט ארטיקל זאל ער‬ ‫עס שרייבן‪ ,‬אדער זען אז עס זאל געשריבן ווערן‪ ,‬און‬ ‫מזכה זיין די לייענער‪.‬‬

‫אמונה קריזיס‬ ‫דער "אמונה קריזיס" ארטיקל‪ ,‬כאטש ס׳איז נישט‬ ‫דער קאווער סטארי איז עס זיכער די נשמה סטארי‪,‬‬ ‫ס׳ליגט דערין אזויפיל הארץ און געפיל אז ס׳קען מאכן‬ ‫שוואכע וויינען‪ ,‬ס׳איז אזוי פיינפול וואס אידישע קינדער‬ ‫גייען דורך‪ ,‬נאכדערצו ווען באמת ווילן זיי זיין ערליך‬ ‫און גלויביג‪ .‬והעולה על כולנה אז ס׳איז כמעט נישט‬ ‫דא צו וועם צו רעדן און זיך אויסגעבן די ספיקות אן‬ ‫ווערן א אפגעסטעמפלטער אפיקורס‪.‬‬ ‫וואס ס׳מאכט עס מער ווייטאגליך איז די וויאזוי‬ ‫זיי ווערן אוועקגעמאכט אלץ פושעים וואס זוכן זיך‬ ‫נאכצוגעבן זייערע תאוות‪ ,‬וויענער רב האט לכאורה‬ ‫געמאכט א טעות מיט קאטעגאריזירן די אלע אונטער‬ ‫איין דאך‪ .‬און ס'איז זיכער אז ס'זענען פארהאן אזאנע‬ ‫וואס פאלן אונטער וויענער רב'ס שאצונג‪ ,‬ס׳זענען‬ ‫דא אסאך עכטע אומוויסנדע‪ ,‬וואס פארשטייען‬ ‫ניטאמאל וואס אמונה איז‪ ,‬קליינע פארשטאפטע‬ ‫מוחות וואס זענען מסביר זייערע קשיות כאילו זיי‬ ‫זענען אויסגעקאכט דערין עד הסוף‪ ,‬ווען באמת הייבן‬ ‫זיי נישט אן צו וויסן וואס גייט פאר מיט זיי‪ ,‬בסך הכל‬ ‫בלעבלען זיי נאך עמיצן בלינדערהייט‪ ,‬דאך גלייכן זיי צו‬ ‫מאכן אסאך גערודער‪ ,‬און אט די חברה האט וויענער‬ ‫רב לכאורה געמיינט‪ .‬אבער ס'זענען פארהאן אסאך‬ ‫וואס מוטשען זיך מיט קשיות‪ ,‬טראגן זיך ארום מיט‬ ‫ספיקות‪( ,‬כאטש זיי פארשטייען אפשר אויך נישט‬ ‫וויאזוי עלעקטעריק ארבעט) און וויענער רב וואלט‬ ‫געדארפט זיין מער פארזיכטיג‪.‬‬ ‫אינמיטן דעם ארטיקל ווערט דערמאנט ווי יעדער‬ ‫באשאפט זיך א גאט כדמותו וכצלמו‪ ,‬דער שמייכלדיגער‬ ‫שאפט זיך א שמייכלדיגער גאט‪ ,‬דער אנגעצויגענער‬ ‫א צערנדער גאט‪ .‬נאכן אריינאטעמען די ווערטער‪ ,‬און‬ ‫זיי צושטעלן אויף מיר און אויף מיינע ארומיגע האב‬ ‫איך געשטוינט אויף די נביאות‪.‬‬ ‫ס'איז פרייליך צו זען אז ס׳איז נאך דא מענטשן‬ ‫וואס לעבן מיט העכערס‪ ,‬ווילן פארשטיין און פרובירן‬ ‫צו דערגיין‪ ,‬אין א צייט וואס רוב מענטשהייט איז‬ ‫אריינגעטוהן אין הבלים‪ ,‬מ'איז פאריאגט און פארפלאגט‬ ‫אן קיין רגע צו טראכטן‪ ,‬דאך קענען מיר נאך אלץ‬ ‫אנגערופן ווערן עם חכם ונבון מיט אט די הייפעלע‬ ‫אידן וואס ווילן פארשטיין דאס וואס אונזער זיידע‬ ‫אברהם האט געוואלט פארשטיין‪ .‬ס'איז נאר צום האפן‬ ‫אז יעדער זאל טרעפן די אמת און ס׳זאל נישט קיינעם‬ ‫פארפירן‪.‬‬ ‫שלום שטיסל‬ ‫*‬ ‫איך ווייס בכלל נישט וואס דער וויענער רב האט‬ ‫געטון דיר צו מאכען ראובנ'ען אזוי בייז‪ .‬דער וויענער‬ ‫רב האט געשפירט א צורך מחזק צו זיין זיך און זיין‬ ‫קהילה אין אמונה פשוטה‪ ,‬און האט דאס געטון אויף‬ ‫דעם סטאנדארטישן אופן וואס רבנים און מגידים זאגען‬ ‫שוין פאר צוויי הונדערט יאר לכל הפחות‪ .‬בערך אז‬ ‫דער רמב"ם האט שוין אלץ פארענטפערט און אלע‬ ‫קשיות זענען נאר תירוצים‪ .‬דער וויענער רב איז טאקע‬ ‫א שיינער תלמיד חכם און בעל דרוש‪ ,‬אבער ער איז‬ ‫נישט קיין סאפיסטיקירטער דענקער‪ ,‬און דאס איז‬ ‫מסתמא ווי ער פארענטפערט פאר זיך אליין טאמער‬ ‫פאלט אים איין א הרהור אין אמונה‪ .‬האט ער דאס‬ ‫געזאגט פאר זיין קהילה‪.‬‬ ‫די מטרה פון דער דרשה איז נישט געווען קעגן‬ ‫איינעם אדער אפצורייסן איינער וואס האט א ספק‪,‬‬ ‫נאר מחזק צו זיין דער וואס האט נישט קיין ספיקות‪,‬‬ ‫אדער עכ"פ נישט קיין ערנסטע פראבלעמען‪ ,‬אז די‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪7 /‬‬


‫אלע ספיקות זענען נארישקייטן‪ .‬איך ווייס נישט וואס‬ ‫אנדערש מען קען ערווארטן פון א חסידישן רב צו‬ ‫זאגן אויף אזא זאך‪.‬‬ ‫יעדער ווייסט אז א דרשה ברבים איז געצילט‬ ‫(אויב איז עס א גוטע דרשה)‪ ,‬צו דעם מיטלמעסיגן‬ ‫המון עם מחזק זיין בדברים פשוטים‪ .‬בפרט אזא‬ ‫סארט ז' אדר דרשה וואס איז דירעקט געשטעלט‬ ‫אויף דעם‪ ,‬עס איז אפילו נישט וויענער רב'ס שלש‪-‬‬ ‫סעודות תורה וואס איז געצילט מער צו בעלי תורה‪.‬‬ ‫איך שטעל מיך פאר (אדער האף‪ ,‬אבער מען קען דאס‬ ‫מברר זיין און טאמער וועל איך וויסען פרטים וועל‬ ‫איך צושרייבן דא) אז ווען א יונגערמאן קומט צום‬ ‫רב אז עס עגבערט אים באמת מיט ספיקות און ער‬ ‫גיט זיך נישט קיין עצה‪ ,‬אז דער וויענער רב‪ ,‬אזויווי‬ ‫יעדער אנדערער נארמאלער פרומער רב‪ ,‬טוט נישט‬ ‫יענעם באוואשן אז זיינע ספיקות זענען נאר תירוצים‪,‬‬ ‫נאר ער פראבירט אים צו העלפען ארויסגיין פון דער‬ ‫קריזיס‪ ,‬אויף וואסארא אופן ער ווייסט‪ ,‬מיט רחמנות‬ ‫און מיטגעפיל‪.‬‬ ‫יצחק לאווי‬ ‫*‬ ‫דער ארטיקל האט מיר איבערגעלאזט מיט‬ ‫שטורמישע מחשבות און ברויזנדע געפילן‪ .‬ס'איז דא‬ ‫אסאך צו רעדן‪ ,‬אבער איך קען נאכנישט קומען צום‬ ‫ווארט‪ .‬דאס מוז איך אבער שוין זאגן‪ ,‬משה'ס פאעמע‬ ‫איז נורא נוראות! דאס דארף מען קאנאנאזירן‪ .‬איך האב‬ ‫עס מיר פארגעזינגען באשמורת הבוקר מיט אן אלט‪-‬‬ ‫נייעם ניגון בהשתפחות הנפש והמיית הלב‪ .‬און זאלט‬ ‫איר מיר מוחל זיין‪ ,‬דאס האט מחבר געווען א מאמין!‬ ‫זוכן גאט איז פון אייביג אן דער שטענדיגער‬ ‫באשעפטיגונג פון די בני אמונים‪ .‬אויף דערויף זאגט‬ ‫דער גמרא‪ :‬מי שאינו בהסתר פנים אינו מהם‪.‬‬ ‫אבא וויינער‬ ‫*‬ ‫ראובן'ס ארטיקל איז א מייסטער ארבייט‪ ,‬און א‬ ‫היסטארישער‪ .‬אויסטוענדיג זיך די הענטשקעס דאס‬ ‫ערשטע מאל צו דיסקוסירן הויעך דעם עלעפאנט אין‬ ‫צימער וואס דרייט זיך שוין ארום פאר אזוי לאנג‪ ,‬נאר‬ ‫יעדער האט מורא פון אים‪.‬‬ ‫שמערל‬ ‫*‬ ‫יעדער וואך ווען איך גיי צום ניוס‪-‬סטענד און איך זע‬ ‫נאכאמאל די זעלבע ‪ 10‬פוסטע היימישע מאגאזינען‪ ,‬און‬ ‫עס ווערט מיך קאלעמוטנע אויפן הארץ‪ .‬ענדליך זענען‬ ‫געקומען אידישע העלדן און מיט אמביציעזע כוחות‬ ‫באוויזן ארויסצוקומען מיט דאס אומערווארטעטע‪ .‬א‬ ‫מאגאזין וואס גיסט זיך אידישער טאלאנט‪ ,‬שטיקער‬ ‫חומר שיורדים לחדרי בטן‪ .‬א מאגאזין וואס האט‬ ‫אפגעשניטן די אויבערשטע שימל פונעם הארץ‪ ,‬און‬ ‫דעקט אויף דעם הייטל פונעם מוח עס זאל שמייכלען‬ ‫צו דער שיין פון דער זון‪.‬‬ ‫אויפן דעקל פונעם זומער וועקער לויטעט א‬ ‫ספעציעלער פראיעקט‪" ,‬ז’ אדר דרשה אין וויען‪ ,‬און‬ ‫די אמונה קריזיס"‪ .‬מיט שפאנונג האב איך אויפגעמישט‬ ‫זייט ‪ ,56‬און ראובן פירט מיך אריין אין וויענער ביהמ”ד‪,‬‬ ‫און דערציילט מיר‪ ,‬זיין תענוג רוחני וואס ער האט‬ ‫געהאט צו הערן דעם רב‪ ,‬וועלכע עס שיינט ארויס‬ ‫ענווה‪ .‬וואס גראדע האלט איך אז וויענער רב איז א‬ ‫חשוב’ער איד וואס איז יודע את רבונו‪ ,‬און פראבירט‬ ‫אים צו דינען בכל אמץ לבבו‪.‬‬ ‫הקיצור‪ ,‬נאכן קורצן הספד האב איך געכאפט נאך‬ ‫‪ / 8‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫א בליק אויפן רב’ס געשטעל איינגעהילט אינעם טלית‪.‬‬ ‫איך האב שוין געהאט אפגעמאכט אז שבת שובה בין‬ ‫איך אין וויען‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס דער שרייבער האט ציטירט די דרשה‬ ‫פונעם רב‪ ,‬האבן מיינע אויערן אנגעהויבן פייפן‪ .‬איך‬ ‫האב דאס געליינט שבת‪ ,‬און איך האב נישט געהאט די‬ ‫געלעגענהייט פון אויפשפרינגען מיט א תגובה “הזאת‬ ‫תענוג רוחני?” איך טראכט אויב דער אפרוח וועט‬ ‫נאך אמאל האבן די מעגליכקייט צו זען‪ .‬זינט איך‬ ‫האב געהערט אין תלמוד תורה‪ ,‬אז דער אפרוח האט‬ ‫נאכנישט געעפענט די אויגן‪ ,‬זע איך אז עדיין לא נפתחו‬ ‫עניו‪ .‬אויך ר’ איסר זלמן’ס “האסט תירוצים נישט קיין‬ ‫קשיות” ציטאט‪ ,‬איז עפעס וואס דערמאנט מיך פון‬ ‫דעם טעם פון נאכן עסן ארבעס‪.‬‬ ‫דער ארטיקל האט מיך צענומען אויף שטיקלעך‪ ,‬און‬ ‫דאס ווארט אז "יעדער באשאפט זיך א ג‪-‬ט כדמותו‪",‬‬ ‫האט מיך איבערגענומען ביז גאר‪.‬‬ ‫פאר די אלע וואס האבן געליינט ראובנ’ס חיזוק‬ ‫ארטיקל‪ ,‬און זענען איבערגענומען געווארן דערפון‪.‬‬ ‫שפיר איך פאר אינטערסאנטקייט צו מציין זיין דברי‬ ‫הג”ר י”י יאקאבסאן וואס לדעתי איז דאס אויך א‬ ‫שטארקע נקודה למחשבה‪" :‬מ’דארף זיין אסאך א‬ ‫גרעסערער מאמין אויף נישט צו גלייבן ווי יא צו גלייבן‪.‬‬ ‫עס זענען פארהאנען מער סיבות יא צו גלייבן‪ ,‬און אויב‬ ‫מ’קלייבט ענדערש דעם נישט גלייבן‪ ,‬איז מען אסאך‬ ‫א גרעסערע מאמין ווי דער מאמין בה’‪".‬‬ ‫ראובן‪ ,‬יישר כוחך אויף דעם ארטיקל‪ ,‬עס איז‬ ‫שטיקער פייער‪.‬‬ ‫פ‪ .‬וו‪ ,.‬בארא פארק‬ ‫*‬ ‫איך האלט איצט צווישן סעודת המפסקת און איכה‬ ‫ישבה בדד‪ ,‬אט האב איך פארענדיגט די ארטיקל פון‬ ‫ראובן 'די אמונה קריזיס'‪ ,‬איך וויל נאר שמועסן ווי‬ ‫אזוי איך האב געשפירט בשעת איך האב עס געליינט‪.‬‬ ‫איז וויענער רב גערעכט? זיכער אז נישט‪ ,‬אבער איך‬ ‫האב אויף אים פערזענליך בכלל נישט קיין טענות‪ ,‬און‬ ‫הרב ראובן איך וועל אנטון וויענער רב'ס קאלפיק פאר‬ ‫איין סעקונדע און זיך פרואוון צו פארענטפערן‪ .‬וואס‬ ‫האט איר געוואלט איך זאל זאגן? איך שטיי דא ביי ז'‬ ‫אדר‪ ,‬געקומען איז א שול פול מיט מענטשן‪ ,‬זאל איך‬ ‫איצט אנהויבן וויינען אויף נשמות הספקים והכופרים?‬ ‫פארוואס עפעס? אויב איינער איז א כופר צי א חצי‬ ‫כופר קומט בדרך כלל נישט צום ז' אדר שיעור‪ ,‬זאל‬ ‫איך שפאלטן הימלען אז די אנדערע האלב שול איז‬ ‫נישטא ווייל זיי גלייבן שוין ליידער נישט‪ ,‬אדער זאל‬ ‫איך גיין אין שפאן און פארפירן וויפיל אינטערנעט‬ ‫רייסט אוועק פונעם כלל‪ .‬איך האלט אז אזוי האט ער‬ ‫געברויכט זאגן‪ ,‬ווייל דאס איז דער אויסגעטרעטענער‬ ‫וועג‪ ,‬און ער איז נישט דער בר הכי צי נעמען די זאך‬ ‫אין דער האנט אריין‪.‬‬ ‫דער פראבלעם אז דער עולם ספק'עט און גרויסן‬ ‫בין איך זיכער אז ער איז פיין אינפארמירט‪ ,‬און פריוואט‬ ‫לכאורה לאכט ער זיכער עס נישט אפ‪ ,‬נאר פשוט פאר‬ ‫די וואס קומען ז' אדר'ס מוז ער אויסשטאפירן מיט‬ ‫הומאריסטישע קלונגעדיגע פראזן‪.‬‬ ‫אבער די הארבע שאלה איז פארוואס ביי אונז‬ ‫חסידים קען מען קיין שאלות נישט פרעגן אן אריינגיין‬ ‫אינעם שווארצן בוך‪ ,‬פארוואס מוזן חסידים לויפן צו‬ ‫פרעמדע בעלי דרשנים‪ ,‬און אויב האט מען א שאלה‬ ‫קריכט מען זוכן א לייטישע תשובה אויף יו‪-‬טוב‪ .‬על‬ ‫אלה אני בוכיה‪ ,‬ווען משה מיט שלומי האבן שאלות‪,‬‬ ‫וואס אגב די שאלות וואס פלעטערט שלוימי'ן זענען‬ ‫אזעלכע מינדערוויכטיגע שאלות וואס יעדער מעגליכער‬ ‫כופר שעמט זיך צו זיין א כופר פאר אזעלכע שאלות‪,‬‬


‫און ווען ער וואלט געהאט א מינימום מורה דרך וואלט‬ ‫ער אים אויסגעגראדט גלייך און ארויף געלייגט אויפן‬ ‫ריכטיגן רעלס‪ .‬נאר דער פראבלעם איז אז יעדער וואס‬ ‫הייבט אן חקר'ענען אדער ווערט אביסל אויפגעקלערט‪,‬‬ ‫אדער כאפט א ביס פון א שלעכטן ארטיקל ערגעצוואו‪,‬‬ ‫ווערט צעפראסקעט‪ .‬ווייל מיר חסידים זענען אזעלכע‬ ‫מאמינים נעבעך אז איין מזרח ווינט און מיר פארן‬ ‫ביזן שאול תחתית אן קיין אפשטעל‪ .‬קיינער קען אים‬ ‫נעבעך נישט אפשטעלן‪ ,‬ווייל נישט זיין מלמד איז מער‬ ‫אויסגעבויעט‪ ,‬און נישט זיין טאטע‪ ,‬מאמע‪ ,‬שווער אדער‬ ‫שוויגער‪ ,‬נישט זיין חבר‪ ,‬און נישט אויף וועמען ער קוקט‬ ‫ארויף אדער אראפ ‪ -‬קיינער איז נישט אויסגעבויעט‪,‬‬ ‫אלעס האט אמונה פשוטה‪ .‬ביז ער אדער זי כאפט א‬ ‫שנעלקע אין דער נאניא און איז בועט רח''ל‪.‬‬ ‫עס איז די העכסטע צייט‪ ,‬און דאס איז לכאורה‬ ‫ראובנ'ס נקודה‪ ,‬אז מיר חסידים זאלן אנהויבן לערנען‬ ‫די יסודות פון אמונה‪ ,‬לערנען די פראבלעמען מיט‬ ‫אונזערע גדולים האבן געסטראגעלט צוריק פון די‬ ‫תנאים אמוראים ראשונים און אחרונים‪ ,‬און מיר תחתונים‬ ‫זענען נישט אנדערש‪ ,‬נאר מיר ווייסן נישט דערפון‪,‬‬ ‫ווייל מען האט עס אונז נישט געלערנט‪.‬‬ ‫און לסיים‪ ,‬נאך אזא ארטיקל וואס ראובן האט‬ ‫צעפיצלט מיין הארץ‪ ,‬גיי איך זיך מיט רעכט אראפ‬ ‫זעצן און קייכן איכה ישבה בדד‪.‬‬ ‫משה אליעזר פ‪ ,.‬בארא פארק‬ ‫*‬ ‫כ'האב היינט געלייענט דעם ארטיקל וועגן אמונה‬ ‫קריזיס‪ .‬מייסטערהאפטיג‪ .‬א שטיק ארט און טאלאנט‪.‬‬ ‫צו לייענען אזוינס זאגט מען אז מ'דארף שוין זיין א‬ ‫בן ארבעים‪.‬‬ ‫למעשה איז שווער צו האבן טענות אויף וויענער‬ ‫רב'ס דרשה‪ ,‬ווייל אין פאקט ארבעט עס זייער גוט פאר‬ ‫אסאך מענטשן מיט ספיקות‪ .‬ספעציעל פאר אזעלכע‬ ‫וואס האבן די פריווילעגיע אז אמונה פשוטה איז ביי‬ ‫זיי אריינגעבאקן אין די ביינער‪ ,‬טוט אזא דרשה עס‬ ‫צוריק ערוועקן‪ .‬שנית כל לדעתי קען אזא ארטיקל‬ ‫אויך גורם זיין היפש אביסל צרות פאר געוויסע וואס‬ ‫לייענען עס‪ ,‬נאך פאר אזויפיל אויב נישט מער ווי די‬ ‫דרשה‪ .‬דעריבער איז ראובנ'ס צוגאנג אויך נישט קיין‬ ‫'וואן סייז פיטס אלל'‪.‬‬ ‫עס איז נישט דא קיין דאטא אויף סטאטיסטיקס‬ ‫וויפיל אדער ווי פארשפרייט די קריזיס פון וואס איר‬ ‫רעדט איז‪ .‬דער פאקט אז אזויפיל ווענדן זיך צו אייך‬ ‫מיינט אויך נישט אז דער פראבלעם איז ריזיג‪ ,‬ווייל‬ ‫אזעלכע ווייסן וואו זיך צו ווענדן‪ .‬קיינער גייט נישט‬ ‫קויפן פיש אין א פלייש געשעפט‪ .‬מעגליך טאקע‬ ‫אז דער פראבלעם איז ריזיג‪ .‬אדער פארקערט‪ .‬מיט‬ ‫אונזער געזעלשאפט איז ממילא נישט שייך צו מעסטן‬ ‫דעם פראבלעם‪ .‬ממילא זע איך מעלות און חסרונות‬ ‫ביי ביידע‪.‬‬ ‫ק‪ .‬ל‪ ,.‬קרית יואל‬ ‫*‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אז דאס איז נישט דאס‬ ‫ערשטע מאל וואס דער וויענער רב רעדט פון דעם‬ ‫ענין‪ ,‬און אין זיין ז' אדר דרשה פון תשע"ג האט ער‬ ‫גערעדט פון א חשוב'ן בחור א תלמיד חכם וואס האט‬ ‫נעבעך אפגעלאזט אידישקייט‪ .‬ווייזט אויס אז וויענער‬ ‫רב אליין ווייסט גאנץ גוט אז די וואס האבן ספיקות‬ ‫זענען נישט נאר אזעלכע וואס קענען נישט אפלערנען‬ ‫א תוס'‪ ,‬אדער עבדים וואס זענען בהפקירא ניחא ליה‪.‬‬ ‫שלום ריכטער‪ ,‬וויליאמסבורג‬ ‫*‬

‫ראובנ'ס ארטיקל איז ווי א פלאם פייער אין א‬ ‫קאלטן פינסטערן מדבר‪ ,‬ס'באלייכט און ס'ווארעמט‪.‬‬ ‫כ'האב דורך געליינט דעם ארטיקל כמה פעמים‪ ,‬יעדעס‬ ‫מאל האט עס מיך נאכאמאל אנגעווארעמט‪.‬‬ ‫את חטאי אני מזכיר היום‪ ,‬איך האב אויך אייביג‬ ‫געהאלטן ווי וויענער רב‪ ,‬און איך בין מן הסתם נישט‬ ‫דער איינציגסטער‪ ,‬ביז כ'האב געליינט דעם ארטיקל‪.‬‬ ‫אויף אזוי ווייט אז כ'האב מיך גע'טענה'ט מיט חברים‬ ‫לגבי דעם כמה פעמים‪ ,‬אבער קיינער פון זיי האבן מיך‬ ‫נישט באוויזן צו איבערצייגן‪ ,‬ווייל למעשה איז אסאך‬ ‫גרינגער צו זאגן אזוי‪ .‬עד שבא ראובן און איבער געוויזן‬ ‫שווארץ אויף ווייס אז כ'בין נישט געווען גערעכט‬ ‫מיט דעם‪.‬‬ ‫מ'לערנט אין מס' ברכות דף כ"ט ע"ב‪ ,‬יוחנן כהן‬ ‫גדול האט משמש געווען בכהונה גדולה ביים צווייטן‬ ‫בית המקדש פאר שטוינענדע אכציג יאר! קיין שום‬ ‫כהן גדול אין יענער תקופה האט נישט געדינט אזוי‬ ‫לאנג‪ .‬און וואס איז געשען מיט אים? סוף ימיו נעשה‬ ‫צדוקי‪ .‬ס'איז א מחלוקת אין גמ' צי ער איז געווען ינאי‬ ‫המלך‪ ,‬ממילא האט ער שוין פארדעם נישט געטויגט‪.‬‬ ‫אבער רבא נעמט אן אז ס'נישט געווען ינאי המלך‪ ,‬און‬ ‫ער איז געווען א צדיק פון פאר דעם‪ .‬די גמ' אין מס'‬ ‫סוטה ל"ג רעכנט אויס דארט די תקנות וואס ער האט‬ ‫איינגעפירט וואס זענען פארבליבן אפילו נאכדעם‬ ‫וואס ער איז געווארן א צדוקי‪ ,‬וואס פון דעם קען‬ ‫אויך זיין א ראי' אז באותו שעה כשר הי'‪ .‬אלנפאלס‪,‬‬ ‫לויטן חשבון אז ער האט געדינט אכציג יאר‪ ,‬קומט‬ ‫אויס אז ער ווען ער איז געווארן א צדוקי האט ער‬ ‫שוין געמוזט זיין היבש איבער די הונדערט‪ ,‬און א בעל‬ ‫תאווה איז ער שוין זיכער נישט געווען אז מ'זאל תולה‬ ‫זיין אז עבדא בהפקירא ניחא לי‪.‬‬ ‫אזוי טרעפן מיר נאך אסאך אזעלכע מעשיות אין‬ ‫דער גמרא‪ ,‬אחר‪ ,‬צדוק ובייתוס‪ ,‬וכו'‪ .‬כ'מיין אז ביי קיין‬ ‫איינס דערפון ווערט נישט געברענגט אז די סיבה איז‬ ‫עבדא בהפקירא ניחא לי'‪ .‬מיר דארפן ארויסלערנען אז‬ ‫מ'קען זיין א צדיק כמעט כל ימיו‪ ,‬און צום סוף ווערן אן‬ ‫אפיקורס‪ .‬קיינער האט נישט קיין גאראנטיע אפגעזען‬ ‫וועלכער בנש"ק מ'איז‪ .‬צווייטנס‪ ,‬ס'מוז נישט זיין א‬ ‫"מערקבארע" סיבה וואס ס'האט עס צוגעברענגט‪.‬‬ ‫דריטנס‪ ,‬די גמ' האט נישט אייביג געזוכט א סיבה‬ ‫פארוואס ס'איז געשען‪ ,‬און זיכער נישט תולה געווען‬ ‫אין א געוויסע זאך‪ ,‬אבי ס'זאל הייסן אז מ'ווייסט אלעס‬ ‫אז מ'האט א לעזונג צו אלע פראבלעמען‪.‬‬ ‫היינט צו טאג אבער‪ ,‬לעבן מיר אין א אכשר דרא'דיגע‬ ‫דור ווי ס'נאך קיינמאל פארדעם נישט געווען אזא פיינע‬ ‫חינוך סיסטעם‪ ,‬אפילו בימי חזקיהו המלך ווי אלע‬ ‫פון גרויס ביז קליין מענער און פרויען זענען געווען‬ ‫בקי און אלע הלכות פון טומאה וטהרה ווי די גמ' אין‬ ‫מס' סנהדרין רעכענט דארט אויס‪ ,‬איז נאר כקליפת‬ ‫השום צו אונזער חינוך סיסטעם‪ .‬אונזער רוחנית איז‬ ‫אזוי הייליג און ריין אז אויב איינעמס עלטער באבע‬ ‫האט ח"ו אן אומגעפילטערטער סמארטפאון וועט‬ ‫מען ח"ו נישט איינטונקן אירע האנט‪-‬געקנויטענע‬ ‫בארכעס אין די פיש זאפט‪ .‬און א קינד העכער פיר יאר‬ ‫וועט רח"ל נישט גיין מיט ארבלען וואס קומען נישט‬ ‫אן ביזן קנעכל‪ ,‬ווייל אפשר קען נאך ח"ו אן אלטער‬ ‫איד ערגעץ נכשל ווערן מיט א ראי' אסורה‪ .‬נו‪ ,‬אין‬ ‫אזא דור איז דאך פשוט נישט מעגליך אז ס'זאלן זיין‬ ‫נושרים‪ ,‬חוזרים בשאלה! מאן דכר שמי'‪ ,‬אבער פטור‬ ‫בלא כלום אי אפשר‪ ,‬מוז מען דאך חוקר ודורש זיין‬ ‫על מי ועל מה? און אויב קומט מען נישט תיכף ומיד‬ ‫צו א מסקנא‪ ,‬וועט מען דאך גלייך באשולדיגען די‬ ‫פירערס‪ ,‬איז כדי אראפצונעמען דעם שולד ווארפט‬ ‫מען עס אויף זיי אליין אז זיי זענען הפקר‪-‬יונגען און‬ ‫אלעס שטימט פיין‪.‬‬ ‫נאכאמאל ראובן‪ ,‬כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪9 /‬‬


‫פאר אזא הערליכן ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט‬ ‫מיט אזויפיל הארץ און ווארעמקייט‪.‬‬ ‫ישלם ד' פעלך ותהי משכרתך שלמה מעם ד'‪.‬‬ ‫ד‪ .‬ג‪ .‬א‪ ,.‬וויליאמסבורג‬

‫זוכן דעם אמת מיט ספיקות‬ ‫כ'האב זייער הנאה געהאט פון יצחק לאווי'ס ארטיקל‪.‬‬ ‫סאיז באמת טיף און אין דער זעלבער צייט האלט‬ ‫איר זיך צום למעשה פראקטיש‪.‬‬ ‫איין הערה‪ ,‬צו זאגן פאר איינער וואס זיין מח‬ ‫טראכט אז ער דארף זיין אין מוחין דגדלות‪ ,‬אין א‬ ‫גוט פלאץ‪ ,‬כדי צו חוקר זיין‪ ,‬איז אזוי ווי זאגן פאר‬ ‫איינער וואס טראכט‪ ,‬טראכט נישט‪ .‬איז דען מעגליך‬ ‫צו קאנטראלירן דעם מוח ווען ער זאל ארבעטן? אבער‬ ‫אפשר מיינסטו טאקע דאס צו פארענטפערן ווען דו‬ ‫ביסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקעדיג‪.‬‬ ‫נ‪ .‬מ‪ ,.‬מאנסי‬ ‫*‬ ‫ר' יצחק לאווי'ס ארטיקל איז אזעלכע ריינע מחשבות‬ ‫און הויכע מדרגות וועלכע קומען נישט אן גרינג‪ .‬אזעלכע‬ ‫טיפע רעיונות קומען מיר נאר אויפן געדאנק נאך א‬ ‫טאג פאסטן אין נאטור‪ ,‬און מיט די הילף פון דעם עץ‬ ‫הדעת‪ .‬און אויך דעמאלט איז עס ליבא לפומא לא‬ ‫גליא‪ .‬ממילא‪ ,‬זען אזא הילוך אראפגעשריבן סידור‬ ‫סידור על אופנו‪ ,‬איז א תענוג רוחני‪.‬‬ ‫ש‪ .‬קויפמאן‪ ,‬סטעטען איילענד‬

‫אינטערוויו מיט פראפעסאר שמואל היילמאן‬ ‫שמואל היילמאן האט א געוואלדיגער כח צו‬ ‫פארדרייען זיין קריטיק‪ .‬למשל‪ ,‬ביים ליובאוויטשער‬ ‫רבי'ן האט ער געטון אן אויסנאמליכע שוואכע ארבעט‪.‬‬ ‫ער האט געמישט דמיונות מיט האלבע פאקטן‪ ,‬ער‬ ‫האט זיך כלומר'שט אריינגעלייגט אין דעם קאפ‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן כאילו ער ווייסט וואס ער‬ ‫טראכט‪ .‬ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון‬ ‫דער רבי'נס בריווען און כתבים‪ ,‬און דערנאך רופט‬ ‫ער עס אן א פארשונג?‬ ‫ווען מ׳איז געקומען מיט טענות‪ ,‬ווארפט ער אלץ‬ ‫אפ מיט אן אויסרייד אז ער האט נישט געהאלטן ביים‬ ‫שרייבן א האגיאגראפיע‪ ,‬און ער האט נאר גענומען א‬ ‫משיח און געמאכט פאר א מענטש‪ .‬כאילו אלע טענות‬ ‫קומען פון פארברענטע ליובאוויטשער חסידים‪ .‬איך‬ ‫בין ווייט פון א ליובאוויטשער‪ ,‬און איך קען זאגן אז‬ ‫זיין ארבעט איז גאר א שוואכער‪.‬‬ ‫אביגדור אונגאר‪ ,‬לעיקוואוד‬ ‫*‬ ‫איך האב אויך הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו‬ ‫מיט פראפעסאר שמואל היילמאן און איציק בלימאן‬ ‫האט געמאכט א קלאסישע ארבעט‪ .‬די איינציגסטע‬ ‫זאך וואס האט מיך געשטערט איז ווען היילמאן‬ ‫מאכט א ביליגן "סעילס פיטש" אויף זיין ביכל סוף‬ ‫פון דעם אינטערוויו‪ ,‬און קען זיך נישט ברענגען צו‬ ‫ענטפערן נארמאל א שאלה ווייל אפשר וועט ער‬ ‫פארקויפן מיט איין קאפיע ווייניגער‪ .‬כ'מיין ס'זאגט‬ ‫אסאך אויף דעם כאראקטער פונעם פארפאסער‪.‬‬ ‫חיים שטערן‬ ‫*‬ ‫א דאנק‪ ,‬איציק בלימאן‪ ,‬פארן אונז געבן די‬ ‫‪ / 10‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫געלעגענהייט זיך צו באקענען מיט שמואל היילמאן‪.‬‬ ‫איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו‪ .‬ס'איז‬ ‫כדאי צו געדענקען אז אפגעזען וואס זיין כאראקטער‬ ‫איז און וואס זיינע מיינונגען זענען‪ ,‬איז למעשה דער‬ ‫מענטש דא‪ ,‬ער שרייבט‪ ,‬ער רעדט‪ ,‬ער גיבט ארויס‬ ‫ביכער‪ ,‬אלזא ס'איז זיכער א געוואלדיגע זאך אז דער‬ ‫וועקער האט געגעבן א פלאטפארמע פאר אים‪ ,‬און‬ ‫אפשר קען עס נאך אפילו האבן א שטיקל השפעה‬ ‫עליו או על זולתו כיוצא בו באיזה אופן שיהיה‪.‬‬ ‫משה בן‪-‬אדם‬ ‫*‬ ‫דער אינטערוויו מיט היילמאן האט נישט געזאלט‬ ‫זיין דער הויפט ארטיקל אויפ'ן דעקל‪ .‬ווער עס האט‬ ‫געליינט דעם לעצטן וועקער פארשטייט גאנץ גוט אז‬ ‫עס איז געווען אנדערע ארטיקלען אין דעם וועקער‬ ‫וואס וואלטן זיך אסאך ענדערש פארדינט די דעקל‪.‬‬ ‫איין דוגמא איז דער ארטיקל פון הרב אברהם אליהו‬ ‫קאפלאן‪ ,‬אן ארטיקל מלא וגדוש וואס פאקט איין‬ ‫דעם היילמאן אינטערוויו‪ .‬פאר אזא פראפעסיאנאלע‬ ‫אויסגאבע איז עס געווען א שטיקל בזיון אז מ'האט‬ ‫אויסגעוועלט אזא ארטיקל פארן דעקל‪.‬‬ ‫קלמן לאנדמאן‪ ,‬וויליאמסבורג‬ ‫*‬ ‫טייערער רעדאקציע‪ ,‬א דאנק פאר'ן מיך באקאנט‬ ‫מאכן מיט דעם פרומען אידישן פראפעסער ר' שמואל‬ ‫היילמאן הי"ו און זיינע שטודיעס‪.‬‬ ‫א דאנק אייך האב איך איצט נארוואס פארענדיגט‬ ‫צו לייענען ביידע זיינע לעצטע ביכער‪ ,‬סיי איבער‬ ‫חב"ד‪-‬ליובאוויטש און סיי זיין לעצטער בוך איבער‬ ‫די היימישע חסידות'ער מונקאטש‪ ,‬סאטמאר‪ ,‬באבוב‬ ‫און רוזין‪-‬באיאן‪.‬‬ ‫איך מוז אייך זאגן‪ ,‬עס איז מיר געווען א תענוג‬ ‫רוחני וגשמי‪ ,‬סיי מיט'ן זיך באקענען מיט די אלע‬ ‫רבי'ס החיים איתנו היום‪ ,‬ווי דער באיאנער וואס‬ ‫דער חשוב'ער פראפעסער רעדט אליין מיט אים‪,‬‬ ‫און סיי מיט די אלע אלטע רבי'ס מבעבר‪ ,‬ווי ר' ברוך'ל‬ ‫מונקאטשער‪ ,‬וואס איז געווארן פארמעקט פון אונז‬ ‫דורך אונזערע עלטערן‪ ,‬און ר' שלמה באבובער וואס‬ ‫איך האב פארשטאנען אז קיין תורה'דיגער אויטאריטעט‬ ‫איז ער נישט געווען דעריבער האט מען נישט געמאכט‬ ‫פון אים קיין אפגאט ביי אונז אין סאטמאר‪ .‬און אפילו‬ ‫מיין טאטנ'ס הייליגער סאטמאר רבי זי"ע ווי ער לייגט‬ ‫אים אראפ פון דערהיים כאילו ער איז בעפאר'ן שרייבן‬ ‫דורך די אלע ביכער פון סאטמאר ווי מושיען של‬ ‫ישראל‪ ,‬און די אלע אנדערע היימישע ביאגראפיעס‬ ‫ יעדעס דעטאל ווי ער לעבט נאך‪.‬‬‫מיין פאטער איז א סאנדז סטריט תלמיד‪ .‬איך בין‬ ‫שוין געבוירן נאכ'ן סאטמאר רבי'ן‪ ,‬ווען דער ברך משה‬ ‫מיט זיינע בנים האבן שוין נישט געהאט אזא רעספעקט‬ ‫און דרך ארץ אימה ופחד ווי אונזערע עלטערן האבן‬ ‫פאר'ן בעל ויואל משה‪ .‬דער פראפעסער ווארפט‬ ‫ליכט אויפן דמות פונעם באבובער הויף פארוואס זיי‬ ‫זענען יא אזוי אדוק געווען אין ר' שלמה באבובער‪,‬‬ ‫ווייל די מלחמה האט אים פארגעטערט פאר'ן נייעם‬ ‫דור אין אמעריקע‪.‬‬ ‫איך שיהי' פארשטיי איך די טענות און האס כלפי‬ ‫היילמאן‪ .‬ער טוט פסיכא‪-‬אנאליזירן פאר די וועלט‬ ‫אונזערע שוואכקייטן‪ .‬עס איז זייער נישט אנגענעם‪.‬‬ ‫און טאקע דערפאר איז דאס א מסירת נפש פון‬ ‫אייך אים צו געבן דעקונג און אים באקענען מיטן‬ ‫חסידישן עולם‪.‬‬ ‫א גרויסן דאנק אייך!‬ ‫י‪.‬ב‪.‬‬


‫ווען איז לעבן?‬ ‫דער ערשטער ארטיקל אינעם איבער לעבן אינעם‬ ‫מאמענט פון אליהו‪ ,‬איז אזוי נשמה'דיג‪ ,‬פאעטיש‪ ,‬טיף‬ ‫און פראקטיש‪ ,‬ממש געטליכע דיבורים וואס רעדן‬ ‫צו מיין זעל‪ .‬איך באדאנק דעם טיפן דענקער וואס‬ ‫האט געשריבן דעם ארטיקל‪.‬‬ ‫משה לייב פיינמאן‪ ,‬לאנדאן‬

‫רויזן און דערנער‬ ‫(איבערגעזעצט פון ענגליש)‬ ‫איך לייען יעדן נומער פונעם וועקער‪ ,‬און א דאנק‬ ‫פאר אזא הערליכן מאגאזין‪ .‬אינעם וועקער קען איך‬ ‫לייענען ארטיקלען וועלכע זענען טיף‪ ,‬אנדערש‪ ,‬און‬ ‫אינטערעסאנט‪.‬‬ ‫דער לעצטער וועקער האט געהאט א דערציילונג‬ ‫מיט'ן נאמען "רויזן און דערנער"‪ .‬די מעשה איז איבער אן‬ ‫עמאציאנעלער אפערע וואס האט זיך נישט געענדיגט‬ ‫טראגיש‪( .‬יא‪ ,‬עס ווערט אנגערופן אן עמאציאנעלע‬ ‫אפערע ווען איר שפירט א נאנטשאפט צו א מענטש‬ ‫וואס איז נישט אייער בן‪-‬זוג‪ ).‬מיין פראגע צו דעם‬ ‫שרייבער איז‪ ,‬אויב אין דער וועלט איז באקאנט דער‬ ‫סטאטיסטיק אז נאך אן עמאציאנעלער אפערע ענדיגן‬ ‫זיך מער פון ‪ 50‬פראצענט הייראטן מיט גיטין‪ ,‬און‬ ‫צוואנציג פראצענט ווערן ליבעלאזע הייראטן‪ ,‬פון‬ ‫וואנעט נעמט איר דעם אחריות צו שרייבן וועגן אן‬ ‫עמאציאנעלער אפערע וואס האט געהאט גדרים און‬ ‫האט זיך גוט געענדיגט?‬ ‫אין אייער דערציילונג שטעלט איר פאר די פרוי‬ ‫ווי די שטארקע וועלכע האט גוט אוועקגעשטעלט‬ ‫אירע גדרים‪ .‬שטעלט אייך פאר אויב זי וואלט נישט?‬ ‫איר מאכט א זאך וואס איז בעצם שרעקליך‪ ,‬אז ס'זאל‬ ‫אויסקוקן ווי ס'איז נאר אביסל שלעכט‪ ,‬ווי כאילו‬ ‫ס'איז נישט עק וועלט‪.‬‬ ‫מיט צער‪,‬‬ ‫רחל ווייסבערג‪ ,‬מאנסי‬ ‫ענטפער פון יצחק וואלד‪:‬‬ ‫א דאנק פאר אייער בריוו‪ .‬וואס אן אמת האב איך‬ ‫אינזין געהאט צו באשרייבן די מעשה שהיה נישט‬ ‫אלס פאזיטיוו אדער נעגאטיוו דוקא‪ ,‬נאר יעדער זאל‬ ‫אליין ארויסנעמען א מוסר השכל וואס ער‪/‬זי זעט‬ ‫פאר ריכטיג‪ .‬פאר מיר פערזענליך איז מיר געווען א‬ ‫לעקציע איבער דער עקסטרעמער סעפעראציע פון די‬ ‫מינים אין אונזער געמיינדע‪ ,‬און אז דעריבער פארפעלן‬ ‫מיר וויכטיגע שטענדיגע כסדר'דיגע בענעפיטן און‬ ‫פארשריטן אין לעבן וואס קען נאר קומען ווען כוחות‬ ‫פון ערוואקסענע לייט‪ ,‬אין ביידע זייטן פון דער מחיצה‪,‬‬ ‫ארבעטן פארן תכלית פון אונזערע קינדער‪ ,‬און נאך‪.‬‬ ‫דאס כסדר'דיגע אבסעסיע אז יעדעס מין שייכות‬ ‫פון פארשטענדליכע מענטשן וועט נאר ברענגען‬ ‫צו שלעכטס האלט צוריק מער גוטס ווי דעם שדים‬ ‫טאנץ פון פחד אז עס וועט אפשר ברענגען דעם שטן‪.‬‬ ‫איך קלער עס איז אין פלאץ צו ברענגען אן אנדער‬ ‫מעשה‪ ,‬דאס פון דער נישט‪-‬אזוי נאנטער פארגאנגענהייט‪.‬‬ ‫די גמרא פארציילט עס אין מסכת סוכה‪:‬‬ ‫אביי שמעיה לההוא גברא דקאמר לההיא איתתא‬ ‫נקדים וניזיל באורחא ‪ -‬אביי האט צוגעהערט א געוויסן‬ ‫מאן זאגט פאר א געוויסער פרוי‪" ,‬לאמיר אויפשטיין‬ ‫פארטאגס און זיך איינאיינעם ארויסלאזן אויפן לאנגן‬ ‫וועג‪".‬‬ ‫אמר איזיל אפרשינהו מאיסורא‪ ,‬אזל בתרייהו תלתא‬

‫פרסי באגמא ‪ -‬האט אביי געזאגט צו זיך‪' ,‬איך וועל‬ ‫זיי נאכגיין זיי צו ראטעווען פון א זינד‪ '.‬ער איז זיי‬ ‫נאכגעגאנגען דריי פרסאות אין דער בלאטע‪.‬‬ ‫כי הוו פרשי מהדדי שמעינהו דקא אמרי אורחין‬ ‫רחיקא וצוותין בסימא ‪ -‬ווען זיי האבן זיך צעשיידט ביי‬ ‫א שייד‪-‬וועג (אינטערסעקשאן)‪ ,‬האט אביי געהערט‬ ‫ווי זיי געזעגענען זיך‪ ,‬און זאגן איינער דעם צווייטן‪,‬‬ ‫"אונזער וועג איז געווען א לאנגער‪ ,‬אבער אונזער‬ ‫פארברענג איז געווען אזוי זיס אז דער לאנגער וועג‬ ‫האט אויסגעזען ממש קורצליך‪".‬‬ ‫אמר אביי אי מאן דסני לי הוה לא הוה מצי לאוקומיה‬ ‫נפשיה אזל תלט נפשיה בעיבורא דדשא ומצטער‪,‬‬ ‫אתא ההוא סבא תנא ליה כל הגדול מחבירו יצרו גדול‬ ‫הימנו ‪ -‬אביי האט זיך זייער געעגבערט אז ער אויף‬ ‫זיך וואלט געהאט א גרעסער נסיון ווי די צוויי פשוט'ע‬ ‫מענטשן‪ ,‬ביז אן אלטער מאן האט אים בארואיגט אז‬ ‫ווי גרעסער מען איז האט מען א גרעסטן יצר הרע‪.‬‬ ‫וואס מען קען קלערן פון דער מעשה איז אז אביי‬ ‫האט נישט געזאגט‪ ,‬איך גיי זיי אפהאלטן פון גיין‬ ‫צוזאמען און אזוי זיס שמועסן‪ ,‬ער איז נאכגעגאנגען‬ ‫דריי פרסות און נישט געשריגן שייגעץ אדער שיקסע‪,‬‬ ‫אדער אז דאס איז אן עמאציאנאלע עפערע צו וואס‪,‬‬ ‫ער האט פארשטאנען אז אין די ליידיגע סכנה‪-‬וועגן‬ ‫איז נארמאל צו זוכן א חברותא אויפן זעלבן וועג און‬ ‫אז מען מיינט נישט קיין שלעכטס איז גארנישט דא‬ ‫צו אפהאלטן‪ .‬אביי האט למעשה באוואונדערט ווי‬ ‫שיין זיי האבן פארברענגט און נישט זיך פארזינדיגט‬ ‫אזש ער האט גאר מקנא געווען‪.‬‬ ‫די מעשה אין דער גמרא גיבט אונז פלאץ צו טראכטן‬ ‫איבער דער פארוויקלטער טעמע‪ .‬א מענטש איז אין‬ ‫כסדר'דיגן געראנגל צווישן גוט און שלעכטס‪ .‬מען‬ ‫דארף זיך האלטן אויף דער גוטער זייט‪ ,‬ווי עס שטייט‪,‬‬ ‫"ובחרת בחיים"‪.‬‬ ‫*‬ ‫ביי אונז ביי שלוש‪-‬סעודות האבן מאנכע גע'טענה'ט‬ ‫אז "רויזן און דערנער" איז נישט געווען אזוי מעכטיג ווי‬ ‫יצחק וואלד'ס פריערדיגע ווערק‪ ,‬ווייל ס'האט געפעלט‬ ‫די דראמא חלק‪ .‬איך האב אבער געזאגט אז דער‬ ‫מעסעדזש איז אסאך שטערקער דא‪ ,‬ווייל דער מח‬ ‫האט שוין גע'דמיונ'ט אז די מעשה דא גייט פאסירן איין‬ ‫וועג‪ ,‬און ס'האט זיך אויסגעלאזט אז ס'האט גארנישט‬ ‫פאסירט‪ ,‬און זיי האבן זיך שיינערהייט געזעגענט‪ ,‬ענד‬ ‫ליווד העפעלי עווער עפטער‪...‬‬ ‫נ‪ .‬ג‪ .‬וואסערמאן‪ ,‬ברוקלין‪ ,‬ניו יארק‬ ‫*‬ ‫בנוגע די מעשה שהיה וואס ידידינו ר' יצחק האט‬ ‫אזוי מייסטערהאפטיג געשילדערט‪:‬‬ ‫איך האב גארנישט קעגן די מעשה‪ ,‬און איך פרעג‬ ‫נישט קיין קשיא אויף א מעשה‪ ,‬איך זאג נאר אז דער‬ ‫מעסעדזש וואס מען דארף‪ ,‬כביכול‪ ,‬ארויסצונעמען‬ ‫דערפון וואס למענה איז געשריבן געווארן דער גאנצער‬ ‫ארטיקל‪ ,‬איז לדעתי נישט ריכטיג‪:‬‬ ‫‪ .1‬מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואלי איז נישט‬ ‫געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע‬ ‫תקופה וואס ער האט געהאט פארבינדונגען מיט רויזי?‬ ‫אפשר איז גאר זיין גאנצער דרייוו איר צו העלפן געווען‬ ‫במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו?!‬ ‫‪ .2‬נניח אז נישט‪ ,‬און אונזערע יואלי איז נישט נכשל‬ ‫געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה‪ ,‬דאן מוז מען‬ ‫על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל‬ ‫עם הנשים וכיון דדש דש‪ ,‬ואין הנידון דומה לראיה‪.‬‬ ‫לסיומא דמילתא‪ ,‬אלע מאמרי חז"ל זענען מעיד‪,‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪11 /‬‬


‫און די מציאות ווייזט דאס אויף יותר ממאה עדים‪ ,‬אז‬ ‫דער יצר איז כרוך בתוכינו כאש בנעורת ואין אפוטרופוס‬ ‫לעריות‪ .‬יעדער בליק איז בכח אונז צוצוברענגען לידי‬ ‫מחשבות זרות ומעשים חמורים וואס שומר נפשו‬ ‫ירחק מהם‪ .‬וואויל איז פאר דעם וואס היט אפ זיינע‬ ‫אויגן און מחשבות‪ ,‬און לאזט זיך נישט פארפירען‬ ‫און הוילע פאנטאזיעס פון ריינע ליבע אשר לא כדת‪.‬‬ ‫א‪ .‬קלוגער‪ ,‬שיכון סקווירא‬

‫אבן הטוען‬ ‫א‪ .‬קלוגער ‪ -‬זייער א שיינעם ארטיקל‪ .‬איר האט‬ ‫באווייזן א שיין שטיקל‪ .‬פון א שטיין געמאכט א גאנצע‬ ‫בראטל‪ ,‬און עס צענומען פון יעדן זייטל‪ .‬כ'קלער‬ ‫נאר אזוי הויעך‪ ,‬עפעס ליגט מיר אין מח‪ ,‬נישט לאנג‬ ‫צוריק‪ ,‬האב איך אין א ספר געבליקט‪ ,‬איז געשטאנען‬ ‫דארט‪ ,‬א לענגערע ווארט‪ ,‬אויפן סתירה הידועה‪,‬‬ ‫צווישן ידיעה און בחירה‪ ,‬נאר טאקע געווענליך‪,‬‬ ‫איז דאס ידיעה מכריח‪ ,‬אבער דער באשעפער איז‬ ‫דאך ווי מיר ווייסן‪ ,‬ער קען אלעס הייסן‪ ,‬און מיט אן‬ ‫אויסנאם דא‪ ,‬האט ער געזאגט קלאר‪ ,‬אז דא זאלן‬ ‫די צוויי‪ ,‬נישט זיין געבינדן נאר גענצליך פריי‪ ,‬אזוי‬ ‫האט יעדער איינער‪ ,‬א בחירה אן אייגענער‪ .‬ווייל‬ ‫א כל יכול‪ ,‬מיינט אויך אז כביכול‪ ,‬קען שאפן ממש‬ ‫אלעס‪ ,‬אן קיין שאלות‪ ,‬אויך אזא מין סארט יצירה‪,‬‬ ‫כדי מיר זאלן האבן א בחירה‪.‬‬ ‫שלמה בויער‪ ,‬מאנשעסטער‬

‫אין קאלומביע'ס טעם‪-‬לאבאראטאריע‬ ‫איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל‬ ‫וואו הערשי פישמאן האט דערציילט איבער זיינע‬ ‫איבערלעבענישן וועלכע האבן אים געפירט צו דער‬ ‫טעם‪-‬לאבאראטאריע אין קאלומביע אוניווערסיטעט‪.‬‬ ‫איך בין א יונגער יונגערמאן און איך האב אלעמאל‬ ‫געהאט א געוואלדיגע חשק צו לייענען וויסנשאפט און‬ ‫ידיעות הטבע‪ .‬נאך אלס יונג קינד האב איך געלייענט‬ ‫אלע יפה בעתו'ס‪ ,‬אפילו די גאר אלטע וואס זענען‬ ‫ארויסגעקומען נאך פאר איך בין געבוירן געווארן‪,‬‬ ‫און דאס האט מיך אביסל געזעטיגט מיין הונגער‪.‬‬ ‫איך בין נישט אין קאלעדזש‪ ,‬און איך זע נישט אז‬ ‫ס'זאל זיין מעגליך אז איך זאל אנקומען אהין בדרך‬ ‫הטבע‪ ,‬אבער איך האב מיך געטראפן מיט אן ענליכע‬ ‫געשיכטע מיט אן אלטן סייענס בוך‪ .‬עטליכע וואכן‬ ‫צוריק בין איך געגאנגען אויף דער גאס‪ ,‬און נעבן‬ ‫די מיסט איז געווען אן אלטער סייענס בוך וואס‬ ‫עמיצער האט ארויסגעווארפן‪ .‬כ'האב אריינגעבליקט‬ ‫דערין‪ ,‬און עס האט געהאט פרקים אויף כל מיני‬ ‫חכמות‪ ,‬ווי עלעקטריק‪ ,‬כעמיע‪ ,‬געאלאגיע‪ ,‬ועוד‬ ‫ועוד‪ .‬אהיימנעמען דעם בוך איז נישט קיין רעדע‬ ‫בכלל‪ ,‬האב איך ארויסגעריסן א גרויסן טייל פון‬ ‫דעם בוך‪ ,‬פרקים‪-‬ווייז‪ ,‬און יעדן פרק איינגעקנייטשט‬ ‫באזונדער און אריינגעלייגט אין אן אנדערן טאש‪.‬‬ ‫אזוי האב איך מיר ארומגעטראגן ‪ 7-8‬פרקים‬ ‫פון דעם בוך אין אלע מיינע טאשן‪ ,‬און געלייענט‬ ‫וויפיל איך האב געקענט ווען כ'האב זיך געפונען‬ ‫דארטן וואו דער קעניג גייט אליין…‬ ‫כ'האב טאקע זייער הנאה געהאט צו לייענען נישט‬ ‫נאר הערשי פישמאנ'ס פערזענליכע איבערלעבעניש‪,‬‬ ‫נאר אויך די פארש ארבעט אין וואס ער איז עוסק‪,‬‬ ‫וואס איז באמת גאר אינטערעסאנט‪.‬‬ ‫א גרויסן דאנק‪ ,‬און אסאך הצלחה‪,‬‬ ‫מ‪ .‬י‪ .‬ר‪ ,.‬בארא פארק‬ ‫‪ / 12‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫הגאון רבי אברהם אליהו קאפלאן ז"ל‬ ‫צום ערשט מוז איך אפגעבן הכרת הטוב פאר‬ ‫דער רעדאקציע פונעם וועקער וואס האבן באוויזן‬ ‫דאס אומגלויבליכע מיט דעם נארוואס‪-‬ערשינענעם‬ ‫וועקער‪ ,‬און באזונדער וואס זיי האבן באוויזן צו‬ ‫נעמען אזא רויע ארטיקל פון מיין אומערפארענעם‬ ‫שטומפיגן פעדער און געמאכט דערפון א לייטישע‬ ‫ארבעט‪ .‬און א באזונדערע דאנק פארן גראפיקער‬ ‫פארן דאס אזוי שיין אהערשטעלן‪ ,‬עס לייענט זיך‬ ‫אינגאנצן אנדערש ווי דאס האט אריגינעל אויסגעזען‪.‬‬ ‫וגם לא אמנע מלהביע תודתי לידידי אביגדור אונגאר‬ ‫שהעביר עיניו עליו והעיר הערות נכונות‪.‬‬ ‫וואס עס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם‬ ‫ארטיקל איז א געוויסע ווייטאג וואס איך טראג זיך‬ ‫ארום דערמיט‪ ,‬ואפרש שיחתי‪ .‬עס איז אלעמאל‬ ‫געווען באוואוסט בכל הדורות אז גדולי ישראל‬ ‫מנהיגים זענען געווען גדולים אין אלע הינזיכטן‬ ‫מיט א געוואלדיגע ברייטקייט‪ ,‬הן התורה והן במילי‬ ‫דעלמא‪ ,‬די אלע גדולים וואס מיר ווייסן זענען געווען‬ ‫גרויס סיי בעיני כל ישראל און סיי להבדיל בעיני‬ ‫העמים ולפני מלכים התייצבו‪ ,‬דאס איז נישט געקומען‬ ‫פון זיין בלויז באהאוונט אין ש"ס ופוסקים‪ ,‬נאר‬ ‫אויך פון האבן א ידיעה איבער וועלטליכע ענינים‪.‬‬ ‫אבער אין די לעצטע דורות ווערט מער אין מער‬ ‫נכחד דעם פענאמען‪ ,‬היינט איז ווי מער פארמאכט‬ ‫אלץ מער גדלות‪ .‬און איך בין נישט אויסן גראדע‬ ‫אריינצוברענגען לימודי חול אין די ישיבות דוגמת‬ ‫הגאון ר' עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל (הגם ער האט‬ ‫געהאט די שטיצע פון די גרעסטע גדולי אונגארן בימיו‬ ‫ווי ערווענט אינעם ארטיקל)‪ ,‬לאמיר שוין אפילו גיין‬ ‫מיטן ליטווישן מהלך פון כל היום קודש וואס איז‬ ‫למעשה אקצעפטירט געווארן ביים אלע חרדי'שע‬ ‫גדולים מדור העבר‪ ,‬אבער גיבט א קוק אויף אזא ר'‬ ‫אברהם אליהו‪ ,‬ער האט געהאט דעם פולאקאמען‬ ‫חרדי'שן חינוך אנהויבן ביים שטעטלדיגן מלמד‬ ‫און געענדיגט אין סלאבאדקע‪ ,‬פון די שטערקסטע‬ ‫ישיבות בימיו וואו מען האט קיין לימודי חול נישט‬ ‫געלערנט‪ ,‬פארט אבער האט ער זיך אליין משלים‬ ‫געווען במילי דעלמא אויף א מורא'דיגע פארנעם‪ .‬איז‬ ‫ער דען געווען אויסגעשפיגן? אדרבה‪ ,‬זיין רבי דער‬ ‫אלטער‪ ,‬און זיינע נאנסטע חברים‪ ,‬די שפעטערדיגע‬ ‫גדולים ר' אהרן קאטלער (און זיין שווער ר' איסר‬ ‫זלמן מעלצער) ר' יעקב קאמינעצקי ר' יחיאל‬ ‫יעקב וויינבערג‪ ,‬האבן אלע דאס געזען דוקא אין‬ ‫א פאזעטיווע ליכט (און זיי אליין זענען זאגאר אויך‬ ‫נישט געווען צופיל אפגערוקט פון אים אין דעם‬ ‫הינזיכט‪ ,‬ע"ע ‪ .)Making of a Godol‬אדרבה‪ ,‬זאל‬ ‫זיך היינט געפונען אז דער מצוין פון ישיבה זאל‬ ‫האבן אין דארמעטארי אנשטאט דער איד בלאט‬ ‫צייטונג מאמענט שטערן שפאקטיוו נארישקייטן‪,‬‬ ‫זאל ער האבן לכה"פ אן אלגעמיינע אנציקלאפעדיע‬ ‫וכדומה ה"י הס מלהזכיר‪ ,‬ותוצאות הגדולים בהתאם‬ ‫ליידער‪ ,‬ועל זה דוה ליבנו‪.‬‬ ‫איר מיינט אז ר' עזריאל הילדעסהיימער און ר'‬ ‫אברהם אלי' קאפלאן ווערן נישט באשריבן אין די‬ ‫חרדישע אויסגאבעס? א ודאי יא! אבער כמובן ווערן‬ ‫די חלקים פארווישט‪ .‬ר' אברהם אלי' איז עטליכע מאל‬ ‫געווען באשריבן אין "יתד נאמן" בלויז אלס חשוב'ער‬ ‫סלאבאדקער תלמיד וואס האט שפעטער געטון אין‬ ‫קירוב אין דייטשלאנד‪ .‬א פאר יאר צוריק האט דער‬ ‫'אויפגעקלערטער' ר' יחיאל גולדהבר באשריבן ר'‬ ‫עזריאל הילדעסהיימער'ס יארן אין אייזנשטאדט‬ ‫אינעם א‪.‬ג‪" .‬יעקישע" קובץ "ירושתינו"‪ ,‬און גארנישט‪,‬‬ ‫עס קען זיך דוכטן פון זיין ארטיקל אז מען רעדט פון‬ ‫א געהעריגע ישיבה‪ ,‬קיין פיפס וועגן קיין התנגדות‬


‫און רדיפות‪ ,‬גארנישט‪ ...‬טאקע דערפאר איז דער‬ ‫"וועקער" דער פלאץ פאר אן ארטיקל וואס זאל‬ ‫גיבן דעם פולן בילד אויף אלעס‪.‬‬ ‫‪---‬‬‫יעצט אפאר נקודות בנוגע ר' אברהם אליהו'ס‬ ‫משפחה‪ .‬זיין האלבע שוועסטער‪ ,‬טאכטער פון זיין‬ ‫מאמע'ן בזיווג שני מיט ר' יעקב רבינוביץ‪ ,‬איז געווען‬ ‫די רעביצין פון הגאון ר' יעקב לאנדא זצ"ל אב"ד בני‬ ‫ברק‪ ,‬און מוטער פונעם היינטיגן הרב משה יהודה‬ ‫לייב לאנדא פון בני ברק‪.‬‬ ‫זיין שטיף שוועסטער‪ ,‬טאכטער פון ר' יעקב‬ ‫רבינוביץ‪ ,‬האט חתונה געהאט מיט ר' ראובן דוב‬ ‫דסלר בזיווגו השני‪ ,‬און זי איז געווארן די שטיף‬ ‫מאמע פון הגאון ר' אליהו אליעזר דסלר זצ"ל בעל‬ ‫מכתב מאליהו‪ .‬פארהאן שיינע בריוון צווישן די צוויי‪.‬‬ ‫פראפעסער פייבל מלצר‪ ,‬בן הגאון ר' איסר‬ ‫זלמן‪ ,‬איז געווען אן איידעם ביי זיין שווער ר' צבי‬ ‫הירש אבעל‪.‬‬ ‫יעקב משה ריכטער‬ ‫*‬ ‫מיר האט מער באאיינדרוקט די געדאנק אז די‬ ‫ישיבות אין ליטא איז געווען א מקום מוכשר פאר‬ ‫אזוינע בעלי כשרון ווי ר' אליהו'ס פערסאנאלע גדלות‪.‬‬ ‫עס קען זיך אלס מאכן א יוצא מן הכלל אין א ישיבה‪,‬‬ ‫אבער די ארטיקל גיט דעם איינדרוק אז טאלאנט און‬ ‫מחשבה איז געווען א לכתחילה און א ארויפגעקוקטע‬ ‫זאך ביי די גדולי בעלי מוסר וראשי ישיבת ליטא‪,‬‬ ‫דאס איז לדעתי א מורא'דיגער חידוש‪ ,‬ווייל היינט‬ ‫איז ביי די ליטווישע דער פרט נאך שוואכער ווי‬ ‫ביי חסידים‪ .‬ס'איז מיר אינטערעסאנט פארוואס‬ ‫נאכן קריג האבן אלע מקימי עולמות הישיבות סיי‬ ‫אין ארץ ישראל און זיי דאהי‪ ,‬וואס זיי זענען דאך‬ ‫געקומען פון דעם זעלבן חדר‪ ,‬פארוואס האבן זיי‬ ‫אויפגעשטעלט אזא שווארצע אידישקייט‪ ,‬ווי יעדער‬ ‫טראפ ארט איז בל יראה‪.‬‬ ‫ש‪ .‬ל‪ ,.‬מאנטרעאל‬ ‫*‬ ‫א גרויסן דאנק פאר דעם וועקער בכלליות‪ ,‬ובפרט‬ ‫וויל איך באדאנקען פאר דעם הערליכן ארטיקל‬ ‫איבער הגאון רבי אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל אין‬ ‫דעם לעצטן וועקער‪ .‬עס איז געווען דערקוויקנד‬ ‫זיך צו באקענען מיט אזא געוואלדיגן גדול‪ ,‬אן איש‬ ‫האשכולות‪ ,‬וואס האט מיט זיינע טאלאנטן געברענגט‬ ‫אידישקייט צו העכערע שטאפלען‪.‬‬ ‫ווי שיין איז צו לייענען ווי א איד מיט אן אמת'ן‬ ‫געפיל פאר תורה און יהדות באווייזט צו נוצן זיין‬ ‫פערזענליכקייט און זיין נשמה פאר זיין אייגענער‬ ‫אידישקייט‪ ,‬און קען משפיע זיין ווייטער פאר תלמידים‪.‬‬ ‫יישר כוח‪,‬‬ ‫דוד וו‪ ,.‬קרית יואל‬

‫ווען איז די משנה געשריבן געווארן?‬ ‫כל ימי הייתי מצטער אויף די 'חסורי מחסרי‬ ‫והכי קתני'‪ .‬יעצט‪ ,‬נאכען ליינען דעם ארטיקל‪ ,‬איז‬ ‫דעם חסורי מחסרי די פשוט'סטע און מערסטע‬ ‫אויסגעהאלטענע תשובה‪ .‬ביי אונז אין חדר האבען‬ ‫מיר געלערנט מיט א פשטות אז רבי האט געשריבען‬ ‫די משנה‪ .‬קען אויך זיין ווען מיין רבי האט געזאגט‬ ‫"מסדר געווען די משנה" האב איך פאלש פארשטאנען‪.‬‬ ‫בכל אופן קומט דיר א תשואת חן פאר'ן עקלערען‬ ‫א זאך וואס האט מיר געפעלט אין הבנת התלמוד‪.‬‬ ‫ש‪ .‬ט‪ .‬ר‪ .‬קרית טאהש‬

‫ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה?‬ ‫ר' ישכר‪ ,‬א יישר כח פארן שרייבן אייערע געפילן‪.‬‬ ‫העכסט געלונגענעם ארטיקל‪.‬‬ ‫אבער כ'מיין אז איך כאפ נישט גענוי‪ .‬ווי קען‬ ‫מען פילן סיפוק פון א זאך וואס מ'גלייבט נישט‬ ‫דערין? דאס גאנצע סיפוק וואס איך שפיר ווען‬ ‫איך דאווען‪ ,‬לערן וכדומה איז נאר ווייל מ'האט מיך‬ ‫געזאגט אלע יארן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו‬ ‫טון און אלס אנדערש איז הבל הבלים‪ ,‬און אלע‬ ‫גוים פילן נישט קיין שום סיפוק פון זייערע געמיינע‬ ‫תאוות‪ .‬איך גיי נאך אלעס פאר דעם‪ ,‬דערפאר פיל‬ ‫איך דערין סיפוק‪ .‬אבער אויב מ'גלייבט נישט אין‬ ‫דעם וואס איז שייך סיפוק‪ .‬ס'נאר סיפוק על הצד‬ ‫אז ס'איז ריכטיג‪ ,‬אויב אזוי טו עס שוין ווייל דאס‬ ‫איז ריכטיג צו טון‪.‬‬ ‫נ‪ .‬וו‪ ,.‬ברוקלין‬

‫פויפסטליכער פונעם פויפסט‬ ‫פויפסטליכער פונעם פויפסט איז אן ארטיקל מיט‬ ‫אינטערעסאנטע ידיעות‪ ,‬אבער מיט דער שערוריה‬ ‫ארום דאס לעצטיגע זיך טרעפן מיטן פויפסט און‬ ‫זינגען פאר אים אורך ימים אשביעהו‪ ,‬האט עס נישט‪.‬‬ ‫גדולי ישראל האבן נישט געהאט א פראבלעם מיטן‬ ‫עצם גיין צום פויפסט צו שתדלן אויף וואס עס‬ ‫פעלט נאר אויס‪ ,‬די טענה און בארעכטיגטע טענה‬ ‫איז געווען אויפן מה יפית אורך ימים טאנץ וואס‬ ‫אפילו ראביי גלאק אין זיין אינטערוויו צו ''מאמענט''‬ ‫האט מודה געווען אז עס איז געווען א טעות‪.‬‬ ‫גדלי' דאווידאוויטש‪ ,‬וויליאמסבורג‬

‫שקר‪-‬ליין‬ ‫א דאנק פאר דעם שיינעם ארטיקל‪ ,‬אבער איך‬ ‫וואלט אבער נישט געווען אזוי שארף און זיי באטיטלען‬ ‫מיט א צו נאמען "שקר ליין"‪ ,‬וואס דאס הערט זיך‬ ‫ווי ממש זייער ציל איז דא וואך איין וואך אויס‬ ‫מיט אן אגענדע צו אונז אנשטאפען מיט גראבע‬ ‫ליגענטס‪ .‬מן הסתם איז דער שרייבער פון קינדליין‬ ‫באמת אומוויסנד און ער שרייבט נאך וואס איז ביי‬ ‫אים אנגענומען אלס אמת‪ .‬דערפאר איז אפשר דיין‬ ‫ארטיקל נאך מער וויכטיג‪ ,‬הגם נישט אזוי שארף‪.‬‬ ‫לייבוש לעווי‬ ‫*‬ ‫"שקר‪-‬ליין" איז זייער קלאר און זייער גוט געשריבן‪,‬‬ ‫און נאך וויכטיג דערצו אויך אז מ'זאל זיך נישט‬ ‫איינרעדן אז ס'איז נישט דא אזא בחינה פון אדם‬ ‫מוריש שקר לבניו‪ .‬הגם אז רוב אידישע אויסגאבעס‬ ‫האבן בכלל נישט קיין זשורנאליסטישע סטאנדארטן‬ ‫סיי ווי‪ ,‬פשוט פון דעם וואס מ'זעט אז זיי גנב'נען‬ ‫גראד ארויס פון אנדערע‪ ,‬אדער ברענגען האלבע‬ ‫פאקטן‪ ,‬דאך איז דא וויכטיג געווען צו אויפווייזען‬ ‫דעם שקר פון קינדליין ווייל דאס רירט אן פאלשע‬ ‫השקפה אין דעם אפטייטש אז אלע חכמות ליגט אין‬ ‫די תורה‪ ,‬לערנענדיג אין דעם א קרומן פשט וואס‬ ‫איז אן עולה אז קינדער זאלען דאס אפילו לייענען‪.‬‬ ‫הק' וואלף‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪13 /‬‬


‫‪‎‬אליהו אדמדם‬

‫די בריאה רופט‬ ‫ראטעוועט! שרייט ער פון דאך‪,‬‬

‫די גאס‪-‬שילדן פארדעקט‪ ,‬ווער ליינט‪,‬‬

‫באו מים! כ'בין שוואך‪.‬‬

‫אין לעיבלס גלייבן מיר נישט היינט ‪.‬‬

‫איך דערטרענק‪ ,‬געוואלד!‬ ‫איך בין נאקעט און קאלט‪.‬‬

‫פארגעס פון שטארק און שוואך‪,‬‬ ‫ארים‪ ,‬מיטל‪-‬קלאס צי רייך‪.‬‬

‫די טויט פאר די אויגן‪,‬‬ ‫וואסער קומט פון די שויבן‪.‬‬ ‫א העלד מיט א וועסטל א רויטן‪,‬‬ ‫קומט שווימען צום האלב טויטן‪.‬‬ ‫אין בין ווייס‪ ,‬דו שווארץ‪,‬‬ ‫אבער דאס זעלבע הארץ‪.‬‬ ‫איד אדער גוי‪,‬‬

‫די בריאה אונז א לעקציע געבן‪,‬‬ ‫איר אלע די זעלבע ווערד דאס לעבן‪.‬‬ ‫שעץ א צווייטע מענטש ווי דיר‪,‬‬ ‫מארגן וועסטו האבן וואסער ביים טיר‪.‬‬ ‫שפרייט אויס דיינע הענט צו מענטשהייט מיט ליבע‪,‬‬ ‫מיר זענען אלע ברידער‪.‬‬

‫איין קאליר מ'זעט נאר גרוי‪.‬‬ ‫ווען נאטור ווייזט אירע שרעקליכע קאלירן‪,‬‬ ‫מענטשן ווייזן זייערע גוטע נאטורן‪.‬‬ ‫ווען מיט וואסער פול די גאסן‪,‬‬ ‫כאיש אחד די מאסן‪.‬‬

‫‪ / 14‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫שמייכעל‪ ,‬העלף און שפיר מיט‪,‬‬ ‫געב און זיי משפיע גוט‪.‬‬ ‫ווייל די בריאה צו דערמאנען די מענשטהייט‪,‬‬ ‫לא נבראו רעמים אלא ְל ַפ ֵּׁשט‪.‬‬


‫‪Credit: Bershov Lesya‬‬

‫זמן‬ ‫שמחתינו‬ ‫במשנת קאנט‬ ‫אמת'ע שמחה קומט נאר פון א קשר מיט נצחיות‬

‫אברהם בענעדיקט‬

‫א‬

‫אה‪ ,‬שמחה‪ .‬ווער וויל דען נישט זיין פרייליך?‬ ‫אפילו די גרינדער פון דער אמעריקאנער מדינה‬ ‫האבן דאס איינגעזען אלס איינער פון די סאמע‬ ‫יסודות פון דעם מענטש‪ ,‬אריינשטעלנדיג דעם‬ ‫"געיעג נאך שמחה" צווישן אזוינע ערהאבענע‬ ‫ווירדן ווי "לעבן" און "פרייהייט" אין דער‬ ‫דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט‪ .‬א‬

‫קריטיקירנדער היסטאריקער וועט אפשר חולק‬ ‫זיין אויף דעם גענויעם באדייט פון די ווערטער‪ ,‬אז‬ ‫דאס מיינט פשוט קענען באקומען געשמיות'דיגע‬ ‫געברויכן ווי קויפן לאנד וכדו'‪ ,‬אבער פון דעם וואס‬ ‫די ווערטער ווערן באנוצט איז דאך פשט אז דאס‬ ‫איז טאקע דער ציל‪ :‬שמחה‪.‬‬ ‫עס איז מערקווירדיג ווי מענטשן כאפן אליין‬ ‫נישט ווי ווייט דער איינציגער ציל אין לעבן איז‬ ‫בלויז צו זיין בשמחה; דאס הייסט צו שפירן גוט‪.‬‬ ‫אז דו וועסט אפשטעלן א מענטש און אים פרעגן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪15 /‬‬


‫‪Credit: Boris Shpiro‬‬

‫וואס איז זיין ציל אין לעבן‪ ,‬וועט זיין ענטפער‬ ‫זיין פארשידנארטיג‪ .‬אויב איז ער א סעקולערער‬ ‫מענטש וועט ער מסתמא ענטפערן אז ער וויל‬ ‫בויען א קאריערע‪ ,‬מאכן געלט‪ ,‬האבן א פאמיליע‪,‬‬ ‫גוטע פריינט‪ .‬אויב איז ער אן ערליכער איד וועט‬ ‫ער ענטפערן אז ער וויל דינען דעם באשעפער‪,‬‬ ‫אויפציען ערליכע קינדער‪ ,‬ברענגען פרנסה‪ ,‬א‪.‬‬ ‫א‪ .‬וו‪ .‬דער אמת'דיגער אמת איז אבער אז יעדער‬ ‫איינער וויל בלויז איין זאך‪ :‬שמחה‪ .‬די שאלה‬ ‫איז בלויז וואס יעדער האלט וועט אים ברענגען‬ ‫שמחה‪ .‬פון דעם נידריגסטן יונג ביז דעם גרעסטן‬ ‫צדיק ווילן אלע בלויז איין זאך‪ :‬א גוט און פרייליך‬ ‫לעבן‪ .‬נו‪ ,‬אודאי דער צדיק וועט זאגן אז דער‬ ‫בעסטער תענוג איז צו זיין נאנט צום באשעפער‪,‬‬ ‫און דער גראבער יונג וועט זאגן אז א געשמאקע‬ ‫לעבן באדייט א גוט שטיקל פלייש און א שיינער‬ ‫קאר‪ .‬אבער ביידע ווילן באמת בלויז איין זאך‪:‬‬ ‫שפירן גוט‪.‬‬ ‫לאמיר קלאר מאכן וואס דאס באדייט‪ :‬קיין‬ ‫שום פיזישע‪ ,‬אדער אפילו גייסטיגע‪ ,‬הנאה קען‬ ‫גארנישט ברענגען פאר דעם מענטש‪ ,‬אויסער אויב‬ ‫דאס מאכט אים פרייליך‪ .‬עס איז שווער דאס זיך‬ ‫אריינצונעמען אין קאפ‪ ,‬אבער דער מציאות איז אז‬ ‫א בארוועסער אינגל אין אפריקע‪ ,‬וואס קריכט אין‬ ‫די מיסט אויפצוזוכן קארטאפל שאלאכץ‪ ,‬אבער‬ ‫איז פרייליך מיט זיין לעבן‪ ,‬איז גליקליכער ווי דעם‬ ‫גרעסטן ביליאנער אין דער מערב‪-‬וועלט וועלכער‬ ‫‪ / 16‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫האט מכל טוב וטוב‪ ,‬געלט‪ ,‬פאמיליע‪ ,‬אא"וו‪ ,‬אויב‬ ‫ליידט ער פון דעפרעסיע‪ .‬טאמער איז דער אינגל‬ ‫במציאות פרייליכער ווי אים און מער צופרידן פון‬ ‫זיין לעבן איז ער א גליקליכערער מענטש‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬דארף מען דאך וויסן ווי אזוי מען קען‬ ‫טאקע שפירן גוט וואס מער און וואס שטערקער‪.‬‬ ‫היינטיגע צייטן ווייסן מיר אז אלעס וואס דער‬ ‫מענטש שפירט גייט דורך פארשידענע כעמיקאלן‪.‬‬ ‫ווען א מענטש עסט א גוט שטיקל פלייש לאזט‬ ‫זיין מוח ארויס פון דעם כעמיקאל דאפאמין‬ ‫(‪ ,)dopamine‬וואס דאס גיבט א גוטן געפיל פאר‬ ‫דעם מענטש‪ .‬ווען דער מענטש האט ליב א צווייטן‪,‬‬ ‫גיבט זיין מוח ארויס דעם כעמיקאל אקסיטאסין‬ ‫(‪ )oxytocin‬וואס דאס גיבט ווייטער א גוטן געפיל‪.‬‬ ‫אלזא‪ ,‬וואלט זיך געלאזט זאגן אז דער ציל פון‬ ‫דעם מענטש איז אז עס זאלן פליסן גוטע און‬ ‫געשמאקע כעמיקאלן אין מוח‪.‬‬ ‫דאס איז אבער נישט ממש ריכטיג‪ ,‬און איך‬ ‫האב דאס געזען אילוסטרירט מיט א געדאנקען‬ ‫עקספערימענט‪ .‬שטעלט זיך פאר מען זאל‬ ‫צוטשעפען מאשינען צו א מענטשנ'ס מוח וואס‬ ‫זאלן מאכן אז עס זאל פליסן אלע געשמאקע‬ ‫כעמיקאלן ‪ 24‬שעה א טאג‪ .‬אבער אזוי בשעת‬ ‫די גוטע כעמיקאלן פליסן‪ ,‬זאל מען אויסשעכטן‬ ‫זיין ווייב און קינדער פארנט פון זיינע אויגן‪ .‬ברור‬ ‫כשמש אז ער וועט שפירן דעם גרעסטן צער וואס‬ ‫איז שייך‪ .‬איי‪ ,‬די כעמיקאלן פליסן דאך? על כרחך‬


‫מוז מען זאגן אז על גבי די כעמיקאלן שטייט די‬ ‫הכרה פון דעם מענטש‪ ,‬דער מענטש וואס 'שפירט'‬ ‫די אלע כעמיקאלן‪ .‬ווייל כעמיקאלן אליין זענען א‬ ‫טויטן דומם‪ .‬דער וואס שפירט די כעמיקאלן דער‬ ‫האט הנאה‪ ,‬און ווען די הכרה איז אין צער‪ ,‬וויסנדיג‬ ‫אז זיינע באליבטע מענטשן שטארבן אויס‪ ,‬וועלן‬ ‫קיין שום כעמיקאלן נישט העלפן אים ארויסנעמען‬ ‫פון זיין פיין‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬א בלויזע ידיעה איז גענוג‬ ‫אריינצושטעלן דעם מענטש אין צער‪.‬‬ ‫אלזא‪ ,‬ווייסן מיר שוין צוויי זאכן‪ :‬איינס‪ ,‬יעדע‬ ‫דרויסנדיגע זאך וואס דער מענטש האט איז‬ ‫ווערדלאז אויסער אויב דאס מאכט אים פרייליך‪.‬‬ ‫צוויי‪ ,‬עס איז נישט גענוג אז דער מענטש זאל‬ ‫שפירן א תענוג כדי ער זאל זיין פרייליך‪ ,‬נאר ער‬ ‫דארף אין זיין הכרה זיין פרייליך‪ .‬דאס מיינט אז‬ ‫ער דארף וויסן בידיעה ברורה אז ער איז צופרידן‬ ‫מיט זיין לעבן און אז ער האט וואס ער וויל‪.‬‬ ‫סתם זיך ארומשפילן מיט די כעמיקאלן אין מוח‬ ‫איז נישט גענוג‪ ,‬כאטש דאס איז אודאי א גאר‬ ‫וויכטיגער באשטאנדטייל‪ ,‬און א מענטש וואס‬ ‫זיינע כעמיקאלן זענען צעמישט וועט נישט קענען‬ ‫הנאה פון לעבן‪ ,‬און ער מוז גיין פאר באהאנדלונג‪.‬‬

‫ב‬

‫דא קומען מיר אן צו דער גרויסער צווישנשייד‬ ‫וואס טיילט אפ דעם רעליגיעזן מענטש פון דעם‬ ‫פרייער מערב‪-‬וועלט צוגאנג‪ .‬דער רעליגיעזער‬ ‫מענטש זאגט‪ :‬די איינציגע זאך וואס קען באמת‬ ‫צופרידן שטעלן דעם מענטש איז רוחניות‪ .‬עבודת‬ ‫ה'‪ ,‬אהבת ה'‪ ,‬חסד‪ ,‬דאס קען צופרידנשטעלן‬ ‫דעם מענטש‪ .‬פארוואס איז דאס אזוי? ווייל דער‬ ‫רעליגיעזער מענטש האלט אז ביסודו איז דער‬ ‫מענטש א דבר רוחני‪ ,‬ער האט א הויכע און הייליגע‬ ‫נשמה‪ ,‬וואס דאס איז דער עצם פון זיין מהות‪ ,‬און‬ ‫כדי א מענטש זאל זיין פרייליך מוז ער צושטעלן‬ ‫שפייז פאר דער נשמה‪ .‬אזוי קען זיין הכרה זיין‬ ‫צופרידן‪.‬‬ ‫דער וועלטליכער מענטש זאגט אבער ניין‪.‬‬ ‫די איינציגע זאך וואס קען צופרידנשטעלן דעם‬ ‫מענטש איז נאכצוגיין זיינע תאוות‪ .‬און מען‬ ‫דארף באטאנען אז תאוות מיינט נישט דוקא‬ ‫נידריגע תאוות פון רציחה און ניאוף‪ .‬א תאוה‬ ‫קען מיינען כבוד‪ ,‬א שיינע קאריערע‪ ,‬אפילו א‬

‫פאמיליע קען אויך אריינגיין בגדר תאוה‪ .‬ביל‬ ‫קלינטאן האט אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו‬ ‫אז ער האט באשלאסן צו האבן א קינד ווייל אלס‬ ‫א פאליטיקאנט פאסט שענער צו האבן א שיינע‬ ‫פאמיליע מיט א ווייב און קינד‪ ...‬דאס איז פשט אז‬ ‫ביי א מענטש וואס איז אריינגעטון אין גשמיות איז‬ ‫אפילו אזא חשוב'ע זאך ווי זיין פאמיליע אויך א‬ ‫טייל פון זיין כבוד און פרעסטיזש‪.‬‬ ‫דער חילוק צווישן דעם רעליגיעזן מענטש‬ ‫און סעקולערן איז אייגנטליך גאר דקות'דיג‪.‬‬ ‫ביידע ווילן הנאה האבן פון לעבן‪ .‬און מיר רעדן‬ ‫דאך דא פון מענטשן בעלי דעת וואס זענען נישט‬ ‫פארנארט אז יעדער סעקולערער מענטש וויל‬ ‫בלויז זיין אויף דראגס און מזנה זיין‪ ,‬אדער אז א‬ ‫רעליגיעזער מענטש זוכט צו אונטערברענגען די‬ ‫מענטשהייט‪ .‬נאר דער רעליגיעזער מענטש קוקט‬ ‫אויף אלעס מיט א מבט נצחי‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬יעדע‬ ‫פעולה וואס ער טוט טראכט ער וואס עס טוט‬ ‫צו זיין נשמה‪ .‬משא"כ דער סעקולערער מענטש‬ ‫קוקט אויף אלעם פון א צייטווייליגן בליק‪ .‬אויב‬ ‫יעצט פיל איך בעסער צו מאכן געלט‪ ,‬וועל איך‬ ‫מאכן געלט‪ ,‬אויב יעצט פילט בעסער צו חתונה‬ ‫האבן און בויען א משפחה‪ ,‬וועל איך טון אזוי‪ .‬אויב‬ ‫פינף יאר שפעטער לוינט זיך מיר זיך צו גט'ן‪ ,‬וועל‬ ‫איך טון אזוי‪ .‬אא"וו‪.‬‬ ‫מען דארף אויך באטאנען אז רוב וועלט איז‬ ‫עולם כמנהגו נוהג און קימערט זיך נישט צופיל‬ ‫מיט די פילאזאפיע שבו‪ .‬דער דורכשניטליכער‬ ‫רעליגיעזער מענטש איז אפשר נישט קיין‬ ‫סאך אנדערש במהותו ווי דעם דורכשניטליכן‬ ‫סעקולערן מענטש‪ ,‬אבער פארט איז זייער וועלט‬ ‫אויסקוק גאר פארשידנארטיג און ווען מען קוקט‬ ‫אויף דעם בילד בכלליות שטעלט זיך ארויס א‬ ‫גרויסער דיפערענץ‪.‬‬ ‫נאכ'ן קלארשטעלן די פונקטן איז כדאי‬ ‫אריינצוגיין אביסל טיפער און זען ווער עס איז‬ ‫גערעכט‪ ,‬דער רעליגיעזער מענטש אדער דער‬ ‫סעקולערער מענטש‪ .‬מערקט אז דער ציל איז‬ ‫נישט דא אריינצוגיין אין די אלגעמיינע רעליגיעזע‬ ‫טענות ומענות‪ ,‬און אודאי נישט וועלכע רעליגיע‬ ‫איז מער אמת'דיג אדער קען בעסער אויפגעוויזן‬ ‫ווערן‪ .‬נאר דער ציל איז בלויז צו אנאליזירן פשוט‬ ‫פון דעם פראקטישן און מציאות'דיגן חלק‪ ,‬נאכ'ן‬ ‫פעסטשטעלן אז דער רעליגיעזער אויסקוק איז‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪17 /‬‬


‫‪Credit: Boris Shpiro‬‬

‫גענצליך אנדערש פון דעם סעקולערן אויסקוק‪,‬‬ ‫ווילן מיר דערגיין וועלכע שיינט צו זיין מער‬ ‫אמת'דיג מצד די מציאות‪.‬‬

‫ג‬

‫די טעזע וואס מיר ווילן דא פארשטעלן איז אז‬ ‫די רעליגיעזע אויסקוק איז די איינציגע לעגיטימע‬ ‫אויסקוק אויף דעם מהלך החיים און אויף שמחת‬ ‫החיים‪ ,‬און אז א סעקולערער אויסקוק איז מופרך‬ ‫מצד עצמו און מצד המציאות‪.‬‬ ‫קאנט‪ ,‬דער גרויסער פילאזאף‪ ,‬האט ווי‬ ‫באקאנט איינגעטיילט די וועלט אין די נומענאן‬ ‫און פענאמענאן‪ .‬די נומענאן איז די רוחניות'דיגע‬ ‫וועלט וואס איז נישט צוטריטליך פאר אונז‪ .‬די‬ ‫פענאמענאן איז די גשמיות'דיגע וועלט ווי עס‬ ‫זעט אויס פאר אונזערע חושים‪ .‬די רוחניות'דיגע‬ ‫'דאס דינג אום זיך'‪ .‬דאס הייסט‪,‬‬ ‫וועלט רופט ער אן ַ‬ ‫די זאך אליין‪ .‬דאס הייסט אזוי‪ ,‬אז איך פרעג‬ ‫איינעם וואס איז אן עפל‪ ,‬וועט ער אודאי אנהייבן‬ ‫א גאנצע ליסטע פון אייגנשאפטן פון דעם עפל‪,‬‬ ‫וואס דאס איז אן עפל‪ .‬אן עפל איז רויט‪ ,‬עס איז‬ ‫רונדיג‪ ,‬מען קען דאס עסן‪ ,‬אא"וו‪ .‬נאכדעם וואס ער‬ ‫וועט מיר אויסרעכענען די גאנצע ליסטע וועל איך‬ ‫אים פרעגן‪ .‬פיין‪ ,‬איך ווייס שוין וועלכער פארעם‬ ‫‪ / 18‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫עס האט‪ ,‬וועלכער קאליר עס איז‪ ,‬אז דאס איז א‬ ‫מאכל‪ ,‬וכו' וכו'‪ .‬יעצט וואס איז אן עפל אליין? ווייל‬ ‫יעדער פארשטייט דאך אז די אלע אייגנשאפטן פון‬ ‫דעם עפל איז בלויז די צורה פון דעם עפל‪ ,‬עס איז‬ ‫אבער דא עפעס וואס 'פארמאגט' די אייגנשאפטן‪,‬‬ ‫ווייל טאמער נישט וואלט דאך אן עפל נישט‬ ‫עקזיסטירט‪.‬‬ ‫אז מיר קומען אן צו דעם פונקט וועט מיר‬ ‫יענער מוזן זאגן אז ער ווייסט נישט וואס מאכט‬ ‫אז אן עפל זאל זיין אן עפל‪ ,‬אבער ער קען מיר נאר‬ ‫פינקטליך שילדערן ווי אזוי אן עפל זעט אויס‪ ,‬כדי‬ ‫אז ווען איך באגעגן זיך מיט אזא אביעקט זאל איך‬ ‫וויסן אז דא שטייט פאר מיר אן עפל‪ .‬ער ווייסט‬ ‫אבער נישט וואס שטייט הינטער דעם‪ .‬אט דאס‪ ,‬די‬ ‫זאך אליין‪ ,‬וואס דער מענטש קען נישט שילדערן‪,‬‬ ‫איז וואס קאנט רופט אן נומענאן‪.‬‬ ‫קאנט באמערקט טאקע אז מיר האבן נישט‬ ‫קיין צוטריט צו דער נומענאן‪ ,‬און ער האט א גאנצע‬ ‫אריכות ווי אזוי מען קען גארנישט אויפווייזן‬ ‫אויף דער נומענאן מיט קיין שום פילאזאפישע‬ ‫ארגומענטן‪ ,‬ווייל מען קומט שטענדיג צו צו‬ ‫א תרתי דסתרי ‪ -‬דא איז נישט דאס פלאץ‬ ‫אריינצוגיין דערין‪ .‬אזויפיל איז אבער קלאר אז ווען‬ ‫קאנט רעדט פון דער נומענאן איז דאס אייגנטליך‬ ‫גארנישט אנדערש ווי ווען קבלה רעדט פון אין‬ ‫סוף‪ ,‬אדער ווען מען רעדט פון עולם הבא וכדו'‪.‬‬


‫דאס איז אלעס דער נצחיות‪ ,‬וואס מיר קענען נישט‬ ‫באגרייפן אלס מוגבל'דיגע מענטשן‪.‬‬ ‫די סיבה פארוואס איך ברענג קאנט‪ ,‬כאטש‬ ‫מען קען ברענגען פון קבלה און חסידות דערויף‪,‬‬ ‫איז פשוט צו אויפווייזן אז כאטש מיר זענען אזוי‬ ‫צוגעוואוינט צו באטראכטן די וועלט אין פשוט'ע‬ ‫מגובל'דיגע טערמינען‪ ,‬א טיש א בענקל‪ ,‬וכדו'‪,‬‬ ‫פארגעסן מיר אז מען רעדט בכלל נישט פון דער‬ ‫זאך אליין וואס איז נצחי און אין סוף‪ .‬מיר זענען‬ ‫פשוט אזוי צוגעוואוינט און אריינגעטון אין אונזער‬ ‫גשמיות'דיגן לעבן אז מען פארגעסט אז באמת איז‬ ‫דאס סתם א חיצוניות'דיגן דעקל‪ ,‬דער לבוש וואס‬ ‫דער דבר נצחי האט זיך אנגעטון‪.‬‬ ‫קאנט שרייבט אז מיר האבן נישט קיין צוטריט‬ ‫צו דער נומענאן‪ .‬אבער דער אמת איז אז מיר זענען‬ ‫דאך אליין א חלק פון דער בריאה‪ ,‬און ממילא‬ ‫זענען מיר אויך א טייל פון דער נומענאן‪ .‬און דאס‬ ‫איז אייגנטליך וואס די ספרים רופן אן א נשמה‬ ‫וכדו'‪ ,‬דאס מיינט אז די ריכטיגע צוטריט וואס מיר‬ ‫האבן צו דער בריאה איז אינגאנצן נישט דורך די‬ ‫חושים‪ ,‬וואס דאס איז בלויז אן אמצעי פאר דער‬ ‫נשמה‪ ,‬און באמת איז דער יסוד פון דעם מענטש די‬ ‫נשמה‪ .‬למעשה אבער איז אונזער אייגענע נשמה‬ ‫אויך נישט צוטריטליך פאר אונז אליין‪ ,‬וויבאלד‬ ‫עס איז אויך צוגעבינדן צו אונזערע חושים‪ .‬דאס‬ ‫נענטסטע ווי אזוי מיר קענען דאס מגדיר זיין איז‬ ‫די הכרה פון דעם מענטש‪ ,‬דאס וואס דער מענטש‬ ‫קען מכיר זיין און שפירן זאכן‪ ,‬און וויסן וואס ער‬ ‫שפירט‪ ,‬דאס איז די נענטסטע ווי אזוי מיר קענען‬ ‫ארויסהאבן די נשמה‪.‬‬ ‫און אז מען טראכט אריין דערין מיט א טיפקייט‬ ‫און מען איז זיך מתבונן דערין כאפט ממש אן א‬ ‫פחד איום ונורא‪ ,‬ווי אונטער יעדן באשעפעניש‬ ‫און יעדן חפץ פון דער בריאה ליגט דער דבר‬ ‫נצחי וואס איז דער יסוד פון דעם חפץ‪ ,‬און ווען‬ ‫מען האט שייכות מיט דער זאך‪ ,‬צי ווען מען גייט‬ ‫אויף דער גאס און מען זעט די בריאה‪ ,‬אפילו אז‬ ‫מען כאפט אן א שטיין אין דער האנט‪ ,‬און כל שכן‬ ‫ווען מען רעדט מיט א מענטש‪ ,‬איז דאס אלעס א‬ ‫גאר טיפזינגער חיבור פון א דבר נצחי וואס איז זיך‬ ‫מתחבר מיט זיך‪ ,‬און דאס איז די אמת'דיגקייט פון‬ ‫דער זאך‪.‬‬ ‫אז מען לעבט אזוי אפילו איין סעקונדע‬ ‫כאפט אן דעם מענטש א געוואלדיגע יראה און‬

‫משונה'דיגע אהבה און הערכה צו דער גרויסקייט‬ ‫און הערליכקייט פון דעם נצחיות וואס איז זיך‬ ‫מתגלה צו אונז אויף אזא מבהיל'דיגן אופן‪ ,‬ווי דער‬ ‫רמב"ם שרייבט אין יסודי התורה‪ ,‬אז דער מענטש‬ ‫פאלט צוריק צו זיך‪ ,‬ער איז ממש נרתע לאחוריו‪,‬‬ ‫פון גרויס פחד‪.‬‬ ‫אז מיר קוקן דאס אן אזוי קומט אויס אז‬ ‫די אלע דעטאלן פון אונזער לעבן איז באמת‬ ‫אומרעלעוואנט‪ ,‬און די איינציגע זאך וואס איז‬ ‫א נפקא מינא איז וואס פארא השפעה דאס‬ ‫האט אויף אונזער הכרה‪ ,‬וואס איז א דבר נצחי‪.‬‬ ‫פארשטייט זיך דא קומט אריין די הארבע שאלה‬ ‫ווי אזוי קען א פשוט'ע מוגבל'דיגע מציאות טוישן‬ ‫עפעס אין דער נשמה וואס איז נצחיות? עס איז‬ ‫בכלל נישטא קיין תשובה דערויף ווייל מיר קומען‬ ‫פון אונזער מוגבל'דיגן וועלטל און מיר האבן נישט‬ ‫קיין השגה וואס איז דאס באמת א דבר נצחי‪ .‬אבער‬ ‫אין יעדנפאלס איז קלאר אז די איינציגע אמת'ע‬ ‫זאך וואס דארף אונז פאראינטערעסירן איז ווי אזוי‬ ‫מיר שפירן אונזער הכרה‪ .‬עפעס אנדערש פון דעם‬ ‫איז סתם אומרעלעוואנט און בכלל נישט ווערד צו‬ ‫נעמען אין באטראכט‪.‬‬ ‫אין דער אלגעמיינער וועלט איז אנגענומען‬ ‫היינטיגע צייטן א גרויסע סקעפטיציזם איבער‬ ‫יעדן דבר רוחני‪ ,‬און עס איז פארשטענדליך אז‬ ‫אויב איינער וויל רעדן פון א נשמה למשל מוז‬ ‫ער קודם אויפווייזן אז עס עקזיסטירט‪ .‬אבער ווי‬ ‫געשמועסט איז דאס סתם א יסודות'דיגער טעות‬ ‫אין אונזער עקזיסטענץ‪ ,‬און דער אמת איז פונקט‬ ‫פארקערט‪ .‬דער יסוד פון דער בריאה איז דער‬ ‫דבר נצחי‪ ,‬ווייל דאס וואס מען קען נישט מגדיר‬ ‫זיין מוז בעל כרחך זיין דער יסוד פון יעדער זאך‬ ‫אין דער בריאה‪ ,‬און דער וועג ווי אזוי מיר שפירן‬ ‫די וועלט איז דער חיצוניות'דיגער וועג ווי אזוי‬ ‫מיר פארשטייען עס‪ .‬ווען דער סייענטיסט בעט‬ ‫באווייזן אז א נשמה עקזיסטירט איז דאס סתם‬ ‫א צעמישעניש אין טערמינען‪ .‬מען דארף נישט‬ ‫קיין באווייזן אז נצחיות עקזיסטירט ווייל אן דעם‬ ‫קענסטו נישט רעדן פון גארנישט‪.‬‬ ‫און ווען מען רעדט פון עולם הבא איז דאס‬ ‫ווייטער דער זעלבער געדאנק‪ ,‬אז עולם הבא איז‬ ‫דער עולם האמת‪ ,‬דער עולם הנצחי‪ ,‬דער נומענאן‬ ‫וואס מיר האבן נישט איצט קיין צוטריט צו דעם‬ ‫מחמת אונזער מוגבל'דיגן וועזן ערלויבט אונז‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪19 /‬‬


‫עמנואל קאנט‬

‫נישט‪ .‬און איינמאל מיר ווערן באפרייט פון די‬ ‫גופניות'דיגע קייטן באלאנגען מיר בלויז צום עולם‬ ‫הנצחי‪ ,‬וואס איז די אמת'דיגע פנימיות'דיגע וועלט‬ ‫וואס איז דער תוך פון דער בריאה‪ ,‬און דארטן איז‬ ‫דער מציאות אן אין סופ'דיגער מציאות‪ ,‬און ווי‬ ‫מער א מענטש איז מחובר דא צום אין סוף אלס‬ ‫מער איז ער דארטן מחובר‪.‬‬

‫ד‬

‫מיר האבן פריער מגדיר געווען שמחה אז די‬ ‫הכרה פון דעם מענטש איז אויף א גוטן פלאץ‪ ,‬דאס‬ ‫מיינט אז דער מענטש שפירט און ווייסט בידיעה‬ ‫ברורה אז ער געפינט זיך גוט‪ ,‬ממילא איז דאס‬ ‫פשוט אז דאס דארף אלס קומען פון א נצחיות'דיגן‬ ‫פלאץ‪ ,‬און דאס דארף א גוטע יסודות'דיגע הבנה‬ ‫כדי מען זאל טאקע זיין פרייליך‪.‬‬ ‫קאנט אליין מוטשעט זיך טאקע איבער דעם‬ ‫יחוס פון שמחה‪ .‬ער טענה'ט אז שמחה מיינט‬ ‫נישט מער ווי ערפילן א מענטשנ'ס געברויכן‪ ,‬און‬ ‫לויט אים איז דאס סתם א צופעליגע זאך‪ ,‬וואס‬ ‫מאכט א מענטש פרייליך‪ ,‬און עס קען נישט זיין‬ ‫דער ציל אין לעבן‪ .‬ווייל א רויבער און א גנב קען‬ ‫אויך זיין פרייליך ביים ערפילן זיין געברויך פאר‬ ‫גניבה‪ .‬צוליב דעם שרייבט ער אז דער ציל פון‬ ‫לעבן דארף זיין א מאראליש לעבן‪ ,‬נישט דוקא א‬ ‫פרייליך לעבן‪.‬‬ ‫‪ / 20‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫קאנט איז טאקע געווען באקאנט אלס א‬ ‫שטיקל זויערער פערזאן‪ .‬ער איז געבוירן אין‬ ‫קעניגסבורג‪ ,‬געשטארבן אין קעניגסבורג‪,‬‬ ‫און קיינמאל נישט ארויס פון די גלילות פון‬ ‫קעניגסבורג‪ .‬ער האט קיינמאל נישט חתונה‬ ‫געהאט‪ ,‬און די לעגענדע דערציילט אז ער האט‬ ‫נישט טועם געווען קיין טעם ביאה מימיו‪ .‬ער‬ ‫האט געהאט דעם זעלבן סדר היום יעדן טאג‪ ,‬און‬ ‫די איינוואוינער פון שטאט פלעגן אנשטעלן די‬ ‫זייגער לויט ווען ער איז ארויס פון שטוב‪.‬‬ ‫אבער לויט ווי מיר זענען מגדיר שמחה אז‬ ‫דאס איז נישט א מאמענטאלע ערפילונג פון די‬ ‫געברויכן פון דעם מענטש‪ ,‬נאר אז די הכרה פון‬ ‫דעם מענטש איז רואיג און צופרידן‪ ,‬איז קלאר‬ ‫אז דאס זאל דוקא יא זיין דער ציל פון מענטש‪.‬‬ ‫ווייל אפילו א גנב און רוצח וואס די גניבה מאכט‬ ‫אים צופרידן‪ ,‬איז אבער זיין הכרה נישט אויף א‬ ‫רואיגער און געשמאקער פלאץ‪ ,‬ווען יא וואלט ער‬ ‫דאך געגאנגען ארבעטן און פארדינט געלט ביושר‬ ‫(אפילו פראקטיש קען ער נישט זיין רואיג‪ ,‬מען‬ ‫קען אים דאך כאפן יעדע מינוט און ארעסטירן…)‬ ‫ממילא דארף מען טאקע יא צילן צו אן אמת'ע‬ ‫שמחה‪ .‬און די אמת'ע שמחה קומט פון דעם וואס‬ ‫די נשמה‪ ,‬די הכרה‪ ,‬איז מחובר צו נצחיות‪.‬‬ ‫א גרינגער וועג ווי אזוי צו וויסן אויב עפעס‬ ‫קומט פון א נצחיות'דיגן פלאץ אדער נישט איז‬ ‫די עצה פון חז"ל‪" ,‬שוב יום אחד לפני מיתתך‪".‬‬ ‫אדער ווי איך האב אמאל געהערט פון סטיוו‬ ‫דזשאבס זאגן‪ ,‬פרעג דיך יעדן טאג‪ ,‬אויב איז דאס‬ ‫דער לעצטער טאג פון דיין לעבן‪ ,‬ביסטו צופרידן‬ ‫מיט דעם היינטיגן טאג? טאמער נישט‪ ,‬דארפסטו‬ ‫עפעס טוישן‪.‬‬ ‫דאס מיינט אז יעדער מענטש דארף טראכטן‬ ‫נישט מאמענטאל‪ ,‬נאר וואס וועט כאפן א חילוק‬ ‫אין צען יאר ארום‪ ,‬און פופציג יאר ארום‪ ,‬נישט ווייל‬ ‫דער יעצטיגער מינוט איז נישט חשוב‪ ,‬אדרבה‪,‬‬ ‫דוקא ווייל דער יעצטיגער מינוט איז אזוי טייער‪,‬‬ ‫און ער וויל דאס גוט אויסנוצן‪ ,‬דארף ער נוצן א‬ ‫גוטער כור המבחן אויב די יעצטיגע פעולה איז‬ ‫א דבר נצחי אדער דאס איז סתם א צייטווייליגע‬ ‫הנאה וואס וועט באלד פארבייגיין‪.‬‬ ‫און דאס איז טאקע דער חילוק צווישן א גוי‬ ‫און א איד‪ ,‬ווי עס איז באקאנט דאס ווערטל אז א‬ ‫גוי עסט כדי צו ארבעטן און ארבעט כדי צו עסן‪,‬‬


‫‪Credit: Alex Levin‬‬

‫אבער א איד טוט אלעס צו דינען דעם באשעפער‬ ‫(פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט דוקא א איד‬ ‫אדער א גוי‪ ,‬פארהאן גוי'אישע אידן און אידישע‬ ‫גויים‪ .)...‬פשט איז אז ווען א איד עסט א גוט שטיקל‬ ‫פלייש איז דאס לכבוד יום טוב‪ ,‬און מען פרייט זיך‬ ‫מיט'ן באשעפער‪ ,‬ושמחתם לפני ה' אלקיכם‪ .‬דאס‬ ‫מיינט אז מען פרייט זיך מיט דעם נצחיות'דיגן‬ ‫חלק שבו‪ .‬אויף וועלכער הבנה מען זאל דאס‬ ‫אפלערנען‪ ,‬צי אז מען ווערט פאראייניגט מיט דעם‬ ‫נאטור‪ ,‬אדער אז מען דאנקט דעם באשעפער פאר‬ ‫דער תקופת השנה ווען מען זאמלט איין די תבואה‪,‬‬ ‫אדער אפילו אויב מען עסט בלויז א גוט שטיקל‬ ‫פלייש ווייל אזוי שטייט אין דער תורה‪ ,‬קומט‬ ‫דאס אלס פון א כח נצחי וואס איז שטערקער‬ ‫און גרעסער פון דעם מענטש‪ .‬אבער דער גוי עסט‬ ‫פשוט ווייל ער פילט א געברויך צו עסן און דאס‬ ‫קומט נישט פון א נצחיות'דיגן שטאנדפונקט‪,‬‬ ‫ווייל מארגן וועט אים נישט זיין קיין גרויסע נפקא‬ ‫מינא אויב ער האט היינט געגעסן ירקות אדער‬ ‫געשטאפטע גאנז‪.‬‬ ‫און ווען מען געניסט פון דער וועלט אויף א‬ ‫אופן וואס עס איז א הנאה נצחית‪ ,‬איז דאס אויף‬ ‫אן אופן וואס די הכרה פון דעם מענטש האט הנאה‬ ‫און שפירט זיך גוט‪ .‬דאס מיינט אז דער מענטש‬ ‫שפירט און ווייסט ביי זיך קלאר אז ער טוט יעצט‬ ‫די בעסטע זאך אויף דער וועלט‪ ,‬און ער געפינט זיך‬ ‫מורא'דיג רואיג‪ ,‬כגמול עלי אמו‪ .‬ווי דער חזון איש‬ ‫דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוון‪" ,‬העונג‬ ‫היחידי הוא לי לעשות רצון קוני‪ ".‬דאס מיינט אז‬ ‫ער איז באמת דבוק אין נצחיות אז ער שפירט זיך‬

‫זייער רואיג און גוט ווען ער טוט מצוות‪ ,‬און דאס‬ ‫שטעלט אים אריין אין א געוואלדיגע שלוות‬ ‫הנפש‪.‬‬ ‫דאס איז אויך די בחינה וואס די ספרים רעדן‬ ‫ארום‪ ,‬אז בעפאר מתן תורה האבן די אבות אליין‬ ‫געשפירט וואס די מצוות זענען‪ ,‬ווייל זייערע‬ ‫איברים זענען פון זיך אליין געלאפן טון דעם‬ ‫רצון הבורא‪ .‬דער פשט איז אז זיי זענען באמת‬ ‫געווען דבוק מיט אזא דביקות אין נצחיות אז‬ ‫זייער גרעסטע תענוג און הנאה איז געקומען‬ ‫פון זיין דבוק אין רצון הבורא‪ ,‬און דאס האט זיי‬ ‫אריינגעברענגט א געוואלדיגע צופרידנקייט אין‬ ‫נפש‪.‬‬ ‫צום שלוס‪ ,‬עס איז קלאר אז מען קען נישט‬ ‫געבן קיין רעצעפט פון שמחה‪ ,‬און יעדער מענטש‬ ‫דארף זיך אליין בוחן זיין צו זען וואס ברענגט אים‬ ‫שמחה‪ .‬אבער דאס אמאל איז זיכער אז ווילאנג‬ ‫דער מענטש איז נאך איינגעזינקען אין זיין‬ ‫חומר'דיגן שלאף‪ ,‬און ער שפירט זיך נישט רואיג‬ ‫מיט זיך און ער ווייסט נישט וואס עס איז זיין רואיג‬ ‫ווינקל אויף דער וועלט‪ ,‬און ער ווערט געשטופט‬ ‫פון צייטווייליגע תענוגים‪ ,‬וועט ער קיינמאל‬ ‫נישט קענען צוקומען צו שמחה‪ .‬דער וועג ווי אזוי‬ ‫צוצוקומען צו א צופרידענעם און פרייליכן לעבן‬ ‫איז נאר דורך אנערקענען די געוואלדיגע נצחיות‬ ‫פון דער בריאה און זיך מדבק זיין דערין‪ ,‬און אזוי‬ ‫ארום זען וואו ער שפירט זיך דאס מערסטע רואיג‬ ‫און אין פלאץ‪ ,‬און אזוי קען מען דערגרייכן דעם‬ ‫והיית אך שמח‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪21 /‬‬


‫'איך געדענק נאך‪ ',‬האט ער‬ ‫פארגעזעצט‪' ,‬ווי איך האב‬ ‫א זאג געגעבן פאר רייצי‪,‬‬ ‫'לאמיר אינזין האבן כאטש‪,‬‬ ‫אז מיר זענען מקיים א מצוה‪'.‬‬ ‫'וואס א מצוה?' האט זי נישט‬ ‫פארשטאנען‪' .‬מסתמא זענען‬ ‫ביידע גוישע קינדער!' 'נו‪,‬‬ ‫און געבן צו עסן א הונגעריגן‬ ‫גוי‪ ,‬איז אויך א חסד‪ ',‬האב‬ ‫איך איר געענטפערט‪ .‬בפרט‬ ‫הילפסלאזע קינדער‪'.‬‬

‫‪‬‬

‫"לעצטע צוויי סטרונעס"‪,‬‬ ‫הוצאת געוואלדיג‪ ,‬תשע"ז‬

‫"די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מאכן א גרויסע‬ ‫נסיון קאלט צו מאכן די אמונה‪ ,‬ובפרט מיטן‬ ‫גרינג קענען צוקומען צו אלע מיני חקירות און‬ ‫משכיל'ישע ספרים פון אלע אפיקורסים פון‬ ‫אלע צייטן‪ ,‬ובפרט דורך דעם היברא בוקס וואס‬ ‫דער מסית ומדיח "הבחור חיים" ימ* שמו האט‬ ‫אריינגעלייגט‪ ,‬און עס פארקויפט זיך אין די‬ ‫טויזנטערס‪ ,‬און א טייל האבן דורכדעם באקומען‬ ‫א השפעה פון די אלע זאכן און האבן אנגעהויבן‬ ‫צו מאכן ליצנות פון אידישקייט השם ישמרינו‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"משתה ושמחה"‪ ,‬הלכות ימי הפורים‪ ,‬הרב יואל‬ ‫מענדלאוויטש‪ ,‬אדר תשע"ז‬

‫‪ / 22‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫‪ ‬דער ספר "אוצר הלכות" פון הרב אברהם‬ ‫צבי פריעדמאן איז בלויז עטליכע יאר אלט‪,‬‬ ‫אבער איז שוין ווייט פארשפרייט‪ .‬א חדר‪-‬‬ ‫קלאס גרייט זיך צום יום טוב דורך לערנען די‬ ‫הלכות החג‪.‬‬

‫‪ ‬הרב מענדלאוויטש איז א דיין אין‬ ‫דעם נייעם וואקסנדן חסידישן שטעטל‬ ‫בלומינגבורג‪ ,‬אין אפסטעיט ניו יארק‪.‬‬


‫"דער [סאטמארער] רבי האט ברייט‬ ‫ארומגעשמועסט איבער דעם ספר 'המורה'‬ ‫פונעם רמב"ם ז"ל‪ .‬האט דער רבי דערביי‬ ‫געזאגט א מערקווירדיגן געדאנק‪ ,‬אז ווען די‬ ‫פריערדיגע [גדולי ישראל] האבן געברענגט‬ ‫צו פארברענען דעם ספר המורה‪ ,‬איז מיט דעם‬ ‫ערגענצט געווארן די מטרה פונעם רמב"ם‬ ‫מיט'ן עצם פארפאסן דעם ספר‪[... .‬ווייל] נאכ'ן‬ ‫פארברענען דעם ספר המורה‪ ,‬האט עס אזוי‬ ‫פיל אויפגעטאן אז דער ספר האט מער נישט‬ ‫געברענגט שאדן פאר די שוטים‪ ,‬ווייל זיי‬ ‫וועלן דאך מער נישט לערנען אין דעם ספר‬ ‫נאכ'ן זען ווי מ'האט עס פארברענט‪ ,‬און ווידער‬ ‫דער חכם וואס וועט לערנען דערין וועט דאך‬ ‫האבן א נוצן‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"דער איד"‪ ,‬פר' ויחי‪ ,‬תשע"ז‪ ,‬תורה אפטיילונג‪ ,‬זייט ‪15‬‬

‫‪ ‬תימנ'ער כתב יד פונעם "מורה"‪ ,‬געשריבן‬ ‫אין אריגינעלן אידיש‪-‬אראביש‬

‫"כ"ק רבינו [רבי שלמה מבאבוב] זצ"ל האט‬ ‫דערציילט‪ ,‬אז נאך די פטירה פון הרה"ק‬ ‫מצאנז זי"ע‪ ,‬האט מען אויפ'ן בוידעם פון ביתו‬ ‫נאוה קודש געטראפן גאנצע קעסטלעך מיט‬ ‫לאסן פון לאטערי וואס ער האט געקויפט‬ ‫במשך השנים‪ .‬ווייל דער צאנזער רב זכרונו‬ ‫לברכה איז דאך געוועהן א גרויסער בעל‬ ‫חוב‪ ,‬ער פלעגט בארגן גרויסע געלטער‬ ‫און דאס אויסגעטיילט אויף צדקה‪ ,‬אויך‬ ‫האט ער געדארפט ריזן סכומים פאר זיינע‬ ‫קביעות'דיגע צדקות‪ ,‬וואס ער פלעגט‬ ‫אויסהאלטן ארימעלייט‪ ,‬חולאים‪ ,‬אלמנות‬ ‫מיט יתומים‪ ,‬דערפאר פלעגט ער שפילן די‬ ‫לאטערי‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"שערי ציון"‪ ,‬חסידי באבוב‪ ,‬ניסן‪-‬אייר תשע"ז‬

‫‪ ‬עמך ישראל צריכים פרנסה ‪ --‬אידן‬ ‫קויפן לאטעריס מיט גרויסע האפענונגען‬

‫‪‬אנאקסימענעס‪ ,‬פון די ערשטע גריכישע פילאזאפן‬ ‫וועלכער האט געלעבט בסוף תקופת בית ראשון‪ ,‬איז‬ ‫אויפגעקומען מיט דער טעאריע אז "די זון באשטייט‬ ‫פון ערד‪ ,‬און עס ווערט זייער הייס צוליב די שנעלקייט‬ ‫פון אירע תנועות‪".‬‬

‫"עס איז מערקווירדיג וואס דער‬ ‫מהרש"א זאגט (נדרים דף ח')‬ ‫אז די זון האט נישט בטבע קיין‬ ‫אייגענער חמימות‪ ,‬נאר וויבאלד‬ ‫עס דרייט זיך ארום מיט אזא‬ ‫שנעלקייט ארום דער ערד‪,‬‬ ‫פיר און צוואנציג שעה א טאג‪,‬‬ ‫ממילא ווערט עס אנגעהיצט‪,‬‬ ‫וויבאלד די טבע פון א זאך וואס‬ ‫דרייט זיך שנעל איז אז עס‬ ‫גיבט ארויס א היץ‪".‬‬

‫‪‬‬

‫"מעלות"‪ ,‬אב‪ ,‬תשע"ז‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪23 /‬‬


‫די‬

‫"בראקל"‬ ‫שערוריה‬

‫דער פארגעסענער מציאות אין‬ ‫א ריתחא דאורייתא‬ ‫יידל‬

‫אריינפיר‬ ‫אין די לעצטע פאר חדשים טוט זיך א פרישער‬ ‫כשרות קאנטראווערסיע ביים היימישן ציבור‪.‬‬ ‫עטליכע אינטערנאציאנאלע אינוועסטירער‪,‬‬ ‫מיט דער שטיצע פון עטליכע רבנים און פוסקים‪,‬‬ ‫האבן באשלאסן אז די הינער וועמענס פלייש‬ ‫מיר עסן זענען נישט טהור‪ .‬אנשטאט האבן די‬ ‫אינוועסטירער געוואלט אז מ'זאל אין די היימישע‬ ‫בתי שחיטה אנהייבן שחט'ן בלויז דער "בראקל"‬ ‫האן‪ .‬ווען אנדערע רבנים האבן זיך דערוואוסט‬ ‫פונעם פלאן זענען זיי ארויס מיט א ויצעקו‪,‬‬ ‫טענה'נדיג אז דער בראקל איז גאר דער טמא'נער‬ ‫‪ / 24‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫עוף בעת וואס די הינער צו וועלכע מיר זענען‬ ‫געוואוינט זענען כשר בתכלית ההידור‪.‬‬ ‫ווי עס איז די שטייגער ביי אזעלכע סארטן‬ ‫דעבאטעס און שערוריות האט זיך תיכף אנגעהויבן‬ ‫א פלוס פון בריוולעך‪ ,‬קונטרסים‪ ,‬קול קורא'ס‪ ,‬און‬ ‫מודעות פון ביידע צדדים מסביר צו זיין זייער צד‬ ‫און צו פארשרייען דעם צד שכנגד‪ .‬די היימישע‬ ‫אינטערנעט פארומס א שטייגער ווי "אייוועלט"‬ ‫און "פורום אוצר החכמה" האבן ביידע אנגעהויבן‬ ‫ווירבלען מיט פאוסטס‪ ,‬זה בונה וזה סותר‪.‬‬ ‫די תורה'דיגע טייל פון דער דיסקוסיע איז‬ ‫געווען רייך ביז גאר‪ .‬די מאמרים שרייבער האבן‬ ‫נישט איבערגעהיפט אויף קיין איין מקור וועלכער‬


‫וועמענס אינטערעסע עס איז געווען צו אסר'ן‬ ‫און ווער עס האט געוואלט מתיר זיין אסר'נדיג‬ ‫די ביז‪-‬איצטיגע טשיקנס‪ ,‬אבער איין זאך איז מיר‬ ‫געווארן קלארער און קלארער ווי מער כ'האב זיך‬ ‫אריינגעלייגט אין דער נושא‪ :‬ביידע צדדים ליידן‬ ‫פון א בושה'דיגן און ווייטאגליכן איגנאראנץ‪ .‬דער‬ ‫צוזאמענשטויס פון הלכה מיט וויסנשאפט צווינגט‬ ‫די בעלי ההלכה ארויסצוגיין פון זייער געביט אין‬ ‫וועלכע זיי זענען באהאוונט‪ ,‬און זיך אריינלאזן אין‬ ‫א ווילד‪-‬פרעמדע געביט‪ ,‬אבער עס זעט אפטמאל‬ ‫אויס ווי אינפארמאציע וועלכע מ'קען נישט‬ ‫טרעפן אין ספרים‪-‬שאפע איז אומדערגרייכבאר‬ ‫אין בית המדרש‪.‬‬ ‫אויב איז אייך די אומהיימליכקייט פונעם‬ ‫בראקל טשיקן אויפן מעהאגעני טיש אין ספרים‬ ‫צימער ארומגענומען מיט די פארבעקישטע רבנים‬ ‫נישט גענוג‪ ,‬דאן קוקט נישט ווייטער ווי די מאמרי‬ ‫הקובצים און פסקים אין די תשובה ספרים וואו די‬ ‫ציטירטע "חכמי הטבע" מוזן ווערן באגלייט מיט‬ ‫צענדליגע אומבאקוועמע לשונות פון "כידוע‪",‬‬ ‫"ראיתי בכתבי אומות העולם‪" ",‬נודע לי‪ ",‬און‬ ‫"יודעי הדבר מעידים‪ ",‬אלעס אויף צו נאכברענגען‬ ‫א שטיקל וויקיפעדיע‪.‬‬ ‫אין דער הלכה חלק קום איך ווארשיינליך נישט‬ ‫צו צו די פיס‪-‬קנעכלען פון די פוסקים העושים‬ ‫לילות כימים באהלה של תורה‪ .‬אבער כ'האב‬ ‫באקומען דעם שפיר אז די שערוריה קען נוצן‬ ‫אביסל א‪.‬ג‪" .‬ידיעות כלליות" צו באאיינפלוסן דעם‬ ‫שמועס און באלייכטן די דעבאטע‪.‬‬

‫וואס איז אן עוף טמא‬ ‫קען מעגליך זיין א ראיה צו זייער צד‪ .‬שטעלט אפ‬ ‫א דיין‪ ,‬א מו"ץ'ל אדער אפילו א כולל יונגערמאן‬ ‫און ער וועט אייך קענען אראפלייגן די גאנצע‬ ‫סוגיא‪ ,‬אנגעהויבן פון דער גמרא אין חולין‪ ,‬ביז דער‬ ‫תשובה אין "שבט הלוי"‪ ,‬נישט אויסלאזנדיג קיין‬ ‫ראשון‪ ,‬אחרון‪ ,‬פוסק‪ ,‬אדער נושא כלי אינצווישן‪.‬‬ ‫אבער נאכן אריינלייגן זיך אין דער נושא‪,‬‬ ‫אדורכבלעטערנדיג מאמרים און שמועסנדיג מיט‬ ‫חברים בני תורה‪ ,‬האב איך באמערקט אז איין‬ ‫געביט פון דער דיסקוסיע איז כמעט ווי איגנארירט‬ ‫געווארן דורך ביידע צדדים‪ :‬דער געביט פון בירור‬ ‫המציאות‪.‬‬ ‫איך בין נישט עקסטער באקאנט מיט דעם‬ ‫פאליטישן חלק פון דער בראקל קאנטראווערסיע‪,‬‬

‫דער נאטירליכסטער פלאץ אנצוהייבן איז מיטן‬ ‫פסוק חומש אין פרשת שמיני (ויקרא קאפיטל יא‪,‬‬ ‫פסוקים יג‪-‬יט און נאכאמאל אין דברים קאפיטל‬ ‫יד‪ ,‬פסוקים יב‪-‬יח)‪ ,‬וועלכער לערנט איז וואס אן‬ ‫עוף טמא איז‪:‬‬ ‫ֵא ְכל ּו‬ ‫ׁקצ ּו ִמן ָהעוֹף לֹא י ָ‬ ‫ו ְֶאת ֵא ֶּלה ְּת ַש ְּ‬ ‫ׁר ו ְֶאת ַה ֶּפרֶס ו ְֵאת ָה ָע ְז ִנָיּה‪.‬‬ ‫ּש‬ ‫ׁקץ ֵהם ֶאת ַהֶנ ֶ‬ ‫ֶש ֶ‬ ‫ו ְֶאת ַה ָּד ָאה ו ְֶאת ָה ַאָיּה ְל ִמינ ָּה‪ֵ .‬את ָּכל עֹרֵב‬ ‫ְל ִמינוֹ‪ .‬ו ְֵאת ַּבת ַה ַּי ֲענָה ו ְֶאת ַה ַּת ְח ָמס ו ְֶאת‬ ‫ׁחף ו ְֶאת ַהֵנּץ ְל ִמינֵהוּ‪ .‬ו ְֶאת ַה ּכוֹס ו ְֶאת‬ ‫ַה ָּש ַ‬ ‫ׁמת ו ְֶאת‬ ‫ְש ֶ‬ ‫ָך ו ְֶאת ַה ַּי ְנׁשוּף‪ .‬ו ְֶאת ַה ִּתנ ֶ‬ ‫ׁשל ְ‬ ‫ַה ָּ‬ ‫ָפה‬ ‫ידה ָה ֲאנ ָ‬ ‫ֲס ָ‬ ‫ָחם‪ .‬ו ְֵאת ַהח ִ‬ ‫ַה ָּק ָאת ו ְֶאת ָהר ָ‬ ‫ֲט ֵּלף‪.‬‬ ‫יפת ו ְֶאת ָהע ַ‬ ‫ְל ִמינ ָּה ו ְֶאת ַה ּדו ִּכ ַ‬ ‫בסך הכל זאגט אונז די תורה אן איבער פיר‬ ‫און צוואנציג מיני עופות וועלכע זענען טמא און‬ ‫מ'טאר זיי נישט עסן‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪25 /‬‬


‫שטאמט בן אחר בן פון א כשר'ן עוף‪ .‬דער פשטות‬ ‫אין רש"י‪ ,‬און אין פוסקים וואס ברענגן אים‪ ,‬איז אז‬ ‫מ'דארף א מסורה אויף א מין אז אט דער מין איז‬ ‫כשר‪ ,‬און איינמאל מ'האט א מסורה אויף א מין‪,‬‬ ‫איז יעדעס מאל וואס מ'טרעפט אן עוף פון דעם‬ ‫מין‪ ,‬איז עס בחזקת כשר אלס די מסורה אז דער‬ ‫מין איז כשר‪ .‬אבער די מיליאן‪-‬דאלער פראגע איז‪:‬‬ ‫וואס איז דאס א מין?‬

‫די גמרא אין חולין (דף סג‪ ,‬עמוד ב) איז מסביר‬ ‫אז וועגן דעם רעכנט די תורה אויס נאר די טמא'נע‬ ‫עופות וויבאלד אלע אנדערע מיני עופות וועלכע‬ ‫זענען נישט פון די פיר און צוואנציג מינים זענען‬ ‫טהור‪ .‬די גמרא פירט דארט אויס בשם ר' יצחק אז‬ ‫"עוף טהור נאכל במסורת‪ ",‬דאס הייסט אז מ'דארף‬ ‫נישט וויסן וועלכער מין אן עוף איז כדי זיכער צו‬ ‫מאכן אז עס איז נישט פון די פיר און צוואנציג‬ ‫טמא'נע מינים‪ ,‬נאר א מסורה פון א פויגל‪-‬פאנגער‬ ‫אז דאס איז אן עוף וואס מ'פלעגט רעכענען אלס‬ ‫די אומקלארקייט לגבי דער דעפיניציע פון א‬ ‫טהור איז גענוג‪.‬‬ ‫מין אין הלכה איז נישט קיין נייע‪ .‬אין די תשובה‬ ‫וואס איז אויב מ'האט נישט קיין מסורת און‬ ‫ספרים במשך הדורות געפונען מיר פארשידענע‬ ‫מ'ווייסט נישט וואס פאר א סארט עוף דאס איז?‬ ‫דעות וועלכע אדרעסירן‪ ,‬דירעקט אדער‬ ‫אין אזא פאל געבן אונז חז"ל (חולין ס"א ע"א)‬ ‫אומדירעקט‪ ,‬די פראגע פון א מין לגבי הלכה‪ .‬אבער‬ ‫סימנים מיט וועלכע מ'קען זיך באנוצן צו מטהר‬ ‫אין דער צייט וואס מיר קענען פארגעבן פוסקים‬ ‫זיין אן עוף‪ :‬דריי סימני טהרה‪ ,‬און איין סימן טמא‪.‬‬ ‫פון אמאל וועלכע האבן נישט געהאט צוטריט צו‬ ‫אויב טרעפט מען אן עוף וואס האט אלע דריי‬ ‫אינפארמאציע‪ ,‬און אפילו ביי די "חכמי הטבע"‬ ‫סימני טהרה און עס האט נישט דער איין סימן‬ ‫איז דער מציאות נישט געווען קלאר‪ ,‬קענען מיר‬ ‫טמא דאן מעג מען עס זיכער עסן‪.‬‬ ‫נישט זאגן דאס זעלבע לגבי די צעמישעניש און‬ ‫אומקלארקייט וועלכע מיר געפונען אריינקוקנדיג‬ ‫רש"י איז מחדש א חומרא אז עס איז נישט‬ ‫אין די היינטיגע פוסקים‪.‬‬ ‫גענוג אויב אן עוף האט סימני טהרה‪ ,‬נאר מיר‬ ‫דארפן א מסורת אויפן עוף‪ .‬רש"י באזירט זיך‬ ‫א ביישפיל איז די תשובה פון‬ ‫אויף דער גמרא אין חולין (דף ס"ב ע"ב) וואו מיר‬ ‫הגאון ר' שמואל וואזנער ז"ל‬ ‫געפונען אז אן עוף ‪" -‬תרנגולתא דאגמא" ‪ -‬וואס‬ ‫(שו"ת שבט הלוי חלק י' סימן‬ ‫מען האט געמיינט אז זי האט סימני טהרה‪ ,‬האט זיך‬ ‫קי"ג) אויף וועלכער א גרויסער‬ ‫שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א דורס וועלכע‬ ‫חלק פון דער יעצטיגער‬ ‫איז נישט כשר‪ .‬זאגט רש"י דארט אז וויבאלד מיר‬ ‫ווערט‬ ‫קאנטראווערסיע‬ ‫זענען נישט אזוי בקי אין די סימני טהרה‪ ,‬און ווי‬ ‫געבויעט‪ .‬אין דער תשובה‬ ‫מען זעט אז עס קען זיך אמאל מאכן א מכשול‪,‬‬ ‫ווערט הרב וואזנער אנגעפרעגט‬ ‫אזוינע עופות‬ ‫זאל מען נאר עסן‬ ‫אויף אונזערע טשיקנס‬ ‫מסורת פון‬ ‫וואס מיר האבן א‬ ‫וועלכע ווערן געמישט פון‬ ‫אז‬ ‫אונזערע עלטערן‬ ‫עטליכע סארטן‪ .‬אנשטאט‬ ‫זיי זענען כשר‪,‬‬ ‫אוועקשטעלן א שטעלונג‬ ‫און מען זאל זיך‬ ‫איבער וואס דער גדר פון‬ ‫נישט פארלאזן‬ ‫א מין איז און צי מ'דארף‬ ‫בלויז אויף בודק‬ ‫האבן א מסורה אויף‬ ‫זיין די סימנים‪.‬‬ ‫יעדן סארט באזונדער‪,‬‬ ‫הערשט אין דער גאנצער‬ ‫דער מחבר אין‬ ‫תשובה אן אומקלארקייט‬ ‫שו"ע (יור"ד ס'‬ ‫צי הרב וואזנער רעכנט די‬ ‫פ"ב) נעמט נישט‬ ‫פארשידענע סארטן הינער‬ ‫אן שיטת רש"י‪ ,‬אבער‬ ‫אלס אנדערע מינים‪ ,‬אדער‬ ‫דער רמ"א‪ ,‬און אזוי איז‬ ‫ער רעכנט זיי אלס איין מין נאר‬ ‫אנגענומען ביי כמעט אלע‬ ‫האלט אז מ'דארף א מסורת אויף‬ ‫אשכנזישע פוסקים‪ ,‬נעמט‬ ‫יעדן סארט באזונדער (און דאס איז‬ ‫יא אן ווי רש"י אז מ'דארף האבן‬ ‫נישט סתם א פעדאנטישע טענה אויף‬ ‫די‬ ‫עוף‪.‬‬ ‫א מסורת צו קענען עסן אן‬ ‫בראקל‬ ‫דער תשובה‪ ,‬נאר עס איז מעגליך אויך‬ ‫שאלה איז נאר‪ :‬א מסורה אויף וואס?‬ ‫נוגע להלכה לגבי כלאים)‪ .‬ניטאמאל‬ ‫עס איז קלאר אז מ'דארף נישט קיין‬ ‫ווערן דערמאנט אין דער תשובה‬ ‫מסורה אויף אינדיווידואלע עופות‪ ,‬א יחוס‬ ‫איבער וועלכע סארטן הינער די‬ ‫בריוו אויף יעדן אינדיווידואלן עוף אז ער‬ ‫‪ / 26‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫רעדע איז! פארוואלקנטע פראזעס ווי "מינים‬ ‫שונים של סוגי התרנגולים‪" ",‬מין תרנגול עוף‬ ‫שאין לנו מסורה‪ ",‬און "מינים המקובלים‪ ",‬זענען‬ ‫די איינציגסטע רמזים איבער וואס דער מדובר איז‪.‬‬ ‫אין זיין בריוו צו הגרמי"ל לנדא שליט"א איבער‬ ‫דער נושא‪ ,‬שרייבט האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר‪:‬‬ ‫ובענין העופות הרגילים אצלינו זה עשרות‬ ‫בשנים ירד ירדנו מלפני קרוב לעשרים שנה‬ ‫באלה מסעי יחד עם רבנים גדולי תורה והוראה‬ ‫שליט"א למקום גידול התרנגולים והעופות‬ ‫לברר כל פרט ופרט לאשורו‪ ,‬ותיקונים גדולים‬ ‫עשינו על מקור מוצא העופות הנשחטים‬ ‫פק"ק‪ ,‬בפיקוח תמידי במשך כל השנים על‬ ‫משמר כשרות העופות שיהא ראוי לעלות על‬ ‫שלחן אחב"י המהדרין בכשרות‪ .‬גם כעת ביום‬ ‫ד' פ' ראה העעל"ט ישבנו כסאות למשפט‬ ‫והתוועדנו יחד עם ידידי הגאון רבי שלום‬ ‫אליקים געציל בערקאוויטש שליט"א דיינא‬ ‫רבא דפק"ק קרית יואל יצ"ו‪ ,‬ואתו עמו ידידי‬ ‫הגאון רבי יהודא משולם דוב פאלאטשעק‬ ‫שליט"א אב"ד ומח"ס שו"ת מגד יהודה‪,‬‬ ‫הם העומדים על משמרת הכשרות של בית‬ ‫השחיטה דפק"ק‪ ,‬ובררנו בבירור גמור אחרי‬ ‫כמה חקירות ודרישות‪ ,‬בירור אחר בירור‪,‬‬ ‫שהעופות הללו כשרים ומהודרים ואין עליהם‬ ‫שום ערעור או חשש כלל‪ ,‬ואדרבה הם הם‬ ‫העופות שיש להם המסורה ועלו על שלחן‬ ‫מלכים מאן מלכי רבנן גדולי הדור מאז ומקדם‪.‬‬

‫וואס מען האט פאר צוואנציג יאר צוריק מתקן‬ ‫געווען באלה מסעי זענען פארהוילן אין א‬ ‫מיסטעריע‪ .‬האט מען מברר געווען אז די עופות‬ ‫זענען א געמיש פון קארניש און פליימאוט ראק?‬ ‫דזשורזי בלעק דזשייענט און בראהמא? אדער‬ ‫אפשר גאר ניו העמפשיר און לאנגשאן? די אלע‬ ‫זענען סארטן הינער וועלכע ווערן גענוצט צו‬ ‫האדעווען די טשיקנס וועלכע מ'פארקויפט צו די‬ ‫שעכטהייזער‪ ,‬אבער ניטאמאל ברמיזה ווערט דאס‬ ‫דערמאנט אינעם בריוו‪ .‬נאך ערגער איז דער פאקט‬ ‫אז דער "ירד ירדנו" איז פארגעקומען מיט באלד א‬ ‫צוואנציג יאר צוריק‪ ,‬ווי כאילו צייט איז געבליבן‬ ‫שטיין און די פירמעס וועלכע פארקויפן טוען נאך‬ ‫אלעס די זעלבע ווי דעמאלט‪ .‬עס איז נישט קיין‬ ‫סוד‪ ,‬און די פירמעס זעלבסט אדווערטייזן דאס‪ ,‬אז‬

‫קארניש‬

‫די רייע מליצות מיט וועלכע דער רבי באנוצט‬ ‫זיך פארדעקן אבער נישט דעם פאקט אז אינעם‬ ‫בריוו ווערט ניטאמאל ברמיזה דערמאנט א איין‬ ‫נאמען פון א מין תרנגול‪ .‬די "תיקונים גדולים"‬

‫דער תרנגול געטראפן אין גרעבענישן אין גבעון‪,‬‬ ‫אויסגעקריצט אויף חרס‪ ,‬בערך נאך די צייטן פון דוד‬

‫פליימאוט ראק‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪27 /‬‬


‫אין די לעצטע צוואנציג יאר האט די אינדוסטריע‬ ‫געמאכט גרויס פארשריט און טוישונגען אין דעם‬ ‫געביט פון הינער‪-‬האדעווען‪ ,‬און דאס אז מ'האט‬ ‫גענוצט א ספעציפישן מין דעמאלטס איז קנאפ‬ ‫ראיה אז מ'נוצט עס נאך היינט‪.‬‬ ‫אנדערע תשובות און מאמרים אין דער נושא‬ ‫ליידן פון אן ענליכן טשטוש‪ ,‬אנשטאט האבן‬ ‫א קלארן און קאנסעקווענטן מהלך‪ .‬כאטש די‬ ‫תורה'דיגע זייט פונעם שמועס איז רייך ביז גאר‪,‬‬ ‫ליידט אבער דער מציאות'דיגער חלק פון א‬ ‫שרעקליכער ארימקייט‪.‬‬ ‫אבער גענוג מיטן קריטיק‪ .‬לאמיר טאקע אפיר‬ ‫נעמען און זען וואס איז דער מציאות הדברים וואס‬ ‫אזויפיל פוסקים איגנארירן?‬

‫ויברא את חית הארץ‬ ‫למינהו‬ ‫דער רבוש"ע האט באשאפן זיין וועלטל‬ ‫אנגעפילט מיט מיליאנען מינים בעלי חיים‪.‬‬ ‫אין דער תורה ווערן זיי צעטיילט אין הויפט‬ ‫גרופעס ווי חיות‪ ,‬פייגל‪ ,‬פיש‪ ,‬שרצים‪ ,‬און אזוי‬ ‫ווייטער‪ .‬עס איז נישט מער ווי נאטירליך אז אין‬ ‫דער וויסנשאפטליכער וועלט האט מען אויך‬ ‫אנגענומען אן ענליכע גרופירונג‪ ,‬און רוב חיות‬ ‫פאלן אריין אין איינער פון די אויבנדערמאנטע‬ ‫גרופעס‪ .‬וויסנשאפטלער צעטיילן חיות ווייטער‬ ‫אויף סוב‪-‬גרופעס‪ ,‬און די סוב‪-‬גרופעס גופא‬ ‫אויף נאך קלענערע גרופעס‪ ,‬ביז דער גרופע וואס‬ ‫שאפט א "מין"‪ .‬עס איז נישטא קיין קאנצעזוס‬ ‫אויף א גענויער דעפיניציע פאר מין‪species ,‬‬ ‫אין ענגליש‪ ,‬ביי די וויסנשאפטלער‪ .‬אבער אן‬ ‫אנגענומענע דעפיניציע לויטעט אז א מין איז‬ ‫א גרופע בעלי חיים וועלכע קענען זיך מישן און‬ ‫רעפראדוצירן איינער מיטן צווייטן נאטירליך‪ .‬צום‬ ‫ביישפיל‪ ,‬דער "גרויער וואלף" מין רעכנט אריין אין‬ ‫זיך פארשידענע סארטן ווילדע וועלף ווי אויך אלע‬ ‫סארטן הונט מיט וואס מיר זענען באקאנט‪ .‬כאטש‬ ‫פון אונזער פערספעקטיוו זענען אפשר הונט מיט‬ ‫וועלף נישט דער זעלבער מין‪ ,‬ווערן אבער הונט‬ ‫יא פאררעכנט אלס א טייל פון דעם גרויען וואלף‬ ‫מין וויבאלד זיי רעפראדוצירן נאטירליך צווישן‬ ‫זיך‪ .‬לאידך גיסא‪ ,‬דער שווארצער בער‪ ,‬דער גריזלי‬ ‫בער‪ ,‬און דער ווייסער (פאלאר) בער‪ ,‬זענען דריי‬ ‫פארשידנארטיגע מינים וויבאלד נאטירליך טוען‬ ‫זיי זיך נישט רעפראדוצירן צווישן זיך‪.‬‬ ‫די פאפולאריטעט פון דער "נאטירליכער‬ ‫‪ / 28‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫רעפראדוקציע" דעפיניציע איז היבש‬ ‫פארשטענדליך‪ .‬לאמיר נעמען דעם מין האנושי‬ ‫אלס ביישפיל‪ .‬דער מענטשליכער מין רעכנט‬ ‫אריין פארשידענע קאלירן הויט‪ ,‬אויגן‪ ,‬און‬ ‫האר‪ ,‬פארשידענע אויגן פארעמען‪ ,‬און אנדערע‬ ‫חילוקים‪ .‬אף על פי כן ווערט דער מענטש‪ ,‬אפגעזען‬ ‫זיין ראסע אדער האר‪-‬קאליר‪ ,‬פאררעכנט אלס‬ ‫דער זעלבער מין וויבאלד מענטשן קענען און טוען‬ ‫נאטירליך רעפראדוצירן איינער מיטן צווייטן‪ .‬עס‬ ‫וועט אבער קיינעם נישט איינפאלן צו רעכנען א‬ ‫שימפאנזיע אדער א גארילע אלס א מין מענטש‪,‬‬ ‫כאטש אין געבוי זענען זיי היבש ענליך‪ ,‬וויבאלד א‬ ‫שימפאנזיע וועט נאטירליך זיך נישט רעפראדוצירן‬ ‫מיט א מענטש‪.‬‬ ‫די תורה האט גאנץ ווארשיינליך א ברייטערע‬ ‫דעפעניציע אויף מין ווי דער וויסנשאפטליכער‬ ‫דעפיניציע‪ .‬אין דער תורה געפונען מיר אז א גאנצע‬ ‫קלאס פון בעלי חיים ווערט פאררעכנט אלס איין‬ ‫מין‪ .‬צום ביישפיל די תורה רעכנט אויס דער קעמל‬ ‫אלס איינער פון די פיר מינים בהמות וואס מען‬ ‫טאר נישט עסן ווייל עס איז מעלה גרה און איז‬ ‫נישט מפריס פרסה‪ .‬אין דער קעמעליידס פאמיליע‬ ‫זענען פארהאן א רייע מינים‪ ,‬פון די איין און צוויי‬ ‫הויקערדיגע קעמלען‪ ,‬צו דער ווילדער קעמל‪ ,‬און‬ ‫נאך א גאנצע רייע מינים אינדערצווישן‪ .‬למעשה‬ ‫זענען זיי אבער אלע מעלי גרה און נישט מפריס‬ ‫פרסה‪ ,‬גענוי ווי וואס די תורה זאגט אויפן גמל‪ .‬עס‬ ‫איז גאנץ מסתבר אז כאטש וויסנשאפטליך זענען‬ ‫די אלע קעמעליידס איין פאמיליע אבער נישט‬ ‫איין מין‪ ,‬זענען זיי פון דער תורה'ס פערספעקטיוו‬ ‫אלע א חלק פון דעם מין גמל‪ .‬דאס זעלבע איז מיט‬ ‫אנדערע בעלי חיים וואס די תורה רעכנט אויס‪ :‬צבי‬ ‫מיינט אלע מינים גאזעלן‪ ,‬איל אלע מיני הערשן‪,‬‬ ‫און אזוי ווייטער‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬ווען די‬ ‫תורה רעדט וועגן א "מין" בעל חי‪ ,‬איז דאס א‬ ‫פיל ברייטערע קאטעגאריע ווי ווען וויסנשאפט‬ ‫רעדט פון א מין; א תורה'דיגער מין קען אין זיך‬ ‫אנטהאלטן עטליכע וויסנשאפטליכע מינים‪.‬‬ ‫ספעציפיש לגבי פויגלען טרעפן מיר אין דער‬ ‫גמרא (חולין דף ס"ג‪ ,‬ע"ב) אויפן פסוק "ו ְֶאת ַה ָּד ָאה‬ ‫ו ְֶאת ָה ַאָיּה ְל ִמינ ָּה‪ ",‬אז איסי בן יהודה זאגט‪" ,‬מאה‬ ‫עופות טמאין יש במזרח וכולן מין איה הן‪ ".‬מיר‬ ‫זעען קלאר פון דעם אז דער תורה'דיגער מין איז‬ ‫א ברייטער טערמין וועלכע קען אריינעמען אין‬ ‫זיך הונדערט סארטן עופות‪ .‬ענליך זעען מיר פון‬ ‫דער באקאנטער מימרא פון רבי אליעזר (חולין‬ ‫דף ס"ה ע"א)‪" ,‬לא לחנם הלך זרזיר אצל עורב‬ ‫אלא מפני שהוא מינו‪ ".‬דער זרזיר (‪ starling‬לויט‬ ‫אסאך שיטות)‪ ,‬און דער עורב (‪ )crow‬זעען טאקע‬ ‫אויס היבש ענליך איינס צום צווייטן‪ ,‬אבער פון‬ ‫א וויסנשאפטליכן בליק הייסן זיי צוויי אנדערע‬


‫מינים‪ .‬טראץ דעם ווערן זיי לויט רבי אליעזר‬ ‫פאררעכנט ווי דעם זעלבן מין‪.‬‬

‫האדעווען‬

‫דוכיפת‪ ,‬תרנגול ברא‪,‬‬

‫דער עורב (‪)crow‬‬

‫דער זרזיר (‪)starling‬‬

‫אלע בהמות‪ ,‬און כמעט אלע פרוכט און‬ ‫גרינצייג וואס מיר עסן‪ ,‬זענען מינים וואס‬ ‫אריגינעל זענען זיי געווען אין א נאטירליכן ווילדן‬ ‫פארעם‪ ,‬די ציג אין שטאל איז בעצם דער זעלבער‬ ‫ווי דער ווילדער באק וואס לויפט אין די בערג‪ .‬די‬ ‫סיבה פארוואס זיי קוקן אויס און פירן זיך אויף‬ ‫אנדערש‪ ,‬איז ווייל מענטשן האבן געהאדעוועט‬ ‫די ווילדע באשעפענישן און זיי דאמעסטיקירט‬ ‫(דאמעסטיק מיינט געווענליך א חיה וועלכע איז‬ ‫נישט ווילד‪ ,‬און וואוינט אין א פארם)‪ .‬די מעטאד‬ ‫פון האדעווען א ווילדע חיה און עס דאמעסטיקירן‬ ‫‪ -‬דאס הייסט‪ ,‬דאס פארוואנדלען אין א בהמה‬‫‪ -‬איז עפעס וואס מענטשן האבן גענוצט נישט‬‫נאר פאר עסן נאר אויך פאר אנדערע צרכים‪.‬‬ ‫דער פערד‪ ,‬צום ביישפיל‪ ,‬איז מעיקרא געווען א‬ ‫ווילדער באשעפעניש וואס מ'האט געהאדעוועט‬ ‫און דאמעסטיקירט פארן צורך פון עס נוצן אלס‬ ‫טראנספארטאציע מיטל‪ .‬דער הונט איז בסך הכל‬ ‫א וואלף וואס מען האט געהאדעוועט אויף דעם‬ ‫צורך פון העלפן באהיטן סטאדעס שאף און ציגן‬ ‫פון חיות טורפות‪.‬‬ ‫וויאזוי "האדעוועט מען" א חיה אזש עס צו‬ ‫פארוואנדלען פון א ווילדער חיה צו א רואיגער‬ ‫בהמה? די חכמה פון ‪ breeding‬איז א ברייטע און‬ ‫טיפע טעמע‪ ,‬אבער דער יסוד איז א פשוט'ער‪ .‬פון‬ ‫א סטאדע וועט מען אויסוועלן א זכר און א נקבה‬ ‫וועלכע האבן די כאראקטעריסטן וועלכע מ'וויל‬ ‫יא‪ ,‬און האבן נישט די כאראקטעריסטן וועלכע‬ ‫מ'וויל נישט‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬צו דאמעסטיקירן א‬ ‫וואלף דארף מען קענען טרעפן א וואלף וועלכע‬ ‫מ'קען באפריינדן‪ ,‬א רואיגערע וואלף מ'שטיינס‬ ‫געזאגט‪ .‬די קינדער פון דעם וואלף וועלן על פי רוב‬ ‫טראגן ענליכע גענעטישע נטיעות ווי די עלטערן‪,‬‬ ‫און וועלן אויך זיין רואיגערע סארט וועלף‪ .‬מיטן‬ ‫איבערטון דעם זעלבן פראצעדור פון אויסוועלן‬ ‫די סארט וועלף וועלכע פארמאגן די געגארטע‬ ‫כאראקטעריסטן פאר עטליכע דורות (‪selective‬‬ ‫‪ ,)breeding‬קען מען אנקומען צו א וואלף‬ ‫וועלכע איז גענצליך דאמעסטיקירט‪ ,‬אין אנדערע‬ ‫ווערטער‪ :‬א הונט‪.‬‬ ‫די מענטשליכע שעפערישקייט פון האדעווען‬ ‫ווילדע חיות און זיי פארוואנדלען אין רואיגע‬ ‫בהמות האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪29 /‬‬


‫דריי סארטן ברוילערס וועלכע ‪ - Cobb‬פון די דריי גרעסטע ברוילער האדעווער אין די וועלט ‪ -‬פארקויפט‪ .‬די‬ ‫ערשטע איז די ‪ ,Cobb 500‬די צווייטע די ‪ Cobb 700‬און די דריטע די ‪ .Cobb Sasso‬מערקט די דיפערענצן‬ ‫צווישן די דריי סארטן‪ ,‬ווי די קאליר פון די פוסלעך‪ ,‬די קאליר פון די פעדערן‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬

‫דעם‪ .‬מענטשן זענען געגאנגען א טריט ווייטער און‬ ‫זיי האבן אנגעהויבן האדעווען פארשידענע סארטן‬ ‫פון יעדן מין פאר אנדערע צרכים (וואס אין ענגליש‬ ‫רופט מען ‪ .)breeds‬אין הינט אליין זענען געווען‬ ‫געוויסע וואס האבן געוואלט הינט וועלכע זענען‬ ‫גרויס און פעסט‪ ,‬אנדערע האבן געוואלט הינט‬ ‫וועלכע זענען קליין און זיס‪ .‬מיט דער צייט זענען‬ ‫אנטוויקלט געווארן הונדערטער סארטן הינט פון‬ ‫אלע סארטן‪ ,‬גרויסע‪ ,‬שרעקעדיגע‪ ,‬ווילדע‪ ,‬הונט‬ ‫אדער קליינע‪ ,‬זיסע‪ ,‬שמייכלדיגע הינטעלעך‪ ,‬אלע‬ ‫סארטן האר‪ ,‬געוואוקסן‪ ,‬פנימ'ער‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬ ‫די אלע סארטן הינט ווערן גערעכנט אלס איין‬ ‫מין טראץ זייערע פארשידנארטיגקייטן‪ ,‬וויבאלד‬ ‫זיי וועלן זיך נאטירליך מישן צווישן זיך‪ .‬דאס‬ ‫זעלבע איז מיט אלע דאמעסטיקירטע בעלי חיים‪.‬‬ ‫עס זענען פארהאן פילע סארטן פון קיען‪ ,‬שאף‪,‬‬ ‫ציגן‪ ,‬און פערד‪ .‬זיי זענען אלע איין מין און קענען‬ ‫זיך מישן צווישן זיך‪ ,‬און אויב וועט מען זיי לאזן‬ ‫אויך דער פריי‪ ,‬וועלן זיי נאך עטליכע דורות צוריק‬ ‫ווערן ווילד ווי זייערע אמאליגע עלטערן‪.‬‬ ‫נאך פיל מער מערקווירדיג ווי בעלי חיים איז‬ ‫וויאזוי מ'האט געהאדעוועט געוואוקסן‪ .‬מענטשן‬ ‫האבן גענומען ווילדע פרוכט‪ ,‬פילע פון זיי כמעט‬ ‫נישט ראוי לאכילה‪ ,‬און דורך ‪selective breeding‬‬ ‫פון הונדערטער יאר‪ ,‬זיי משנה געווען צו הערליכע‬ ‫‪ / 30‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫זיסע נארהאפטיגע פרוכט‪ ,‬אפטמאל אויף נישט‬ ‫צום דערקענען‪ .‬קארן אין איר ווילדן פארעם האט‬ ‫אויסגעקוקט גענצליך אנדערש ווי די קארן וואס‬ ‫מיר עסן היינט‪ ,‬און פון איין געוואוקס (‪Wild‬‬ ‫‪ )Mustard Plant‬האבן מענטשן אנטוויקלט די‬ ‫קאלאראבי‪ ,‬קעיל‪ ,‬בראקאלי‪ ,‬בראסלס ספראוטס‪,‬‬ ‫קרויט און קאליפלאוער! די וואסערמעלאנע איז‬ ‫פאר עטליכע הונדערט יאר געווען האלב מעלאנע‬ ‫האלב שאלאכטס‪ .‬מיט ‪ selective breeding‬איז‬ ‫די וואסער מעלאנע כל כולו מעלאנע מיט בלויז א‬ ‫דינעם שיכט שאלאכטס‪.‬‬ ‫מיט דער צייט איז צוגעקומען נאך א פרט‬ ‫צו האדעווען‪ ,‬און דאס איז צוזאמצושטעלן צוויי‬ ‫סארטן פון איין מין כדי צו פרובירן צו באקומען‬ ‫פאזיטיווע כאראקטעריסטן וועלכע האבן זיך‬ ‫אנטוויקלט אין צוויי סארטן‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬אז‬ ‫מ'האט איין סארט פערד וועלכער איז שטארק‬ ‫און קען שלעפן שווערע משאות‪ ,‬און א צווייטער‬


‫סארט פערד וועלכע קען שנעל לויפן‪ ,‬וועט‬ ‫א פערד האדעווער פרובירן צוזאמצושטעלן‬ ‫די צוויי סארטן און זיי פארוואנדלען אין א‬ ‫דריטן סארט וואס פארמאגט ביידע פאזיטיווע‬ ‫כאראקטעריסטן‪.‬‬ ‫די חכמה פון ברידינג איז היינט א מולטי‬ ‫ביליאן דאלאר אינדוסטריע‪ .‬פארשריט אין‬ ‫גענעטיק אין די לעצטיגע יארן האט ערמעגליכט‬ ‫פאר פראפעסיאנאלע האדעווערס צו פראדוצירן‬ ‫בעלי חיים און געוואוקסן מיט א געוואלדיגער‬ ‫פינקטליכקייט אין קענען אויסקלויבן די‬ ‫גענויע כאראקטעריסטן וועלכע מ'וויל‪ .‬חיות‬ ‫און געוואוקסן וועלכע מ'נוצט אויף עסנווארג‬ ‫ווערט אלס בעסער און בעסער‪ .‬היינטיגע ברידינג‬ ‫פראגראמען קאנצענטרירן זיך אויף פארמיידן‬ ‫בעלי חיים און געוואוקסן פון זיין אויסגעשטעלט‬ ‫צו ווירוסן און קראנקהייטן‪ ,‬און אויף פארשידענע‬ ‫אנדערע מיטלען וועלכע פארבעסערן און‬ ‫פארשטערקערן די סטאדעס און שניטן‪.‬‬ ‫דאס האט גארנישט צוטון מיט די גאר לעצטיגע‬ ‫פארשריט אין גענעטישע מאדעפיקאציע‪ ,‬וואו‬ ‫פארשער לייגן אריין די‪-‬ען‪-‬עי דירעקט אין די‬ ‫געוואוקסן און בעלי חיים‪ .‬דאס איז א גענצליך‬ ‫באזונדערע נושא‪ ,‬א שאלה פאר זיך וועלכע‬ ‫געהערט נישט אין דער סוגיא פון בראקל בכלל‪.‬‬ ‫די פוסקים וועלכע דערמאנען דאס בנוגע דער‬ ‫יעצטיגער נושא זענען אדער נישט אויפריכטיג‬ ‫און טוען בכוונה מישן א קאשע‪ ,‬אדער זענען‬

‫זיי פשוט איגנאראנט און מיינען אז גענעטישע‬ ‫מאדיפיקאציע איז דאס זעלבע ווי האדעווען‪.‬‬

‫הינער‬ ‫די מעשה מיטן האן איז דאס זעלבע ווי מיט‬ ‫אלע אנדערע בהמות‪ .‬אלע הינער‪ ,‬נישט קיין נפקא‬ ‫מינא די סארט‪ ,‬קומען פון א ווילדן עוף וואס הייסט‬ ‫‪ Red Junglefowl‬וואס געפינט זיך נאטירליך אין‬ ‫דרום אזיע‪ ,‬אין דעם כינע‪-‬אינדיע געגנט‪ .‬עס איז‬ ‫געווארן דאמעסטיקירט פאר אמווייניגסטנס‬ ‫פינף טויזנט יאר צוריק‪ ,‬און פון דארט האט עס‬ ‫זיך צוביסלעך פארשפרייט איבער גאנץ אזיע‪,‬‬ ‫אפריקע‪ ,‬און צום לעצט אייראפע‪ ,‬צווישן דריי און‬ ‫פיר טויזנט יאר צוריק‪.‬‬ ‫מיט דער צייט האבן זיך אנטוויקלט איבער‬ ‫דער וועלט הונדערטער סארטן הינער‪ .‬געוויסע‬ ‫הינער האט מען געהאדעוועט פאר זייער‬ ‫פלייש‪ ,‬אנדערע האט מען געהאדעוועט פאר‬ ‫די אייער‪ .‬אין געוויסע פלעצער און צייטן האט‬ ‫מען געהאדעוועט הינער פאר שיינקייט‪ ,‬און‬ ‫אין אנדערע פלעצער און צייטן האט מען זיי‬ ‫געהאדעוועט אלס "פייטינג בוירדס"‪ ,‬דאס‬ ‫הייסט א ספארט אין וועלכן מ'האט געלאזט די‬ ‫הינער זיך שלאגן צווישן זיך אלס א ספעקטאקל‬ ‫פאר מענטשן‪ .‬על כל פנים‪ ,‬פון דעם זעלבע‬ ‫מין פייגל‪ ,‬דער ‪ ,Red Jungelfowl‬האט מען‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪31 /‬‬


‫אויפגעהאדעוועט הונדערטער אנדערע סארטן‬ ‫הינער‪ .‬צווישן די סארטן ציילט זיך אויך אונזער‬ ‫בראקל‪ ,‬און די ברוילער (‪ )broiler‬טישקנס ‪ -‬דאס‬ ‫זענען די טשיקנס וועלכע מ'נוצט היינט צוטאגס‬ ‫אין די שחיטה הייזער‪.‬‬ ‫אבער "ברוילער" איז נישט דער נאמען פון‬ ‫א סארט‪ .‬עס איז סך הכל א שם הכולל פאר אלע‬ ‫סארטן הינער וועלכע מ'האדעוועט פאר זייער‬ ‫פלייש‪ .‬פון וואו קומען די ברוילער טשיקנס?‬ ‫און וועלכע סארטן הינער ווערן גענוצט דאס צו‬ ‫פראדוצירן?‬

‫די ברוילער טשיקנס‬ ‫פראדוקציע פון ברוילער טשיקנס אין‬ ‫אמעריקע ווערט היינט קאנטראלירט בעיקר‬ ‫פון דריי גרויסע קאמפעניס‪Cobb-Vantress, ,‬‬ ‫‪ ,Groupe Grimaud‬און ‪ .Aviagen‬אבער עס‬ ‫פלעגט נישט אלץ אזוי זיין‪ .‬ביז די ‪1940-‬יארן איז‬ ‫נישט געווען קיין ריזיגע קאמערציאלע ברוילער‬ ‫פראדוקציע‪ .‬דאס מיינט נישט אז עס איז נישט‬ ‫געווען קיין אקטיווער האדעווען פון הינער פאר‬ ‫פלייש‪ ,‬נאר עס איז פשוט נישט געווארן געטון‬ ‫אויף א מאסן פארנעם‪ .‬אין די ‪1940-‬יארן האבן‬ ‫גרויסע פארמס זיך אנגעהויבן אריינלייגן אין‬ ‫האדעווען א טשיקן וועלכע זאל זיין צוגעפאסט‬ ‫בלויז פאר פלייש‪ .‬די כאראקטעריסטן פאר‬ ‫וועלכע מ'האט געהאדעוועט די טשיקנס זענען‬ ‫געווען‪ ,‬א שנעלע וואוקס‪-‬ראטע‪ ,‬אסאך פלייש‬ ‫אויף די ברוסטן און דוכטלעך‪ ,‬און א מינימאלע‬ ‫דיעטע‪.‬‬ ‫וואס עס איז געווען פון אנפאנג א פרימיטיווער‬ ‫האדעווען פראצעדור האט זיך ביז א צוויי‪-‬‬ ‫צענדליג יאר אנטוויקלט אין א פארגעשריטענע‬ ‫און מעכטיגע פראדוקציע מאשין‪ .‬מעיקרא זענען‬ ‫די הויפט קאנדידאטן פארן האדעווען געווען‬ ‫די "‪ "plymouth rock‬סארט און די "‪"cornish‬‬ ‫סארט‪ .‬די נייע סארט וועלכע מ'האט אנטוויקלט‬ ‫פון צונויפשטעלן די צוויי האט מען גערופן‬ ‫"‪ ."cornish rock‬אבער מיט דער צייט האבן די‬ ‫אויבנדערמאנטע פירמעס פארוואנדלט זייער‬ ‫פינקטליכער פראצעדור אין א טרעיד סיקרעט‪,‬‬ ‫אזש עס איז אוממעגליך צו וויסן היינט וועלכע‬ ‫עופות זיי נוצן צו האדעווען דערפון די ברוילער‬ ‫עופות‪.‬‬ ‫כדי צו פארמיידן מענטשן פון נוצן די עופות‬ ‫וועלכע זיי פארקויפן פון האדעווען די ברוילערס‬ ‫אלס א סארט בפני עצמו‪ ,‬גייען די פירמעס דורך א‬ ‫‪ / 32‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫קאמפליצירטן פראצעדור אין וועלכן זיי שטעלן‬ ‫צוזאם צוויי סארטן עופות‪ ,‬נעמען די בעסטע‬ ‫קינדער און האדעווען זיי פאר נאך א דור‪ ,‬נעמען‬ ‫די בעסטע אייניקלעך און האדעווען זיי פאר א‬ ‫דריטן דור‪ ,‬און הערשט דעם דריטן דור פארקויפט‬ ‫מען פאר די פארמס‪ ,‬און די קינדער פון דעם דריטן‬ ‫דור זענען די טשיקנס וועלכע מיר עסן‪ .‬די טשיקנס‬ ‫וועלכע די פארמס קויפן זענען געהאדעוועט אזוי‬ ‫אז זיי ווערן פעט און גרויס גאר שנעל און יונג‪.‬‬ ‫רוב פון זיי זענען אזוי פעט אז זיי קענען נישט‬ ‫דערלעבן די יארגאנג אין וועלכן זיי קענען האבן‬ ‫קינדער‪ ,‬און אפילו ווען יא זענען זיי געווענליך צו‬ ‫שוואך צו קענען ערפאלגרייך רעפראדוצירן‪.‬‬ ‫עס איז גאר פארשטענדליך‪ ,‬וויסנדיג די‬ ‫היסטאריע‪ ,‬אז דער בעל שבט הלוי‪ ,‬וועמענס‬ ‫תשובה מיר האבן אויבן ציטירט‪ ,‬האט אנגעהויבן‬ ‫מפקפק זיין אין דעם כשרות פון די היינטיגע‬ ‫פלייש‪-‬הינער‪ .‬נאך אלעמען איז דער גענויער‬ ‫סארט פון וועלכע די ברוילער הינער ווערן‬ ‫געהאדעוועט א סוד‪ ,‬און אפילו די וועלכע מ'ווייסט‬ ‫יא (ווי די קארניש‪ ,‬די פליימאוט ראק‪ ,‬און אנדערע‬ ‫ווי די לעגהארן וועלכע מ'נוצט פאר אייער) האבן‬ ‫נישט אלע א מסורה אויפן אינדיווידואלן סארט‪,‬‬ ‫אבער וויבאלד זיי זעען אויס ענליך צו אנדערע‬ ‫סארטן אויף וועלכע מ'האט יא געהאט א מסורה‪,‬‬ ‫האבן דאס רבני המכשירים אלס פאררעכנט פאר‬ ‫טהור'ע עופות‪.‬‬ ‫אבער אנשטאט ווייזן א הבנה אין די פרטי‬ ‫המציאות‪ ,‬האט הרב וואזנער אין זיין תשובה בלויז‬ ‫גערעדט ביילייפיגערהייט אן מברר זיין פינקטליך‬ ‫וואס זיין דעה איז און פון וועלכע סארטן הינער‬ ‫ער רעדט‪.‬‬

‫דער תרנגול אין אונזערע‬ ‫מקורות‬ ‫די מציאות אין א זייט געלייגט‪ ,‬איז אויך‬ ‫מערקווירדיג ווי ווייניג היסטאריע‪ ,‬און די‬ ‫היסטארישע אפטייטש פון מינים וועלכע ווערט‬ ‫דערמאנט אין אונזערע מקורות‪ ,‬שפילט א ראלע‬ ‫אין דער דעבאטע‪ .‬אין תנ"ך זעלבסט ווערט‬ ‫קיינמאל נישט דערמאנט דער תרנגול‪ ,‬כאטש וואס‬ ‫בזמן המקרא האט זי זיך שוין געפונען אין ארץ‬ ‫ישראל‪ .‬וואס מיר טרעפן יא איז א פסוק אין איוב‬ ‫ׂ ְכוִי ִבינָה‪ ",‬אויף‬ ‫ַש‬ ‫ָתן ל ֶּ‬ ‫"מי נ ַ‬ ‫(קאפיטל לח‪ ,‬פסוק לו) ִ‬ ‫וועלכן דער לשון הברכה וואס מיר זאגן אינדערפרי‬ ‫איז באזירט‪ ,‬און וואס טייטשט אדער א האן אדער‬ ‫די נירן פון א מענטש‪ ,‬געוואנדן לויט ווי א מפרש‪.‬‬ ‫אין חז"ל אבער ווערט דער תרנגול פיל מאל‬


‫דער "מארש האן"‪ ,‬גאנץ ווארשיינליך די‬ ‫תרנגולתא דאגמא פון דער גמר ‪‎‬א‬

‫פערל הון‬

‫‪ Western capercaillie‬אויערהון עוף טמא‬ ‫המוזכר במהרי"ל‬

‫דערמאנט אלס א כשר'ן עוף‪ ,‬וואס מען פלעגט‬ ‫עסן‪ .‬ווען די ראשונים זענען דן וואס פינקטליך די‬ ‫סימני עוף טהור זענען‪ ,‬ווערט דער תרנגול גענוצט‬ ‫צו ברענגען א ראיה וואס די סימנים מיינען‪ ,‬ווייל א‬ ‫תרנגול איז דאך זיכער כשר‪ ,‬און אויב עס איז כשר‪,‬‬ ‫מוז דאך זיין אז עס האט די סימני טהרה‪.‬‬ ‫מיט דעם אלעם איז גאנץ קלאר אז נישט‬ ‫יעדער תרנגול אין דער גמרא מיינט טאקע דער מין‬ ‫האן‪ .‬אויפן דוכפית (איינס פון די ‪ 24‬עופות טמאות‬ ‫וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין פרשת שמיני)‬ ‫טייטשט רש"י אז דאס איז דער "תרנגול הבר"‬ ‫(ווילדער האן)‪ .‬דער תרגום אויפן פלאץ טייטש אז‬ ‫דאס איז דער נגר טורא‪ ,‬און די גמרא אין גיטין (דף‬ ‫ס"ח‪ ,‬ע"ב) זאגט אז נגר טורא איז דער תרנגולא‬ ‫ברא‪.‬‬ ‫דאס אליין איז נאכנישט קיין ראיה אז תרנגול‬ ‫קען אויך מיינען אן אנדערער מין‪ ,‬פארקערט גאר‪,‬‬ ‫עס איז מעגליך א ראיה אז פונעם מין תרנגול גופא‬ ‫קענען זיין סארטן וועלכע זענען טמא און סארטן‬ ‫וועלכע זענען טהור‪ .‬נאך אלעמען איז דער האן‬ ‫דאמעסטיקירט געווארן צוויי טויזנט יאר פאר מתן‬ ‫תורה‪ ,‬און עס איז מעגליך צו זאגן א סברא אז איין‬ ‫סארט האן איז טהור אין דער צייט וואס א צווייטע‬ ‫איז טמא‪.‬‬ ‫למעשה ווייסן מיר אבער פון א רייע מקורות‪,‬‬ ‫פון דעם תרגום השבעים ביז רש"י'ס בלע"ז‪ ,‬אז‬ ‫דער דוכפית איז א פייגל וואס רופט זיך ‪Hoopoe‬‬ ‫און עס איז קלאר אז עס איז בכלל נישט פון‬ ‫דער משפחה פון די הינער מיט וואס מיר זענען‬ ‫באקאנט‪ .‬די איינציגסטע זאך מיט וואס זיי זענען‬ ‫דומה צו א האן איז אז זיי האבן אויך א שטיקל‬ ‫קרוין אויפן קאפ ווי די גמרא זאגט טאקע אין גיטין‬ ‫(דף ס"ג ע"ב)‪ ,‬חוץ פון דעם קוקן זיי אויס אינגאנצן‬ ‫אנדערש‪.‬‬ ‫דאס זעלבע איז אויך מיט די תרנגולתא דאגמא‬ ‫פון דער גמרא אין חולין וועלכע מיר האבן אויך‬ ‫געברענגט‪ .‬עס איז גאנץ ווארשיינליך א מין עוף‬ ‫וואס האט עפעס אן ענליכקייט צו א האן‪ ,‬און‬ ‫נישט א האן גופא‪ ,‬ווייל אויב יא‪ ,‬איז שווער די‬ ‫קשיא וואס תוספות פרעגט דארט אויפן פלאץ‬ ‫אז וויאזוי קענען צוויי עופות פון דעם זעלבן מין‬ ‫זיין איינס טמא און איינס טהור ‪ -‬עיי"ש וואס‬ ‫תוספות איז מסביר‪ .‬עס איז זייער מסתבר אז דאס‬ ‫איז דער פויגל וואס הייסט אין עברית "אגמית"‪,‬‬ ‫און אין ענגליש רופט מען עס ‪ ,marsh hen‬ממש‬ ‫די ווערטערליכע אפטייטש פון תרנגולא דאגמא‪.‬‬ ‫דער אמת איז אז דער לשון הקודש'דיגער‬ ‫"תרנגול" איז נישט קיין בן יחיד מיט'ן ווערן‬ ‫באנוצט פאר פארשידענע מינים‪ .‬אין דויטש איז‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪33 /‬‬


‫די מעשה דאס זעלבע‪ :‬א האן איז נישט נאר דער‬ ‫"טשיקן" ("הויזהאן" אין דויטש)‪ ,‬נאר איז אויך א‬ ‫שם הכולל וואס מען נוצט פאר נאך פארשידענע‬ ‫מינים פויגל מיט א צונאמען‪ .‬ווי למשל דער‬ ‫"פערלהון" אדער דער "אוהערהון"‪ ,‬וואס זענען‬ ‫בכלל נישט פון דער משפחה פון די הינער‪.‬‬ ‫אין די פריערדיגע פוסקים טרעפן מיר אז זיי‬ ‫זענען טאקע דן אויף די פארשידענע מיני עופות‪,‬‬ ‫צי זיי זענען טהור צי נישט‪ ,‬וויבאלד זיי זענען אן‬ ‫אנדערע מין פון די מסורה'דיגע הינער‪ .‬אויף די‬ ‫אוהערהון‪ ,‬צום ביישפיל‪ ,‬שרייבט דער מהרי"ל‬ ‫אז זי איז אן עוף טמא‪ .‬ענליך געפונען מיר אין די‬ ‫שפעטערדיגע אחרונים וועלכע זענען דן אויף די‬ ‫פערלהינער צי זיי האבן א מסורה צו נישט‪.‬‬ ‫על כל פנים‪ ,‬אלע ראיות ווייזן אז דער האן‬ ‫גופא ‪ -‬וואס חז"ל רופן תרנגול אן קיין אדיעקטיוון‬ ‫ איז אלס פאררעכנט געווארן אלס א מין טהור‪,‬‬‫אפגעזען וועלכע בריד עס איז געווען‪ .‬ביז פאר‬ ‫הונדערט פופציג יאר צוריק‪ ,‬איז נישט געווען קיין‬ ‫ספק איבער אונזער האן גופא‪ ,‬יעדער האן אין יעדן‬ ‫מקום איז געווען באטראכט ווי דעם זעלבן מין עוף‬ ‫טהור‪ ,‬און מיר טרעפן נישט קיינמאל אז די רבנים‬ ‫זאלן האבן א ספק איבער א געוויסן בריד האן צי‬ ‫עס איז אויך כשר צו נישט‪ .‬דאס איז נישט וויבאלד‬ ‫אלע הינער אין אלע לענדער האבן אויסגעזען די‬ ‫זעלבע‪ .‬דירעקט נישט‪ .‬אסאך עלטערע סארטן פון‬ ‫הינער ווערן זאגאר אנגערופן על שם דעם ארט‬ ‫וואו מען האט זיי געהאדעוועט‪ ,‬אריינגערעכנט‬ ‫דער בראקל! (בראקל איז א מוניציפאליטעט אין‬ ‫בעלגיע‪ ,‬און דער סארט האן וועלכע מ'רופט דער‬ ‫בראקל האן איז דארט געהאדעוועט געווארן‪).‬‬ ‫נאר וואס דען? אין יעדן געגנט באזונדער‬ ‫האבן אלע הינער אויסגעקוקט ענליך‪ .‬די חכמה‬ ‫פון האדעווען און אויפהאלטן ספעציפישע‬ ‫ברידס פון הינער איז נישט געווען אזוי פאפולער‬ ‫און פארגעשריטן‪ ,‬און הינער האבן געלעבט פריי‬

‫קאטשין‬ ‫‪ / 34‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אין פעלד‪ ,‬און זיך נאטירליך געמישט צווישן זיך‪.‬‬ ‫אזוי איז אויסגעקומען אז אין שטעט און דערפער‬ ‫וועלכע זענען נאנט איינס צום צווייטן האבן די‬ ‫הינער אויסגעזען ענליך‪ ,‬און ווי ווייטער א שטאט‬ ‫איז געווען‪ ,‬אלס מער דראסטישע דיפערענצן האט‬ ‫מען געקענט באמערקן צווישן די סארטן הינער‪.‬‬ ‫ערשט ווען מ'האט אנגעהויבן ברענגען הינער‬ ‫פון ווייטער מקומות‪ ,‬ווי די קאטשין (‪)cochin‬‬ ‫הינער פון כינע (וועלכע די פוסקים רופן "קוצ'ין")‪,‬‬ ‫וואס וויבאלד עס איז געהאדעוועט געווארן אזוי‬ ‫ווייט אוועק דורך אינגאנצן א אנדערע קולטור‬ ‫פון מענטשן אן זיך מישן פאר א לענגערע צייט‬ ‫מיט אייראפעאישע סארטן‪ ,‬האט עס אויסגעזען‬ ‫היבש אנדערש ווי די אייראפעאישע הינער‪ ,‬האבן‬ ‫מענטשן אנגעהויבן חושש זיין אז עס איז נישט‬ ‫דער זעלבער מין האן וואס מ'איז געוואוינט צו‬ ‫עסן‪ ,‬און אין די תשובה ספרים טוט זיך א גאנצע‬ ‫שקלא וטריא צי עס איז דער זעלבער מין ווי‬ ‫אונזערע הינער צו נישט‪.‬‬

‫אז ס'גייט ווי א האן און‬ ‫קוואקעט ווי א האן איז‬ ‫עס א האן‬ ‫די גדולי ישראל אין יענע צייטן האבן באמת‬ ‫נישט געהאט קיין שום וויסנשאפטליכן וועג‬ ‫וויאזוי צו מברר זיין דעם מציאות‪ ,‬און אפילו די‬ ‫גוי'אישע פארשער פון דעמאלט האבן נאכנישט‬ ‫צופיל געוואוסט‪ .‬א טיפישער ביישפיל איז דער‬ ‫חתם סופר'ס תשובה (שו"ת חתם סופר‪ ,‬יורה דעה‬ ‫סימן עד) אויף דער פראגע צי מ'דארף חושש זיין אז‬ ‫א טהור'ער עוף קען נתעבר ווערן פון א טמא'נעם‬ ‫עוף‪ .‬דער חתם סופר ענטפערט דערויף אז כאטש‬ ‫אין דער גמרא (בכורות דף ז ע"א) טרעפן מיר אז ר'‬ ‫יהושע בן לוי זאגט א כלל אז "לעולם אין מתעברת‬ ‫לא טמאה מן הטהור ולא טהורה מן הטמא‪ ,‬ולא‬ ‫גסה מן הדקה ולא דקה מן הגסה‪ ,‬ולא בהמה מן‬ ‫חיה ולא חיה מן בהמה‪ ",‬איז אבער מעגליך אז ביי‬ ‫עופות גייט נישט אן דעם כלל‪ ,‬און א טהור'ער עוף‬ ‫קען יא נתעבר ווערן פון א טמא'נעם עוף‪( .‬למעשה‬ ‫איז דער חת"ס מתיר צוליב זה וזה גורם‪ ,‬עיי"ש‪).‬‬ ‫אבער היינט ווען עס איז נתברר געווארן בלי‬ ‫שום ספק‪ ,‬אז נישט נאר א טמא'נער עוף קען זיך‬ ‫נישט מישן מיט א טהור'ן‪ ,‬נאר אפילו א טהור'ער‬ ‫עוף קען זיך נישט מישן מיט א טהור'ן נאר אויב‬ ‫עס איז פונעם זעלבן מין‪ ,‬איז קלאר אז דער חתם‬ ‫סופר'ס סברא איז א חסרון אין ידיעת המציאות‪.‬‬ ‫מיר ווייסן אויך אז יעדער בריד טשיקן‪ ,‬בלי שום‬


‫יוצא מן הכלל‪ ,‬שטאמט פונעם זעלבן עוף‪ ,‬סיי‬ ‫דורך בירור המציאות‪ ,‬סיי דורך די‪-‬ען‪-‬עי טעסטס‬ ‫וואס ווייזן אז ס'איז הונדערט פראצענט דער‬ ‫זעלבער מין‪ ,‬און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס‬ ‫די פארשידענע ברידס פון הינער קענען זיך מישן‬ ‫צווישן זיך‪ .‬די שאלה איז אויב אזוי‪ ,‬פארוואס זאל‬ ‫בכלל זיין א חשש אויף אונזער טשיקנס און אויף‬ ‫די בראקל טשיקנס‪ ,‬בפרט אז דער עיקר חשש וואס‬ ‫די מפקפקים זענען דן איז אויב די הינער זענען‬ ‫געמישט פון א כשר'ן און נישט‪-‬כשר'ן עוף?‬ ‫קוקנדיג אויף דעם ברייטערן בילד איז היבש‬ ‫קלאר אז א האן‪ ,‬נישט קיין נפקא מינא צי ס'איז‬ ‫פון דעם בראקל סארט‪ ,‬צי ס'איז פון דעם קארניש‬ ‫סארט‪ ,‬איז א האן‪ .‬כאטש הלכה טיילט נישט די‬ ‫דעפיניציע פון מין מיט וויסנשאפט‪ ,‬איז אבער‬ ‫שווער צו טענה'ן אז די טשיקנס פון פארשידענע‬ ‫סארטן זענען אנדערע מינים‪ ,‬נעמנדיג אין‬ ‫באטראכט אז די תורה'ס דעפיניציע אויף מין‬ ‫איז ברייטער ווי דער וויסנשאפטליכער‪ ,‬ווי אויבן‬ ‫ערקלערט‪.‬‬ ‫אויב איז דער בראקל טמא‪ ,‬איז דאך פשט אז די‬ ‫ברוילער עופות זענען אויך טמא און דאס זעלבע‬ ‫פארקערט‪ ,‬ווייל נאך אלעמען באלאנגען ביידע צו‬ ‫דעם זעלבן מין‪ :‬דער האן‪ .‬פארשטייט זיך אז הלכה‬ ‫מוז זיך נישט רעכענען מיט דער וויסנשאפטליכער‬ ‫דעפיניציע פון א מין‪ ,‬און קען דעריבער אננעמען‬ ‫אז מאיזה סיבה שהיא איז האן פלוני טהור אין‬ ‫דער זעלבע צייט וואס האן אלמוני איז טמא‪ .‬אבער‬ ‫דאס מוז קומען מיט אן אנערקענונג אין דעם‬ ‫מציאות אז ביידע זענען דעם זעלבן מין און קומען‬ ‫פונעם זעלבן מקור‪ ,‬און אז ביידע קענען ‪ -‬מיט‬ ‫גענוג געדולד און צייט ‪ -‬ווערן פארוואנדלט אין‬ ‫גאר אן אנדערן סארט‪.‬‬ ‫אויב וויל מען אננעמען אז יעדער סארט‬ ‫האן דארף האבן א באזונדערער מסורה פאר זיך‬ ‫(אן אינטערעסאנטע פראפעזיציע‪ ,‬אבער נישט‬ ‫קיין אפגעפרעגטע)‪ ,‬דארף מען אבער דאס אויך‬ ‫קענען מסביר זיין להלכה‪ ,‬און נישט סתם אנצייגן‬ ‫אויף רש"י און דעם רמ"א וואס פארלאנגען‬ ‫א מסורה‪ ,‬וויבאלד רש"י‪ ,‬ווען ער שרייבט אז‬ ‫מ'דארף א מסורה‪ ,‬באציט זיך צו צו א פאל וואו‬ ‫מ'האט געהאט א טעות אין א מין און עס האט‬ ‫זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דער מין (אדער‬ ‫עכ"פ דער זכר פונעם מין) איז געווען א דורס‪ .‬פון‬ ‫דעם אליין קען מען אבער נאכנישט ברענגען א‬ ‫ראיה אז ווען מ'האט א מסורה אויף א מין איז עס‬ ‫נישט גענוג אויף אלע סארטן פון דעם מין‪.‬‬

‫עפילאג‬ ‫"וואס פארדינט מען דען דערפון?" אזוי‬ ‫לויטעט א באקאנטע טענה וואס מ'הערט אפט‬ ‫אקעגן די וועלכע אדוואקאטירן א טויש אינעם‬ ‫חינוך סיסטעם‪" .‬און אז מ'קען דען ענגליש‪ ",‬לויפט‬ ‫דער מהלך המחשבה‪" ,‬וואס וועלן אונזערע קינדער‬ ‫פארדינען דערפון?" וועלן זיי דען פארדינען מער‬ ‫געלט? טון בעסערע שידוכים? זיין געזונטער?‬ ‫פעסער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן‬ ‫מסביר צו זיין פארוואס די טענה איז אומריכטיג‪,‬‬ ‫פון פארשידענע פערסעפקטיוון‪ .‬זה בכה וזה בכה‪,‬‬ ‫טוען זיך רוב הסברים קאנצענטרירן אויף דער‬ ‫וויכטיגקייט פון זיין א מענטש צווישן מענטש‪ ,‬און‬ ‫נישט צו לעבן ווי אן אנאלפעבעט פונעם מיטל‪-‬‬ ‫אלטער‪ .‬א פשוט'ע תשובה וועלכע ווערט אבער‬ ‫אפט פארזען איז אז א געהעריגער‪ ,‬פולקאמער‬ ‫וועלטליכער חינוך איז קריטיש וויכטיג נישט בלויז‬ ‫צו קענען זיין א מענטש‪ ,‬נאר אויך צו קענען זיין‬ ‫א איד‪ .‬עס פעלט זיך אויס נישט בלויז צו לייט‪,‬‬ ‫נאר אויך צו גאט‪ .‬און די רעדע איז נישט בלויז פון‬ ‫ענגליש און חשבון‪ ,‬נאר איך מיין זאגאר די גאנצער‬ ‫מגילה‪ ,‬אריינגערעכנט וויסנשאפט‪ ,‬געאגראפיע‪,‬‬ ‫היסטאריע‪ .‬א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬ ‫קוקנדיג אויף די קאנטראווערסיעס וועלכע‬ ‫האבן אויפגעשאקלט דעם עולם התורה אין די‬ ‫לעצטע עטליכע יאר ‪ -‬אריזאנא ווייץ‪ ,‬מוסקאווי‬ ‫קאטשקע‪ ,‬ווערים אין די פיש‪ ,‬און יעצט דער בראקל‬ ‫קאנטראווערסיע‪ ,‬צווישן אנדערע ‪ -‬קען מען זיך‬ ‫גאנץ שנעל איבערצייגן אין דער ווארהייט פון מיין‬ ‫טעזע‪ .‬דער צד השווה פון די אלע שערוריות איז א‬ ‫מציאות הדברים אין וועלכע הלכה איז אפטמאל‬ ‫נישט באהאוונט אדער איז ניטאמאל דן דערין‪.‬‬ ‫ווי האט נאר דאנעלד ראמספעלד געזאגט? עס‬ ‫זענען דא זאכן וואס מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט‪,‬‬ ‫אבער דערנאך זענען דא זאכן וועלכע מיר ווייסן‬ ‫ניטאמאל אז מיר ווייסן נישט‪ .‬אן עם‪-‬הארץ קען‬ ‫אפשר נישט קיין לערנען‪ ,‬אבער לכל הפחות ווייסט‬ ‫ער אז עס איז דא אזא זאך ווי א תלמיד חכם‪ ,‬און‬ ‫אז ער איז נישט אזוינס זעלבסט‪ .‬אבער דער וועמען‬ ‫עס פעלט די יסודות פון וויסנשאפט‪ ,‬היסטאריע‪,‬‬ ‫א‪.‬א‪.‬וו‪ ,.‬ווייסט ניטאמאל וואס עס פעלט אים‪.‬‬ ‫עס איז נישט פשט אז איינער וואס האט נישט‬ ‫געלערנט איז נישט פעאיג אויף קריטיש טראכטן‪,‬‬ ‫אודאי איז דאס מעגליך‪ .‬אבער קריטיש טראכטן‪,‬‬ ‫נוצן די וויסנשאפטליכע מעטאדן צו מברר זיין‬ ‫מציאות'ן‪ ,‬און פארוואנדלען א נישט‪-‬וויסנדיגן‬ ‫נישט‪-‬וויסן צו א וויסנדיגן נישט‪-‬וויסן קומט נישט‬ ‫צו רוב מענטשן נאטירליך ‪ -‬עס איז נישט עפעס‬ ‫וואס מ'כאפט אויף בדרך אגב‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪35 /‬‬


‫דער עלטסטער גערמאנישער בריד וואס מ'ווייסט‪,‬‬ ‫דער "בערגישער קרייער"‬ ‫(אן אילוסטראציע פון ‪)1885‬‬

‫עס איז ווייטאגליך זיך צוצוקוקן צו דעם‬ ‫שמועס וועלכער האט זיך אנטוויקלט אין דער‬ ‫היימישער גאס און אין בית המדרש איבער דער‬ ‫טעמע‪ .‬און דער בראקל קאנטראווערסיע איז נישט‬ ‫קיין בן יחיד דערמיט‪ .‬עס פאלגט נאך דעם זעלבן‬ ‫מהלך וואס ענליכע קאנטראווערסיעס אינעם עבר‬ ‫האבן גענומען‪ .‬אנשטאט הערן אינטעליגענטע און‬ ‫אינפארמירטע טענות פון ביידע צדדים‪ ,‬אדער לכל‬ ‫הפחות פון איין צד‪ ,‬ווערט די דעבאטע געפירט ווי‬ ‫עס וואלט געווען א פארמעסט אין איגנאראנץ‪.‬‬ ‫אין א בריוו וועלכער דער צד וואס וויל מכשיר‬ ‫זיין דעם בראקל האט ארויסגעשטעלט‪ ,‬ברענגען‬ ‫זיי אן עדות פון אן אלטן שוחט מיטן נאמען דב‬ ‫פרידמאן וועלכער איז מעיד אז ער געדענקט קלאר‬ ‫ווי מען פלעגט שחט'ן דעם "עוף הבלאדי"‪ .‬דער‬ ‫בלאדי‪ ,‬וויל דער צד אז מיר זאלן גלייבן‪ ,‬איז דער‬ ‫זעלבער מין ווי דעם בראקל‪ .‬אבער א פשוט'ער‬ ‫"גוגל סוירטש" דעקט אויף אז נישט בלויז איז‬ ‫דער בלאדי און דער בראקל נישט דער זעלבער‬ ‫בריד‪ ,‬נאר ניטאמאל איז בלאדי א בריד! דאס ווארט‬ ‫"בלאדי" באדייט דערפעריש אין אראביש‪ ,‬און א‬ ‫בלאדי האן רופט מען א האן וועלכע איז געמישט‬ ‫אין מ'ווייסט נישט וועלכער בריד עס איז‪...‬‬ ‫ווי מיר האבן אויבן דערמאנט איז ביז נישט צו‬ ‫לאנג צוריק די חכמה פון האדעווען נישט געווען‬ ‫אזוי פארגעשריטן‪ ,‬און רוב פארמערס האבן געלאזט‬ ‫זייערע הינער זיך מישן איינער מיטן צווייטן‪ ,‬און‬ ‫די סארט געמישטע הינער וועלכע מ'האט נישט‬ ‫געוואוסט פון וועלכע סארטן זיי זענען געמישט‬ ‫האט מען גערופן בלאדי‪ .‬אויפן "אוצר החכמה"‬ ‫פארום אויפן אינטערנעט האט זיך אויף דעם בריוו‬ ‫אנטוויקלט א לענגערער שמועס‪ ,‬ביז איינער האט‬ ‫שיין מסכם געווען די דעבאטע אזוי‪:‬‬ ‫לדעת האוסרים‪ ,‬השינוים שיש בבארקל‬ ‫ביחס לעופות המקובלים בעבר (בלאדי וכדו')‬ ‫הם משמעותיים‪ ,‬ולכן זה נחשב כמין אחר‪ ,‬אשר‬ ‫זקוק בייחוד למסורת מיוחדת‪ .‬ובמיוחד הקצין‬ ‫בזה הרב לנדא שטוען שהוא ממש מין טמא‬ ‫(בגלל הביצים וכדו')‪ .‬ואילו הרב שטרנבוך לא‬ ‫‪ / 36‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫הגדירו כמין טמא ח"ו‪ ,‬אלא רק כמין אחר‪ ,‬הזקוק‬ ‫למסורת מיוחדת‪ .‬ואילו דעת המתירין ‪ -‬שבעצם‬ ‫הוא הוא העוף שנהגו לאכול בעבר‪ ,‬ועדיות כל‬ ‫השוחטים (שבעצם מעידים על הבלאדי‪ ,‬רק‬ ‫עצם הדבר שלא עולה בדעתם לזהות שמדובר‬ ‫במין אחר‪ ,‬סימן שאכן השינוים הם מזעריים ולא‬ ‫משמעותיים)‪ ,‬ששחטו מין זה נחשב כמסורת‪,‬‬ ‫ודי בכך להכשיר‪( .‬ומצטרף לכך שגם הר' ואזנר‬ ‫לא שת ליבו‪ ,‬והגדיר זאת כמין שאכלו בעבר‪,‬‬ ‫סימן שסבר שהיינו הך‪)...‬‬

‫אין אנדערע ווערטער דער מציאות פון‬ ‫האדעווען א מין צו פארשידענארטיגע סארטן‪ ,‬די‬ ‫מעגליכקייט צו נעמען א האן און דאס האדעווען‬ ‫אז עס זאל אויסזען אנדערש אדער ווי אן אנדערן‬ ‫סארט האן‪ ,‬דער פאקט אז דער בלאדי עוף איז א‬ ‫געמיש פון סארטן הינער אין מיטל‪-‬מזרח און דער‬ ‫בראקל עוף איז אן אלטער בעלגישער סארט‪ ,‬די‬ ‫אלע פאקטן זענען בכלל נישט אויפן ראדאר פון‬ ‫די פוסקים‪ .‬עס איז אלעס תלוי צו דער רב וועלכע‬ ‫איז כל ימיו געזעסן אין בית המדרש און האט נישט‬ ‫געהאדעוועט הינער אין זיין לעבן "שת לבו" צו‬ ‫דיפערענצן צווישן צוויי אנדערע ברידס צי נישט‪.‬‬ ‫זענען צוויי הינער פון דעם זעלבן בריד וועלכע‬ ‫זעען אויס אנדערש טמא? זענען הינער פון ברידס‬ ‫וועלכע זענען זיכער אנדערש אבער מ'האט זיי‬ ‫געהאדעוועט אויסצוזען ענליך צו הינער וואס מיר‬ ‫עסן טהור? איז א בריד א מין לגבי טהרה? פרעגט‬ ‫נישט די פוסקים וועלכע זענען דן איבערן בראקל‪,‬‬ ‫ווייל נישט דאס איז דער דיון בכלל‪.‬‬ ‫דער מאדנער צוגאנג ‪ -‬צוויי הינער וועלכע‬ ‫זענען זיכער פון אנדערע ברידס‪ ,‬זענען די זעלבע‬ ‫אויב זעען זיי אויס די זעלבע‪ ,‬אבער צוויי הינער‬ ‫וועלכע זענען פונעם זעלבן בריד וועלן הייסן‬ ‫אנדערע מינים אויב זעען זיי אויס אנדערש ‪ -‬איז‬ ‫אפשר מעגליך מצדיק צו זיין על פי הלכה‪ ,‬אבער‬ ‫דאס דארף ווערן אדרעסירט דירעקט‪ .‬אבער אז‬ ‫מען ווייסט בכלל נישט די מציאות‪ ,‬וויאזוי קען מען‬ ‫מסביר זיין די הלכה'ס צוגאנג דערצו?‬ ‫די אומוויסנשאפט פון וועלכער אסאך היימישע‬ ‫דעה‪-‬זאגער ליידן איז אין גרויסן טייל א פשוט'ער‬ ‫סימפטאם פון א חינוך פון איגנאראנץ און עם‪-‬‬ ‫הארצות‪ .‬שולדיג זענען פארשטייט זיך די יחידים‬ ‫המשתלטים על הציבור וועלכע האלטן ביודעין‬ ‫צוריק פון ערלויבן א ברייטערן חינוך‪ ,‬אבער דער‬ ‫שאדן דערפון באטרעפט אונז אלע אייניג ‪ -‬פון‬ ‫דעם פשוט'ן יונגערמאן וואס וויל ארויסגיין על‬ ‫המחיה ועל הכלכלה‪ ,‬ביז דעם בריליאנטענעם‬ ‫תלמיד חכם וועלכער דארף זיך ספראווען מיט'ן‬ ‫מציאות ווען עס קומט צו תורה‪ .‬האפענטליך וועט‬ ‫דער ארטיקל עטוואס דינען אלס א געגנגעוויכט‪,‬‬ ‫בבחינת מעט מן האור דוחה הרבה חושך‪.‬‬


‫דער טאג‪,‬‬ ‫סעפטעמבער ‪1946 ,29‬‬ ‫נאך ראש השנה תש"ז‪,‬‬ ‫מעלדט דער "טאג" אז‬ ‫דער סאטמארער רבי‬ ‫איז אנגעקומען קיין‬ ‫אמעריקע‪ .‬דער טאג‬ ‫רעפארטער האט באוויזן‬ ‫צו כאפן א שמועס מיט'ן‬ ‫רבי'ן‪ ,‬און דער רבי האט‬ ‫אים געזאגט אז ער "איז‬ ‫געקומען קיין אמעריקע‬ ‫בלויז אויף א שטיקעל‬ ‫צייט פאר ענינים פון‬ ‫'חיזוק הדת'‪".‬‬

‫דער טאג‪,‬‬ ‫יולי ‪1946 ,3‬‬ ‫אידישע‬ ‫וויליאמסבורגער פרויען‬ ‫לאזן זיך הערן איבער א‬ ‫ברענעדיגער נושא‪.‬‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪37 /‬‬


‫דער איד‪,‬‬ ‫פרשת נצבים‪-‬וילך‪,‬‬ ‫תשכ"ו‬ ‫פרנסה אפציע‬ ‫פאר אייער בחור‬ ‫אדער איידעם‪ ,‬צו‬ ‫ווערן "פולקאמע‬ ‫עלעקטראניק‬ ‫אינדזשענירן‪".‬‬

‫דער אידישער‬ ‫קוואל‪,‬‬ ‫תשל"ד‪/‬תשנ"ב‬ ‫אן אויסגאבע וואס איז‬ ‫ארויסגעגעבן געווארן‬ ‫דורך סאטמארער‬ ‫מיידל שולע פאר‬ ‫עטליכע יאר אין די‬ ‫תש"ל‪-‬יארן‪ .‬אין תשנ"ב‬ ‫איז געווען א פרואוו‬ ‫עס אויפצואוועקן‪,‬‬ ‫אבער עס האט נאר‬ ‫אנגעהאלטן פאר איין‬ ‫יאר‪.‬‬

‫פארווערטס‬ ‫מארטש ‪1938 ,25‬‬ ‫אידישע וויצן פון‬ ‫אמאל‪ ,‬וואס זענען נאך‬ ‫זאפטיג ביז היינט‪.‬‬

‫‪ / 38‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫א בריק‬ ‫צווישן וועלטן‬ ‫נח בארערא‬

‫מיינע מחשבות וועגן אידיש נאכ'ן "מנשה" פילם‬ ‫איין שיינעם זומערדיגן טאג בין איך‪ ,‬א‬ ‫וועלטליכער איד‪ ,‬געשטאנען אויף די שטיגן פאר‬ ‫דעם "אנגעליקא פילם צענטער" אין גרעניטש‬ ‫ווילעדזש‪ .‬כ'האב נארוואס געהאט געזען דעם‬ ‫פילם "מנשה" מיט א חברה אידיש‪-‬רעדנדע‬ ‫יונגעלייט‪ ,‬דהיינו‪" ,‬אידישיסטן‪ ".‬בשעת מיר האבן‬ ‫געשמועסט צווישן זיך וועגן דעם פילם איז א‬ ‫חסידיש פארל פון בארא‪-‬פארק פלוצלונג ארויס‬ ‫פון קינא און זיך אפגעשטעלט נעבן אונז אויף‬ ‫די שטיגן‪ .‬זיי האבן געוואלט וויסן וויאזוי נישט‪-‬‬ ‫חסידים נעמען אויף דעם פילם‪ ,‬און דער עיקר‪:‬‬ ‫וואס פאר אן איינדרוק האט עס געהאט אויף אונז‬ ‫אין שייכות מיט "די חסידים"?‬ ‫גלייך נאכ'ן פילם איז דער דירעקטאר‪ ,‬יהושע‬ ‫וויינשטיין‪ ,‬צוזאמען מיט'ן הויפט‪-‬אקטיאר‪ ,‬מנשה‬ ‫לוסטיג‪ ,‬געקומען ענטפערן אויף די פראגעס‬ ‫פונעם עולם‪ .‬כ'געדענק ווי איינער האט זיך‬ ‫באקלאגט אז דער פילם שילדערט "די חסידים"‬ ‫צו נעגאטיוו‪ :‬דער שוואגער‪ ,‬וואס האט גענומען‬ ‫מנשה'ס זון צו זיך נאכדעם ווי מנשה'ס ווייב איז‬ ‫נפטר געווארן‪ ,‬איז נישט געווען סימפאטיש‪ ,‬און‬ ‫מנשה'ס בעל הבית אין גראסערי האט אויף אים‬ ‫נישט געהאט קיין שום רחמנות‪ .‬אלע פארשוינען‬ ‫אינעם פילם ווילן אז מנשה זאל ווידער חתונה‬ ‫האבן און ווערן א מענטש מיט מענטשן גלייך‪.‬‬ ‫בשעת איך האב געענטפערט אויף דער פראגע‬ ‫וואס דאס חסידישע פארל האט מיר געשטעלט‪,‬‬ ‫האבן זיי מיך איבערגעהאקט מיט א צווייטער‬

‫פראגע‪" :‬פון וואו קענסטו אידיש?" איך האב‬ ‫זיכער געוואוסט פון פאראויס אז זיי וועלן דאס‬ ‫פרעגן‪ .‬מ'האט שוין נישט איינמאל געפרעגט ביי‬ ‫מיר די דאזיגע פראגע‪ .‬און ס'לייגט זיך אויפ'ן שכל‬ ‫פארוואס מ'פרעגט מיך אזוי‪ :‬עס שטייט דאך פאר‬ ‫זיי א מעקסיקאנער איד‪ ,‬נישט קיין חסידישער‬ ‫יונגער בחור‪ ,‬אן א יארמולקע און אן פאות! פון‬ ‫וואו (ביי מיר‪" :‬פון וואנען") זאל ער טאקע קענען‬ ‫אידיש?! איך האב זיי געענטפערט אזוי ווי איך‬ ‫ענטפער אייביג אויף דער פראגע‪ ,‬אז איך בין נישט‬ ‫אויפגעוואקסן מיט אידיש‪ ,‬נאר איך בין געקומען צו‬ ‫אידיש מיט בערך ‪ 4‬יאר צוריק אין א קאליפארניער‬ ‫אוניווערזיטעט‪ ,‬און כ'האב זיך דריי מאל געלערנט‬ ‫די שפראך פארמעל אויף אן אינטענסיווער זומער‬ ‫פראגראם אין ניו יארק‪.‬‬ ‫דער מאן האט געקוקט אויף מיר און מיינע‬ ‫חברים און געזאגט פאר זיין ווייב‪" :‬סאו‪ ,‬זיי רעדן‬ ‫אידיש ווייל זיי זענען פאראינטערעסירט אין‬ ‫שפראכן בכלל‪ "...‬ס'איז געווען קלאר פון זיין‬ ‫ענטפער אז ער האט בכלל נישט פארשטאנען‬ ‫פארוואס איך האב זיך דווקא געוואלט לערנען‬ ‫אידיש‪ .‬האב איך גלייך געפרעגט דעם חסיד‪ :‬נו‪,‬‬ ‫פארוואס רעדסטו אידיש? "ווייל איך קען אידיש‬ ‫פון דער היים‪ ".‬האב איך געזאגט‪" :‬אבער איך‬ ‫וואוין אויכעט אין א אידיש‪-‬רעדנדער היים‪ .‬און‬ ‫צוויי פון די אידיש‪-‬רעדערס וואס וואוינען ביי אונז‬ ‫זענען אפגעפארענע חסידים‪ .‬איך רעד אידיש מיט‬ ‫זיי און מיט די אנדערע מענטשן אין הויז נישט‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪39 /‬‬


‫סתם דערפאר וואס איך פאראינטערעסיר זיך אין‬ ‫לשונות (כאטש איך טו דאס טאקע)‪ ,‬נאר צוליב‬ ‫דעם‪ ,‬וואס אידיש‪ ,‬אזוי ווי יעדע שפראך אויף דער‬ ‫וועלט‪ ,‬איז א שליסל צו א קולטור‪ ,‬ליטעראטור‪ ,‬און‬ ‫געשיכטע‪ .‬אויף אידיש דריק איך אויס די נשמה‬ ‫מיינע‪".‬‬ ‫איך בין דווקא געקומען זען "מנשה" פונקט‬ ‫דערפאר‪ ,‬ווייל דער פילם איז אויף אידיש‪( .‬הלוואי‬ ‫אויף נאך פילמען געזאגט געווארן!) אבער מנשה‬ ‫איז דווקא אויף אידיש‪ ,‬ווייל אידיש איז דאס‬ ‫מאמע לשון פון "די חסידים"‪ .‬הייסט עס‪ ,‬אז איך‬ ‫פאראינטערעסיר זיך טאקע אין דער חסידישער‬ ‫וועלט‪ .‬דורך אידיש דערוויס איך זיך וועגן דעם‬ ‫חסידישן לעבנסשטייגער‪ :‬וועגן זייערע מנהגים‪,‬‬ ‫מיינונגען‪ ,‬און געפילן‪.‬‬ ‫כדי צו ווערן א פליסיגער אידיש‪-‬רעדער האב‬ ‫איך זיך איבערגעקליבן קיין ניו יארק‪ .‬נישט אין‬ ‫קאליפארניע וואלט איך זיך געקענט אויסלערנען‬ ‫מאמע לשון! ניו יארק איז דאך דער גרעסטער‬ ‫צענטער פון אידיש אין דער גארער וועלט‪.‬‬ ‫צענדליגער טויזנטער חסידים לעבן זיך אויס אין‬ ‫אידיש‪ ,‬און צענדליגער נישט‪-‬חסידים‪ ,‬אזוי ווי‬ ‫איך‪ ,‬וואס רופן זיך "אידישיסטן" שטרעבן צו פירן‬ ‫א אידיש לעבן‪ .‬מיר פירן אן מיט אונזערע אייגענע‬ ‫אידיש‪-‬שפראכיגע צייטונגען‪ ,‬זשורנאלן‪ ,‬און‬ ‫טעאטערס‪ .‬זייט איך האב זיך איבערגעקליבן אהער‬ ‫מיט דריי יאר צוריק‪ ,‬האב איך פארעפנטליכט‬ ‫מער ווי א טוץ ארטיקלען (א צאל וועגן חסידים)‬ ‫אינעם אידישן "פארווערטס" און אינעם‬ ‫אידישיסטישן זשורנאל "אויפן שוועל"‪ .‬כ'האב‬ ‫אויך אנגעפירט מיט די ענגלישע אויבערקעפלעך‬ ‫(סופערטייטלס) אין דריי אידישע טעאטערס‪.‬‬ ‫בשעת יעדער פארשטעלונג בין איך געזעסן ביים‬ ‫קאמפיוטער און געקוועטשט א קנעפל‪ ,‬און די‬ ‫ענגלישע ווערטער האבן זיך באוויזן איבער די‬ ‫קעפ פון די אקטיארן‪ .‬בקיצור‪ ,‬איך האב זיך ממש‬ ‫געוואלגערט פון איין אידישער ארגאניזאציע‬ ‫צו א צווייטער‪ :‬פונעם "פארווערטס" צו דער‬ ‫"פאלקסבינע" און אנדערע‪ .‬און יעצט בין איך ביים‬ ‫אידישן וויסענשאפטליכן אינסטיטוט‪-‬ייווא‪ ,‬וואו‬ ‫איך האב זיך געלערנט אידיש און וואו איך האלט‬ ‫אינמיטן איבערזעצן א ריזיג בוך וועגן אידישער‬ ‫עטנאגראפיע און פאלקלאר‪.‬‬ ‫אבער ס'איז נישט אלעמאל גרינג זיך צו‬ ‫באציען צו חסידים‪ .‬איך וואלט נישט צוגעגאנגען‬ ‫צו א חסיד אויף דער גאס סתם צו שמועסן מיט‬ ‫אים אויף אידיש‪ .‬דער חסיד וואלט מסתמא‬ ‫געקוקט אויף מיר קרום‪ .‬מיין אידיש איז דאך‬ ‫אנדערש פון זיינס און איך בין נישט פון זיין קהילה‪.‬‬ ‫איך רעד ארויס די וואקאלן (קמץ‪ ,‬פתח‪ ,‬צירי‪)...‬‬ ‫אנדערש‪ ,‬און אמאל באניץ איך זיך מיט אנדערע‬ ‫ווערטער און אידיאמען וואס ער‪ .‬אבער דעם אמת‬ ‫געזאגט איז מיין אידיש געווארן אסאך פליסיגער‬ ‫‪ / 40‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אין משך פון די לעצטע פאר יאר אין שטאט ניו‬ ‫יארק‪ ,‬איבערהויפט צוליב דער גרויסער השפעה‬ ‫וואס דער טעאטער האט געהאט אויף מיר‪ .‬און‬ ‫גאר לעצטנס‪ ,‬זינט איך בין געגאנגען זען "מנשה"‪,‬‬ ‫ווערט מיין אידיש אלץ בעסער און היימישער‪ .‬ביים‬ ‫סוף פונעם שמועס מיט'ן חסידישן פארל‪ ,‬נאכדעם‬ ‫ווי איך האב זיי געזאגט אלץ וואס ליגט מיר אויפ'ן‬ ‫הארץ‪ ,‬האט דער חסיד געבעטן איך זאל אים‬ ‫אנקלינגען יעדן טאג און שמועסן מיט אים אויף‬ ‫אידיש‪ .‬און דאס טו איך טאקע‪ .‬מיר זענען געווארן‬ ‫חברים‪ ,‬און שמועסן וועגן זיך בכלל און וואס עס‬ ‫טוט זיך אין אונזער טאג‪-‬טעגליכן לעבן בפרט‪.‬‬ ‫אבער די פראגע וואס דאס פארל האט מיך‬ ‫געשטעלט בלייבט א שווערע קשיא‪ ...‬תיקו‪ .‬נאר‬ ‫וויאזוי זאל איך אליין ענטפערן אויף אט דער‬ ‫פראגע‪ ,‬וואס פאר אן איינדרוק האט דער פילם‬ ‫געהאט אויף מיר אין שייכות מיט די חסידים?‬ ‫איך מיין‪ ,‬אז "מנשה" איז א גוטער פילם‪ ,‬פונקט‬ ‫צוליב דעם‪ ,‬וואס עס איז אן ערנסטע‪ ,‬אויטענטישע‬ ‫שילדערונג פון דער חסידישער וועלט‪ .‬אבער ס'איז‬ ‫וויכטיג נישט צו מיינען‪ ,‬אז די חסידישע טיפן‬ ‫אין פילם רעפרעזענטירן חסידים בכלל‪" .‬מנשה"‬ ‫איז דאך באזירט אויף מנשה לוסטיג'ס אייגענער‬ ‫געשיכטע‪.‬‬ ‫אן אינטערעסאנטערע פראגע איז אבער‪:‬‬ ‫וויאזוי האט דער פילם געשילדערט נישט‪-‬אידן?‬ ‫איך מיין אז דער גרעסטער אויפטו פונעם פילם‬ ‫איז ווי מ'שילדערט די גויים‪ .‬ס'איז דווקא צוליב‬ ‫די נישט‪-‬אידישע טיפן אין פילם‪ ,‬וואס מנשה‬ ‫האט זיך געשפירט פריי צו רעדן וועגן זיך אליין‪.‬‬ ‫די היספאניקער‪ ,‬וואס ארבעטן אין גראסערי‬ ‫מיט מנשה'ן‪ ,‬זענען דאכט זיך די איינציגע וואס‬ ‫האבן מיטגעפיל מיט אים און ס'איז נאר אין‬ ‫דער לעצטער סצענע מיט זיי‪ ,‬וואס מנשה רעדט‬ ‫פרטימ'דיג וועגן זיין געשטארבענער ווייב‪ .‬ס'איז‬ ‫באמת אמאל גרינגער צו רעדן מיט א פרעמדן‬ ‫ווי איידער מיט משפחה אדער פריינט‪ .‬דערפאר‬ ‫גייט מען צו פסיכאלאגן‪ ,‬ווייל זיי זענען נישט קיין‬ ‫נוגעים בדבר‪.‬‬ ‫און דווקא צוליב דער שילדערונג פונעם‬ ‫צוזאמענלעבן צווישן חסידים און גויים‪ ,‬מיין איך‬ ‫אז דער פילם ווייזט די מעגליכקייט אויפצושטעלן‬ ‫א בריק צווישן "די חסידים" און דער נישט‪-‬‬ ‫חסידישער וועלט‪ .‬דערפאר האב איך האפענונג‬ ‫אז אידישיסטן און חסידים וועלן זיך אמאל גוט‬ ‫באציען איינער צום צווייטן‪ .‬יהי רצון מלפניך…‬ ‫מיר רעדן בעצם דאס זעלביגע לשון‪ ,‬און מיר האבן‬ ‫וואס צו זאגן און וואס צו לערנען איינער פונ'ם‬ ‫צווייטן‪ .‬אמן‪.‬‬


‫אריכת ימים‬ ‫טוביה גוטפארב‬

‫ער האט גראדע געהאט אריכת ימים‪,‬‬ ‫זעט אויס ער איז געווען א תמים‪.‬‬ ‫גאנצע פיר‪-‬און‪-‬צוואנציג‪-‬און‪-‬א‪-‬האלב טעג געלעבט‪,‬‬ ‫ווען ארום און ארום א מיסטעריע שוועבט‪.‬‬ ‫א פחד אין הארץ עס טוט רוישן‪,‬‬ ‫ער איז שוין ישן נושן‪.‬‬ ‫וועט זיין גורל זיין בעסער‪,‬‬ ‫אדער נישט אנדערש פונעם פאריגן מעסער‪.‬‬ ‫אבער די גזירה שוין געווען פארשריבן‪,‬‬ ‫ער איז אויך נישט איבערגעבליבן‪.‬‬ ‫אין א טונקעלער נאכט אדער העלן טאג‪,‬‬ ‫קיין שיילער איך פארמאג‪.‬‬ ‫*‬ ‫צי מיינט איר דען‪,‬‬ ‫איך וועל זיי נאך טרעפן סיי ווען‪.‬‬ ‫ביים פסח'דיג מאכן א אומבאקאנט ווינקל‪,‬‬ ‫וואו עס איז אייביג טונקל‪.‬‬ ‫א הויפן שיילער פון אלע קאלירן‪,‬‬ ‫כסדר נעלם געווארן אויף מיינע געהירן?‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪41 /‬‬


‫‪ / 42‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫ראובן‬

‫מיט חיות און התלהבות טאנצן הונדערטער‬ ‫אידן ניגוני רגש ושמחה‪ ,‬און רירנדע מעלאדיעס‬ ‫פילן אן דעם חלל פון דעם גרויסן זאל‪ .‬אידן‬ ‫מיט פיצינקע קאפעלעך ביז הויך‪-‬שטאקיגע‬ ‫שטריימלעך כאפן זיך ארום מיט עקסטאזע‪ ,‬און‬ ‫פראווען צוזאמען אן א' סליחות ביים שוועל‬ ‫פונעם נייעם יאר‪ .‬הרב יואלי לעבאוויטש זינגט‬ ‫מיט א הארציגער נעימות‪ ,‬די כליזמרים ברומען‬ ‫מיט די אינסטרומענטן‪ ,‬און צענדליגער מנינים פון‬ ‫כלל ישראל פארגעסן פון דער מאנסיער שטאט‬ ‫ארום ‪ -‬פאר א מאמענט ווערן אלע בנינים און‬ ‫אינסטיטוציעס חלומות פון הינטער די הרי חושך ‪-‬‬ ‫און א מין ארומנעמענדיגער קרבת אלוקים ווערט‬ ‫טאפנדיג אין די לופטן‪.‬‬ ‫זיי זענען אלע דא‪ ,‬צוזאמען‪ ,‬פאראייניגט‪ ,‬מיט‬ ‫הערצער וואס גיסן זיך אויס פאר'ן טאטן אין הימל‪.‬‬ ‫במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה‪ ,‬היינט האבן מיר‬ ‫דיך ערשט געפעדערט‪ ,‬טאטע‪ ,‬פאר אלע חשבונות‬ ‫פון וואס דער אדער יענער קלערט אדער זאגט‪ .‬אז‬

‫מ'קוקט ארום אין זאל זעט מען פינקלדיגע אויגן‪,‬‬ ‫פון אידן וואס האבן זיך גע'ספק'ט צי זיי מעגן הערן‬ ‫דעם קול קורא פון זייער נשמה און אנטיילנעמען‬ ‫אין אן "אנדערן" סארט א' סליחות‪ ,‬אדער דארפן‬ ‫טון וואס יעדער טוט‪ ,‬בלויז ווייל יעדער טוט וואס‬ ‫יעדער טוט ווייל יעדער טוט וואס יעדער טוט‪.‬‬ ‫אט דא ביים רירנדן מעמד‪ ,‬ווען די מחשבות לאזן‬ ‫זיך ענדליך לויפן צו העכערס און געטליכקייט‪,‬‬ ‫ווערן די אלע ספיקות נישט נאר פארענטפערט‪,‬‬ ‫נאר אפגעפרעגט‪ .‬וואס דען דארף זיין א סליחות‬ ‫אויב נישט דערהערן דעם קול שופר'ס רוף זיך צו‬ ‫דערנענטערן צו דער אייגענער נשמה?‬ ‫דער מנצח על בית ה' איז א קאפאטע‪-‬‬ ‫באקליידעטער ליובאוויטשער חסיד‪ ,‬דער‬ ‫בארימטער רעדנער און דענקער הרב יוסף‬ ‫יצחק יעקבסאן‪ .‬הרב יעקבסאן האלט דעם‬ ‫ציבור געשפאנט מיט זיינע דברי התעוררות‪,‬‬ ‫וועלכע ברענגען דעם קול השופר אריין אין די‬ ‫פארבארגענע קעמערלעך פון הארץ‪ .‬מ'זינגט‪,‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪43 /‬‬


‫מ'הערט דברי כיבושין‪ ,‬א מילתא דבדיחותא וואס‬ ‫דערנענטערט א מושג צום שכל‪ ,‬און מ'שפאנט‬ ‫אריין צו די ימים נוראים מיט זיכערע טריט‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאנ'ס ווערטער זענען געבויעט אויף‬ ‫חיזוק‪ ,‬דאס חשיבות פון א איד‪ ,‬די זכיה וואס מיר‬ ‫האבן צו זיין פון דעם עם קדוש ונבחר‪ .‬ער זאגט‬ ‫נאך גוטע געדאנקען פון סיי ווער וואס האט‬ ‫נאר געזאגט עפעס פאסיג‪ ,‬קבל את האמת ממי‬ ‫שאומרו‪ ,‬פון האדמו"ר מסאטמאר ביז ר' שלמה‬ ‫קארלבאך ‪ -‬פון יעדן קענען מיר עפעס לערנען‬ ‫און קונה זיין‪ .‬אין זיינע סליחות רייד‪ ,‬האט הרב‬ ‫יעקבסאן שטארק גערעדט פון נישט זיין אנגעגעסן‬ ‫אויף מענטשן ארום‪ ,‬משפחה‪ ,‬חברים‪ ,‬ארבעט;‬ ‫מ'זאל מקבל זיין א צווייטן‪ ,‬נישט פאראורטיילן‬ ‫יענעם‪ ,‬מחליט זיין צי יענער איז גענוג א גוטער‬ ‫מענטש אדער גענוג א גוטער איד‪ .‬דער בריח‬ ‫התיכון וואס לויפט דורך זיין גאנצן געדאנקענגאנג‬ ‫איז די נקודה אז מ'דארף לעבן פאר זיך‪ ,‬לאזן די‬ ‫קינדער לעבן פאר זיך‪ ,‬נישט פרובירן צו געפעלן‬ ‫יענעם‪ ,‬און לעבן פאר יענעם‪.‬‬

‫"ער זאגט דעם אמת!"‬ ‫הרב יוסף יצחק יעקבסאן האט אין די‬ ‫לעצטע יארן איינגענומען די חסידישע וועלט‬ ‫מיט א שטורעם‪ .‬א פאפולערער רעדנער‪ ,‬און א‬ ‫בעל מחשבה פון דער ערשטער קלאס‪ ,‬איז הרב‬ ‫יעקבסאן א משפיע איבער דער אידישער וועלט‬ ‫שוין פאר א סך יארן‪ .‬אין ליובאוויטש‪ ,‬ווי ער ציילט‬ ‫זיך פון די חשובי החסידים‪ ,‬איז הרב יעקבסאן א‬ ‫פערזענליכקייט וועמען מ'קען נישט פארפאסן‪.‬‬ ‫ר' יוסף יצחק דיסקרימינירט נישט צו וועמען‬ ‫צו רעדן‪ .‬ער איז באקוועם צו רעדן פאר אן‬

‫‪ / 44‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אוידיענץ פון חסידישע אידן‪ ,‬צי פאר א זאל פול‬ ‫מיט סעקולערע קאלעדזש‪-‬גראדואנטן‪ .‬ער קען‬ ‫רעדן פאר רבנים און אנשי מעלה‪ ,‬אדער פאר א‬ ‫קאנפערענץ פון גלחים און גייסטליכע‪ .‬פאר יעדן‬ ‫האט הרב יעקבסאן וואס צו זאגן‪ ,‬און איז בכוח צו‬ ‫אינספירירן און מהנה זיין בהלם אחד‪ .‬א קאריערע‬ ‫איבער דער וועלט האט אים באקאנט געמאכט‬ ‫מיט די ראשי‪-‬תיבות פון זיין נאמען‪ ,.Y.Y :‬און‬ ‫דערפאר איז נישט קיין חידוש צו הערן פון זיינע‬ ‫געשוואוירענע חסידישע חסידים‪" ,‬איך מוז יעצט‬ ‫לויפן ווייל כ'קען נישט פארפאסן דעם שיעור פון‬ ‫ר' ‪".Y.Y‬‬ ‫און וואס הערט מען ביי די שיעורים? חסידים‬ ‫פון ר' יוסף יצחק זינגען אלע דעם זעלבן נוסח‪,‬‬ ‫"ער זאגט דעם אמת!" אדער ווי איין געטרייער‬ ‫נאכפאלגער האט זיך אויסגעדרוקט אין סלענג‪,‬‬ ‫"ער שניידט די קרעפלעך‪ ".‬הרב יעקבסאן‪ ,‬זאגן‬ ‫זיי‪ ,‬האט נישט מורא צו זאגן דעם דבר ה' אין‬ ‫פנים אריין ‪ -‬ער רעדט פון א אידישקייט וואס‬ ‫אפעלירט צו דער אידישער נשמה‪ ,‬פון אמת‪ ,‬צדק‪,‬‬ ‫געטליכקייט און מענטשליכקייט‪" .‬פאר איך האט‬ ‫אנטדעקט הרב יעקבסאן‪ ",‬האט מיר געזאגט א‬ ‫וויליאמסבורגער יונגערמאן צווישן מנחה און‬ ‫מעריב אין סאטמארער ביהמ"ד אויף סאוט ‪8‬‬ ‫סטריט‪" ,‬איז מיין אידישקייט געווען ווי צוויי זעק‬ ‫ציגל וועלכע האבן אראפגעהאנגען פון מיינע‬ ‫אקסלען‪ .‬ר' ‪ .Y.Y‬האט מיר געמאכט זען מיין‬ ‫אידישקייט ווי א ּפ ָאר פליגלען וועלכע דערהייבן‬ ‫מיר ביז'ן כסא הכבוד‪".‬‬ ‫א בארא‪-‬פארקער יונגערמאן וועלכער‬ ‫פארפאסט נישט קיין שיעור פון הרב יעקבסאן‬ ‫האט מיר געזאגט‪" :‬ווען איך האב צום ערשטן‬ ‫מאל געהערט א דרשה פון הרב יעקבסאן בין‬ ‫איך געבליבן צוגענאגלט צו מיין פלאץ‪ ,‬מחשבות‬ ‫וועלכע זענען ארומגעלאפן אין מיין מוח במשך‬ ‫יארן לאנג אויף א נישט מסודר'דיגן אופן האבן‬ ‫מיטאמאל באקומען אן ארגאניזירטן שופר אין‬ ‫פארעם פון הרב יעקבסאנ'ס ווערטער‪ .‬איך האב‬ ‫געשלונגען מיט דורשט יעדעס ווארט וואס איז‬ ‫ארויס פון זיין מויל און זיך נישט געקענט גלייבן‬ ‫אז איך הער גוט‪".‬‬ ‫אידן וואס זענען רעגלמעסיגע משתתפים ביי‬ ‫ר' יוסף יצחק'ס שיעורים רעדן מיט התפעלות‬ ‫וועגן זיינע ברייטע ידיעות אין פארשידענע‬ ‫נושאים‪ ,‬ווי די וועלט און די תורה קומען זיך צוזאם‬ ‫אין א זוימלאזן טעפיך‪ .‬די טענה אז אמאל מאכט‬ ‫זיך א גוזמא וואס איז נישט ממש געאנקערט‬ ‫אין דעם מציאות מאכן זיי אוועק מיט'ן אנווייזן‬ ‫אז הרב יעקבסאן איז נישט נאר א משפיע‪ ,‬נאר‬ ‫אויך אן אונטערהאלטער‪ .‬א רעדנער וואס האלט‬ ‫געשפאנט א ציבור‪ ,‬טענה'ן זיי‪ ,‬מעג זיך אמאל‬ ‫באנוצן מיט סופערלאטיוון‪ .‬דער עיקר אז ער איז‬ ‫אויפריכטיג‪ ,‬מ'קען אים אלעם פרעגן‪ ,‬נישטא קיין‬


‫נושא וואס מ'טאר נישט בארירן‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫זאגט אז אידישקייט נעמט אריין יעדן אספעקט‬ ‫פון לעבן‪ ,‬טא‪ ,‬איז דאך נישט מער ווי יושר אז‬ ‫מ'זאל מעגן ערווארטן צו באקומען ענטפערס צו‬ ‫פראגעס וועלכע נעמען אריין יעדן אספעקט פון‬ ‫לעבן‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז גענוי דאס פארקערטע‬ ‫פון וואס טייל פון זיינע נייע צוהערער זענען‬ ‫געווען געוואוינט‪ .‬א אידישקייט פון מצות‬ ‫אנשים מלומדה‪ ,‬וואו מ'טוט ווייל יעדער טוט‪,‬‬ ‫און מ'טראכט נישט ווייל קיינער טראכט נישט‬ ‫ דאס אלעס איז טריף ביי זייער נייעם רבי'ן‪ .‬ביי‬‫אים הערט מען טיפע און אריגינעלע געדאנקען‬ ‫וועגן תורה ומצוות און וועגן דעם לעבן‪ ,‬וועגן א‬ ‫אידישקייט וואס מיינט עפעס פאר דעם גוף און‬ ‫פאר דער נשמה‪ ,‬וועגן א באשעפער וואס איז שוכן‬ ‫בקרבנו און וועמען מיר קענען דערשפירן מיט די‬ ‫ריכטיגע כלים‪ .‬ביי הרב יעקבסאן האבן אזויפיל‬ ‫אנטדעקט דעם אומאויסשעפבארן טויזנט‪-‬יעריגן‬ ‫אוצר פון אידישער מחשבה‪.‬‬ ‫א חסיד איז הרב יעקבסאן מיט יעדן פון זיינע‬ ‫אברים‪ .‬נישט נאר א חסיד פון זיין רבי'ן דער‬ ‫ליובאוויטשער רבי ז"ל‪ ,‬נאר אויך א חסיד אינעם‬ ‫בעל‪-‬שם‪-‬טוב'דיגן זין‪ .‬ווען ער זאגט נאך א‬ ‫שטיקל פונעם "תניא" קען זיך דוכטן אז דא זענען‬ ‫אנטדעקט געווארן אלע סודות פון דער בריאה ‪-‬‬ ‫און אלע חסידישע ספרים זענען רגיל על לשונו‪.‬‬ ‫אבער דער "קדושת לוי" איז נישט דער גאנצער‬ ‫ענטפער פאר הרב יעקבסאנ'ס א חנוכה‪ .‬אונזערע‬ ‫תורה'דיגע אוצרות נעמען אריין שפרידלדיגע‬ ‫קוועלער פון טיפער מחשבה גייענדיג צוריק‬ ‫צום רמב"ם‪ ,‬רבי יהודה הלוי‪ ,‬דער רלב"ג‪ ,‬און נאך‬ ‫ראשונים און אחרונים וועמענ'ס חכמה און צדקות‬ ‫מיר דארפן לערנען‪ ,‬און וועמענ'ס ענטפערס זענען‬ ‫רעלעוואנט ביז'ן היינטיגן טאג‪.‬‬ ‫מיט זיין אראטארישער קראפט און צחות‬ ‫הלשון פארכאפט הרב יעקבסאן זיינע צוהערער‪,‬‬ ‫און ווען ער איז מסביר א נושא איז עס אפט דאס‬ ‫ערשטע מאל וואס זיין אוידיענץ האט ענדליך‬ ‫געהערט איינעם רעדן פון א טעמע וואס נאגט‬ ‫ביים הארץ שוין לאנגע יארן‪.‬‬ ‫ביי הרב יעקבסאן עקזיסטירט נישט דער‬ ‫ענות‪-‬חנ'דיגער רבנישער פילטער‪ ,‬דאס געמאכטע‬ ‫אומוויסן איבער דעם עולם הזה‪ .‬פארקערט‪ ,‬ער‬ ‫זעט אידישקייט און לעבן איבעראל‪ ,‬אין דעם חי‬ ‫היום‪-‬יום‪ ,‬אין ארבעט‪ ,‬אין מוזיק‪ ,‬אין קונסט‪ ,‬אין‬ ‫נאטור‪ ,‬אין די מענטשליכע דראנגען און אין די‬ ‫נשמה'ס רופונגען‪.‬‬ ‫צו פארשטיין הרב יעקבסאנ'ס בליק אויף די‬ ‫ברענעדיגע טעמעס פון דער היינטיגער תקופה‪,‬‬ ‫האבן מיר געשטעלט פאר ר' יוסף יצחק'ן א רייע‬ ‫פראגעס וועלכע באהאנדלען טעמעס וועלכע‬

‫זענען נוגע אונזערע לייענער‪ .‬מיר האבן דערנאך‬ ‫אפגעהאלטן א רייכן שמועס אין וועלכן הרב‬ ‫יעקבסאן האט געגאסן פון זיינע רייכע אוצרות און‬ ‫זיין פייערדיגער נשמה‪.‬‬

‫ארייננעמען תורת ה'‬ ‫אין זיך‬ ‫א אידישקייט וואס ראנגלט זיך מיט זיך‬ ‫אליין‪ ,‬וואס גלויבט אז דער תכלית אין אמונה‬ ‫און עבודת ה' איז נאכמאכן און נאכטאנצן מעשה‬ ‫קוף‪ ,‬איז נישט דער אמת פון דער תורה‪ ,‬האלט‬ ‫הרב יעקבסאן‪ .‬דער אויבערשטער וויל אונז נישט‬ ‫פייניגן מיט טפשות און בלינדקייט‪ .‬פארקערט‪,‬‬ ‫דער געטליכער חזיון איז כי מלאה הארץ דעה‪ ,‬א‬ ‫איד מיט וויסן‪ ,‬בינה והשכל‪ ,‬א איד וואס איז מקושר‬ ‫מיט דעם אויבערשטן און תורה מיט ליבע‪-‬שטריק‪.‬‬ ‫דער וואס איז א טעכנישער איד‪ ,‬וואס זיין‬ ‫תכלית בעולם איז מקיים צו זיין יעדן סעיף קטן אין‬ ‫שולחן‪-‬ערוך אבער אלעס איז משפה ולחוץ‪ ,‬האט‬ ‫נישט קיין שייכות מיט דעם רצון ה'‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫דערציילט אזא מעשה‪:‬‬ ‫אין א קליין שטעטל אין מזרח‪-‬אייראפע‪ ,‬האט‬ ‫אן ארימער מענטש אמאל געבעטן א קארגן גביר‪,‬‬ ‫"כ'האב גארנישט געגעסן אין צוויי טעג‪ ,‬קענסטו‬ ‫מיר אפשר עפעס געבן צו עסן?"‬ ‫"מיין היים איז נישט געמאכט פאר אזעלכע‬ ‫בטלנים ווי דו!" האט דער קארגער געענטפערט‪.‬‬ ‫"פארוואס גייסטו נישט אין בית המדרש אריין ‪-‬‬ ‫דארטן וועלן זיי דיר זיכער געבן צו עסן‪".‬‬ ‫אבער דער מענטש האט זיך געבעטן‪ ".‬איך בעט‬ ‫דיר‪ ,‬איך האב שוין נישט קיין כוח‪ .‬אויב איך וועל‬ ‫נישט עסן עפעס יעצט‪ ,‬וועל איך שטארבן‪ .‬ביטע‪,‬‬ ‫געב מיר סיי וואספארא עסנווארג דו האסט אין‬ ‫שטוב‪".‬‬ ‫דער רייכער מענטש האט ארויסגעשלעפט‬ ‫פון דער מיסט אן אלטן‪ ,‬פארדארבענעם‪,‬‬ ‫פארשטינקענעם שטיקל פיש און עס געגעבן‬ ‫פאר'ן שנארער‪ ,‬וועלכער האט עס תיכף‬ ‫אויפגעגעסן‪ .‬דער ארימער מענטש האט זיך שיין‬ ‫באדאנקט‪ ,‬אבער ווי נאר ער איז געגאנגען ווייטער‬ ‫איז ער צוזאמגעפאלן אויף דער גאס‪ ,‬און מ'האט‬ ‫אים אריינגעטראגן אין שפיטאל‪.‬‬ ‫יענע נאכט‪ ,‬נאכ'ן צוריקקומען פון מעריב‪ ,‬האט‬ ‫דער גביר געזאגט פאר זיין ווייב אז ער וועט דארפן‬ ‫ארויס פון שטוב‪" .‬דער ארימער מענטש וואס‬ ‫האט דא געגעסן איז פלוצים קראנק געווארן‪ ,‬און‬ ‫מ'האט אים גענומען צום שפיטאל‪ .‬איך דארף אים‬ ‫באזוכן מקיים צו זיין די מצווה פון ביקור חולים‪".‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪45 /‬‬


‫דער נעקסטער אינדערפרי‪ ,‬צוריקקומענדיג‬ ‫פון שחרית‪ ,‬האט דער גביר געזאגט פאר זיין ווייב‪:‬‬ ‫"כ'האב א פארנומענעם טאג היינט‪ .‬אין שול האט‬ ‫מען אויסגערופן אז דער שנארער איז געשטארבן‬ ‫היינט פארטאגס‪ ,‬און אז זיין לויה וועט פארקומען‬ ‫היינט נאכמיטאג‪ .‬איך דארף גיין צו זיין לויה מקיים‬ ‫צו זיין די געוואלדיגע מצווה פון הלוית המת‪".‬‬ ‫יענע נאכט נאך מעריב האט דער גביר‬ ‫נאכאמאל געזאגט פאר זיין ווייב אז ער מוז ארויס‬ ‫פון שטוב‪" .‬ביי דער לויה האט מען אויסגערופן אז‬ ‫דער שנארער האט איבערגעלאזט א זון‪ .‬איך מוז‬ ‫גיין מקיים זיין די גרויסע מצווה פון מנחם אבל‬ ‫זיין‪".‬‬ ‫ווען דער גביר איז אהיימגעקומען פון דעם‬ ‫ניחום האבל‪ ,‬האט זיין פנים געשטראלט מיט‬ ‫שמחה‪ .‬ער האט געקוועלט מיט א געוואלדיגער‬ ‫הנאה‪" .‬פארוואס ביסטו אזוי פרייליך?" האט‬ ‫זיין ווייב אים געפרעגט‪" .‬וואס איז אזא שמחה‬ ‫פון מנחם זיין א יתום?" האט דער קארגער גביר‬ ‫געענטפערט‪" ,‬וויאזוי קען איך דען נישט זיין‬ ‫פרייליך ווען איך טראכט פון די אלע געוואלדיגע‬ ‫מצוות צו וועלכע איך האב זוכה געווען ‪ -‬אלעס‬ ‫פון איין קליינעם פארשטינקענעם שטיקל פיש!‬ ‫טראכט אריין‪ ,‬מיט איין פארדארבענעם שטיקל‬ ‫פיש האב איך מקיים געווען הכנסת אורחים‪ ,‬ביקור‬ ‫חולים‪ ,‬הלוית המת‪ ,‬און ניחום אבלים‪ .‬אה! כ'בין‬ ‫דאך אזוי בשמחה!"‬ ‫אזא איד‪ ,‬זאגט הרב יעקבסאן‪ ,‬פאררעכנט זיך‬ ‫אוודאי ווי גאר א פרומער‪ ,‬אבער דער אמת איז אז‬ ‫ער איז נעבעך זייער ווייט פון דעם אויבערשטן‪ .‬אז‬ ‫מ'זאל דורכגיין דעם שולחן‪-‬ערוך סעיף ביי סעיף‪,‬‬ ‫איז ער אפשר מקיים אלעס וואס ס'שטייט דארטן‪,‬‬ ‫אבער צו דעם תכלית פון די אלע מצוות‪ ,‬קרבת ה'‬ ‫און אהבת הזולת‪ ,‬האט ער נישט צוגערירט קיין כי‬ ‫הוא זה‪.‬‬

‫גרויסע פרומע אידישע צייטונגען‪ ,‬וועלכע האבן‬ ‫גלייכצייטיג געדינט ווי א בריק צווישן די שיכטן‬ ‫פון כלל ישראל‪ .‬די צייטונג‪ ,‬כאטש שוין גאר‬ ‫אפגעשוואכט‪ ,‬האלט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג‬ ‫‪ 45‬יאר שפעטער‪.‬‬ ‫אינעם זעלבן יאר איז צו גרשון געבוירן‬ ‫געווארן זיין אינגסטער זון‪ ,‬יוסף יצחק‪ .‬יוסף יצחק‬ ‫איז אויפגעוואקסן א בריליאנטענעם תלמיד אין‬ ‫דער ליובאוויטשער ישיבה אהלי תורה‪ ,‬און ער‬ ‫איז אויסגעקליבן געווארן צו זיין א טייל פון די‬ ‫"מניחים"‪ ,‬די וואס האבן צוגעגרייט די דברי תורה‬ ‫פון דעם ליובאוויטשער רבי'ן צום דרוק‪ .‬צוביסלעך‬ ‫איז הרב יעקבסאנ'ס כוח הדיבור אנערקענט‬ ‫געווארן‪ ,‬און ער האט אנגעהויבן געבן שיעורים‬ ‫צוערשט אין ליובאוויטש‪ ,‬און נאכדעם איבער דער‬ ‫וועלט‪ .‬היינט גיט ער עטליכע שיעורים יעדע וואך‪,‬‬ ‫און פירט אן מיט פילע שיעורי תורה אין די ראמען‬ ‫פון ‪ .theyeshiva.net‬אנליין ווערן זיינע שיעורים‬ ‫מיטגעהאלטן דורך א ריזן ציבור‪ ,‬סיי בשעת מעשה‪,‬‬ ‫און סיי שפעטער‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬הרב יעקבסאנ'ס‬ ‫סליחות‪-‬נאכט דרשה איז מיטגעהאלטן געווארן‬ ‫לעבעדיג אויף "יו‪-‬טוב" אין די שפעטע נאכט‪-‬‬ ‫שעה'ן דורך בערך טויזנט מענטשן אויף איינמאל!‬ ‫אין יאר תשס"ה‪ ,‬נאכדעם וואס זיין טאטע איז‬

‫א סינטעזע פון אידישע‬ ‫וועלטן‬ ‫תשל"ב איז געווען א מאנומענטאלער יאר אין‬ ‫דעם לעבן פון דעם בארימטן זשורנאליסט גרשון‬ ‫יעקבסאן‪ .‬זיין לאנג‪-‬יעריגע קאריערע אינעם‬ ‫"טאג מארגן זשורנאל" איז נארוואס געקומען צו‬ ‫אן ענדע מיט דער שליסונג פון דער צייטונג‪ ,‬און‬ ‫ער האט מחליט געווען אריינצושפרינגען אין אליין‬ ‫עפענען א צייטונג‪ .‬מיט די פארלאזטע מאטריצן‬ ‫פון דעם "טאג"‪ ,‬האט גרשון יעקבסאן געגרינדעט‬ ‫דעם "אלגעמיינער זשורנאל"‪ ,‬א צייטונג וואס‬ ‫וועט גיין אין די פיסטריט פון די אמאליגע‬ ‫‪ / 46‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫מעלדונג אינעם "אלגעמיינער"‬ ‫איבער דער פטירה פון גרשון יעקבסאן‬


‫הרב יעקבסאנ'ס בליק אויפ'ן לעבן און בליק‬ ‫אויף תורה צו באלייכטן דעם אידישן וועג‪ .‬הרב‬ ‫יעקבסאן ווערט גערופן אומעטום צו געבן דרשות‪,‬‬ ‫און חסידישע אידן זענען זיך משתתף ביי זיינע‬ ‫שיעורים בגוף אדער האלטן מיט אנליין‪ ,‬און שעפן‬ ‫מיט דורשט עמערס חיזוק‪.‬‬

‫גרשון יעקבסאן‬

‫גרשון יעקבסאן אין א שמועס מיט אריק שרון‬

‫נפטר געווארן‪ ,‬האט ר' יוסף יצחק ‪ -‬צוזאמען מיט‬ ‫זיין עלטערן ברודער ר' סימון ‪ -‬איבערגענומען די‬ ‫פירערשאפט פונעם "אלגעמיינער זשורנאל"‪ .‬אין‬ ‫יענער תקופה האט הרב יעקבסאן כסדר געשריבן‬ ‫הערליכע תורה און השקפה מאמרים פאר דער‬ ‫צייטונג אין א זאפטיגן רייכן אידיש‪ .‬טייל פון די‬ ‫מאמרים קען מען נאך טרעפן אויף דעם וועבסייט‬ ‫פון דעם "אלגעמיינער"‪.‬‬ ‫אין אן אינטערוויו אין תשס"ז‪ ,‬האט הרב‬ ‫יעקבסאן געזאגט אז דער "אלגעמיינער זשורנאל"‬ ‫איז "א סינטעזע פון צוויי וועלטן ‪ --‬די וועלטליכע‬ ‫און די חסידישע‪ ",‬און אז זיין ציל איז צו בויען א‬ ‫בריק צווישן אלע סארט אידן‪.‬‬ ‫אין זיינע טאג‪-‬טעגליכע טעטיגקייטן איז‬ ‫דאס טאקע זיין ציל‪ ,‬ברענגען פארשטאנד צווישן‬ ‫אידן‪ ,‬נאנטקייט‪ ,‬אפנקייט‪ ,‬הערצליכקייט און‬ ‫ברידערליכקייט‪ .‬פון איין זייט זאלן מיר פארשטיין‬ ‫אז אנשים אחים אנחנו‪ ,‬נישט קיין חילוק ווי‬ ‫אנדערש איינער זעט אויס פונעם צווייטן‪ ,‬זענען‬ ‫מיר דאך ברידער‪ .‬אבער פון דער אנדערער זייט‪,‬‬ ‫נישט קיין חילוק ווי ענליך מיר זעען אויס‪ ,‬זענען‬ ‫מיר אינדיווידואלן ‪ -‬יעדער מענטש מיט אן‬ ‫אנדערן תכונת הנפש‪ ,‬מיט אנדערע רצונות און‬ ‫כאראקטעריסטן‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז אין די לעצטע יארן געווארן‬ ‫גאר פאפולער ביי חסידישע אידן אינדרויסן‬ ‫פון חב"ד‪ .‬אידן זענען משכימים לפתחו‪ ,‬און‬ ‫מ'הערט דברי תורה און דברי חסידות‪ ,‬נעמענדיג‬

‫חותמו של הקב"ה אמת‬ ‫גלייבנדיג אינעם פרינציפ פון אמת‪ ,‬וואס איז‬ ‫חותמו של הקב"ה‪ ,‬שטעלט זיך הרב יעקבסאן‬ ‫אויף ביי א שטענדער פון דער חזק‪-‬ארגאניזאציע‪,‬‬ ‫און ער זאגט ארויס דעם ווייטאג פונעם היינטיגן‬ ‫דור‪ ,‬דער דור וואס איז נתגדל געווארן אין פאסט‪-‬‬ ‫האלאקאסט אמעריקע‪ ,‬און זוכט א טעם אין‬ ‫אידישקייט‪ .‬וואס גענוי איז די פאדערונג פונעם‬ ‫יונגען דור? וואס דארף זיין אונזער רעאקציע?‬ ‫הרב יעקבסאן דערציילט אז ער האט אמאל‬ ‫געפרעגט א איד‪" :‬אויב וואלסטו געדארפט‬ ‫אויסקלויבן צווישן גאט און דעם אמת‪ ,‬וועלכן פון‬ ‫די צוויי וואלסטו אויסגעקליבן?" דער איד האט‬ ‫נאטירליך געענטפערט‪" :‬וואס א שאלה? אודאי‬ ‫מיטן אויבערשטן!" הרב יעקבסאן האט אויף דעם‬ ‫רעאגירט‪" ,‬הייסט דאס דו גלייבסט אז ס'איז דא‬ ‫א מעגליכקייט אז גאט זאל נישט זיין אויף דער‬ ‫זעלבער זייט ווי דער אמת? אויב אזוי‪ ,‬איז דאס‬ ‫כפירה‪ .‬דאס איז נישט קיין אמת'ע רעליגיע! אזא‬ ‫אידישקייט קענסטו אוועקווארפן‪".‬‬ ‫נאכ'ן אוועקשטעלן דעם פשוט'ן יסוד אז גאט‬ ‫קען נישט זיין עפעס אנדערש ווי אמת הייסט אונז‬ ‫הרב יעקבסאן צו באטראכטן די יסודות אויף וואס‬ ‫אונזער געזעלשאפט איז געבויט‪ .‬מיר אלע ציטערן‬ ‫אימת מוות פון דעם וואס די שכנים וועלן זאגן‪,‬‬ ‫און דער הויפט פרינציפ אין דער געזעלשאפט איז‬ ‫אז די משפחה זאל האבן א גוטן נאמען‪ .‬וויבאלד‬ ‫מיר זארגן זיך אזוי אויף אונזער גוטן נאמען‪ ,‬איז‬ ‫דאך פשוט אז מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו‬ ‫אנערקענען אז מיר פארמאגן א פראבלעם ווען‬ ‫ס'קומט אונטער‪ ,‬און פון דא ביז א קאטאסטראפע‬ ‫איז נישט מער ווי א קאצנשפרונג‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן דערציילט אז ער האט אמאל‬ ‫געפרעגט א טאטן פארוואס ער האט געלייגט‬ ‫זיין קינד אין א געוויסן מוסד וואס איז נישט גוט‬ ‫פאר אים‪ ,‬און דער טאטע האט אים מסביר געווען‬ ‫אז ער האט נישט געקענט טון אנדערש‪ ,‬וויבאלד‬ ‫דאס וואלט פארשעמט זיין משפחה אין די אויגן‬ ‫פון די שכנים‪ .‬הרב יעקבסאן האט יענעם איד‬ ‫סארקאסטיש געפרעגט‪" :‬און דו רופסט דיך נאך‬ ‫א טאטע?! א מענטש וואס איז מפקיר דעם עתיד‬ ‫פון זיינע קינדער צוליב דעם וואס א שכן וועט‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪47 /‬‬


‫טראכטן‪ ,‬דאס הייסט א טאטע?"‬ ‫מיר דינען נישט גאט‪ ,‬זאגט הרב יעקבסאן‪ ,‬נאר‬ ‫א געוויסן אימאזש פון "פערפעקטקייט"‪ .‬יעדע‬ ‫חרדישע משפחה איז פערפעקט‪ ,‬יעדע שלום‬ ‫בית איז פערפעקט‪ ,‬יעדע קהילה איז פערפעקט‪,‬‬ ‫א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬און היות מיר אלע ווייסן אז ס'איז נישטא‬ ‫קיין פערפעקטע מענטשן אין דער וועלט‪ ,‬קומט‬ ‫אויס אז מיר האבן אוועקגעשטעלט אונזער‬ ‫לעבן אויף א יסוד וואס איז שקר‪ ,‬אן אילוזיע‪ ,‬און‬ ‫איבערהויפט אומרעאליסטיש‪ .‬דאס לייגט אויף‬ ‫אונז א משונה'דיגע געזעלשאפטליכער דרוק‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן זאגט‪" :‬מיר האבן‬ ‫אוועקגעשטעלט ערווארטונגען וואס זענען קעגן‬ ‫דעם מציאות‪ ,‬און דאס לייגט אריין מענטשן‬ ‫אין סיטואציעס וואו אויב זיי זענען נישט גרייט‬ ‫זיך אריינצופאסן און הרג'ענען זייערע נשמות‪,‬‬ ‫ווערן זיי באטראכט ווי מאדנע בריות‪ ,‬אדער‬ ‫משוגעים‪ ".‬איז מעגליך צו שאפן א פארבינדונג‬ ‫מיט'ן אויבערשטן ווען מיר לעבן מיט סטאנדאטן‬ ‫וועלכע זענען אזוי נישט אמת‪ ,‬און אזוי נישט‬ ‫אויטענטיש? די סאמע יסודות פון אונזער‬ ‫געזעלשאפט זענען געבויט אויף פארנארן איינער‬ ‫דעם אנדערן‪ ,‬און אוועקשטעלן א פאלשע מאסקע‬ ‫פון פערפעקטקייט‪ .‬וויאזוי איז מעגליך אין אזא‬ ‫געזעלשאפט צו בויען א קשר מיט גאט?‬ ‫מיר ווייסן אז דער אויבערשטער האט באשאפן‬ ‫דעם מענטש מיט א צלם אלקים‪ ,‬צו גיין אין די וועגן‬ ‫פון גאט‪ .‬וואס טוט זיך אבער אויב מיר נוצן דאס‬ ‫ווארט "גאט" אויף צו בארעכטיגן סטאנדארטן פון‬ ‫פאלשקייט? ווען מיר נוצן דעם נאמען פון גאט‬ ‫אויף צו פארווישן עוולות אונטערן טעפיך‪ ,‬כדי‬ ‫ס'זאל חלילה נישט שאטן פאר'ן נאמען פון דער‬ ‫משפחה? הרב יעקבסאן זאגט‪" :‬דאס הייסט אז‬ ‫מיר האבן באשאפן א גאט אין אונזער אימאזש‪,‬‬ ‫און ס'איז נישטא קיין גרעסערע עבודה זרה פון‬ ‫דעם‪".‬‬ ‫מיר האבן געשאפן א גאט‪ ,‬בצלמנו ובדמותנו‪,‬‬ ‫וועלכע בארעכטיגט אלע אונזערע עוולות‪,‬‬ ‫אלע אונזערע שוואכקייטן‪ ,‬און ער לאזט אונז‬ ‫קאנטראלירן אנדערע‪ ,‬ער לאזט אונז איגנארירן‬ ‫פראבלעמען‪ ,‬און ער לאזט אונז פארבלייבן אין‬ ‫אונזער "באקוועמליכקייט זאנע" (‪comfort‬‬ ‫‪ .)zone‬אידישקייט איז אזוי פשוט ווען ס'פאדערט‬ ‫נישט קיין מסירות נפש פאר'ן אמת‪ ,‬אבער אזוי‬ ‫ווערן רואינירט אומצאליגע לעבנס פון יונגע‬ ‫קינדער וועלכע קענען זיך נישט טרעפן דאס פלאץ‬ ‫אין אזא קארופטירטן הלוך‪-‬ילך‪.‬‬ ‫רעליגיע ווערט אויסגענוצט צו אנטלויפן‬ ‫פונעם אייגענעם זיך‪ ,‬צו אנטלויפן פון אלע‬ ‫פראבלעמען‪ .‬הרב יעקבסאן גיט אונז א ביישפיל‪:‬‬ ‫וואס טוט א מענטש ווען ס'גייט אים נישט גוט אין‬ ‫שלום בית? ער לויפט ארויס דאווענען מעריב‪ ,‬ער‬ ‫‪ / 48‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫"א מענטש וואס‬ ‫איז מפקיר דעם‬ ‫עתיד פון זיינע‬ ‫קינדער צוליב‬ ‫דעם וואס א שכן‬ ‫וועט טראכטן‪,‬‬ ‫דאס הייסט א‬ ‫טאטע?"‬

‫דערמאנט זיך מיטאמאל אין זיין שיעור דף היומי‪,‬‬ ‫א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬הרב יעקבסאן לאכט‪" ,‬די פרייע האבן נישט‬ ‫אזעלכע גוטע זאכן‪ "...‬מיר האבן ברוך השם א‬ ‫רעליגיע‪ ,‬און מיר קענען שטופן אלעס אונטערן‬ ‫טעפיך און זיך באשיצן אונטער די ברייטע פליגלען‬ ‫פון רעליגיע‪.‬‬ ‫מיר אלע ווייסן אז פאליטיקאנטן זענען על‬ ‫פי רוב זייער קארופטירטע מענטשן‪ ,‬וועלכע‬ ‫מיינען גארנישט אויסער זייער אייגענעם עגא‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן דערמאנט אונז אבער אז ס'קען‬ ‫זיין נאך א פארעם פון פאליטיק‪ ,‬אזא וואס זעט‬ ‫אויס הייליג‪ ,‬פרום און הימליש‪ .‬א פאליטיק וואס‬ ‫איז אינגאנצן אין נאמען פון גאט‪" .‬אזא פאליטיק‬ ‫איז נישט ווייניגער מיאוס‪ ,‬און צומאל נאך מער‬ ‫מסוכן‪ ,‬וויבאלד ס'באניצט זיך מיט א הייליגן‬ ‫שלייער‪ ,‬מיטן שלייער פון קדושה‪ ,‬מיט א מאנטל‬ ‫פון קנאות‪ ,‬אבער אין אמת'ן איז דאס פאליטיק‪"...‬‬


‫וועלכער וועג איז אראפ‬ ‫פון וועג?‬ ‫דער יונגער דור איז מער עמפינדליך ווי דער‬ ‫פריערדיגער דור‪ ,‬זאגט הרב יעקבסאן‪ ,‬און אפילו‬ ‫דארט וואו מענטשן פונעם אמאליגן דור האבן‬ ‫נאך געקענט פארנעמען צביעות קען עס דער‬ ‫היינטיגער דור נישט פארנעמען‪ .‬ווען די קינדער‬ ‫זעען ווי מענטשן וועלכע ארבעטן נישט אויף זייער‬ ‫אייגענעם רוחניות פרעדיגן פאר אנדערע צו זיין‬ ‫ערליך‪ ,‬פילן זיי ווי זיי גייען פשוט אראפ פון זינען‪.‬‬ ‫די קינדער באמערקן ווי "רעליגיע און רוחניות‬ ‫ווערט אויסגענוצט אלס א מאסקע צו פארשטעלן‬ ‫די אייגענע אומזיכערקייט‪ ,‬די אייגענע פחדים און‬ ‫בושות‪ .‬זיי זעען ווי מענטשן ניצן אויס רעליגיע צו‬ ‫אנטלויפן פונעם אייגענעם זיך‪".‬‬ ‫הרב יעקבסאן זאגט אז ווי קליגער די‬ ‫קינדער זענען‪ ,‬און ווי מער סענסיטיוו זיי זענען‪,‬‬ ‫אלץ מער וועלן זיי פילן ווי זיי קענען עס נישט‬ ‫פארנעמען‪ .‬אויב מיר וועלן נישט ארויסווייזן קיין‬ ‫גרייטקייט איבערצוטראכטן די יסודות פון אונזער‬ ‫לעבנסשטייגער‪ ,‬וועט דער יונגער דור קוקן אויף‬ ‫אונז און זאגן אז זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ אין‬ ‫אזא "אידישקייט"‪.‬‬ ‫אנדערש ווי מיר זענען געוואוינט צו הערן‬ ‫איבער די וואס גייען אראפ פון וועג אז זיי זענען‬ ‫טפשים אדער בעלי תאוות‪ ,‬האט הרב יעקבסאן א‬ ‫פונקט פארקערטע אפשאצונג איבער זיי‪ :‬די וואס‬ ‫פארלאזן אידישקייט‪ ,‬זאגט הרב יעקבסאן‪ ,‬זענען‬ ‫געווענליך טיפערע טראכטערס‪ ,‬מער סענסיטיווע‬ ‫און בעסערע נשמות‪ .‬אין א דרשה וואס הרב‬ ‫יעקבסאן האט גערעדט אין קווינס צו עלטערן‬ ‫וואס מוטשען זיך מיט אזעלכע קינדער האט ער‬ ‫זיי אויפגעפאדערט צו טראכטן פארוואס דוקא‬ ‫די פיינערע נשמות פאלן ארויס‪ .‬דערנאך האט‬ ‫ער אליין צוגעענדיגט מיט א שטימע וואס האט‬ ‫אויפגעטרייסלט דעם זאל‪" :‬אפשר דארפן מיר‬ ‫איבערטראכטן ווער ס'איז אראפ פון וועג‪ .‬זענען‬ ‫זיי אראפ פון וועג‪ ,‬אדער אפשר גאר איז אונזער‬ ‫גאנצער וועג אראפ פון וועג?!"‬ ‫"אין דער מינוט וואס גאט ווערט אפגעטיילט‬ ‫פונעם פרינציפ פון אמת‪ ,‬און אידישקייט ווערט‬ ‫דעפינירט מיט דעם וואס אלע חרד'ישע אידן זענען‬ ‫אויסגעמאלן פערפעקט‪ ,‬איז נישט מעגליך אז א‬ ‫סענסיטיווע נשמה זאל נישט איבלען פון דעם‪".‬‬ ‫הרב יעקבסאן ווארפט באלד אריין נאך א באמבע‬ ‫מיטן צוענדיגן‪" :‬ווער רעדט נאך ווען מיר איגנארירן‬ ‫אינגאנצן די סעקסועלע אביוזן וואס קומען פאר‬ ‫אין דער קהילה במשך יארן לאנג‪ .‬די קרבנות ווערן‬ ‫פארוואנדלט אין פארברעכער‪ ,‬און די פארברעכער‬ ‫באשיצן מיר ווי גלייך זיי וואלטן געווען די קרבנות‪".‬‬

‫"די רבנים‪ ,‬מחנכים און מנהלים‪ ,‬וואלטן‬ ‫געדארפט זיך שטעלן אויף דער זייט פונעם‬ ‫אמת‪ ,‬צו זיין אויף דער זייט פון די וואס ליידן‪ ,‬די‬ ‫וואס זענען נעבעך געווארן בא'עוול'ט אויף א‬ ‫שרעקליכן אופן‪ ,‬אבער אנשטאט דעם רודפ'ט‬ ‫מען דוקא די געליטענע‪ ,‬און די פארברעכער ווערן‬ ‫באשיצט‪ .‬וויאזוי זאל א סענסיטיווע נשמה קענען‬ ‫זיין א חלק פון דעם?" הערנדיג די ווערטער פון‬ ‫הרב יעקבסאן קען מען דערציטערט ווערן‪ .‬מיט‬ ‫פשוט'ע ווערטער האט ער איבערגעדרייט די גוטע‬ ‫און שלעכטע צדדים אין אונזער מחנה‪ ,‬אין דער‬ ‫בחינה פון "עליונים למטה ותחתונים למעלה‪".‬‬ ‫הרב יעקבסאן טענה'ט אז מיר מוזן‬ ‫איבערטראכטן אונזער אידישקייט פונעם סאמע‬ ‫יסוד‪ .‬ס'איז נישט מעגליך צו בויען א אידישקייט‬ ‫וואס יעדע אמת'ע נשמה וועט פיינט האבן‪.‬‬ ‫ס'איז נישט מעגליך צו ערווארטן א געזונטן קיום‬

‫"אפשר‬ ‫דארפן מיר‬ ‫איבערטראכטן‬ ‫ווער ס'איז אראפ‬ ‫פון וועג‪ .‬זענען זיי‬ ‫אראפ פון וועג‪,‬‬ ‫אדער אפשר‬ ‫גאר איז אונזער‬ ‫גאנצער וועג‬ ‫אראפ פון וועג?!"‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪49 /‬‬


‫פאר'ן קומענדיגן דור‪ ,‬ווען די יסודות פון דער‬ ‫געזעלשאפט האבן נישט קיין שום שייכות מיט‬ ‫גאט‪ .‬דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז זייער שווער‬ ‫צו טוישן דעם וועלטקוק צו וועלכן מ'איז אזוי‬ ‫צוגעוואוינט‪ .‬ס'איז כמעט אוממעגליך אז דאס זאל‬ ‫געשען פון זיך אליין‪ .‬הרב יעקבסאן פארשטייט‬ ‫דאס אויך און ער האט מורא אז דאס וועט געשען‬ ‫נאר נאכדעם וואס עפעס א דרויסנדיגע סיבה‬ ‫וועט אונז צעטרייסלען‪ .‬לויט זיין לשון דארפן מיר‬ ‫ווארטן ביז מיר וועלן ווערן אריינגעווארפן אין א‬ ‫וואש‪-‬מאשין וועלכע וועט אונז צעשאקלען אזוי‬ ‫שטארק אז מיר וועלן זיך אויפוועקן‪.‬‬ ‫צווישן די שורות דאכט זיך מיר אז הרב‬ ‫יעקבסאן האט געמיינט צו ווארענען אז‬ ‫עווענטועל וועט יעדע משפחה האבן גענוג‬ ‫נאנטע קרובים וואס האבן צוגעקלאפט א טיר‬ ‫אויף אידישקייט‪ ,‬און דעמאלט וועלן מיר זיך אלע‬ ‫אויפוועקן פון אונזער רואיגקייט‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫ווארנט אז קיינער זאל נישט טראכטן אז אין זיין‬ ‫משפחה וועט עס נישט געשען‪ ,‬ווייל אויף דעם‬ ‫איז דא צוויי ענטפערס‪ :‬איינס‪ ,‬כל זמן מיר רעדן‬ ‫זיך איין אז ביי אונז איז אלעס פערפעקט ווייסן‬ ‫מיר נישט באמת וואס ס'קען געשען ביי אונזערע‬ ‫משפחות און וואס נישט‪ ,‬ווייל מיר לעבן דאך סיי‬ ‫ווי אין אן אילוזיע‪ .‬און די צווייטע נקודה איז דער‬ ‫עיקר‪" :‬פארוואס טאקע פילן מיר נישט אז דאס‬ ‫קינד פון אונזער שכן איז אזוי ווי אונזער אייגענע‬ ‫משפחה? פארוואס דארפן מיר ווארטן ביז ס'קומט‬ ‫אן צו אונזער טיר אז מיר זאלן ווערן צעשאקלט?"‬

‫געצנדינעריי‬ ‫הרב יעקבסאן לאכט אפ פון דער זיכערקייט‬ ‫וואס דעפינירט יעדן אספעקט אין דער‬ ‫געזעלשאפט‪ .‬ווען ס'פאסירט חלילה עפעס אן‬ ‫אומגליק האבן מיר גלייך א סיבה פארוואס דאס‬ ‫האט פאסירט‪ .‬מיר ווייסן שוין פון פאראויס ווער‬ ‫ס'זענען די שולדיגע‪ :‬די צניעות פון די פרויען‪ ,‬און‬ ‫דער אינטערנעט‪ .‬אויף די צוויי זאכן לייגט מען אן‬ ‫אלע עונשים‪ ,‬און דערנאך קלאפט מען זיך אויפ'ן‬ ‫בייכל אז אלעס איז ברוך השם אין ארדענונג‪ ,‬ס'איז‬ ‫נישטא וואס מתקן צו זיין‪ ,‬ווייל צוריקגעשמועסט‬ ‫לעבן מיר דאך אין א פערפעקטער געזעלשאפט‪,‬‬ ‫וואו אלעס קלאפט הונדערט פראצענט‪.‬‬ ‫מ'טאר ניטאמאל אויסרעדן א ווארט פון‬ ‫קריטיק‪ .‬מ'דארף ליידן און שווייגן‪ .‬וואס זאל טון‬ ‫א קינד וואס וויל זוכן דעם אמת? וואס זאל טון א‬ ‫קינד וואס פילט ווי ער קען נישט אויסהאלטן די‬ ‫קארופציע און ער האט ניטאמאל די מעגליכקייט‬ ‫צו קאמוניקירן מיט עמיצן וואס ס'דרוקט אים?‬ ‫זיי ווערן פשוט משוגע פון דעם‪ .‬עלטערן נעמען‬ ‫‪ / 50‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫קינדער און מאכן זיי חתונה מיט א שיינער‬ ‫משפחה‪ ,‬אן דעם וואס מ'זאל נעמען אין באטראכט‬ ‫צי ס'איז פאסיג פאר'ן קינד אדער נישט‪ .‬פארוואס‬ ‫דארף מען א שידוך מיט א שיינער משפחה? בלויז‬ ‫כדי דער שכן זאל מיך אויסלויבן וואס א שיינעם‬ ‫שידוך איך האב געטון…‬ ‫דאס הייסט אז מיר זענען גרייט צו פארקויפן‬ ‫די קינדער אויף א גאנץ לעבן כדי מיר זאלן‬ ‫אויסזען גוט אין די אויגן פון אנדערע‪ .‬מיר זענען‬ ‫גרייט מקריב צו זיין די קינדער אויפ'ן מזבח פון‬ ‫עבודה זרה וואס רופט זיך "קאנפארמיטעט" (זיך‬ ‫אריינפאסן)‪ .‬מיר מאכן חרוב אונזערע קינדער‪,‬‬ ‫דורכ'ן נישט וועלן אנערקענען וואס זיי דארפן‪,‬‬ ‫סיי ווען ס'קומט צו מוסדות און סיי ווען ס'קומט‬ ‫צו שידוכים‪ ,‬אלץ כדי צו געפעלן דעם שכן וואס‬ ‫אינטערעסירט זיך בכלל נישט קיין טראפ אין‬ ‫אונזער וואוילזיין‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן פרעגט‪" :‬א מענטש איז‬ ‫גרייט צו פארקויפן די נשמה פאר'ן שטן‪ ,‬ער‬ ‫פארקויפט די קינדער פאר קאנפארמיטעט‪ ,‬פאר‬ ‫געזעלשאפטליכן דרוק‪ ,‬און דאס רופט ער נאך אן‬ ‫רעליגיע און גאט? פע! דאס איז געצנדינעריי‪ .‬די‬ ‫עובדי אלילים האבן מקריב געווען קינדער פאר'ן‬ ‫מולך‪ ,‬און מיר זענען מקריב קינדער פאר דער‬ ‫געזעלשאפט‪ ,‬פאר די סטיגמעס‪ ,‬כדי מיר זאלן‬ ‫האבן א שענער פנים אז די קינדער זענען געגאנגען‬ ‫אויף דעם אדער יענעם פלאץ‪ ...‬מ'דארף אויפהערן‬ ‫דאס אנצורופן אידישקייט‪ .‬רוף עס אן אלילות‪.‬‬ ‫דיספונקציע‪ ,‬טפשות‪ ,‬אביוז‪ ,‬אבסורדיטעט!"‬ ‫אנטקעגן דער זעלבסט‪-‬זיכערקייט וואס‬ ‫דעפינירט אונזער געזעלשאפט שלאגט הרב‬ ‫יעקבסאן פאר אז מיר זאלן אננעמען אביסל‬ ‫הכנעה און באשיידנקייט‪ .‬מיר ווייסן נישט גענוי‬ ‫פארוואס עונשים קומען‪ ,‬מיר פארשטייען נישט‬ ‫אלעס‪ ,‬און מיר זענען אודאי נישט פערפעקט‪.‬‬ ‫ווען מיר זעען קינדער וועלכע זענען אראפ פון‬ ‫וועג זענען מיר געוואוינט ארויסצולאזן א קרעכץ‬ ‫און "באנעבעכן" יענעם קינד אדער זיין משפחה‪.‬‬ ‫אבער הרב יעקבסאן שלאגט פאר אז אנשטאט צו‬ ‫באנעבעכן זאלן מיר זיי שעצן אויף דער גרויסקייט‬ ‫פון זייער נשמה‪ ,‬און מיר זאלן פארשטיין אז‬ ‫מיר פארשטייען נישט גענוי פארוואס דער‬ ‫אויבערשטער האט זיי געלייגט אין דעם נסיון‪.‬‬ ‫צו זאגן אז יענער טוט עס צוליב תאוות‬ ‫איז א פארעם פון זעלבסט‪-‬זיכערקייט אז ביי‬ ‫אונז איז אלעס פערפעקט‪ ,‬און דער איינציגער‬ ‫שולדיגער איז נאר די שוואכקייטן וואס יענער‬ ‫האט‪ ,‬אפילו ווען יענער אליין שרייט וועגן עפעס‬ ‫וואס קוועטשט אים‪ .‬אזא זעלבסט‪-‬גאווה איז‬ ‫נישט אויסגעהאלטן און ס'וועט אונז נישט העלפן‪.‬‬ ‫אנשטאט דעם דארפן מיר זיך אויסלערנען צו‬ ‫האבן הכנעה‪ ,‬צו לעבן מער מיט גאט‪ ,‬מיטן אמת‪,‬‬ ‫און אנערקענען אז ס'זענען דא אן א שיעור נשמות‬


‫וואס וואלגערן זיך אין תהום‪ ,‬בלויז צוליב דעם וואס‬ ‫מיר האבן נישט צוגעשטעלט א פלאץ וואו זיי זאלן‬ ‫קענען לעבן‪ .‬מיר קענען נישט גיין ווייטער און זיך‬ ‫באפרידיגן מיט "שלום עלי נפשי"‪ ,‬נאר מיר דארפן‬ ‫איבערטראכטן אונזערע יסודות‪ .‬הרב יעקבסאן‬ ‫זאגט אונז צו אז ווען מיר וועלן פארשטיין די וואס‬ ‫פאלן אוועק פון אידישקייט וועלן מיר נישט בלויז‬ ‫העלפן פאר זיי‪ ,‬נאר מיר אליין וועלן טרעפן גאט‬ ‫פונדאסניי‪.‬‬ ‫"מיר דארפן זיך מגייר זיין צו אידישקייט‪",‬‬ ‫זאגט הרב יעקבסאן‪ .‬מיר דארפן אויפהערן צו‬ ‫לעבן פאר'ן שקר און אנהייבן צו לעבן מיט דער‬ ‫תורה‪ .‬ווי לענגער מיר זענען אידן‪ ,‬איינגעוואוינט‬ ‫אין אונזער לעבנסשטייגער‪ ,‬אלץ וויכטיגער איז‬ ‫איבערצוטראכטן צי מיר זענען נישט פארקראכן‬ ‫פונעם מקור‪ .‬אונזער כסדר'דיגע שאלה דארף‬ ‫זיין וויאזוי מיר קענען זיך ארויסרייסן פון‬ ‫אונזער "באקוועמער זאנע" און זיין אויפריכטיג‬ ‫מיט אונזערע קינדער‪ ,‬צו פארשטיין זייערע‬ ‫שוועריגקייטן און זיך באגיין מיט זיי אפנהארציג‬ ‫און אמת'דיג‪ .‬נאר אזוי וועלן מיר ראטעווען סיי‬ ‫דעם יונגען דור און סיי זיך אליין‪.‬‬

‫מיר דארפן הערן און‬ ‫ענטפערן‬ ‫מיר האבן געפרעגט הרב יעקבסאן‪ ,‬איבער‬ ‫זיין ציל אויפצוטון ביי היימישע אידן‪" .‬מיר ווילן‬ ‫פארשטיין וואס איז אייער מיסיע‪ ,‬וואס איז אייער‬ ‫ארבעט ביים עולם‪ ,‬און וואס זעט איר איז דא‬ ‫אויפצוטון?"‬ ‫איך גלויב אז דער עולם לעכצעט צו‬ ‫פארשטיין וואס דאס איז אידישקייט‪,‬‬ ‫וואס דאס איז תורה און מצות‪ ,‬און וואס‬ ‫דאס איז דער בעל שם טוב און תורת‬ ‫הבעל שם טוב און חסידות‪ .‬ווייל ס'האט‬ ‫זיך אויפגעהאדעוועט א דור וואס מ'האט‬ ‫א סך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט‬ ‫פרעגן און מ'טאר נישט מסביר זיין‪ .‬אז‬ ‫מ'פרעגט פראגעס איז מען אן אפיקורס;‬ ‫א איד פרעגט נישט קיין שאלות אדער‬ ‫קשיות‪ ,‬א איד דארף טאן לויט דער‬ ‫מסורה פון דעם טאטן און די זיידעס און‬ ‫די עלטער‪-‬זיידעס‪ ,‬באבעס און עלטער‬ ‫באבעס‪.‬‬ ‫עס איז דא א געוויסער פראצענט‬ ‫וואס אזעלכע רייד קען ארבעטן‪ ,‬אבער‬ ‫עס זענען דא סענסיטיווע און טיפערע‬ ‫נשמות און הערצער‪ ,‬וואס דארפן‬

‫פארשטיין מער בכדי צו קענען פילן מער‪.‬‬ ‫מ'האט זיי פארשוויגן‪ .‬און די רעזולטאטן‬ ‫זענען געווען נישט ווי געוואונטשן‪.‬‬ ‫אויב זייער אידישקייט איז באזירט‬ ‫נאר אויף דעם אז מ'ווייסט גארנישט‪ ,‬איז‬ ‫דער מאמענט וואס מ'ווייסט יא‪ ,‬עפנט עס‬ ‫אויף דעם קאפ‪ ,‬און מ'זאגט "אה! קיינער‬ ‫האט דאס מיר נישט דערציילט!" ס'זענען‬ ‫דא הונדערטער און הונדערטער יונגעלייט‬ ‫וואס זייער גאנצע אמונה און חסידות‬ ‫האט געקראכט און געפלאצט ווייל דער‬ ‫מאמענט וואס ער האט זיך געעפנט צו‬ ‫דער וועלט איז דאס אלעס בטל געווארן‪,‬‬ ‫און זיי האבן געזען אז ס'איז דא א גרויסע‬ ‫שיינע וועלט אינדרויסן‪.‬‬ ‫וואו קומט דאס אריין אין אידישקייט?‬ ‫נאר דער אמת איז אז א אידישקייט וואס‬ ‫איז שטארק‪ ,‬געזונט און ליכטיג דארף‬ ‫נישט מורא האבן פון גארנישט‪ .‬דעריבער‬ ‫פיל איך אז מיין ארבעט און מיסיע איז‬ ‫צו העלפן דעם עולם צו האבן א טיפערן‬ ‫באגריף וואס דאס איז אידישקייט‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז אמונה‪ ,‬וואס איז א מצוה‪ ,‬תורה‪,‬‬ ‫חינוך‪ .‬מ'זאל פארשטיין און משיג זיין‬ ‫פארוואס מיר פרובירן אנצוהאלטן די‬ ‫טראדיציע פון אונזערע עלטערן ‪ -‬וואס‬ ‫איז דער חילוק צווישן אונז און אנדערע‬ ‫רעליגיעס וואס זאגן די זעלבע זאך אז‬ ‫מ'טאר נישט פרעגן קיין שאלות‪.‬‬ ‫אסאך יונגעלייט קומען צו מיר און‬ ‫זיי זאגן מיר אז זיי פילן זיך להבדיל ווי‬ ‫קריסטן אדער ווי מוסולמענער‪ .‬זיי האבן‬ ‫זיך געהאדעוועט אז מ'טאר נישט פרעגן‬ ‫קיין שאלות‪ ,‬און יעצט קומט א מאמענט‬ ‫וואס זיי פרעגן‪" ,‬פון וואו ווייסן מיר אז‬ ‫דאס איז דער אמת?" מ'זאגט אז מ'טאר‬ ‫נישט פרעגן שאלות‪ .‬מ'מעג נאר הערן‬ ‫וואס מ'הערט ביי דעם טאטן‪ ,‬ביי דעם‬ ‫זיידן‪ ,‬און ביי דעם מלמד‪ .‬טענה'ן זיי‪" ,‬אזוי‬ ‫זאגט מען דאך ביי די מוסולמענער אויך‪,‬‬

‫מיט אלי וויזעל און זיין ברודער ר' סימון‬ ‫יעקבסאן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪51 /‬‬


‫מיינט צו זיין בלינד; ער ווייסט נישט ווי‬ ‫הערליך אמונה איז‪ ,‬ווי געוואלדיג עס איז‪,‬‬ ‫ער מיינט אז אמונה מיינט אז מ'דארף‬ ‫בלינדערהייט נאכטאנצן דעם טאנץ וואס‬ ‫יעדער טאנצט‪ .‬ער פארשטייט נישט די‬ ‫טיפקייט פון אמונה‪ ,‬און די רייכקייט פון‬ ‫אמונה‪ .‬ער מיינט אז מ'דארף זיין א טיפש‪,‬‬ ‫אן אידיאט‪ ,‬כדי צו זיין א איד ‪ -‬אז צו זיין א‬ ‫מאמין דארף מען פארשפארן דעם שכל‪.‬‬ ‫דאס איז נישט קיין אמונה‪.‬‬ ‫און אפשר זענען מיר די זעלבע ליגנער ווי‬ ‫זיי‪ ,‬און די אלע ליגנער אין יעדער רעליגיע‬ ‫זאגן אז מ'טאר נישט פרעגן שאלות?" זיי‬ ‫זאגן ווייטער א סברא‪" ,‬אויב וואלטן מיר‬ ‫ווען אויפגעצויגן געווארן ביי זיי וואלטן‬ ‫מיר דאך געגלויבט די זעלבע זאך ווי זיי!"‬ ‫זאגט דער טאטע‪" ,‬ניין‪ ,‬אידישקייט איז‬ ‫אמת‪ ,‬און דווקא ביי זיי איז שקר‪ ".‬ווערט‬ ‫א טענה'ריי אהין און צוריק‪ ,‬וואס דער‬ ‫פועל יוצא איז אז דער טאטע פארשרייט‬ ‫דעם זון אז מ'טאר נישט פרעגן‪ ,‬און אז ער‬ ‫איז אן אפיקורס‪ .‬וואס מיינט איר אז דער‬ ‫זון טראכט? ער טראכט‪" ,‬אז איך פרעג‬ ‫א קשיא אויף וואס ער האט נישט קיין‬ ‫ענטפער‪ ,‬בין איך אן אפיקורס?!"‬ ‫אזא קינד האט אין איין מאמענט‬ ‫פארלוירן זיין אידישקייט‪ .‬ער גלויבט שוין‬ ‫גארנישט וועגן אידישקייט‪ ,‬ער מיינט אז‬ ‫ס'איז די זעלבע זאך ווי "אייסיס"‪ ,‬אדער‬ ‫אנדערע רעליגיעס‪.‬‬

‫אמונה און שכל זענען‬ ‫נישט קיין שונאים‬ ‫מיר שטעלן פאר הרב יעקבסאן א סברא אז‬ ‫אזא טאטע אדער מחנך איז אפשר בכלל נישט‬ ‫קיין מאמין‪ ,‬ווייל ער האט מורא זיך אליין צו‬ ‫פרעגן קשיות‪ .‬ער האט מורא פון דער אמונה און‬ ‫ערלויבט זיך ניטאמאל צו פרעגן און ענטפערן‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן מאכט אבער נישט אזוי גרינג אוועק‬ ‫א איד‪ ,‬אפילו איינער וואס האט לדעתו א גענצליך‬ ‫פארדרייטן בליק אויף אמונה‪.‬‬ ‫איינער פון די יסודות פון תורת הבעל‬ ‫שם טוב איז אז יעדער איד האט אמונה‬ ‫אין זיך‪ ,‬און אזא טאטע האט אמונה‪,‬‬ ‫אבער דער פראבלעם איז אז ער ווייסט‬ ‫נישט וועגן זיין אמונה ער מיינט אז אמונה‬ ‫‪ / 52‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫מיר פרעגן איבער דעם וואס ווערט דערציילט‬ ‫אין סיפורי מעשיות אז פאר דער בעל שם טוב איז‬ ‫נפטר געווארן האט ער געזאגט‪" ,‬איך בין א נאר‬ ‫און איך גלויב‪ ".‬וויאזוי זאל מען דאס אפטייטשן‬ ‫אויב זעען מיר אמונה ווי אן אפענע זאכן וואס‬ ‫קומט מתוך הכרה‪.‬‬ ‫עס איז נישט וויאזוי איך טייטש אפ‬ ‫דעם מאמר פונעם בעל שם טוב‪ ,‬עס‬ ‫איז וויאזוי אלע תלמידי הבעל שם טוב‬ ‫טייטשן דאס אפ ‪ -‬דער "נועם אלימלך"‪,‬‬ ‫"קדושת לוי"‪" ,‬בעל התניא"‪ ,‬רבי נחמן‪ ,‬און‬ ‫אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫לאמיר פארשטיין‪ ,‬דער בעש"ט איז‬ ‫געווען א גאון‪ ,‬ווי איז בכלל שייך אז א גאון‬ ‫זאל זיין "א נאר וואס גלויבט"? על כרחך‬ ‫אז דאס מיינט גאר עפעס אנדערש‪ .‬דער‬ ‫רמב"ם און ספר הכוזרי‪ ,‬רבי סעדיה גאון‪,‬‬ ‫דער רלב"ג‪ ,‬רבי יוסף אלבו‪ ,‬און הונדערטער‬ ‫אנדערע ראשונים און אחרונים‪ ,‬האבן‬ ‫געגלויבט אז אמונה אין אידישקייט איז‬ ‫נישט קיין טפשות ‪ -‬ס'איז א דבר נכון‪,‬‬ ‫א דבר אמיתי‪ ,‬מ'קען עס איבערווייזן‬ ‫מיט'ן שכל‪ ,‬און זיי האבן געשריבן ספרים‬ ‫דאס מוכיח צו זיין‪ .‬וויאזוי זאל בכלל זיין‬ ‫יתכן אז דער בעש"ט זאל דאס אלעס‬ ‫אוועקמאכן און זאגן אז ער גלויבט מחמת‬ ‫ער איז א נאר? אויב וואלט דער בעש"ט‬ ‫געהאט א שוואכן קאפ‪ ,‬מילא‪ ,‬אבער ער‬ ‫איז דאך געווען א גאון!‬ ‫געוויסע מיינען אז דער בעש"ט איז‬ ‫געווען א פשוט'ער איד‪ ,‬אבער דאס איז‬ ‫נישט אמת‪ .‬די תלמידי הבעש"ט זענען‬ ‫געווען גאוני עולם‪ ,‬בקיאים אין ש"ס‪,‬‬ ‫בקיאים אין פוסקים‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬רבי‬ ‫יעקב יוסף [פון פולנאה]‪ ,‬דער מגיד פון‬ ‫מעזריטש‪ ,‬רבי חיים הכהן ראפאפארט‪,‬‬ ‫און די גאנצע חבריא קדישא פון דעם‬ ‫בעש"ט‪ ,‬זיי זענען אלע געווען רבנים‪.‬‬ ‫דער בעל התניא אליין איז געווען א חד‬ ‫בדרא אין זיין לומדות און גאונות‪ .‬וואס‬ ‫האט אזעלכע גאונים געצויגן אזוי צום‬


‫בעש"ט? זיי זענען נתפעל געווארן אז דער‬ ‫בעש"ט האט געזאגט אז מ'דארף האבן א‬ ‫אידיש הארץ‪ ,‬אז מ'דארף זאגן א שיינעם‬ ‫קאפיטל תהילים‪ ,‬עסן תיקון‪ ,‬מאכן א‬ ‫טענצל‪ ,‬אז מ'קען מעלקן א קי און לויבן‬ ‫דעם אויבערשטן בשעת מעשה? אויף‬ ‫אזעלכע פשוט'ע זאכן האט מען זיך מוסר‬ ‫נפש געווען און געליטן רדיפות נוראות‪,‬‬ ‫כדי זיך אנהאלטן אין דעם דרך הבעש"ט?‬ ‫אבער דער אמת איז אז דער בעש"ט‬ ‫איז געווען איינער פון די טיפסטע דענקער‬ ‫אין דער היסטאריע פון אידנטום‪ .‬ער איז‬ ‫געווען איינער פון די גרעסטע גאונים אין‬ ‫דער היסטאריע פון אידנטום‪ ,‬און ער האט‬ ‫מגלה געווען א שיטה וואס איז א זייער‬ ‫טיפזיניגע שיטה אין אידישקייט‪.‬‬ ‫איינער פון די יסודות וואס דער‬ ‫בעש"ט האט מגלה געווען‪ ,‬און דאס איז‬ ‫מוסבר אין "תניא" פרק י"ח און י"ט‪ ,‬אז‬ ‫אמונה איז נישט למטה מן השכל‪ ,‬עס איז‬ ‫למעלה מן השכל‪ .‬דאס הייסט אז אמונה‬ ‫האט קיינמאל נישט קיין קאנקורענץ מיט‬ ‫שכל‪ ,‬אמונה און שכל זענען נישט קיין‬ ‫שונאים‪ .‬אמונה קומט נאך שכל‪ ,‬העכער‬ ‫ווי שכל‪ ,‬ס'איז נישט נידריגער פון שכל‪.‬‬ ‫דהיינו‪ ,‬א מענטש פארשטייט און‬ ‫באגרייפט און קען אנציקט ווערן פון‬ ‫דער וועלט‪ .‬א מענטש קען מוכיח זיין אז‬ ‫ס'איז דא א באשעפער‪ .‬אבער דאס מיינט‬ ‫נישט אז א מענטש קען דערשפירן דעם‬ ‫באשעפער‪ ,‬איבערלעבן די אנוועזנהייט‬ ‫פונעם אויבערשטן‪ .‬דאס איז אמונה‪.‬‬ ‫אמונה מיינט אז די נשמה האט א חוש‬ ‫אז זי קען דערפילן און איבערלעבן‬ ‫געטליכקייט‪ .‬נישט אז זי קען מוכיח זיין‬ ‫אז ס'איז דא אן אויבערשטער‪ ,‬דאס איז די‬

‫ראלע פונעם שכל און דעם אינטעלעקט‪,‬‬ ‫דער כח החכמה והבינה פון א מענטש‪,‬‬ ‫וואס קומט צו צו דער מסקנא‪ .‬דאס שפירן‬ ‫און איבערלעבן אין דעם תוך תוכיות פון‬ ‫דעם מענטש ‪ -‬דאס איז די ראלע פון דער‬ ‫נשמה‪.‬‬ ‫דער רמב"ם שרייבט אין הלכות‬ ‫יסודי התורה‪" ,‬והיאך הוא הדרך לאהבתו‬ ‫ויראתו?" זאגט דער רמב"ם‪" ,‬בשעה‬ ‫שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים‬ ‫הגדולים‪ ,‬ויראה מהם חכמתו שאין לה‬ ‫ערך ולא קץ‪ ,‬מיד הוא אוהב ומשבח‬ ‫ומפאר ומתאווה תאווה גדולה לידע‬ ‫השם הגדול‪ ".‬אז מ'שטודירט די וועלט‬ ‫זעט מען בחוש די געוואלדיגע בריאה‪,‬‬ ‫און מען דערנענטערט זיך צו אמונה דורך‬ ‫שכל‪ ,‬ווי דער נביא זאגט‪" ,‬שאו מרום‬ ‫עיניך וראו מי ברא אלה‪ ".‬דער שכל‬ ‫קען ברענגען דעם מענטש ביז'ן טיר פון‬ ‫אמונה‪ .‬אבער כדי דורכצוגיין דעם שוועל‬ ‫פון איבערלעבן‪" ,‬עקספיריענסן"‪ ,‬זען דעם‬ ‫מציאות‪ ,‬כביכול‪ ,‬פונעם אויבערשטן ווי אן‬ ‫אייגענע זאך‪ ,‬אויף דעם דארף מען דעם‬ ‫כוח פון אמונה‪ ,‬דער כוח פון א נשמה‪.‬‬ ‫וויבאלד די נשמה איז א חלק אלוק ממעל‬ ‫ די נשמה‪ ,‬כביכול‪ ,‬זעט דעם מציאות‬‫פון געטליכקייט‪ ,‬איז עס בכלל נישט קיין‬ ‫סתירה צו שכל‪.‬‬ ‫אויף דעם האט דער בעש"ט געזאגט‬ ‫ביים סוף פון זיין לעבן אז נאך אלע‬ ‫מדריגות‪ ,‬נאך אלע דרישות‪ ,‬נאך אלע‬ ‫הבנות‪ ,‬בין איך נאך אלץ א "פתי יאמין‬ ‫לכל דבר" לגבי דעם אויבערשטן‪ .‬קעגן‬ ‫דעם עצם פונעם אויבערשטן איז יעדער‬ ‫איינער א פתי‪ ,‬ווייל דער שכל קען נישט‬ ‫באגרייפן דעם מהות פון געטליכקייט ‪-‬‬ ‫און דאס איז דער כוח פון אמונה‪.‬‬

‫ביי א פורים פארברענג‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪53 /‬‬


‫אדאפטירטע קינדער‬ ‫דארפן א די‪-‬ען‪-‬עי‬ ‫טעסט‬ ‫הרב יעקבסאנ'ס טיפע רייד דארפן אפשר‬ ‫מער ביאור‪ ,‬און מיר פרובירן צוצושטעלן אן‬ ‫ערדישן באגריף‪ .‬אפשר קען מען עס ממשיל זיין‬ ‫מיט א באגריף אין וויסנשאפט‪ .‬איינשטיין האט‬ ‫אויפגעוויזן אז צייט איז א בריאה‪ ,‬ס'איז באשאפן‬ ‫געווארן ביי א געוויסן פונקט‪ .‬דאס קען מען‬ ‫אויפווייזן מיט שכל‪ ,‬והא ראיה איינשטיין האט‬ ‫דאס מחדש געווען און אויפגעוויזן‪ .‬אבער דאס‬ ‫אז איינער זאל משיג זיין און פארשטיין וואס דאס‬ ‫הייסט אז צייט איז א בריאה‪ ,‬דאס איז אוממעגליך‪.‬‬ ‫דאס הייסט אז אפילו איינשטיין‪ ,‬דער גרויסער‬ ‫חכם‪ ,‬האט געקענט מיט זיין חכמה צוקומען צו‬ ‫פארשטיין אז צייט איז א בריאה‪ ,‬אבער דאס משיג‬ ‫צו זיין ‪ -‬אויף דעם איז אפילו ער אויך געווען א‬ ‫פתי‪.‬‬ ‫דאס איז א גוטע דוגמא‪ ,‬און ס'גייט‬ ‫אפילו טיפער ווי דעם‪ ,‬און כ'וועל געבן א‬ ‫טיפערע דוגמא‪.‬‬ ‫דער הייליגער זידיטשויבער‪ ,‬רבי צבי‬ ‫הירש‪ ,‬האט א ספר "סור מרע ועשה‬ ‫טוב"‪ ,‬אין דעם ספר קריטיקירט ער זייער‬ ‫שטארק דעם רמב"ם מיט די ראשונים‪,‬‬ ‫און אפילו דעם בעל התניא‪ ,‬וואס זיי האבן‬ ‫געשריבן ספרים וועלכע זענען מסביר‬ ‫אמונה‪ ,‬ווי "שער היחוד והאמונה" [אין‬ ‫תניא]‪ ,‬ספרי הרמב"ם‪ ,‬ספרי רבי יהודה‬ ‫הלוי‪ .‬דער זידיטשויבער זאגט‪ ,‬אז שרייבן‬ ‫ספרים מסביר צו זיין דעם מציאת ה'‬ ‫האט דאך נישט קיין שום פשט‪ .‬דאס‬

‫איז ממש וואס איז געשען ביי יציאת‬ ‫מצרים‪ ,‬ווען אידן האבן געזאגט "היש ה'‬ ‫בקרבנו אם אין‪ ".‬וואספארא מין שאלה‬ ‫איז דאס? דער אויבערשטער האט דאך‬ ‫דיר ארויסגענומען פון מצרים‪ ,‬ואשא‬ ‫אתכם על כנפי נשרים‪ ,‬וואס פרעגסטו‬ ‫"היש ה'"? און וואס איז געשען תיכף‬ ‫נאכ'ן פרעגן די שאלה? "מיד ויבוא עמלק‬ ‫וילחם בישראל‪ ".‬בשעת א איד פרעגט‬ ‫"היש ה' בקרבנו‪ ",‬איז בא כלב ונשכו‪ ,‬דער‬ ‫הונט קומט און בייסט אים‪ .‬זאגט דער‬ ‫זידיטשויבער כ'פארשטיי נישט די וואס‬ ‫מאכן חקירות היש ה' בקרבנו אם אין‪ ,‬מיר‬ ‫האבן דאך געהאט א מתן תורה‪ ,‬א קריאת‬ ‫ים סוף‪ ,‬צי קענען מיר דען האבן א ספק‬ ‫אין דעם? ווי מעג מען בכלל אדרעסירן‬ ‫אזא פראגע?‬ ‫דער "בני יששכר"‪ ,‬רבי צבי הירש‬ ‫דינובער‪ ,‬האט הגהות אויפ'ן "סור מרע‬ ‫ועשה טוב"‪ ,‬און ער שרייבט אויף דעם ענין‬ ‫א הערליכן ביאור‪ ,‬וואס כ'וועל דא מסביר‬ ‫זיין מיט מיין אייגענעם משל‪ .‬למשל א‬ ‫קינד איז אויפגעוואקסן ביי זיין טאטן‬ ‫אין שטוב פון קליינווייז אן‪ ,‬און מ'האלט‬ ‫יעצט ביי זיין יום החופה‪ .‬מ'איז אויף דעם‬ ‫וועג צו דער חופה בשעה טובה ומוצלחת‪.‬‬ ‫אויפ'ן וועג צו דער חופה‪ ,‬דער טאטע וויל‬ ‫בענטשן זיין זון דעם חתן ברכת האב‪ ,‬ער‬ ‫גיט אים קוש‪ ,‬ער איז מגלה זיין גאנצע‬ ‫אהבה צו דעם זון‪ ,‬און דער זון זאגט‪,‬‬ ‫"טאטע‪ ,‬קענסטו מיר מוכיח זיין אז דו‬ ‫ביסט מיין טאטע? כ'בין נישט זיכער אז דו‬ ‫ביסט מיין טאטע‪ ,‬פארוואס פירסטו מיך‬ ‫צו דער חופה‪ ,‬אפשר זאל א צווייטער מיך‬ ‫אונטערפירן?" זאגט דער טאטע‪".‬וואס‬ ‫הייסט‪ ,‬הלוא אנכי אתנך אשר רכבת עלי‬ ‫מעודך עד היום הזה‪ .‬כ'האב דאך דיר‬

‫ביים סליחות פארברענג מיט יואלי לעבאוויטש‬ ‫‪ / 54‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫געהאדעווט פון דעם טאג וואס דו ביסט‬ ‫געבוירן געווארן ביז היינט‪ ,‬און יעצט שטיי‬ ‫איך ביים דיר פירן אונטער דער חופה‪.‬‬ ‫וואספארא פראגע איז דאס?"‬ ‫דער זון לאזט אבער נישט נאך‪ .‬ער‬ ‫זאגט אז ער וויל גיין צו א שפיטאל צו‬ ‫מאכן א די‪-‬ען‪-‬עי טעסט‪ ,‬צו באשטימען‬ ‫אויף זיכער אז ער איז זיין טאטן‪.‬‬ ‫פארשטייט זיך אז דער טאטע ווערט זייער‬ ‫פארשעמט‪ ,‬ער זאגט‪" ,‬כ'פארשטיי נישט‪,‬‬ ‫צוואנציג יאר האב איך געהאט מסירת‬ ‫נפש פאר דיר‪ ,‬צוואנציג יאר האב איך מיך‬ ‫אינגאנצן אפגעגעבן מיט דיר מיט אלעם‪,‬‬ ‫צוואנציג יאר וואס יעדער פראבלעם וואס‬ ‫דו האסט געהאט איז געווען אויף מיין‬ ‫אחריות‪ ,‬צוואנציג יאר וואס איך האב מיט‬ ‫דיר געלערנט‪ ,‬כ'האב דיר געהאדעוועט‪,‬‬ ‫געמאכט 'פאן'‪ ,‬געשפילט‪ ,‬געגאנגען אויף‬ ‫טריפס‪ ,‬זיכער געמאכט אז דו האסט אלץ‬ ‫וואס דו דארפסט בגשמיות וברוחניות‪ .‬ווי‬ ‫קומסטו אזוי זאגן? ס'איז א מאדנע זאך‬ ‫וואס דו רעדסט אזוי‪".‬‬ ‫יעצט שטעלט אייך פאר אז דער‬ ‫טאטע איז מסכים צו גיין צום שפיטאל‪,‬‬ ‫מ'מאכט דעם טעסט‪ ,‬און מ'זעט אז יא‪,‬‬ ‫ער איז טאקע דעם זונ'ס טאטן‪ .‬פרעג איך‬ ‫אייך‪ ,‬איז דאס יעצט עפעס מוסיף?‬ ‫מיין אייגענער טאטע ע"ה איז שוין‬ ‫אויפ'ן עולם האמת‪ ,‬כ'ווייס אז ער איז מיין‬ ‫טאטע‪ ,‬פאר צוויי און דרייסיג יאר האב איך‬ ‫געלעבט מיט אים ביז ער איז געשטארבן‪.‬‬ ‫יעצט אז איך זאל גיין צו דעם שפיטאל‬ ‫און נעמען א די‪-‬ען‪-‬עי טעסט‪ ,‬און כ'וועל‬ ‫האבן א וויסנשאפטליכע הוכחה אז ער‬ ‫איז טאקע געווען מיין טאטע‪ ,‬וועט עס‬ ‫דען עפעס מוסיף זיין אין מיינע געפילן‬ ‫צו מיין טאטן? אוודאי נישט‪ ,‬ס'איז א וויץ!‬

‫אבער וואס איז טאמער דו ביסט‬ ‫געווען אדאפטירט‪ ,‬און דו האסט קיינמאל‬ ‫נישט געזען דיין אמת'ן טאטן‪ .‬איין טאג‬ ‫קומט א איד צו דיר אין אפיס און ער זאגט‪,‬‬ ‫"הער‪ ,‬רבי לעבן‪ ,‬איך בין דיין טאטע!"‬ ‫זאגסטו‪" ,‬משוגענער‪ ,‬גיי אוועק פון דא!"‬ ‫אבער ער זאגט‪" ,‬ניין! איך בין דיין טאטע‪".‬‬ ‫דו טענה'סט אז דו האסט אים קיינמאל‬ ‫נישט געזען‪ ,‬ענטפערט ער אז דו ביסט‬ ‫געווארן אדאפטירט‪.‬‬ ‫אויף דעם איז די עצה אז מ'גייט מאכן‬ ‫א די‪-‬ען‪-‬עי טעסט‪ .‬והיה אז די רעזולטאטן‬ ‫פון דעם טעסט וועלן ווייזן אז יענער איז‬ ‫טאקע דיין טאטע‪ ,‬וועט דאס אוודאי‬ ‫עפעס מוסיף זיין‪" .‬אה‪ ,‬דו ביסט מיין‬ ‫טאטע! קום‪ ,‬לאמיר זיך באקענען!"‬ ‫איז דער "בני יששכר" מסביר‪ ,‬דער‬ ‫זידיטשויבער האט "געזען" זיין טאטן‪ ,‬ער‬ ‫האט זיך געהאדעוועט ביים טאטן‪ ,‬ער‬ ‫האט געזען דעם אויבערשטן‪ ,‬און ער האט‬ ‫געשפירט דעם אויבערשטן‪ .‬דערפאר‬ ‫האט ער נישט פארשטאנען פארוואס‬ ‫עס פעלט אויס א די‪-‬ען‪-‬עי טעסט ‪ -‬וואס‬ ‫וועט עס דען מוסיף זיין? פארקערט‪,‬‬ ‫ס'איז א חוצפה צו פארלאנגען א הוכחה‪.‬‬ ‫צוואנציג יאר מסירת נפש איז נישט גענוג?‬ ‫אבער וואס איז מיט א פאל ווי אברהם‬ ‫אבינו? ער האט געהאט א טאטן וואס‬ ‫האט געדינט עבודה זרה ‪ -‬וואס האט‬ ‫ער געדארפט טאן? דער טאטע האט‬ ‫געזאגט‪" ,‬מ'פרעגט נישט קיינע שאלות‪,‬‬ ‫די געטשקע איז דער אויבערשטער‪".‬‬ ‫האט אברהם ריכטיג געזאגט‪" ,‬ניין‪ ,‬כ'וויל‬ ‫הוכחות‪ ,‬שכל'דיגע הוכחות!"‬ ‫די אידן וואס האבן געזען יציאת‬ ‫מצרים און מתן תורה‪ ,‬זיי האבן געזען‬

‫א קליינער חלק פונעם עולם‪ ,‬א' סליחות תשע''ז‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪55 /‬‬


‫דעם אויבערשטן‪ ,‬אבער אין היינטיגן גלות‬ ‫אז ס'איז דא א מענטש מיט שאלות און‬ ‫ספיקות גייסטו אים זאגן אז מ'טאר נישט‬ ‫פרעגן ווייל גלויב אן קיינע פראגעס? וואס‬ ‫זאל ער גלויבן? ער ווייסט גארנישט! ער‬ ‫איז דאך אדאפטירט‪ .‬דו דארפסט אים‬ ‫מסביר זיין‪ ,‬געבן א די‪-‬ען‪-‬עי טעסט‪ .‬און‬ ‫דעמאלט קען מען קומען צו א מאמענט‬ ‫פון אמונה‪ .‬אמונה איז העכער פון שכל‪,‬‬ ‫נישט נידריגער‪.‬‬

‫מ'דארף זיין נייגעריג און‬ ‫אביעקטיוו‬ ‫עס זענען דא פארשידענע הוכחות וואס‬ ‫מ'נוצט אויפצואווייזן דעם אמת פון אידישקייט‪.‬‬ ‫שפירט איר אז די דאזיגע הוכחות זענען קלארע‬ ‫און הונדערט פראצענטיגע הוכחות וואס יעדער‬ ‫וואס קוקט אריין אין זיי אן קיינע נגיעות דארף‬ ‫ווערן איבערצייגט אין דעם אמת פון אידישקייט‪,‬‬ ‫א בחינה פון די‪-‬ען‪-‬עי?‬ ‫יא‪ ,‬דער ענטפער איז איך האלט‬ ‫אז ס'זענען דא הונדערט פראצענטיגע‬ ‫הוכחות‪ .‬אבער מיר זענען מענטשן‪ ,‬און‬ ‫גלויבטס מיר ווען איך זאג אייך‪ ,‬יעדער‬ ‫גלויבט וואס ער וויל גלויבן‪ .‬אזוי איז דער‬ ‫מציאות‪ ,‬כ'וועל אייך געבן א דוגמא‪ :‬א‬ ‫מענטש קויפט א לאטערי וואס די שאנסן‬ ‫אז ער זאל געווינען זענען איבער איינס‬ ‫אין ‪ 200‬מיליאן ‪ -‬אבער דער מענטש‬

‫איז גרייט צו אינוועסטירן דערין צען צי‬ ‫צוואנציג דאלאר מיט דער האפענונג אז‬ ‫ער וועט געווינען‪ .‬פון דער אנדערער זייט‪,‬‬ ‫דער שאנס אז איינער וואס טעקסט ביים‬ ‫דרייוון וועט אריינפאלן אין אן עקסידענט‪,‬‬ ‫איז איינס אין ‪ - 4‬דאך וועלן מענטשן‬ ‫נעמען די ריזיקע‪ ,‬מיט דער האפענונג אז‬ ‫ס'וועט זיי גארנישט געשען‪.‬‬ ‫טראכט אריין‪ ,‬ביי א שאנס פון איינס‬ ‫אין צוויי הונדערט מיליאן וויל דער‬ ‫מענטש גלויבן אז ער קען געווינען‪ ,‬אבער‬ ‫ביי א שאנס פון איינס אין פיר וויל ער‬ ‫נישט גלויבן! פארוואס איז דאס אזוי?‬ ‫ווייל מיר גלויבן וואס מיר ווילן גלויבן‪.‬‬ ‫מ'קען קיינמאל נישט עפעס מוכיח זיין צו‬ ‫א מענטש ‪ -‬אויב ער וויל וועט ער גלויבן‬ ‫אז ער קען געווינען די לאטערי‪ ,‬אויב‬ ‫ער וויל נישט וועט ער נישט גלויבן אז‬ ‫טעקסטן לייגט אים אין א סכנה‪.‬‬ ‫דאס איז א פאקט און איך ווייס דאס‬ ‫פון ערפארונג‪ ,‬אויב א מענטש וויל נישט‬ ‫גלויבן‪ ,‬איז נישט דא קיין הוכחה‪ ,‬אויב ער‬ ‫וויל ‪ -‬אדער לכל הפחות‪ ,‬ער איז נייגעריג‪,‬‬ ‫קען איך אים אויפווייזן‪ .‬ווייל ס'איז נישט‬ ‫דא קיין שום בלינדקייט אין דער אמונה‬ ‫פון אידישקייט‪ ,‬ס'איז נישט דא קיין שום‬ ‫טפשות‪ ,‬ס'איז נישט דא קיין שום זאך וואס‬ ‫מ'דארף זאגן‪" ,‬עה‪ ,‬ס'איז נארישקייטן‪,‬‬ ‫אמונה טפילה‪ ,‬באבע מעשיות‪".‬‬ ‫אויב איר ווילט גלויבן‪ ,‬וועט איר גלויבן‪,‬‬ ‫אז נישט‪ ,‬וועט קיין הוכחה נישט העלפן‪.‬‬ ‫ס'זענען געווען אידן וואס ביי קריאת ים‬

‫כמעט טויזנט אידן האלטן מיט א' סליחות אויף "יו‪-‬טוב" שפעט ביינאכט‬ ‫‪ / 56‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫סוף האבן זיי נישט געגלויבט; ס'זענען‬ ‫געווען וואס ביי יציאת מצרים האבן זיי‬ ‫נישט געגלויבט‪ .‬איי‪ ,‬ער האט געזען צען‬ ‫מכות? האט ער נאך אלץ נישט געגלויבט‪.‬‬ ‫איר ווייסט פארוואס? ווייל מ'קען‬ ‫אלעמאל אוועקמאכן און בוחר זיין נישט‬ ‫צו גלויבן‪ .‬די אידן האבן געזען אפענע‬ ‫מופתים‪ ,‬אבער דער נעקסטער טאג‬ ‫האבן זיי נישט געגלויבט‪ .‬ס'קען פאלן מן‬ ‫פון הימל‪ ,‬אבער מ'ווערט געוואוינט צו‬ ‫דערצו‪ .‬אויב א מענטש איז נייגעריג און‬ ‫אביעקטיוו קען איך אים באווייזן אז ס'איז‬ ‫נישטא קיין שום ליצנות אין דער אידישער‬ ‫אמונה‪ .‬קיין שום זאך וואס מ'קען זאגן אז‬ ‫מ'דארף זיין א נאר‪ ,‬אן אידיאט‪ ,‬דאס צו‬ ‫גלויבן‪.‬‬ ‫צי קען איך באאיינפלוסן יעדן? אוודאי‬ ‫נישט‪ .‬דער אויבערשטער האט באשאפן א‬ ‫וועלט‪" ,‬עולם"‪ ,‬מלשון העלם‪ .‬די וועלט איז‬ ‫א וועלט וואו געטליכקייט איז באהאלטן‪.‬‬ ‫און דאס איז א חלק פון דער כוונה‪ ,‬דאס‬ ‫איז נישט קיין טעות‪ .‬אידישקייט איז א‬ ‫געראנגל‪ ,‬א "סטראגל"; עבודת ה' איז א‬ ‫מלחמה‪ ,‬ס'איז א קאנפליקט‪ .‬מ'דארף‬ ‫קענען אלעמאל זוכן די פנימיות‪ ,‬און‬ ‫נישט די שטחיות‪ .‬פונקט אזוי ווי ווען‬ ‫כ'קויף עסן אין געשעפט‪ ,‬קען איך בוחר‬ ‫זיין צוויי זאכן‪ ,‬איך קען אויסקלויבן די‬ ‫חיצוניות פון דעם עסנווארג ‪ -‬ס'איז א‬ ‫שיינער שטיקל קאקאש קעיק‪ ,‬אדער קען‬ ‫איך קוקן אויף דער פנימיות‪ ,‬וויפיל פעט‪,‬‬ ‫קארבס‪ ,‬נערונג‪ ,‬ענערגיע ס'האט‪ ,‬וכדומה‪.‬‬ ‫אזוי איז די וועלט‪ ,‬מ'קען קוקן אויף דער‬ ‫פנימיות פון דער וועלט‪ ,‬און מ'קען קוקן‬ ‫אויף דער חיצוניות‪.‬‬ ‫כ'קען א איד א ניורא‪-‬וויסנשאפטלער‪,‬‬ ‫א פרומער איד א בעל תשובה‪ ,‬דר‪.‬‬ ‫בראוער הייסט ער‪ .‬ער איז א תוכנ'דיגער‬ ‫איד‪ ,‬א חסידישער איד‪ ,‬א למדן‪ ,‬דערציילט‬ ‫ער מיר אזא מעשה‪ .‬ער האט אמאל‬ ‫אריינגעברענגט צו א ביאלאגיע לעקציע‬ ‫זיין זון‪ ,‬א זעקס יעריג אינגל‪ ,‬און ס'איז‬ ‫געווען אין קלאס א גרויסע סקעלעט‬ ‫פון א מענטש‪ ,‬כדי ער זאל קענען‬ ‫דעמאנסטרירן די חלקים פון א מענטש‪.‬‬ ‫דאס אינגל גיט א קוק אויף דעם סקעלעט‪,‬‬ ‫און ער זאגט‪" ,‬טאטי‪ ,‬אמת אז דאס איז‬ ‫נישט קיין אמת'ע סקעלעט?" פרעגט‬ ‫ער פארוואס ער האלט אז ס'איז פאלש‪,‬‬ ‫איז דער זון מסביר‪" ,‬גיב א קוק‪ ,‬דער‬ ‫סקעלעט איז פיל ווייסער ווי דעם הויט‪,‬‬ ‫און אין פארשידענע ערטער זענען פאראן‬ ‫שרויפן‪ ",‬און ער זאגט‪" ,‬א מענטשליכער‬

‫קערפער האט נישט קיין שרויפן!" מוז זיין‬ ‫אז עס איז נישט קיין אמת'ער סקעלעט‪.‬‬ ‫דאס קינד האט אויך אנגעוויזן אז געוויסע‬ ‫חלקים פון דעם סקעלעט פעלן‪ ,‬איז‬ ‫דאך על כרחך דאס נישט פון קיין אמת'ן‬ ‫מענטש‪ ,‬ווייל פון א מענטש פעלן נישט‬ ‫די חלקים‪.‬‬ ‫זאגט מיר דר‪ .‬בראוער‪ ,‬זיכער איז עס‬ ‫געווען אן אמת'ע סקעלעט‪ ,‬אבער דאס‬ ‫קינד האט מורא געהאט פון דער הכרה‬ ‫אז עס שטייט א מת פארנט פון אים‪.‬‬ ‫עס איז אים געווען גרינגער זיך אליין צו‬ ‫זאגן אז ס'איז נישט קיין אמת'ע‪ ,‬און צו‬ ‫טרעפן "הוכחות" פאר דאס וואס ער האט‬ ‫געוואלט גלויבן‪ .‬אלעס פיינע הוכחות‪,‬‬ ‫אבער דאך נארישקייטן‪ .‬די שרויפן האט‬ ‫מען אריינגעלייגט כדי די ביינער זאלן זיך‬ ‫צוזאמענהאלטן‪ ,‬דער קאליר פון די ביינער‬ ‫איז אנדערש ווי דעם קאליר פון דעם‬ ‫הויט‪ ,‬און געוויסע חלקים האבן געפעלט‬ ‫ווייל מ'האט זיי אוועקגענומען‪.‬‬ ‫די אלע הוכחות האבן זיך נישט‬ ‫אנגעהויבן מיט אמת‪ ,‬זיי האבן זיך‬ ‫אנגעהויבן מיט פחד‪ ,‬און דער פחד האט‬ ‫געגעבן דעם קינד שיינע ראיות‪ .‬דארף‬ ‫מען אלעמאל וויסן אז דער שרעק פון‬ ‫דעם אמת קען אויך מאכן אז מ'זאל נישט‬ ‫זען דעם אמת‪ .‬אויב ער וויל גלויבן וועט‬ ‫ער גלויבן‪ ,‬אז נישט‪ ,‬קען ער נוצן דעם‬ ‫סעלפאן אינמיטן דרייוון‪ .‬ווי יענער וואס‬ ‫פארט אויף דעם איי‪ ,95-‬און ס'איז געשען‬ ‫אן עקסידענט און עמיצער איז גע'הרג'עט‬ ‫געווארן‪ ,‬און ער וועט שיקן א טעקסט‬ ‫אינמיטן דרייוון מודיע צו זיין דערוועגן‪ .‬א‬ ‫לאטערי וועט ער גלויבן אז עס מיינט אים‪,‬‬ ‫אבער טעקסטן נישט‪.‬‬

‫"פארשטיין"‬ ‫אידישקייט‬ ‫הרב יעקבסאן שפירט אז א סך צעמישענישן‬ ‫און ספיקות קומען פון נישט לערנען מיט א רבי'ן‬ ‫וועלכער איז טיף באהאוונט מיט חסידות‪.‬‬ ‫מ'קען נישט לערנען אליין‪ ,‬ווייל דער‬ ‫עולם ווייסט נישט די מושגים‪ ,‬א מענטש‬ ‫דארף געפונען א גוטן רבי'ן און לערנען‬ ‫מיט אים ספרי חסידות‪ ,‬און פארשטיין‪.‬‬ ‫היינט איז א מצב וואס דער עולם מוז‬ ‫פארשטיין‪ .‬איר ווייסט פארוואס עס א סך‬ ‫מענטשן קומען צו מיינע שיעורים? ווייל‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪57 /‬‬


‫איך זאג נישט איבער בלויז פון "קדושת‬ ‫לוי" און "תניא"‪ ,‬נאר כ'בין מסביר‪.‬‬ ‫יעדער מענטש דארף האבן א רבי'ן‬ ‫וואס זאל מיט אים לערנען חסידות אין‬ ‫א וועג וואס ער זאל קענען פארשטיין‪,‬‬ ‫און פילן‪ ,‬און אזוי ווערן אנגעווארעמט‪.‬‬ ‫נישט‬ ‫איז‬ ‫חסידות‬ ‫פארוואס?‬ ‫אריינגעגאנגען אין חקירות צי ס'איז דא‬ ‫א גאט צי נישט‪ ,‬מ'געפונט דאס זייער‬ ‫זעלטן אין חסידות‪ .‬דער ענין פון חסידות‬ ‫איז געווען צו מגלה זיין די נשמה פון א‬ ‫איד‪ .‬בשעת די נשמה ווערט אנטפלעקט‬ ‫איז שוין נישט דא קיינע שאלות‪ .‬מ'זעט‬ ‫עס‪ .‬כל זמן איך בין אדאפטירט דארף איך‬ ‫האבן הוכחות‪ ,‬בשעת איך לעב מיט מיין‬ ‫טאטן‪ ,‬מיט מיין מאמען‪ ,‬דארף איך נישט‬ ‫האבן קיינע הוכחות‪ .‬איך זע מיין טאטן‪,‬‬ ‫איך זע מיין מאמען‪ ,‬איך דארף נישט קיין‬ ‫די‪-‬ען‪-‬עי צו וויסן‪ .‬חסידות איז מגלה די‬ ‫נשמה פון א איד‪ .‬בשעת די נשמה ווערט‬ ‫אנטפלעקט איז נישט נאר נישטא קיין‬ ‫שאלות ‪ -‬ס'איז נישט נוגע‪.‬‬ ‫אמונה קאנקורירט נישט מיט שאלות ‪-‬‬ ‫דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן‪ .‬נישטא‬ ‫אזא זאך אז א איד גלויבט נישט‪ ,‬אמאל‬ ‫קען געשען אז ער פארשטייט פשוט‬ ‫נישט‪ .‬נישטא קיין קשיות און ספיקות אין‬ ‫אמונה ‪ -‬דאס איז א טעות‪ .‬אויב מ'לערנט‬ ‫אז אמונה איז למטה מן השכל‪ ,‬איז שייך‬ ‫ספיקות אין אמונה‪ ,‬ווייל די אמונה איז‬ ‫נישט שטארק‪ .‬אבער אז מ'פארשטייט‬ ‫וואס אמונה איז לפי דעם בעש"ט ‪ -‬קען‬ ‫אין אמונה נישט זיין קיין ספיקות‪ .‬די‬ ‫נשמה איז א חלק אלוק‪ ,‬געטליכקייט‪.‬‬ ‫א איד האט ספיקות אין שכל‪ ,‬נישט אין‬ ‫אמונה ‪ -‬אמונה איז אלעמאל גאנץ‪.‬‬ ‫ממילא אפילו אז א איד האט א שאלה‬ ‫מיט שכל‪ ,‬בשעת ער לערנט די תורה פון‬ ‫בעל שם טוב‪ ,‬מיט א גוטן רבי'ן וואס איז‬ ‫מסביר‪ ,‬קומט דער כוח האמונה ארויס פון‬ ‫דער נשמה‪ ,‬און ממילא איז נישטא קיין‬ ‫פראבלעם בדרך כלל‪.‬‬

‫א געזונט לעבן אין שטוב‬ ‫א געזונטע אידישקייט דארף קומען מיט א‬ ‫געזונטן לעבן‪ ,‬און הרב יעקבסאן קלאגט וויפיל‬ ‫חורבנות עס זענען שוין געשאפן געווארן על לא‬ ‫דבר‪ .‬ביי א שיעור עטליכע וואכן צוריק האט ער‬ ‫אנגעוויזן אז אין נאמען פון "קדושה וטהרה" האבן‬ ‫‪ / 58‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫מיר אויפגעבויט א סיסטעם פון חתונה לעבן וואס‬ ‫איז א קאטאסטראפע פאר'ן בנין פון כלל ישראל‪.‬‬ ‫מיר מיינען אז דאס חתונה לעבן דארף ווערן‬ ‫דורכגעפירט אן קיין הנאה‪ ,‬נאר פרומקייט דארף‬ ‫איבערנעמען די גאנצע פראצעדור פונעם חתונה‬ ‫לעבן‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן האט שוין געהערט פון‬ ‫הונדערטער אידן‪ ,‬אז זיי זוכן נישט אין זייער חתונה‬ ‫לעבן עפעס מער ווי ברענגען קינדער אויף דער‬ ‫וועלט‪ .‬מיר מיינען אז ס'איז פרימער צו רעדן אזוי‪,‬‬ ‫בשעת מיר פרובירן דערווייל צו נארן זיך אליין‪.‬‬ ‫ס'איז שוין געווארן א כלל אז ווי פרימער א איד‬ ‫איז אלס ווייניגער אינטערעסירט ער זיך אין זיין‬ ‫חתונה לעבן‪ .‬אנשטאט צו ארבעטן אויף זיין חתונה‬ ‫לעבן שטעלט ער אריין גאט אינעם בילד‪ :‬מ'לויפט‬ ‫דאווענען מעריב‪ ,‬לערנען‪ ,‬וכו' און דאס ווייב זאל‬ ‫זיך אליין ספראווען‪.‬‬ ‫אפילו ביי שלום בית קענען מיר זיין מסתפקים‬ ‫במועט‪ ,‬און נאך מער ווען ס'קומט צו אינטימע‬ ‫באציאונגען‪ .‬מחנכים און מחנכות‪ ,‬די וואס זענען‬ ‫מדריך חתנים און כלות‪ ,‬ווי אויך די עלטערן‬ ‫אליין‪ ,‬לערנען אויס פאר די יונגע פארפעלקער‬ ‫אזעלכע מאדנע זאכן וועגן חתונה לעבן‪ ,‬וואס‬ ‫שטאמט גארנישט פון יהדות‪ ,‬נאר פון קריסטנטום‪.‬‬ ‫מ'לערנט אויס די חתן כלה אז מ'טאר נישט הנאה‬ ‫האבן פון די באציאונגען‪ ,‬און ס'איז אלץ נאר אן‬ ‫ענין פון פליכטן וואס איינער טוט פאר'ן אנדערן‪.‬‬ ‫ס'קען נעמען פופציג יאר ביז זיי הערן פון עפעס‬ ‫א נארמאלן מענטש וואס איז זיי מגלה דעם סוד‬ ‫אז דער אויבערשטער וויל אז זיי זאלן הנאה האבן‪.‬‬ ‫איידער איר הייבט אן שרייען אז אזעלכע‬ ‫זאכן דארף מען נישט אויסשמועסן ברבים‪,‬‬ ‫הערט א שיינע מעשה וואס הרב יעקבסאן האט‬ ‫צו דערציילן‪ .‬אמאל האט ער געגעבן א שמועס‬ ‫איבער דעם ענין‪ ,‬און ס'איז דערנאך צוגעקומען צו‬ ‫אים א איד פון דער שול און אים באדאנקט פאר‬ ‫דער דרשה‪ ,‬אבער ער האט אים געפרעגט וויאזוי‬ ‫ער האט געקענט רעדן אזא דרשה‪ ,‬וויסנדיג אז דא‬ ‫קענען זיין אויך נישט‪-‬חתונה געהאטע מענטשן‪.‬‬ ‫יענער איד האט גע'טענה'ט אז זיין אייגענע‬ ‫טאכטער געפינט זיך יעצט אין דער אנדערער זייט‬ ‫פון דער מחיצה‪ ,‬זי איז בלויז ‪ 18‬יאר אלט‪ ,‬נאכנישט‬ ‫אין שידוכים‪ ,‬און ער וויל נישט אז זי זאל הערן אזא‬ ‫שמועס‪ ,‬כאטש ער האט אנערקענט אז די דרשה‬ ‫איז געווען בתכלית הלשון נקייה‪.‬‬ ‫נאך דער דרשה‪ ,‬ווען הרב יעקבסאן איז ארויס‬ ‫אויף דער טעראסע‪ ,‬זענען צו אים צוגעקומען צוויי‬ ‫ערוואקסענע מיידלעך און אים זייער באדאנקט‪.‬‬ ‫די מיידלעך האבן זיך אפגערעדט פון הארצן אז זיי‬ ‫זענען אריינגעשלעפט געווארן אין אומפאסיגע‬ ‫מאטעריאל אויפ'ן אינטערנעט‪ ,‬אבער זיי האבן‬ ‫קיינמאל נישט געוואוסט אז אידישקייט האט‬ ‫עפעס זאכליך צו זאגן איבער דער טעמע‪ ,‬חוץ פון‬


‫אסר'ן יעדע הנאה‪ .‬די דרשה האט ביי זיי געעפנט‬ ‫א נייע וועלט וועלכע זיי וואלטן געוואלט בעסער‬ ‫באקענען‪ .‬נאכ'ן הערן ווער די מיידלעך זענען האט‬ ‫ער זיך דערוואוסט אז איינע פון די מיידלעך איז‬ ‫געווען א טאכטער פון יענעם איד וואס האט זיך‬ ‫אפגערעדט פאר אים אז מ'טאר נישט רעדן פון די‬ ‫זאכן‪...‬‬ ‫הרב יעקבסאן איז דעמאלט געקומען צו א‬ ‫טיפער אנערקענונג‪" .‬מיר קענען נישט לעבן אין‬ ‫לא‪-‬לא לאנד‪ ",‬זאגט ער‪" ,‬רוב פון אונזערע קינדער‬ ‫קומען אן צו דער אינפארמאציע נאך איידער‬ ‫זיי האבן חתונה‪ .‬דאס איז א מציאות‪ ".‬אפילו די‬ ‫קינדער וואס קומען פון די פיינסטע שטיבער‪ ,‬אין‬ ‫די פרומסטע קהילות‪ ,‬דארט וואו ס'איז נישטא‬ ‫קיין אינטערנעט‪ ,‬אדער נאר אינטערנעט מיט‬ ‫א פילטער‪ ,‬איז אויך כמעט אוממעגליך אז זיי‬ ‫זאלן נישט ערגעץ אנקומען דורך א חבר אדער א‬ ‫חבר'טע‪ .‬ובכן‪ ,‬אויב וועלן מיר ממשיך זיין מיטן‬ ‫האלטן די נושא פארמאכט ווי א טאבו‪ ,‬וועט זייער‬ ‫מקור פון אינפארמאציע זיין בלויז פון יו‪-‬טוב‪...‬‬ ‫אויב מיר האלטן פאר די אויגן די פאסיגע‬ ‫עלטער פון די קינדער‪ ,‬און מיר גיבן אכטונג אויף‬ ‫די ווערטער וועלכע מיר קלויבן אויס‪ ,‬וועט עס נאר‬ ‫העלפן אז מ'זאל ארויסברענגען די נושא אויפ'ן‬ ‫אויבערפלאך‪ .‬מיר טארן נישט מורא האבן פון דעם‪,‬‬ ‫נאר פארקערט‪ .‬מיר האבן אזוי מורא צו רעדן‪ ,‬אז‬ ‫אפילו נאך דער חתונה רעדט מען וועגן דעם ענין‬ ‫נישט ברבים קיינמאל‪ .‬דער רושם וואס ס'באקומט‬ ‫זיך ביי דעם המון עם איז ווי גלייך די תורה וואלט‬ ‫פיינט געהאט לעבן‪" .‬מיר רעדן נישט וועגן לעבן‬ ‫קיינמאל‪ ",‬זאגט הרב יעקבסאן‪" ,‬מיר רעדן נאר‬ ‫וועגן חומרות‪".‬‬ ‫הרב יעקבסאן דערציילט אז מ'האט אמאל‬ ‫נאכגעזאגט פאר דעם גורער רבי'ן‪ ,‬דער "בית‬ ‫ישראל"‪ ,‬א ווארט וואס עמיצער האט געטייטשט‬ ‫אויף "וישק יעקב לרחל"‪ ,‬אז די סיבה פארוואס‬ ‫יעקב האט געוויינט נאכ'ן קושן רחל איז געווען‬ ‫צוליב דעם וואס ער איז דורכגעפאלן מיטן קושן א‬ ‫מיידל‪ .‬דער גורער רבי האט אויף דעם געענטפערט‪:‬‬ ‫"ניין‪ .‬די סיבה פארוואס יעקב אבינו האט געוויינט‬ ‫איז געווען צוליב דעם וואס ער האט געזען אז‬ ‫ס'וועט קומען א איד וואס וועט אזוי אויסטייטשן‬ ‫זיין וויינען‪"...‬‬ ‫ווער וואלט זיך געגלייבט אז ס'וועט קומען א‬ ‫טאג ווען די באגריפן פון ליבשאפט צווישן מאן‬ ‫און ווייב וועלן ווערן א נושא וואס מ'טאר נישט‬ ‫רעדן ביי אידן? ווען אינטימקייט וועט אויסקוקן‬ ‫ווי אן אומריינע זאך? מיר אלע זענען מענטשן‬ ‫וואס דארפן האבן ליבשאפט‪ ,‬און מיר דארפן‬ ‫אויך די פיזישע טיילן פון אינטימע באציאונגען‪.‬‬ ‫אויב מיר פארלייקענען עס איז מען נאר גורם אז‬ ‫מענער און ווייבער זאלן נישט קענען ארויסנעמען‬ ‫קיין צופרידנהייט פון זייער חתונה לעבן‪ ,‬און די‬

‫רוחניות'דיגע סכנה דערפון איז זייער גרויס‪" .‬יעקב‬ ‫האט געוויינט‪ ",‬זאגט הרב יעקבסאן‪" ,‬ווייל ער‬ ‫האט געזען אז ס'וועט קומען א אידישקייט וואס‬ ‫וועט נישט גלייבן אז מענטשן זענען מענטשן‪"...‬‬ ‫דאס איז נישט קיין אידישקייט‪ .‬דאס איז נישט‬ ‫די תורת חיים‪ .‬דאס איז ענדערש א חורבן‪ .‬אבער‬ ‫קיינער וויל נישט רעדן וועגן דעם‪ ,‬ווייל "מ'טאר‬ ‫נישט" רעדן‪ .‬אויב יהדות וועט פארפעלן צו רעדן‬ ‫וועגן אזא וויכטיגן אספעקט פונעם מענטשליכן‬ ‫לעבן‪ ,‬האבן מיר אלעס פארלוירן‪ .‬אויב א לערערין‬ ‫לערנט אויס די כלה פאר דער חתונה אז דאס‬ ‫חתונה לעבן איז נישט געמאכט הנאה צו האבן‪,‬‬ ‫נאר אויף אויפצושטעלן דורות‪ ,‬וואס זאל מען‬ ‫דעמאלט ערווארטן פונעם מאן? צו וואספארא‬ ‫נסיון האט מען אים אויסגעשטעלט?! הרב‬ ‫יעקבסאן זאגט‪" :‬אין נאמען פון טהרה‪ ,‬אין נאמען‬ ‫פון קדושה‪ ,‬אין נאמען פון חסידות‪ ,‬ווערן מענער‬ ‫נכשל מיט די הארבסטע זאכן‪ .‬אויב דאס איז נישט‬ ‫קארופציע‪ ,‬דעמאלט וואס איז יא?"‬ ‫מ'איז גורם דערמיט אז דאס אינערליכע‬ ‫אינטימע לעבן ווערט סודות'דיג‪ ,‬מאן און ווייב‬ ‫האבן מורא צו זאגן הויך זייערע אינערליכע‬ ‫רצונות‪ ,‬און יעדער לעבט זיך אין דער אייגענער‬ ‫וועלט‪ ,‬נישט‪-‬געזעטיגט פונעם חתונה לעבן‪.‬‬ ‫יעדער יונגערמאן פילט ווי ער טראגט ביי זיך דעם‬ ‫גרעסטן סוד‪ ,‬דער סוד אז ער איז א מענטש‪ ,‬בשעת‬ ‫אלע ארום אים זענען מלאכים‪ .‬פאר אזא איינעם‬ ‫איז הרב יעקבסאן מגלה אן אנדערן סוד‪" :‬לא‬ ‫ניתנה תורה למלאכי השרת‪"...‬‬ ‫מענטשן זענען צופרידן מיט זייער שלום בית‬ ‫אויב ס'פליען נישט קיין טעפ איבערן קאפ און‬ ‫מ'הרג'עט זיך נישט איינער דעם אנדערן‪ .‬אבער‬ ‫מ'קען נישט לעבן קיין געזונט לעבן ווען ס'פעלט‬ ‫א צופרידנהייט אין דער אינטימער זייט‪ .‬מענטשן‬ ‫גייען פשוט אראפ פון זינען‪ ,‬ווייל זיי קענען עס‬ ‫נישט פארנעמען‪ .‬הרב יעקבסאן זאגט‪" :‬ווען מיר‬ ‫שאפן אן איינגערעדטע אילוזיע ווי גלייך מענער‬ ‫און פרויען זענען מלאכים‪ ,‬שאפט מען דערמיט‬ ‫אומגעזונטע מענטשן‪ ,‬נויראטישע מענטשן‪,‬‬ ‫און רעליגיע ווערט פארוואנדלט אין א מין בריה‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪59 /‬‬


‫משונה‪ .‬דאס אמת'ע לעבן ווערט פארוואנדלט אין‬ ‫א פולקאמען סוד‪".‬‬ ‫די באציאונגען צווישן גאט און כנסת ישראל‬ ‫איז צוגעגליכן צו די באציאונגען צווישן א מאן‬ ‫און א פרוי‪ .‬הרב יעקבסאן זאגט אז מ'מיינט נישט‬ ‫דערמיט בלויז די רוחניות'דיגע באציאונגען צווישן‬ ‫א מאן און פרוי‪ ,‬נאר אויך די פיזישע‪ ,‬אינטימע‬ ‫באציאונגען‪ ,‬אזוי ווי מיר געפינען אין חז"ל איבער‬ ‫דעם וויאזוי די כרובים אין די קדשי קדשים זענען‬ ‫נאנט געקומען אין צייטן וואס אידן האבן געטון‬ ‫דעם רצון ה'‪ .‬אין יהדות איז די אינטימע זייט‬ ‫קיינמאל נישט געווען קיין סוד‪ ,‬ס'איז נישט געווען‬ ‫קיין טאבו‪ ,‬נאר פארקערט‪ .‬דורך א שטארקן פיזישן‬ ‫קשר צווישן מאן און ווייב‪ ,‬קען מען אריינברענגען‬ ‫די שכינה אין שטוב‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאן זאגט אז אויב מיר ווילן האבן‬ ‫נארמאלע‪ ,‬געזונטע מענטשן‪ ,‬און גוטע אידן‪ ,‬איז‬ ‫וויכטיג צו ברענגען אן ענדערונג אין דער טעמע‪.‬‬ ‫די תורה איז א תורה פון לעבן‪ ,‬רעאליסטיש‪ ,‬און‬ ‫מענטשליך‪ .‬תורה לא בשמים היא‪.‬‬

‫אידישקייט פאר אונזער‬ ‫דור‬ ‫אין אונזער שמועס מיט הרב יעקבסאן זאגן‬ ‫מיר‪" ,‬ס'איז לא רעב ללחם ולא צמא למים כי‬ ‫אם לשמוע את דבר ה'‪ .‬דער עולם איז הונגעריג‬ ‫פאר אמת‪ ,‬פאר אויפריכטיגקייט און ערליכקייט‪,‬‬ ‫אידישקייט וואס שניידט אוועק אלע זייטיגע‬ ‫נארישקייטן און משוגעת'ן‪ .‬מ'וויל אליין‬ ‫עקספלארירן‪ ,‬אליין טאפן און גרונטעווען‪ ,‬מ'וויל‬ ‫זיך באקענען מיט דעם אייגענעם נפש און דעם‬ ‫אייגענעם פלאץ אין דער תורה‪ ".‬הרב יעקבסאן איז‬ ‫מסכים‪ ,‬און ער ציטערט ווי אזויפיל פון אונזערע‬ ‫געוואוינהייטן מאכן קאליע אונזער יוגנט‪ .‬מיר‬ ‫פארמאכן דיאלאג אין אידישקייט און אינעם לעבן‪,‬‬ ‫און אזויפיל סענסיטיווע נשמות קענען דאס נישט‬ ‫אויסהאלטן‪.‬‬ ‫מיר קענען נישט פארשווייגן אונזערע‬ ‫קינדער‪ ,‬און דערנאך זיך וואונדערן‬ ‫אויף די ביטערע רעזולטאטן‪ .‬בפרט‬ ‫אז מ'לעבט אין א דור וואו דער יוגנט‬ ‫וויל באגרייפן‪ ,‬דאס איז די לופט וואס‬ ‫מ'שמעקט היינטיגע צייטן אז א מענטש‬ ‫וויל פארשטיין‪ ,‬א מענטש דארף זיך‬ ‫קענען אידענטיפיצירן מיט זיין אמונה‬ ‫און מסורה‪ ,‬זיין רעליגיע‪ ,‬טראדיציע און‬ ‫היסטאריע‪ .‬אויב זאגט מען אים נאר "אזוי‬ ‫איז עס‪ ",‬וועט עס נישט ארבעטן פאר‬ ‫א סך מענטשן‪ .‬און פונקט פארקערט‪,‬‬ ‫מיר לעבן אין א דור וואס ס'איז דא אזא‬ ‫‪ / 60‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אפנקייט צו דער גארער וועלט‪ ,‬און אפילו‬ ‫די וואס זענען פארשפארט‪ ,‬און אפילו די‬ ‫וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט און האבן‬ ‫נישט קיין אימעיל‪ ,‬קיין סמארטפאונס‪,‬‬ ‫אפילו זיי‪ ,‬ווען זיי וואקסן אויף אביסל‪,‬‬ ‫גייען זיי אריין אין ביזנעס און צו דער‬ ‫וועלט‪ ,‬און מ'קומט אן צו אפנקייט‪.‬‬

‫און הרב יעקבסאן איז נישט נאר א נאה‬ ‫דורש‪ ,‬נאר אויך א נאה מקיים‪ .‬ער איז נישט נאר‬ ‫דא צו רעדן וועגן וואס מיר טוען נישט ריכטיג‪,‬‬ ‫נאר צו געבן אינספיראציע פאר א נייעם דור‪ .‬א‬ ‫באטייליגטער ביים פארגאנגענעם א' סליחות מיט‬ ‫הרב יעקבסאן האט עס אזוי געשילדערט‪:‬‬ ‫פאראיאר האב איך מורא געהאט צו‬ ‫גיין צום א' סליחות‪ ,‬כ'האב געקלערט‪,‬‬ ‫ס'איז אזוי 'אנדערש'‪ ,‬ווער ווייסט וועמען‬ ‫כ'וועל טרעפן דארטן‪ ,‬ס'איז אנדערש ווי‬ ‫כ'בין אויפגעצויגן געווארן‪ ,‬וכו'‪ .‬למעשה‬ ‫בין איך אזוי איבערגענומען געווארן‪,‬‬ ‫מיין אידישקייט איז אזוי אויפגעפלאמט‬ ‫געווארן‪ ,‬און די התרוממות האט מיך‬ ‫באגלייט פאר גאנץ חודש תשרי‪ .‬ס'איז‬ ‫געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב‬ ‫געשפירט דעם 'וגילו ברעדה' ‪ -‬דער‬ ‫ציטער פונעם יום הדין‪ ,‬אבער נישט דער‬ ‫ציטער פון אן עבד וואס ציטערט ביים‬ ‫אריינגיין צום פאלאץ פון א דיקטאטורישן‬ ‫קעניג‪ ,‬נאר דער פרייליכער אייפארישער‬ ‫ציטער פון א חתן וואס גייט חתונה האבן‬ ‫מיט זיין געליבטע‪.‬‬ ‫הרב יעקבסאנ'ס ווערטער האבן‬ ‫אריינגעדרונגען אין הארץ‪ ,‬אמת'ע רייד‪,‬‬ ‫פשוט'ע רייד‪ ,‬אבער דאס אזוי איבערגעבן‪,‬‬ ‫אזוי צוצורירן צו דער נקודה הפנימית‬ ‫פון אונזערע אידישע הערצער‪ ,‬פאר דעם‬ ‫דארף מען זיין הרב יעקבסאן‪.‬‬ ‫דאס יאר איז שוין נישט געווען קיין‬ ‫שאלה צי איך וועל גיין‪ .‬נאר דאסמאל‬ ‫האב איך מיטגענומען מיינע צוויי זין‪ ,‬און‬ ‫מיין ווייב האט מיטגעהאלטן לעבעדיג‬ ‫פונדערהיים אויף דעם אינטערנעט‪.‬‬ ‫כ'האב געוואלט אז מיינע קינדער זאלן‬ ‫זען א לעבעדיגע אידישקייט‪ ,‬א תורת‬ ‫חיים ‪ -‬זאלן זיי וויסן אז די געשמאקקייט‬ ‫פון אידישקייט איז נישט נאר א 'טאלקינג‬ ‫פוינט'‪ ,‬נאר א פשוט'ער אמת במלוא מובן‬ ‫המילה‪.‬‬ ‫אשרינו מה טוב חלקינו‪.‬‬


‫א‬ ‫סוכה'לע‬ ‫א קליינע‬ ‫הילל בן שחר‬

‫איר האט שוין מן הסתם געזען אמאל די‬ ‫וועלט‪-‬באקאנטע מאלעריי ווי א העלדישער‬ ‫נאפאליאן באנעפארט פירט אריבער זיינע‬ ‫זעלנער איבער די אלפן‪-‬בערג אין איינער פון די‬ ‫'נאפאליאנישע מלחמות'‪.‬‬ ‫געווען איז עס אין מאי פון ‪ ,1800‬ווען דער‬ ‫פראצויזישער נאפאליאן האט פרובירט צו‬ ‫איבערראשן די עסטרייכער דורך נעמען אן‬ ‫אומגעראכטענעם וועג‪ .‬דער פראצויזישער‬ ‫ארטיסט דעיוויד איז באאויפטראגט געווארן‬ ‫אפצומאלן די סצענע‪ .‬פון ‪ 1801‬ביז ‪1805‬‬ ‫האט ער פראדוצירט פינף ווערסיעס פון דער‬ ‫באקאנטער מאלעריי‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬אז מען גייט אפצייכענען א מענטש איז עס‬ ‫ווארשיינדליך א גלייכע הוה אמינא אז דער‬ ‫מענטש אינעם בילד זאל כאטש עטוואס ענדלען‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪61 /‬‬


‫אינעם פאקטישן פערזאן‪ ,‬נישט אזוי? ניין‪ ,‬דער‬ ‫גרויסער נאפאליאן האט אנדערש געקלערט‪.‬‬ ‫דעיוויד‪ ,‬ברוב תמימותו‪ ,‬האט געבעטן ביי‬ ‫נאפאליאן ער זאל 'זיצן' פאר'ן בילד‪ ,‬אזוי אז ער‬ ‫זאל אים קענען נאכמאלן‪.‬‬ ‫ זיצן? צו וואספארא נוצן? קלערסטו אז‬‫די גרויסע לייט פון די אור‪-‬אלטע צייטן פאר‬ ‫וועמען מיר האבן בילדער זענען געזעסן?‬ ‫ אבער 'בירגער ערשטער קאנסול'‪ ,‬איך מאל‬‫דיך אפ פאר דיין יאר‪-‬הונדערט‪ ,‬פאר די מענטשן‬ ‫וועלכע האבן דיר געזען‪ ,‬וועלכע קענען דיר‪ ,‬זיי‬ ‫וועלן ווילן געפונען אן ענליכקייט‪.‬‬ ‫ אן ענליכקייט? עס איז נישט די‬‫פינקטליכקייט פונעם קערפער'ס אויסזען‪ ,‬א‬ ‫ווארצל אויף דער נאז‪ ,‬וואס גיבט די ענליכקייט‪.‬‬ ‫עס איז דער כאראקטער וועלכער ווייזט אן וואס‬ ‫עס דארף געמאלן ווערן‪ ...‬קיינער ווייסט אויב די‬ ‫פאטרעטן פון די גרויסע לייט ענדלען אין זיי‪ ,‬עס‬ ‫איז גענוג אז זייער גאונות לעבט אין דעם‪.‬‬ ‫הייליגע ווערטער‪ ,‬ויש להאריך‪.‬‬

‫לעצטנס בין איך דורך עטליכע עמאציאנעלע‬ ‫אנטוישונגען אין לעבן‪ .‬אין די זעלבע פופצן‬ ‫מינוט בין איך געלאפן פון א שפיץ 'היי' צו א‬ ‫שרעקליכער 'לאו'‪ .‬און ווער איז שולדיג געווען?‬ ‫דער ליובאוויטשער רבי ז"ל‪ ,‬אנא פראנק‪ ,‬און‬ ‫דער רא"ש‪.‬‬ ‫וואס פאר א סיפור איז דאס? אט הערט‪.‬‬ ‫איינע פון די היסטארישע שולן אין קראקא‬ ‫רופט זיך די 'אלטע שול'‪ ,‬עס איז די עלטסטע‬ ‫שול אין פוילן וועלכע שטייט נאך היינט צו‪-‬‬ ‫טאג‪ .‬האב איך זיך אנגעטראפן אין א שטיקל‬ ‫אינפארמאציע אז לויט א מסורה האט דער‬ ‫הייליגער רא"ש בכבודו ובעצמו געהאלטן‬ ‫א דרשה אין דער שול‪ ,‬גייענדיג נאך געלט‬ ‫אויסצולייזן זיין רבי'ן‪ ,‬דער מהר"ם מראטענבערג‪.‬‬ ‫איך לויף שנעל באטראכטן די בילדער פונ'ם‬ ‫שול‪ ,‬אינעווייניג און אינדרויסן‪ ,‬און כ'גיי אט‬ ‫אראפ פון זינען‪.‬‬ ‫עס איז עפעס אומגלויבליך‪' .‬דא' האט דער‬ ‫‪ / 62‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫רא"ש געטרעטן! פארנט פון דעם ארון הקודש‬ ‫האבן זיך געפונען זיינע אברים וגידים‪ ...‬די‬ ‫דאזיגע פאקטישע ווענט האבן צוריקגעווארפען‬ ‫די שטימע פונעם הייליגן רא"ש‪ ...‬וואספארא‬ ‫שטימע איז עס געווען? א קראצעדיגע? א‬ ‫הויכע? איז ער פונקט געווען פארשליימט?‬ ‫איך קען הערן ווי ער הייבט אן די דרשה‪.‬‬ ‫רבותי! איך בין נישט געקומען טייטשן מדרשים‬ ‫[מדרשי פליאה זענען נאכנישט נתגלה געווארן‬ ‫אין זיינע צייטן‪ ,]...‬איר קענט דאך אלע מיין‬ ‫רבי'ן‪ ,‬ר' מאיר פון ראטענבערג‪...‬‬ ‫אט האלט איך שוין ביי כלות הנפש‪ ,‬אבער‬ ‫פלוצלינג פאל איך בנוקבת תהום רבה‪ .‬איך‬ ‫באטראכט די טרעפ צו דער בימה‪ .‬אה‪ ,‬ר' אשר‬ ‫דער זון פון יחיאל איז זיי ארויפגעקראכן‪.‬‬ ‫אפשר האט מען פונקט דאן געהאט געוואשן די‬ ‫פאדלאגע און דער שמש ווארנט ר' אשר ער זאל‬ ‫זיך נישט גליטשן‪.‬‬ ‫ווארשיינליך שיקט ר' אשר זאגן זיין‬ ‫ווארטנדן פיאקער‪-‬טרייבער אז ער וועט זיך נאך‬ ‫פארזוימען דא א פופצן מינוט‪ .‬ער דארף נאך גיין‬ ‫הכנות‪ .‬נישט געזארגט‪ ,‬ער וועט אים צוצאלן צו‬ ‫דער שעה 'וועיטינג' וואס ער גיבט אומזיסט‪.‬‬ ‫כ'קוק זיך ארום אין מיין חושך‪ ,‬וואס איז‬ ‫געשען? וואו איז דער ראמאנץ נעלם געווארן?‬ ‫וואו איז די נאסטאלגיע פארשלונגען געווארן?‬ ‫איז עס מעגליך אז אין די צייטן פון רא"ש זענען‬ ‫אויך געווען קאלירן? האט מען פון צייט‪-‬צו‪-‬‬ ‫צייט געפונען א וואטער‪-‬באג אין קעלער?‬


‫דאס זעלביגע איז מיר געשען מיט'ן‬ ‫ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל‪.‬‬ ‫דער בילד פונ'ם רבי'ן אינספירירט מיר שוין יארן‪.‬‬ ‫דער רבי געפונט זיך אין די לוקסעמבורגער גארטן‬ ‫אין פאריז‪ ,‬און לאנט זיך אן פארטראכטערהייט‬ ‫אויף א שטיינערנעם גדר‪.‬‬ ‫דער רבי געפונט זיך איינער אליין אין פאריז מיט‬ ‫זיין רעביצין חי' מושקא‪ .‬ער לערנט‪ ,‬ער פאסט‪,‬‬ ‫ער דאווענט‪ ,‬ער שטודירט‪ .‬ער איז אפגעהאקט‬ ‫פון דער וועלט‪ .‬ער שטופט זיך נישט ראש השנה‬ ‫אין גור‪ ,‬און קרעכצט נישט סליחות אין סיגוט‪ .‬ער‬ ‫שטייט איינער אליין אינמיטן דעם מאעסטעטישן‬ ‫גארטן אין דער פראצויזישער הויפט‪-‬שטאט‪ ,‬און‬ ‫טראכט‪.‬‬ ‫אה! ווי פאראיינציגט איז ער מיט זיין גאט‪.‬‬ ‫וואס טראכט ער דארט? וואס פלאנירט ער? אויף‬ ‫וואו ווייט פאראויס פלאנט ער? די למ"ד'ס? די‬ ‫מ"ם'ס? שפירט ער דעם עתיד וואס ווארט אים?‬ ‫אבער דאן‪ ...‬טראך‪ ...‬כ'זע א בילד פון אט דעם‬ ‫גענויעם גדר היינט צו‪-‬טאג‪ ,‬אומבארירט‪ .‬פאר‬ ‫עטליכע שקל קען איך אליין אהינפליען און זיך‬ ‫אנלאנען‪.‬‬

‫אנא פראנק דארף מען אייך פארשטעלן?‬ ‫נע‪ ,‬כ'גלויב נישט‪ .‬איר טאג‪-‬בוך געשריבן אין‬ ‫באהעלטעניש דורכאויס דער צווייטער וועלט‪-‬‬ ‫מלחמה איז פון די מערסט‪-‬פארקויפטע ביכער אין‬ ‫היסטאריע‪.‬‬ ‫א קליין קינד‪ ,‬אזוי ערוואקסן‪ .‬אזוי כיטרע‪ ,‬אזוי‬ ‫תמימות'דיג‪ .‬א גליקליכע און פרייליכע‪ ,‬נאר צו‬ ‫ענדיגן א טויטע אין בערגן‪-‬בעלזן קורץ פאר דער‬ ‫באפרייאונג‪.‬‬ ‫עטליכע יאר צוריק איז ארויפגעשטעלט‬ ‫געווארן אויף יו‪-‬טוב די איינציגע פאקטישע פילם‬ ‫פון אנא פראנק‪ .‬די קורצע פילם פון ‪ 1941‬ווייזט‬ ‫ווי אנא שטעקט זיך ארויס די קאפ פון א פענסטער‬ ‫אין איר וואוינונג‪.‬‬ ‫כ'זעה דעם פילם‪ ,‬און יא‪ ,‬אלעס שטימט טאקע‪.‬‬ ‫א נישט‪-‬צו‪-‬קלארע שווארץ‪-‬און‪-‬ווייס ווידעא‪,‬‬ ‫מען זעט א גרויע געביידע‪ ,‬און עס ציפט מיר ביים‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪63 /‬‬


‫הארץ זעענדיג ווי זי רירט זיך פרישערהייט‪ .‬וואס‬ ‫ווייסט זי וואס עס ווארט אויף איר?‬ ‫אבער דאן זע איך א בילד פון דער געביידע‬ ‫היינט‪-‬צו‪-‬טאג‪ ,‬עס האט זיך נישט פארענדערט‬ ‫כי הוא זה‪ .‬מרי' דאברהם! דאס איז דאך יעדע‬ ‫צווייטע הויז אין וויליאמסבורג‪ ...‬שיינע גלאטע‬ ‫ליכטיגע ציגל‪ ,‬נארמאלע פענסטער‪ ...‬דא? ביי אט‬ ‫די פענסטער איז אנא פראנק געשטאנען?‬ ‫כ'דריי מיך ארום צעמישט‪ .‬האב איך זיך גענארט‬ ‫אלע יארן? בין איך א פשוט'ער בעל דמיון?‬ ‫נאסטאלגיע צו ראמאנטישע‪ ,‬לאנג‪-‬פארגאנגענע‬ ‫סצענעס זענען מיינע פריוואטע חלומות? בין איך‬ ‫א 'האופלעס ראומאנטיק'?‬ ‫ווען די פילם כאפט אפ ווי אנא פראנק טאנצט‬ ‫ארום אין ‪ 1941‬האט עס דאך די זעלבע סטאטוס ווי‬

‫איך שפיר זיך אליין אין ‪ .2017‬מיין איך דען טאקע‬ ‫אז זי האט זיך אנגעקוקט מיט א בליק פון ‪2017‬‬ ‫אויף צוריק צו ‪ ?1941‬אזא מכאן ולהבא למפרע?‬ ‫און אפשר בין איך גאר דער עקזאטישער‬ ‫באשעפעניש? עס וועט דאך נאך אמאל זיין ‪,2117‬‬ ‫און איך געפון זיך גאר אין ‪.2017‬‬ ‫‪ / 64‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫לאנגע יארן מוטשעט מיך אזא פראגע‪ :‬קאר‪-‬‬ ‫פאבריצירער גיבן יעדע יאר ארויס אן עטוואס‪-‬‬ ‫געטוישטע ווערסיע פון זייערע אויטאס‪ ,‬צעביסלעך‬ ‫צעביסלעך באקומען די קארס גאר א נייעם פנים‪.‬‬ ‫איך מיין נישט פרישע באקוועמליכקייטן‪ ,‬און‬ ‫פארשריטן אין טעכנאלאגיע‪ ,‬איך רעדט איבער‬ ‫דעם עצם דעזיין‪.‬‬ ‫טאיאטא פראדוצירט איר קעמרי אין ‪,1982‬‬ ‫און עס שטימט מיט'ן צייט‪-‬גייסט‪ .‬קעסטלדיג און‬ ‫שפיץ‪-‬פיר‪-‬עקיג אז מען קען זיך צעשטעכן‪ .‬א‬ ‫ריכטיגער תשמ"ב‪-‬הדר‪.‬‬ ‫מיין פראגע איז אזוי‪ :‬וואס וואלט געווען‬ ‫ווען איך ברענג זיי דעמאלט א היינטיגע קעמרי‪,‬‬ ‫וואלטן זיי זיך דערצו צוגעכאפט? די גרויסע לייט‬ ‫וואס זיצן על סיר הבשר און דעזיינען די אויטאס‬ ‫האבן פופציג יאר צוריק פשוט נישט געהאט דעם‬ ‫איי‪-‬קיו אז רונדיגע עקן זענען שענער? עס האט‬ ‫גענומען צענדליגער יארן פאר די חכמי קרייסלער‬ ‫צו כאפן אז זייער מיני‪-‬ווען מוז נישט אויסזען ווי‬ ‫א נאקעטע טויט‪-‬קאסטן?‬ ‫איך מיין אז זיי וואלטן עס נישט אנגענומען‪,‬‬ ‫און נישט וועגן זייטיגע פאקטארן‪.‬‬ ‫מיר פארענטפערן פריערדיגע דורות‪,‬‬ ‫אמאליגע סטיילס און באפארצוגען‪ ,‬מיט כל מיני‬ ‫פאר'חלומ'טע פסיכאלאגיעס‪ .‬דאס ווייסן מיר‬ ‫אויף זיכער אז רונדיגע עקן זענען מער אסטעטיש‬ ‫ווי קעסטלדיגע‪ .‬דאס איז אן אמת'ער אמת‪,‬‬ ‫אפגעזען פון מענטשליכע קוק‪-‬ווינקלען‪ .‬איי די‬ ‫פריערדיגע? נו‪ ,‬זיי האבן אריינגעמישט זייערע‬ ‫'געשאפענע' קאנצעפטן פון שיינקייט‪ ,‬ויצא העגל‬ ‫הזה‪.‬‬ ‫זינגען איבער דער שיינער לבנה? דאס איז‬ ‫גוט פאר משכילים פון צוויי הונדערט יאר צוריק‪,‬‬ ‫אונזער לעבן איז געבויעט אויף פעלזן‪-‬פעסטע‬ ‫מציאות‪ .‬אמאליגע האבן געגלייבט אין קעניגן‪ ,‬און‬ ‫זיך געזארגט איבער א ליקוי חמה‪ .‬מיר לעבן מיט‬ ‫הארטע סייענס‪.‬‬ ‫אבער‪ ,‬טייערע ברידער‪ ,‬איר ווייסט דאך שוין‬ ‫דעם סוד‪ ,‬דער יקום עקזיסטירט נישט וואו 'זי'‬ ‫געפונט זיך‪ ,‬זי עקזיסטירט אין אונזער מח‪ .‬מארס‬


‫געפונט זיך נישט כ'ווייס וואו‪ ...‬אויף מארס‪ ...‬זי‬ ‫געפונט זיך אין אונזער ידיעה אז מיליאנען מייל‬ ‫אוועק געפונט זיך א טויטער שטיקל מציאות וואס‬ ‫מיר האבן א נאמען געגעבען 'מארס'‪.‬‬ ‫יובל נח הררי'ס וועלט‪-‬בארימטער בוך דארף‬ ‫קיינע הספדים‪' ,‬טראכטן איז נאך קיינמאל געווען‬ ‫אזוי געשמאק‪ ',‬שרייבט איין קריטיקער‪ .‬דאס‬ ‫ערשטע מאל וואס ער האט מיר 'געכאפט' איז‬ ‫געווען מיט די ווערטער‪ :‬קיינער האט געזאגט‬ ‫ליגענט ווען‪ ,‬אין ‪ ,2011‬האט דער יו‪-‬ען פארלאנגט‬ ‫אז די רעגירונג פון ליביע זאל רעספעקטירן די‬ ‫'יומען רייטס' פון אירע בירגער‪ ,‬הגם דער יו‪-‬ען‪,‬‬ ‫ליביע‪ ,‬און 'יומען רייטס' זענען אלע פיגמענטן פון‬ ‫אונזער פרוכטבארער פאנטאזיע‪.‬‬ ‫הפוך בה דכולה בה‪.‬‬

‫עס זעט אויס אז מיר שעמען זיך וואס‪-‬אמאל‪-‬‬ ‫מער מיט'ן פאר'חלומ'טן אמאל‪ .‬פאנטאזיע‪-‬לאנד‬ ‫איז קינדעריש‪ ,‬בדיעבד איז זי מותר פאר א משורר‪.‬‬ ‫אבער שיינע גראדע גאס‪-‬גרידן זענען פונקט‬ ‫אזוי א פאנטאזירטע אמת ווי געשלענגלטע‬ ‫דארפס‪-‬שטעגן‪ .‬קאמפליצירטע מוזיק געשניטן‬ ‫מיט הארטע חוקים זענען פונקט אזוי נישט אין‬ ‫שטיין געקריצט ווי די ווילד‪-‬זעלישע געשרייען‬ ‫פון פארגאנגענע שבטים‪.‬‬ ‫סייווי איז אלעס באגרינדעט אין פאנטאזיע‪,‬‬ ‫דארט איז וואו דער שלימות פון מאצארט'ס‬ ‫קאמפאזיציעס געפונט זיך‪.‬‬

‫מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען דערמיט‪,‬‬ ‫און אנטלויפן קענען מיר ממילא נאר צוריק אהין‪.‬‬ ‫ממך אליך אברח‪.‬‬

‫אלזא‪ ,‬לאמיר מחיה מתים זיין אונזער‬ ‫טרוקענעם לעבן‪ .‬נאפאליאן איז גערעכט‪ ,‬א‬ ‫בילד איז פונקט אזוי נאפאליאן ווען זי ווייזט‬ ‫זיין כאראקטער ווי ווען איר נאז בייגט זיך אין אן‬ ‫ענליכן אנגל ווי דער נאז פון באנאפארט‪ .‬לאמיר‬ ‫זיך אפשאקלען פון די פארהארטעוועטע מוסטערן‬ ‫אין וועלכע מיר קוועטשן אריין אונזער לעבן‪.‬‬ ‫סייווי האסטו דעם מוסטער אליין באשאפן‪.‬‬ ‫לאזט אביסל אפ אייער דירת קבע‪ .‬לאמיר‬ ‫אביסל פארברענגען אין סוכה‪ .‬שעמט אייך נישט‬ ‫זיך צו פארזינגען אן אלטמאדישן ליד איבער אירע‬ ‫געמיינע ברעטער‪ ,‬פארגלייזט אייך די אויגן צום‬ ‫פייף פונעם דינעם ווינטל‪.‬‬ ‫'מיר' האבן נישט א גאט ווייל מיר 'האבן' א‬ ‫גאט‪ .‬מיר 'האבן' א גאט ווייל 'מיר' האבן א גאט‪.‬‬ ‫נעמט אן אתרוג צום הארץ מיט א‬ ‫קארליבאכישער געפיל‪ ,‬און יא‪ ,‬ווייל עס פאסט‬ ‫אונז צו טראכטן אז זי רעפרעזענטירט דאס הארץ‪.‬‬ ‫לאמיר זיך אויפלאזן; לאמיר זיין 'וואולנערעבעל';‬ ‫לאמיר זיך נישט צובינדן צו א פיר‪-‬עקיגן ציגל‬ ‫וואס וועט אונז אראפציען צום גרונט פונעם ים‪.‬‬ ‫ווי האט טשורטשיל געזאגט‪ :‬איך בין טאקע‬ ‫שיכור‪ ,‬רעבעצין‪ ,‬אבער אינדערפרי וועל איך זיין‬ ‫ניכטער און דו וועסט נאכאלס מיאוס זיין‪...‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪65 /‬‬


‫ווער וועט‬ ‫"אים"‬ ‫באשרייבן?‬ ‫אפהאנדלונג איבער פראפעסאר שמואל‬ ‫היילמאנ'ס אינטערוויו מיט'ן "וועקער"‬ ‫יהודה מאשקאוויטש‬ ‫"ווער וועט אונז באשרייבן?" האט געלויטעט‬ ‫דאס צוציענדן קעפל פונעם אינטערוויו‪ ,‬וואס דער‬ ‫סאציאלאג שמואל היילמאן האט אפגעהאלטן‬ ‫מיט איציק בלימאן איבער זיינע פארשונגען אויף‬ ‫חסידישע הויפן און איבערהויפט איבערן לעצטן‬ ‫בוך זיינעם‪" ,‬ווער וועט אונז פירן?"‬ ‫דער דעקל פונעם "וועקער" האט אים זאגאר‬ ‫באטיטלט אלץ נישט ווייניגער ווי "דער פארשער‬ ‫פון חסידים‪ ",‬מסתמא צוליב זיין געלונגענעם‬ ‫טייל אין אויפווייזן אז אקאדעמישע ווערק איז‬ ‫אפטמאל ווערד – לצור על פי צלוחיתו‪.‬‬ ‫‪ / 66‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫איך‪ ,‬א קנאפער חסיד פון חרדיזם‪ ,‬און א‬ ‫קנאפערער חסיד פונעם עצם חסידות'מוס‪ ,‬מוז‬ ‫פארט שטיין מיט אן אפן מויל פון שטוינונג‪,‬‬ ‫ווען דער "פארשער פון חסידים" איז נישט קיין‬ ‫צווייטער ווי היילמאן‪ .‬מאנכע באטיטלען אים אלץ‬ ‫קאנטראווערסיעלע פיגור‪ ,‬אנדערע באטראכטן‬ ‫אים ווי אן אנשמירער‪ ,‬אבער איך קוק אים נישט אן‬ ‫ווי אזא שלעכטן פארשוין‪ .‬איך געב אים ניטאמאל‬ ‫דעם כבוד אדער רעכט דערפאר‪.‬‬ ‫*‬


‫זומער תשע"ז‬

‫זומער תשע"ז‬

‫אין די לעצטיגע יארן איז פארהאן אן‬ ‫אויפשטייג פון פארשער וואס באנעמען זיך‬ ‫מיט דער חרדישער קולטור‪ ,‬און אפילו מיטן‬ ‫חסידישן לעבנסשטייגער און איר היסטאריע‪.‬‬ ‫צווישן די באקאנטע נעמען‪ ,‬וואס האבן אלע‬ ‫זוכה געווען אריינצוגיין אין דער קאטעגאריע פון‬ ‫"קאנטראווערסיאל"‪ ,‬שטייען ארויס די פאלגענדע‪:‬‬ ‫ד"ר בנימין [בעני] בראון – דער פארפאסער‬ ‫פונעם בוך אויפן חזון איש; פראפעסאר דוד אסף‬ ‫– פארפאסער פון פילע ביכער וואס באנעמען זיך‬ ‫בעיקר מיטן היסטאריע פון חסידות; און ד"ר מלך‬ ‫[מארק] שפירא – פארפאסער פון ביכער איבער‬ ‫דער חרדישער קולטור‪.‬‬ ‫בעני בראון איז‬ ‫באוואוסט מיטן בוך אויפן‬ ‫חזון איש‪ ,‬וואס מאנכע‬ ‫האבן באטיטלט אלס א‬ ‫הערליכער מייסטערווערק‬ ‫אבער מיט אן אגענדע אין‬ ‫שפיץ‪ .‬ער האט געוואלט‬ ‫אריינפאסן דעם חזון איש‬ ‫געדאנקנסגאנג‬ ‫אינעם‬ ‫וואס ד"ר בראון האט‬ ‫אויסגעשטעלט פאר אים‪,‬‬ ‫און אזוי האט ער אים ווי‬ ‫"אריינגעצווינגען" אין דעם‬ ‫ווינקל‪ .‬זיין ביכל האט אבער‬ ‫זיכער יא ארויסגעברענגט‬ ‫פילע אומבאקאנטע זיטן און‬ ‫שטריכן פונעם חזון איש‪ ,‬און‬ ‫איבערהויפט – בראון האט א‬ ‫קלארע וויזיע פאר זיין מהלך‪.‬‬ ‫דוד אסף שטייט שוין יא‬ ‫אויס מער קאנטראווערסיע‪ ,‬סיי‬ ‫צוליב די טעמעס וואס ער קלויבט אויס‪ ,‬גאר‬ ‫אפט אלטע חסידישע פאליטיק און שמוץ‪ ,‬און‬ ‫סיי צוליב די מקורות וואס ער גלייבט – אפטמאל‪,‬‬ ‫אלטע געלע זשורנאליזם און פאשקעווילן‪ .‬פארט‬ ‫אבער‪ ,‬זענען אפילו אספ'ס מתנגדים מודה‪ ,‬אז זיין‬ ‫ארבעט איז א דורכנעמענדער‪ ,‬מיט אומצאליגע‬ ‫קלארע מקורות – הגם לאו דווקא געטרויבאר‪,‬‬ ‫און גראבע טעותים זענען ממש א מילתא דלא‬ ‫שכיחא‪.‬‬ ‫צולעצט שטייט דער ארטאדאקסישער מארק‬

‫שפירא‪ ,‬וועלכער איז טאקע טראדיציאנאל היבש‬ ‫א שארפע מתנגד צום אולטרא‪-‬ארטאדאקסישן‬ ‫סטיל אידישקייט‪ ,‬און חסידיזם געבט נישט צו‬ ‫קיין איבעריגע בא'טעמ'טע הרגשים איבער דער‬ ‫חרדישער קולטור‪ .‬ער איז אפטמאל בייסיג‪ ,‬אבער‬ ‫קלאר און צו דער זאך‪.‬‬ ‫דערנאך קומט אונזער העלד שמואל‬ ‫היילמאן‪ ,‬וואס טיילט די זעלבע ראלע פון די‬ ‫אויבנדערמאנטע דריי פיגורן‪ ,‬מיט דעם וואס‬ ‫ער שטייט אויך אויס קריטיק‪ ,‬אבער שטייט‬ ‫פונאנדערטיילט פון די אויבנדערמאנטע דריי –‬ ‫אין יעדן אנדערן הינזיכט‪.‬‬ ‫ווען צאנזער רב איז‬ ‫נפטר געווארן‪ ,‬האט אים‬ ‫זיין זון דער שינאווער‬ ‫רב מספיד געווען מיט‬ ‫די באקאנטע ווערטער‬ ‫וואס ווערן אפטמאל‬ ‫גענוצט אלס ביישפיל‪:‬‬ ‫"צו זאגן אז דער‬ ‫טאטע איז געווען דער‬ ‫גרעסטער גאון‪ ,‬איז‬ ‫אפשר א גוזמא‪ ,‬עס‬ ‫זענען אויך מעגליך‬ ‫גרעסערע‬ ‫געווען‬ ‫עובדי ה' ווי אים‪,‬‬ ‫און דער טאטע איז‬ ‫לאו דווקא געווען‬ ‫דער סאמע שפיץ‬ ‫בעל חסד‪ ,‬אבער‬ ‫צו טרעפן אזא‬ ‫השלמה פון תורה‬ ‫עבודה און גמילות‬ ‫חסדים אין איין מענטש‪ ,‬דאס איז נאר געווען ביים‬ ‫טאטן‪".‬‬ ‫שמואל היילמאן שטייט אין פלאץ פון צאנזער‬ ‫רב‪ ,‬להבדיל‪ .‬צו זאגן אז אנדערע פארשער צווינגען‬ ‫נישט אריין פערזענליכקייטן אין אומריכטיגע‬ ‫ווינקלען‪ ,‬אויף אן ערגערן פארנעם ווי אים‪ ,‬איז‬ ‫מוגזם; דאס זוכן קאנטראווערסיעלע ארטיקלען‬ ‫און שמוץ אויפן חרדישן ציבור‪ ,‬זענען דא וואס‬ ‫טוען דעם ארבעט בעסער ווי אים; און אפילו סתם‬ ‫צו זיין א בייסער און קריטיקירער אויף אונזער‬ ‫געזעלשאפט‪ ,‬זענען אויך דא גרעסערע מלומדים‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪67 /‬‬


‫ומכובדים; אבער צו טרעפן אזא שלימות פון‬ ‫חסרונות אין יעדן הינזיכט‪ ,‬אזויווי מיר טרעפן ביים‬ ‫"פראפעסאר" און "סאציאלאג" און "פארשער"‪,‬‬ ‫שמואל היילמאן‪ ,‬דאס איז שוין א חידוש אפילו‬ ‫אין דער וועלט פון חרדיזם‪/‬חסידות'מוס פארשער‪.‬‬ ‫אבער כאמור‪ ,‬געב איך אים ניטאמאל דער‬ ‫קרעדיט דערפאר‪ ,‬און ניטאמאל קריגט היילמאן‬ ‫דעם רעכט צו ווערן אנגערופן אונזער "פיינט"‬ ‫אדער אפילו "קאנטראווערסיעלע פיגור"‪ .‬כדי צו‬ ‫פארדינען אט די צווייפלהאפטיגע טיטלען‪ ,‬דארף‬ ‫מען כאטש זיין א "מר בר רב אשי" אינעם פעלד‬ ‫פון חרדיזם פארשעריי‪ ,‬און א היבשער חכם אינעם‬ ‫געביט פון פארשעריי בכלל‪ .‬ווידער ווען איינער‬ ‫וואס געבט דעם אומאויפהערליכן איינדרוק פון א‬ ‫"בר בי רב דחד יומא" אינעם געביט פון פארשעריי‬ ‫בכלל‪ ,‬און פון פארשטיין אונזער קולטור בפרט‪,‬‬ ‫דאן איז מען נישט קיין פיינט‪ ,‬און ניטאמאל קיין‬ ‫קאנטראווערסיעלע פיגור‪ .‬דאן איז מען בסך‪-‬הכל‬ ‫א קינד‪.‬‬ ‫טאקע א קינד וואס מאכט אסאך גערודער‪,‬‬ ‫א קינד וואס מאכט געוויסע עלטערע מענטשן‬ ‫קלערן אז ווארשיינליך איז דאס גרויס מויל‬ ‫אויך אן עלטערער פארשוין‪ ,‬און א קינד וואס‬ ‫האט טאקע די מיקראפאן ביי דער אלגעמיינער‬ ‫‪ / 68‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫געזעלשאפט וואס האט ניטאמאל די ידיעות פון‬ ‫א קינד איבער אונזער קולטור‪ ,‬און מיינען אז מיט‬ ‫אים האט מען געטראפן דעם אוצר אונטערן בריק‪.‬‬ ‫אבער פארט נאר א קינד‪.‬‬ ‫*‬ ‫ווען איך האב געזען צום ערשטן מאל דעם‬ ‫דעקל פונעם וועקער‪ ,‬איז מיר דאס בלוט ארויף‬ ‫אין פנים‪ :‬אט דער לעצטער קאנדידאט צו‬ ‫פארשטיין אונזער קולטור‪ ,‬אט דער פארשוין וואס‬ ‫האט שוין געמאכט אומצאליגע גראבע טעותים‬ ‫אין זיינע ביז‪-‬איצטיגע אפהאנדלונגען‪ ,‬אט ער איז‬ ‫גאר געווארן דער העלד וואס גייט אונז ערקלערן‬ ‫וויאזוי זיין א‪.‬ג‪ .‬פארשונג גייט צו? אבער פון‬ ‫דער אנדערער זייט האב איך מיך פארט שטארק‬ ‫געפריידט‪ ,‬האפנדיג אז אינעם אינטערוויו וועלן‬ ‫זיך זאכן עטוואס אויסקלארן‪.‬‬ ‫אויב ער וועט אונז נישט באווייזן אויפצוקלערן‪,‬‬ ‫וועט ער אונז לפחות באווייזן אויסצוקלארן –‬ ‫ווער "ער" איז‪.‬‬ ‫צו זיין קרעדיט מוז איך זאגן‪ ,‬אז ער האט‬ ‫מיך נישט אנטוישט‪ .‬ער האט טאקע באוויזן‬ ‫אויסצוקלארן איינמאל פאר אלעמאל ווער‬ ‫"ער" איז‪ .‬וויפיל זיין איי‪-‬קיו איז‪ ,‬וויפיל זיין‬ ‫מענטשליכקייט איז‪ ,‬וויפיל זיין קראנטקייט איז‪,‬‬ ‫און וויפיל ערנסטקייט און געוויכט זיינע ווערטער‬ ‫און "פארשונגען" דארפן טראגן‪.‬‬ ‫איך וועל זיך דא באציען צו עטליכע פערל‪-‬‬ ‫רייד וואס האבן געשפרודלט פון אט דעם פה‬ ‫מפיק מרגליות‪ ,‬אזוי אז דער וואס האט זיך נאך‬ ‫עטוואס גע'ספק'ט איבער זיין פערזענליכקייט‬ ‫און קראנטקייט‪ ,‬זאל זיך מער נישט דארפן‬ ‫ארומדרייען אומקלאר‪ ,‬נאכדעם וואס דער‬ ‫הויכגעשעצטער פראפעסאר זעלבסט האט אונז‬ ‫געגעבן אן אריינבליק אין זיין מח‪.‬‬

‫פארנעמט נישט קיין‬ ‫היץ‪ ,‬אבער מישט דעם‬ ‫טאפ אין קאך‬ ‫צום אלעמען ערשט זעט מען כמין חוט של‬ ‫חריין משוך עליו‪ ,‬דורכאויס דעם אינטערוויו‪ ,‬אז‬ ‫דער פראפעסאר קען נישט דולדן קיין אפאזיציע‪.‬‬


‫ער ווערט ווילד און שטארק באליידיגט פון‬ ‫חרדישער קריטיק אויף זיינע ביכער‪ .‬ער איז נישט‬ ‫דער איינציגסטער צו באשולדיגן אונזער קולטור‬ ‫אז מיר קענען נישט און ווייסן נישט וויאזוי צו‬ ‫לייענען קריטיק אויף אונזער לעבנסשטייגער‪,‬‬ ‫אבער ער איז יא דער איינציגסטער וואס מאכט‬ ‫זיכער עס איבערצוזאגן עטליכע מאל דורכאויס‬ ‫דעם אינטערוויו‪ ,‬געבנדיג דעם איינדרוק ווי א‬ ‫קליין קינד וואס וויינט אז מ'בוליעט אים אין‬ ‫שולע‪ ,‬אומשולדיגערהייט – פארשטייט זיך‪.‬‬ ‫איך וועל שפעטער ארומרעדן איבער דער‬ ‫קוואליטעט פון דער קריטיק‪ ,‬צי עס איז א מצב‬ ‫פון "יש דברים בגו" אדער נישט‪ .‬אבער אזוי צי‬ ‫אזוי‪ ,‬איז עס זייער אומפראפעסיאנאל און היבש‬ ‫קינדיש איבערצו'חזר'ן איינמאל און נאכאמאל‬ ‫איבער די "אסאך מענטשן וועלן לייענען דאס‬ ‫בוך (אזוי ווי זיי האבן געלייענט די אנדערע ביכער‬ ‫וואס איך האב געשריבן) בלויז כדי זיך אנצוכאפן‬ ‫אויף די 'גרייזן' וואס געפונען זיך אין בוך‪ ",‬צי זיין‬ ‫באשולדיגונג קעגן ליובאוויטש וואס קען נישט‬ ‫פארנעמען זיין בוך‪ ,‬צי זיין באשולדיגונג קעגן‬ ‫"עמי" מאגאזין וואס האט אים אטאקירט‪ ,‬צי זיין‬ ‫קראקאדיל קלאגעריי אז "זייער זעלטן הער איך‬ ‫ווי מ'פארטיידיגט מיך‪' :‬היילמאן איז נישט קיין‬ ‫חסיד‪ ,‬אבער קוק נאר וויפל זאכן זענען ריכטיג!'‬ ‫נישט אלע זענען גרייט מיך דן צו זיין לכף זכות‪,‬‬ ‫אויב איך בין דער 'שונא' פון חרדיזם‪".‬‬ ‫איבערהויפט איז עס אבער מאדנע‪,‬‬ ‫אריינקוקנדיג אין די ביכער זעלבסט‪ .‬אפגערעדט‬ ‫פון די שרעקליכע פארנאכלעסיגקייט וואס‬ ‫ווייזט זיך ארויס איינמאל אין נאכאמאל אין‬ ‫יעדן בוך באזונדער‪ ,‬מיט אומקראנטע און אפילו‬ ‫אוממעגליכע עפיזאדן אין היסטארישע נישט‪-‬‬ ‫געשטויגענע פאקטן‪ ,‬וואס דאס אליינס וואלט‬ ‫ווערד געווען אז מ'זאל דן זיין זיינע ספרים‬ ‫אזויווי מ'איז זיי טאקע דן‪ ,‬איז אבער זיין קרעכצן‬ ‫און טייטלען מיטן פינגער אן ערשטקלאסיגער‬ ‫אבסורדאלער מהלך‪ .‬די פראזע לויטעט‪" :‬ווער עס‬ ‫קען נישט פארנעמען די שמעק פון פולווער‪ ,‬זאל‬ ‫זיך נישט דרייען אויפן פראנט‪ ",‬און איך וואונדער‬ ‫מיך אויב דער בארימטער סאציאלאג האט נאך‬ ‫קיינמאל נישט געהערט דעם געדאנק‪ ,‬דורכאויס‬ ‫זיין געלונגענע קאריערע פון אדורכנישטערן‬ ‫חסידישע היסטאריע‪.‬‬

‫זיין ארבעט איז געוויס נישט איידל און‬ ‫גלאנצעדיג‪ ,‬און מטבע הדברים רעגט עס שטארק‬ ‫אויף די באטרעפנדע‪ ,‬איבערהויפט ווען אפטמאל‬ ‫הינקען די פאקטן אונטער און אסאך גיבובי דברים‬ ‫זענען געבויט אויף דער אבזערוואציע אדער‬ ‫גאר אינטואיציע פונעם סאציאלאג זעלבסט‪.‬‬ ‫באזונדער ליידט היילמאן פון דער שוועריגקייט צו‬ ‫זיין א מודה על האמת ‪ -‬שוין נאכן ווערט געכאפט‬ ‫ביים רעדן דברי שטות ‪ -‬וואס איז זעלבסט א‬ ‫גוטע כלי אפצושאקלען ווארהייט‪-‬נישטערער‪.‬‬ ‫אצינד דארפן מיר‪ ,‬די אויף וועמען ער צילט‬ ‫זיינע ווערטער‪ ,‬אננעמען דעם הויכגעשעצטן‬ ‫סאציאלאג'ס פארשונגען וואס זענען שטענדיג‬ ‫לוקה בחסר? און ער פארשטייט גארנישט‬ ‫פארוואס מיר הויבן ארויס די אומקראנטע‬ ‫שטיקלעך און אומריכטיגע אפהאנדלונגען?!‬

‫גאוה – א רעצעפט‬ ‫פאר א דורכפאל‬ ‫מארק שפירא איז לדעתי אפטמאל מער‬ ‫בייסיג ווי היילמאן‪ ,‬אבער לשבחו (בין שאר‬ ‫השבחים) יאמר אז ער רעדט ווי א מענטש צווישן‬ ‫מענטשן‪ .‬ווען א פרעזידענט געבט אן אינטערוויו‪,‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪69 /‬‬


‫פרובירט ער נישט ארויסצוהויבן גינוני מלכות‬ ‫ווי ביי דער סטעיט‪-‬אוו‪-‬די‪-‬יוניאן רעדע‪ ,‬נאר‬ ‫ער שטעלט אוועק א טאן ווי א מענטש וואס‬ ‫פארשטייט זיך מיטן געווענליכן טאם‪-‬דיק‪-‬ענד‪-‬‬ ‫הערי‪ .‬דער ציל איז אז יעדער זאל אנערקענען דעם‬ ‫הויכגעבילדעטן מענטש ווי א נארמאלן פערזאן‬ ‫מיט אנשטענדיגע זיטן‪ .‬ביים אינטערוויו וואס‬ ‫ידידי הרב ראובן האט אפגעהאלטן מיט מארק‬ ‫שפירא (וועקער ‪ ,)7#‬האט זיך אממערסטנס‬ ‫ארויסגעוויזן דאס גלאטקייט‪ ,‬שכל הישר‪ ,‬און‬ ‫אפנקייט פון מארק שפירא‪ ,‬וואס האט געמאכט‬ ‫זיין אינטערוויו אלס אן אויסגעצייכנטן שריט פון‬ ‫אלע זייטן‪.‬‬ ‫דאס סאמע פארקערטע קען באצייכנט ווערן‬ ‫אונזער העלד'ס אינטערוויו‪ .‬היילמאן האט באוויזן‬ ‫ארויסצואווייזן אן אומגלויבליכן מאס שחצנות און‬ ‫גאווה דורכאויס דעם אינטערוויו‪ ,‬און יעדער וואס‬ ‫האט געוואלט הערן "איינמאל פאר אלעמאל"‬ ‫וואס היילמאן האט צו זאגן איבער אונז‪ ,‬האט מיט‬ ‫אפשיי געדארפט מיטהאלטן א ראטע פון זלזול‬ ‫אין אונזער אינטעליגענץ‪ ,‬אדער בעסער געזאגט‪:‬‬ ‫א זלזול אין היילמאנ'ס אינטעליגענץ‪.‬‬ ‫כדי צו פארשטיין הבערה על מה יצאת‪,‬‬ ‫וועלן מיר עטוואס איבערגיין געוויסע קלוגע‬ ‫‪ / 70‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫פאראגראפן פון אונזער סאציאלאג‪.‬‬ ‫לאמיר אנהייבן מיט דער נקודה וואס מיר האבן‬ ‫שוין אראפגעברענגט פריער‪ :‬די גרויסע דאזע פון‬ ‫קרעכצערייען און דאס זיך אפרעדן איבער דעם‬ ‫וואס מיר כאפן זיך אן אויף זיינע גרייזן אא"וו‪.‬‬ ‫היילמאן ענטפערט דאס נישט אויף קיין פראגע‬ ‫וואס איז געוואנדן געווארן דירעקט דערוועגן‪.‬‬ ‫נאר איינמאל פרעגט אים בלימאן איבער דער‬ ‫אטאקע וואס דער מאגאזין "עמי" האט געמאכט‬ ‫אויף אים‪ ,‬וואס אויף דעם איז טאקע פאסיג אזא‬ ‫סטיל ענטפער‪ ,‬און אפילו דארטן האט בלימאן‬ ‫דאס נישט "געפרעגט" אריגינעל פון היילמאן‪ .‬עס‬ ‫איז געווען היילמאן וואס האט ווידעראמאל זיכער‬ ‫געמאכט ארויסצוברענגען זיינע געפילן איבער‬ ‫וואס "עמי" האט געטון צו אים‪ ,‬און בלימאן האט‬ ‫זיך פשוט ארויפגעכאפט אויפן וואגאן‪.‬‬ ‫א צייכן פון א חכם איז‪ ,‬צו וויסן ווען זיך צו‬ ‫האלטן דאס מויל‪ .‬וחלופיהן בגולם‪.‬‬ ‫היילמאן טוט זיך אויף מיט זיין‬ ‫קאנטראווערסיעלן בוך אויף ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫ז"ל‪" :‬איך וואלט געזאגט אז אונזער בוך האט‬ ‫אינספירירט א גאנצע אינדוסטריע אין חב"ד פון‬ ‫ביאגראפיעס וועגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן‪.‬‬ ‫ס'איז לעצטנס ארויס נאך א ביאגראפיע וועגן‬ ‫זיינע יונגע יארן‪ .‬מיינער א קאלעגע איז געגאנגען‬ ‫צו א רעדע וועגן דער ביאגראפיע און ער זאגט מיר‬ ‫אז ס'איז גיכער א האגיאגראפיע‪ .‬ס'איז דווקא‬ ‫זייער שווער צו שרייבן א האגיאגראפיע וועגן‬ ‫יענע יונגע יארן‪ ,‬ווייל דעמאלט איז בכלל נישט‬ ‫געווען קלאר אז ער וועט ווערן אזא גרויסער‬ ‫פירער און רבי‪".‬‬ ‫איך וויל ארויסברענגען דריי הערות‪ ,‬כ'ווייס‬ ‫נישט וועלכער איז וויכטיגער‪:‬‬ ‫‪ .1‬די התפארות איז אומנויטיג און‬ ‫אומפראפעסיאנאל‪ .‬קודם כל‪ ,‬האט בלימאן אים‬ ‫נישט געפרעגט אויב זיין בוך האט איבערגעלאזט‬ ‫א חלל פאר האגיאגראפישע ביכער‪ ,‬אדער אויב‬ ‫ער האט כאטש אינספירירט אנדערע צו שרייבן‬ ‫געגן‪-‬ביכער‪ ,‬און ווען מ'שטופט זיך אריין די‬ ‫נאז איבעראל איז די שחצנות דורכזיכטיג‪ .‬אויב‬ ‫בלימאן פרעגט אים וויפיל מ'קען זיך אויסלערנען‬ ‫וועגן דער חסידישער באוועגונג אויב מ'איז‬ ‫פאקוסירט בלויז אויף אירע מנהיגים‪ ,‬וואס איז‬ ‫גראדע זייער א גוטע און לעגיטימע פראגע‪ ,‬זאל‬


‫ער זיך ביטע האלטן אויף די רעלסן און פאקוסירן‬ ‫אויף דער פראגע‪ .‬א זאך וואס ער האט ליידער‬ ‫נישט געטון‪.‬‬ ‫‪ .2‬זיין בוך האט אינספירירט א גאנצע‬ ‫אינדוסטריע אין חב"ד פון ביאגראפיעס וועגן‬ ‫זייער רבי'ן? ער לעבט אויף פלאנעט ערד אדער‬ ‫אויף פלוטא? ווער ווייסט דען נישט פון חב"ד'ס‬ ‫אומגלויבליכע מאס ביכער און ביאגראפיעס‬ ‫וואס זענען ערשינען מאז היתה חב"ד לגוי?‬ ‫ליובאוויטש איז דער רעוואלוציאנער אין וועלט‬ ‫פון ביאגראפיעס און האגיאגראפיעס‪ ,‬שוין‬ ‫הונדערט און פופציג יאר‪ ,‬לאנג בעפאר די סארט‬ ‫פראפאגאנדע איז געווארן א נחלת כל חצרות‬ ‫האדמורי"ם! דאס ווייזט אויף זיין גאוה געמישט‬ ‫מיט אומוויסנדקייט אין אונזער קולטור‪.‬‬ ‫‪ .3‬אפילו זיין קנאקעדיגע ביאגראפיע‪ ,‬וואס‬ ‫שרייבט "אלעס" איבער ליובאוויטשער רבי'ס‬ ‫יונגערע יארן‪ ,‬איז אויך נישט דער פארויסגייער אין‬ ‫דעם געביט‪ .‬הרב שאול שמעון דויטש‪ ,‬וועלכער‬ ‫רופט זיך ליאזנער רבי‪ ,‬האט שוין ארויסגעגעבן א‬ ‫בוך יארן בעפאר אים‪ ,‬וואו ער האט אויך געשריבן‬ ‫אזעלכע שפאנענדע אויפדעקונגען איבערן רבי'ן‪.‬‬ ‫דער חידוש? דויטש איז געווען דער פיאנער‪,‬‬ ‫דויטש איז געווען א חסיד וואס האט זיך געוואגט‪,‬‬ ‫און דויטש איז אפילו אויסגעשטאנען טעראר‬ ‫דערפאר‪ .‬קומט היילמאן און נעמט קרעדיט‪,‬‬ ‫אויסשליסליכער קרעדיט‪ ,‬כאילו ער האט‬ ‫אויפגעמאכט די פושקע ווערים‪.‬‬ ‫היילמאן דערציילט איבער דעם בעלזער חבר‬ ‫כנסת וואס איז אים געקומען געבן אינפארמאציע‬ ‫איבער בעלזא‪" :‬האב איך אים געפרעגט‪ ,‬נו‪ ,‬זאגט‬ ‫מיר‪ ,‬פארוואס זענט איר געקומען? זיין ענטפער‬ ‫איז געווען מעטאפאריש‪' :‬פאר א גארגל איז‬ ‫נישט כדאי זיך פליישיג צו מאכן‪ ,‬אבער פאר א‬ ‫פולקע יא‪ '.‬איך בין געווען די פולקע‪ ".‬דאס איז‬ ‫ערשט‪-‬קלאסיגער טיפשות פון א מענטש וואס‬ ‫קען זיך נישט איינהאלטן און כאטש "שפילן"‬ ‫פראפעסיאנאל‪.‬‬ ‫איציק בלימאן וואגט זיך צו פרעגן‬ ‫איידעלערהייט‪" :‬וואלט איר דא מודה געווען אויף‬ ‫א טעות וואס איר האט געמאכט?"‪ ,‬און היילמאן‬ ‫ענטפערט צוריק ווי א איד‪" :‬אין דעם בוך אדער‬ ‫אין אלגעמיין?" און זעצט פאר מיטן זאגן "אין‬ ‫דעם בוך האב איך א טעות‪ .‬למשל‪ "...‬נאר איינער‬

‫וואס איז נישט אויסגעקאכט אין די סדר העולם‬ ‫וויאזוי מ'רעדט מיט אנדערע‪ ,‬איבערהויפט אין‬ ‫אן אינטערוויו פאר א פראפעסיאנאלן זשורנאל‪,‬‬ ‫קען פארזעצן צו לייענען ווייטער אן אויפברויז‪.‬‬ ‫ווען א מענטש קען נישט דולדן אזא פראגע‪ ,‬און‬ ‫קען נישט מודה זיין על האמת‪ ,‬דאן ענטפערט מען‬ ‫צוריק מיט א געמאכטע תמימות'דיגע פראגע פון‬ ‫וועלכן בוך מ'רעדט (הרב היילמאן‪" :‬אלע" אייערע‬ ‫ביכער!)‪ ,‬און דערנאך זאגן אז אין "דעם בוך" האב‬ ‫איך "א טעות"‪ ,‬און נישט "טעותים"‪ ,‬ווען א רגע‬ ‫שפעטער זעצט ער פאר מיט איין "למשל"‪...‬‬ ‫אנשטאט אויסנוצן די פלאטפארמע מודה צו‬ ‫זיין ווי א מענטש מיט קינדישע טעותים‪ ,‬וואס‬ ‫זענען אומפראפעסיאנאל פאר א פראפעסאר און‬ ‫פארשער‪ ,‬וואס זייענדיג א מודה על האמת וואלט‬ ‫ער געוויס ארויסגעקומען א העלד און ערנסטער‬ ‫מענטש‪ ,‬טוישט ער שנעל די איידעלע אטאקע אין‬ ‫א קאנטער‪-‬אטאקע אויף די וואס קריטיקירן אים‪.‬‬ ‫זיינע כאראקטעריסטישע שטריכן צייגן זיך ארויס‬ ‫מיט אלע זייערע פארבן‪ .‬אלע זענען אומגערעכט‬ ‫און שולדיגע‪ ,‬אויסער ער זעלבסט וואס איז נאר א‬ ‫מענטש וואס קען מאכן טעותים‪" .‬א יעדער נאר‬ ‫נישט איך" – איז דער ניגון אויף א פאפולערער‬ ‫אידישער קאסעטע‪ ,‬פון א קינד וואס קען נישט‬ ‫נעמען אחריות אויף זיינע אייגענע דורכפעלער‪.‬‬ ‫איך קען דורכגיין נאך אסאך פראזן און‬ ‫פאראגראפן וואס צייגן אויף זיין כאראקטער‪,‬‬ ‫אבער איך וועל צוענדיגן מיט די ווערטער וואס ער‬ ‫ענדיגט צו ביים סוף אינטערוויו‪ ,‬וואס דארטן רופן‬ ‫זיינע ווערטער פשוט ארויס ווידערווילן‪ .‬בלימאן‬ ‫פרעגט אויב ער קען זאגן עפעס א פערזענליכע‬ ‫אבזערוואציע איבער די צוויי רבי'ס לבית סאטמאר‬ ‫ובית באבוב‪ ,‬ווער עס איז לדעתו גערעכט אין‬ ‫זייערע מחלוקת'ן און וואס עס זענען זייערע‬ ‫מעלות און חסרונות‪ .‬איך קען פארשטיין אז ער‬ ‫זאל נישט וועלן ענטפערן אויף דער פראגע‪ ,‬און‬ ‫אנשטאט דעם זאגן אז עס וועט זיין צו א לאנגע‬ ‫ענטפער על רגל אחת‪ .‬היילמאן איז אבער בוחר‬ ‫את הרע ברובו‪ ,‬און איז מזלזל אין אינטעליגענץ‬ ‫זאגנדיג אז ער וויל בשום אופן נישט זאגן אינעם‬ ‫אינטערוויו וואס זיינע מיינונגען זענען‪ ,‬ווייל ס'איז‬ ‫נישט יושר'דיג אז מענטשן זאלן דאס וויסן סתם‬ ‫פון אן אינטערוויו אן דורכלייענען זיין בוך‪ .‬ווער‬ ‫עס וויל וויסן זיינע דעות זאל קויפן זיין ביכל‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪71 /‬‬


‫אויסער די אומפראפעסיאנעלקייט פון‬ ‫פראפאגאנדירן פאר זיין בוך‪ ,‬און פון ארויסווייזן‬ ‫געלדגייציגקייט אז זיין בוך מוז פארקויפט ווערן‪,‬‬ ‫רעדט זיך דא פון א חוצפה'דיגן סארט ענטפער‪.‬‬ ‫מדרך הנימוס ודרך ארץ פרעגט מען דעם היילמאן‪,‬‬ ‫אז ער זאל כאטש עפעס דערציילן איבער‬ ‫וואס זיין פערזענליכער אבזערוואציע איז‪ .‬א‬ ‫נארמאלע מענטש פארשטייט‪ ,‬אז מ'זאגט עפעס‬ ‫א קלייניגקייט וואס מ'קען ערקלערן קורץ און‬ ‫שארף‪ ,‬און מ'פירט אויס אז דאס איבעריגע שטייט‬ ‫אין בוך‪ ...‬אזוי געבט מען כאטש אן אריינבליק אין‬ ‫זיין פארשונג ארבעט און וויאזוי זיין קאפ ארבעט‪.‬‬ ‫אזוי האט אויך מארק שפירא געטון עטליכע‬ ‫מאל דורכאויס דעם אינטערוויו וואס ער האט‬ ‫געגעבן צום וועקער‪ ,‬זאגנדיג עטליכע פון זיינע‬ ‫שיטות אינערהאלב עולם החרדי והחסידי‪ .‬אבער‬ ‫היילמאן געבט דעם גאר אומהיימליכן געפיל‬ ‫פון א גאוותן‪ ,‬וואס מ'דארף זיך ביקן פאר אים‬ ‫אז ער זאל אנטפלעקן מאוצרו הטוב אשר ספון‬ ‫טמון בבית גנזיו‪ ,‬און כאפט נישט אז ער שיסט‬ ‫זיך אין די אייגענע פיס – ווייל אויב ער זאגט‬ ‫ווען עטוואס פון זיינע פריוואטע שיטות‪ ,‬וואלט‬ ‫ער מעגליך כאטש איינגעהאנדלט אפאר חסידים‬ ‫וואס וואלטן מעגליך יא געהאלטן אז ער איז א‬ ‫גוטער פארשער‪ .‬אבער פארפאלן‪ ,‬א גאוותן איז א‬ ‫רעצעפט פאר א דורכפאל‪.‬‬

‫ווען דער "תם" פרעגט‬ ‫נישט "מה זאת?"‪ ,‬נאר‬ ‫זאגט "מה העבודה‬ ‫הזאת לכם!"‬ ‫מיר האבן שוין ארויסגעברענגט אנהייב‬ ‫ארטיקל‪ ,‬אז היילמאן איז ניטאמאל ווערד דער‬ ‫טיטל "פיינט" אדער "קאנטראווערסיעלע פיגור"‪,‬‬ ‫וואס באלאנגט אפשר צום רשע פונעם הגדה‪,‬‬ ‫וואס זוכט און ווייסט וויאזוי צו טריצן‪ .‬היילמאן‬ ‫ווידער‪ ,‬איז א פשוט'ער תם וואס האט נישט‬ ‫ארויס די פשוט'ע ניואנסן פונעם היימישן ציבור‪,‬‬ ‫אבער חוצפה'נען חוצפה'ט ער זיך צו טריצן און‬ ‫כלומר'שט אראפמאלן אונזער לעבנסשטייגער‬ ‫און היסטאריע‪.‬‬ ‫‪ / 72‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫זיין תמימות איז ווערד אן אנאליז פאר זיך‪,‬‬ ‫אבער זיין מאדנער וועג וויאזוי זיך צו ספראווען‬ ‫מיט דער היץ‪ ,‬איז ווערד אן אנאליז דא אויפן ארט‪.‬‬ ‫ווען בלימאן פרעגט אים איבער די טעותים וואס‬ ‫ער האט געמאכט‪ ,‬צי ער איז מודה דערינען‪ ,‬גייט‬ ‫היילמאן טון דאס וואס יעדער גנב וועט טון‪ :‬זיין‬ ‫א "מודה במקצת"‪ .‬חז"ל לערנען אונז אויס‪ ,‬אז א‬ ‫"מודה במקצת" איז חייב שבועה‪ ,‬ווייל ער וואגט‬ ‫זיך נישט גענצליך אפצולייקענען זיין חוב און‬ ‫דערפאר שפירט ער זיך באקוועמער מיטן מודה‬ ‫זיין אויף א חלק דערפון‪ .‬היילמאן וועט ח"ו נישט‬ ‫מודה זיין אז געוויסע יסודות'דיגע אבזערוואציעס‪,‬‬ ‫צי אויף אונזער קאלעקטיוון כלל צי אויף געוויסע‬ ‫פערזענליכקייטן אלס פרט‪ ,‬זענען געווען ערנסטע‬ ‫טעותים‪ .‬ער וועט ענדערש זיין א מודה במקצת‪.‬‬ ‫"למשל‪ ,‬איך זאג וועגן רב ברוכ'ל‪ ,‬דעם‬ ‫מונקאטשער רבי'ן‪ ,‬אז זיינע געשוויסטער זענען‬ ‫נפטר געווארן‪ ,‬אבער מיט א פאר זייטלעך‬ ‫שפעטער זאג איך אז זיינע געשוויסטער האבן‬ ‫געווארט אויף אים אין ארץ ישראל‪ .‬איך ווייס‬ ‫נישט וויאזוי דער רעדאקטאר האט דאס נישט‬ ‫געכאפט‪ ,‬איך האב עס אויך נישט באמערקט‪ ",‬עד‬ ‫כאן לשונו‪.‬‬ ‫און איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן‪ .‬פון דעם‬ ‫אבנארמאלן טעות‪ ,‬אז נישט נאר ער האט נישט‬ ‫געהאט די ריכטיגע אינפארמאציע פאר זיך‪ ,‬נאר‬ ‫ער האט עס יא געהאט פאר זיך און פארט האט‬ ‫ער איינמאל פשוט נישט געשריבן ריכטיג – א‬ ‫פיל גרעסערע עוולה אין עולם המחקר‪ ,‬צי זאל‬ ‫איך זיך גאר וואונדערן אויף אזא סארט פלאטשיגן‬ ‫טעות וואס איז נישט קיין קליינער דעטאל וואס‬ ‫קען פארשוועמט ווערן (ווי זיין טעות וואס ער‬ ‫דערמאנט שפעטער‪ ,‬וויאזוי דער אדמו"ר איז‬ ‫אומגעקומען ביים קריג)‪ ,‬נאר א פאצערישע‬ ‫צוגאנג צו אינפארמאציע וואס יעדער ווייסט‬ ‫און איז גראדע היבש וויכטיג‪ .‬אדער אפשר גאר‬ ‫זאל איך זיך בעיקר רעגן אויפן פאקט אז ער‬ ‫זוכט צו זיין א תולה קללתו על אחרים‪" ,‬וויאזוי‬ ‫דער רעדאקטאר האט דאס נישט געכאפט‪ ",‬ווען‬ ‫מיר רעדן דא פון א ריכטיגע פארנאכלעסיגקייט‬ ‫פון היילמאנ'ס זייט‪ .‬צי גאר דער חילוק אין‬ ‫שפראך‪ ,‬אז דער רעדאקטאר האט דאס "נישט‬ ‫געכאפט‪ ",‬און היילמאן זעלבסט האט דאס נאר‬ ‫"נישט באמערקט" (וואס דאס דארף מען באמת‬


‫מברר זיין צי היילמאן האט אליין גענוצט די צוויי‬ ‫באזונדערע אויסדרוקן אדער איז דער ארבעט‬ ‫פונעם איבערזעצער)‪.‬‬ ‫די אויטאריטעט פון זאגן אויף פעיסבוק‬ ‫פארן באבובער‪ ,‬וואס האט פארצייכנט א גאנצע‬ ‫רייע טעותים‪" :‬זאגט מיר וועגן די טעותים‪ .‬זאגט‬ ‫אייערע פריינט אז זיי זאלן אפקויפן די יעצטיגע‬ ‫מהדורא און אז כ'וועל דרוקן א פרישע מהדורא בין‬ ‫איך גערן אויסצובעסערן אלע גרייזן‪ ".‬איך דארף‬ ‫נאך מאריך זיין? כ'מיין אז קאמענטארן זענען‬ ‫גענצליך איבעריג‪.‬‬ ‫דאס איבערקייען די זעלבע שטרוי‪ ,‬אז ער איז‬ ‫נאר א מענטש‪ ,‬און א מענטש מעג מאכן א טעות‪,‬‬ ‫וועט עס נישט פארוואנדלן אין א ריכטיגע טענה‪,‬‬ ‫ווען מיר האנדלן דא מיט א כראנישער טעות‪-‬‬ ‫מאכער‪ ,‬וואס זיינע טעותים זענען אפטמאל‬ ‫אזוי אבסורד און עמי‪-‬הארצ'יש‪ ,‬אז זיי האבן קיין‬ ‫הצדקה אויסער דאס קומענדיגע‪ :‬דער שרייבער‬ ‫האט גאר גאר קנאפע ידיעות איבער אונזער‬ ‫היסטאריע‪ ,‬און נאך קנאפערע ידיעות איבער‬ ‫וויאזוי מ'שרייבט א בוך פון פארש ארבעט‪.‬‬ ‫און לאמיך עס ארויסברענגען אויפן קלארסטן‬ ‫פארנעם‪ :‬ווען א פארשער בארעדט חסידים‪ ,‬זוכט‬ ‫שמוץ אויף חסידים‪ ,‬גלויבט אומקראנטע מקורות‬ ‫אויף חסידים‪ ,‬קען מען עס נאך פארדייען‪ ,‬און‬ ‫סוף כל סוף האט דער באטרעפנדער פארשער‬ ‫א געוויסע נאמנות אויף זיין ארבעט אפילו אויב‬ ‫מ'קען זיך טעכניש דינגען אויף זיינע החלטות‬ ‫און אבזערוואציעס‪ .‬אבער אויב עס איז דא א‬ ‫קייט פון שלאבערישע טעותים וואס באגלייט‬ ‫זיין כלליות'דיגער אבזערוואציע‪ ,‬דאן אויף וואס‬ ‫ארויף זאל מען אננעמען דאס סאמע וויכטיגסטע‪:‬‬ ‫זיין החלטה זעלבסט? מיר דארפן כאטש שפירן‬ ‫גענוג באקוועם מיטן פארשער'ס ידיעות‪ ,‬אז מיר‬ ‫זאלן קלערן פון אננעמען זיינע מיינונגען‪ ,‬אבער‬ ‫ווען איינער מאכט טעותים אויף זאכן וואו עס‬ ‫פעלט נישט אויס קיין אינטואיציע‪ ,‬אויף וואס‬ ‫ארויף זאלן מיר גלייבן די אינטואיציע באזירטע‬ ‫אבזערוואציעס?‬ ‫און איר זאלט מיר מוחל זיין הרב היילמאן‪,‬‬ ‫אבער ווען בלימאן האט אייך געפרעגט וויאזוי‬ ‫איר קענט האבן דעם ריכטיגן בילד באזירט‬ ‫נאר אויף די מנהיגים אן פאקוסירן אויף דער‬ ‫חסידישער באוועגונג גופא‪ ,‬האט איר ממש נישט‬

‫געענטפערט צום זאך‪ .‬איר האט פאקטיש נישט‬ ‫פארענטפערט די פראגע‪ ,‬און איך בין אייך דן לכף‬ ‫זכות אז איר האט ניטאמאל ריכטיג פארשטאנען‬ ‫וואס עס שטערט די חסידישע פאטענציעלע‬ ‫לייענער‪ .‬קיינער פאדערט נישט פון אייך צו זיין‬ ‫א ליובאוויטשער אדער סאטמארער צו באשרייבן‬ ‫זייער רבי'ן‪ ,‬אבער עס פאדערט זיך יא א גאר טיפע‬ ‫גרונטליכע אבזערוואציע איבערן כלליות'דיגן‬ ‫געדאנקנסגאנג פונעם חסידישן הויף‪ ,‬כדי צו‬ ‫קענען שרייבן אנאליזן אויף איר רבי'ן‪.‬‬

‫א כראנישער‬ ‫פראבלעם איז א‬ ‫כראנישער פראבלעם‪...‬‬ ‫טאמער איינער קלערט אז היילמאנ'ס‬ ‫פראבלעמען און טעותים האבן פאסירט נאר‬ ‫אין די ביכער וואס ער האט ארויסגעגעבן‪ ,‬האט‬ ‫אונז היילמאן א טובה געטון און געגעבן דעם‬ ‫אינטערוויו‪ ,‬וואו ער האט אונז געוויזן אז אפילו‬ ‫אין דעם אינטערוויו זעלבסט קען מען מאכן‬ ‫אסאך נארישע טעותים אין היסטאריע‪ ,‬און אזוי‬ ‫ארום אונז אויפווייזן אז געוויסע "פארשער"‬ ‫מאכן נארישע גרייזן יעדעס מאל זיי עפענען נאר‬ ‫דאס מויל‪ ,‬רעדנדיג פון זייער אזוי‪-‬גערופענעם‬ ‫"עקספערטיז"‪.‬‬ ‫איך וועל ברענגען עטליכע ביישפילן‪ ,‬און‬ ‫ס'איז א שאד אז דער אינטערוויו איז געווען היבש‬ ‫קורץ‪ ,‬ווייל אביסל לענגער – וואלט עס געוויס‬ ‫געברענגט נאך שטאף‪...‬‬ ‫ווען היילמאן וויל ארויסברענגען זיין‬ ‫נקודה אז צומאל האבן יורשים נישט געוואלט‬ ‫איבערנעמען די רביסטעווע‪ ,‬זאגט ער אז‪" :‬חיים‬ ‫אלעזר‪ ,‬דער ברודער פונעם יעצטיגן מונקאטשער‬ ‫רבי'ן‪ ,‬און בערי גורארי‪ ,‬דער גערעכטער יורש‬ ‫פון דער ליובאוויטשער רביסטווע‪ ,‬האבן ביידע‬ ‫געזאגט‪' ,‬ניין‪ ,‬איך וויל נישט דעם דזשאב‪ .‬איך‬ ‫וויל נישט זיין קיין סאציאלער ארבעטער‪ "'.‬ביידע‬ ‫אבזערוואציעס זענען היבש לוקה בחסר‪ ,‬און‬ ‫ביידע האבן איין זאך אין צד השוה‪ :‬די רביסטעווע‬ ‫איז נישט געווען גלאטיג‪ .‬בערי גורארי איז נישט‬ ‫געווען קיין זון פונעם לעצטן רבי'ן‪ ,‬און דער‬ ‫היינטיגער מונקאטשער רבי איז געווארן א רבי‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪73 /‬‬


‫בחיי אביו – זיך צעקריגנדיג מיט אים‪ .‬ער וואלט‬ ‫געדארפט ברענגען א ביישפיל פון א זון וואס האט‬ ‫נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע פון‬ ‫זיין טאטן נאטירליכערהייט [עס פעלן נישט קיין‬ ‫דוגמאות‪ .‬איין ביישפיל‪ :‬דער עלטסטער זון פון‬ ‫תפארת שלמה מראדאמסק‪ .‬נאך א ביישפיל‪ :‬דער‬ ‫זון פונעם יסוד העבודה פון סלאנים‪ .‬וכהנה רבות]‪,‬‬ ‫אבער צו זיין שלעכטן מזל האט ער געברענגט‬ ‫צוויי אומפאסיגע ביישפילן‪.‬‬ ‫נאכמער‪ ,‬דער היינטיגער מונקאטשער רבי‬ ‫האט געהייסן א תלמיד חכם מופלג און שארפער‬ ‫קאפ אלס בחור‪ ,‬און אלע האבן געוואוסט אז‬ ‫ער וועט איין טאג ווערן רבי (איך ווייס ערשט‪-‬‬ ‫האנטיג‪ ,‬אז לערנענדיג אין בית מדרש עליון אלס‬ ‫בחור‪ ,‬האט מען געזאגט אויף אים אז ער וועט נאך‬ ‫ווערן דער מונקאטשער רבי)‪ .‬זיין ברודער האט‬ ‫אפילו נישט געהאט קיין שאנס‪.‬‬ ‫אזוי אויך בערי גורארי‪ ,‬וועלכער איז געווען‬ ‫אנגעפיקעוועט מיט קנאה ושנאה אויפן פעטער‬ ‫זיינעם (לאו דווקא אומבארעכטיגטערהייט)‪,‬‬ ‫און דערפאר האט ער זיך אפגעשאקלט פון‬ ‫ליובאוויטש‪ .‬זאת ועוד‪ ,‬דאס ווייזט ווי ווייניג‬ ‫‪ / 74‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫היילמאן האט ארויס געהאט די אינערליכע‬ ‫היערארכיע פון ליובאוויטש‪ ,‬וואו עס וואלט נישט‬ ‫געקענט זיין קיין שום נאטירליכער יורש נאכן‬ ‫לעצטן ליובאוויטשן רבי'ן‪ ,‬אויסער אויב ער וואלט‬ ‫דאס זעלבסט באשטעטיגט‪.‬‬ ‫היילמאן זעצט פאר מיטן פרשה פון הרב יצחק‬ ‫נחום טווערסקי חתן רבי ישכר דוב מבעלזא‪ ,‬וואס‬ ‫האט געשריבן א הארציגן בריוו צו א משכיל'ישן‬ ‫שרייבער אלס חתן‪ ,‬וואו ער באוויינט דאס וואס ער‬ ‫פאלט אריין אין בעלזער הויף‪ .‬ער נוצט דאס אלס‬ ‫פרישע ראי' צום אויבנדערמאנטן יסוד‪ ,‬ווייזנדיג‬ ‫ווייטער אז ער איז נישט אויסגעקאכט אין די‬ ‫נקודת הדברים‪ ,‬אז טווערסקי'ס עיקר פראבלעם‬ ‫איז געווען צו ווערן אן איידעם אין בעלזא –‬ ‫בארימט מיטן זיין א פארפרומטע פרימיטיווע‬ ‫חסידות‪.‬‬ ‫א פרישע היסטארישע אבזערוואציע איז די‬ ‫נושא פון "משפיעים"‪ ,‬וואס האבן בעיקר געיאוועט‬ ‫אין חב"ד‪ ,‬און היילמאן האט זיין ערקלערונג‬ ‫דערפאר‪" :‬פון אנהויב אן איז ליובאוויטש‬ ‫געווען ליטוויש געשטימט‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬נישט‬ ‫אזוי אריינגעטון אין געפילן און עמאציעס‪ ,‬און‬ ‫דערפאר איז שטענדיג געווען א באדערפעניש נאך‬ ‫כאריזמאטישע גייסטיגע פירערס‪ ".‬עס שיינט ווי‬ ‫היילמאן באזירט זיין ארגומענט אויפן פאקט אז‬ ‫ליובאוויטש איז געווען מער א ליטוויש‪-‬רוסישע‬ ‫חסידות‪ ,‬און פון דארט קומט זיין אבזערוואציע‬ ‫איבער א חסרון אין געפילן און עמאציעס‪.‬‬ ‫היילמאן האט זעט אויס פארגעסן‪ ,‬אז די לאדיער‬ ‫און קארלינער חסידים האבן געוואוינט אין זעלבן‬ ‫געגענט [און עד היום איז זייער קליידונג אנדערש‬ ‫ווי געווענליכע חסידים]‪ ,‬און די קארלינער זענען‬ ‫דייקא געווען די שפיץ פון געפילן און קאכעניש‪.‬‬ ‫סלאנים‪ ,‬א צווייגל פון קארלינער חסידות‪ ,‬איז‬ ‫נאך אזוי ליטוויש ווי ליובאוויטש‪ ,‬אבער איז א‬ ‫ברויזנדער טייך פון געפילן און עמאציעס‪.‬‬ ‫אבער אפילו זיין עצם אבזערוואציע אויף‬ ‫ליובאוויטש איז נישט צו דער זאך‪ .‬אויב זיי האבן‬ ‫נישט געהאט די זעלבע עמאציעס ווי וויזשניץ‪,‬‬ ‫ווערט עס נישט קיין קאלטע ליטווישע פלאץ‬ ‫אן עמאציעס‪ .‬אין פאקט‪ ,‬איז דער מיטעלער רבי‬ ‫געווען זייער עמאציאנאל און אזוי אויך אסאך פון‬ ‫די שפעטערדיגע רבי'ס‪ .‬זייערע ניגונים צייכענען‬ ‫זיך אויס מיט מער געפילן און עמאציעס ווי רוב‬


‫חסידישע דינאסטיעס‪ ,‬און זייערע פארברענגענס‬ ‫און כוסות וואדקע זענען נישט געקומען פון א‬ ‫קאלטן ליטווישן ארט‪ .‬דער פאקט אז זיי האבן‬ ‫גערעדט פון מוחין‪ ,‬מיינט נישט אז אין עולם‬ ‫העשיה האט זיי געפעלט וואו ארויסצוגעבן‬ ‫עמאציעס‪ ,‬אזש זיי האבן געהאט א שטערקערע‬ ‫באדערפעניש פאר משפיעים ווי אין אנדערע‬ ‫הויפן‪.‬‬ ‫דער וואס האט בעסער ארויס וואס חב"ד איז‪,‬‬ ‫ווייסט אז די משפיעים איז א תוצאה פון דעם‬ ‫אומגלויבליכן נעץ פון חסידות וואס חב"ד האט‬ ‫אויפגעשטעלט דורכאויס רוסלאנד‪ ,‬ווערנדיג‬ ‫א ריזיגער כח און בעל השפעה אין א צייט וואס‬ ‫קיין איין חסידות האט דאס נאכנישט געהאט‬ ‫באוויזן‪ .‬חב"ד האט אויך שטענדיג געהאט מער אן‬ ‫עליטיסטישן צוגאנג צום רבי'ן‪ ,‬און מ'האט נישט‬ ‫שטענדיג געקענט אריינגיין צום רבי'ן‪ ,‬און דאס‬ ‫"יחידות" פראוועריי איז געווען א גאנצע עבודה‪.‬‬ ‫דאס נישט קענען צוקומען צום רבי'ן צו יעדער‬ ‫געלעגנהייט‪ ,‬און דאס פאקטישע שוועריגקייט‬ ‫צו פארן צום רבי'ן פון אזויפיל פארווארפענע‬ ‫ערטער פון רוסלאנד‪ ,‬האט אויסגעשטעלט א‬ ‫סיסטעם פון משפיעים איבעראל וואס זאלן‬ ‫טראגן דעם רבי'נס ווערטער‪ .‬דאס האט זיך שוין‬ ‫אייגנטליך אנגעהויבן ביים בעל התניא זעלבסט‪,‬‬ ‫וואס האט אוועקגעשטעלט אזא סיסטעם ווען ער‬ ‫האט איינגעפעדימט צו לערנען זיינע ספרים און‬ ‫מאמרים‪.‬‬ ‫אט איז מיין פערזענליכע באשטייערונג צו‬ ‫חסידישער היסטאריע‪...‬‬ ‫איך מיין אבער אז דער סאמער שפיץ איז‪,‬‬ ‫אזא נארישע געשאסענע פראזע‪ ,‬ווי דאס זאגן‬ ‫אויף סאטמארער רבי'ן ז"ל‪" :‬ר' יואליש האט‬ ‫געהאט קאנפליקטן מיט זיין טאטן און מיט זיין‬ ‫ברודער‪ ".‬מילא דאס אויפמאכן א בלבול‪ ,‬אדער‬ ‫לחלופין מאכן אזא נארישע טעות‪ ,‬אז ר' יואליש‬ ‫האט געהאט קאנפליקטן מיט זיין טאטן‪ ,‬נו‪,‬‬ ‫היילמאן איז שוין מלומד בטעותים‪ .‬אבער וויאזוי‬ ‫ למען ה' ‪ -‬האט ער געמאכט אזא טעות פונקט‬‫אויף ר' יואליש מיט זיין טאטן? ער ווייסט אזוי‬ ‫ווייניג היסטאריע‪ ,‬ווי דאס אז עטליכע טעג נאך‬ ‫דער חתונה פון ר' יואליש‪ ,‬איז זיין טאטע נפטר‬ ‫געווארן? מסתמא האט ר' יואליש אלס בחור‬ ‫געפירט העפטיגע פאליטיקלעך מיט זיין טאטן‪ ,‬א‬

‫שטייגער ווי "וואו ער זאל גיין לערנען"‪...‬‬ ‫היילמאן האט נישט געגעבן א פארמאלן‬ ‫אינטערוויו וואס זאל זיך נאר באציען איבער דער‬ ‫היסטאריע פון חסידות‪ ,‬נאר דער אינטערוויו דרייט‬ ‫זיך ארום זיינע ביכער א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬פארט אבער‪ ,‬פון‬ ‫דאס ביסל אינפארמאציע וואס ער האט געגעבן‬ ‫איבער "זיינע ידיעות" אין חסידישער היסטאריע‪,‬‬ ‫באווייזט זיך נאכאמאל א קליינקעפיגער‬ ‫אלצווייסער‪ ,‬וואס אפילו אין מקוה וואלט קיינער‬ ‫נישט גענייגט אן אויער צו זיינע שטוינענדע‬ ‫ידיעות‪.‬‬ ‫צו אונזער ביטערן מזל‪ ,‬נייגט די סעקולערע‬ ‫מידיא יא צו אן אויער צו היילמאנ'ס לופטיגע רייד‪,‬‬ ‫מיינענדיג אז דורכן שרייבן ‪ 12‬ביכער איז מען אן‬ ‫אויטאמאטישער ידען אין געביט פון חרדיזם‪.‬‬ ‫צו זיין ביטערן מזל‪ ,‬מיינט ער אז זיינע טעותים‬ ‫ענדיגן זיך ביי געוויסע היסטארישע פונקטן‪ ,‬און‬ ‫זיי בארירן נישט זיין גענצליכע בילד‪/‬אנאליז‪/‬‬ ‫אבזערוואציע‪.‬‬ ‫צו יעדנס ביטערן מזל‪ ,‬פארלירט די וועלט‬ ‫די געלעגנהייט צו הערן וועגן חסידים פון‬ ‫א קאמפעטענטן מומחה‪ ,‬און די וועלט פון‬ ‫פארשעריי ווערט אנגעזאפט מיט פאלשקייטן און‬ ‫טעותים‪.‬‬ ‫אצינד פארשטייט איר מיר‪ ,‬פארוואס‬ ‫אקאדעמישע ווערק איז נישט קיין‬ ‫אויטאמאטישער שטעמפל פון אמת וצדק?‬ ‫היילמאן איז איין גוטע ביישפיל‪ ,‬וויאזוי מ'קען‬ ‫זיין אן אקאדעמיקער‪ ,‬פארשער‪ ,‬פראפעסאר‪,‬‬ ‫סאציאלאג‪ ,‬פארפאסער פון ביכער‪ ,‬און גאו‪-‬טו‬ ‫מומחה פון דעם "ניו יארק טיימס"‪ ,‬און פארט‬ ‫בלייבן א וויסטער עם‪-‬הארץ אין א‪-‬ב פון דער‬ ‫קולטור וואס ער פארשט‪ .‬און טאקע דערפאר איז‬ ‫דער אינטערוויו וויכטיג געווען פאר'ן "וועקער"‪,‬‬ ‫אז מיר זאלן זען ווער דער גרויסער סאציאלאג‬ ‫איז‪ .‬און זאל דאס דינען ווי א מוסר השכל אז נישט‬ ‫יעדער וואס איז אנגענומען אין דער גאס ווי דער‬ ‫עקספערט אויף אן ענין ווייסט טאקע וואס ער‬ ‫רעדט‪.‬‬ ‫היילמאן‪ ,‬אייער אינטערוויו פארן וועקער האט‬ ‫מיך "נישט" אנטוישט‪ .‬כ'האב גאר עפעס אנדערש‬ ‫נישט ערווארטעט פון אייך‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪75 /‬‬


‫יוסף אלבוים‬

‫גאט‬ ‫איבער‬ ‫אלעם און‬ ‫אין אלעם‬ ‫דער סוד פון‬ ‫תורת החסידות‬ ‫‪ / 76‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫אין דעם "וועקער" (נומער ‪)8‬‬ ‫האט החכם הגדול י‪ .‬פלאוויוס‬ ‫אראפגעלייגט א שיינע טעזע‬ ‫איבער דער קאנטראווערסיאלער‬ ‫תורת החסידות פונעם בעש"ט‪,‬‬ ‫איזשביצער‪ ,‬רוזשינער און‬ ‫ברעסלאווער חדרים‪ .‬אין יענעם‬ ‫ארטיקל איז דער שרייבער אריין‬ ‫בעיקר אין 'פארוואס' חסידות‬ ‫איז געווען פאררעכנט אלס‬ ‫קאנטראווערסיאל אין געוויסע‬ ‫געגנטער‪ ,‬איך וויל דא אריינגיין‬ ‫ענדערש אין דעם 'וואס' די‬ ‫קאנטראווערסיאלע תורה איז‬ ‫געווען‪ .‬איך גלייב אז עס איז‬ ‫דא איין פונדאמענטאל ​ע נקודה‬ ‫וואס דערויף איז מיוסד אלץ און‬ ‫אלעמען‪.‬‬ ‫איינער פון די גדולי החסידות‪,‬‬ ‫איידער ער איז נתקרב געווארן‬ ‫צום דרך הבעל שם‪ ,‬איז געווען‬ ‫א שטארקער מתנגד און האט‬ ‫געוואוינט אין א מתנגדישער‬ ‫שטאט‪ .‬ווען ער איז צוריק‬ ‫געקומען פון זיין ערשט​ן באזוך‬ ‫ביי זיין גרויסן רבי'ן האבן זיינע‬ ‫חברים אים געפרעגט וואס ער‬ ‫האט געלערנט ביי זיין נייע ​ם רבי'ן‪.‬‬ ‫האט ער געענטפערט אז דער רבי‬ ‫האט אים אויסגעלערנט אז 'הוא‬ ‫אלוקינו אין עוד‪ '.‬האבן די חברים‬ ‫זיך אלע צעלאכט און געפרעגט‪,‬‬ ‫"אויף דעם דארפסטו א חסידישער‬ ‫רבי? יעדע ​ס קינד אין חדר ווייסט‬ ‫דעם פסוק הוא אלוקינו אין עוד‪".‬‬ ‫האט דער חסיד געענטפערט‪,‬‬ ‫"ביי אייך טייטש ​ט מען דעם פסוק‪,‬‬ ‫הוא אלוקינו ‪ -‬ער איז אונזער גאט‪,‬‬ ‫אין עוד ‪ -‬עס איז נישט פארהאן‬ ‫נאך א גאט‪ .‬ביי חסידים טייטשט​‬ ‫מען‪ ,‬ער איז גאט‪ ,‬עס עקזיסטירט‬ ‫גארנישט מער‪".‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪77 /‬‬


‫וואס איז דער דרך הבעל שם?‬ ‫כמעט יעדע ​ר חסידישער מאן אדער פרוי האט‬ ‫זיך שוין אמאל געפרעגט‪ ,‬וואס פינקטליך מיינט‬ ‫חסידות? וואס איז געווען דער דרך הבעל שם?‬ ‫וואס האט ער מחדש געווען? ווען מען פרעגט‬ ‫אן די שאלה ביי מורי דרך זענען די ענטפערס‬ ‫פארשידנארטיג‪ .‬איינער וועט ענטפערן אז דער‬ ‫בעש"ט האט מחדש געווען אז דער פשוט'ער‬ ‫תהלים‪-‬זאגער איז פונקט אזוי חשוב ביים‬ ‫באשעפער ווי דעם גרויס​ן גאון וואס פסק'נט‬ ‫שווערע שאלות‪ .‬אן אנדערע ​ר וועט ענטפערן אז‬ ‫חסידות מיינט טון לפנים משורת הדין‪ .‬א דריטער​‬ ‫וועט ענטפערן אז חסידים לייגן א גרויסן דגוש‬ ‫אויף עבודה‪ ,‬אז עס זאל זיין מיט א ברען און נישט‬ ‫סתם כמצוות אנשים מלומדה‪.‬‬ ‫בשעת ווען די אלע און נאך אנדערע‬

‫ערקלערונגען זענען מן הסתם אמת צו א געוויסן‬ ‫מאס‪ ,‬וועלן זיי געווענליך נישט באפרידיגן דעם‬ ‫שואל‪ .‬מ'האט די הרגשה אז עס מוז זיין עפעס‬ ‫טיפער דא‪ .‬די אלע זאכן זענען דאך דברים‬ ‫פשוטים וואס מען טרעפט שוין אין פריערדיגע‬ ‫ספרים און ביי פריערדיגע באוועגונגען‪ .‬אויב איז‬ ‫דאס אלעס וואס דער בעש"ט האט מחדש געווען‪,‬‬ ‫וואס איז פשט אין דעם גרויסן התנגדות? וואס‬ ‫האט אזוי געשטערט פאר די גאוני הדור? איז עס‬ ‫געווען סתם אויפגעמאכטע בילבולים אויף צדיקי‬ ‫אמת? האט מען טאקע אזוי געקענט אויסנארן‬ ‫דעם גר"א?‬ ‫עפעס אינערליך זאגט מיר אז דא מוז זיין נאך‬ ‫עפעס וואס דער בעש"ט האט געהאלטן‪ ,‬עפעס‬ ‫טיפערס‪ ,‬עפעס ברייט און ארומנעמענדיג ‪ -‬א‬ ‫יסוד צום דרך החסידות וואס איז אין שפעטערע‬ ‫יארן זיך צעוואקסן אין די צווייגלעך פון פשיסחא‬ ‫ביז ראפשיץ‪ ,‬פון חב"ד ביז רוזשין ביז קאברין‬ ‫און ברסלב‪ .‬וואס איז אט דער גרויסע ​ר סוד וואס‬

‫דער ציון פונעם בעש"ט‬ ‫‪ / 78‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫ווערט אזוי פארהוילן‪ ,‬עד כדי כך אז עס איז כמעט‬ ‫נישט באקאנט ביי די אלע וואס פאררופן זיך‬ ‫היינט צוטאגס חסידים וממשיכים בדרך הבעל‬ ‫שם?‬

‫שהוא יחיד ואין יחידות כמוהו‬ ‫דער בעש"ט און די תלמידים הממשיכים‬ ‫בדרכו‪ ,‬האבן נישט ערפינדן עפעס א נייעם‬ ‫מהלך אין עבודת השם וואס אויף דעם האבן זיי‬ ‫אוועקגעשטעלט זייערע תורות און זייער דרך‪.‬‬ ‫דער דרך הבעל שם טוב איז ארויסגעוואקסן פון א‬ ‫גאר שטארקער אמונה און טיפער הבנה באחדות‬ ‫השם יתברך‪ ,‬וואס ווען מען פארשטייט דאס‪,‬‬ ‫איז נישט מעגליך אנדערש צו לעבן ווי זיי האבן‬ ‫געלעבט‪.‬‬ ‫די אמונה איז געווען – אזויווי מיר האבן‬ ‫געשריבן אין דער אויבנדערמאנטער עובדה – אז‬ ‫אלעס וואס עקזיסטירט‪ ,‬אלע עולמות‪ ,‬אלעס‬ ‫וואס מיר זעען בחוש פון דומם‪ ,‬צומח‪ ,‬חי‪ ,‬ומדבר‪,‬‬ ‫אלע געשענישן און געפילן און סיי וועלכע‬ ‫מציאות עס איז נאר פארהאן‪ ,‬אלעס איז אן‬ ‫אויסדרוק און אנטפלעקונג פון גאט ברוך הוא‪ .‬עס‬ ‫איז נישט פארהאן קיין שום מציאות אויסער גאט‪,‬‬ ‫אזויווי עס שטייט אין פסוק‪ ,‬הוא אלוקינו ‪ -‬ער‬ ‫איז גאט‪ ,‬אין עוד ‪ -‬מער איז גארנישט פארהאן‪.‬‬ ‫איך בין גאט‪ ,‬דו ביסט גאט‪ ,‬די גאנצע וועלט איז‬ ‫גאט און ממילא אלעס וואס פאסירט‪ ,‬בין לטב‬ ‫ובין למוטב איז גאט‪.‬‬ ‫בעצם האט דער בעש"ט דאס נישט מחדש‬ ‫געווען‪ ,‬מען טרעפט דאס שוין אין פריערדיגע‬ ‫ספרים‪ .‬מי לנו גדול ווי דער רמב"ם וואס‬ ‫דערמאנט דאס שוין אין זיינע י"ג עיקרים‪ .‬אין‬ ‫דעם צווייטן אני מאמין שטייט‪" ,‬הוא יחיד ואין‬ ‫יחידות כמוהו" ‪ -‬ער איז דער איינציגסטער​‬ ‫‪ .‬איינציגסטע ​ר מיינט אז עס איז נישט דא קיין‬ ‫שום עקזיסטענץ אויסער גאט‪ .‬איר וועט אוודאי‬ ‫באלד פרעגן אז אין די אנדערע עיקרים ווערן דאך‬ ‫דערמאנט ברואים וכדומה‪ .‬מיר וועלן דאס באלד‬ ‫ערקלערן מער באריכות אבער אין קורצן איז דער‬ ‫ענטפער אז די גאנצע בריאה איז איין גרויסע‬ ‫מאניפעסטאציע און אויסדרוק פון גאט‪.‬‬

‫גאט איז אין סוף ובלי גבול‬ ‫די דאזיגע הבנה אין אחדות השם איז נישט‬ ‫עפעס א חידוש וואס איז ארויסגעוואקסן מתוך‬ ‫פלפולים ודרוש נאר מתוך הכרח‪ .‬מיר ווילן זיך‬ ‫נישט אריינלאזן אין אן אריכות‪ ,‬אבער מיר נעמען‬ ‫אן אז דער ליינער איז מסכים אז גאט איז אין‬ ‫סוף ובלי שום גבול‪ .‬אויב ווילט איר זאגן אז עס‬ ‫איז פארהאן עפעס אין דער בריאה וואס איז‬ ‫אפגעטיילט פון גאט זענט איר דאך מגביל כביכול‬ ‫דעם באשעפער און איר זאגט אז ביז דא גייט‬ ‫דער בורא און פון דא און ווייטער איז דער נברא‪.‬‬ ‫ממילא‪ ,‬אויב גלייבט מען אין א גאט וואס האט‬ ‫נישט קיין גבול‪ ,‬מוז בהכרח זיין אז אלעס אין‬ ‫דער בריאה איז א חלק פון גאט‪ .‬הוא אלוקינו אין‬ ‫עוד‪ ,‬אלעס איז גאט און עס עקזיסטירט גארנישט‬ ‫מער‪.‬‬ ‫עס איז באקאנט דער משל וואס ווערט‬ ‫נאכגעברענגט בשם דעם בעש"ט בכמה מקומות‬ ‫מיט עטליכע נוסחאות‪ ,‬צו ערקלערן דעם ענין‬ ‫אביסל‪ .‬בקיצור נמרץ‪ ,‬א קעניג האט געמאכט‬ ‫עטליכע מחיצות ארום זיך‪ ,‬זו לפנים מזו‪ ,‬אבער‬ ‫די מחיצות זענען נאר געווען אן אחיזת עינים‪,‬‬ ‫און ער האט געלייגט געלט און אנדערע זאכן צו‬ ‫פארבלענדן די אויגן פון די מענטשן אז מ'זאל‬ ‫אים נישט זען‪ .‬מענטשן זענען געקומען זען דעם‬ ‫קעניג‪ ,‬איינער האט זיך אפגעשטעלט ביי דעם‬ ‫געלט און איז דארט געבליבן שטעקן‪ .‬אנדערע‬ ‫זענען אריין אין די מער אינעווייניגסטע מחיצות‬ ‫אבער זיי האבן זיך אפגעשטעלט דארט‪ .‬נאר א‬ ‫קליין הייפעלע מענטשן (לויט איין נוסח‪ ,‬נאר דער‬ ‫בן המלך) האבן אבער געכאפט אז אלעס איז נאר‬ ‫אן אחיזת עינים‪ ,‬עס איז נישט פארהאן קיין שום‬ ‫מחיצות אדער געלט‪ ,‬נאר דער קעניג אליינס‪.‬‬

‫אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה‬ ‫אויב עקזיסטירט גארנישט אויסער גאט‪,‬‬ ‫מיינט דאס נישט נאר אז אלע 'ברואים' זענען‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪79 /‬‬


‫אן אויסדרוק פון כבודו יתברך‪ ,‬נאר אויך אז אלע‬ ‫געשעענישן זענען גאט‪ ,‬סיי די גוטע געשענישן‬ ‫און סיי די וואס זעען אויס נישט גוט‪ .‬ווען א צרה‬ ‫באפאלט א מענטש‪ ,‬איז דאס נישט א מקרה וואס‬ ‫איז געשען חלילה אינדרויסן פון גאט‪ ,‬נאר דאס‬ ‫איז גאט זעלבסט‪ .‬נישט נאר ביי א צרה איז אזוי‪,‬‬ ‫נאר אפילו ביי אן עבירה‪ .‬דער אויבערשטער איז‬ ‫גרויס לאין תבונה ואין ערך‪ ,‬מיר קענען נישט‬ ‫פארשטיין גאט‪ ,‬אבער עס איז מוכרח אז א מעשה‬ ‫עבירה איז אויך א מאניפעסטאציע פון גאט‪ ,‬ווייל‬ ‫אויב נישט מיינט עס אז דער אויבערשטער איז‬ ‫חלילה מוגבל‪ .‬דער וואס האלט נישט אזוי זאגט‬ ‫פשוט פאר גאט עד פה תבוא‪ ,‬גאט איז נישט‬ ‫גענוג גרויס און שטארק צו קענען אפהאלטן אן‬ ‫עבירה אדער צו קענען טרעפן א וועג צו זיין גאט‬ ‫בתוך העבירה‪.‬‬ ‫פון אט דער טיפער אמונה און ברייטער הבנה‬ ‫באחדות שמו יתברך האט ארויסגעשפראצט דעם‬ ‫דרך הבעש"ט וואס איז שפעטער פארשפרייט‬ ‫געווארן דורך גדולי תלמידיו ותלמידי תלמידיו‪.‬‬ ‫אזא אמונה פירט צו רעזולטאטן‪ .‬אזא סארט‬ ‫אמונה דיקטירט א נייער לעבנסשטייגער‪.‬‬ ‫ווען איינער זעט גאט אין אלץ און אלעמען‬ ‫איז זיין באציאונג צו דער בריאה אינגאנצן‬ ‫אנדערש‪ .‬ווען יאנקל טוט מיר וויי וועל איך מיך‬ ‫רעגן אויף אים און אנשרייען‪ .‬איינער וואס ווייסט‬ ‫אבער אז יאנקל צוזאמען מיט זיין התנהגות‬ ‫עקזיסטירן בעצם נאר אלס א מאניפעסטאציע פון‬ ‫גאט וועט זיך נישט רעגן אויף יאנקל‪ .‬אויב עפעס‬ ‫וועט ער זיך רעגן אויפן באשעפער‪ .‬אויב אבער‬ ‫פארמאג איך די הבנה באחדות השם‪ ,‬פארשטיי‬ ‫איך אז סיי יאנקל און סיי איך זענען מיר ביידע‬ ‫א מאניפעסטאציע פון גאט‪ .‬נו‪ ,‬איז דען שייך אז‬ ‫גאט זאל זיך רעגן אויף זיך אליין אויף עפעס וואס‬ ‫ער האט זיך אליין געטון? דערפאר זאגן חז"ל‪ ,‬כל‬ ‫הכועס כאילו עובד עבודה זרה‪ .‬איינער וואס רעגט‬ ‫זיך‪ ,‬מיינט עס אז ער האלט אז ער איז עפעס און‬ ‫דער וואס האט אים אויפגערעגט איז עפעס‪ ,‬ווי‬ ‫כאילו עס איז פארהאן עפעס אויסער גאט‪ .‬דאס‬ ‫איז אלהים אחרים‪.‬‬ ‫איך ווייס אז ווען מען נעמט די דאזיגע‬ ‫הבנה און מען ברענגט עס אראפ אין דעם עולם‬ ‫העשייה‪ ,‬אין דעם חיי יום יום‪ ,‬קען עס זיך הערן‬ ‫‪ / 80‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫א בילד וואס מאנכע זענען מייחס צום בעש"ט‬

‫זייער אבסטראקט‪ .‬איך ווייס אויך אז מען קען‬ ‫פרעגן א סאך קושיות אויף דעם‪ ,‬און איך וועל‬ ‫פרובירן צו פארענטפערן א טייל פון זיי אביסל‬ ‫ווייטער אין דעם מאמר‪ .‬פאר יעצט בעט איך אייך‬ ‫צו געדענקען נאר די איין נקודה וואס מיר האבן‬ ‫פריער געשריבן‪ ,‬אז די דאזיגע הבנה באחדות‬ ‫השם איז נובע מתוך הכרח‪ ,‬ווייל אויב גלייבט‬ ‫מען נישט אזוי מיינט עס אז גאט איז חלילה‬ ‫באגרעניצט‪ .‬אויב האלט איר נישט דערפון איז‬ ‫די אפטייטש אז עס איז כאילו דא א מציאות‬ ‫וואס עקזיסטירט אינדרויסן פון גאט‪ .‬לאמיר‬ ‫יעצט גיין צו דעם נעקסטן פועל יוצא פון דער‬ ‫געדאנקענגאנג‪.‬‬

‫דער בעש"ט איז מקרב אפילו‬ ‫בעלי עבירה‬ ‫ווען דער בעל שם טוב האט מקרב געווען‬ ‫עמי‪-‬הארצים אדער אפילו גרויסע בעלי עבירה‬ ‫איז עס אויך געקומען מתוך די דאזיגע הבנה‬ ‫אז אלעס און אלעמען איז א חלק פון גאט‪ .‬ווי‬


‫תורת הצמצום‬ ‫צו דעם האבן מיר דעם בעל התניא‪ ,‬אין זיינע‬ ‫ספרים ליקוטי תורה און תורה אור‪ ,‬איז ער מסביר‬ ‫דעם ענין מער באריכות‪ .‬ווי אויך אין אנדערע‬ ‫ספרי חסידות זענען דא שטיקלעך זעיר פה זעיר‬ ‫שם וואס ערקלערן דעם ענין אביסל מער‪.‬‬

‫דער בעל התניא‬

‫קען מען זאגן און איינטיילן פאר גאט ברוך הוא‬ ‫אז איין חלק פון געטליכקייט איז גוט בשעת א‬ ‫צווייטער איז נישט גוט? צו זאגן אדער אפילו‬ ‫טראכטן אזא זאך גרעניצט זיך מיט כפירה‬ ‫בה'‪ .‬איינער וואס קען בשום פנים ואופן נישט‬ ‫טאלערירן אדער אקצעפטירן א רשע ווייל ער‬ ‫טוט עבירות אדער ווייל ער רעגט אויף דעם‬ ‫באשעפער‪ ,‬מיינט דאס אז ער גלייבט נישט עכט‬ ‫אז אלעס איז געטליכקייט‪ .‬אזא איינער איז‬ ‫כביכול מגביל דעם אויבערשטן‪ .‬דער בעש"ט האט‬ ‫געלעבט גאר שטארק מיט דער הבנה אין הוא‬ ‫אלוקינו אין עוד‪ ,‬און דערפאר האט ער יעדן מקרב‬ ‫געווען‪ ,‬אפילו גרויסע בעלי עבירה‪.‬‬ ‫איר וועט מיר אוודאי באלד פרעגן‪ ,‬אז עס‬ ‫זענען דא אזויפיל פסוקים און מאמרי חז"ל וואס‬ ‫שרייבן שטארק קעגן בעלי עבירה‪ ,‬ווי לדוגמא אין‬ ‫תהלים שטייט משנאיך ה' אשנא‪ .‬אויך זענען דא‬ ‫פיל ספרים וואס זאגן וויאזוי מען דארף צו פילן‬ ‫ווען מען טוט אליין אן עבירה אדער ווען מען זעט‬ ‫יענעם טון אן עבירה‪ .‬אפילו אין די ספרי חסידות‬ ‫און דער בעש"ט אליין האבן גערעדט דערפון‪.‬‬ ‫וויאזוי שטימט דאס אלעס מיט דער דאזיגער‬ ‫הבנה אין אחדות ה'?‬

‫עס זענען פארהאן צוויי מושגים פון גאט‪,‬‬ ‫איינס רופט דער בעל התניא אן ייחוד עילאה און‬ ‫דער אנדערע ​ר ייחוד תתאה‪ .‬ייחוד עילאה איז‬ ‫בעצם א מושג וואס מיר זענען גארנישט משיג‪.‬‬ ‫ייחוד עילאה איז עצמותו – גאט בעצם‪ ,‬גאט איז‬ ‫אין סוף‪ ,‬מיר קענען נישט משיג זיין אפילו אפס‬ ‫קצהו‪ .‬איז אבער עלה ברצונו לברוא את העולם‪,‬‬ ‫האט גאט דורך צמצומים מלביש געווען און‬ ‫פארדעקט זיין אור מער און מער‪ ,‬ביז געטליכקייט‬ ‫איז אנטפלעקט געווארן אין דעם עולם האצילות‪.‬‬ ‫און אזוי ווייטער זענען די צמצומים אנגעגאנגען‬ ‫(און געווארן מער און מער מגושם כביכול) ביז‬ ‫די געטליכקייט איז אנטפלעקט געווארן אין‬ ‫אונזערער עולם העשייה‪ ,‬אדער ווי דער בעל‬ ‫התניא רופט עס אן‪ ,‬עשייה דעשייה‪.‬‬

‫כך עלה ברצונו‬ ‫פארוואס גאט האט דייקא אזוי געוואלט‬ ‫אויסדרוקן זיין געטליכקייט איז א נושא פאר‬ ‫זיך אליין און איז נישט נוגע צו אונזער שמועס‬ ‫דא‪ .‬הנוגע לענינינו‪ ,‬אלעס וואס מיר זעען און‬ ‫פילן אין דער וועלט איז א טייל פון גאט'ס‬ ‫מאניפעסטאציע‪ .‬כאטש אפילו מיר ווייסן און‬ ‫פארשטייען אז די עבירה צוזאמען מיט דעם‬ ‫עושה העבירה זענען א טייל פון גאט‪ ,‬דאך פילן‬ ‫מיר משום איזה סיבה שהיא ווי כאילו מיר זענען‬ ‫עפעס א דבר נפרד פון גאט און מיר האבן אן‬ ‫אפשיי צו עבירות‪ .‬דער פירוד'דיגע געפיל איז אויך‬ ‫א טייל פון געטליכקייט‪ .‬ממילא איז נישט שייך‬ ‫צו פרעגן פארוואס דער בעש"ט האט געגעבן א‬ ‫פלאם פייערדיגע קול נדרי דרשה איין יאר און‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪81 /‬‬


‫מעורר געווען אויף די פירצות הדור‪ ,‬ווייל דאס איז‬ ‫פינקטליך וויאזוי גאט ברוך היא האט זיך געוואלט‬ ‫אנטפלעקן אין יענער רגע‪ ,‬ווי כאילו דער בעל‬ ‫עבירה האט עובר געווען אויף גאט'ס ווילן‪ ,‬ווי‬ ‫כאילו יאנקל איז געווען דער וואס האט מיך וויי‬ ‫געטון‪.‬‬ ‫גאט האט זיך דייקא מלביש געווען אין א‬ ‫וועלט וואס זעט אויס ווי אן עולם הפירוד‪ ,‬ווי‬ ‫כאילו עס איז דא גאט אויף איין זייט און די‬ ‫וועלט פון דער אנדערער‪ ,‬ווי כאילו די וועלט איז‬ ‫'משעובד' צום אויבערשטן און נישט א 'טייל' פון‬ ‫אים זעלבסט‪ .‬דאס איז דאך געווען זיין רצון ‪ -‬אז‬ ‫עס זאל אזוי פילן און אויסזען‪ .‬דערפאר האט זיך‬ ‫גאט מאניפעסטירט אין א קבלת התורה‪ ,‬חורבן‬ ‫בית המקדש‪ ,‬און בעצם אין אלע איבערלעבענישן‬ ‫וואס מען גייט דורך בכל רגע ורגע‪.‬‬ ‫עס זענען דא יחידי סגולה וואס כאפן דעם‬ ‫מושג און לעבן דערמיט אז אלעס איז גאט און‬ ‫גאט איז אין אלעס‪ .‬רוב רובו פון דער וועלט‬ ‫פארשטייט דאס בכלל נישט‪ .‬די וואס האבן דאס‬ ‫יא משיג געווען האבן נישט געהאט קיין תרעומות‬ ‫צו די אלע וואס פארשטייען דאס נישט אדער‬ ‫לעבן נישט דערמיט‪ ,‬ווייל זיי האבן פארשטאנען‬ ‫אז דייקא דאס איז דער רצון ה'‪ ,‬און אויך דאס איז‬ ‫א מאניפעסטאציע פון גאט‪.‬‬ ‫נישט נאר האבן זיי פארשטאנען אז דאס‬ ‫רעשט פון דער וועלט'ס לעבן‪ ,‬ווי כאילו זיי‬ ‫זענען אפגעטיילט פון גאט‪ ,‬דאס איז גאט אליין‪,‬‬ ‫נאר אויך זיי אליין האבן געהאט זמנים אזוי און‬ ‫זמנים אזוי‪ .‬די הייליגע צדיקים וואס מען זעט אין‬ ‫זייערע דברי תורה אז זיי האבן געלעבט מיט דער‬ ‫הבנה‪ ,‬אט די צדיקים זעלבסט האבן געטיילט‬ ‫מוסר אדער זיך מתרעם געווען אויף געשעענישן​‬ ‫ווי כאילו עס איז נפרד פון דעם באשעפער‪ ,‬און‬ ‫זיי זענען געווען בסדר דערמיט‪ ,‬ווייל זיי האבן‬ ‫פארשטאנען אז אין יענע מאמענטן איז רצונו‬ ‫יתברך זיך צו אנטפלעקן אין א לבוש פון פירוד‬ ‫וגבול‪.‬‬

‫אל תהיו כעבדים המשמשים‬ ‫‪ / 82‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫דער הייליגע ​ר רוזשינער האט געלעבט מיט‬ ‫אט דער הבנה‪ .‬איך וועל נאר ברענגען איין דוגמא‬ ‫ווי ער האט געטייטש ​ט די משנה‪ ,‬אל תהיו כעבדים‬ ‫המשמשים את הרב לקבל פרס‪ .‬איינער וואס‬ ‫טוט עפעס פאר יענעם‪ ,‬ערווארט עפעס צוריק צו‬ ‫באקומען‪ ,‬לכה"פ א יישר כח‪ ,‬איינער וואס טוט‬ ‫עפעס פאר זיך אליין ערווארט נישט א פרס‪ .‬ואתם‬ ‫הדבקים בה' אלקיכם – מיר זענען איין מיטן‬ ‫באשעפער‪ ,‬ממילא ווען מען דינט דעם באשעפער‬ ‫דינט מען דאך זיך אליינס און עס איז נישט‬ ‫שייך דערביי קיין פרס‪ .‬מיט דעם אלעם‪ ,‬טרעפט‬ ‫מען גענוג און נאך עובדות ודברי תורה פונעם‬ ‫הייליגן רוזשינער וואו ער לאזט גאט ברוך הוא‬ ‫זיך מאניפעסטירן אויף אן אופן וואס זעט אויס ווי‬ ‫כאילו עס איז דא א פירוד צווישן דעם באשעפער‬ ‫און דער וועלט‪.‬‬ ‫עס איז נישט שייך צו געבן קלארע‬ ‫אנווייזונגען וויאזוי מען זאל רעאגירן אין געוויסע‬ ‫מצבים‪ ,‬ווייל וויאזוי מען רעאגירט‪ ,‬איז דאס‬ ‫דער אופן וויאזוי גאט האט אויסגעוועלט זיך‬ ‫צו אנטפלעקן אין יענער רגע‪ .‬און ווען איינער‬ ‫גיבט יא אנווייזונגען וויאזוי צו רעאגירן און זיך‬ ‫אויפפירן אין געוויסע מצבים‪ ,‬אזויווי מיר טרעפען‬ ‫אין די ספה"ק‪ ,‬איז יענץ אויך א מאניפעסטאציע‬ ‫און אויסדרוק פון גאט ב"ה‪ .‬גאט האט דייקא‬ ‫געוואלט מצמצם זיין אורו יתברך אויף דעם אופן‬ ‫ווי מיר זעען און פילן עס דא בעולם העשייה‪.‬‬

‫תשובה במשנת הבעש"ט‬ ‫די נעקסטע לאגישע קשיא איז בנוגע תשובה‪.‬‬ ‫וואס איז שייך תשובה צו טון אויף א מעשה‬ ‫העבירה אויב זאגן מיר אז דער באשעפער כביכול‬ ‫איז די עבירה און דער בעל העבירה זעלבסט?‬ ‫וועל איך ענטפערן אויף דריי שטאפלען‪ .‬בעצם‬ ‫זענען מיינע תשובות דא נישט דייקא ביי דער‬ ‫שאלה פון חטא ותשובה‪ ,‬נאר זיי זענען א תירוץ‬ ‫פאר כמעט יעדע קשיא וואס איר וועט נאר פרעגן‬ ‫אויף דעם געדאנק וואס מיר שמועסן דא אויס‪.‬‬ ‫ודי למבין‪.‬‬ ‫ערשטנס‪ ,‬אפילו אויב זאלן מיר אנקומען צו‬


‫א פירכא שאין עליה תשובה וועט עס אבער נאך‬ ‫נישט אפווענדן דעם געדאנק‪ .‬א קשיא קען אונז‬ ‫נישט מאכן טראכטן ווי כאילו גאט איז מוגבל‪.‬‬ ‫דאס אז גאט איז בלי גבול איז א הכרח וואס קען‬ ‫זיך נישט טוישן‪ .‬איי איך האב א שווערע קשיא‬ ‫דערויף? דאס איז ווייל מיר זענען מוגבל און מיר‬ ‫קענען עס נישט פארשטיין (דערווייל)‪ ,‬אבער עס‬ ‫טוישט גארנישט כלפי גאט ב"ה‪.‬‬ ‫צווייטנס‪ ,‬אלעס וואס מיר ווייסן‬ ‫איבער תשובה איז אויך א טייל פון גאט'ס‬ ‫מאניפעסטאציע און אויסדרוק‪ .‬גאט האט דייקא‬ ‫זיך געוואלט אנטפלעקן אין דעם פארעם פון א‬ ‫וועלט מיט בעלי עבירה‪ ,‬אין דעם פארעם פון א‬ ‫תורה וואס הייסט בעלי עבירה תשובה טון‪ ,‬און אין‬ ‫דעם פארעם פון מענטשן וואס פאלגן די תורה און‬ ‫טוען ערליך תשובה‪ ,‬ווי כאילו דער בעל העבירה‬ ‫האט עפעס געטון קעגן גאט'ס רצון‪.‬‬ ‫דריטנס‪ ,‬והיא העיקר‪ ,‬דער בעש"ט אליין האט‬ ‫געהאט א חידוש'דיגן פשט אין תשובה‪ .‬לויט‬ ‫דעם בעש"ט האט תשובה געמיינט אז מען קערט‬ ‫צוריק די מעשה העבירה אל שורשה ומקורה‪,‬‬ ‫דהיינו צו גאט אליין‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪,‬‬ ‫תשובה מיינט טאקע אט דאס וואס מיר רעדן‪,‬‬ ‫אז מען זעט איין אז אלעס איז גאט‪ .‬ווילאנג דער‬ ‫איד איז צעבראכן ווייל ער האט געטון א מעשה‬ ‫העבירה האט ער נאכנישט תשובה געטון‪ .‬ווילאנג‬ ‫דער איד איז שקוע בתאוותיו האט ער נאכנישט‬ ‫תשובה געטון‪ .‬די מינוט וואס ער קומט צו צו דער‬ ‫הכרה אז ער האט קיינמאל קיין תאווה נישט‬ ‫געהאט‪ ,‬ווייל ער מיט זיין תאווה זענען ביידע‬ ‫גאט ברוך הוא‪ ,‬אט דאס מיינט תשובה‪ .‬ער האט‬ ‫צוריקגעקערט די עבירה פון וואנעט עס איז‬ ‫ארגינעל געקומען צום באשעפער‪.‬‬

‫אויב גלייבט מען אז אלעס איז גאט‪ ,‬קען דאך א‬ ‫מענטש טענה'ן אז ער מעג עובר זיין אן עבירה‪,‬‬ ‫ווייל אויב גאט וואלט דאס נישט געוואלט‪ ,‬וואלט‬ ‫גאט אים אפגעשטעלט און ער וואלט עס נישט‬ ‫געטון‪.‬‬ ‫עס איז איבעריג צו זאגן אז אויף דעם בעל שם‬ ‫טוב ותלמידיו האט דאס זיכער נישט געהאט די‬ ‫דאזיגע עפעקט‪ .‬אדרבא‪ ,‬זייער עבודה איז געווען‬ ‫למעלה מהשגתינו‪ .‬ווי אויך ווייסן מיר נישט פון‬ ‫קיין פעלער וואו ערליכע חסידים זענען געווארן‬ ‫בעלי עבירה נאכן משיג זיין די הבנה אין אחדות‬ ‫השם‪.‬‬ ‫וויכטיגער איז אז דער בעל שם טוב האט זיך‬ ‫בכלל נישט געקימערט מיט אזעלכע דאגות‪.‬‬ ‫ערשטנס‪ ,‬אויב וויל זיך גאט מאניפעסטירן אין א‬ ‫מענטש וואס טוט עבירות צוליב'ן משיג זיין די‬ ‫דאזיגע אמת'ע הבנה אין אחדות ה'‪ ,‬ווער זענען‬ ‫מיר צו טראגן דאגות פארן באשעפער? צווייטנס‪,‬‬ ‫למעשה האבן מיר שוין ערקלערט אויבן אז די‬ ‫הבנה איז א הכרח און מען קען נישט טוישן דעם‬ ‫אמת צוליב דעם וואס עס קען מעגליך גורם זיין א‬ ‫פראבלעם‪ .‬האמת קאי וקיים‪.‬‬ ‫איינער וואס גלייבט און פארשטייט באמת אז‬ ‫אלעס איז גאט טראגט נישט קיין דאגות וויאזוי‬ ‫גאט גייט זיך מאניפעסטירן היינט אדער מארגן‪.‬‬ ‫דער זארגט זיך נישט אז איינער וועט טון עבירות‪,‬‬ ‫דער האט נישט מורא אז זיין בעל הבית וועט אים‬ ‫פארשיקן פון זיין דזשאב‪ ,‬און אויב ער האט יא‬ ‫מורא רעגט ער זיך נישט‪ ,‬און אויב רעגט ער זיך‬ ‫יא‪ ,‬פארשטייט ער אז דאס זיך רעגן ווי כאילו עס‬ ‫איז דא א פירוד איז אויך א מאניפעסטאציע פון‬ ‫גאט‪ .‬אזא איינער האט אויך נישט קיין פראבלעם‬ ‫מיט התנגדות צו דער מהלך‪ ,‬ווייל די התנגדות איז‬ ‫אויך א טייל פון גאט אין דער עולם העשייה‪.‬‬

‫דער פחד פון אזא געדאנקנגאנג‬ ‫יעצט איז שוין גאר פארשטענדליך די‬ ‫שטארקע התנגדות צום בעש"ט ותלמידיו‪ ,‬ווי‬ ‫אויך די התנגדות אינערהאלב חסידות אליינס‬ ‫צו א טייל פון די צדיקים‪ .‬מאנכע האבן עס‬ ‫אנגעקוקט ווי א שטארקע סכנה רוחנית‪ .‬הלמאי‪,‬‬

‫במשנת רבי צדוק מלובלין ז"ל‬ ‫בשעת מען קען טרעפן דעם געדאנק ביי‬ ‫אסאך פון די גדולי החסידות דא אין דארט‪,‬‬ ‫ע"פ רוב געשריבן ברמיזה‪ ,‬קען מען עס טרעפן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪83 /‬‬


‫אויסגעשמועסט דאס מערסטע אין די ספרים‬ ‫פון דער כהן הגדול מאחיו‪ ,‬הרב הצדיק רבי צדוק‬ ‫הכהן מלובלין ז"ל‪ .‬רבי צדוק האט נישט מחדש‬ ‫געווען קיין נייע חידושים‪ ,‬אדרבא‪ ,‬ער שרייבט‬ ‫אפט מאל קלאר אז ער האט דאס מקבל געווען‬ ‫פון זיינע רביים‪ .‬רבי צדוק האט אבער געשריבן‬ ‫איבער דעם ענין מער ווי אנדערע‪ .‬אויסער זיינע‬ ‫לאנגע שמועסן וואס זענען אפגעשריבן געווארן‬ ‫דורך זיינע תלמידים אין דעם ספר "פרי צדיק"‪,‬‬ ‫האט רבי צדוק אליין געשריבן א לאנגע ליסטע‬ ‫פון ספרים‪ ,‬מער ווי כמעט יעדע ​ר אנדערער​‬ ‫חסידישע ​ר רבי‪ .‬אין די ספרי רבי צדוק איז דא‬ ‫פיל ​ע שטיקלעך אויף דעם מהלך‪ ,‬ווי אויך איז‬ ‫ער אליין מער מאריך דערין מיט הסברים און‬ ‫ביאורים‪ .‬אבער‪ ,‬ווי שוין דערמאנט אויבן‪ ,‬איז רבי‬ ‫צדוק'ס ספרים אויך פול מיט מוסר שטיקלעך‬ ‫אויף בעלי עבירה וכדומה‪ ,‬און דאס איז נישט קיין‬ ‫סתירה‪ ,‬ווי מיר האבן שוין פריער ערווענט‪.‬‬ ‫רבי צדוק האט ‪ -‬אין א געוויסן זין ‪ -‬געהאט‬ ‫התנגדות אפילו פון זיינע אייגענע חסידים‪ .‬בעת‬ ‫רבי צדוק האט געפילט פאר ריכטיג צו שמועסן‬ ‫און שרייבן איבער דעם דאזיג​ן געדאנק‪ ,‬האבן‬ ‫זיינע חסידים אין די שפעטערע יארן געפילט‬ ‫פאר וויכטיג ארויסצושניידן געוויסע שטיקלעך‪.‬‬

‫עס איז מעגליך אז זיי האבן עס נאר געטון צו‬ ‫באפרידיגן די מתנגדים מלחוץ‪ ,‬אבער מער‬ ‫מסתבר איז אז זיי האבן געהאלטן אז אזעלכע‬ ‫שטיקלעך זענען נישט געמאכט פאר יעדן‪ .‬אין די‬ ‫לעצטיגע יארן האט מען שוין יא איבערגעדרוקט‬ ‫די ספרים מיט אלע ארגינעלע שטיקלעך‪ ,‬אבער‬ ‫דא האט מען שוין מוסיף געווען הקדמות והערות‬ ‫צו ווארענען דעם ליינער אז מען קען נישט‬ ‫לערנען די שטיקלעך בפשטות‪ .‬אינטערעסאנט‬ ‫אז רבי צדוק אליין האט נישט געפילט פאר‬ ‫וויכטיג צוצולייגן אזעלכע אזהרות‪ .‬עס איז קלאר‬ ‫אז ער האט עכט געגלייבט אז אלעס איז גאט‪,‬‬ ‫און ער האט געלאזט גאט ב"ה פארשטיין זיינע‬ ‫שטיקלעך כרצונו הפשוט‪.‬‬ ‫צווישן די פילע שטיקלעך פון רבי צדוק אויף‬ ‫דער נושא‪ ,‬האב איך במשך די יארן געטראפן‬ ‫צוויי שטיקלעך וואס זענען מלא וגדוש מיט‬ ‫טיפע געדאנקן‪ ,‬אות ח' און ט' אין זיין ספר‬ ‫"מחשבות חרוץ"‪ .‬איך וועל נאר אראפברענגען‬ ‫אפאר ציצים ופרחים פון דארט און איך וועל‬ ‫נישט מאריך זיין דערין‪ ,‬ווייל הזמן יכלה והם לא‬ ‫יכלו‪ .‬אדרבא‪ ,‬נעמט אליין ארויס דעם ספר און‬ ‫לערנט גוט אדורך די שטיקלעך‪ .‬הפוך בה והפוך‬ ‫בה דכולה בה‪.‬‬

‫אהל פון רבי צדוק מלובלין ז"ל‬ ‫‪ / 84‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫רבי צדוק איז מאריך מיט דרושים און מאמרי‬ ‫חז"ל ווי אויך פרובירט ער דארט צו פארענטפערן‬ ‫און ערקלערן אסאך שוועריגקייטן וואס מען קען‬ ‫האבן מיט דעם געדאנק‪ .‬רבי צדוק איז דארט‬ ‫מאריך באריכות גדול‪ ,‬כמעט יעדער פאראגראף‬ ‫דארט איז ווערד א שמועס פאר זיך‪.‬‬

‫דער ידיעה ובחירה פאראדאקס‬ ‫רבי צדוק נוצט דארט דער געדאנק פון‬ ‫אחדות ה' צו ערקלערן די באקאנטע ידיעה‬ ‫ובחירה פאראדאקס‪ .‬חוקרים האבן אלעמאל זיך‬ ‫געוואונדערט‪ ,‬וויאזוי קען מען זאגן אז א מענטש‬ ‫האט א בחירה צו טון גוטס אדער שלעכטס​? אויב‬ ‫האט מען א בחירה מיינט דאס דאך אז גאט ווייסט‬ ‫נישט וואס דער מענטש גייט טון‪ .‬דער ענטפער‬ ‫דערויף שרייבט רבי צדוק אין מערערע פלעצער‬ ‫און מער באריכות אין דעם שטיקל‪ ,‬אז במקום‬ ‫הידיעה לא שייך הבחירה‪ .‬אין דער וועלט‪ ,‬דער‬ ‫עולם העשייה‪ ,‬איז דא בחירה‪ ,‬דאס הייסט אז גאט‬ ‫האט מצמצם געווען און מלביש געווען אורו אין א‬ ‫לבוש און אויסדרוק פון בחירה‪ ,‬ווי כאילו מיר אלע‬ ‫זענען בוחר צו טון מצוות אדער עבירות‪ .‬אבער‬ ‫אין העכערע עולמות‪ ,‬אדער ווי ער רופט עס דא –‬ ‫לעתיד לבוא‪ ,‬איז נאר שייך ידיעה‪ ,‬דהיינו אלעס‬ ‫איז גאט און פון גאט‪ .‬רבי צדוק מיינט נישט פאר‬ ‫א רגע אז מיר בעצם האבן א רעכט בוחר צו זיין‪,‬‬ ‫נאר אז דער רצון פון גאט איז אז מיר זאלן אזוי‬ ‫פילן ווי כאילו מיר האבן א בחירה‪.‬‬ ‫רבי צדוק נעמט דאס צו דער פארקערטער‬ ‫אויסלאז‪ ,‬אז דער צדיק‪ ,‬חכם און בעל חסד האט‬ ‫זיך נישט וואס צו גרויסן מיט זיינע מעשים טובים‪,‬‬ ‫כי בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי‪ .‬דער‬ ‫בר דעת נעמט פון זיינע גוטע מעשים ארויס די‬ ‫גרויסקייט פון גאט‪ ,‬כי אני ה' עושה חסד ומשפט‬ ‫וצדקה בארץ‪ .‬גאט איז דער וואס טוט אלעס‪.‬‬ ‫"וזהו תכלית הדביקות עד שיקרא כולו בשם‬ ‫ה' וכו'‪ ,‬והוא ע"י התשובה וכו'‪ ,‬כי צריך להגיע‬ ‫למקום הידיעה שלמעלה מהבחירה שמשם הוא‬ ‫תיקון הקודם שלא יהי' שום חיסרון מאחר שדבוק‬ ‫במקורו והכל מהשי"ת‪".‬‬

‫אני ה' שוכן בתוך טמאותם‬ ‫ווייטער גייט רבי צדוק אריין אין דער נושא פון‬ ‫גלות מצרים‪ ,‬אז דער תכלית איז געווען צו צייגן‬ ‫פאר כלל ישראל אז אני ה' שוכן בתוך טמאותם‪,‬‬ ‫אפילו אין די נ' שערי טומאה איז דא השראת‬ ‫השכינה און דייקא פון דארט וויל גאט אז עס זאל‬ ‫נתגלה ווערן כבוד מלכותו‪ .‬דערנאך שרייבט רבי‬ ‫צדוק אז דער שורש הרע וויל מסית זיין מענטשן‬ ‫צו עבודה זרה אז דער מענטש זאל מיינען אז זיי‬ ‫זענען כאלוהים‪ ,‬און האבן עפעס א כח נפרד‪ .‬וזה‬ ‫לעומת זה קומט דער שורש הטוב און פארלאנגט‬ ‫פונעם מענטש להידמות לקונו און צו אנערקענען‬ ‫אז ער און אלעס ארום אים זענען גאט אליין‪.‬‬ ‫ביידע‪ ,‬סיי דער רע און סיי דער טוב‪ ,‬האבן א‬ ‫געוויסן גאות אין זיך און דער חילוק איז כחוט‬ ‫השערה‪ .‬דער רשע מיינט אז ער איז עפעס א כוח‬ ‫וואס קען זיך ספראווען מיט גאט‪ ,‬און דער צדיק‬ ‫אנערקענט אז ער איז א טייל פון גאט‪.‬‬ ‫בנוגע דעם ענין פון תשובה שרייבט רבי צדוק‬ ‫דאס זעלבע ווי דעם בעש"ט וואס איך האב אויבן‬ ‫דערמאנט‪ .‬אין "צדקת הצדיק" אות קנ"ו שרייבט‬ ‫ער איבער דעם תיקון פאר מקרה לילה והוז"ל‬ ‫אז די עצה דערצו איז‪" :‬להאמין באמונה שלימה‬ ‫שאין שום מקרה כלל וכל מה שיארע לו‪ ,‬ידע‬ ‫שהכל בכוונת מכוין יתברך שמו‪ .‬ודבר זה הוא‬ ‫באמת עיקר הכל וכו'‪".‬‬

‫זען גילוי אלוקות אויף דער‬ ‫וועלט‬ ‫עס איז זייער לייכט (אין א געוויסן זין)‬ ‫צו נעמען דעם געדאנק אין דער ריכטונג פון‬ ‫אנערקענען געטליכקייט אין די אייגענע עבירות‬ ‫אדער אין יענעמס גדלות‪ .‬די שווערע עבודה איז‬ ‫צו זען גאט אין יענעמס עבירות און אין דעם‬ ‫אייגענעם גדלות‪ .‬אבער די נקודה איז כסדר צו‬ ‫ארבעטן דערויף צו אנערקענען און מגלה זיין‬ ‫כבוד מלכותו יתברך אין יעדן געשעעניש און‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪85 /‬‬


‫אין יעדן אביעקט‪ ,‬ווייל דאס איז דאך געווען דער‬ ‫תכלית פון בריאת העולם‪ .‬אזויווי דער שרייבער און‬ ‫דענקער ניקאס קאזאנצאקיס האט אזוי עלעגאנט‬ ‫אראפגעלייגט דעם געדאנק‪:‬‬ ‫‪When the king died, a pauper, barefooted‬‬ ‫‪and hungry, came and sat on the throne.‬‬ ‫‪“God,” he whispered, “the eyes of man cannot‬‬ ‫‪bear to look directly at the sun, for they are‬‬ ‫‪blinded. How then, Omnipotent, can they‬‬ ‫‪look directly at you? Have pity, Lord; temper‬‬ ‫‪your strength, turn down your splendor so‬‬ ‫‪that I, who am poor and afflicted, may see‬‬ ‫‪you!” Then – listen, old man! - God became‬‬ ‫‪a piece of bread, a cup of cool water, a warm‬‬ ‫‪tunic, a hut, and in front of the hut, a woman‬‬ ‫”‪giving suck to an infant. “Thank you Lord,‬‬ ‫‪he whispered. “You humbled yourself for‬‬ ‫‪my sake. You became bread, water, a warm‬‬ ‫‪tunic and my wife and son in order that I may‬‬ ‫‪see you. And I did see you. I bow down and‬‬ ‫”!‪worship your beloved many-faced face‬‬

‫דער שרייבער ניקאס קאזאנצאקיס‬

‫דריי צדיקים מיט אהבת ישראל‬ ‫איך וועל פארענדיגן מיט דעם פאלגנדן געדאנק‪.‬‬ ‫דער געהויבנער ליובאוויטשער משפיע ר' מענדל‬ ‫פוטערפאס ע"ה פלעגט זאגן אז עס זענען געווען‬ ‫דריי צדיקים מיט א געוואלדיגער אהבת ישראל‬ ‫אבער זייער צוגאנג צו בעלי עבירה זענען געווען‬ ‫גאר אנדערש איינער פון דעם אנדערן‪ .‬רבי לוי‬ ‫יצחק מבארדיטשוב האט פון זיין גרויסע אהבת‬ ‫ישראל אלעמאל געטראפן א וועג צו מלמד זכות‬ ‫זיין אפלו אויף דעם גרעסטן רשע‪ .‬דער רבי ר' זושא‬ ‫מהאניפאלי ז"ל האט אזוי שטארק ליב געהאט יעדן‬ ‫איינציגן איד אז ער האט פשוט נישט געזען יענעם‬ ‫טון אן עבירה‪ .‬דער בעל שם טוב איז אבער געווען‬ ‫אויף דער גרעסטער מדריגה‪ ,‬ער האט געזען דעם‬ ‫איד טון אן עבירה‪ ,‬און פונדעסטוועגן האט ער נישט‬ ‫געדארפט מלמד זכות זיין אויף אים ווייל ער האט‬ ‫געוואוסט אז סיי די עבירה און סיי דער בעל עבירה‬ ‫זענען א חלק פון גאט‪.‬‬ ‫‪ / 86‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ר' מענדל פוטערפאס ע"ה‬


‫וַ יְ ִהי ְב ָׁשלֵ ם סוּכּ ֹו‬

‫הילל בן שחר‬ ‫יתי ַה ָקבו ַּע נִ ְׁשלַ ְח ִּתי‪,‬‬ ‫ֲהלֹא ָׁש ַמ ְע ָּת ִּכי ִמ ֵּב ִ‬ ‫ָ‬ ‫אתי‪ ,‬ק ַב ְע ִּתי ָּב ּה ִד ָיר ִתי‪.‬‬ ‫סו ַּ​ּכת ֲע ְר ַאי ָמ ָצ ִ‬ ‫יתי ַּב ְר ָקנִ ים‪,‬‬ ‫לִ ְתקו ַּפת ַה ּ ָׁשנִ ים‪ֶ ,‬ה ֱעלָ ה ֵּב ִ‬ ‫יה לַ ִציוֹ נִ ים‪.‬‬ ‫יה ִמ ֵּלב‪ִ ,‬ה ְׁש ַא ְר ִּת ָ‬ ‫ִה ְׁש ַּכ ְח ִּת ָ‬ ‫ערס‪ ,‬ו ַּמ ְח ָאוֹת‪ְּ ,‬כ ִענְ יַ ן ַה ַקנָ ִאים‪,‬‬ ‫מוֹ ְסדוֹ ת‪ִ ,‬דינֶ ְ‬ ‫עמ ּפ ִׁשיר ְּכ ֶׁשל ׁשוֹ ְמרוֹ ן טוֹ ִבים‪,‬‬ ‫ָה ֵרי נְ י ּו ֶה ְ‬ ‫נְ ִציגִ ים ְּב ֵבית ַה ּ ְמחוֹ ְק ִקים‪,‬‬ ‫ַ ּגם ְּב ֵבית ָה ֲאסו ִּרים‪.‬‬ ‫גְ זֵ ָרה ָ ּגזַ ְר ִּתי‪ֵ ,‬אין לְ ָך ְר ׁשוּת לְ ַה ְר ֵהר‪,‬‬ ‫קו ִּמי רוֹ נִ י‪ֶ ,‬אל ְּברו ְּקלִ ין ִּב ָיר ֵתינ ּו נְ ַמ ֵהר‪,‬‬ ‫נַ ְכ ִריז ִּכי יוֹ ם ַההוּא ִ ּנ ְמ ָהר‪,‬‬ ‫ְּב ַא ְר ָּב ָעה ְּביוּלִ י נִ ְצלֶ ה ָּב ָשׂ ר‪.‬‬ ‫יתי‪ ,‬לְ וַ אי ו ַּב ּ ִמ ְד ָּבר ַה ֶזּה ָמ ְתנוּ‪,‬‬ ‫טוֹ ב לִ י ִּכי ֻע ֵ ּנ ִ‬ ‫עסי‪,‬‬ ‫אבא ‪ -‬לוֹ ַא ֶד ִ‬ ‫זָ ָכר וּנְ ֵק ָבה נִ ְב ְראוּ‪ ,‬לָ ּה ָּבאגַ ָּ‬ ‫יטינִ י נָ א עוֹ ד ִמגָ לּ וּת ֱאדוֹ ם ַה ָּלזוּ‪,‬‬ ‫ַהלְ ִע ֵ‬ ‫גְ זֵ ָרה ִהיא‪ַּ ,‬כך ִח ַיד ְׁש ִּתי‪.‬‬ ‫ַא ַחת ַּב ּ ָׁשנָ ה ֶא ֱעלֶ ה לְ ִצ ּיוֹ ן‪ ,‬לֵ ב ַאלְ ָמנָ ִתי לֹא ַא ְרנִ ין‪,‬‬ ‫יתי‪ ,‬לר' ִׁש ְמעוֹ נֶ 'ען ַח ְב ִרין‪,‬‬ ‫ָארוּץ לַ ֲח ַצר ֵּב ִ‬ ‫אוּלַ י יוֹ ִעיל לְ ּ ַפ ְרנָ ָס ִתי‪,‬‬ ‫ֶׁש ּ ָמא יְ ַע ֵּבר זוּגָ ִתי‪.‬‬ ‫יה‪,‬‬ ‫את ָ‬ ‫'אלְ ֶטער ֵהיים' ְק ָר ִ‬ ‫אתי לִ י ַּביִ ת ָח ָד ׁש‪ַ ,‬‬ ‫ָּב ָר ִ‬ ‫יה ְּב ֲא ָד ָמה ֲארו ָּרה‪ֶ ,‬א ְתגַ ְעגֵ ַע לְ גוֹ ֵאל יָ ִׁשיב אוֹ ִתי ָׁש ּ ָמה‪,‬‬ ‫ְק ַב ַע ִּת ָ‬ ‫ימנִ י‪,‬‬ ‫ִּכי לֹא ִמ ּמוֹ ָצא ִמזְ ָרח ֲאנִ י‪ ,‬טוֹ ָבה ִהיא לְ ְפ ֶרענְ ק אוֹ ֵּת ָ‬ ‫ֲאנִ י הוּנְ גַ ִרי‪ּ ,‬פוֹ לָ נִ י‪ ,‬גֶ ְר ַמנִ י‪ ,‬ו ֵּמ ֲע ְכ ָׁשיו – ֲא ֶמ ִר ָ‬ ‫יק ִאי‪.‬‬ ‫יתי‪ ,‬נָ ֲא ְמ ִּתי ַמה לִ י ּפֹה‪,‬‬ ‫ָּב ַע ְט ִּתי ְּב ֵב ִ‬ ‫זשאקוּזִ י‪,‬‬ ‫ימה ִהיא סו ָּ​ּכ ִתי‪ּ ַ ,‬גם ִּת ְמ ָצא ָּב ּה ְד ַׁ‬ ‫ְׁשלֵ ָ‬ ‫וְ רו ַּח ַה ּקוֹ ֶד ׁש ְמקוֹ נֶ נֶ ת‪ ,‬וַ יְ ִהי ְב ָׁשלֵ ם סוּכּ וֹ ‪,‬‬ ‫וַ ֲאנִ י‪ְּ ,‬ב ִצ ּיוֹ ן ְמעוֹ נָ ִתי‪.‬‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪87 /‬‬


‫מחשבה‬

‫יצחק לאווי‬

‫"נהמא‬ ‫דכיסופא"‬ ‫ווען דער נברא ווערט א בורא‬

‫א‪-‬‬‫הקדמה‬ ‫צווישן די מושגים וואס יעדער איינער ווייסט‬ ‫צו זאגן און ווייניג ווייסן צו פארשטיין‪ ,‬געפונט‬ ‫זיך דער געדאנק פון "נהמא דכיסופא"‪ ,‬אדער‪,‬‬ ‫"ברויט פון בושה‪ ".‬אזויווי רוב געדאנקען אין‬ ‫ענינים העומדים ברומו של עולם‪ ,‬אינטערעסירט‬ ‫זיך יעדער איינער אין דעם‪ ,‬און יעדער בחור'ל‬ ‫ווייסט איבערצוזאגן ווערטער וויאזוי ער האט‬ ‫דאס געכאפט‪ .‬אבער רוב מענטשן נעמען נישט‬ ‫די מי און צייט דורכצוטראכטן און דורכצוטון וואס‬ ‫זיי מיינען בעצם‪ ,‬אדער וואס זיי דארפן צו מיינען‪,‬‬ ‫קל וחומר אז מען פרעגט נישט פון וואנעט דער‬ ‫געדאנק קומט‪ ,‬צי עס איז א דבר מוסכם‪ ,‬צי עס‬ ‫שטימט‪ ,‬וכו'‪.‬‬ ‫‪ / 88‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אין דעם ארטיקל וויל איך אביסל דורכשמועסן‬ ‫די נושא‪ .‬נישט אז איך קום צו פארענטפערן אלע‬ ‫קשיות וואס מען קען פרעגן אין דעם עומק הנושא‪,‬‬ ‫אדער צו ברענגען אלע מראי מקומות וואס זענען‬ ‫שייך‪ ,‬ווייל נאך אלעם וועלן בלייבן שוועריקייטן‪,‬‬ ‫און נישט יעדנס פארשטאנד איז די זעלבע לגבי‬ ‫די סארט נושאים‪ .‬אמאל איז א זאך וואס איז פאר‬ ‫איינעם שטארק מתקבל על הדעת‪ ,‬הערט זיך צו א‬ ‫צווייטן ווי א מאדנע נארישקייט‪ .‬בסך הכל איז מיין‬ ‫ציל דא אז מען זאל ארויסקומען מיט א ברייטערע‬ ‫און טיפערע פארשטאנד וואס מען מיינט בעצם‬ ‫ווען מען הערט די ווערטער "נהמא דכיסופא"‪ ,‬און‬ ‫וואס עס ליגט הינטער דעם‪ ,‬ותן לחכם ויחכם עוד‪.‬‬ ‫דער געדאנק‪ ,‬ווי עס קען עס יעדער איינער‪,‬‬ ‫גייט בערך אזוי‪ :‬פארוואס האט דער אויבערשטער‬


‫באשאפן די וועלט? כדי צו געבן גוטס פאר‬ ‫נבראים‪ .‬דער גוטס דאס איז דער שכר וואס מען‬ ‫באקומט אין עולם הבא אויף דער עבודה וואס‬ ‫מען טוט אין דער וועלט‪ .‬אויב אזוי‪ ,‬שטעלט זיך‬ ‫די פראגע‪ ,‬פארוואס פעלט אויס דעם מיטלסטן‬ ‫שטאפל‪ ,‬זאל דער אויבערשטער פשוט געבן‬ ‫שכר‪ ,‬און שוין‪ .‬אויף דעם ענטפערט מען "נהמא‬ ‫דכיסופא" ‪ -‬דאס הייסט אז א מענטש באקומט א‬ ‫טובה בחינם שעמט ער זיך‪ ,‬און דער אויבערשטער‬ ‫האט געוואלט אז מיר זאלן האבן שכר מיט דעם‬ ‫געפיל אז מיר האבן באצאלט דערפאר‪ ,‬און אן די‬ ‫בושה‪ ,‬ממילא האט דער אויבערשטער געמאכט‬ ‫קודם דער עולם הזה וואו מענטשן מוזן טון אן‬ ‫עבודה‪ ,‬און דערנאך קענען זיי באקומען דעם‬ ‫שכר‪ ,‬וואס איז בעצם די מטרה לכתחילה‪ ,‬אז‬ ‫מ'זאל עס באקומען מיט א גוטן געפיל‪ ,‬אן נהמא‬ ‫דכיסופא‪.‬‬ ‫פארשטייט יעדער איינער אז אויף דעם‬ ‫געדאנק ווי עס איז קען מען פרעגן אן א שיעור‬ ‫פשוט'ע קשיות‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬ווער זאגט אז די‬ ‫סיבה פארוואס עס איז דא די גאנצע וועלט איז‬ ‫אז די פאר מענטשן דא אויף דעם פלאנעט זאלן‬ ‫טון אין עבודת השם? וואס מיינט דאס בכלל?‬ ‫וואס האט דער אויבערשטער פון דעם גאנצן‬ ‫שפיל? און וואס פעלט עס אויס בכלל? און ווער‬ ‫דען האט געמאכט די טבע פון בושה אויב נישט‬ ‫ער? זאל דער אויבערשטער פשוט באשאפן א‬ ‫וועלט אן די טבע פון בושה און עס וועט נישט‬ ‫אויספעלן דעם גאנצן אומוועג כדי צו געבן שכר‬ ‫פאר מענטשן? איז לאמיר גיין צוביסלעך צו‬ ‫ברענגען אביסל מער הבנה‪.‬‬

‫ב‪-‬‬‫פארוואס האט דער‬ ‫אויבערשטער באשאפן די‬ ‫וועלט‪ :‬ביאור השאלה‬ ‫"שחקרו חכמים ראשונים ואחרונים‪ ,‬לדעת‬ ‫סיבת בריאת העולמות‪ ,‬לאיזה סיבה היתה‪( ".‬עץ‬ ‫חיים שער עיגולים ויושר ענף א)‬ ‫אריסטו האט געלערנט (אין זיין בוך‬

‫מעטאפיזיק)‪ ,‬ווי עס ווערט געברענגט אין‬ ‫ספרים מיט א סימן "חפצ"ת"‪ ,‬אז יעדע זאך האט‬ ‫פיר סיבות‪ :‬ח'ומר‪ ,‬צ'ורה‪ ,‬פ'ועל‪ ,‬ת'כלית‪ .‬דאס‬ ‫הייסט אויף יעדער זאך פון דער וועלט קען מען‬ ‫פרעגן פיר שאלות‪ .‬א) פון וואס איז עס געמאכט‬ ‫געווארן? למשל א טיש איז געמאכט פון האלץ‪.‬‬ ‫ב) וואס איז דער פארעם וואס מאכט די זאך דאס‬ ‫וואס עס איז? למשל א טיש איז א ברעט מיט פיר‬ ‫פיס און נישט סתם א שטיק האלץ [די סיבה האט‬ ‫צוטון מיט דער טעאריע פון פארעמס שאכ"מ]‪ .‬ג)‬ ‫ווער האט דאס געמאכט? למשל דער סטאליער‬ ‫האט געבויט דעם טיש‪ .‬ד) פארוואס האט ער דאס‬ ‫געמאכט? אדער‪ ,‬וואס איז דער תכלית דערפון?‬ ‫למשל א טיש איז געמאכט צו זיצן דערביי‪.‬‬ ‫פארשטייט זיך אז רוב מענטשן וואס טרעפן‬ ‫זיך אויף דער וועלט ווילן פארשטיין וואס דאס‬ ‫איז די וועלט‪ ,‬און ער וויל וויסן פון וואנעט עס‬ ‫קומט‪ ,‬און ווער האט דאס געמאכט‪ ,‬און וואס עס‬ ‫איז דער תכלית דערפון‪ .‬ווי אברהם אבינו האט‬ ‫געפרעגט ווען ער איז געקומען לכלל דעת‪.‬‬ ‫יעצט אז מיר גלייבן אין מציאות הבורא‬ ‫און אין חידוש העולם‪ ,‬מיינט דאס אין אנדערע‬ ‫ווערטער אז אויף דריי פון די פיר שאלות האבן‬ ‫מיר שוין דעם תירוץ‪ .‬דער חומר פון וואנעט די‬ ‫וועלט קומט איז גארנישט‪ ,‬וויבאלד עס איז‬ ‫דאך יש מאין‪( .‬צורה וועלן מיר אפלאזן דא‪ ,‬ווי‬ ‫פריער דערמאנט אז דאס האט מיט אריסטו'ס‬ ‫טעאריעס‪ ).‬דער פועל איז דאך דער גאט‪ .‬בלייבט‬ ‫נאר איבער די פערטע שאלה‪ ,‬וואס איז דאס דער‬ ‫תכלית פון דער וועלט‪.‬‬ ‫נאך מער ווערט שווער די שאלה דווקא‬ ‫נאכדעם וואס מיר גלייבן אין חידוש העולם‪ ,‬וואס‬ ‫דאס מיינט אז גאט האט באשאפן די וועלט פון‬ ‫זיין אייגן ווילן אין א געוויסער צייט‪ .‬קודם איז‬ ‫עס נישט געווען און יעצט איז עס דא‪ .‬ווערט דאך‬ ‫נאך מער שווער‪ ,‬וויבאלד די פשוט'ע הנחה איז‬ ‫אז קיינער מאכט נישט א זאך ברצונו אן דעם‬ ‫וואס עס זאל האבן א תכלית‪( .‬משא"כ טאמער‬ ‫וואלט די וועלט געווען קדמון‪ ,‬האט דאך עס‬ ‫קיינער נישט געמאכט ביי א געוויסן פונקט‪ ,‬איז‬ ‫דאך נישטא אויף וועמען צו פרעגן פארוואס‪).‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪89 /‬‬


‫פאר א דריטער סיבה איז די שאלה וויכטיג‪,‬‬ ‫וויבאלד דער תכלית פון א זאך איז דאך דער תפקיד‬ ‫פון דער זאך און דער משמעות דערפון‪ .‬ווי אין דעם‬ ‫משל פון דעם טיש‪ ,‬דער תכלית פון דעם טיש איז‬ ‫אז מען זאל עס קענען נוצן צו עסן דערביי‪ ,‬און‬ ‫טאמער איז דא א טיש וואס מען קען נישט נוצן ווי‬ ‫מען נוצט א טיש‪ ,‬האט דער טיש קיין פשט נישט‪.‬‬ ‫דאס זעלבע ווען מענטשן פרעגן ‪ -‬ווי עס איז דער‬ ‫מער‪-‬מאדערנער נוסח פון דער שאלה וואס עס‬ ‫פרעגט זיך ווען מען עפענט די אויגן ‪ -‬וואס איז דער‬ ‫מיינונג פון עקזיסטענץ? וואס איז דער משמעות?‬ ‫וואס מיינט דאס אלעס? אין אנדערע ווערטער‬ ‫פרעגט מען די שאלה‪ ,‬וואס איז דער תכלית פון‬ ‫דער וועלט? דער תכלית איז דאך דער פשט פון‬ ‫דער וועלט‪ .‬און לויט וויאזוי עס פארשטייט א‬ ‫מענטש דעם תירוץ אויף דער שאלה‪ ,‬אזוי וועט‬ ‫ער פראבירן צו פירן זיין לעבן אויף אן אופן וואס‬ ‫עס האט א משמעות‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬די‬ ‫שאלה איז נישט נאר א מופשט'דיגע פילאזאפישע‬ ‫חקירה‪ ,‬נאר א פראקטישע לעבעדיגע חקירה וואס‬ ‫טייטשט זיך איבער אין דעם וועג וויאזוי א מענטש‬ ‫וועט פירן זיין לעבן‪ .‬די תשובה וואס א מענטש‬ ‫נעמט אן‪ ,‬אפילו טאמער איז זי נישט ריכטיג אדער‬ ‫ריכטיג אינגאנצן‪ ,‬איז משפיע אויף זיין גאנצן בליק‬ ‫און משמעות אין זיין לעבן‪.‬‬

‫ג‪-‬‬‫דברי חז"ל ודעת הרמב"ם‪ :‬בריאת‬ ‫העולם למענו ית'‬ ‫אין די דברי חז"ל טרעפן מיר אסאך מאמרים‬ ‫וואס רעדן לכאורה ארום וועגן דער סיבה פארוואס‬ ‫דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט‪ ,‬ווי‬ ‫למשל‪" ,‬בראשית‪ ,‬בשביל התורה שנקראה ראשית‬ ‫ובשביל ישראל שנקרא ראשית‪ ".‬אדער אזוינע‬ ‫מאמרים בנוסח‪" ,‬כל העולם לא נברא אלא וכו'‪".‬‬ ‫עס איז נישט דא דער פלאץ צו מעיין זיין און חוקר‬ ‫זיין אין יעדן פסוק און מאמר חז"ל וואס עס מיינט‬ ‫און צו וועלכער שיטה עס שטימט בעסער‪ ,‬וואס‬ ‫דאס דארף אסאך עיון אינעווייניג און לויט אלע‬ ‫צדדים‪ .‬איך וויל נאר מציין זיין א חשוב'ער מראה‬ ‫מקום וואס איז דער שענסטער עוסק אין דער‬ ‫נושא פון דער בחינה‪ ,‬וואס דאס איז הרב אריה‬ ‫קאפלאן ז"ל‪ ,‬אין זיין ספר "מורה אור"‪ ,‬שער א'‪.‬‬ ‫דער רושם וואס מיר האבן פון רוב מאמרי‬ ‫‪ / 90‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫חז"ל‪ ,‬איז אז דער תכלית פון דער בריאה איז‬ ‫כדי עס זאלן זיין אידן אדער מענטשן וואס זאלן‬ ‫דינען דעם אויבערשטן‪ .‬איין זאך קענען מיר אבער‬ ‫פארשטיין‪ ,‬לויט וואס מיר האבן מסביר געווען‬ ‫אין דעם פריערדיגן אות‪ ,‬אז עס איז למעשה דא‬ ‫א חילוק אין וועלכער מדרגה מען רעדט‪ .‬דהיינו‪,‬‬ ‫עס קען זיין אז איינער זאל זאגן אז דער תכלית‪,‬‬ ‫דער משמעות‪ ,‬פון דעם מענטש איז צו טון עבודת‬ ‫השם‪ ,‬און אין דעם מובן זאגט ער אז דאס איז דער‬ ‫תכלית פון דער וועלט‪ .‬אבער ער מיינט נישט ממש‬ ‫אז דאס איז דער תכלית פון דער וועלט מצד דעם‬ ‫בורא וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט‪ ,‬ער‬ ‫רעדט נאר צו דעם מענטש אין א געוויסן צושטאנד‬ ‫און זאגט אז דיין תפקיד פון עקזיסטענץ יעצט איז‬ ‫צו טון אזוי און אזוי‪ ,‬און בדרך הכללה זאגט ער אז‬ ‫דאס איז דער תכלית פון דער בריאה‪ ,‬וויבאלד וואו‬ ‫דער מענטש שטייט יעצט איז דאס טאקע אין דעם‬ ‫פרט דער תכלית‪ .‬עס מיינט אבער נישט אז דאס‬ ‫איז דער תכלית האחרונה אדער תכלית הכי כללית‬ ‫פון דער בריאה‪ .‬אזוי דארף מען לכאורה פארשטיין‬ ‫אסאך מאמרי חז"ל וואס לויפן אויף דעם נוסח פון‬ ‫"כל העולם לא נברא אלא וכו'‪".‬‬ ‫מער דאס מסביר צו זיין‪ ,‬דארף מען ברענגען‬ ‫די ווערטער פון רמב"ם‪ .‬דער רמב"ם (אין "מורה‬ ‫נבוכים"‪ ,‬חלק א'‪ ,‬פרק ס"ט) איז מסביר‪ ,‬אז ווען‬ ‫מען ענטפערט אז דער תכלית פון א זאך איז אזוי‬ ‫און אזוי‪ ,‬קען מען גלייך פרעגן‪ ,‬נו‪ ,‬און וואס איז דער‬ ‫תכלית פון דעם‪ .‬ווי ער גיט א משל‪ ,‬אז מען זעט א‬ ‫שיינעם שטול‪ ,‬פרעגט מען‪ ,‬וואס איז דער תכלית‬ ‫פארוואס דער סטאליער האט דאס געמאכט?‬ ‫ענטפערט מען אז ער האט דאס געמאכט אז מען‬ ‫זאל קענען זיצן דערויף‪ .‬און וואס איז דער תכלית‬ ‫פון זיצן דערויף? אז דער זיצער זאל אויסזען הויך‬ ‫און מכובד‪ .‬און וואס איז דער תכלית פון דעם? כדי‬ ‫מענטשן זאלן אים מכבד זיין‪ .‬און דער תכלית פון‬ ‫דעם? אז זיי זאלן אים פאלגן‪ .‬און פון דעם? אז זיי‬ ‫זאלן זיך נישט מזיק זיין איינער דעם צווייטן‪ .‬און‬ ‫פון דעם? אזוי קען מען פרעגן אויף יעדער זאך אין‬ ‫דער וועלט ביז אין סוף‪.‬‬ ‫דאס זעלבע‪ ,‬זאגט דער רמב"ם (אין חלק ג'‪,‬‬ ‫פרק י"ג)‪ ,‬אז מען וועט זאגן אז די גאנצע וועלט‬ ‫איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטש‪ .‬און‬ ‫דער מענטש? ער זאל זיין עובד השם? און דער‬ ‫תכלית פון דעם? קען מען דאך נישט זאגן אז דער‬


‫אויבערשטער‬ ‫האט עפעס פון‬ ‫דעם‪ .‬וויבאלד דאס‬ ‫הייסט אז דער אויבערשטער‬ ‫דארף צוקומען צו עפעס‪ ,‬איז ער דאך נישט‬ ‫שלם בתכלית השלימות נאר האט א חסרון‪ ,‬וועט‬ ‫מען מוזן זאגן אז דער תכלית איז אז דער מענטש‬ ‫זאל צוקומען צו שלימות‪ .‬נו‪ ,‬און דער תכלית פון‬ ‫דעם?‬ ‫למעשה‪ ,‬פירט דער רמב"ם אויס‪ ,‬האבן מיר‬ ‫נישט קיין תירוץ נאר צו זאגן‪" ,‬אזוי האט דער‬ ‫אויבערשטער געוואלט‪ ",‬אדער "כך גזרה חכמתו‪".‬‬ ‫אין אנדערע ווערטער‪ :‬מיר ווייסן נישט‪ .‬מיר ווייסן‬ ‫נאר אז אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט‪,‬‬ ‫וויבאלד צום סוף קומט מען אלץ אן צו דעם‪ .‬קומט‬ ‫אויס אז שיטת הרמב"ם איז אז דער אויבערשטער‬ ‫האט באשאפן די וועלט "ווייל ער האט געוואלט‪",‬‬ ‫און מער פון דעם קען מען בהכרח נישט זאגן‪.‬‬ ‫אגב‪ ,‬אן אינטערעסאנטע מעשה דערציילט‬ ‫מען אין בריסק‪ ,‬אז ווען ר' חיים בריסקער האט‬ ‫געלערנט דעם "תניא"‪ ,‬און האט געזען אז דארט‬ ‫שטייט אז דער טעם הבריאה איז ווייל "נתאווה‬ ‫הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים‪ ",‬האט ער זיך‬ ‫אנגערופן‪" ,‬ניין‪ ,‬דער טעם הבריאה איז נישט‬ ‫פאר דעם‪ ,‬אדער למען טובו ווי אנדערע זאגן‪,‬‬ ‫נאר ברצונו‪ ".‬דאס הייסט‪ ,‬דאס איז נישט געווען‬ ‫א תאווה מיט א געוויסן ציל‪ ,‬נאר אזוי האט ער‬ ‫געוואלט‪ ,‬אן קיין פארוואס‪ .‬דאס הייסט אז ר'‬ ‫חיים האט אנגענומען דעם רמב"מ'ס שיטה אויף‬ ‫למעשה‪.‬‬ ‫עס איז אבער דא א טיפן קנייטש מוסיף צו זיין‬ ‫דא‪ ,‬אז אין א טיפערן זין שטימט דווקא יא דער‬

‫רמב"ם‬ ‫מ י ט‬ ‫ד ע ם‬ ‫פשטות פון‬ ‫דברי חז"ל‬ ‫אז די וועלט איז‬ ‫באשאפן געווארן‬ ‫צוליב עבודת השם‪.‬‬ ‫דער רמב"ם זאגט אז נאך אלע‬ ‫פשט'לעך האט די וועלט למעשה איין תכלית‪,‬‬ ‫און דער תכלית איז גאט‪ .‬ווי זיין לשון (אין ח"א‪,‬‬ ‫ס"ט)‪" :‬שהוא יתעלה הוא התכלית האחרונה‬ ‫של כל דבר‪ ".‬אויב ליינט מען דאס אויף מער א‬ ‫פאעטישן אופן‪ ,‬איז דאס ממש דער טיפער מכוון‬ ‫פון עבודת השם‪ .‬דהיינו‪ ,‬עצמותו יתעלה ‪ -‬אן‬ ‫צולייגן קיין ווארט‪ .‬נאר נישט באופן פשוט אז‬ ‫גאט האט עפעס פון מענטשן וואס דינען אים‪,‬‬ ‫נאר טאקע גאט אליין‪ .‬און ווי מיר וועלן מסביר זיין‬ ‫ווייטער האט דאס נאך א טיפערן באדייט וואס מען‬ ‫קען דא אריינלערנען‪ .‬דער רמב"ם אליין זאגט אז‬ ‫דאס איז טייטש אין פסוק "כל פעל השם למענהו"‪.‬‬ ‫פאר אים – דער פועל‪ ,‬דער אויבערשטער – אליין‪.‬‬ ‫א צווייטער פשט זאגט דער רמב"ם אין דעם‬ ‫פסוק "כל פעל השם למענהו‪ ",‬אז "למענהו"‬ ‫גייט גאר אויף דער פעול – דער נברא וואס איז‬ ‫באשאפן געווארן‪ .‬דאס איז ווייל דער רמב"ם איז‬ ‫מאריך דארט מוכיח צו זיין אז מען קען נישט זאגן‬ ‫אז קיין שום נברא איז באשאפן געווארן צוליב אן‬ ‫אנדערע נברא‪ ,‬וויבאלד דער אויבערשטער וואלט‬ ‫דאך געקענט פונקט אזוי מאכן דעם נברא אן דעם‬ ‫וואס ער זאל דארפן דעם צווייטן‪ ,‬איז דאס דאך‬ ‫נישט קיין גוטער טעם‪ .‬נאר די מטרה פון יעדער‬ ‫זאך איז אים אליין‪ .‬און דאס איז טייטש למענהו‪,‬‬ ‫פאר אים‪ ,‬דער פעול‪ ,‬נישט פאר קיין צווייטן‪ .‬לויט‬ ‫דעם טייטש זאגט זיך אז די סיבה פארוואס דער‬ ‫אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט‪ ,‬איז‬ ‫כדי עס זאל זיין די גאנצע וועלט‪ .‬דהיינו ווייל דאס‬ ‫האט ער געוואלט‪ ,‬אבער נישט לצורך דבר אחר‪ ,‬נאר‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪91 /‬‬


‫טאקע‬ ‫דאס האט‬ ‫ער געוואלט‪ .‬און דאס איז אויך א הקדמה פאר א‬ ‫טיפערן פארשטאנד וואס מיר וועלן מסביר זיין‬ ‫ווייטער‪( .‬ועיין "באר הגולה" למהר"ל‪ ,‬באר רביעי‪,‬‬ ‫בד"ה "הרי לך מצוות תפילין"‪).‬‬

‫ד‪-‬‬‫דעת רס"ג‪ :‬להיטיב הטבה גמורה‬ ‫רב סעדיה גאון אין זיין ספר אמונות ודעות‬ ‫(מאמר ראשון פרק ד')‪ ,‬נאכדעם וואס ער איז‬ ‫מוכיח חידוש העולם‪ ,‬גיט דריי מעגליכקייטן וואס‬ ‫קענען זיין די סיבה פארוואס גאט האט באשאפן‬ ‫די וועלט‪:‬‬ ‫א) אן א סיבה‪ .‬דאס איז בעצם די זעלבע ווי‬ ‫שיטת הרמב"ם‪ .‬רס"ג איז מסביר אז דאס מיינט‬ ‫נישט אז די וועלט איז באשאפן לבטלה‪ ,‬ווייל‬ ‫אנדערש ווי א מענטש וואס ווען ער טוט א זאך‬ ‫אן וויסן א סיבה איז דאס לבטלה‪ ,‬ווייסט דאך דער‬ ‫אויבערשטער פארוואס ער וויל‪( .‬דער אמת איז אז‬ ‫אויב איז דא א "פארוואס" איז דאך עס לכאורה‬ ‫נישט אן א סיבה‪ .‬אבער דאס זאגט דער רס"ג‪ ,‬ויש‬ ‫לעיין‪).‬‬ ‫ב) צו באווייזן זיין מעגליכקייט און שטארקייט‬ ‫פאר מענטשן‪ ,‬ווי עס שטייט "להודיע לבני האדם‬ ‫גבורותיו‪".‬‬ ‫‪ / 92‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ג) כדי צו מטיב זיין צו די‬ ‫נבראים מיט זיינע מצוות‪.‬‬ ‫אין דער פתיחה צו מאמר‬ ‫שלישי‪ ,‬איז רס"ג מרחיב‬ ‫אויף דעם דריטן טעם‪,‬‬ ‫להיטיב לבריותיו‪ .‬מען‬ ‫דארף פרעגן פארוואס‬ ‫נעמט דער רס"ג דארט‬ ‫אן דעם דריטן טעם‬ ‫דווקא‪ ,‬בשעת אין מאמר‬ ‫ראשון האט ער געגעבן דריי‬ ‫אפציעס‪ .‬דער תירוץ אויף דעם‬ ‫קען זיין וויבאלד דער דריטער‬ ‫מאמר איז עוסק אין די תורה‬ ‫ומצוות‪ ,‬און דער טעם איז זיך מתייחס‬ ‫צו דעם‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬דאס איז‬ ‫אמאל זיכער אז די תורה איז א חלק פון דער‬ ‫הטבה וואס דער אויבערשטער גיט פאר מענטשן‪.‬‬ ‫אפילו דאס איז נישט דער כלל טעם הבריאה‪ ,‬איז‬ ‫נאכאלץ וויכטיג צו פארשטיין די הטבה‪ .‬ענליך צו‬ ‫וואס מיר האבן מסביר געווען אויבן‪ ,‬קען לעולם‬ ‫זיין אז רס"ג האלט נישט דווקא אז דאס איז דער‬ ‫גאנצער טעם הבריאה וועגן דער רמב"מ'ס קשיא‬ ‫אז מען קען גלייך פרעגן וואס איז דער טעם פון‬ ‫דעם‪ ,‬אבער דאך מצד די תורה גופא קומט ער‬ ‫מסביר צו זיין דער חלק פון סיבת הבריאה וואס‬ ‫איז למען ההטבה‪.‬‬ ‫רס"ג זאגט דארט אז גלייך ווי מען זאגט פאר‬ ‫דעם מענטש דעם טעם‪ ,‬פרעגט ער גלייך די קשיא‬ ‫פארוואס גיט נישט דער אויבערשטער גלייך שכר‪,‬‬ ‫און צו וואס דארף מען אנקומען צו דער תורה‬ ‫אינצווישן‪ .‬אויף דעם גיט דער רס"ג דער תירוץ‬ ‫וואס וועט שפעטער ווערן באקאנט אלס "נהמא‬ ‫דכיסופא"‪ .‬ובלשונו‪" ,‬שהשכל מחייב‪ ,‬שכל מי‬ ‫שהשיג טוב על מעשה שעשה מגיע לו כפלים‬ ‫ממה שמגיע מן הטוב‪ ,‬למי שלא עשה כלום‪,‬‬ ‫אלא שנתנו לו בחסד‪ ",‬און דערפאר האט דער‬ ‫אויבערשטער אויסגעשטעלט דעם סדר‪ ,‬כדי מיר‬ ‫זאלן האבן די בעסטע הטבה‪ ,‬וואס איז דווקא ווען‬ ‫א מענטש באקומט דאס וואס עס קומט זיך אים‬ ‫בדין און נישט בחסד‪.‬‬ ‫אסאך ראשונים ואחרונים האבן אנגענומען‬ ‫דעם טעם אלס דער עיקר טעם‪ ,‬און האבן מרחיב‬ ‫געווען און דן געווען אין דעם‪ .‬פון די אחרונים‬


‫איז בראשם דער רמח"ל וואס האט מרחיב געווען‬ ‫אין דעם אין "דעת תבונות" און "דרך השם"‪ .‬דער‬ ‫ערשטער וואס איך האב געטראפן וואס נוצט‬ ‫די ווערטער "נהמא דכיסופא" איז דער "מגיד‬ ‫מישרים" פונעם בית יוסף‪ ,‬פרשת בראשית‪ ,‬ד"ה‬ ‫"אור ליום השבת י"ד לטבת‪ ".‬דער זוהר און אריז"ל‬ ‫האבן מרחיב געווען בעיקר אין דעם גאנג פון דעם‬ ‫צווייטן טעם פון רס"ג‪ ,‬אז עס איז כדי להודיע‬ ‫גבורותיו‪ ,‬אדער להוציא לאור שלימות פעולותיו‪,‬‬ ‫און עוד חזון למועד עוסק צו זיין אין יענעם טעם‪.‬‬

‫ה‪-‬‬‫נהמא דכיסופא‬ ‫דורכצוגיין אלע ספרים וואס ברענגען דעם‬ ‫טעם פון נהמא דכיסופא און פארשטיין יעדנ'ס‬ ‫הבנה אין דעם‪ ,‬און די קשיות און תירוצים‪ ,‬וועט‬ ‫זיין צו א גרויסער אריכות און פעלט נישט אויס‬ ‫לענינינו‪ .‬וויל איך נאר פראבירן מסביר צו זיין א‬ ‫מהלך‪ ,‬וואס איז געבויט מלוקט פון דברי רמח"ל‬ ‫און הרב אשלג ז"ל בעל הסולם‪ ,‬און אנדערע‪,‬‬ ‫בתוספת הבהרה‪ ,‬באופן וואס גיט דעם הסבר א‬ ‫הבנה און פארענטפערט די פשוט'ע קשיות וואס‬ ‫איז דא אויף דעם‪ .‬איך ווייס נישט וויפיל מען קען‬ ‫דאס אריינלערנען אין דעם רס"ג אליין‪ ,‬אבער‬ ‫דאס איז לכאורה דער מכוון פון די אחרונים און‬ ‫מקובלים וואס ברענגען דעם טעם‪.‬‬ ‫די ערשטע הקדמה איז לגבי דאס וואס עס‬ ‫שטייט אין די ספרים דער לשון "בושה"‪ ,‬אדער‬ ‫ווי דער רמח"ל איז מסמיך צו דעם דער לשון‬ ‫הירושלמי (ערלה א'‪ ,‬ג') "מאן דאכיל דלאו דיליה‬ ‫בהית לאסתכולי באפיה" ‪ -‬וואו דער ירושלמי‬ ‫זאגט אז א בוים וואס איז יונק פון א צווייטן בוים‬ ‫דרייט זיך אויס דעם פנים‪ ,‬וויבאלד ווער עס עסט‬ ‫פון א צווייטן בחינם שעמט זיך אים צו קוקן אין‬ ‫פנים‪ .‬דער פשט פון "בושה" איז גורם אסאך פון‬ ‫דעם חוסר הבנה אין דעם‪ .‬אוודאי טאמער וואלט‬ ‫מען גערעדט פשוט פון דער תכונת הבושה וואס‬ ‫מענטשן האבן פון איינעם וואס זיי זענען מקבל‬ ‫פון יענעם‪ ,‬איז די גרינגסטע זאך צו פרעגן אז זאל‬ ‫דער אויבערשטער מבטל זיין די מידת הבושה און‬ ‫שלום על ישראל‪ .‬און בכלל וואס איז דער אויפטו‬ ‫פון געבן שכר דווקא נאכדעם וואס עס "קומט‬ ‫זיך" פאר דעם מענטש וואס דעמאלט וועט דער‬ ‫מענטש זיך נישט שעמען‪ ,‬דער אויבערשטער איז‬

‫דאך באמת קיינעם גארנישט שולדיג אפילו נאך‬ ‫אלעס‪ ,‬און טאקע צדיקים מבקשים מתנת חנם?‬ ‫איז בכל אופן דארף מען זיך אן עצה געבן מיט דער‬ ‫"בושה"‪.‬‬ ‫נאך מער איז שווער‪ ,‬די בושה איז שייך פון‬ ‫איין מענטש צום צווייטן‪ ,‬וואס דער מענטש וואס‬ ‫באקומט די מתנת חינם שפירט ווי א לא יצלח אז‬ ‫ער מוז אנקומען צום אנדערן‪ .‬אבער כלפי דעם‬ ‫בורא‪ ,‬וואס איז שייך דער בושה‪ ,‬אלע נבראים מוזן‬ ‫בהכרח צוקומען צו אים און עס איז נישטא קיין‬ ‫מעגליכקייט אנדערש‪ ,‬איז וואספארא בושה איז‬ ‫דא אין דעם בכלל?‬ ‫דער תירוץ אויף דעם איז אז אין הכי נמי‪ ,‬די‬ ‫בושה דא איז נאר א שם המושאל אדער א משל‬ ‫צו מאכן דעם מושג פשוט'ער צו פארשטיין‪ .‬אבער‬ ‫בעצם רעדט מען נישט פון דער געווענליכער מידת‬ ‫הבושה בכלל‪ .‬אלא מאי וואס מיינט מען דא? דא‬ ‫מיינט מען דעם עצם מציאות פון דער נברא אין‬ ‫דעם וואס ער איז א נברא און איז אפגעטיילט‬ ‫פון דעם בורא בתכלית הפירוד‪ ,‬וויבאלד עס‬ ‫זענען נישטא קיין גרעסערע צוויי הפכים פון‬ ‫בורא מיט נברא‪ .‬דער פראבלעם וואס רופט זיך‬ ‫נהמא דכיסופא‪ ,‬איז דער עצם פראבלעם וואס א‬ ‫נברא וועט אייביג זיין א נברא און א בורא וועט‬ ‫אייביג זיין א בורא‪ ,‬און איבער דעם תהום צווישן‬ ‫זיי איז נאכנישט דא קיין שום בריק וואס קען זיי‬ ‫פארבינדן‪ .‬דאס הייסט אז דער בורא איז א בורא‬ ‫און דער נברא איז א נברא‪ ,‬אדער אין אן אנדערן‬ ‫משל‪ ,‬דער בורא איז א משפיע און דער נברא איז‬ ‫א מקבל‪ ,‬וואס דאס איז דער מהות פון בורא אז‬ ‫ער איז דער מקור און ער גיט דעם מציאות פאר‬ ‫דעם נברא‪ ,‬און דער נברא האט נישט קיין קיום אין‬ ‫זיין עקזיסטענץ מצד עצמו‪ ,‬נאר מצד דעם בורא‪.‬‬ ‫דאס איז די טיפסטע בושה וואס איז שייך אין דער‬ ‫וועלט‪ ,‬וואס "בושה"‪ ,‬די מידת הבושה‪ ,‬איז נאר א‬ ‫משל אויף דעם‪.‬‬ ‫דאס הייסט אז קיין שום נברא קען קיינמאל‬ ‫נישט האבן דער עצמיות‪ ,‬דער מציאות‪ ,‬דער קיום‪,‬‬ ‫די זיכערקייט אין זיין מציאות‪ ,‬וואס איז בדומה צו‬ ‫דעם בורא‪ .‬זיין מציאות איז אלעמאל חסר‪ .‬עס איז‬ ‫בעצם קיין מציאות נישט‪ .‬ער איז א נצרך צו דעם‬ ‫בורא אין דעם טיפסטן זין פון ווארט‪ .‬דער נצרכות‬ ‫פון נברא צו בורא איז באין ערוך פון דער נצרכות‬ ‫פון אן ארימאן פאר דעם עושר‪ .‬ווייל דער ארימאן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪93 /‬‬


‫דארף בסך הכל ברויט פון דעם עושר‪ ,‬אבער זיין‬ ‫מציאות זעלבסט שטייט שוין זעלבסטשטענדיג‬ ‫פאר זיך‪ .‬ווידעראום דער נברא ווי ער איז א נברא‬ ‫כלפי דעם בורא‪ ,‬האט ממש גארנישט פאר זיך‪ ,‬ער‬ ‫איז גארנישט כפשוטו‪ ,‬און זיין גאנצער קיום איז‬ ‫אזא סארט קיום וואס דארף אנקומען צו א בורא‪.‬‬ ‫הייסט עס אז דער נברא'ס גאנצער קיום וועט‬ ‫אייביג זיין פעלעריג‪ ,‬חסר‪ ,‬נישט אמת'דיג‪ ,‬נישט‬ ‫שלימות'דיג‪ ,‬ביחס צו דעם מציאות הבורא‪.‬‬ ‫פארוואס און פאר וועמען איז דאס בכלל‬ ‫א פראבלעם? ווער פינקטליך שטייט אויף‬ ‫אינדערפרי טרויעריג אז ער איז נישט קיין מציאות‬ ‫עצמית אזויווי דעם בורא? דאס איז טאקע דער‬ ‫שטוינענדער חידוש פון די מקובלים‪ ,‬אז א נברא‬ ‫האט נישט וואס צו זוכן קיין שום זאך נאר גאט‬ ‫אליין‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬דאס איז פשוט וואס‬ ‫יעדער ווייסט און וואס שטייט אין אלע ספרים אז‬ ‫אלע תענוגים וואס מען קען געבן פאר א מענטש‬ ‫אין עולם הזה זענען בטל ומבוטל כאין וכאפס‪,‬‬ ‫יפה שעה אחת של קורת רוח בעולם הבא מכל חיי‬ ‫העולם הזה‪ .‬דער איינציגער תענוג און הטבה וואס‬ ‫איז באמת שייך איז גאט אליין‪ .‬דהיינו אים אליין‬ ‫כפשוטו ממש‪ ,‬וואס גאט'ס מציאות איז אמת ויציב‬ ‫וקיים וכו'‪ .‬און ווי חז"ל זענען שוין מסביר אז עולם‬ ‫הבא באשטייט נאר פון "נהנים מזיו השכינה‪",‬‬ ‫דהיינו אז נבראים באקומען א חלק אין דעם‬ ‫מציאות הבורא‪.‬‬ ‫ממילא‪ ,‬כל זמן וואס א מענטש קען נישט‬ ‫האבן דער סארט מציאות‪ ,‬וואס רופט זיך על‬ ‫שם המושאל "שכר"‪ ,‬פון זיין א בורא‪ ,‬האט ער‬ ‫גארנישט‪ .‬דאס איז ווי דער נחש האט געזאגט‬ ‫"והייתם כאלקים‪ ",‬דאס איז געווען די פיתוי‬ ‫און תאווה פון אדם הראשון אין גן עדן‪ .‬דער‬ ‫מענטש האט נאר איין בקשה און איין תאווה‪,‬‬ ‫והייתם כאלקים‪ .‬ביי אדם הראשון איז פון דעם‬ ‫רצון ארויסגעקומען א חטא (כפי שנבאר)‪ ,‬אבער‬ ‫אין תיקון איז אויך אזוי‪ ,‬ווי עס שטייט‪" ,‬ושכנתי‬ ‫בתוככם והייתי לכם לאלקים‪ ",‬און "והלכת בדרכיו‪,‬‬ ‫מה הוא אף אתה‪ ",‬אדער בלשון האריז"ל (ע"ח‬ ‫שער הכללים‪ ,‬פרק א') "כשעלה ברצונו וכו' ויזכו‬ ‫להיות מרכבה למעלה להדבק בו ית'‪".‬‬ ‫צווייטנס‪ ,‬דאס איז דער זעלבער פראבלעם‬ ‫מצד דעם בורא (נישט אז מיר רעדן וועגן דעם טעם‬ ‫פון דעם בורא אליין‪ ,‬ווייל דאס איז נישט שייך‪,‬‬ ‫‪ / 94‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ווי פריער דערמאנט‪ ,‬נאר דא מיינט מען נאכדעם‬ ‫וואס מיר רעדן וועגן דעם טעם להיטיב)‪ .‬ווייל ווען‬ ‫דער בורא וויל געבן א הטבה פאר נבראים‪ ,‬מוז‬ ‫דאס דאך זיין אן אמת'ע הטבה‪ .‬א פאלשע הטבה‬ ‫איז דאך גארנישט ווערד‪ ,‬און אן אמת'ע הטבה‬ ‫איז דאך נישט מעגליך אין דעם עולם הנבראים‪,‬‬ ‫וויבאלד אלע נבראים כולם כאחד זענען גארנישט‬ ‫כלפי דעם בורא‪ ,‬און אפילו דער בורא זאל געבן‬ ‫פאר יעדן נברא אלע עולמות‪ ,‬וועט דאס נישט‬ ‫אנפאנגען צו זיין בכלל א הטבה‪ .‬ממילא איז די‬ ‫איינציגסטע הטבה וואס ער קען געבן ער אליין ‪-‬‬ ‫זיין אייגענער מציאות‪ .‬ווי דער לשון הרמח"ל אין‬ ‫"דרך השם" (חלק א'‪ ,‬פרק ב')‪" ,‬ובהיותו הוא לבדו‬ ‫ית' הטוב האמיתי‪ ,‬לא יסתפק חפצו הטוב אלא‬ ‫בהיותו מהנה לזולתו בטוב ההוא עצמו שהוא בו‬ ‫ית' מצד עצמו‪ ".‬און דא שטויסט זיך דער בורא אן‬ ‫מיט דעם פראבלעם פון נהמא דכיסופא‪.‬‬ ‫וועט מען ווייטער פרעגן די אלטע קשיא‪ ,‬דער‬ ‫בורא איז דאך א כל יכול‪ ,‬זאל ער זיך אן עצה געבן‬ ‫מיט דעם פראבלעם און מאכן אזא מציאות וואו‬ ‫דאס קען יא זיין און שלום על ישראל‪ .‬איז דער‬ ‫תירוץ אויף דעם צווייפאכיג‪ ,‬איינס‪ :‬דער מושג פון‬ ‫"כל יכול" האט אויך א גבול‪ .‬דאס ברענגט אונז צו‬ ‫דער סוגיא וואס מען רופט "נמנעות" [שאכמ"ל‬ ‫בשלימות]‪ ,‬און ווי דער רמב"ם און אנדערע זענען‬ ‫מסביר‪ ,‬אז אפילו דער בורא איז א כל יכול‪ ,‬מיינט‬ ‫דאס נישט אז ער קען מאכן אז איינס זאל זיין צוויי‪,‬‬ ‫ווייל דאס איז פשוט א לאגישע סתירה מיניה וביה‪.‬‬ ‫און אפילו לויט די שיטות וואס דינגען זיך אויפ'ן‬ ‫רמב"ם און זאגן "היפלא מהשם דבר‪ ",‬און דער‬ ‫אויבערשטער קען מאכן א סתירה אויך‪ ,‬איז דאס‬ ‫נאר אויף זאכן וואס זענען נבראים‪ .‬אבער צו זאגן‬ ‫אז דער אויבערשטער זאל מאכן א נברא וואס איז‬ ‫דער בורא‪ ,‬איז דאך א נארישקייט (וכן כתב הצמח‬ ‫צדק)‪ .‬ווייל אפילו זאל דער אויבערשטער מאכן א‬ ‫נברא וואס האט אלע מעלות פון דעם בורא‪ ,‬וועט‬ ‫אים איין זאך פעלן בהכרח‪ ,‬און די זאך איז דער‬ ‫עיקר פראבלעם אונזערער‪ ,‬אז דער נברא וועט‬ ‫בלייבן א נברא‪ ,‬און דער בורא וועט בלייבן א בורא‪.‬‬ ‫קומט אויס אז אפילו דער כל יכול קען זיך נישט‬ ‫ספראווען‪ ,‬כביכול‪ ,‬מיט דעם פראבלעם פון נהמא‬ ‫דכיסופא‪.‬‬ ‫דער צווייטער תירוץ אויף דער קשיא "היפלא‬ ‫מה' דבר" איז אז אין הכי נמי‪ ,‬דער אויבערשטער‬


‫קען טאקע‪ ,‬אבער נישט אליין כביכול‪,‬‬ ‫נאר ער דארף אנקומען צו נבראים‬ ‫וואס זאלן דווקא זיין נפרד פון אים‪,‬‬ ‫און דייקא בעלי בחירה ‪ -‬וואס‬ ‫דאס איז טאקע דער הסבר פון‬ ‫'נהמא דכיסופא'‪ ,‬וואס זאגט אז‬ ‫דאס איז א זאך וואס כביכול‬ ‫קען נישט אליין‪ ,‬נאר ער‬ ‫דארף אנקומען צו דעם וואס‬ ‫עס זאלן זיין נבראים נפרדים‬ ‫און בעלי בחירה‪ ,‬וואס מיט‬ ‫דעם זענען זיי כביכול בדרגת‬ ‫בורא‪ .‬קומט אויס אז כביכול האט‬ ‫טאקע באשאפן נאך א בורא‪ .‬אדער‬ ‫מער קלאר‪ ,‬דער אויבערשטער האט‬ ‫באשאפן אזוינע נבראים וואס קענען‬ ‫בכח בחירתם אנקומען צו א מדרגה וואס‬ ‫איז געטליך און ווערן דבוק אין בורא‪.‬‬ ‫פאראדאקסאליש זאגט די תורה פון "נהמא‬ ‫דכיסופא" אז דווקא דורך דעם וואס נבראים בעלי‬ ‫בחירה זענען נפרד אינגאנצן פון דעם בורא און‬ ‫שטייען ברשות עצמם אין א געוויסן זין‪ ,‬דווקא‬ ‫דורך דעם קענען זיי אנקומען צו א געטליכער‬ ‫מעלה‪ .‬וויבאלד די הגדרה פון "בורא"‪ ,‬האבן מיר‬ ‫דאך מסביר געווען‪ ,‬איז אז דער בורא באקומט זיין‬ ‫מציאות פון זיך‪ ,‬און דארף נישט אנקומען צו קיין‬ ‫צווייטן‪ .‬דאס זעלבער איז דער נברא ווי ער שטייט‬ ‫אין דער וועלט בשעת ער דארף פאסן א באשלוס‬ ‫און די בחירה ליגט אין זיינע הענט‪ ,‬וואס דעמאלט‬ ‫איז בכלל נישט ניכר דארט אז ער האט א בורא‪,‬‬ ‫ווייל ער האט דאך א בחירה וואו ער קען טון וואס‬ ‫ער וויל אן דעם וואס עס זאל זיין תלוי אין דעם‬ ‫בורא בכלל‪ .‬דייקא דורך דעם באקומט דער נברא א‬ ‫מעלה וואס הייסט דבקות בבורא‪ ,‬אדער דערגרייכן‬ ‫א מדרגה אלוקית‪.‬‬ ‫ווי הרב אשלג איז שיין מסביר‪ ,‬דבקות הייסט‬ ‫צאמקלעבן‪ ,‬בגשמיות אז מען איז מקרב צוויי זאכן‬ ‫במקום אדער בזמן האסטו זיי צאמגעקלעבט‪.‬‬ ‫אבער ברוחניות‪ ,‬וואו עס איז נישטא קיין מקום‬ ‫אדער זמן‪ ,‬וואס מיינט דאס בכלל זיין נענטער צו‬ ‫גאט? ער האט דען א פלאץ וואו מען קען גיין?‬ ‫נאר עס מיינט צו זיין מער ענליך צו גאט בהגדרתו‪,‬‬ ‫וואס ביי מושגים מופשטים‪ ,‬ווי מער ענליך צוויי‬ ‫רוחניות'דיגע מושגים זענען אלס "נענטער" זענען‬

‫זיי‪,‬‬ ‫טאמער‬ ‫א ו ן‬ ‫האבן צוויי מושגים ממש די זעלבע הגדרה זענען‬ ‫זיי איינס‪ ,‬ווייל עס איז נישטא וואס עס טיילט זיי‬ ‫נאר זייערע תכונות‪ .‬ממילא‪ ,‬ווען מיר זאגן אז א‬ ‫נברא קען ווערן נאנט צו גאט‪ ,‬דבוק צו גאט‪ ,‬מאוחד‬ ‫מיט גאט‪ ,‬מיינט מען ער קען קונה זיין אזא תכונה‬ ‫אדער הגדרה וואס מיט דעם איז גאט מוגדר‪.‬‬

‫ו‪-‬‬‫הן האדם היה כאחד ממנו‬ ‫און דאס איז דער מציאות פון דער בריאה‪ ,‬וואס‬ ‫דער בורא האט געמאכט א צמצום‪ ,‬דאס הייסט א‬ ‫מציאות וואו עס (זעט אויס ווי עס) איז נישט דא‬ ‫זיין מציאות בכלל‪ .‬און עס זעט זיך בכלל נישט‬ ‫אויס ווי די נבראים זענען נצרך במציאותם צו א‬ ‫צווייטן‪ ,‬נאר די נבראים שטייען ווי א מציאות פאר‬ ‫זיך ממש‪ ,‬ווי כאילו זייער עקזיסטענץ איז נישט‬ ‫תלוי אין קיינעם (ענליך ווי דעם רמב"מ'ס צווייטן‬ ‫פשט אויף למענהו)‪.‬‬ ‫און נישט נאר דאס וואס דער עצם מציאות‬ ‫פון די נבראים און דעם מענטש זעען אויס ווי א‬ ‫מציאות וואס שטייט פאר זיך אינגאנצן‪ ,‬נאר‬ ‫אפילו אויף די מעשים פון דעם מענטש‪ ,‬האט דער‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪95 /‬‬


‫אויבערשטער‬ ‫געגעבן פאר א מענטש בחירה‪ .‬וואס אויף דעם‪,‬‬ ‫זאגט דער רמב"ם‪ ,‬שטייט "הן האדם היה כאחד‬ ‫ממנו לדעת טוב ורע‪ ".‬די בחירה וואס א מענטש‬ ‫האט איז דאס וואס מאכט אים ווי א גאט‪ .‬ווייל‬ ‫וואס איז דען די הגדרה פון בחירה? אז א מענטש‬ ‫קען טון א זאך וואס הייבט זיך אן פון אים‪ ,‬וואס עס‬ ‫איז נישטא קיין שום סיבה וואס איז אים מכריח צו‬ ‫טון אזוי צי אזוי‪ .‬אפילו דער אויבערשטער אליין‬ ‫קען נישט צווינגען דעם בעל בחירה וואס צו טון‪,‬‬ ‫ווייל אויב יא איז עס דאך שוין נישט קיין בחירה‪.‬‬ ‫קומט אויס אז דער נברא וואס געפינט זיך אין‬ ‫דעם עולם הצמצום‪ ,‬שטייט נישט אין קיין מציאות‬ ‫פון נהמא דכיסופא‪ ,‬ווייל עס דערקענט זיך נישט‬ ‫אויף זיין מציאות בכלל אז ער דארף אנקומען צו‬ ‫א בורא‪ .‬און אין דער נקודה איז יעדער נברא שוין‬ ‫ווי ער איז באשאפן אין דעם עולם הנפרד דומה צו‬ ‫גאט אין זיין מציאות‪ .‬און נאך מער און טיפער פון‬ ‫דעם ווען ער איז א בעל בחירה און טוט מעשים‬ ‫מכח די בחירה זיינע וואס איז נישט תלוי אין קיין‬ ‫שום זאך‪ ,‬דאן זענען די מעשים געטליכע מעשים‬ ‫וויבאלד זיי טראגן די תכונה אלוקית פון נישט זיין‬ ‫קיין נהמא דכיסופא און נישט זיין שולדיג גארנישט‬ ‫פאר קיינעם‪ .‬אויב אזוי וועלן מיר פארשטיין אז עס‬ ‫קומט אויס אז דער שכר וואס מען רעדט פון וואס‬ ‫‪ / 96‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫איז א נהמא דכיסופא‪ ,‬איז נישט (נאר)‬ ‫דער שכר וואס מען באקומט נאך‬ ‫דעם עולם המעשה אויף יענער‬ ‫וועלט‪ ,‬נאר דער שכר איז גופא‬ ‫דאס וואס א מענטש שטייט‬ ‫זעלבסטשטענדיג און איז א‬ ‫בוחר‪.‬‬ ‫דא קען אפילו אויסזען‬ ‫אז ווי ווייניגער א מענטש‬ ‫טוט דעם רצון השם‪ ,‬אלס‬ ‫מער באווייזט ער זיין‬ ‫זעלבסטשטענדיגקייט‪ ,‬און‬ ‫אלס מער ווייזט ער אז זיין‬ ‫מציאות און זיין בחירה זענען‬ ‫נישט תלוי און גארנישט חוץ זיך‬ ‫אליין‪ ,‬און אלס מער ווייזט ער אז ער‬ ‫איז ווי א גאט‪ .‬און דאס איז טאקע געווען‬ ‫די פיתוי פון דעם נחש וואס האט געזאגט פאר‬ ‫חוה "והייתם כאלקים" ‪ -‬אז איר וועט עובר זיין‬ ‫אויף גאט'ס מצווה‪ ,‬ערשט דעמאלט וועט איר זיך‬ ‫שפירן ווי א גאט וואס האט נישט קיינעם וואס‬ ‫זאל אים זאגן וואס צו טון‪ .‬טאקע זייט דעמאלט‬ ‫זענען אדם און חוה נתגרש געווארן פון גן עדן‬ ‫און עס שפירט זיך מער און מער דער פירוד פון‬ ‫דעם נברא און דעם בורא‪ .‬אבער זייער טעות‬ ‫איז געווען אז פאר דעם זענען זיי אויך געווען‬ ‫כאלקים‪ ,‬ווי ס'שטייט בפירוש "בצלם אלקים‬ ‫ברא אותם‪ ",‬ועוד‪ ,‬זיי האבן נישט געהאט קיין‬ ‫נהמא דכיסופא‪ ,‬ווי עס שטייט "ולא יתבוששו‪".‬‬ ‫און אזוי וואלטן זיי געקענט בלייבן אין גן עדן‪,‬‬ ‫אן דארפן זוכן דעם גראבן געפיל פון זיין א נברא‬ ‫וואס קען אליין מחליט זיין פאר זיך ‪ -‬פונקט ווי‬ ‫דער אויבערשטער אליין איז דאך דער גאט באמת‬ ‫לאמיתו‪ ,‬און ער זוכט נישט צו באווייזן איבעראל‬ ‫זיין זעלבסטשטענדיגקייט‪ ,‬אדרבה במקום גדולתו‬ ‫שם אתה מוצא ענוותנותו‪ ,‬און ער האט טאקע‬ ‫געמאכט די וועלט באופן וואס ווייזט דאס נישט‪,‬‬ ‫און ווייזט דווקא ווי כאילו ער קען נישט אליין‪ .‬די‬ ‫חטא איז נאר געווען דער דקות פון דעם וואס זיי‬ ‫האבן געזוכט זיך צו באווייזן כאילו‪ ,‬צו פילן ממש‬ ‫מוחש'דיג און גראב אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן‪,‬‬ ‫און על דרך זה זענען טאקע אויך אלע חטאים וואס‬ ‫מענטשן טוען‪.‬‬ ‫דורך דעם וואס א מענטש שטייט אין דער‬


‫וועלט‪ ,‬ווי אן עומד לעצמו אן דארפן אנקומען‬ ‫אפילו צו דעם בורא‪ ,‬און אזוי‪ ,‬פון זיך אליין‪,‬‬ ‫זוכט ער געטליכקייט‪ ,‬אזוי באקומט ער ממש‬ ‫געטליכקייט וואס באלאנגט פאר אים‪ ,‬וואס הייבט‬ ‫זיך אן פון אים‪ .‬און אזוי‪ ,‬אפילו ווען ער קומט אן‬ ‫צו עולם הבא‪ ,‬וואס דארט איז א וועלט וואו עס‬ ‫איז נישט דא אזא שטארקע הסתרה‪ ,‬און עס איז‬ ‫יא ניכר אז אלעס דארף אנקומען צו גאט‪ ,‬בלייבט‬ ‫ער נאכאלץ מיט א כח מקבל צו זיין דער מציאות‬ ‫אלוקות‪ ,‬וויבאלד ער האט שוין ביי זיך א מציאות‬ ‫וואס איז זעלבסטשטענדיג‪ .‬דער מציאות וואס איז‬ ‫געווען אין עולם הזה איז ווי א כלי וואס דווקא‬ ‫דורך דעם וועט ער ווייטער מקבל זיין מציאות‬ ‫אלוקות בעולם הבא‪.‬‬ ‫דאס איז דער נמשל פון די לבושים וואס מען‬ ‫האט געמאכט פאר אדם וחווה נאך זייער חטא‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס זיי האבן געכאפט אז אויב וועט זיי‬ ‫זיין קלאר געטליכקייט ווי אין גן עדן וועט דאך‬ ‫זיין א שרעקליכע בושה‪ ,‬ווייל א נברא איז נישט‬ ‫קיין בורא אפילו ווען ער וויל‪ ,‬האבן זיי באקומען‬ ‫לבושים‪ ,‬וואס דאס איז די מעשים וואס א מענטש‬ ‫טוט בעולם הזה‪ .‬פונקט ווי אין דעם משל גשמי‬ ‫היט א לבוש דעם מענטש פון דער בושה פון זיין‬ ‫נאקעדיגקייט‪ ,‬אזוי איז די בחירה וואס א מענטש‬ ‫טוט מיט דעם אין עולם הזה איז ווי א לבוש און‬ ‫כלי פון זעלבסטשטענדיגקייט וואס מיט דעם איז‬ ‫מען נהנה מזיו השכינה לעולם הבא‪ .‬דאס איז‬ ‫וואס עס שטייט‪" ,‬אלא צדיקים יושבים‬ ‫ועטרותיהם בראשיהם ונהנים‬ ‫מזיו השכינה‪ ",‬וואס די‬ ‫עטרות‪ ,‬דאס מיינט דער‬ ‫כוח הרצון והבחירה‬ ‫וואס די צדיקים‬ ‫האבן מיט דעם‬ ‫בוחר געווען‬ ‫בעולם הזה‪,‬‬ ‫דווקא דורך‬ ‫זיי קענען‬ ‫זיי נהנה זיין‬ ‫מזיו השכינה‬ ‫להיות כמותו‪.‬‬ ‫דאס איז‬ ‫וואס די גמרא‬ ‫זאגט (ברכות ח‪,‬‬

‫א)‪" ,‬גדול הנהנה מיגיע כפיו יותר מירא שמים‪,‬‬ ‫שעל ירא שמים כתיב אשרי כל ירא השם‪ ,‬ועל‬ ‫נהנה מיגיע כפיו כתיב יגיע כפיך כי תאכל אשריך‬ ‫וטוב לך‪ .‬אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא‪".‬‬ ‫א ירא שמים איז דער וואס איז מכיר אז ער איז א‬ ‫נצרך לשמים‪ ,‬ער דארף אנקומען צום באשעפער‪.‬‬ ‫אים איז טאקע אשרי‪ .‬אבער נישט פאר דעם האט‬ ‫מען באשאפן דעם עולם הזה און עולם הבא‪.‬‬ ‫דווקא דער נהנה מיגיעו‪ ,‬אפילו ער איז נישט דער‬ ‫גרעסטער ירא שמים‪ ,‬האט ער אבער א מציאות‬ ‫לכשעצמו‪ ,‬וואס איז דומה לו דער מציאות הבורא‬ ‫לכשעצמו‪ ,‬און טאקע וועגן דעם גדול הנהנה‬ ‫מיגיעו איז דא דער עולם הזה‪.‬‬ ‫און אזוי איז אויך פארענטפערט די קשיא‬ ‫אז אויב איז די וועלט באשאפן צוליב שכר‪ ,‬וואס‬ ‫טוט מען מיט דעם פאקט אז רוב וועלט באשטייט‬ ‫לכאורה פון רשעים וואס באקומען נישט קיין שכר‪.‬‬ ‫דער תירוץ איז אז דער שכר מיינט נישט דער שכר‬ ‫נאר דער כוח הבחירה‪ ,‬און אפילו רשעים נוצן דעם‬ ‫כוח‪ ,‬און אדרבה ביי רשעים איז דאס מער ניכר‪ ,‬דאס‬ ‫איז וואס דער פסוק זאגט‪" ,‬כל פעל השם למענהו‬ ‫וגם רשע‪ ",‬און יעדער באקומט מציאות אלוקות‬ ‫לויט זיינע אויסדערוועלטע‬ ‫מעשים‪.‬‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪97 /‬‬


‫אביגדור אונגאר‬

‫‪Credit: Shirona Fine‬‬

‫‪ / 98‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫הקדמה‬ ‫"איש צר ואויב לדת תורתינו הקדושה‬ ‫ולעיקרי האמונה דרך קשתו כאויב להפר ברית‬ ‫עולם‪ ,‬הוא הגבר אשר הרחיב גבול הטומאה ר"ל‬ ‫וכו' ומבלעדי זאת הוסיף פשעים על פשעים‪,‬‬ ‫להדפיס בספריו הטמאים‪ ,‬גלויים וידועים‪ ,‬דברי‬ ‫מינות וכפירה‪ ,‬בעזות מצח וחוצפה יתירה‪,‬‬ ‫את ה' הוא מגדף ביד רמה‪ ,‬אשר לא נראה ולא‬ ‫נשמע כזאת מימים ימימה"‪ - 1‬די אלע זענען‬ ‫אויסדרוקן וואס מ'זעט געדרוקט אויף הרב‬ ‫אברהם יצחק הכהן קוק‪ .‬פון דער אנדערער‬ ‫זייט טרעפט מען אויף אים אזעלכע אויסדרוקן‪,‬‬ ‫ווי "רבינו גאון עזינו"‪" 2‬צדיק יסוד עולם‪ ,‬אור‬ ‫ישראל וקדושו"‪" 3‬פאר הדור והדרו"‪" ,4‬אדמו"ר‬ ‫זצ"ל" (געשריבן דורך תלמידים פארברענטע‬ ‫ליטוואקעס‪ ,‬ווי הרב חרל"פ און דער "נזיר")‪,‬‬ ‫און נאך‪ .‬ווי קומען די צוויי פארקערטע‬ ‫סענטימענטן צוזאמען? ווער קען דאס זיין וואס‬ ‫מצד אחד האט ער איבערגענומען מענטשן אזש‬ ‫מ'האט איבערגעגעבן לייב און הארץ פאר אים‪,‬‬ ‫און מצד שני איז זיין נאמען א משל פאר אלע‬ ‫צוררי ישראל לדורותם?‬ ‫מיר רעדן דא פון הרב אברהם יצחק הכהן‬ ‫קוק ז"ל‪ ,‬וואס האט אין זיך פארקערפערט א‬ ‫פארשידנהייט און א ברייטקייט פון מיינונגען‬ ‫און מהלכים‪ ,‬וואס האט געהאט וואס צו זאגן‬ ‫אויף פיל מער טעמעס ווי אנדערע גדולים פון‬ ‫זיין צייט און אנדערע צייטן‪ ,‬און זיין נאמען איז‬ ‫איינגעהיל ​ט אין א וואלקן פון מחלוקת און‬ ‫שנאה מצד אחד‪ ,‬קשיות און דמיונות מצד שני‪,‬‬ ‫און מצד שלישי אויסנאמליכע ערע און הכנעה‪.‬‬ ‫אסאך איז שוין געשריבן אויף הרב קוק‪,‬‬ ‫וועל איך דעריבער נישט אויסשמועסן זיין‬ ‫ביאגראפיע און לעבנס‪-‬געשיכטע‪ ,‬און‬ ‫ניטאמאל זיינע שיטות און מיינונגען‪.‬‬ ‫‪ )1‬שו"ת דברי יואל‪ ,‬חו"מ קל"א‪.‬‬ ‫‪ )2‬קול תורה שנה ד (ו) חוברת יא –‬ ‫יב‪ ,‬מכתב חתום ע"י הרב הירש פסח‪,‬‬ ‫ר' שלמה'קע זוויהלע‪ ,‬ר' וועלוועלע‬ ‫רכמסטריווקא ועוד‪.‬‬ ‫‪ )3‬זכו שכינה ביניהם (הרב דוד‬ ‫כהן "הנזיר")‪ ,‬עמ' ‪.9‬‬ ‫‪ )4‬הרב ברוך דוב ליבוביץ‪,‬‬ ‫במכתב רפו"ש‪.‬‬

‫איך וויל דא נאר אויסשמועסן איין נקודה פון‬ ‫זיין לעבן און דער התנגדות אנטקעגן אים‪.‬‬ ‫הרב קוק הייסט אין דער וועלט דער רב פון‬ ‫ציונות‪ .‬ער האט געגעבן דער ציונות זיין אידישן‬ ‫כאראקטער‪ ,‬און ער האט עס אויפגעבויט‬ ‫עפ"י יסודות התורה לויט זיין מיינונג און‬ ‫געדאנקענגאנג‪ .‬די מתנגדי הציונות נוצן דאס‬ ‫אלס א ראיה קעגן אים‪ ,‬און דאס טוט לויט זיי‬ ‫אפפרעגן יעדע זאך וואס הרב קוק האט געטון‬ ‫און געזאגט‪ .‬ביי די וואס ציונות איז אן ענין‬ ‫פון גלאטע אפיקורסות און די סוגיא פון שלש‬ ‫שבועות איז פון די וויכטיגסטע נקודות אין דער‬ ‫נושא‪ ,‬איז שוין נישט דא וואס צו רעדן‪ ,‬ביי זיי‬ ‫איז דאס אליין א פירכא שאין עליה תשובה‪,‬‬ ‫און ס'איז שוין נישט דא וואס צו רעדן טראכטן‬ ‫אדער האנדלען‪.‬‬ ‫אבער ביי פיל ​ע חרדים איז עס נישט אזוי‪,‬‬ ‫הגם זיי שטיצן נישט דאס ציוניזם‪ ,‬מכל מקום‬ ‫קוקן זיי עס נישט אן ווי כפירה בדת משה‪,‬‬ ‫נאר אלס א סכנה פאר אידישקייט דורכ'ן‬ ‫אוועקשטעלן א נייעם סארט לעבן וואס‬ ‫צילט צו זעלבסטשטענדיגקייט צווישן גויים‬ ‫אנשטאט צו עבודת ה'‪ ,‬און נאך טענות וואס‬ ‫מ'זעט אין די דרשות און תורות פון גדולי ישראל‬ ‫למיניהם‪ .‬דער וואס איז דורך דעם ציונות בשלום‬ ‫און איז נישט אראפ פון אידיש​ן וועג‪ ,‬האט‬ ‫דורכגעלעבט‪ ,‬און דער ציונות איז לויט זיי נישט‬ ‫קיין פירכא מצד עצמה‪.‬‬ ‫אבער אויך אין דער חרדישער גאס וואס‬ ‫איז נישט אזוי סאטמאר געשטימט‪ ,‬איז הרב‬ ‫קוק'ס רעפוטאציע נישט אזוי געוואלדיג‪ .‬זיינע‬ ‫ספרים געפונען זיך ווייניג אין בתי מדרשים‪ ,‬און‬ ‫מ'רעדט נישט קיין סאך פון אים‪ .‬ווען מ'פרעגט‬ ‫פארוואס‪ ,‬איז דער תירוץ אז ער האט נישט‬ ‫געטויגט‪ ,‬ער האט געהאט מאדנע דעות‪ ,‬ער‬ ‫האט מחדש געווען צו פיל‪ ,‬ער איז פארקראכן‬ ‫פון קבלה‪ ,‬ער האט געלעבט אין דמיון וכו' וכו'‪.‬‬ ‫דער איינדרוק וואס מ'האט איז אז ער איז געווען‬ ‫אן אפגעפרעגטע ​ר אפילו אן דעם חלק הציונות‪,‬‬ ‫און זיינע שיטות און מיינונגען זענען פסול‬ ‫אינגאנצן‪ .‬ערגעץ וואו האבן די מתנגדים זיינע‬ ‫א ריזיגע טענה‪ ,‬א טענה שאין עליה תשובה‪ ,‬און‬ ‫מיט דעם איז ער ארויס פון דער שוועל פון בית‬ ‫המדרש און די חכמי הדורות און אריין אינעם‬ ‫גרוב פון די פארפארענע‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪99 /‬‬


‫די טענות‬ ‫די עיקר טענות אויף הרב קוק‪ ,‬די טענות‬ ‫וואס מתנגדי הציונות נוצן אויפצואווייזן ווי‬ ‫אפגעפרעגט זיין גאנצער מהות איז‪ ,‬זענען א‬ ‫פאר מעשיות וואס זענען געווען מפורסם בחייו‪,‬‬ ‫וואס זיינע מתנגדים האבן מפרסם געווען‬ ‫אומעטום‪ ,‬און אין דער חרדישער געוויסן איז‬ ‫געבליבן אז אזוי איז‪ ,‬דאס איז זיין מורשת‬ ‫אויף אייביג און מ'קען עס נישט אפפרעגן‪ .‬ווען‬ ‫איינער וויל אנקוקן הרב קוק אלס א גדול בתורה‬ ‫מיט טשיקאווע דעות וואס זענען נישט אלע‬ ‫אנגענומען‪ ,‬א שטייגער ווי הרב עקיבא יוסף‬ ‫שלעזינגער‪ ,‬צי דער מחנה חיים‪ ,‬ר' מנשה מאיליא‪,‬‬ ‫אדער ר' יעקב עמדין‪ ,‬קומט מען אייביג צוריק צו‬ ‫די טענות‪ ,‬וואס בלייבן די טענות שאין עליהם‬ ‫תשובה‪.‬‬ ‫דאס וואלט געדארפט בלייבן באמת א‬ ‫קשיא ווייל אסאך גדולי תורה האבן יא געשעצט‬ ‫הרב קוק‪ ,‬און אסאך גדולי תורה וואס האבן זיך‬ ‫שטארק געדינגען מיט זיין מיינונג‪ ,‬האבן אים‬ ‫נישט ארויסגעשטעלט מגדר גדול בישראל‪ ,‬נאר‬ ‫זיך געדינגען אויף זיין מהלך אין געוויסע זאכן‪.‬‬ ‫אלזא‪ ,‬לאמיר אריינגיין אין די ספעציפישע‬ ‫טענות וועלכע מ'ברענגט כסדר ארויף אויף הרב‬ ‫קוק‪ ,‬און זען וואס האט זיך דא געטון‪ .‬זיי זענען ווי‬ ‫פאלגענד‪:‬‬ ‫‪1 .1‬א הספד געזאגט אויף דער חוזה המדינה‬ ‫טעאדאר הערצל‪ ,‬וואו ער האט זאגאר‬ ‫צוגעגליכן הערצל'ען צו משיח בן יוסף‪.‬‬ ‫‪2 .2‬הרב קוק האט געזאגט אז די חלוצים‬ ‫וואס שפילן פוס‪-‬באל אום שבת זענען‬ ‫מייחד יחודים לקונם פונקט ווי די וואס‬ ‫זיצן אין ביהמ"ד און הארעווען אויף‬ ‫תורה אדער זאגן שירות ותשבחות צום‬ ‫באשעפער‪.‬‬ ‫‪3 .3‬ביי דער גרינדונג פון דער העברעאישער‬ ‫אוניווערזיטעט‪ ,‬האט הרב קוק געהאלטן‬ ‫א דרשה און געזאגט "כי מציון תצא‬ ‫תורה" אויף דעם פלאץ וואו מ'לערנט‬ ‫כפירה‪.‬‬ ‫‪4 .4‬הרב קוק האט צוגעגליכן די תלמידי‬ ‫הבעש"ט צו די תלמידים פון אותו‬ ‫האיש‪ ,‬און בכלל אויסגערימט אותו‬ ‫האיש ודרכו‪.‬‬ ‫‪ / 100‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫רב קוק פארן ארויף גיין קיין א"י‬

‫אט די טענות ווערן נאכאנאנד איבערגעזאגט‬ ‫אויף הרב קוק‪ ,‬און ס'איז טאקע שווער זיך‬ ‫אויסצודרייען פון זיי‪ .‬ערגעץ ברענגט מען אראפ‬ ‫פון איינער פון זיינע מתנגדים אויף נקודה ד'‪ ,‬אז‬ ‫נישט ווייל ער האט מתנגד געווען צו חסידות‬ ‫האט ער געמאכט דער צושטעל‪ ,‬נאר ווייל ער איז‬ ‫געווען נוטה צו נצרות האט ער עס געקענט זאגן‪.‬‬ ‫דאס איז אוודאי אן עקסטרעמער אויסדרוק פון א‬ ‫קנאי‪ ,‬נישט קיין אמת'ע מיינונג‪ ,‬אבער אזוי ווייט‬ ‫זענען זאכן געגאנגען‪.‬‬ ‫די טענות דארפן אויפווייזן אז אפגעזען‬ ‫פון זיין מיינונג אויף ציונות‪ ,‬איז הרב קוק אן‬ ‫אפגעפרעגטער​‪ ,‬איינער וואס האט א קלות'דיגן‬ ‫גוי'אישן בליק אויף אידישקייט‪ ,‬און ממילא זענען‬ ‫אלע זיינע מיינונגע​ן אונטער א גרויסע פראגע‪-‬‬


‫צייכן און מ'מעג אים בארעדן און באשייגעצן‪.‬‬ ‫דאס גילט אפילו פאר דער וואס האט נישט קיין‬ ‫גרויסער פראבלעם מיט ציונות‪ ,‬און דאס דינט‬ ‫אויך אלס א ראיה קעגן ציונות‪ ,‬כאילו ס'קומט‬ ‫צוזאמען מיט אזעלכע לינקע סארט דעות‪.‬‬

‫די הינטערגרונד‬ ‫כדי צו אדרעסירן די ספעציפישע טענות‪,‬‬ ‫דארף מען קודם אוועקשטעלן א פאר יסודות‬ ‫וועגן הרב קוק‪ ,‬דערנאך וועגן די זאכן ארום אים‪,‬‬ ‫און פון דארט קען מען צענעמען די מימרות זיינע‬ ‫אין זייער קאנטעקסט‪.‬‬ ‫די ערשטע זאך איז אז הרב קוק איז געווען‬ ‫א געמיש פון פארצייטנס און מאדערנקייט‪.‬‬ ‫רבנות אין כלל ישראל פלעגט מיינען א רב וואס‬ ‫לעבט אפגעזונדערט פון דעם כלל‪ ,‬ער זיצט און‬ ‫הארעוועט אין לערנען טאג און נאכט‪ ,‬לערנט‬ ‫מיט די תלמידים‪ ,‬און פסקנ'ט די זעלטענע‬ ‫שאלות וואס קומען ארויף‪ .‬צוויי מאל א יאר‬ ‫האט ער געזאגט א דרשה און דאס איבעריגע‬ ‫געלאזט פאר מגידים און מו"צ'ן‪ .‬זיין רבנות‬ ‫האט געהערשט אויף דער גאנצער שטאט‪ ,‬ת"ח‬ ‫און עמי‪-‬הארצים און אפילו גאר שוואכע אידן‪,‬‬ ‫אבער זיין פראקטישער ארבעט איז געווען גאנץ‬ ‫קליין‪ .‬דער רב האט נישט געדארפט גיין צו יעדער‬ ‫לוויה‪ ,‬נישט רעדן ביי יעדער בר מצווה און נישט‬ ‫טאנצן ביי יעדער חתונה‪ .‬זיין רבנות איז געווען‬ ‫א העכערע‪ ,‬אבער ס'איז געווען אויף יעדן‪ .‬ווען‬ ‫ער האט זיך געשטעלט עפעס זאגן‪ ,‬האט קיינער‬ ‫נישט געקענט זאגן פארקערט‪ ,‬זיין פסק איז דאס‬ ‫לעצטע ווארט‪ ,‬און א מחוצף האט געהייסן אן‬ ‫אויסוואורף‪ .‬קיינער האט נישט געהאט קיין ברירה‬ ‫אים נישט צו פאלגן‪.‬‬ ‫נאך דער טיילונג צווישן ארטאדאקסן אין‬ ‫נעאלאגן איז געווארן א ריזיגער טויש‪ ,‬ווייל‬ ‫א מענטש האט שוין געהאט א ברירה וואו צו‬ ‫באלאנגען און דער רבנות האט געדינט א ציל‬ ‫אויפצובויען דעם חרדישן לעבנסשטייגער‪ .‬דער‬ ‫רב האט געדארפט גרינדן א תפארת בחורים און‬ ‫א חדר אין שטאט‪ ,‬ער האט געדארפט נאכאנאנד‬ ‫מחזק זיין די בעלי בתים אין זייער רוחניות‪,‬‬ ‫שטיין על המשמר אויף סיי וועלכן פראבלעם‬ ‫וואס קען ארויפקומען‪ ,‬און זיך פארבינדן מיט‬ ‫אנדערע רבנים אויפצושטעלן דער רוחניות'דיגן‬ ‫לעבן עצהיו"ט‪ .‬דעריבער איז ער געווארן מער‬

‫אריינגעמישט אין דעם לעבן פון יעדן מעמבער‬ ‫פון זיין קהלה‪ ,‬זיין ימי שמחה און ימי אבל‬ ‫אינאיינעם‪.‬‬ ‫לעומת זה‪ ,‬האבן די רבנים נאר געפירט א‬ ‫רבנות אויף א חלק פון דער שטאט‪ ,‬די פרומסטע‬ ‫און ערליכסטע בני העיר‪ .‬דער שוואכער‬ ‫עלעמענט איז אינגאנצן פארשואונדן געווארן‬ ‫פון דער מאפע‪ ,‬ווייל זיי זענען געלאפן צו דער‬ ‫נעאלאגישער קהלה אדער די שטאטוס‪-‬קווא‪.‬‬ ‫אפילו אין די פלעצער ווי קיין טיילונג איז נישט‬ ‫געווארן מצד די פרומע‪ ,‬האבן די פרייע אליין‬ ‫צוביסלעכווייז געמאכט א טיילונג און זיי זענען‬ ‫שוין נישט אינטערעסירט געווען אין דער קהלה‪,‬‬ ‫ביז די רבנות האט נאר געהאט א כוח אויף דעם‬ ‫שטארקסטן עלעמענט‪ .‬ס'זענען אייביג געווען‬ ‫אויסנאמען אין כלל ישראל‪ ,‬אבער אזוי האט די‬ ‫זאך מער ווייניגער אויסגעקוקט‪.‬‬ ‫נאכ'ן קריג האט זיך עס אנטוויקלט ווייטער‪,‬‬ ‫און יעדער רבנות איז געווארן ווי אין אונגארן‬ ‫נאך דער טיילונג מיט א שמיץ אריבער‪ ,‬און רבנים‬ ‫מוזן קומען צו יעדער חתונה און לוויה‪ ,‬באשיינען‬ ‫דינערס פאר כלערליי ארגאניזאציעס ועוד ועוד‪.‬‬ ‫זיי דארפן זיין אריינגעמישט אין יעדן פרק פון‬ ‫דעם געזעלשאפטליכן לעבן‪ ,‬ווייל דאס איז דער‬ ‫גאנצער רבנות‪ .‬אבער איינער וואס שטימט נישט‬ ‫מיט דער אידישקייט פון דעם רב‪ ,‬האט קיין‬ ‫שום שייכות מיט אים און ער טראגט נישט די‬ ‫מינדעסטע אחריות פאר זיינע מעשים‪ .‬דעריבער‬ ‫זענען השגחה ארגאניזאציעס געווידמעט‬ ‫צוצושטעלן חומרות פארן ציבור וואס גייען קויפן‬ ‫פון דער השגחה‪ ,‬נישט צו פסקנ'ען קיין שאלות‬ ‫און זיכער מאכן אז דער עולם האט כשר'ס צו‬ ‫עסן‪ .‬און פאר דעם עקזיסטירן חדרים‪ ,‬נישט אויף‬ ‫אריינצונעמען אלע קינדער וואס דארפן א חינוך‪,‬‬ ‫נאר אז עס זאל זיין א מוסד פאר די קינדער‬ ‫פון געוויסע סארט עלטערן‪ ,‬יעדער לויט זיינע‬ ‫גלויבונגען‪.‬‬ ‫הרב קוק האט פארקערפערט אין זיך ביידע‬ ‫סארט רבנים‪ .‬ער האט געהאט דער שיין פון אן‬ ‫אמאליגן רב‪ ,‬וואס זיצט און לערנט און ליגט אין‬ ‫סוגיות‪ ,‬און איז נאך מחדש אין קבלה און סתרי‬ ‫תורה אויך‪ .‬ער האט געשריבן תשובות אין כל‬ ‫מקצועות התורה און מסדר געווען לימודים בנגלה‬ ‫פאר זיינע תלמידים‪ ,‬א פירוש אויף ביאור הגר"א‬ ‫אויף חו"מ ווי אויך תשובות להלכה‪ .‬זיין רבנות‬ ‫איז געווען‪ ,‬ווי פארצייטנס‪ ,‬אויף דעם גאנצן‬ ‫ברייטן ספעקטרום פון דער געזעלשאפט‪ ,‬פון‬ ‫דעם שוואכסטן עם הארץ און שונא דת‪ ,‬ביז צום‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪101 /‬‬


‫מופלג שבלומדים וואס ליגט שוין אין קבלה‪ .‬זיין‬ ‫אויג איז געווען אפן אויף סיי וועלכן איד‪ ,‬ווייל‬ ‫אין זיין מסורה איז קיין טיילונג נישט געווען‪ ,‬און‬ ‫אפילו די אנטי‪-‬פרומע האט ער אנגעקוקט ווי‬ ‫זיינע שעף וואס ער מוז עפעס טון פאר זיי‪ .‬הרב‬ ‫קוק האט זיך אויך געפירט ווי א היינטיגן רב לגבי‬ ‫זיך אריינמישן אין דעם לעבן פון זיין סטאדע‪ .‬ער‬ ‫איז נישט נאר געזעסן אין דער זייט און געלערנט‪,‬‬ ‫ער האט באשיינט ביי יעדער פאסירונג אין קהלה‪,‬‬ ‫און געזוכט וועגן אנצוקומען אין די הערצער פון‬ ‫יעדן בירגער זיינער‪ .‬נאר זיין ארבעט איז געווען‬ ‫פילפאכיג שווערער ווי א געווענליכן רב‪ ,‬ווייל זיין‬ ‫פאלק איז געווען גאר א פארשידענארטיגער‪ ,‬און‬ ‫ער האט געמוזט טרעפן וועגן פאר יעדן פון זיי‪.‬‬ ‫הרב קוק האט נישט געזען קיין שום‬ ‫אונטערשייד צווישן די פרומע און די פרייע כלפי‬ ‫זיין אחריות צו זיי‪ ,‬ער האט געדארפט זארגן פאר‬ ‫יעדן אינאיינעם‪ .‬אז מ'קוקט אין זיינע בריוון וואו‬ ‫ער רעדט ארום וואס ער וויל טון פאר די חלוצים‬ ‫און קיבוצ'ניקעס‪ ,‬וויאזוי ער וויל זיי אויפבויען‬ ‫און ווי ער האט געהאלטן דרשות נאכאנאנד‬ ‫צו די מענטשן וועגן שמירת שבת און טהרת‬ ‫המשפחה‪ ,‬זעט מען דעם אחריות במלא תפארתה‪.‬‬ ‫נישט קירוב וואס ווערט געמאסטן מיט וויפיל‬ ‫נשמות מ'קען ראטעווען‪ ,‬נאר אן אחריות אלס‬ ‫רב פאר יעדן זעל אין זיין סטאדע‪ .‬דאס איז א‬ ‫געמיש צווישן א רבנות וואס איז פאר יעדן איד‬ ‫אין שטאט אזוי ווי פאר דער טיילונג‪ ,‬און אויך אן‬ ‫אפענעם אויג אויף דער גאנצער קהלה זיך נישט‬ ‫באגענוגן מיט א פאר דרשות א יאר און א מו"צ‬ ‫צו פסקנ'ען‪.‬‬ ‫אויף צו קענען דערגרייכן צום שוואכן‬ ‫עלעמענט פון דער געזעלשאפט‪ ,‬האט זיך‬ ‫געפאדערט א וועג צו זייער הארץ‪ .‬אין בית‬ ‫המדרש זענען זיי דאך נישט געקומען הערן‬ ‫די פלאם פייערדיגע דרשות‪ ,‬און ביי שלש‪-‬‬ ‫סעודות זענען זיי נישט געזעסן‪ .‬זיין גאנג האט‬ ‫ארומגענומען זיין גאנצע באציאונג צו דעם פרייען‬ ‫אידנטום‪ ,‬און מיט דעם קען מען אראפשלנגען די‬ ‫מאדנע קורבה וואס ער האט געזוכט מיט די נישט‬ ‫פרומע גאס און פירערשאפט‪.‬‬ ‫פון די באקאנטסטע תורות אין ליקוטי מוהר"ן‬ ‫איז סימן רפ"ב‪ .‬דארט זאגט ער א יסוד וואס איז‬ ‫כדאי פאר יעדן צו קענען‪ .‬וז"ל‪:‬‬ ‫דע כי צריך לדון את כל אדם לכף זכות‪,‬‬ ‫ואפילו מי שהוא רשע גמור‪ ,‬צריך לחפש‬ ‫ולמצא בו איזה מעט טוב‪ ,‬שבאותו המעט‬ ‫אינו רשע‪ ,‬ועל ידי זה שמוצא בו מעט טוב‪,‬‬ ‫‪ / 102‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ודן אותו לכף זכות‪ ,‬על ידי זה מעלה אותו‬ ‫באמת לכף זכות‪ ,‬ויוכל להשיבו בתשובה‪ ,‬וזה‬ ‫בחינת (תהלים ל"ז)‪' :‬ועוד מעט ואין רשע‬ ‫והתבוננת על מקומו ואיננו' היינו שהפסוק‬ ‫מזהיר לדון את הכל לכף זכות‪ ,‬ואף על פי‬ ‫שאתה רואה שהוא רשע גמור‪ ,‬אף על פי כן‬ ‫צריך אתה לחפש ולבקש למצא בו מעט טוב‬ ‫ששם אינו רשע וזהו ועוד מעט ואין רשע‪,‬‬ ‫שצריך אתה לבקש בו עוד מעט טוב שיש בו‬ ‫עדין‪ ,‬ששם אינו רשע‪ ,‬כי אף על פי שהוא‬ ‫רשע‪ ,‬איך אפשר שאין בו מעט טוב עדין‪,‬‬ ‫כי איך אפשר שלא עשה איזה מצוה או דבר‬ ‫טוב מימיו‪ ,‬ועל ידי זה שאתה מוצא בו עוד‬ ‫מעט טוב ששם אינו רשע‪ ,‬ואתה דן אותו‬ ‫לכף זכות‪ ,‬על ידי זה אתה מעלה אותו באמת‬ ‫מכף חובה לכף זכות‪ ,‬עד שישוב בתשובה‬ ‫על ידי זה‪ ,‬וזהו ועוד מעט ואין רשע‪ ,‬על ידי‬ ‫שמוצא בהרשע עוד מעט טוב‪ ,‬ששם אינו‬ ‫רשע‪ ,‬על ידי זה והתבוננת על מקומו ואיננו‪,‬‬ ‫הינו כשתתבונן ותסתכל על מקומו ומדרגתו‪,‬‬ ‫ואיננו שם על מקומו הראשון‪ ,‬כי על ידי‬ ‫שמוצאין בו עוד מעט טוב‪ ,‬איזה נקדה טובה‪,‬‬ ‫ודנין אותו לכף זכות‪ ,‬על ידי זה מוציאין‬ ‫אותו באמת מכף חובה לכף זכות‪ .‬וזהו‬ ‫והתבוננת על מקומו ואיננו כנ"ל‪ ,‬והבן‪.‬‬

‫די נקודה איז אז יעדער מענטש האט עפעס‬ ‫א גוטן חלק אין זיך‪ ,‬ערגעץ וואו ער האט נישט‬ ‫געזינדיגט‪ ,‬און ווען מ'פארלייגט זיך אויף דעם‬ ‫און מ'קוקט נאר אויף אט דער נקודה‪ ,‬קען מען‬ ‫אים אויפבויען און אויפפלאקערן צו א גאנצער​‬ ‫פארטיגע ​ר צדיק‪ .‬למשל‪ ,‬ווען מ'האט א קינד‬ ‫וואס האט ליב צו לערנען‪ ,‬אבער זיינע מדות‬ ‫זענען עטוואס פארדארבן‪ .‬דער אינסטינקט‬ ‫פון א מחנך און א טאטע איז אים צו געבן צו‬ ‫פארשטיין אז לערנען איז נישט גענוג‪ ,‬מ'דארף‬ ‫צו דעם אויך האבן גוטע מדות‪ ,‬און לערנען ווי‬ ‫א גראבער יונג מאכט נאר קאליע און די מדות‬ ‫ווערן ערגער און די תורה גייט צו דעם ס"מ‪ ,‬מיט‬ ‫נאך אזעלכע רעיונות‪ .‬דער אמת איז אז דאס איז‬ ‫א מסוכנ'דיגער טעות און מ'קען אסאך פארלירן‬ ‫פון דעם מהלך‪ .‬ר' נחמן זאגט אונז אז אדרבה‪,‬‬ ‫מ'דארף אויפבויען דעם קינד (און ערוואקסענעם)‬ ‫פון זיינע גוטע פונקטן‪ .‬בוי אים אויף‪ ,‬רום אים‬ ‫אויס אלס א מענטש וואס לערנט‪ ,‬אדער טוט סיי‬ ‫וועלכע אנדערע גוטע זאך‪ ,‬און דערפון וועט ער‬ ‫זיך פארבעסערן אין אלע ענינים‪ .‬דאס איז א יסוד‬ ‫אין חינוך וואס ערפארונג קען אויך אויסלערנען‪,‬‬ ‫‪5‬‬ ‫און הרב קוק האט עס גענוצט אין הנהגת הכלל‪.‬‬ ‫‪ )5‬איך האב נישט געזען אז ער זאל ברענגען דעם ליקוטי‬


‫ווען מ'קוקט אן א חלוץ‪ ,‬א חילוני‪ ,‬און‬ ‫מ'טראכט פון אים אלס אן אויסוואורף‪ ,‬א בן בלי‬ ‫עול וואס "האלט נישט ביי גארנישט‪ ",‬וועט ער‬ ‫מסתמא אויספירן דיינע האפענונגען פון אים‪.‬‬ ‫ער וועט ארייננעמען ביי זיך אז זיין ארבעט אלס‬ ‫ציוניסט איז אין קעגנזאץ צו זיינע פליכטן אלס‬ ‫איד‪ ,‬און וואס מער ציוניסט אלץ ווייניגער איד‪.‬‬ ‫ווען ער זעט אן ערליכע ​ר איד וואס דינט דעם‬ ‫באשעפער‪ ,‬מיינט ער אז יענער שטייט אים‬ ‫אנטקעגן‪ ,‬ווייל דאס היטן תורה האלט אפ דער‬ ‫ציונות פון זיך אנטוויקלען‪.‬‬ ‫הרב קוק האט אים אבער אנגעקוקט ווי א‬ ‫צדיק‪ .‬וואס הייסט? ער גיבט אוועק זיין לעבן‬ ‫צו בויען דאס הייליג לאנד! ווען ער לאדנט איין‬ ‫אזא צדיק צו קומען זען די הקפות אדער דער‬ ‫שבת טיש אדער סתם צו היטן מצוות‪ ,‬וועט יענער‬ ‫נישט טראכטן אז ער באלאנגט נישט דארט‪,‬‬ ‫נאר פארקערט‪ ,‬שוין ערשט באלאנגט ער ביי‬ ‫דער עבודת הקודש פון רב‪ .‬דער פרייער פירער‬ ‫וואס האט ביז דעמאלט אנגעקוקט די רבנים און‬ ‫ארטאדאקסישע אידן אלס זיינע קעגנער‪ ,‬און‬ ‫ממילא אלעס וואס זיי טוען איז אים נישט נוגע‪,‬‬ ‫קען יעצט ארייננעמען עטוואס אידישקייט ביי‬ ‫אים אינדערהיים‪ ,‬און נישט דארפן מיינען אז ער‬ ‫גיבט אוועק זיין גאנצער לעבן דערפאר‪ .‬דערנאך‬ ‫קען ער אפשר הערן א דבר מוסר און חיזוק‬ ‫אריינצוברענגען תורה ומצוות אין זיין לעבן‪.‬‬ ‫עס דארף באטאנט ווערן אז דאס איז נישט‬ ‫נאר געווען א מיטל און א סטראטעגיע פון הרב‬ ‫קוק אנצוקומען צו די הערצער פון די חלוצים‬ ‫און די יונגווארג‪ .‬אלס פאעטישע נשמה און‬ ‫הארציגע ​ר מענטש‪ ,‬האט ער באמת געהאט‬ ‫אין זיך א שעצונג פאר יעדער בריאה און יעדן‬ ‫מענטש‪ ,‬און ער האט טאקע געזען נאר גוטס אין‬ ‫דער מענטשהייט‪ ,‬אפילו ווען אנדערע האבן געזען‬ ‫נאר שלעכטס‪ .‬זיין מהלך אין פירן דעם כלל האט‬ ‫געשטימט מיט זיין תכונת הנפש‪.‬‬ ‫איך פארשיי אז אסאך האבן זיך געדינגען‬ ‫מיט דעם גאנצ​ן מהלך‪ ,‬האלטנדיג אז מ'דארף‬ ‫זיך אפטיילן און זיך אליין ראטעווען און נישט‬ ‫אריינגיין אין געפאר פון זייער השפעה אויף אונז‪.‬‬ ‫קיינער זאגט נישט אז הרב קוק'ס מהלך איז דער‬ ‫איינציגסטער​‪ .‬מיר קומען נאר ארויפברענגען אז‬ ‫הרב קוק'ס באציאונגען מיט דער פרייער יוגנט און‬ ‫פירער איז נישט געקומען פון א לייכטזיניגקייט‬ ‫מוהר"ן אין זיינע ספרים‪ ,‬נישט זייענדיג א בקי אין אלע זיינע‬ ‫תורות קען איך דאס נישט וויסן‪ ,‬אבער דער מהלך זיינער איז‬ ‫קלאר אזוי געווען‪.‬‬

‫צו אידישקייט‪ ,‬נאר פון א טיפן זארג פאר אידן און‬ ‫אידישקייט‪.‬‬ ‫נאך א זאך וואס איז וויכטיג צו באטאנען איז‬ ‫אז דער מחלוקת אין ירושלים וועגן הרב קוק'ס‬ ‫רבנות איז געווען גאר אן אלגעמיינעם רבנות‬ ‫מחלוקת‪ .‬די היסטאריע פון ירושלים גייט מער‬ ‫ווייניגער אזוי‪ .‬די געמיינדע אין ירושלים איז‬ ‫קיינמאל נישט געווען ווי די אלגעמיינע קהלות‬ ‫אין אייראפע‪ .‬וויבאלד דער עולם איז אנגעקומען‬ ‫אלס א חבורה וואס ווערט אויסגעהאלטן פון‬ ‫חו"ל‪ ,‬נישט האבנדיג קיין אייגענע חיונה דארט‪,‬‬ ‫האבן די מנהלים פון די כוללים (דאס איז נישט‬ ‫די זעלבע זאך ווי היינטיגע כוללים‪ ,‬דאס איז א‬ ‫קערפערשאפט וואס פארטרעט נדבנים פון חו"ל‬ ‫צו פארטיילן געלט צו דער חבורה אין א"י) און די‬ ‫ארגאניזאציעס און אנשטאלטן פון דער געמיינדע‬ ‫געהאט א שטארקן ווארט‪ ,‬ועל פיהם ישק כל דבר‪.‬‬ ‫קיין וואלן זענען קיינמאל נישט פארגעקומען‬ ‫צווישן די אידן אין ירושלים ווער זאל זיין רב און‬ ‫ווער זאל זיין ראש הקהל‪ ,‬קיין עמטליכער אקרו"ט‬ ‫איז קיינמאל נישט געווען‪.‬‬ ‫די אריגינעלע חבורה איז פארטרעטן‬ ‫געווארן דורך כולל ווילנא און כולל הורודנא‪ ,‬און‬ ‫פראקטיש זענען זיי געבליבן די מעכטיגסטע‬ ‫חבורה אין שטאט‪ .‬פיל ​ע מחלוקת'ן און רייבערייען‬ ‫האבן פאסירט צווישן זיי זעלבסט‪ ,‬און מיט די‬ ‫כולל חב"ד (ראסיין) און כולל פולין און בעיקר‬ ‫כולל הו"ד און כולל אונגארן (שומרי החומות)‪.‬‬ ‫למעשה אבער זענען די כולל ווילנא און כולל‬ ‫הורודנא לייט געבליבן די שטערקסטע‪ ,‬און די‬ ‫גרויסע ביקור חולים און ת"ת עץ חיים זענען‬ ‫געבליבן זייערס מיט אלעס וואס דאס טוט‬

‫רב קוק ביים שפאצירן אויפן גאס‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪103 /‬‬


‫רב קוק ביי א מיטינג מיט די באהערדע‬

‫באדייטן‪ .‬עזבונות פון חו"ל וואס זענען געשיקט‬ ‫געווארן צו פארטיילן פאר עניים הגונים אין‬ ‫ירושלים‪ ,‬בניינים וואס עסקנים האבן געבויט‬ ‫דורך נדבות פון עשירים וואס האבן געוואלט‬ ‫האבן א חלק אין בויען א"י‪ ,‬די אלע זאכן זענען‬ ‫דורכגעגאנגען די הענט פון די עסקנים‪ ,‬וואס רובא‬ ‫דרובא פון זיי זענען געווען באהאפטן צו כולל‬ ‫ווילנא און כולל הורודנא‪.‬‬ ‫די מענטשן פון כולל ווילנא ‪ -‬אין זייער​‬ ‫שפעטערע גלגול האבן זיי געהייסן 'וועד הכללי‬ ‫כנסת ישראל'‪ ,‬וואס האט אפיציעל פאראייניגט‬ ‫אלע כוללים אין ירושלים ‪ -‬האבן אויפגענומען‬ ‫דעם רב הרב שמואל סאלאנט‪ .‬ער האט אבער‬ ‫געוואוסט אז זיין רבנות איז תלוי על בלימה‪,‬‬ ‫ווארום די איינוואוינער פון ירושלים האבן אים‬ ‫קיינמאל נישט אריינגעוועלט‪( .‬ער פלעגט זאגן‬ ‫א צחות "מ'קען מיר נישט אפ'פטר'ן פון מיין‬ ‫אמט‪ ,‬ווייל מ'האט מיר קיינמאל נישט אפיציעל‬ ‫אויפגענומען‪ )".‬ער האט זיך געפירט מיט‬ ‫געוואלדיגער דרך ארץ צו אלע תלמידי חכמים‬ ‫אין שטאט‪ ,‬און אפילו ביים ליידן צרות פון זייערע‬ ‫אייגנארטיגקייט‪ ,‬האט ער זיך נישט אפן גערייצט‬ ‫מיט זיי און אוועקגעשטעלט זיין אמט‪ .‬ווען הרב‬ ‫יהושע לייב דיסקין איז אנגעקומען אין שטאט‪,‬‬ ‫האבן זיך צונויפגעקליבן ארום אים פיל ​ע קנאים‬ ‫און אנדרייערס און די קהלה האט פיל געליטן פון‬ ‫זיי‪ .‬ס'איז דא א בריוו פון הרב שמואל סאלאנט‬ ‫צו הגאון ר' מרדכי גימפל יפה ווי ער רעדט זיך‬ ‫אפ דערוועגן‪ .‬בכלל האבן זיך די אונגארישע אידן‬ ‫צוגעקלעבט צו הרב יהושע לייב'ן‪ ,‬און דער כולל‬ ‫שומרי החומות האט געהאט מיט אים א נאנטע‬ ‫שייכות‪ .‬די מענטשן האבן שפעטער פארטיילט‬ ‫גרויסע צרות פאר'ן רבנות און ירושלים און זיך‬ ‫שפעטער אפגעטיילט גענצליך פון די קהלה‪ ,‬ווי‬ ‫מיר וועלן באלד זען‪.‬‬ ‫‪ / 104‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫בכלל פלעגט הרב שמואל סאלאנט זאגן‪" ,‬איך‬ ‫בין נישט רב אין ירושלים‪ ,‬ס'איז נישט שייך פאר‬ ‫ירושלים צו האבן א רב וואס דער ציבור נעמט‬ ‫אויף‪ .‬איך בין אויפגענומען אלס מורה הוראה‬ ‫אין ירושלים און נאר דאס בין איך‪ 6".‬אנדערע‬ ‫מחרחרי ריב האבן פראבירט אונטערצוצינדן א‬ ‫מחלוקת צווישן דער תורת חסד פון לובלין און‬ ‫הרב שמואל סאלאנט‪ ,‬אבער די צוויי האבן דאס‬ ‫נישט צוגעלאזט‪.‬‬ ‫בקיצור‪ ,‬כולל ווילנא איז געזעסן בראש אן‬ ‫אומסטאבילע פאראייניגונג פון ארגאניזאציעס‬ ‫און געזעלשאפט אנשטאלטן‪ ,‬מיט עסקנים און‬ ‫תלמידי חכמים פון אלע זייטן‪ ,‬און וויבאלד פילע​‬ ‫עזבונות און נדבות פון חו"ל זענען אדורך זייערע​‬ ‫הענט‪ ,‬און די הענט פון די פארשידענע עסקנים‬ ‫אין שטאט‪ ,‬ממילא האט געהערשט א שטיקל‬ ‫אנגעצויגענער שלום צווישן זיי‪.‬‬ ‫ווען הרב שמואל סאלאנט איז נפטר‬ ‫געווארן‪ ,‬אין תרס"ט‪ ,‬האבן זיי נישט געקענט‬ ‫קומען צו א מסקנא וועמען צו נעמען אים‬ ‫איבערצונעמען‪ .‬לכאורה האט הרב שמואל‬ ‫שוין געוואוסט אז דאס וועט זיין א פראבלעם‪,‬‬ ‫און דערפאר האט ער שטארק פראבירט בחייו‬ ‫אריינצוברענגען איינעם וואס זאל זיצן מיט אים‬ ‫און שפעטער איבערנעמען‪ ,‬און פאר דעם ציל‬ ‫האט ער געברענגט דעם גאון הרב אליהו דוד‬ ‫רבינוביץ‪-‬תאומים‪ ,‬דער שווער פון הרב קוק‪,‬‬ ‫אין תר"ס‪ ,‬אבער ער האט נאר געלעבט פינף‬ ‫יאר אין ירושלים וואו ער איז אוועק אין תרס"ה‪.‬‬ ‫ביי אט דער אויפנאמע האט אויך געהערשט‬ ‫מחלוקת‪ ,‬ווי די קנאים פון ירושלים האבן אים‬ ‫נישט געוואלט‪ ,‬נאר דעמאלט האט הרב שמואל‬ ‫סאלאנט אויסגעפירט‪ .‬אנדערע טענה'ן‪ 7‬אז הרב‬ ‫שמואל סאלאנט האט אליין געבעטן אז הרב יוסף‬ ‫חיים זאנענפעלד זאל אים איבערנעמען‪ ,‬אבער‬ ‫די כולל ווילנא פארוואלטונג האט בשום אופן‬ ‫נישט געוואלט קיין אונגארישער רב פאר דער‬ ‫קהלה‪ ,‬און דעריבער האבן זיי אים נישט געקענט‬ ‫אריינלייגן‪.‬‬ ‫בקיצור‪ ,‬ירושלים איז שוין געווען אנגעפילט‬ ‫מיט פולווער‪ ,‬און די ארימקייט פון די איינוואוינער‬ ‫און זייער ​ע צרות האט אלעס ענגער געמאכט‪.‬‬ ‫ווען דער וועד הכללי כנסת ישראל האט מחליט‬ ‫געווען אריינצוברענגען הרב קוק צו זיצן אויפ'ן‬ ‫שטול פון הרב שמואל סאלאנט‪ ,‬האט כולל‬ ‫‪ )6‬שלשה עולמות (חיים המבורגר) חלק ג' עמ' מ"ז‪ ,‬וגם ספר‬ ‫זכרון רבינו שמואל סאלאנט (מאת נכדו הרב נתן נטע)‪ ,‬עמ' ‪.12‬‬ ‫‪ )7‬האיש על החומה כרך א'‪ ,‬עמ' ‪.251‬‬


‫שומרי החומות אינאיינעם מיט די אלטע חבורות‬ ‫פון די וואס האבן זיך נישט אונטערגעווארפן‬ ‫אונטער הרב שמואל סאלאנט זיך אויפגעוועקט‬ ‫און שטארק געארבעט קעגן דעם‪ .‬זיי האבן זיך‬ ‫דעמאלט פאראייניגט און זיך אפגעטיילט פון‬ ‫די אלגעמיינער קהלה וואס איז געשטאנען זינט‬ ‫הרב זונדל סאלאנט‪ ,‬אין פארשידענע אופנים‪ ,‬און‬ ‫זיי האבן געגרינדעט א נייע קהלה מיט'ן נאמען‬ ‫'עדה החרדית'‪ .‬דאס איז געווען א מחלוקת צווישן‬ ‫בעלי‪-‬בתים פון פארשידענע קהלה אנשטאלטן‪,‬‬ ‫א מחלוקת צווישן עסקנים פון פארשידענע‬ ‫לענדער און גייסטן‪ ,‬און אויך צווישן קנאים און‬ ‫נישט קנאים‪ .‬דערנאך האבן זיי געשאסן פיילן‬ ‫איינער אויפ'ן צווייטן‪ ,‬כדרכו של מחלוקת‪ ,‬און‬ ‫אזוי האט זיך אנטוויקלט די אלע פערזענליכע‬ ‫טענות אויף הרב קוק און די אלע מעשיות וואס‬ ‫מ'וויל זאגן אויף אים‪.‬‬ ‫די ענגלישע רעגירונג האט בעיקר אנערקענט‬ ‫די אלטע באזעסענע קהלה פון וועד הכללי כנסת‬ ‫ישראל‪ ,‬און ממילא האבן זיי קיין סאך נישט‬ ‫געדארפט זיך שלאגן‪ ,‬און נאר די עדה החרדית‬ ‫האט זיך געדארפט שלאגן אויף טריט און שריט‪.‬‬ ‫דאס אריינמישן אידישקייט אין דעם ענין‪,‬‬ ‫איז א נארמאלע טאקטיק פון מלחמה‪ ,‬פונקט‬ ‫ווי מ'זעט היינט אין אסאך מחלוקת'ן וואס זייער‬ ‫עיקר באדייט איז מי בראש‪ ,‬און יעדער צד טרעפט‬ ‫זיך הלכות אין שו"ע אויפצואווייזן אז זייערע​‬ ‫קעגנער זענען עבריינים‪ ,‬און די אנדערע זייט זוכט‬ ‫זיך אין דעם אנדערן חלק שו"ע‪ ,‬ביז גאנץ הלכה‬ ‫איז כפוף צו דער סוגיא פון מי בראש‪ .‬ווען מ'זעט‬ ‫א קונטרס צי א צעטל פון איין צד‪ ,‬קען מען רואיג‬ ‫וויסן אז נישט די העמדת הדת על תילה ליגט דא‪,‬‬ ‫נאר די העמדת הצד על תילה‪ ,‬און אפילו אויב‬ ‫צומאל קען מען אריינמישן אמת'ע גדולי תורה‬ ‫אין דער ענין‪ ,‬און יונגעלייט תלמידי חכמים זענען‬ ‫מפלפל אין די עניינים אין ביהמ"ד‪ ,‬כאפט עס‬ ‫נישט קיין גרויסע נפקא מינא‪ ,‬ווארום די אלע‬ ‫אינפארמאציע איז געפילטערט דורכ'ן פארטיי'ס‬ ‫אינטערעסן‪.‬‬ ‫ווען מ'טרעפט א מימרא בשם הרב קוק‪ ,‬א‬ ‫זאך וואס ער האט געטון לגבי עפעס וואס איז‬ ‫נישט אזוי פארשטענדליך‪ ,‬טרעפט מען עס בעיקר‬ ‫אין די קונטרסים פון זיינע קעגנערס‪ ,‬וואס זיי‬ ‫זענען דאך איין צד אין די מחלוקת‪ ,‬אלזא איז‬ ‫עס ראטזאם אז מ'זאל טאקע נאכפארשן יעדעס‬ ‫ווארט און די קאנטעקסט אירע צו וויסן וואס און‬ ‫ווען‪.‬‬ ‫נאך איין נקודה מוז באטאנט ווערן‪ .‬ס'דרייט‬

‫זיך אסאך מימרות אין דער גאס פון גדולי תורה‬ ‫אויף הרב קוק וואס איז שוין איינגעווארצלט אין‬ ‫דעם כלל'ס געוויסן אז אזוי האט יענער געזאגט‬ ‫און אזוי האט יענער געזאגט‪ .‬דער פראבלעם איז‬ ‫אבער‪ ,‬אז א ריזיגע צאל פון די מימרות זענען‬ ‫פרי דמיונו ועטו של הזייפן המפורסם משה חיים‬ ‫אפרים בלאך הנודע לשמצה‪ ,‬וועלכער איז שולדיג‬ ‫אין פילע גניבות און זיופים במשך זיינע יארן‪,‬‬ ‫כולל דער בריוו וואס טוט כלומר'שט אויפווייזן‬ ‫די קראנטקייט פון דער גולם פון פראג‪ ,‬דער‬ ‫חערסאנער גניזה וואס האט אפגענארט דעם‬ ‫ליובאוויטשער רבי'ן דער ריי"צ ז"ל‪ ,‬מיט נאך‬ ‫זיופים און שקרים‪ .‬ער איז געווען א פייערדיגער​‬ ‫אנטי‪-‬ציוניסט‪ ,‬און ער האט מזייף געווען בריוון‬ ‫און מימרות פאר זיינע אייגענ ​ע אינטערעסן‬ ‫וועלכע ער האט מפרסם געווען אין קונטרסים‬ ‫און אין ארטיקלען‪ ,‬אריינגערעכנט אין דער‬ ‫סאטמארער צייטונג "דער איד"‪ .‬דעריבער דארף‬ ‫מען נישט אננעמען פאר גוט געלט יעדעס ווארט‬ ‫‪8‬‬ ‫וואס מ'הערט פון אים אין דער נושא‪.‬‬ ‫יעצט לאמיר צוגיין צום עיקר נושא‪.‬‬

‫דער הספד אויף הערצל‬ ‫ווען הערצל האט געלעבט‪ ,‬האט ער‬ ‫אויפגעלעבט די אידישע גאס מיט זיין נייעם‬ ‫חלום פאר כלל ישראל‪ .‬אסאך גדולי ישראל האבן‬ ‫זיך טאקע מתנגד געווען‪ ,‬אבער דער המון‪-‬עם‬ ‫איז איבערגענומען געווארן‪ .‬ווען הערצל איז‬ ‫קראנק געווארן און איז דערנאך געשטארבן‪,‬‬ ‫האט געהערשט אן אבילות איבעראל‪ .‬הרב מאיר‬ ‫בר‪-‬אילן באשרייבט‪ 9‬די גאס אויף יענעם טאג‪ ,‬ווי‬ ‫מ'האט איינער דעם צווייט​ן מבשר געווען די נייעס‬ ‫אז הערצל איז אוועק‪ ,‬און מ'איז געפאלן אין א‬ ‫יאמער און א געוויין‪ .‬אין פיל ​ע שטעט אין דער‬ ‫וועלט האט דער ציבור געפאדערט א הספד פון‬ ‫די רבנים‪ .‬אין בריסק האט ר' חיים בריסקער זיך‬ ‫קעגנגעשטעלט און זאגאר פארשפארט דעם בית‬ ‫המדרש‪ ,‬און בערל בעגין (פאטער פון מנחם בגין)‬ ‫‪ )8‬וועגען די זיופים אין דעם ענין‪ ,‬איז ערשינען א ספר אין‬ ‫תשמ"א מיט'ן נאמען "מכתבים מזויפים נגד הציונות"‪ ,‬פון‬ ‫הרב שמואל וויינגארטן‪ ,‬אויפצודעקען אלע זיופים‪ .‬די האר‬ ‫קען זיך אויפשטעלען ווי די זייפנים האבן פארשאפט בריוון‬ ‫להלכה אוועק צו נעמען מצות ישוב א"י און נאך‪ ,‬אלץ פאר‬ ‫זייער אגענדע‪.‬‬ ‫‪ )9‬פון וואלאזין ביז ירושלים‪ ,‬זייט ‪ 362‬און ווייטער‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪105 /‬‬


‫הערצל‪ ,‬דער אזויגערופענער ''חוזה המדינה''‬

‫מיט דער זיידע פון אריק שרון האבן צעבראכן‬ ‫דעם טיר פון ביהמ"ד‪ .10‬דעם המון‪-‬עם האט מען‬ ‫נישט געקענט לייכטערהייט אפשטילן‪ ,‬און אן‬ ‫עצה האט זיך געפאדערט‪.‬‬ ‫הרב קוק‪ ,‬מיט זיין שיטה זיך נישט צו רייצן‬ ‫און שלאגן מיט די פרייע‪ ,‬נאר אדרבא‪ ,‬טרעפן א‬ ‫וואוילע נקודה און דאס אויפבויען און זיי געבן צו‬ ‫פארשטיין וויאזוי זיי פאסן אריין אין דער תורה‬ ‫און אירע פליכטן‪ ,‬איז געווען צווישן א שטיין‬ ‫און א הארטע פלאץ‪ .‬מצד אחד‪ ,‬פאסט נישט צו‬ ‫זאגן א הספד אויף א מענטש וואס האט קיין‬ ‫תורה נישט געהאלטן‪ ,‬ומצד שני‪ ,‬דער עולם וועט‬ ‫אנקוקן דאס נישט זאגן א הספד אלס א אפשפאט‬ ‫אין זייער גאנצע התעוררות און חיות‪ ,‬און דאס‬ ‫וועט זיי דערווייטערן פון תורה נאך מער‪ .‬זיין עצה‬ ‫איז געווען צו זאגן א הספד וואס איז נישט קיין‬ ‫הספד‪.‬‬ ‫אין דעם ספר "מאמרי הראי"ה" (חלק א'‪,‬‬ ‫עמ' ‪ )94‬ווערט געדרוקט 'המספד בירושלים'‪ ,‬א‬ ‫הספד וואס הרב קוק האט געזאגט אין יפו אויף‬ ‫הערצל'ען‪ .‬יעדער קען זיך אליין איבערצייגן ווי‬ ‫ער לערנט אפ דעם פסוק אין זכריה‪" ,‬ביום ההוא‬ ‫יגדל המספד בירושלים כמספד הדרימון בבקעת‬ ‫מגידון‪ .".‬חז"ל זאגן אונז (סוכה נב‪ ,‬ע"ב) אז דער‬ ‫פסוק גייט אויף משיח בן יוסף‪ ,‬אז מ'וועט זאגן‬ ‫‪ )10‬אריאל שרון‪.The Warrior ,‬‬ ‫‪ / 106‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫א ריזיגן הספד אויף משיח בן יוסף וואס וועט‬ ‫גע'הרג'ט ווערן‪ .‬הרב קוק לאזט זיך אריין אין אן‬ ‫אריכות פארוואס עס פעלט אויס צוויי משיח'ן‪,‬‬ ‫משיח בן יוסף און משיח בן דוד‪ ,‬און פארוואס‬ ‫דארף משיח בן יוסף שטארבן‪ .‬ער איז מסביר עפ"י‬ ‫דרכו אז די הנהגת ישראל בגלות איז אינגאנצן‬ ‫אנדערש ווי די הנהגת ישראל בתפארתם אין‬ ‫א"י אונטער דער פירערשאפט פון מלכי בית דוד‪.‬‬ ‫חוץ די גייסטישע פירערשאפט פון בית דוד‪ ,‬איז‬ ‫געשטאנען יוסף הצדיק הוא המשביר לכל עם‬ ‫הארץ אין גלות מצרים‪ ,‬און זיין פירערשאפט‬ ‫דארף זיין דוקא אויף די גשמיות'דיגע טיילן‬ ‫פון אידישקייט‪ .‬ווען די גאולה העתידה וועט‬ ‫ערשיינען בקרוב‪ ,‬וועלן זיך פאראייניגן די צוויי‬ ‫פירערשאפטן אונטער בית דוד אליין‪ .‬אין צווישן‬ ‫האט יוסף געזינדיגט‪" ,‬אפרים בעמים הוא יתבולל‬ ‫אפרים היה עגה בלי הפוכה" (הושע ז‪ ,‬ח)‪ ,‬און‬ ‫מלכות ישראל איז אריין אין גלות עשרת השבטים‬ ‫ביז צו דער גאולה האחרונה‪ .‬מלכות בית דוד‬ ‫האט נאך אנגעהאלטן אביסל ביז צום חורבן בית‬ ‫ראשון‪ ,‬און פון דעמאלט ביז היינט צו טאג זענען‬ ‫מיר א פאלק אן א מלך‪ ,‬עד אשר יצמיח קרן דוד‬ ‫בגאולה האחרונה‪ .‬די צוויי וועלן זיך פאראייניגן‬ ‫ווי ס'שטייט אין פסוק‪" ,‬סרה קנאת אפרים וצררי‬ ‫יהודה יכרתו אפרים לא יקנא את יהודה ויהודה‬ ‫לא יצר את אפרים" (ישעיה יא‪ ,‬יג)‪.‬‬ ‫אויף דעם בויט ער‪ ,‬אז פונקט ווי ווען כלל‬ ‫ישראל איז זיך מתחזק אין רוחניות איז עס א‬ ‫הכנה‪ ,‬א פארבערייטונג‪ ,‬צו דער גאולה העתידה‬ ‫ווען אלעס וועט זיין בלויז רוחניות און עבודת‬ ‫ה'‪ ,‬אזוי אויך ווען דער פיזישע און עקאנאמישע‬ ‫צושטאנד פון אידן אין גלות פארבעסערט זיך‪ ,‬איז‬ ‫עס א פארבערייטונג צו דער צוקונפט ווען אלעס‬ ‫וועט זיין לאחדים בידו‪ ,‬און קיין חילוק וועט שוין‬ ‫נישט זיין‪ ,‬און כלל ישראל וועט שטיין אין זייער‬ ‫שפיץ מצב החומרי‪ ,‬וואס דאס איז אויך א חלק פון‬ ‫דער הבטחה פון דער גאולה העתידה‪ ,‬בנוסף צו‬ ‫איר רוחניות'דיגן באדייט‪.‬‬ ‫הרב קוק זאגט ווייטער אז אין דעם גלות'דיגן‬ ‫מצב‪ ,‬וואו די צוויי כוחות זענען אפגעטיילט‬ ‫אינגאנצן‪ ,‬איז געווארן אזא מצב אז דער וואס וויל‬ ‫פארבעסערן דעם עקאנאמישן און גשמיות'דיגן‬ ‫צושטאנד פון כלל ישראל ווערט בהכרח א שונא‬ ‫פון דער רוחניות'דיגער אויפבוי פון אידישקייט‪,‬‬ ‫און דער וואס וויל אויפבויען אידישקייט און‬ ‫תורה‪ ,‬ווערט א שונא פון דער גשמיות'דיגער‬ ‫אויפבוי‪ ,‬ווייל דער פירוד איז אזוי שטארק אז‬ ‫מ'קען די ביידע נישט דערהייבן‪ .‬נאר ווען משיח בן‬


‫יוסף וועט שטארבן‪ ,‬וועט זיין פארשטענדליך אז‬ ‫דאס איז גארנישט א סתירה איינס צום צווייטן‪,‬‬ ‫נאר אדרבא‪ ,‬והיו לאחדים בידך‪ ,‬אז ביידע זענען‬ ‫חלקים פון איין שיעור קומה פון א איד‪.‬‬ ‫דאס איז די "גרויסקייט" פון אט דעם הספד‬ ‫וואס דער פסוק זאגט פאר אויף משיח בן יוסף‪,‬‬ ‫"יגדל המספד"‪ ,‬אז מ'וועט אנערקענען אז ער איז‬ ‫גארנישט אזא אויסוואורף‪ ,‬זיין וועג איז נישט קיין‬ ‫סתירה צום אמת'ער אידישקייט‪ ,‬נאר פארקערט‪,‬‬ ‫א גאנצער חלק פון דעם געטליכן פלאן פאר זיין‬ ‫פאלק‪.‬‬ ‫מיט דעם פירט הרב קוק אויס אז דער ארבעט‬ ‫פון דערנענטערן די גאולה איז צו אנערקענען‬ ‫דעם ענין אז ביידע זענען איינס‪ ,‬און דער וואס‬ ‫ארבעט פאר'ן אויפבלי פון דעם גשמיות'דיגן‬ ‫צושטאנד פון אידן דארף נישט זיין קיין סתירה צו‬ ‫תורה און אידישקייט‪ ,‬און אזוי וועלן מיר קענען‬ ‫שטיין צוזאמען ביי דער גאולה השלימה‪.‬‬ ‫די נקודה זיינע איז אז די וואס ארבעטן‬ ‫פאר'ן גשמיות'דיגן חלק פון כלל ישראל מוזן‬ ‫אנערקענען אז ס'איז נישט קיין סתירה צום‬ ‫רוחניות'דיגן חלק‪ .‬זיי דארפן וויסן אז היטן מצוות‬ ‫איז אויך אויף זייער סדר היום און א חלק פון‬ ‫זייער ארבעט‪ ,‬און נישט אראפווארפן דער יאך פון‬ ‫תורה צוליב'ן ארבעט פון אויפבויען א לאנד פאר‬ ‫אידישע קינדער‪.‬‬ ‫אז איינער וויל זיך דינגען אויף זיינע ווערטער‪,‬‬ ‫ער וויל לערנען אנדערש פשט אין די פסוקים און‬ ‫חז"ל'ן‪ ,‬איז ער ערלויבט‪ .‬אבער דאס ארויסנעמען‬ ‫פון זיינע ווערטער אז הערצל איז געווען משיח בן‬ ‫יוסף איז א סילוף גמור‪ .‬ער באשרייבט דעם ענין‬ ‫אסאך מער‪ ,‬מיט פיל מער ראיות און הסברים‪,‬‬ ‫אבער זיין נקודה איז ווי אויבנדערמאנט‪ .‬ער‬ ‫גיבט מוסר פאר הערצל און זיינע נאכפאלגער‬ ‫אז זיי דארפן לעבן אידישלעך‪ ,‬צוזאמען מיט א‬ ‫דערהויבונג פון זייער מוט אלס ארבעטער פאר‬ ‫אידישקייט‪ .‬ער דערמאנט נישט קיין חנופה צו‬ ‫די פורקי עול און ער איז נישט ארויס פון די גדרי‬ ‫התורה‪.‬‬ ‫און דאס איז נישט גענוג‪ .‬בחייו האבן מחרחרי‬ ‫ריב פארשפרייט טענות אויף הרב קוק פאר'ן זאגן‬ ‫דעם הספד‪ ,‬און זיין שווער דער אדר"ת האט אים‬ ‫פארגעהאלטן‪ .‬ב"ה פאר דעם‪ ,‬ווייל אזוי האבן מיר‬ ‫זיין ענטפער‪-‬בריוו צום שווער וואו ער איז מסביר‬ ‫וואס ער האט געטון‪.‬‬

‫אין דעם בריוו‪ 11‬שטייט ווי פאלגנד‪ :‬צוערשט‬ ‫איז הרב קוק מסביר אין קורצן אז דרכי המחלוקת‬ ‫זענען נישט קיין גאנג‪ ,‬און אז ער וואלט זיך‬ ‫אפגעזאגט פון גיין צו דער אסיפת זכרון‪,‬‬ ‫וואלט עס געווען א פאטש אין פנים פאר די‬ ‫ארגאניזירער וואס קיין גוטס קומט נישט ארויס‬ ‫דערפון‪ .‬ער ווייסט אז הערצל האט נישט געטויגט‬ ‫אידישלעך‪ ,‬אבער שכר שיחה נאה פאר'ן הייבן‬ ‫דעם מוט פון כלל ישראל קומט אים נאך‪.‬‬ ‫דערנאך איז ער מסביר אז ווען ער שטייט אויף‬ ‫און רעדט דברי תורה‪ ,‬וועט קיינער נישט וואגן‬ ‫אויפצושטיין און רעדן דברי ניאוץ און חוצפה‬ ‫קעגן דער תורה‪ .‬ער האט געהאלטן אז מיט'ן‬ ‫רעדן דברי תורה צו די חלוצים און פרייע‪ ,‬וועלן‬ ‫זיי אנהייבן שפירן די זיסקייט פון תורה‪ ,‬און דער‬ ‫תכלית פון א מענטש אין דער וועלט איז מהפך‬ ‫זיין חשך לאור‪ ,‬בייטן אלע שלעכטס צו גוטס‪.‬‬ ‫ווען ער וואלט נישט באשיינט די אסיפה‪ ,‬ווען‬ ‫ער וואלט נישט גע'דרשנ'ט דארט‪ ,‬וואלט מען‬ ‫אויסגערופן אז דער ראבינאט האט נישט קיין‬ ‫שייכות מיט דעם המון‪-‬עם‪ ,‬און זיי האבן נישט‬ ‫וואס צו באקומען פון זיי‪ .‬דאס איז א זורק אבן‬ ‫אחר הנופל‪ ,‬וואו מ'שטופט זיי ווייטער אוועק פון‬ ‫תורה און אידישקייט‪.‬‬ ‫אין דעם בריוו לאזט זיך הרב קוק אריין אין‬ ‫א שטיקל אריכות אין דעם‪ ,‬אז מ'האט נאך אן‬ ‫אחריות פאר יעדן אידישן זעל‪ ,‬און מ'קען זיך‬ ‫נישט אפשאקלען דערפון‪ .‬דערנאך זאגט ער‬ ‫אז קיין שבח אויף הערצל'ען האט ער נישט‬ ‫דערמאנט‪ ,‬ער האט נאר ארום גערעדט וואס עס‬ ‫איז דער חובת השעה‪ ,‬וויאזוי דאס צוריקקערן צו‬ ‫א"י דארף אויסקוקן עפ"י תורה‪ ,‬און וואספארא‬ ‫געלעגנהייטן שטייען לפנינו אין דער יעצטיגער‬ ‫צייט‪ .‬ער דערמאנט אז עס זענען דא מענטשן‬ ‫וואס האבן געפעלשט זיינע ווערטער‪ ,‬אבער ער‬ ‫האלט נישט ביים צוריקשרייען‪ ,‬ווייל קיין תועלת‬ ‫קומט נישט ארויס דערפון‪.‬‬ ‫איך מיין אז יעדער קען שוין איינזען ווי ווייט‬ ‫די קנאים און מתנגדים זיינע זענען פארקראכן‬ ‫ארויפצושטעלן אויף הרב קוק עפעס וואס‬ ‫איז נישט אמת‪ .‬מ'זעט שוין איין אז מ'קען‬ ‫ארויסנעמען און אריינטייטשן א פאר עניינים‪ ,‬און‬ ‫פון דעם ארויסנעמען היפך כוונתו ודעתו‪.‬‬

‫‪ )11‬גנזי ראי"ה חלק ג' עמ' טז ‪ -‬יח‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪107 /‬‬


‫די חלוצים וואס שפילן‬ ‫פוס‪-‬באל אום שבת‬ ‫אין דער ספר "אורות התחיה" שרייבט הרב‬ ‫קוק (סימן ל"ד)‪ ,‬געוויסע זאכן וואס זענען גאנץ‬ ‫פרעמד אין אונזערע אויגן‪ ,‬וז"ל‪:‬‬ ‫ההתעמלות‪ ,‬שצעירי ישראל עוסקים בה‬ ‫בארץ ישראל לחזק את גופם בשביל להיות‬ ‫בנים אמיצי כח לאומה‪ ,‬היא משכללת את‬ ‫הכח הרוחני של הצדיקים העליונים‪ ,‬העוסקים‬ ‫ביחודים של שמות הקדושים‪ ,‬להרבות‬ ‫הבלטת האור האלקי בעולם‪ ,‬ואין גילוי אור‬ ‫אחד עומד בלא חברו כלל‪" .‬ויעש דוד שם"‪,‬‬ ‫"ודוד עשה משפט וצדקה לכל עמו"‪" ,‬ויואב‬ ‫בן צרויה על הצבא"‪ ,‬ו"לא נענש אבנר אלא‬ ‫מפני שעשה דמן של נערים שחוק"‪ .‬אבל‬ ‫שיצחקו הנערים לחזק כוחם ורוחם בשביל‬ ‫גבורת האומה בכללה‪ ,‬עבודת הקודש הזו‬ ‫מעלה את השכינה מעלה מעלה כעלייתה ע"י‬ ‫שירות ותשבחות שאמר דוד מלך ישראל‬ ‫בספר תהילים‪ ,‬אלא שע"י הכוונות העליונות‬ ‫עולה הנשמה הפנימית‪ ,‬וע"י המעשים‬ ‫המאמצים את גוף היחידים לשם הכלל עולה‬ ‫הרוחניות החיצונית‪ .‬ושניהם כאחד משכללים‬ ‫את סדרי הקדושות כולם‪ ,‬בהבלטת אפיה‬ ‫של האומה בפרשה הקטנה שכל גופי תורה‬ ‫תלויים בה‪ :‬בכל דרכיך דעהו‪.‬‬ ‫ואל יפלא אם יש חסרונות במהלך החיים‬ ‫החזוקים‬ ‫של העוסקים באמוץ הגופני ובכל ִ ּ‬ ‫הארציים שבישראל‪ ,‬כי אפילו הופעת רוח‬ ‫הקודש צריכה ברור מתערובות צחצוחי‬ ‫הטומאה שמתערבים בה‪ ,‬והיא הולכת‬ ‫ומטהרת‪ ,‬מתקדשת ומתבררת‪ ,‬פודה את‬ ‫עצמה מגלותה‪ ,‬עד שבאה לכלל דרך צדיקים‬ ‫ואור נוגה הולך ואור עד נכון היום‪.‬‬

‫אויבנאויף האבן די ווערטער א מאדנעם‬ ‫באדייט‪ ,‬וואס איז משמע דערפון אז ס'פעלט‬ ‫נישט אויס קיין עבודת ה'‪ ,‬מ'דארף שוין נישט‬ ‫קיין תהלים און קיין תורה‪ ,‬ס'איז גענוג צו מאכן‬ ‫איבונגען און זיך שטארקן די קערפער‪ ,‬און דערפון‬ ‫ווערט אויפגעטון גדולות ונצורות למען כבודו ית'‪.‬‬ ‫בשעת מעשה ווען דער ספר איז ארויס אין‬ ‫דרוק בשנת תרפ"א האט דאס אויפגעשאקלט די‬ ‫וועלט‪ ,‬און מענטשן וואס האבן געזען די ווערטער‬ ‫האבן נישט געהאט קיין וועג צו וויסן וואס ער‬ ‫וויל‪.‬‬ ‫‪ / 108‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אידישע פוסבאל שפילער אין די תר"צ‪-‬יארן‬

‫יענע יאר איז דער גערער רבי‪ ,‬דער אמרי אמת‪,‬‬ ‫געקומען קיין ארץ ישראל אויף זיין ערשטן באזוך‪.‬‬ ‫איינע פון די הויפט מטרות פון דעם באזוך איז‬ ‫געווען צו פרואוון שלום מאכן אין ירושלים‪ .‬איינס‬ ‫פון דער עיקר פראבלעמען מיט וואס ער האט‬ ‫זיך געמוזט ספראווען איז געווען דער דאזיגער‬ ‫שטיקל "אורות התחיה"‪ .‬דער גערער רבי האט זיך‬ ‫לאנג ארומגע'טענה'ט מיט הרב קוק דערוועגן און‬ ‫ס'איז אים געלונגען צו ארויסבאקומען א צעטל‬ ‫פון הרב קוק אז וויבאלד ער זעט אז די לשונות‬ ‫אין דעם ספר ווערן נישט גוט אויפגענומען כפי‬ ‫כוונתו האט ער חרטה דערויף‪ .‬למעשה איז דער‬ ‫צעטל צום סוף נישט נתפרסם געווארן‪ ,‬ואש‬ ‫‪12‬‬ ‫המחלוקת לא שככה‪.‬‬ ‫‪ )12‬דאס האט איינער (גאנץ זיכער הרב איתם הענקין הי"ד‪,‬‬ ‫וועלכער האט געשריבן אונטער א 'ניק') געשריבן דערוועגן‬ ‫אויפן "אוצר החכמה" פארום‪:‬‬ ‫אכן היו חילופי דברים כמו שמתואר במכתב האדמו"ר מגור‬ ‫על הספינה‪ ,‬ובסיומם נכתבו שני מכתבים בעניין הפיסקאות‬ ‫באורות התחיה‪ ,‬האחד נכתב ע"י האמרי אמת והוא הנוסח‬ ‫שרצה האמרי אמת‪ ,‬והשני נכתב ע"י הראי"ה בנוסח שרצה‬ ‫הוא‪ .‬ובנוסח של האמרי אמת "הגם שלפי דעתי כוונתי לש"ש‬ ‫אולם לפי דברי רבנים גדולים יש במקומות הנ"ל לשונות שיש‬ ‫בהם ח"ו חה"ש ומיעוט כבוד שמים‪ ,‬לזאת‪ ...‬הנני מבטל דברים‬ ‫ולשונות הללו"‪ ,‬ואילו בנוסח של הראי"ה "הגם שידעתי שהם‬ ‫כולם דברי אמו"צ לאמתה של תורה אולם מפני קצור הלשון‬ ‫קמו עליהם מערערים לומר שיש בהם לשונות שמביאים לידי‬ ‫חיה"ש ומיעוט כבוד שמים‪ ,‬לכן‪ ...‬מצטער אני על קיצור הלשון‬ ‫באלו המקומות"‪ .‬וההבדל מובן מאליו‪.‬‬ ‫בפועל לא פורסם אף אחד מהנוסחים‪ ,‬וכיום ידוע שלאחר‬ ‫הפגישה הם הוחזקו בידי הגרי"מ חרל"פ‪ .‬מפי השמועה ‪ -‬איני‬ ‫יודע עד כמה היא מדוייקת ‪ -‬מסופר שהראי"ה רצה לפרסם‬


‫שפעטע ​ר בשנת תרפ"ו ווען מ'האט זיך‬ ‫געשלאגן וועגן דאס שפילן ספארט אום שבת‬ ‫ וואס הרב קוק איז געווען דער ראש הלוחמים‬‫קעגן דעם ‪ -‬איז ערשינען אין דער צייטונג "דאר‬ ‫היום" פון אוקטאבער ‪ ,10‬תרפ"ו‪ ,‬א פאר ווערטער‬ ‫פון א שמועס וואס הרב קוק האט געהאט מיט‬ ‫א קבוצה פון די ראשי וועד המכבי ‪ -‬די פוסבאל‬ ‫גרופע ‪ -‬וואס זענען געקומען פארהאנדלען מיט‬ ‫אים‪ ,‬וואו ער דרוקט זיך אויס אז די ספארט איז‬ ‫גאר א הייליגע זאך‪ ,‬אבער מ'דארף עס זאפארט‬ ‫אפשטעלן אום שבת‪.13‬‬ ‫די מחאות זענען געפלאסן‪ ,‬אין דער זעלבער‬ ‫צייטונג‪ ,‬אום אקטאבער ‪ ,24‬איז געווען געדרוקט‬ ‫א שארפע פארדאמונג‪ ,‬און די תלמידים פון הרב‬ ‫קוק האבן עס נישט געקענט אראפשלינגען‪.‬‬ ‫די קנאים האבן געטענה'ט אז דא זעט מען אז‬ ‫ער האט נישט צוריקגעצויגן פון זיינע ווערטער‬ ‫אין "אורות התחיה"‪ ,‬אנדערש ווי ער האט‬ ‫פארשפראכן פארן גערער רבי'ן‪.‬‬ ‫דער קובץ "בית ועד לחכמים" וואס איז ארויס‬ ‫אין סאטמאר אין תמוז‪-‬אב‪ ,‬תרפ"ז‪ ,‬איז ארויס‬ ‫מיט א לענגערן העסליכן ארטיקל וואו הרב קוק‬ ‫איז ווילד אטאקירט געווארן מיט די ערגסטע‬ ‫לשונות וגידופים‪ ,‬צום ערשטן מאל אן קיין שום‬ ‫באגרעניצונגען‪ 14.‬אינאיינוועגס האט מען אויך‬ ‫מיאוס אראפגעריסן דעם גערער רבי'ן פארן‬ ‫ווייטער גיין באזוכן ביי הרב קוק‪" ,‬כאטש וואס ער‬ ‫האט שוין איינגעזען אז ער קען אים נישט מחזיר‬ ‫למוטב זיין‪ ",‬כלשונם‪ .‬ותיהום כל הגולה‪.‬‬ ‫איידער מ'קען עס פארענטפערן‪ ,‬דארף מען‬ ‫קודם וויסן אז האלב פון די פיילן וואס מ'האט‬ ‫געווידמעט צו הרב קוק זענען בשקר יסודם‪ .‬די‬ ‫מתנגדים טענה'ן‪ ,‬מיט כלומר'שטע טרערן אין‬ ‫כבקשת האדמו"ר מגור (אך מסתמא את הנוסח שלו עצמו)‬ ‫אלא שהגרימ"ח הצהיר שלא יניח בשום אופן שייפגע כבוד‬ ‫רבו ע"י התנצלות כזו‪ ,‬שסבר שאינה כהוגן (ועי' קונטרסו‬ ‫טובים מאורות)‪.‬‬ ‫‪ )13‬מאנכע טענה'ן אז דער חפץ חיימ'ס פרוי האט געקויפט‬ ‫פיש‪ ,‬און די פיש איז פונקט געווען איינגעוויקלט מיט אט‬ ‫דעם שטיקל צייטונג‪ ,‬און ווען דער חפץ חיים האט עס געזען‪,‬‬ ‫האט ער זיך אויסגעדרוקט "קוק שמוק‪ ".‬דער וואס גלויבט‬ ‫אזא אומגלויבליכע זאך האט נישט וואס צו ליינען ווייטער‪,‬‬ ‫איך מיין אז ס'איז גאנץ פשוט אז דער חפץ חיים האט נישט‬ ‫אפגע'פסק'נט א מענטש פון א מאמר אין א צייטונג וואס‬ ‫ברענגט נאך בשמו‪ .‬און טאמער ער האט זיך בשעת מעשה‬ ‫אויסגעדרוקט שארף‪ ,‬דארף מען פארשטיין אז קיין לקח‬ ‫לדורות איז עס נישט‪ .‬און בכלל‪ ,‬ווי זאל אן ארץ‪-‬ישראל'דיגע‬ ‫צייטונג זיין דער פיש פאק‪-‬פאפיר אינעם דארף ראדין?‬ ‫‪ )14‬איראניש‪ ,‬איז הרב קוק איז נישט געווען דער‬ ‫איינציגסטער מסוכנ'דיגער "מין" פון וועמען מ'דארף זיך היטן‬ ‫לויט דעם קובץ‪ ,‬דער צווייטער איז געווען נישט קיין אנדערער‬ ‫ווי דער "מנחת אלעזר" פון מונקאטש‪.‬‬

‫רב קוק מיט הגרי"ח זוננפעלד‬

‫די אויגן‪ ,‬ווי ער טוט אויסרימען דער ספארט‬ ‫וואס אינגלעך און מיידלעך שפילן צוזאמען‪ ,‬ווי‬ ‫מ'לעבט א לעבן פון פריקת עול און חילול שבת‪,‬‬ ‫און ער גיט נאך א כשר חזיר‪-‬פיסל אז מ'זאל נישט‬ ‫שפילן ברבים אום שבת‪ 15.‬דאס איז קלאר אין הרב‬ ‫קוק'ס ווערטער אז דאס איז ווייט פון אמת‪ .‬ער‬ ‫זאגט אויסדריקליך אז ער רעדט פון ווען מ'שפילט‬ ‫אין אן אויסגעהאלטענעם וועג‪ ,‬און ביז דערווייל‬ ‫איז עס נישט אין אן אויסגעהאלטענעם מצב‪.‬‬ ‫ער רעדט דאך אויס אז פונקט ווי רוה"ק דארף‬ ‫אויסגעלייטערט ווערן ביז ס'קומט אן צום תכלית‬ ‫פון נבואה‪ ,‬אזוי אויך דארף דער חיזוק כוחות הגוף‬ ‫אויסגעלייטערט ווערן‪ .‬ער דערמאנט אויך נישט‬ ‫די ווערטער 'פוסבאל' כאילו ער האט פארטיידיגט‬ ‫און אויסגערימט די שפילעריי פון דער יוגנט‪ .‬ער‬ ‫רעדט פון איבונגען וואס מאכט דעם קערפער‬ ‫שטערקער‪ ,‬נישט פון די שפילן וואס מ'טוט איין‬ ‫גרופע קעגן דער אנדערער‪ ,‬וואס קומט טאקע‬ ‫מיט אויסגעלאסנקייט‪ .‬דאס צושטעלן כדור‪-‬רגל‬ ‫צו זיינע ווערטער איז געווען א זיוף פון די קנאים‬ ‫צו מאכן הרב קוק'ס ווערטער שארפער ווי זיי‬ ‫זענען שוין געווען‪ ,‬אלץ כדי צו שפעטן פון אים‪.‬‬ ‫דעריבער דארף מען שוין נישט ענטפערן האלב‬ ‫פון די ווערטער וואס די קנאים למיניהם האבן‬ ‫געשריבן‪.‬‬ ‫דאס איז נאכאלץ נישט פארענטפערט‪ ,‬ווייל‬ ‫די זאך אליין אז איבונגען פאר'ן גוף איז א וועג‬ ‫פון מייחד זיין יחודים איז מאדנע ביז גאר‪ .‬ווי קען‬ ‫מען זאגן אז א זאך וואס איז נישט קיין דאורייתא‬ ‫צי א דרבנן צי אן ענין‪ ,‬זאל נאך האבן אין דעם‬ ‫יחודים ווי דברי תהלים? באמת‪ ,‬הרב קוק האט‬ ‫אלץ געזוכט דעם גוטס אין דער פרייער יוגנט כדי‬ ‫‪ )15‬בית ועד לחכמים (סאטמאר)‪ ,‬שנה שביעית‪ ,‬חוברת ג'‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪109 /‬‬


‫רב קוק מיט הגרצ"פ פראנק‬

‫אויפצולעבן זייער אידישן חלק און זיי צוברענגען‬ ‫צו תורה דורך אלע זייער ​ע אקטיוויטעטן‪ .‬דאס קען‬ ‫אויך זיין א חלק דערפון‪ ,‬אבער א פשט דארף עס‬ ‫נאך אלץ‪ .‬ווען נישט‪ ,‬בלייבט עס זייער א מאדנע‬ ‫זאך מצדו‪.‬‬ ‫הרב יעקב משה חרל"פ ז"ל‪ ,‬דער הויפט‬ ‫תלמיד פון הרב קוק‪ ,‬האט געשריבן א קונטרס‬ ‫וועגן דעם ענין מיט'ן נאמען "טובים מאורות"‪,‬‬ ‫וואו ער גיבט צו פארשטיין די טיפקייט פון דעם‬ ‫ענין לויט זיין פארשטאנד‪ .‬הרב חרל"פ איז‬ ‫מסביר אז דער עיקר עבודה צווישן גוטס און‬ ‫שלעכטס אין דער וועלט‪ ,‬איז דאס מכניע זיין און‬ ‫מבטל זיין דער שלעכטס אינגאנצן‪ ,‬אזש ס'זאל‬ ‫מער נישט עקזיסטירן‪ .‬מ'דארף זיך פירן מיט‬ ‫שלעכטס כאילו ס'באשטייט בכלל נישט‪ ,‬און‬ ‫אזוי וועט מען עס אינגאנצן מבטל זיין‪ .‬מ'זעט‬ ‫נישט קיין שלעכטס און מ'ווייסט נישט פון קיין‬ ‫שלעכטס‪ .‬אין די גלות צייטן‪ ,‬פירן מיר זיך אויף‬ ‫אויף אן אופן אז מ'אנערקענט די שלעכטס און‬ ‫מ'אנטלויפט דערפון‪ ,‬מיר שלאגן זיך מיט אים‬ ‫און מיר אנערקענען זיין עקזיסטענץ און כח אין‬ ‫דער וועלט‪ .‬די תקופת הגאולה איז א מהלך וואס‬ ‫לאזט נישט די שלעכטס עקזיסטירן‪ ,‬מ'טראכט‬ ‫נישט דערפון‪ ,‬מ'לייקנט זיין עקזיסטענץ און‬ ‫מיר לעבן מיט דער עקסטאז פון אין עוד מלבדו‪.‬‬ ‫דעריבער האט הרב קוק געזען נאר גוטס אין אלע‬ ‫גופניות'דיגע זאכן‪ ,‬און ער האט דאס אלץ מעלה‬ ‫געווען‪ .‬ער האט פארשאפט א מציאות אז דער‬ ‫גוף איז קיין סתירה נישט‪ ,‬און מ'דארף זיך נישט‬ ‫נאר נישט שלאגן מיט אים‪ ,‬נאר אים אויסרימען‬ ‫און אויפבויען אלס א שטיק רוחניות‪ .‬הרב קוק‬ ‫ברענגט טאקע די גמרא (סנהדרין מט‪" ,).‬דאמר‬ ‫רבי אבא בר כהנא‪ ,‬אילמלא דוד לא עשה יואב‬ ‫מלחמה‪ ,‬ואילמלא יואב לא עסק דוד בתורה‪,‬‬ ‫דכתיב ויהי דוד עושה משפט וצדקה לכל עמו‬ ‫‪ / 110‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ויואב בן צרויה על הצבא‪ ,‬מה טעם דוד עשה‬ ‫משפט וצדקה לכל עמו? משום דיואב על הצבא‪,‬‬ ‫ומה טעם יואב על הצבא? משום דדוד עושה‬ ‫משפט וצדקה לכל עמו‪ ".‬איז הרב קוק מסביר אז‬ ‫דאס זיין גרייט צו מלחמה בגשמיות איז אייניג‬ ‫מיט דער עבודה פון עסק התורה פון דוד המלך‪.‬‬ ‫אין א וועלט פון מלכות בית דוד‪ ,‬שפילט די ראלע‬ ‫פון דעם גוף דער זעלבער ציל ווי דער נשמה‪,‬‬ ‫און נאר צוליב די גלות אומשטענדן דארפן מיר‬ ‫פארלייקענען דעם גוף פאר דער נשמה‪.‬‬ ‫הרב צבי קאפלאן (בן הרב אברהם אליהו​‬ ‫קאפלאן ז"ל פון בערלין‪ ,‬וועלכער איז ברייט‬ ‫באשריבן געווארן אין פאריגן "וועקער") ברענגט‬ ‫אן ענליכן פשט‪ .‬ער טענה'ט אז הרב קוק האט‬ ‫געמערקט אז דער גלות האט באשאפן א סארט‬ ‫איד וואס איז אלץ פארכטפול און שוואך‪ .‬מ'מיינט‬ ‫אז דער אידיאלער איד איז דער וואס זיצט‬ ‫שטיל איינגעלייגט און לאזט זיך פאר אלעס און‬ ‫אלעם‪ .‬דער איד אין זיין גאולה מוז זיין שטארק‬ ‫און פעסט ביי זיך‪ ,‬הן גייסטיש און אויך פיזיש‪.‬‬ ‫אלס א פארבערייטונג צו דער גאולה שלמה‬ ‫מוז מען בויען די סארט מענטשן וואס קענען‬ ‫פארקערפערן אין זיך די גאנצע רוחניות און די‬ ‫גאנצע גשמיות‪ .‬אויפ'ן וועג צו דער גאולה גייט‬ ‫מען ווערן גאנצע מענטשן גרייט צו וואוינען אין‬ ‫זייער לאנד‪ .‬אין פיל ​ע ערטער אין די כתבים פון‬ ‫הרב קוק ווערט דער ענין דערמאנט‪ ,‬און ס'איז‬ ‫נישט קיין סתירה צו זיין געדאנקען גאנג‪ .‬צוויי‬ ‫חלקים זענען דא אין דער שטארקייט פון דעם‬ ‫אידישן פאלק‪ ,‬דער אינערליכע ​ר ווערט דערהויבן‬ ‫דורך שירות ותשבחות‪ ,‬דאס ארבעטן אין לערנען‬ ‫און פנימיות התורה‪ .‬און דער דרויסנדיגע ​ר חלק‬ ‫פונעם פאלק ווערט געשטארקט דורך שטארקע‬ ‫אידישע קערפערס‪ ,‬און ווען מענטשן שטארקן זיך‬ ‫לטובת הכלל‪ ,‬זיי לעבן נאר פאר'ן כלל און ווילן‬ ‫זיכער מאכן אז זיי קענען טון די עבודה פון כלל‬ ‫ישראל בגופם‪ ,‬טוען זיי דערהייבן די וועלט און זיך‬ ‫אין דעם חיצוניות'דיגן חלק‪.‬‬ ‫הרב קוק איז אויך געפרעגט געווארן וועגן‬ ‫דעם ענין‪ ,‬דורך דעם גערער רבי‪ ,‬ועוד‪ ,‬און ער‬ ‫פלעגט ווייזן זיין מקור פון דעם "מורה נבוכים"‬ ‫(ג‪ ,‬כה)‪:‬‬ ‫וזה יתחלף כפי כונת הפועלים ושלמותם‪ ,‬כי‬ ‫יש דברים רבים שהם הכרחיים או תועלתם‬ ‫גדולה אצל אנשים‪ ,‬ואצל אחרים לא יצטרכו‬ ‫כלל ‪ -‬כהתעמלות הגוף כפי התחלף מיניו‪,‬‬ ‫אשר הוא הכרחי להתמיד הבריאות על מה‬ ‫שצריך ‪ -‬אצל מי שידע חכמת הרפואות;‬


‫וככתיבה‪ ,‬שתועלתה גדולה אצל אנשי‬ ‫החכמה‪ .‬כי אשר יעשה פעולות ההתעמלות‬ ‫להתמיד בו הבריאות‪ ,‬כשחוק בכדור‪ ,‬או‬ ‫התאבקות‪ ,‬או משיכת הידים‪ ,‬או עצירת‬ ‫הנשימה; או פעולות יכון בהם הכתיבה‪,‬‬ ‫כעשית הקולמוס ועשית הניר ‪ -‬יהיה אצל‬ ‫אנשים סכלים פעולת שחוק‪ ,‬ואצל החכמים‬ ‫אינו פעולת שחוק‪ - .‬והפעולה הטובה היא‬ ‫הפעולה אשר עשאה הפועל לכונת תכלית‬ ‫נכבדת ‪ -‬רצוני לומר‪ ,‬הכרחית או מועילה ‪-‬‬ ‫ותגיע התכלית ההיא‪.‬‬

‫דאס איז נישט ממש וואס הרב קוק האט‬ ‫געזאגט‪ ,‬אבער דער רמב"ם האט דאך נישט‬ ‫גערעדט פון דעם גאנצן ענין פון מייחד זיין‬ ‫יחודים‪ ,‬ווייל ער רעדט בכלל נישט קיין קבלה‬ ‫שפראך‪( .‬מ'זאגט אז דער גערער רבי האט אים‬ ‫געענטפערט‪" ,‬מורה נבוכים לערנען מיר אויך‬ ‫נישט‪ ".‬דאס מיינט אבער אז הרב קוק איז נישט‬ ‫מער אפגעפרעגט ווי דעם רמב"ם‪).‬‬ ‫אין אן אנדערן ארט האט הרב קוק‬ ‫געענטפערט אין א בריוו וועגן דעם ענין‪ ,‬וז"ל‪:‬‬ ‫ואנכי מעת באתי לאה"ק זאת היא מגמתי‬ ‫כפי כחי‪ ,‬לקרב גם את הרחוקים ולדבר על‬ ‫לבם שיתקרבו לתורה ומצות‪ .‬ואפילו אלה‬ ‫הצעירים שרוצים להתפתח בבריות גופא‪,‬‬ ‫כדי שיהיה כחם חזק להגן על אומתנו‬ ‫הקדושה בעת זעם חס ושלום‪ ,‬בעת אשר‬ ‫צרים ואויבים קמים עלינו‪ ,‬דרכי להגיד להם‬ ‫שיכולים לכוון מעשיהם לשם שמים‪ ,‬להוסיף‬ ‫אומץ וגבורה בכנסת ישראל כדי שקדושת‬ ‫השי"ת ואור שכינתו הקדושה תהי' מופיעה‬ ‫בגבורה בעולם‪ .‬ואז שכרם רב וחלקם יהי'‬ ‫חלק צדיקים קדושי עליון‪ ,‬כמו שהיו אבותינו‬ ‫הגבורים‪ ,‬חיילותיו של בית דוד‪ ,‬גבורי כח‬ ‫ואזורי גבורה ובזה חזקו את אור הקדושה‪.‬‬ ‫ודברים כאלה ראויים כל חכמי ישראל צדיקי‬ ‫הדור להגיד לדורנו‪ ,‬ויקרבו הרבה לבבות‬ ‫לאבינו שבשמים‪ .‬ואיזה חסרון יש בזה? וכי‬ ‫עד כאן לא למדנו‪ ,‬כי 'בכל דרכיך דעהו'‬ ‫הוא היסוד שכל גופי תורה תלויים בו? ואם‬ ‫אפשר להכניס רוח קדושה גם באלה שהם‬ ‫מתגדרים בגבורה גופנית‪ ,‬הלא נוציא יקר‬ ‫מזולל‪ ,‬ובזה כוחם של צדיקים מתעלה‪,‬‬ ‫וגבורת הקודש מתרוממת בתפארת עוזה‪.‬‬ ‫והלא כל דברים נאמרים רק בתנאי ובקשר‬ ‫של שמירת תורתנו הקדושה ושל תגבורת‬ ‫קדושת האמונה והדבקות בתורה ובמצוות‬ ‫באהבת השי"ת ויראתו‪.‬‬

‫מיט די ווערטער טוט הרב קוק ערקלערן‪,‬‬ ‫פונקט ווי מיר האבן אויבן געוויזן‪ ,‬אז ער וויל‬

‫אויפהייבן דעם אידישן מוט פון די חלוצים‪,‬‬ ‫ער וויל אריינשיינען א לשם שמים אין זייער ​ע‬ ‫מגושמ'דיגע מעשים‪ ,‬כדי זיי זאלן עס נוצן זיך‬ ‫אויפצוהייבן אין אידישקייט און אין רוחניות‪.‬‬ ‫ער האט גארנישט געמיינט מיט זיינע ווערטער‬ ‫צו מינערן דעם חשיבות פון תהלים און שירות‬ ‫ותשבחות צום באשעפער‪ ,‬ער האט גארנישט‬ ‫געוואלט ארויסשלעפן די בחורים פון ביהמ"ד צו‬ ‫מאכן איבונגען‪ ,‬ער האט געמיינט מקרב זיין די‬ ‫חלוצים צו אידישקייט‪.‬‬ ‫א שפעטערדיגער חוקר‪ ,‬ד"ר יהושע בארי‪,‬‬ ‫שרייבט אין זיין פינף‪-‬בענדערדיגער מחקר אויף‬ ‫הרב קוק‪ ,‬אז דער גאנצע ענין איז איין גרויסע‬ ‫טעות‪ .‬אין קורצן טענה'ט ער‪ ,‬אז די ענגלישער‬ ‫רעגירונג האט דעמאלט נישט צוגעלאזט אז די‬ ‫אידן זאלן זיך בויען מיליטעריש ​ע אנשטאלטן און‬ ‫זיך נישט צוגעוואוינען צו קיין שום שלעגעריי‪.‬‬ ‫די קיבוצים האבן אנגערופן די מיליטערישע‬ ‫איבונגען מיט'ן נאמען התעמלות‪ ,‬אלס פחד‬ ‫אז די ענגלישער וועלן כאפן וואס זיי טוען‪ .‬ער‬ ‫ברענגט צו דעם פארשידענע ראיות אז דאס‬ ‫ווארט התעמלות האט אלץ צו דעם מרמז געווען‪,‬‬ ‫און די כוונה פון הרב קוק איז גאר געווען אז דער‬ ‫מיליטער איז א דערהויבענע ארבעט‪ ,‬נישט דער‬ ‫פוסטער ענין פון איבונגען לשם איבונגען‪ .‬ער‬ ‫ברענגט גאר ראיות פון די צעטלעך וואס זענען‬ ‫געשריבן אנטקעגן הרב קוק‪ ,‬אז די קנאים האבן‬ ‫אויך געוואוסט אז דאס איז די כוונה‪ ,‬און זיי‬ ‫שרייבן קעגן די כוונה אליין בזה הלשון‪:‬‬ ‫בכח תוה"ק הננו אוסרים איסור גמור וחמור‬ ‫על כל אדם מישראל ללכת לראות משחק‬ ‫זה של כדורגל‪ .‬וחובה קדושה מוטלת על‬ ‫האבות והאמהות‪ ,‬להזהיר בניהם ובנותיהם‪,‬‬ ‫ולהשגיח עליהם בעינא פקיחא‪ ,‬שלא ייראו‬ ‫ולא ימצאו במשחק תעתועים זה‪ .‬ויסורו נא‬ ‫מעל המגרשים האלה לבלתי קרוב אליהם‪,‬‬ ‫פן יסופו ח"ו בעוון פלילי זה‪ .‬בעוונותינו‬ ‫הרבים נמצאים תועים החושבים שתעתועים‬ ‫כאלה נחוצה לנו לבנין האומה וארצה‪ ,‬אולם‬ ‫כל המאמין בדברי תוה"ק יודע שלא בחיל‬ ‫ולא בכח אנושי נושע‪ ,‬כי אם ע"י התחזקות‬ ‫והתגברות בתורה ובעבודת ה' תבוא הגאולה‬ ‫המקווה בעז"ה‪ .‬והמחשבה שהגאולה העתידה‬ ‫תהיה ע"י כח ועוצם יד וגבורה גופנית‪ ,‬היא‬ ‫מחשבת מינות ר"ל‪ ,‬אשר מקורה בדעה‬ ‫משובשת ע"י ספרים חיצונים‪ .‬מלך חפץ‬ ‫בחיים אינו חפץ ברשעים שבחייהם קרואים‬ ‫מתים‪.‬‬

‫ווער ס'פארשטייט די ווערטער‪ ,‬פארשטייט אז‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪111 /‬‬


‫ט‬ ‫הרב קוק בשעת זיין דרשה ביי דער העברעאישער אוניווערזיטע ‪‎‬‬

‫זיי האבן נישט געמיינט די שפילן און די איבונגען‪,‬‬ ‫נאר די מיליטערישע ערציאונג און צוגרייטונג‪.‬‬ ‫דאס האבן זיי געוואלט אסר'ן ווייל דאס האט הרב‬ ‫קוק אויסגערימט און אויף דעם איז געשטאנען‬ ‫די מחלוקת‪ .‬דאס שטימט טאקע מיט דער כוונה‬ ‫פון הרב קוק ביים ברענגען דעם קריג צווישן‬ ‫יואב און דוד המלך‪ ,‬וואס דארט האבן די זעלנער‬ ‫זיך געשלאגן איינער מיט דעם צווייטן זיך‬ ‫אויסצולערנען די טכסיסי מלחמה‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫געווען די כוונה פון די ציוניסטישע ארגאניזירער‬ ‫דעמאלט‪.‬‬ ‫לויט דעם דארף די גאנצע זאך שוין נישט‬ ‫האבן קיין פשט‪ .‬הרב קוק האט געהאלטן אז‬ ‫ציונות איז א פאזיטיווע ערשיינונג‪ ,‬און דאס וועט‬ ‫אויסלייזן די אידן און ארויסהעלפן אוועקשטעלן‬ ‫א ישוב פאר דער לאנגער צוקונפט‪ .‬דעריבער האט‬ ‫ער געהאלטן אז דאס צוגרייטן צום מיליטער איז‬ ‫‪16‬‬ ‫א פאזיטיווע זאך‪ ,‬און מ'דארף עס שטיצן‪.‬‬ ‫אינטערעסאנט איז אז ס'איז דא עדות פון‬ ‫עטליכע תלמידים פון דעם חפץ חיים ז"ל וועלכע‬ ‫ברענגען אראפ דעם זעלבן ענין‪ .‬ס'איז געווען א‬ ‫תקופה וואס די בחורים זענען געווען אין געפאר‬ ‫פון דארפן גיין אין מיליטער‪ .‬דער חפץ חיים האט‬ ‫גערעדט ביי שלש סעודות צו די בחורים און ער‬ ‫האט געזאגט אז משיח דארף באלד קומען‪ ,‬און‬ ‫דעמאלט וועלן זיין ריזיגע מלחמות אין דער‬ ‫וועלט און כלל ישראל וועט זיך שלאגן מיט עמלק‬ ‫וכדומה‪ ,‬און מיר האבן נישט קיין אידן וואס זענען‬ ‫פעאיג דערצו‪ .‬אלזא שלעפט דער אויבערשטער‬

‫אום ה' ניסן‪ ,‬תרפ"ה‪ ,‬האט מען געעפענט‬ ‫די נייע קאמפוס פון דער העברעאישער‬ ‫אוניווערזיטעט אין הר הצופים‪ ,‬ירושלים‪.‬‬ ‫מ'האט געמאכט פון דעם א ריזיגע פאמפע‪,‬‬ ‫און געברענגט געסט פון איבעראל‪ .‬פון די‬ ‫אויפטרעטער דארט איז געווען‪ ,‬פארשטייט‬ ‫זיך‪ ,‬הרב קוק‪ .‬זיין דרשה איז געווארן באקאנט‬ ‫איבעראל‪ ,‬און די קנאים האבן עס גענוצט אים‬ ‫ווייטער צו באשמוצן‪ .‬זיי האבן געטענה'ט אז ער‬ ‫האט געזאגט אויף דער אוניווערזיטעט דער פסוק‬

‫‪ )16‬עס איז כדאי צו פארצייכנען אז הרב מרדכי גרינבערג (עי'‬ ‫הערה הבאה) איז מפקפק אויף דעם ביאור אין הרב קוק'ס‬ ‫ווערטער‪.‬‬

‫‪ )17‬א סאך פון דעם חומר אין דער חלק האב איך גענומען‬ ‫פון דעם ספר "מחניך קדוש"‪ ,‬אין א מאמר פון הרב מרדכי‬ ‫גרינבערג‪ ,‬אונטער'ן קעפל "הפולמוס על ההתעמלות"‪.‬‬

‫‪ / 112‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫זיינע מענטשן אין מיליטער‪ ,‬אז מ'זאל זיין גרייט‬ ‫מקבל צו זיין פני משיח‪.‬‬ ‫נאכ'ן זען די אלע זאכן איז שוין אביסל‬ ‫פארשטענדליכער וואס דא טוט זיך‪ .‬מ'רעדט נישט‬ ‫פון קיין קלות צו אידישקייט און א שוואכקייט‬ ‫צו דער גאס‪ ,‬נאר אדרבא‪ ,‬א דערהויבענעם בליק‬ ‫אויף די אלע פאסירונגען פון דער צייט און א‬ ‫‪17‬‬ ‫טיפער זארג פאר די יוגנט‪.‬‬

‫"כי מציון תצא תורה"‬ ‫אויף אן אוניווערזיטעט פון‬ ‫כפירה‬


‫"כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים‪ ".‬נישט‬ ‫ווייניגער ווי ר' אלחנן וואסערמאן ברענגט אראפ‬ ‫די שערוריה‪ ,‬הגם ער נעמט עס נישט אינגאנצן‬ ‫אן‪ ,‬שרייבנדיג אז ס'איז "כפי השמועה‪( ".‬אגב‪ ,‬עס‬ ‫איז אינטערעסאנט אז אין א בריוו פון ר' אלחנן‬ ‫צו זיין ברודער‪ ,‬א חודש פאר דער פטירה פון הרב‬ ‫קוק‪ ,‬פרעגט ער אויף דער געזונט צושטאנד פון‬ ‫הרב קוק‪)18.‬‬ ‫דער פראבלעם איז אז די באשולדיגונג איז‬ ‫געווען הוילער שקר‪ .‬כדרכו של הרב קוק‪ ,‬וואו‬ ‫אימער ס'איז געווען א אידישע פאסירונג‪ ,‬האט‬ ‫ער געהאלטן אז א רב דארף גיין און רעדן דברי‬ ‫תורה און ארויסזאגן דער דבר ה'‪ .‬ס'זאל נישט זיין‬ ‫אזא מציאות אז אידן זענען אפגעהאקט פון דער‬ ‫תורה‪ .‬האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט‬ ‫אז כלל ישראל דארף ישיבות וואו מ'לערנט‬ ‫תורה‪ ,‬און פון דעם וועט זיין כי מציון תצא תורה‪.‬‬ ‫יא‪ ,‬ביי דער פתיחה צום אוניווערזיטעט האט ער‬ ‫געזאגט די ווערטער "כי מציון תצא תורה‪ ",‬אבער‬ ‫נישט אויפ'ן אוניווערזיטעט‪ ,‬נאר אויף די ישיבות‬ ‫הקדושות‪ .‬אין זיין מכתב ליסוד הישיבה המרכזית‬ ‫העולמית פון תרפ"א‪ ,‬וואו ער האט געוואלט‬ ‫אויפלעבן די וועלט אים צו העלפן גרינדן א‬ ‫ישיבה פאר דער וועלט‪ ,‬א מרכז פון תורה וואו‬ ‫אלע חלקים פון תורה וועלן געלערנט ווערן‪ ,‬אלע‬ ‫ספרים וועלן זיין דארטן‪ ,‬און א שפע פון תורה‬ ‫וועט ארויסגיין פון דארט צו דער גאנצע וועלט‪,‬‬ ‫רעדט ער ארום דער ענין פון כי מציון תצא תורה‪,‬‬ ‫און אז אזוי וועלן מיר צונעמען די ציונות פון די‬ ‫פרייע אידן‪ .‬פון דער אידעאל האט ער נאכאנאנד‬ ‫גערעדט‪ ,‬און דאס האט ער דערמאנט ביי דער‬ ‫גרינדונג פון דער העברעאישער אוניווערזיטעט‪.‬‬ ‫הרב קוק האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק (ישעיה‬ ‫ס‪ ,‬ד‪-‬ה)‪" ,‬שאי סביב עיניך וראי כלם נקבצו באו‬ ‫לך בניך מרחוק יבאו ובנתיך על צד תאמנה‪ :‬אז‬ ‫תראי ונהרת ופחד ורחב לבבך כי יהפך עליך המון‬ ‫ים חיל גוים יבאו לך‪ ".‬ער האט געזאגט אז מ'איז‬ ‫דא צוזאמענגעקומען פאר אזא ריזיגן מעמד‪ ,‬מיט‬ ‫אלע שיכטן און קרייזן פון אידישע און גוי'אישע‬ ‫פירערס‪ ,‬און ס'איז אוודאי א גרויסע שמחה‪ .‬האט‬ ‫הרב קוק ווייטער געפרעגט‪ ,‬אבער וואס איז מיט‬ ‫דעם "אז תראי ונהרת ופחד ורחב לבבך‪ ",‬וואס איז‬ ‫דער געפאר‪ ,‬ליכטיג איז עס‪ ,‬ברייט איז עס‪ ,‬אבער‬ ‫וואס איז דער געפאר? האט ער פארטייטשט‬ ‫דעם ענין‪ ,‬אז די תורה איז איין זאך און די‬ ‫‪ )18‬קובץ מאמרים ואגרות להג"ר אלחנן וואסערמאן‪ ,‬חלק ב'‬ ‫עמ' קכ"ד‪.‬‬

‫א בריוו פון בד"ץ זיך אננעמענדיג פאר'ן כבוד פון רב קוק‬

‫לימודים מדעיים א צווייטע זאך‪ ,‬און ווען תורה‬ ‫איז פארטייטשט געווארן אויף יווניש ירדה חשך‬ ‫לעולם‪ ,‬ווייל די תורה איז ארויס פון אירע גבולים‪.‬‬ ‫יא‪ ,‬מ'קען לייכטער באלייכטן די ארומיגע וועלט‬ ‫מיט אן איבערגעטייטשטער תורה‪ ,‬און דאס איז‬ ‫א שמחה‪ ,‬אבער בבת אחת קענען זיי משפיע זיין‬ ‫אויף אונז און אונז אוועק נעמען פון דער תורה‬ ‫מיט זייע ​ר השפעה‪ .‬די ליכט און די געפאר זענען‬ ‫ביידע אמת‪.‬‬ ‫דעריבער‪ ,‬האט הרב קוק אויסגעפירט‪ ,‬דער‬ ‫אוניווערזיטעט איז אונז נישט גענוג‪ ,‬מיר דארפן‬ ‫בראש וראשון ובעיקר בויען מעכטיגע ישיבות‪ ,‬די‬ ‫וואס עקזיסטירן און די וואס מ'פלאנט נאך‪ ,‬ווי די‬ ‫ישיבה המרכזית וואס מ'האלט אינמיטן פארמירן‪.‬‬ ‫אזוי וועט עס זיין א ריכטיגע ליכט פאר דער‬ ‫וועלט‪ .‬און דער אוניווערזיטעט דארף בלייבן ריין‬ ‫פון כפירה‪ ,‬ריין פון חילול ה'‪ ,‬און מיט א שטאב‬ ‫וואס איז פול מיט יראת שמים און ערליכקייט‪ ,‬אין‬ ‫לעבן און אין לערנען‪.‬‬ ‫אזוי וועט מען בארואיגן דעם געפאר וואס‬ ‫דער נביא רעדט דערפון‪ ,‬און מיט דעם וועלן מיר‬ ‫צוקומען צום קומי אורי כי בא אורך‪ ,‬און מ'וועט‬ ‫לערנען תורה און דינען דעם באשעפער‪ ,‬ביז צום‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪113 /‬‬


‫בנין ביהמ"ק ווען ס'וועט מקויים ווערן דער כי‬ ‫‪19‬‬ ‫מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים‪.‬‬ ‫איינער זעט דא אז ער האלט אז דער כי מציון‬ ‫תצא תורה גייט אויפ'ן אוניווערזיטעט? אדרבא‪,‬‬ ‫דער נישט פרומער קען גאר האבן טענות צו אים‬ ‫אז ביי דער גרינדונג פון אן אוניווערזיטעט נעמט‬ ‫ער זיך רעדן פון ישיבות און דער פראבלעם מיט‬ ‫דער אוניווערזיטעט‪.‬‬ ‫בחייו האט מען שוין פארשפרייט אט דעם‬ ‫בלבול אויף הרב קוק‪ ,‬און א שוואגער פון הרב‬ ‫חיים עוזר‪ ,‬הרב יצחק קוסובקי שחור‪ ,‬האט‬ ‫געשריבן צו הרב קוק אז ער גיבט זיך נישט‬ ‫קיין עצה מיט די בעלי‪-‬בתים אין שטאט‪ ,‬וואס‬ ‫האבן זיך אזוי געפרייט וועגן דער העברעישער‬ ‫אוניווערזיטעט אזש זיי האבן געהאנגען א‬ ‫ריזיגער טאוועל 'כי מציון תצא תורה' אויף א בילד‬ ‫פון דער אוניווערזיטעט‪ ,‬און די בעלי‪-‬בתים האבן‬ ‫אים נישט געפאלגט דאס אראפ צו נעמען‪ .‬הרב‬ ‫קוק שרייבט‪ 20‬צו אים די ווערטער "חלילה אז‬ ‫מ'זאל זאגן אויף לימודי חול דעם פסוק‪ ".‬נאך א‬ ‫בריוו‪ 21‬צו הרב יוסף משאש פארדאמט שטארק‬ ‫דעם מושג‪ ,‬און ער רעדט זיך אפ וועגן דעם אז‬ ‫מ'האט מסלף געווען זיינע ווערטער‪.‬‬

‫אויסרימען אותו האיש‬ ‫דאס אויסרימען דעם מייסד פון דער נצרות‬ ‫איז א באשולדיגונג וואס ווערט געברענגט אין‬ ‫עטליכע ערטער דורך הרב קוק'ס מתנגדים‪.‬‬ ‫די טענה אז הרב קוק פארגלייכט יענעם צו‬ ‫תלמידי בעש"ט האב איך נישט געטראפן בכתבי‬ ‫המתנגדים‪ ,‬חוץ אין ספר "מושיען של ישראל"‬ ‫וואס דערציילט עס מיט א פשטות‪.‬‬ ‫איך מוז מודה זיין אז אט די טענה האב איך‬ ‫נישט אינגאנצן נאכגעפארשט‪ .‬די מאמרים אויף‬ ‫דעם ענין זענען זייער האקל און איך פארשטיי זיי‬ ‫נישט אינגאנצן‪ ,‬און איך וויל נישט שרייבן וואס‬ ‫איך פארשטיי נישט‪ .‬נאר איך וויל ברענגען פון‬ ‫די בריוון פון הרב קוק‪ ,‬וואו ער רעדט ארום דער‬ ‫שערוריה וואס זיינע ווערטער האבן פאראורזאכט‪.‬‬ ‫דאס איז א בריוו צו זיין תלמיד הרב דוב‬ ‫‪ )19‬חזון הגאולה‪ ,‬עמ' ‪.282‬‬ ‫‪ )20‬אוצרות הראי"ה‪ ,‬חלק ב'‪ ,‬עמ' א'קיז – א' קיח‪ ,‬עיי"ש‪.‬‬ ‫‪ )21‬אוצרות הראי"ה‪ ,‬חלק ד'‪ ,‬עמ' קפט ‪ -‬קצ‪.‬‬ ‫‪ / 114‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫מילשטיין אין שנת תרע"א‪ .22‬וז"ל‪:‬‬ ‫וע"ד שאלתו בנדון שכתבתי בחוברת‬ ‫"הניר" ע"ד אותו האיש‪ ,‬שהיה לו כח‬ ‫אישי נפלא והזרמה נפשית‪ ,‬שנמצאו איזה‬ ‫אנשים שתמהו ע"ז וחשדו אותי כאילו‬ ‫באתי לספר ח"ו בשבחו‪ ,‬של אותו פושע‬ ‫ישראל‪ ,‬שעשאוהו נכרים ע"ז‪ .‬ידע ידידי‪,‬‬ ‫שלא כן הדבר‪ ,‬וכל מי שיקרא את מאמרי‬ ‫העמוק הנ"ל באותו העיון הראוי לענינים‬ ‫רמים כאלה‪ ,‬לא יוכל להעלות כלל על דעתו‪,‬‬ ‫שיש כאן ענין של שבח‪ .‬כי הלא כה דברי‪,‬‬ ‫שעצם הכח האישי וההזרמה הנפשית הוא‬ ‫כח טבעי‪ ,‬והוא תלוי בהכשר‪ :‬אם מכשירים‬ ‫אותו ע"י קודש עליון הוא מתעלה‪ ,‬ואם‬ ‫עוזבים אותו בעינו‪ ,‬ונמסרים אליו כמו‬ ‫שהוא‪ ,‬נופלים על ידו לעמקי זוהמת ע"ז‪ .‬ומי‬ ‫שטעם טעם עץ החיים ידע ויכיר‪ ,‬שזהו סוד‬ ‫פנימיות וחיצוניות‪ ,‬שכשהפנימיות מחיה את‬ ‫החיצוניות נהפך לקדושה‪ ,‬וכשהחיצוניות‬ ‫פונה את עצמה מלקבל מהפנימיות חוזר הכל‬ ‫לתוהו וטומאה‪ .‬ובארתי שורש טומאתו של‬ ‫פושע ישראל הנ"ל ומהיכן כחו לקוח‪ :‬מכוח‬ ‫התוהו שנמשך אחריו‪ ,‬ומשך לתהומא רבא‬ ‫של זוהמת ע"ז ביחוד אותם מבני ישראל‬ ‫שנמשכו אחריו‪ .‬ולעת כזאת‪ ,‬שבעוה"ר‬ ‫ההסתה מרובה ליציאה מן הכלל‪ ,‬מצאתי‬ ‫לחוב קדוש לבאר דברים הללו‪ .‬וזה דרכם‬ ‫של חכמי ישראל מעולם‪ ,‬לא להקטין את‬ ‫ערכם האישי של הרשעים הגדולים כ"א‬ ‫להראות את גודל כחם ולבאר‪ ,‬שבכל גדלם‬ ‫השחיתו‪ ,‬בהשתקעם בטומאתם‪ .‬וכן נאמר על‬ ‫בלעם "בישראל לא קם‪ ,‬אבל באוה"ע קם‬ ‫ומנו – בלעם"‪ .‬והיינו גודל ערך‪ ,‬אלא מצד‬ ‫הרע וההפוך‪ .‬ולא הביאו דברי לידי תרעומת‬ ‫אלא את קטני הדעת‪ ,‬אבל ת"ח אמיתיים‬ ‫גדולי תורה‪ ,‬העומדים בסוד ה'‪ ,‬הם מבחינים‬ ‫ב"ה את ערך האמת והתועלת שיש בדברים‬ ‫הנ"ל‪.‬‬

‫אויף פרייער איבערזעצונג‪ :‬הרב קוק גיבט‬ ‫אונז צו פארשטיין אז די חכמים האבן אלץ‬ ‫מחשיב געווען דעם כוח פון אונזער ​ע קעגנער‪ ,‬אז‬ ‫זיי קומען פון א פלאץ וואס איז זייער שטארק‪,‬‬ ‫פונקט ווי בלעם איז גאר געווען דער פאראלעל‬ ‫צו משה רבינו‪ .‬אותו האיש איז נישט געווען קיין‬ ‫קטלא קניא באגמא‪ ,‬א פשוט'ער שוטה וואס האט‬ ‫פאר עפעס א סיבה געצויגן מענטשן מיט זיך‪ ,‬נאר‬ ‫פארקערט‪ ,‬ריזיגע כוחות האט ער פארמאגט אין‬ ‫זיך‪ ,‬און ווען ער וואלט זיי באארבעט ווי עס דארף‬ ‫‪ )22‬אגרות הראי"ה‪ ,‬חלק ב'‪ ,‬עמ' שע"ה‪.‬‬


‫צו זיין‪ ,‬וואלט כלל ישראל געהאט א ריזיגער‬ ‫תועלת פון אים‪ .‬נאר וויבאלד ער האט זיי נישט‬ ‫באארבע ​ט ריכטיג‪ ,‬ער האט געלאזט די חיצוניות‬ ‫זיך אוועקקערן פון די פנימיות‪ ,‬דערמיט האט ער‬ ‫נישט נאר דערלייגט א דערהויבענע מדרגה אין‬ ‫גוטס‪ ,‬נאר זיך אריינגעשטופט אין עמקי תהום‬ ‫רבה‪ ,‬און זיך פארשווארצט און פארשמוצט ביז צו‬ ‫טומאת עבו"ז ממש‪.‬‬ ‫איך גלייב נישט אז איינער וואס זעט די‬ ‫ווערטער האט נאך א הו"א אז הרב קוק האט‬ ‫עטוואס געהאלטן פון אותו האיש‪ ,‬ער דערמאנט‬ ‫די כוחות מיט וואס ער איז געבוירן געווארן‪ ,‬נישט‬ ‫קיין מעלות וואס ער האט אויסגעארבעט‪ ,‬און‬ ‫אדרבא‪ ,‬ער זאגט אונז אז אט די כוחות זענען‬ ‫געווען בעוכרו‪ ,‬זיי זענען נאך א חלק פון זיין‬ ‫שלעכטס וואס מ'דארף פארדאמען אלס שקץ‬ ‫תשקצנו וגו'‪.‬‬ ‫און ווי הרב קוק לייגט צו‪ ,‬איז דאס וויכטיג‬ ‫צו וויסן‪ ,‬בפרט בדורו ווען די פרייע אידן האבן‬ ‫פארמאגט אמת'ע העלדן‪ ,‬מיט גרויסע כוחות‬ ‫הנפש‪ ,‬און שטארקע אויפטואונגען אונטער זיך‪,‬‬ ‫און דער המון עם איז זיי נאכגעלאפן‪ ,‬דארף מען‬ ‫וויסן אז ס'איז נישט קיין ראיה אויף צדקת דרכם‪.‬‬

‫דער דעת פון אנדערע‬ ‫גדולי ישראל אויף הרב‬ ‫קוק‬ ‫נאך א וועג פון אפפרעגן הרב קוק‪ ,‬איז מיט‬ ‫דער אויסרייד אז "אלע גדולי ישראל זענען געווען‬ ‫קעגן אים‪ ".‬דאס איז שוין געווארן א מין קנה מדה‬ ‫אויף גדולי ישראל‪ ,‬ווער ס'איז געווען קעגן‪ ,‬איז‬ ‫שוין א רשכבה"ג‪ ,‬און דער וואס שעלט אים נישט‪,‬‬ ‫פארלירט תיכף זיין רעספעקט‪.‬‬ ‫נאך א שטיקל אויספארשונג קען מען זיך‬ ‫איבערצייגן אז דאס איז גענצליך נישט אמת‪.‬‬ ‫לויט ווי מ'געפונט אויס פון זוכן אין די מקורות‪,‬‬ ‫בריוון‪ ,‬צייטונגען און תשובות פון זיין תקופה‪ ,‬איז‬ ‫עס פארקערט‪ .‬כמעט יעדער איינער וואס האט‬ ‫געשריבן אדער זיך אויסגעדרוקט קעגן הרב קוק‪,‬‬ ‫איז געווען איינער וואס האט אים נישט געקענט‪.‬‬ ‫זיינע באקאנטע פון וואלאזין‪ ,‬בויסק און ירושלים‬ ‫האבן אלע אים געשעצט ביז גאר‪ .‬מ'מוז אננעמען‬ ‫איינע פון צוויי זאכן‪ ,‬אדער אז די וואס האבן אים‬

‫געקענט האבן אים אזוי שטארק געשעצט אלס‬ ‫מענטש און תלמיד חכם‪ ,‬אז ס'האט זיי געמאכט‬ ‫פארקוקן דעם פראבלעמאטישן צד‪ ,‬דאס וואס‬ ‫זיין גאנג איז געווען אן אייגענארטיגע און‬ ‫מעגליך א מסוכנ'דיגע‪ .‬אדער אז די וואס האבן‬ ‫אים געקענט האבן פארשטאנען זיין שפראך און‬ ‫געוואוסט וואס ער האט אמת'דיג געמיינט‪ ,‬וכנ"ל‪.‬‬ ‫פון די בריוון פון זיינע קעגנער דארף מען אויך‬ ‫וויסן אז עס זענען דא זיופים‪ ,‬ווי אויבנדערמאנט‪.‬‬ ‫אין "אגרות קודש" (ז'צו‪ ,‬און ז'קעא) זענען‬ ‫דא צוויי בריוון פון דעם ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫ז"ל‪ ,‬הרב מנחם מענדל‪ ,‬וואו ער שרייבט צו ר'‬ ‫משה חיים אפרים בלאך וועגן דעם‪ .‬ער שרייבט‬ ‫דארט זייער שארף אז ס'איז אוממעגליך אז דער‬ ‫ראגאטשאווער זאל האבן געהאט געשריבן דעם‬ ‫בריוו וואס מ'ברענגט בשמו‪ ,‬אזש ער פירט אויס‬ ‫אז אפילו ווען דער ראגאטשאווער אליין זאל‬ ‫אונז זאגן אז ער האט עס געשריבן‪ ,‬איז ער נישט‬ ‫באגלויבט‪ .‬נישט צוליב זיין שעצונג צו הרב קוק‬ ‫שרייבט דער ליובאוויטשער רבי אזוי‪ ,‬נאר אז די‬ ‫שפראך פאסט בכלל נישט פאר'ן ראגאטשאווער‪,‬‬ ‫און ס'שטימט נישט מיט די טויזנטער אנדערע‬ ‫בריוון וואס ער האט געשריבן‪.‬‬ ‫הרב יוסף חיים זאנענפעלד‪ ,‬הרב קוק'ס בר‬ ‫פלוגתא פאר'ן רבנות אין ירושלים‪ ,‬האט זיך‬ ‫גארנישט אזוי שטארק אויסגעדרוקט אויף אים‪.‬‬ ‫אפילו אין די ביכער וואס זענען מער באקאנט‬ ‫פאר'ן זוכן זייערע אגענדעס ווי פאר זייער‬ ‫קראנטקייט‪ ,‬האבן זיי נישט קיין עכטע מימרות‬ ‫פון הרב זאנענפעלד קעגן הרב קוק‪ .‬הרב קוק‬ ‫און הרב זאנענפעלד זענען דאך געפארן ארום‬ ‫די מושבות אין די תר"ע‪-‬יארן מחזק צו זיין די‬ ‫אידן דארט‪ ,‬און הרב חיים זאנענפלד האט אים‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪115 /‬‬


‫קיינמאל נישט באטיטלט שלעכט‪ .‬קוקט אין‬ ‫"האיש על החומה" פון אן אייניקל פון ר' יוסף‬ ‫חיים‪ ,‬אדער אין "ירושלים של מעלה" פון מענדל‬ ‫גרליץ‪ ,‬אן איידעם פון ר' יאסל שיינבערגער‪ ,‬פון‬ ‫די פירערס פון דער "עדה החרדית"‪ .‬זיי האבן אויך‬ ‫נישט קיין עכט שארפע מימרות פון אים קעגן‬ ‫הרב קוק‪ .‬ער האט געקענט הרב קוק פערזענליך‪,‬‬ ‫האט ער געוואוסט אז די אלע זאכן האבן נישט‬ ‫קיין פלאץ‪ .‬יא‪ ,‬איין בריוו האבן זיי א שארפן‪,‬‬ ‫גע'חתמ'עט דורך הרב י"ח זאנענפעלד און הרב‬ ‫י"י דיסקין‪ ,‬ווען זיי ווילן ווייזן פאר'ן אגודת ישראל‬ ‫אז זיי זאלן זיין די פארטרעטער פון דער יהדות‬ ‫החרדית און נישט דער רבנות‪ ,‬און דארט רעדן זיי‬ ‫זייער שארף אויף הרב קוק'ס כתבים‪ .‬דאס איז א‬ ‫קהלה צעטל גע'חתמ'עט דורך די צוויי רבנים אין‬ ‫א צייט פון ענגשאפט‪ ,‬נישט קיין פערזענליכע‬ ‫מיינונג זייערע‪ ,‬און הרי"ח האט ווייטער פריינטליך‬ ‫גערעדט מיט הרב אפילו נאך דעם בריוו‪ .‬נאר אויף‬ ‫דער רבנות אין ירושלים האבן זיי זיך געשלאגן‪.‬‬ ‫איין מעשה טענה'ט מען אין געוויסע ערטער‬ ‫אז הרב חיים סאלאווייציק פון בריסק האט זיך‬ ‫אויסגעדרוקט שארף אויף הרב קוק‪ .‬די מעשה‬ ‫האט געזאלט זיין אזוי‪ :‬ווען ס'איז פארשפרייט‬ ‫געווארן די פראבלעמאטישע זאכן בשמו‪ ,‬האט‬ ‫הרב שמחה זליג ז"ל געפרעגט ר' חיימ'ן‪ ,‬ווי איז‬ ‫מעגליך אז הרב קוק זאל רעדן אזעלכע דיבורים?‬ ‫ר' חיים האט אים געענטפערט‪" ,‬איך בין מתפלא‬ ‫אויף אייך ר' שמחה זליג‪ ,‬אין וואלאזין האט‬ ‫מען שוין געזען אז ער איז אן אפיקורס מבטן‬ ‫‪23‬‬ ‫ומלידה‪".‬‬ ‫דער פראבלעם פון דער מעשה איז אז לפי‬ ‫דעם קען מען נישט זאגן אז ס'האט זיך עפעס‬ ‫געטוישט שפעטער; מ'קען נישט זאגן אז נאכדעם‬ ‫וואס הרב קוק האט אפגעדרוקט זיינע דברי תורה‬ ‫האט ער איינגעזען אז ער טויג נישט‪ ,‬ווייל ער‬ ‫זאגט דאך אז אז ער האט שוין נישט געטויגט‬ ‫מבטן ומלידה‪ .‬אין שנת תרס"ח געפונען מיר‬ ‫א בריוו‪ 24‬צו הרב קוק‪ ,‬וועגן אן עזבון פון הרב‬ ‫יעקב ברוידא פון חו"ל‪ ,25‬אז הרב קוק זאל עס‬ ‫איבערגעבן צום תלמוד תורה דארט (לכאורה‬ ‫אין יפו)‪ .‬דער בריוו איז געשריבן געווארן דורך‬ ‫איינעם‪ ,‬אבער די חתימות זענען הרב חיים‬ ‫בריסקער און נאכדעם דער חפץ חיים‪ .‬די טיטלען‬ ‫‪ )23‬געהערט אין ישיבת בריסק אין ירושלים‪.‬‬ ‫‪ )24‬להעתיק התמונה מהקובץ 'עותק דעת חכמי ישראל'‬ ‫עמ' ‪23‬‬ ‫‪ )25‬וואס על שמו איז געבויט געווארן 'בתי ברוידא' אין‬ ‫ירושלים‪ ,‬וואו ר' איסר זלמן מעלצער ז"ל האט געוואוינט‪.‬‬ ‫‪ / 116‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ברכת מזל טוב פון דעם חפץ חיים צו דעם אדר"ת‪ ,‬אז זיין איידעם הרב‬ ‫קוק איז געווארן רב אין זוימל‪" ,‬כי הוא גדול אמיתי בתורה ‪"‎‬‬

‫דארטן זענען געווידמעט צו א גדול בתורה‪" ,‬כבוד‬ ‫הרב הגאון המפורסם סוע"ה צדיק בדרכיו כק"ש‬ ‫מו"ה אברהם יצחק הכהן קוק שליט"א‪ ".‬ווען ער‬ ‫איז ווען אזא אפיקורס מבטן ומלידה וואלט רבי‬ ‫חיים נישט אויף דעם גע'חתמ'עט‪ ,‬ובפרט ווען ער‬ ‫וויל גארנישט פון הרב קוק‪ ,‬נאר פארקערט‪ ,‬ער‬ ‫טוט אים די טובה מיט'ן שיקן געלט צו פארטיילן‬ ‫אין א"י‪.‬‬ ‫ס'איז דא אין עטליכע פלעצער‪ 26‬רשימות פון‬ ‫טיטלען וואס גדולי ישראל האבן געשריבן אויף‬ ‫הרב קוק‪ ,‬וואס זענען באמת נישט קיין ראיה אויף‬ ‫זיין גדלות‪ ,‬ווייל טיטלען טוען נישט אויפווייזן‬ ‫דעם אמת‪ ,‬כידוע‪ ,‬אבער עכ"פ קיין אפיקורס האט‬ ‫ער נישט געקענט זיין אין די אויגן פון די דאזיגע‬ ‫גדולי ישראל‪ .‬מאנכע ווילן טענה'ן אז די כוונה פון‬ ‫די בריוון איז צוליב דעם אז ער האט געפירט די‬ ‫אלע געלטער וואס האבן אריינגעשטראמט קיין‬ ‫א"י‪ ,‬און מ'האט אים גע'חנפ'עט צוליב דעם‪ .‬דאס‬ ‫איז מעגליך פאר בני ארץ ישראל‪ ,‬אבער פארוואס‬ ‫זאלן בני חו"ל אים דארפן חנפ'נען?‬ ‫פילע מימרות פון דעם חפץ חיים אויף דער‬ ‫מחלוקת אין ירושלים ווייזן אונז אז ער האט‬ ‫געזען צוויי צדדים אין דעם ענין‪ ,‬ער האט עס‬ ‫גארנישט גע'פסק'נט​‪ .‬ס'איז דא עדות אז דער‬ ‫חפץ חיים האט שטארק מוחה געווען ביי דער‬ ‫כנסייה גדולה אין שנת תרפ"ג‪ ,‬אויף די וואס האבן‬ ‫‪ )26‬אגרות לראי"ה‪.‬‬


‫בארעדט הרב קוק‪ .‬ער האט זאגאר נישט געוואלט‬ ‫זיך טרעפן מיט דער משלחת פון דער אגודה אין‬ ‫ירושלים‪ .‬מאנכע‪ 27‬ווילן אפווארפן די מעשה‪,‬‬ ‫מיט'ן אפפרעגן די עדות דערויף‪ ,‬אבער אזוי פיל‬ ‫איז יא באקאנט‪ ,‬אפילו לדעת די קעגנער‪ ,‬אז דער‬ ‫חפץ חיים האט נישט אפגעווארפן סיי וועלכן צד‬ ‫וואס הרב קוק האט געהאט אין דער מחלוקת‪.‬‬ ‫ס'איז קיינמאל נישט געווען ביי אים אפגעפרעגט‬ ‫דער צד אז הרב קוק איז רב אין ירושלים‪ ,‬די‬ ‫שאלה איז נאר געווען אויב די עדה החרדית מעג‬ ‫אויך עקזיסטירן‪.‬‬ ‫די מיינונג פון דעם חזון איש איז דאס‬ ‫מערסטע פארדרייט‪ .‬אין אגרות חזון איש געפינט‬ ‫זיך א בריוו וואס ער האט געשיקט צו הרב קוק‪,‬‬ ‫פרעגנדיג וויאזוי מ'איז מפריש תרומות און‬ ‫‪28‬‬ ‫מעשרות אין געוויסע אומשטענדן‪ .‬דער בריוו‬ ‫איז געשריבן געווארן תיכף נאכדעם וואס דער‬ ‫חזון איש איז אנגעקומען קיין א"י‪ ,‬און ער שרייבט‬ ‫אין אנהייב‪" ,‬הוד כבוד מרן שליט"א‪.‬‬ ‫דער חזון איש האט ווייטער מכבד געווען‬ ‫הרב קוק ביים דעם מעמד הנחת אבן הפינה פון‬ ‫ישיבת בית יוסף אין בני ברק‪ ,‬מיטן בלייבן דארט‬ ‫דורכאויס זיין דרשה‪ ,‬שטייענדיג אויף די פיס‪.‬‬ ‫אין זיין בריוו‪ 29‬וועגן דער עדה החרדית און דעם‬ ‫חיוב ארויסצוגיין פון דעם וועד הכללי (א חיוב‬ ‫פון וואס דער חזון איש האט נישט געהאלטן)‬ ‫שרייבט ער‪ ,‬תוך דבריו‪ ,‬אז די מחלוקת אין‬ ‫ירושלים איז א גרעסערער פראבלעם ווי אלעם‪,‬‬ ‫בפרט ווען ס'איז אויף א תלמיד חכם‪ .‬יעדער‬ ‫פארשטייט אז דער תלמיד חכם וועמען ער האט‬ ‫געמיינט איז געווען הרב קוק‪ .‬אלע מימרות וואס‬ ‫מ'האט פונעם חזון איש אויף הרב קוק זענען‬ ‫אויף זיינע השקפות‪ .‬אמת‪ ,‬דער חזון איש האט‬ ‫נישט געהאלטן פון זיינע השקפות און מחשבות‪,‬‬ ‫זיין צוגאנג צו פרייע אידן און זיין גלויבונג‬ ‫אין דער תחיה הציונית‪ .‬אבער פון דארט ביז‬ ‫גרינגשעצן דעם מענטש איז נאך דא א ווייטער‬ ‫גאנג‪ .‬ער האט נישט פארדאמט זיינע הלכה'דיגע​‬ ‫ספרים‪ ,‬און נישט זיך אויסגעדרוקט קעגן אים‬ ‫פערזענליך‪ .‬זיינע טענות אויף אנדערע רבנים אין‬ ‫א"י האט דער חזון איש פיל שארפע ​ר געזאגט ווי‬ ‫‪ )27‬דער מחבר פון דעם אנטי‪-‬מזרחי ביכל "דת הציונות"‬ ‫האט עטליכע קונטרסים וועגן דער שייכות פון אנדערע גדולי‬ ‫ישראל צו הרב קוק‪ .‬רוב פון זיינע טענות זענען גאנץ לעכערליך‬ ‫און נישט צו דער זאך‪ ,‬ברענגנדיג ראיות פון איין נושא אויף א‬ ‫צווייטער‪ ,‬עיי"ש‪.‬‬ ‫‪ )28‬גנזים ושו"ת חזו"א עמ' קכ"ו (דארטן פעלט דער טיטל‪,‬‬ ‫וואס אין דעם אריגינעלן אגרות חזון איש איז עס דא‪).‬‬ ‫‪ )29‬אגרות חזו"א ג'‪.‬‬

‫אויף די השקפות פון הרב קוק‪.‬‬ ‫איינער וועט אפשר טענה'ן אז דאס איז אלץ‬ ‫גוט בחייו‪ ,‬אבער לאחר פטירתו האט די וועלט‬ ‫איינגעזען אז הרב קוק האט נישט געטויגט‪ ,‬און‬ ‫דער נעקסטער דור האט אים נישט געשעצט‪.‬‬ ‫לאמיר קוקן אין די תשובות פון הרב שלמה זלמן‬ ‫אויערבאך‪ ,‬איינער וואס איז געשעצט אלס פוסק‬ ‫הדור אין אלע שיכטן און קרייזן‪ .‬ער ברענגט‬ ‫נאכאנאנד הרב קוק'ס דברי תורה און תשובות‬ ‫און ער האט שטארק מוחה געווען אויף סיי‬ ‫וועלכן פרואוו אים אפצורייסן‪ .‬הרב אויערבאך‬ ‫האט געשריבן א גאנצן ספר אויפצואווייזן די‬ ‫גלאטקייט פון הרב קוק'ס היתר מכירה מיט'ן‬ ‫נאמען "מעדני ארץ"‪ ,‬און דארט ברענגט ער‬ ‫הרב קוק אלס דער מרא דארעא דישראל און‬ ‫ער פראבירט אים אויפצואווייזן אלס דער‬ ‫גערעכטער‪ .‬ס'איז אויך באקאנט אז הרב אלישיב‬ ‫האט אנגערופן הרב קוק מיט'ן נאמען "דער רב"‬ ‫סתם‪ ,‬און שטארק מוחה געווען אויף ווער ס'האט‬ ‫‪30‬‬ ‫געוואלט מזלזל זיין בכבודו‪.‬‬ ‫לאמיר קלאר מאכן‪ ,‬הרב קוק'ס מהלך איז‬ ‫נישט אנגענומען געווארן ביי רוב גדולי ישראל‬ ‫פון דעם חרדי'שן חדר‪ ,‬שבחייו ושלאחרי פטירתו‪.‬‬ ‫מ'האט אלץ ווייטער אנגעהאלטן די חומה‬ ‫צווישן פרומע און פרייע און מ'האט זיך נישט‬ ‫אריינגעלאזט אין הרב קוק'ס מיסטישע באגריפן‬ ‫פון די וועלט'ס פאסירונגען‪ .‬אבער פון דארט ביז‬ ‫גרינגשעצן און גאר מזלזל זיין‪ ,‬איז א ווייטער‬ ‫וועג‪ ,‬וואס גדולי ישראל זענען נישט אריבער‪ .‬הרב‬ ‫קוק'ס גדלות בתורה‪ ,‬זיין ווייכע הארץ און זיין‬ ‫הויכע ברייטע השגה אין תורת הנגלה והנסתר‬ ‫דערלייכטן ווייטער די קרייזן וועלכע זענען סר‬ ‫למשמעתו‪ ,‬און זיינע פילע געדרוקטע דברי תורה‬ ‫זענען בנמצא פאר סיי וועמען אפצולערנען און‬ ‫זיך אויפלעבן דערמיט‪ .‬הרב קוק'ס שפראך איז אן‬ ‫אייגנארטיגע‪ ,‬און לאו כל מוחא סביל דא‪ ,‬אבער‬ ‫ער בלייבט אן אייגנארטיגע פיגור ביי אידן וועלכע‬ ‫האט געברענגט א וועלט פון מחשבה און מעשה‬ ‫פאר א גרויס חלק פון כלל ישראל‪.‬‬ ‫‪ )30‬פאר מער אינפארמאציע‪ :‬הרב איתם הנקין הי"ד האט‬ ‫אסאך געארבעט אויף דער טעמע‪ ,‬אפצושטויבן די גלאנץ‬ ‫פון הרב קוק און אויפווייזן די זיופים און סילופים פון זיינע‬ ‫קעגנערס‪ .‬זוכט נאך זיינע מאמרים אין פארשידענע ערטער‪,‬‬ ‫ובתוכם ‪ ,https://eitamhenkin.wordpress.com‬און‬ ‫אסאך וועט באלאכטן ווערן‪.‬‬ ‫א חלק פון די מקורות און מראה מקומות אין דעם מאמר‪ ,‬האב‬ ‫איך גענומען פון א ספר וואס איז ערשינען אויף ענגליש פון‬ ‫הרב בצלאל נאור מיט'ן נאמען ‪When God becomes‬‬ ‫‪.History‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪117 /‬‬


‫‪On the Main Line‬‬

‫עכו"ם‪ :‬עובדי כוכבים ומזלות‪ ,‬אדער עובדי כריסטוס ומרים?‬ ‫הג"ר שבתי באס‪ ,‬דער מחבר פון "שפתי‬ ‫חכמים" אויף רש"י‪ ,‬איז געווען א דרוקער‪ ,‬משורר‪,‬‬ ‫תלמיד חכם‪ ,‬פעדאגאג‪ ,‬און דער מחבר פון דער‬ ‫ערשטער ספרים‪-‬ביבליאגראפיע געשריבן‬ ‫דורך א איד‪" ,‬שפתי ישנים"‪ .‬בערוב ימיו איז ער‬ ‫ארעסטירט געווארן אין פראג צוזאמען מיט זיין‬ ‫זון דורך יעזואיטן אויף קלאגעס אז ער האט‬ ‫געדרוקט א ספר פול מיט לעסטעריי קעגן דער‬ ‫קריסטליכער רעליגיע‪.‬‬ ‫די ערשטע קלאגע איז געווען אז ער האט‬ ‫גענוצט דעם ווארט "עכו"ם"‪ ,‬וואס זיי האבן‬ ‫אויסגעטייטשט אויף "עובדי כריסטוס ומרים" ‪-‬‬ ‫די קריסטן‪.‬‬ ‫די מעשה איז געווען אז אין יאר תנ"ב האט‬ ‫רבי שבתי געדרוקט א צווייטע מהדורא פון ספר‬ ‫"שערי ציון" פון הג"ר נתן נטע האנאווער‪ ,‬וואס‬ ‫‪1‬‬ ‫אנטהאלט תיקון חצות‪.‬‬ ‫‪ )1‬דאס איז דער ספר וואס האט פארשפרייט דעם ענין פון‬ ‫תיקון חצות פון איטאליע צו גאנץ אייראפע‪.‬‬

‫‪ / 118‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ּ‬

‫ּ‬


‫צו פארשטיין די לעסטערונג קלאגעס קעגן‬ ‫רבי שבתי לאמיר א בליק טאן אויף איין תפילה‬ ‫וואס ער האט געדרוקט אין דעם ספר‪ ,‬דער פיוט‬ ‫"דודי ירד לגנו"‪ ,‬געשריבן דורך רבי חיים כהן‪ ,‬א‬ ‫תלמיד פון רבי חיים וויטאל‪ .‬דער פיוט גייט מיט'ן‬ ‫סדר הא"ב‪ ,‬און איין סטאנזא‪ ,‬די פון אות נ'‪ ,‬איז‬ ‫ארויסגעשטאנען פאר די יעזואיטן‪:‬‬

‫נקם אלביש ושלהבתיה‪ .‬ואשרוף בית עכו"ם‬ ‫ובית המצרית‬ ‫אשכיר חצי מדם חלל ושביה‪ .‬ותהי זאת‬ ‫נחמתי‬ ‫איך וועל מיך באקליידן מיט נקמה‪ ,‬מיט‬ ‫גאט'ס פלאם‪,‬‬ ‫און איך וועל פארברענען דעם הויז פון‬ ‫עכו"ם‪ ,‬און די וואס פייניגן‪.‬‬ ‫איך וועל צוריקצאלן האלב דאס בלוט פון‬ ‫די אומגעברענגטע און פארכאפטע‪,‬‬ ‫און דאס וועט זיין מיין טרייסט‪.‬‬

‫די יעזואיטן האבן דאס געזען ווי אן אטאקע‬ ‫אויף קריסטן און זייערע קירכעס אין ארץ ישראל‪.‬‬ ‫און דער אמת איז אז אויב האט עס נישט‬ ‫געמיינט די קריסטן‪ ,‬האט עס זיכער געמיינט די‬ ‫מוסולמענער אין ארץ ישראל‪ .‬איך שפעקוליר אז‬ ‫"בית המצרית"‪ ,‬וואס מיינט "די וואס פייניגן"‪,‬‬ ‫איז משתמע לתרי אנפין און ס'מיינט אויך די‬ ‫מוסולמענער היות "מצרית" קען מיינען א‬ ‫מענטש פון מצרים‪ .‬דער וועג וויאזוי עס איז‬ ‫געשריבן פאראלעל צו "בית עכו"ם" ברענגט א‬ ‫חשש אז ס'מיינט קירכעס און מעטשעטן‪.‬‬ ‫האט רבי שבתי זיך געטראפן ארעסטירט‪,‬‬ ‫זיינע ספרים קאנפיסקירט‪ ,‬און געצוואונגען זיך צו‬ ‫פארטיידיגן‪ .‬ווי דערמאנט איז די ערשטע קלאגע‬ ‫געווען אז "עכו"ם" מיינט "עובדי כריסטוס ומרים"‪,‬‬ ‫אבער רבי שבתי האט פארשטייט זיך גע'טענה'ט‬ ‫אז עס מיינט "עובדי כוכבים ומזלות‪ ".‬אלע‬ ‫אנדערע קלאגעס האט ער אויך אפגעענטפערט‪,‬‬

‫מיט דעטאלירטע ארגומענטן וועגן לשון‪-‬הקודש‬ ‫באנוצט מיט ראיות פון פסוקי התורה‪.‬‬ ‫די ריכטער האבן נישט אליין פארשטאנען‬ ‫גענוי די נושא‪ ,‬האבן זיי געגעבן רבי שבתי'ס‬ ‫עדות'שאפט צו צוויי מומחים‪ .‬איין עקספערט‬ ‫איז געווען גאטפריעד פאהל‪ ,‬א קריסטליכער‬ ‫העברעאיסט‪ ,‬און ער האט גע'פסק'נט אז דער‬ ‫ספר וואס רבי שבתי‬ ‫געדרוקט‬ ‫האט‬ ‫פארמאגט נישט קיין‬ ‫שום רעפערענצן צו‬ ‫קריסטן‪ .‬ער האט‬ ‫אויך אנגעוויזן אז בימיו האבן די אטאמאנישע‬ ‫טערקן‪ ,‬נישט די קריסטן‪ ,‬געהערשט אויף‬ ‫ירושלים‪ ,‬ממילא איז נישט מסתבר אז עכו"ם‬ ‫זאל מיינען עובדי כריסטוס ומרים‪ .‬צו דעם האט‬ ‫ער צוגעלייגט אז אויב וואלט עכו"ם געמיינט די‬ ‫קריסטן‪ ,‬וואלט געדארפט שטיין "עקו"ם" פאר‬ ‫קריסטוס מיט א ק'‪ ,‬נישט א כ'‪.‬‬ ‫פאהל האט אויך אנגעצייכנט אז "עכו"ם" איז‬ ‫גענוצט געווארן אין דעם פראנקפורטער תלמוד‬ ‫בבלי‪ ,‬וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך דעם‬ ‫קייזער אליין ‪ -‬דער וואס האט לכתחילה געהייסן‬ ‫אז מ'זאל עפענען די אויספארשונג אויף רבי‬ ‫שבתי‪.‬‬ ‫עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ס'איז מעגליך‬ ‫אז פאהל האט גאנץ גוט געוואוסט אז רבי שבתי‬ ‫האט אפשר יא געמיינט די קריסטן און קירכעס‬ ‫וועלכע זענען געווען אין ירושלים‪ ,‬אבער אפילו‬ ‫אין ‪ 1712‬זענען געווען הומאניסטישע מענטשן‬ ‫וועלכע האבן פארשטאנען אז דער גאנצער‬ ‫עסק איז נישט קיין יושר ‪ -‬און עס ווייזט אויס‬ ‫אז פאהל איז געווען אזא סארט מענטש‪ .‬רבי‬ ‫שבתי איז פרייגעשפראכן געווארן ביים משפט‪,‬‬ ‫צוליב זיין אייגענער עדות'שאפט און אויך צוליב‬ ‫די עדות'שאפטן פון אויפריכטיגע קריסטליכע‬ ‫עקספערטן אויף רבנישער ליטעראטור‪ ,‬וועלכע‬ ‫‪2‬‬ ‫זענען געקומען צו זיין פארטיידיגונג‪.‬‬ ‫כאטש רבי שבתי און זיין זון זענען באפרייט‬ ‫געווארן און האבן ווייטער געקענט דרוקן און‬ ‫פארקויפן זייערע ספרים‪ ,‬זענען נאך ווייטער‬ ‫‪ )2‬די גאנצע געשיכטע‪ ,‬באגלייט מיט די געריכט‬

‫טראנסקריפטן‪ ,‬געפונט זיך אין ‪R. Sabbathai Bassista‬‬ ‫‪.und sein Prozess Leipzig 1858‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪119 /‬‬


‫"ספר הזיקוק" שטעלט פאר ‪ 18‬כללים פאר‬ ‫צענזורירן ספרים‪ ,‬און עס איז גאר אינטערעסאנט‬ ‫זיי צו לייענען טראצדעם וואס עס שוידערט אויף‬ ‫יעדן איד און יעדן וואס איז מעריך פרייהייט פון‬ ‫אויסדרוק און מחשבה‪.‬‬

‫געווען קריסטן וואס האבן געגלייבט אז עכו"ם‬ ‫מיינט כריסטוס ומרים‪ .‬אזוי שפעט ווי ‪1897‬‬ ‫טרעפן מיר נאך אידן זיך פארטיידיגן אויף דעם‪.‬‬ ‫דא איז אן ערך אין א לעקסיקאן פון אידישע‬ ‫טערמינען פון דזשאסעף דזשעיקאבס‪ ,‬אין זיין‬ ‫יארבוך פאר ‪:1897‬‬ ‫דזשעיקאבס‪ ,‬וועלכער איז געווענליך געווען א‬ ‫גוטער פארשער‪ ,‬האט ווייזט אויס נישט געוואוסט‬ ‫אז עכו"ם איז ניטאמאל אן אויטענטישער‬ ‫רבנישער טערמין‪ ,‬אבער ער ווייזט אן אז הרב‬ ‫דר‪ .‬דוד צבי האפמאן‪ ,‬דייטשער פוסק און ראש‬ ‫ישיבה‪ ,‬האט אפגעווארפן די באשולדיגונג אין זיין‬ ‫דייטשער ספר "אויף דעם שולחן ערוך"‪.‬‬ ‫וואס איז אייגנטליך דער אמת'ער מקור פון דעם‬ ‫טערמין "עכו"ם"?‬ ‫מער פון ‪ 400‬יאר צוריק איז געווען א‬ ‫קריסטליכער מאנאך מיט'ן לאטיינישן נאמען‬ ‫דאמעניקא דזשעראסאלימיטאנא ‪ -‬אדער ווי‬ ‫ער האט זיך אונטערגעשריבן אין לשון‪-‬הקודש‪:‬‬ ‫דומיניקו ירושלמי‪ .‬דומיניקו ( ‪ )1622 - 1552‬איז‬ ‫געבוירן געווארן אלס שמואל וויוואס אין ירושלים‪.‬‬ ‫נאכ'ן דינען ווי א רב אין צפת און א דאקטאר אין‬ ‫קאהיר און אין איטאליע‪ ,‬האט ער זיך אין ‪1693‬‬ ‫גע'שמד'ט‪ ,‬און אנגענומען די פאזיציע אלס‬ ‫צענזאר פון אידישע ספרים‪.‬‬ ‫דומיניקו האט געשריבן "ספר הזיקוק" ‪ -‬א‬ ‫בוך מיט אנווייזונגען וויאזוי צו צענזורירן אידישע‬ ‫ספרים‪ .‬אין דעם בוך האט ער פארגעשטעלט וויאזוי‬ ‫צו ערזעצן אמאליגע רעפערענצן צו גוים‪ ,‬וואס קען‬ ‫אויך מיינע קריסטן‪ ,‬מיט די ראשי תיבות "עכו"ם"‪,‬‬ ‫וואס וועט שטיין פאר "עובדי כוכבים ומזלות" ‪ -‬די‬ ‫וואס דינען די שטערנס און מזלות‪ .‬אויף דעם אופן‬ ‫וועט מען נישט דארפן אינגאנצן ארויסשניידן אט‬ ‫די שטיקלעך פון די אידישע ספרים‪ ,‬נאר מ'וועט זיי‬ ‫קענען אויסטייטשן אז זיי גייען ארויף דווקא אויף‬ ‫עובדי עבודה זרה און נישט די קריסטן‪.‬‬ ‫‪ / 120‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫‪British Library ms. Or. 6639‬‬

‫לאמיר דא איבערגיין אלע פרינציפן פון‬ ‫דומיניקו ירושלמי‪:‬‬ ‫‪ .1‬יעדער פאל פון דער טערמין "עבודה זרה"‬ ‫וואס ס'נישט קלאר און דייטליך אז עס באציט‬ ‫זיך צו פארצייטישער פאגאניזם‪ ,‬דארף מען טוישן‬ ‫צו "עכו"ם"‪ ,‬וואס מיינט דינערס פון שטערן און‬ ‫מזלות‪ .‬אויב אבער איז עס קלאר אז ס'באציט זיך‬ ‫צו עבודה זרה פון בעפאר דאס קומען פון אונזער‬ ‫האר [ישו הנוצרי]‪ ,‬דאן מאכט עס נישט אויס‪.‬‬ ‫‪ .2‬צו דער טערמין "צלמים" וכדומה דארף מען‬ ‫צולייגן "וואס געהערן צו דינערס פון שטערן און‬ ‫מזלות‪".‬‬ ‫‪ .3‬יעדעס מאל וואס ס'שטייט די ווערטער גוי‪,‬‬ ‫גוים‪ ,‬נכרי‪ ,‬נכרית‪ ,‬אויב איז עס אין א נעגאטיוון‬ ‫קאנטעקסט‪ ,‬פארשעמנד אדער קריטיקירנד‬ ‫פונעם גוי‪ ,‬דארף מען עס ערזעצן מיט עכו"ם‪.‬‬ ‫אויב אבער האנדלט זיך עס פון אידישע געזעצן‪,‬‬ ‫אזוי ווי שבת‪ ,‬מאכלות אסורות‪ ,‬אדער וויין‬ ‫אנגערירט פון א גוי וכדו'‪ ,‬דאן מאכט עס נישט‬ ‫אויס‪.‬‬


‫דאס איז אלץ ווילאנג דער טערמין עבודה זרה‬ ‫ווערט נישט דערמאנט‪ ,‬למשל‪" ,‬די געדאנקען‬ ‫פון א גוי זענען געוואנדן צו ע"ז‪ ",‬צי "א גוי איז‬ ‫מנסח וויין פאר ע"ז‪ ",‬אד"ג‪ ,‬וואס דאן דארף אלץ‬ ‫ווערן אינגאנצן אויסגעמעקט‪.‬‬ ‫‪ .4‬ווען דער טערמין "משומד" ווערט דערמאנט‬ ‫און ס'איז נישט פארשעמנד‪ ,‬דארף מען עס‬ ‫ערזעצן מיט עכו"ם‪ .‬אויב ס'איז יא פארשעמנד‬ ‫דארף מען עס אינגאנצן אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .5‬דער טערמין עכו"ם זאל ווערן צוגעלייגט‬ ‫יעדעס מאל צו די ווערטער "אומה" אדער‬ ‫"אומות"‪ ,‬אויב אבער דאס ווארט "אומות" קען‬ ‫פארשטאנען ווערן אין באצוג צו די היינטיגע‬ ‫פעלקער פון די וועלט‪ ,‬אדער צו אונזער‬ ‫ספעציפישער נאציאן אין דעם דור‪ ,‬דארף די‬ ‫גאנצע זאך ווערן געמעקט‪ ,‬וויבאלד צולייגן‬ ‫עכו"ם דא וועט עס נאר ערגער מאכן‪.‬‬ ‫‪ .6‬יעדער שבח צום פאלק ישראל וואס‬ ‫צייגט אויף א חוסר שבח צו אונז‪ ,‬וואס מ'קען‬ ‫פארשטיין אז ס'גייט ארויף אויך אויף די‬ ‫היינטיגע צייטן‪ ,‬דארף מען אינגאנצן אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .7‬יעדער זלזול'דיגע התייחסות צו דער ערלה‪,‬‬ ‫דארף ווערן אויסגעקלארט אז עס באציט זיך צו‬ ‫אמאליגע צייטן‪ .‬למשל‪ ,‬אזא אויסדרוק "מאוסה‬ ‫היא הערלה" דארף מען טוישן צו "מאוסה היתה‬ ‫הערלה‪".‬‬ ‫‪ .8‬יעדער פלאץ אין דעם ביבל וואו ס'זענען דא‬ ‫וויכוחים און חילוקי דעות צווישן די אידישע‬ ‫רעליגיע און אונזערס‪ ,‬אויב ברענגען זיי א‬ ‫דירעקטע טשאלענדזש צו אונזער מהלך‪ ,‬אדער‬ ‫אויב זיי ברענגען א הוכחה צום אידישן מהלך‪,‬‬ ‫אפילו אויב מ'דערמאנט נישט די קריסטליכע‬ ‫חכמים ביים נאמען‪ ,‬דארף די גאנצע זאך ווערן‬ ‫פארמעקט‪ .‬אויב אבער איז מען נאר מסביר לויטן‬ ‫אידישן מהלך‪ ,‬אן קיין טשאלענדזש צו אונזער‬ ‫רעליגיע‪ ,‬דאן מאכט עס נישט אויס‪.‬‬ ‫‪ .9‬יעדער פאל פון א זלזול אין א געזעץ‪ ,‬לערע‬ ‫אדער מנהג‪ ,‬פון אונזער רעליגיע‪ ,‬אדער א זלזול‬ ‫אין א קעניג‪ ,‬אפיציר‪ ,‬אדער אין איינער פון די‬ ‫הייליגע גייסטליכע פון אונזער נאציאן‪ ,‬דארף‬ ‫מען אינגאנצן אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .10‬יעדער פלאץ וואו עס ווערט דערמאנט עפעס‬ ‫וואס איז מינות לויט אונזער רעליגיע‪ ,‬אזוי ווי‬

‫גלגולים‪ ,‬אז מלאכים זענען ערשט באשאפן‬ ‫געווארן אין די ששת ימי בראשית‪ ,‬אז גאט‬ ‫וויינט‪ ,‬אז נפשות הרשעים ווערן נתהפך צו שדים‬ ‫ומזיקים‪ ,‬דיבוקים‪ ,‬אד"ג‪ ,‬דארף ווערן פארמעקט‪.‬‬ ‫‪ .11‬יעדער פלאץ וואו אדום‪ ,‬רוים צי איטאליע‬ ‫ווערט דערמאנט אין א נעגאטיוון ליכט‪ ,‬דארף‬ ‫ווערן פארמעקט‪.‬‬ ‫‪ .12‬יעדער פלאץ וואס דערמאנט אז גאט האט‬ ‫צער איבער דער פארלוסט פון ישראל‪ ,‬דארף מען‬ ‫אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .13‬יעדער פלאץ וואס דערמאנט מענטשן וואס‬ ‫זענען געשטארבן פאר זייער רעליגיע‪ ,‬אזוי ווי‬ ‫די וואס זענען געשטארבן אין פארטוגאל און‬ ‫שפאניע‪ ,‬אויב ווערט דערמאנט אז זיי זענען‬ ‫געשטארבן על קידוש השם‪ ,‬אדער אויב זיי ווערן‬ ‫באצייכנט אלס קדושים וצדיקים‪ ,‬דארף מען עס‬ ‫אינגאנצן אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .14‬יעדער פלאץ וואס דערמאנט די חגאות און‬ ‫ימים טובים אונזערע אויף א פארשעמענדן אופן‪,‬‬ ‫אזוי ווי "לפני אידיהם‪ ",‬וכדומה‪ ,‬אדער אז "ס'איז‬ ‫אסור פאר א איד צו האנדלען מיט זיי אויף די‬ ‫טעג‪ ",‬דארף ווערן פארמעקט‪.‬‬ ‫‪ .15‬אזוי אויך‪ ,‬אויב ווערן דערמאנט נעמען פון‬ ‫חגאות‪ ,‬אזוי ווי קאלענדא און סאטורנאליא‪,‬‬ ‫דארף עס ווערן פארמעקט‪.‬‬ ‫‪ .16‬יעדער פלאץ וואס דערמאנט מאנאכן‪,‬‬ ‫גלחים‪ ,‬בישאפן‪ ,‬קארדינאלן‪ ,‬פויפסטן‪ ,‬און עס‬ ‫ווערט פארשטאנען נישט אין רעפערענץ צו דער‬ ‫תקופה איידער דאס קומען פון אונזער האר‪,‬‬ ‫דארף מען אויסמעקן‪.‬‬ ‫‪ .17‬יעדער פלאץ וואס דערמאנט א איד וואס‬ ‫האט געלעבט נאך דאס קומען פון אונזער האר‪,‬‬ ‫און באצייכנט אים אלס צדיק‪ ,‬קדוש‪ ,‬אדער רופט‬ ‫אן א געמיינדע קהילה קדושה‪ ,‬צי עדת השם‪,‬‬ ‫דאס אלץ מוז ווערן אינגאנצן אויסגעמעקט‪.‬‬ ‫‪ .18‬אט די ארבעט פאדערט גרויס נאכפארשונג‬ ‫מיט פארשטאנד און וויסנשאפט‪ ,‬ספעציעל ווען‬ ‫דער טערמין "עבודה זרה" ווערט באנוצט‪.‬‬ ‫ווי איר קענט זען‪ ,‬ווייסט דומיניקו אז דער‬ ‫אלגעמיינער טערמין "עבודה זרה" קען זיך אויך‬ ‫באציען צו קריסטן‪ ,‬דערפאר טוישט ער דאס‬ ‫צו "עובדי כוכבים ומזלות" וואס מ'קען שרייבן‬ ‫בקיצור "עכו"ם"‪ .‬וואס אידן זאלן נאר האבן‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪121 /‬‬


‫געטראכט וועגן דעם קריסטנטום איז דאס נישט‬ ‫געווען אז זיי דינען צו די שטערנס‪ .‬זייענדיג‬ ‫באהאוונט מיט אידישע ספרים‪ ,‬האט דומיניקו‬ ‫אבער געוואוסט אז עס זענען פאראן שטיקלעך‬ ‫וועלכע באציען זיך דירעקט צו קריסטן‪ ,‬און אויב‬ ‫זאל ער דארטן טוישן צו "עכו"ם" וועט עס נאר‬ ‫מאכן די סיטואציע ערגער‪ ,‬ווייל עס וועט מיינען‬ ‫אז די ספרים האבן באשטימט די קריסטן ווי עובדי‬ ‫כוכבים ומזלות‪ .‬אין אזא פאל איז זיין עצה געווען‬ ‫אז מ'דארף דעם גאנצן טעקסט פארמעקן‪.‬‬ ‫דומיניקו האט געשריבן זיינע כללים אין‬ ‫‪ ,1596‬און עס האט נישט גענומען לאנג ביז‬ ‫מ'האט אנגעהויבן דרוקן ספרים לויט זיינע‬ ‫אנווייזונגען‪ .‬אזוי טרעפן מיר א ביישפיל פון א‬ ‫משניות געדרוקט אין ווענעציע אין ‪( :1606‬זעט‬ ‫בילד דא אונטן)‬ ‫אויב וועט איר היינט עפענען א משניות וועט‬ ‫איר כמעט זיכער נאר זען דעם ווארט "נכרי"‪ ,‬אבער‬ ‫אין דער מהדורא האט מען צו יעדן נכרי צוגעלייגט‬ ‫דעם ווארט "עכו"ם"‪ ,‬אז דער לערנער זאל "וויסן"‬ ‫אז דאס מיינט נישט די קריסטן‪ .‬באמערקט אויך‬ ‫אז דער נאמען פון מסכת עבודה זרה איז געטוישט‬ ‫געווארן צו מסכת "עבודת אלילים"‪ ,‬ווי מיר האבן‬

‫‪ / 122‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫געזען אז דומיניקו האט געהאלטן אז עבודה זרה‬ ‫איז א טערמין וואס אידן קענען נוצן לגבי קריסטן‪.‬‬ ‫יארן נאך דומיניקו איז דער מקור פון דעם‬ ‫טערמין אינגאנצן פארגעסן געווארן‪ ,‬און‬ ‫קריסטליכע אנטיסעמיטן וועלכע האבן נישט‬ ‫געוואוסט אז עכו"ם איז זייערס אן אייגענע‬ ‫ערפינדונג‪ ,‬האבן געוואלט טענה'ן אז ס'מיינט‬ ‫"עובדי כריסטוס ומרים‪ ".‬געוויסע וואס‬ ‫האבן פארטיידיגט די אידן האבן אנגעוויזן די‬ ‫לעכערליכקייט פון דעם ראשי תיבות‪ ,‬טענה'נדיג‬ ‫אז ס'קען פונקט אזוי מיינען די מוסולמענער‬ ‫מיט דעם ראשי תיבות "עובדי כוראן ומוחמד"!‬ ‫איראניש אז דער אנטיסעמיט אוגוסט ראהלינג‪,‬‬ ‫אין זיין בארימטער אטאקע קעגן דעם תלמוד‪,‬‬ ‫ווארפט אפ די טענה אז ס'קען מיינען די‬ ‫מוסולמענער ווייל "קאראן" וואלט מען געשריבן‬ ‫מיט א ק'‪ ,‬נישט א כ'‪ ,‬ממילא על כרחך אז עכו"ם‬ ‫מיינט יא די קריסטן‪ .‬דעם בלינדן אנטיסעמיט איז‬ ‫אפנים נישט בייגעפאלן אז כריסטוס דארף מען‬ ‫אויך אויסלייגן מיט א ק'‪...‬‬ ‫אין ‪ 1855‬האט דער שרייבער און חוקר ריב"ל‪,‬‬


‫‪v‬‬

‫יצחק בער לעווינסאן (וועמען איך האב דערמאנט‬ ‫אין מיין ערשטן ארטיקל אין דער דכרניא סעריע)‪,‬‬ ‫איבערגעדרוקט זיין ‪ 1828‬בוך "תעודה בישראל"‪.‬‬ ‫אין דער נייער מהדורא האט ער צוגעלייגט‬ ‫אינפארמאציע‪ ,‬אריינגערעכנט א הערה מיט א‬ ‫ליסטע פון טפשות'דיגע הגהות פון א נארישן‬ ‫צענזאר אין דעם סלאוויטא ש"ס‪.‬‬ ‫דא זעען מיר אז דער קנאות'דיגער צענזאר‪,‬‬

‫אונטער די צאריסטישע רעגולאציעס‪ ,‬האט‬ ‫אזוי מורא געהאט פון דורכלאזן עפעס‬ ‫וואס קען אפשר זיין נעגאטיוו קעגן גוים‬ ‫אז ער האט אריינגעריקט "עכו"ם" אפילו‬ ‫וואו עס האט בכלל נישט געשטימט!‬ ‫אט איז גאר א לעכערליכע דוגמה פון צענזור‪ ,‬די‬ ‫גמרא אין בבא קמא (דף פג ע"א) ברענגט אזא‬ ‫ברייתא‪" :‬אמר רבי בארץ ישראל לשון סורסי למה‬ ‫או לשון הקודש או לשון יונית וא"ר יוסי בבבל‬ ‫לשון ארמי למה או לשון הקודש או לשון פרסי‪".‬‬ ‫ווי רש"י איז מסביר זאגט רבי‪ :‬ביסטו אין ארץ‬ ‫ישראל‪ ,‬אדער רעד לשון הקודש‪ ,‬אז נישט רעד‬ ‫כאטש יוונית וואס איז א לשון צח‪ ,‬פארוואס רעדן‬ ‫לשון סורסי וואס איז א לשון משובש? אבער‬ ‫דעם צאר'ס צענזאר איז געווען אזוי סענסיטיוו‬ ‫צום ווארט "יווני"‪ ,‬מורא האבנדיג אז מ'וויל‬ ‫אפשר חוזק מאכן פון דער רוסישער גריכיש‪-‬‬ ‫ארטאדאקסישער קירכע‪ ,‬האט ער עס געטוישט‬ ‫צו "לשון עכו"ם"‪ ,‬וואס אין דעם פאל‪ ,‬וואו רבי‬ ‫מעסט איין שפראך איבער דער אנדערער‪ ,‬מאכט‬ ‫עס דעם טעקסט אומפארשטענדליך‪ .‬און דא האט‬ ‫רבי גאר געוואלט משבח זיין די גריכישע שפראך!‬ ‫אט האבן מיר געזען ווי די פיר אותיות ע‪.‬כ‪.‬ו‪.‬ם‪.‬‬ ‫האבן געדינט צו היטן דעם כבוד פון קריסטן‪ ,‬צו‬ ‫אטאקירן אידן‪ ,‬ריינוואשן אידן‪ ,‬אויסגעטייטשט‬ ‫געווארן אלס פארצייטישע גוים און היינטיגע‬ ‫מוסלעמענער‪ ,‬און פראדוצירט מאדנע זאצן‬ ‫אין אידישע טעקסטס‪ .‬נאך א תוצאה דערפון‪,‬‬ ‫וואס איך האף אויסצושמועסן בעתיד‪ ,‬איז ווען‬ ‫ס'טוישט דעם כוונה פונעם מחבר בהבנת דבריו‬ ‫און ס'מאכט א חילוק אין פשט‪.‬‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪123 /‬‬


‫מסכת‬

‫סגולות‬ ‫אמר הצעיר יהודה אריה די‪-‬מדינה‪,‬‬ ‫אספר בגילה וברינה‪ ,‬כי מאיטליה של יון‬ ‫יצאתי‪ ,‬ובעיירה חרסון האדומי נמצאתי‪,‬‬ ‫ובין הררי כתבי הגניזה החרסונית‪ ,‬מצאה‬ ‫עיני הבלשונית‪ ,‬מסכתא אשר שאבתי‬ ‫ממצולות‪ ,‬הוא ניהו מסכת סגולות‪ ,‬וארא‬ ‫כי טובה היא לעינים‪ ,‬ואמיתיתו כסיפורי‬ ‫מחנים‪ ,‬אי לכן העתקתי מסכת זו היפה‪,‬‬ ‫נפה אחר נפה‪ ,‬ואגש אותו כשולחן ערוך‬ ‫ומוכן‪ ,‬לברך עליו כעל הדוכן‪.‬‬

‫יהודה אריה די‪-‬מדינה‬

‫‪ / 124‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מתני'‪.‬‬

‫ב‬

‫מסכת סגולות‬

‫מאימתי מתחילין לסגל בסגולות‪.‬‬

‫מאימתי מתחילין לסגל בסגולות‪ .‬שהרי‬ ‫בשנים האחרונות הלכו בעלי המסגלים סגולות‪ ,‬והרבו‬ ‫להוציא סגולות שונות לעם הארץ‪ :‬משעה שהשעה‬ ‫דוחקת לו להאדם‪ .‬הרי‬ ‫האדם נאחז בחבלי קש‪,‬‬ ‫בכדי לעמוד לו בשעת‬ ‫דוחקו‪ ,‬ובאמת לית ביה ולא‬ ‫מידי‪ :‬משעה שעמדו ישראל‬ ‫על הר סיני‪ .‬שהרי ישראל‬ ‫אומר‪ .‬שמעתי מרבי‪,‬‬ ‫עם קדושים לא יבדו דבר‬ ‫שבמסכתא זו כל‬ ‫מלבם‪ ,‬אלא הכל יסודתם‬ ‫בהררי קודש‪ :‬כך מקובלני‬ ‫השמות של התנאים‬ ‫מזקנים שבבני ברק‪ .‬הני‬ ‫מורים‬ ‫ואמוראים‬ ‫זקנים‪ ,‬בגמ' מפרש לה‪:‬‬ ‫על מה שאמרו‪.‬‬ ‫שבבני ברק‪ .‬שם מקום‪ :‬ה"ג‬ ‫ואפרש הכוונה עד‬ ‫מתחילין לסגל בסגולות? ר' נהוראי‬ ‫אמר ר' לטויס‪ .‬ולא גרסינן‬ ‫מקום שידינו מגעת‪.‬‬ ‫לויטס‪ ,‬דהא תנא זה מאנשי‬ ‫לו‬ ‫דוחקת‬ ‫שהשעה‬ ‫משעה‬ ‫אומר‪,‬‬ ‫ר' נהוראי נקרא‬ ‫ליטא הוא‪ :‬אין הסגולות‬ ‫להאדם‪ .‬ר' חסדאי אומר‪ ,‬משעה שעמדו‬ ‫כן‪ ,‬על שם שמנהיר‬ ‫מתחילות אלא מקופת‬ ‫עיני חכמים‪ .‬כי כל‬ ‫ישראל על הר סיני‪ .‬אמר ר' לויטס‪ ,‬כך‬ ‫אותה העיר‪ .‬כלומר‪ ,‬אין‬ ‫הסגולות מתחילות להנחיל‬ ‫החכמים יודעים שאין‬ ‫מקובלני מפי הזקנים שבבני ברק‪ ,‬אין‬ ‫בלב העם אלא לאחר‬ ‫הסגולה מוצאת מקום‬ ‫הסגולות מתחילות אלא מקופת אותה‬ ‫שנשתרשה בלבם קופת‬ ‫בלב האדם אלא‬ ‫העיר‪ .‬אחרים אומרים‪ ,‬לאו סגולות‬ ‫אותה העיר‪ ,‬שהרי בוודאי‬ ‫בשעת דוחקו‪.‬‬ ‫עד אז גם כן היו סגולות‬ ‫מנא‬ ‫אלא סגולה אחת ישן נושן‪.‬‬ ‫מצויות לכל דורש ומבקש‪:‬‬ ‫הני מילי? דת"ר חייב כל אדם להיות‬ ‫מקופת אותה העיר‪ .‬של‬ ‫אומר‪ .‬ר' חסדאי‬ ‫בני ברק‪ :‬לאו סגולות אלא‬ ‫מסובב במצוות כל היום‪ .‬במצוות מאי‬ ‫נקרא כן על שם כת‬ ‫סגולה אחת ישן נושן‪.‬‬ ‫קמ"ל? והא מקרא מלא הוא דכתיב‪:‬‬ ‫החסידים‪ ,‬שמרבים‬ ‫אחרים חולק על כולהו‪,‬‬ ‫ולהאמין‬ ‫להשתמש‬ ‫"למען תזכרו ועשיתם את כל מצוותי" א)‪,‬‬ ‫וס"ל שכל הסגולות אינן‬ ‫מסגולות‬ ‫בסגולות‬ ‫חשובות‪ ,‬אלא סגולה אחת‬ ‫אמר רב סובבאי לאו מצוות קתני אלא‬ ‫שונות‪.‬‬ ‫ישן נושן‪ ,‬ובגמ' מפרש מאי‬ ‫סגולות‪ ,‬והא קא אמרינן "מצוות"‪ ,‬אלא‬ ‫נינהו‪ .‬גמ'‪ .‬מנא הני מילי‪.‬‬ ‫אומר‪.‬‬ ‫ה"ט דהא מצוה גדולה לסגל בסגולות‪.‬‬ ‫דאיכא מציאות של סגולות‪,‬‬ ‫פי' הקונטרס דגרסינן‬ ‫כמאן‪ ,‬כר' חסדאי‪ .‬אמר מר‪ ,‬לאו מצוות‬ ‫והא אפשר שאין כאן שום‬ ‫לטויס‪ ,‬דתנא זה‬ ‫חיוב ושום ענין‪ :‬חייב כל‬ ‫קתני אלא סגולות‪ .‬איבעיא ליה לאמימר‪,‬‬ ‫מאנשי ליטא היה‪.‬‬ ‫אדם להיות מסובב במצוות‪.‬‬ ‫בשלמא לר' חסדאי‪ ,‬אלא לר' נהוראי‬ ‫והכי אמרינן במנחות פרק‬ ‫ואינו מחוור‪ ,‬דהרבה‬ ‫מאי איכא למימר‪ .‬אמר רב פאפא‪,‬‬ ‫התכלת (מ"ג ע"ב)‪ ,‬חביבין‬ ‫פעמים מצאנו ר'‬ ‫ישראל שסיבבן הקב"ה‬ ‫לויטס בתלמוד‪ ,‬ולא‬ ‫במצוות‪ :‬ועשיתם את כל‬ ‫מצאנו לתנא בשם‬ ‫מצותי‪ .‬וא"כ מאי רבותא‬ ‫לטויס‪ .‬ונראה שאנשי ליטא המעוקמים עיקמו‬ ‫איכא בהא דתנו רבנן‪ ,‬והא הכתוב כבר מזהיר לעשות‬ ‫גם שמו של תנא זה‪.‬‬ ‫________ כל המצוות‪ :‬והא קא אמרינן מצוות‪ .‬ולא סגולות קתני‪,‬‬ ‫________ ולמה פירש רב סובבאי דקאי אסגולות‪ :‬בשלמא לר'‬ ‫תורה אור‬ ‫אומרים לאו סגולות אלא סגולה‬ ‫א) לְ ַמ ַען ִתּזְ כְ ּרּו חסדאי‪ .‬דס"ל שקיבלו על עצמן בסיני לסגל בסגולות‪,‬‬ ‫אחת ישן נושן‪ .‬ובגמ' מפרש לה אדר' מאיר‬ ‫וַכָ ֲעּל ִש ֶׂיתם ִמ ְצ ֶו‍ ָאֹתית בודאי מצוה הוא‪ :‬אלא לר' נהוראי מאי איכא למימר‪.‬‬

‫למה נסמכה מסכתא זו למסכת ע"ז‪ ,‬אומר ר"י דכיון‬ ‫דדרכי אמורי נאסרה מחשש שמא עשו כן לשם‬ ‫גילוליהם‪ ,‬וכן סגולות‬ ‫יש האוסרים מטעם זה‪,‬‬ ‫שהוא מדרכי האמורי‪,‬‬ ‫לכן נסמכה למסכת ע"ז‪.‬‬

‫מאימתי‬

‫גמ'‪.‬‬

‫ר'‬

‫נהוראי‬

‫ר'‬

‫חסדאי‬

‫ר' לויטס‬

‫אחרים‬

‫וִ ְהיִ ֶיתם ְקד ִֹשׁים דהא ס"ל שאין האדם נוהג בסגולות אלא בשעת‬ ‫לֵ א ֹל ֵ‬ ‫(במדברקטו‪,‬י כֶמ)‪ .‬ם דוחקו‪ ,‬וא"כ בודאי אינו עושה כן לשם מצוה‪:‬‬ ‫בשעה שהשעה דוחקת לו לאדם שעתו ספק‬

‫דנקרא אחרים‪ .‬וא"ת‪ ,‬היכי מצי למימר דר'‬ ‫מאיר הוא‪ ,‬והא ר' מאיר הוא ר' נהוראי‪,‬‬ ‫כדאיתא בפ"ק דעירובין (י"ג ע"ב) לא רבי מאיר‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪125 /‬‬


‫‪3‬‬

‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מסכת סגולות‬

‫שמו אלא רבי נהוראי שמו‪ ,‬ולמה נקרא שמו רבי מאיר‬ ‫וכו'‪ .‬וא"כ תימה דר' נהוראי אומר בשעה שהשעה‬ ‫דוחקת לו להאדם‪ ,‬ואחרים אומרים דיש רק סגולה‬ ‫דוחקו‪ ,‬א"כ מצוה דונשמרתם שייכא בהו‪ ,‬שהרי‬ ‫אחת‪ .‬וי"ל דהאי ר' נהוראי תנא אחר הוא‪ .‬א"נ ר'‬ ‫מיישב דעתו ע"י עשיית‬ ‫נהוראי לא קאמר אלא‬ ‫הסגולה‪:‬‬ ‫אימתי מסגל בסגולה‪,‬‬ ‫והא כולא שעתא‪.‬‬ ‫ואחרים אומרים שאין כאן‬ ‫בשעה שהשעה דוחקת לו לאדם שעתו‬ ‫האדם מרגיש בקרבו‬ ‫יותר מסגולה אחת‪ ,‬ולא‬ ‫ספק פיקוח נפש הוא‪ ,‬ובמקום פקו"נ‬ ‫שהשעה דחיקא ליה‪:‬‬ ‫פליגי‪.‬‬ ‫פיקוח נפש הוא וכו'‪ .‬ולכן נהי נמי דאינו מצוה‪ ,‬אבל כיון‬ ‫שעושה כן כי חושב בלבו שמא זה יעזור לו בשעת‬

‫מצוה איכא בדבר‪ ,‬שנאמר‪" :‬ונשמרתם‬

‫קשקשן‬ ‫רב‬ ‫אמר‬ ‫גמ'‪ .‬אמר רב פאפא‪,‬‬ ‫מאוד לנפשותיכם" ב)‪ :‬ר' נהוראי אומר‪,‬‬ ‫בכולא שעתא מסגלין‬ ‫בשעה שהשעה דוחקת לו‬ ‫והא‬ ‫להאדם‪.‬‬ ‫לו‬ ‫דוחקת‬ ‫שהשעה‬ ‫משעה‬ ‫בסגולות‪ .‬רב קשקשן‬ ‫להאדם וכו'‪ .‬רב פאפא‬ ‫מודה שאכן בכל שעה‬ ‫כולא שעתא דוחקת לו להאדם‪ ,‬אמר רב‬ ‫קאמר ליה הכי‪ ,‬דלחכמי‬ ‫פאפא כאשר האדם נמצא‬ ‫ושעה מדרך האדם‬ ‫קשקשן בכולא שעתא מסגלין בסגולות‪,‬‬ ‫בשעה דחוקה מיד הוא‬ ‫לעשות סגולות שונות‪,‬‬ ‫רב חכימאה אומר איכא אינשי דכולא‬ ‫רץ לסגל בסגולות‪ .‬אבל‬ ‫כי בכל שעה דחיקא ליה‬ ‫שעתא דידהו דחיקא להו טובא‪ ,‬ואיכא‬ ‫חכמי הדור לא ס"ל הכי‪,‬‬ ‫שעתיה‪ ,‬אם בשידוכים‬ ‫אלא אף בשעת דוחקו‬ ‫אינשי דלא מסגלין בסגולות אלא כגון‬ ‫ואם בחינוך ילדים‪ ,‬אם‬ ‫ראוי לו להאמין בה' בכל‬ ‫ליה‬ ‫אמר‬ ‫צוארו‪.‬‬ ‫על‬ ‫מונחת‬ ‫חדה‬ ‫דחרב‬ ‫במזונות ואם בשלום‬ ‫לבבו ולהתנהג בדרך הישר‬ ‫רב חכימאה לרב קשקשן‪ ,‬ולטעמיך מאי‬ ‫בית‪ ,‬אם ברפואה‬ ‫והשכלי‪.‬‬ ‫ואם בעין הרע‪ :‬איכא‬ ‫איכא בין ר' נהוראי לר' חסדאי? אמר ליה‬ ‫בשעה שהשעה דוחקת‬ ‫אינשי ואיכא אינשי‪.‬‬ ‫רב קשקשן‪ ,‬זמנא טובא איכא בינייהו‪.‬‬ ‫לו לאדם שעתו ספק פיקוח‬ ‫כלומר‪ ,‬יש אנשים‬ ‫נפש הוא וכו'‪ .‬פי' הקונטרס‬ ‫איבעית אימא‪ ,‬ירידת הדורות איכא‬ ‫שמרוב בהלה חוטפים‬ ‫דכיון שעושה כן כי חושב‬ ‫דרבנן‪,‬‬ ‫בפלוגתא‬ ‫מפלגי‬ ‫וקא‬ ‫ביניהו‪.‬‬ ‫סגולות מכל הבא ביד‪,‬‬ ‫בלבו שמא זה יעזור לו‬ ‫דת"ר משמת ר' מאיר לובלינאה בטלה‬ ‫ויש אנשים מתונים‬ ‫בשעת דוחקו‪ ,‬א"כ מצוה‬ ‫כבוד התורה‪ ,‬משמת הפיאסעצנער‬ ‫דונשמרתם שייכא בהו‪,‬‬ ‫בדעתם‪ :‬ולטעמיך מאי‬ ‫שהרי מיישב דעתו ע"י‬ ‫איכא בין ר' נהוראי‬ ‫בטלה חינוך בתורה‪ ,‬משמת ישעיהו‬ ‫עשיית הסגולה‪ .‬וא"ת‪ ,‬א"כ‬ ‫לר' חסדאי‪ .‬כיון שלרב‬ ‫החוזה בטלה עמקות התורה‪ ,‬משמת ר'‬ ‫מאי שנא מהא דאמרינן‬ ‫קשקשן הרי בכל שעה‬ ‫משה בטלה חכמת התורה‪ .‬אמר בן האי‬ ‫בשבת פ"ו מ"י‪ ,‬דאין יוצאין‬ ‫דחיקא ליה שעתיה‬ ‫בביצת החרגול ובשן שועל‬ ‫חולשה‬ ‫ירדה‬ ‫משה‬ ‫ר'‬ ‫שמת‬ ‫בשעה‬ ‫האי‪,‬‬ ‫ומסגלין בסגולות‪ ,‬א"כ‬ ‫ובמסמר מן הצלוב וכו'‬ ‫ר' נהוראי דאמר בשעה‬ ‫משום דרכי האמורי‪ ,‬והתם‬ ‫שהשעה דוחקת לו היינו‬ ‫נמי איכא למימר שהאדם‬ ‫כדר' חסדאי דאמר‬ ‫חושב בלבו שזה יעזור לו בשעת דוחקו‪ ,‬ואפילו הכי‬ ‫אסור משום דרכי האמורי‪ ,‬ולמה לא התירו משום ספק‬ ‫שקיבלו עליהם בסיני לעשות כן בכל שעה ושעה‪:‬‬ ‫פיקו"נ‪ .‬וי"ל דשאני התם דאסור משום דרכי האמורי‬ ‫זמנא טובא איכא בינייהו‪ .‬דלר' נהוראי יש חיוב‬ ‫דהוי אביזרייהו דע"ז‪ ,‬ואסור להתרפות בע"ז אפילו‬ ‫בכל שעה ושעה‪ ,‬דספק פיקו"נ הוא כדאמרינן‬ ‫במקום דהוי ספק פיקו"נ‪ .‬עוד אומר ר"י‪ ,‬דאיה"נ אם‬ ‫לעיל‪ ,‬ולר' חסדאי אינו חיוב מדאורייתא אלא‬ ‫רוצה לצאת במה שנראה כדרכי האמורי‪ ,‬בשעת דוחקו‪,‬‬ ‫מותר לצאת משום שלרפואה קא מכוין‪ ,‬והא דאסרינן‬ ‫במסכת שבת הוא משום שרוצה לצאת סתם דרך סגולה‪,‬‬ ‫וזה אסור משום דרכי אמורי‪.‬‬

‫רב‬

‫קשקשן ורב חכימאה‪ .‬הראשון מקשקש דברי‬ ‫הבאי ורעהו עונה דברי חכמה‪.‬‬

‫זמנא טובא איכא בינייהו‪ .‬פי' הקונטרס‪ ,‬דלר'‬ ‫נהוראי יש חיוב בכל שעה ושעה‪ ,‬דספק פיקו"נ הוא‬ ‫כדאמרינן לעיל‪ ,‬ולר' חסדאי אינו חיוב מדאורייתא‬ ‫אלא קימו וקיבלו עליהם מסיני לסגל בסגולות‪ .‬תימה‬

‫‪ / 126‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫קימו וקיבלו עליהם מסיני לסגל בסגולות‪:‬‬ ‫ירידת הדורות‪ .‬דלר' חסדאי קיבלו עליהם‬ ‫מסיני לסגל בסגולות בכל שעה ושעה‪,‬‬ ‫ואילו לר' נהוראי לא קיבלו אלא במקום‬ ‫פיקו"נ‪ ,‬ובדורות הראשונים שלא האמינו‬ ‫בכגון דא לא שעו לסגולות‪ ,‬אבל בדורות‬ ‫האחרונים המאמינים בסגולות אכן צריך‬ ‫לסגל בסגולות בין לדברי ר"נ ובין לדברי‬

‫________‬ ‫תורה אור‬ ‫________‬ ‫ב) וְ נִ ְש ַׁמ ְר ֶתּם‬ ‫ְמאֹד‬ ‫לְ נַ ְפשֹ ֵׁתיכֶ ם כִ ּי‬ ‫ֹלא ְר ִא ֶיתם כָ ּל‬ ‫ְתּמּונָ ה ְבּיֹום‬ ‫ִד ֶּבּר ה' ֲאלֵ יכֶ ם‬ ‫ְ ּבח ֵֹרב ִמּתֹוְך‬ ‫ָה ֵאׁש‬ ‫(דברים ד‪ ,‬טו)‪.‬‬


‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מסכת סגולות‬

‫ג‬

‫להריב"א‪ ,‬דלפי"ז מה הפירוש של "זמנא טובא" בגמ'‪ ,‬וי"ל‬ ‫בדוחק‪.‬‬

‫________‬ ‫תורה אור‬ ‫________‬ ‫ג) וְ ַע ָתּה ִאם‬ ‫ׁמֹוע ִת ְּש ְׁמעּו‬ ‫ָש ַ‬ ‫ּוש ַׁמ ְר ֶתּם‬ ‫ְבּקֹלִ י ְ‬ ‫ְב ִּר ִיתי‬ ‫ֶאת‬ ‫לִ י‬ ‫וִ ְהיִ ֶיתם‬ ‫ִמכָ ּל‬ ‫ְסגֻ לָ ּה‬ ‫כִ ּי‬ ‫ָה ַע ִמּים‬ ‫לִ י כָ ּל ָה ָא ֶרץ‬ ‫(שמות יט‪ ,‬ה)‪.‬‬

‫ר"ח‪ :‬ר' מאיר לובלינאה‪ .‬רבי מאיר שפירא‬ ‫אבד"ק לובלין‪ :‬בטלה כבוד התורה‪ .‬דאיהו‬ ‫אמר בן האי האי‪ .‬כי דבריו מקובלים בין על‬ ‫מוקיר התורה בישיבת חכמי לובלין‪ ,‬ונתגדל כבוד‬ ‫המיימינים ובין על המשמאילים‪ ,‬הלכך נקרא בן‬ ‫התורה בעיני ההמון‪ :‬משמת הפיאסעצנער‪.‬‬ ‫רבי קלונימוס קלמיש‬ ‫האי האי‪ ,‬דחביבין‬ ‫מפיאסעצנע הי"ד‪ :‬בטלה‬ ‫דבריו להאי גיסא‬ ‫בעולם‪ ,‬ואבדו חכמים שבדור‪ ,‬ונאבדו כלי‬ ‫חינוך בתורה‪ .‬שהיה גדול‬ ‫ולהאי גיסא‪ .‬בן עזאי‪.‬‬ ‫מלחמתה‪ ,‬ובעלי סגולות מתרבות בכל‬ ‫ומפורסם כמחנך דגול‪,‬‬ ‫דעזות היתה בו‪.‬‬ ‫יום ויום‪ .‬בן עזאי אומר משמיה דר' משה‪,‬‬ ‫והבין ללבות הצעירים‬ ‫והייתם לי סגולה‬ ‫אף כזאת היתה לפנים בישראל‪ .‬תנא דבי‬ ‫והדריכם לחיי התורה‪,‬‬ ‫מכל העמים מלמד‬ ‫כנודע בספריו‪ :‬משמת‬ ‫עילאה‪ ,‬בעלי סגולות מתרבות בכל יום‪,‬‬ ‫שמשעה שעמדו‬ ‫ישעיהו החוזה בטלה‬ ‫מכלל דהיו גם עד השתא אבל מועטין‬ ‫עמקות התורה‪ .‬איני‬ ‫היו ונתרבו‪ :‬ר' חסדאי אומר‪ ,‬משעה‬ ‫יודע מי הוא‪ ,‬ולבי אומר‬ ‫שעמדו ישראל על הר סיני‪ .‬ממאי? דדריש ההוא סתימתאה‪:‬‬ ‫לי שהוא החזון אי"ש‬ ‫ג)‬ ‫"והייתם לי סגולה מכל העמים" ‪ ,‬מלמד שמשעה שעמדו ישראל‬ ‫שנודע בעמקותו בתורה‪:‬‬ ‫על הר סיני סגלו סגולות לעצמן‪ ,‬וכדתני דבי ר' ישמעאל משמיה‬ ‫משמת ר' משה‪ .‬סתם ר'‬ ‫משה‪ ,‬ר' משה פיינשטיין‬ ‫דמחמד עיניהם‪ ,‬והייתם לי סגולה מכל העמים‪ ,‬מלמד שסיבב‬ ‫הוא‪ ,‬ופוק חזי דכן עמא‬ ‫הקב"ה בסגולותיו בין העמים‪ ,‬וכיון שאמרו ישראל נעשה ונשמע‬ ‫דעמא‪-‬ריקא דבר‪ :‬ירדה‬ ‫מיד נטל כל סגולות שבעולם וסיבבם כעטרה לראשם‪ .‬ולא היא‪,‬‬ ‫חולשה לעולם‪ .‬שהיה‬ ‫אלא כתולה קללתו על אחרים‪ .‬ר' יקיר חלש ולא על לבי מדרשא‪,‬‬ ‫מאותם חכמים מועטים‬ ‫אמר האי צורבא דרבנן איזיל לר' יקיר ואימא ליה מילי דאמרינן‬ ‫שעם גדלותם בתורה‬ ‫בבי מדרשא‪ .‬על לגביה ושאל בשלומו‪ ,‬א"ל ר' יקיר מאי הוה בבי‬ ‫לא שעו לאמונות אלו‪:‬‬ ‫אף כזאת היתה לפנים‬ ‫מדרשא? א"ל‪ ,‬ר' סתימתאה דריש והייתם לי סגולה מכל העמים‪,‬‬ ‫בישראל‪ .‬כי הא דקתני‬ ‫מלמד שמשעה שעמדו ישראל על הר סיני סגלו סגולות לעצמן‪.‬‬ ‫בריש מסכת אג"מ ח"ח‬ ‫אמר ר' יקיר‪ ,‬האי דאמרינן ביה דגברא רבא הוא‪ ,‬סתימתאה שמו‬ ‫משמיה דר"מ‪ :‬מכלל‬ ‫וסתימתאה שמעתתיה‪ ,‬והא לעצמו הוא צריך‪" :‬והייתם לי סגולה‬ ‫דהיו גם עד השתא‪.‬‬ ‫מכל העמים" ‪ -‬שיהיו ישראל בנים וחביבים למקום יותר מאוה"ע‪,‬‬ ‫מדקתני בעלי סגולות‬ ‫אלא אמר ר' יקיר‪" :‬והייתם לי סגולה מכל העמים"‪ ,‬מלמד שראה‬ ‫מתרבות על כרחך שהיו‬ ‫גם קודם לכן‪:‬‬ ‫הקב"ה כל האומות שבעולם‪ ,‬ולא מצא בהם דרך ארץ ומוסר‪ ,‬ולא‬ ‫ממאי‪ .‬מנין לר' חסדאי‬ ‫שכל ויראת אלקים‪ ,‬ולא רצון לקרבת אלקים‪ ,‬עד שראה בני בניו‬ ‫דסגלו סגולות משעה‬ ‫של אברהם יצחק ויעקב‪ ,‬מיד שמח שמחה גדולה וא"ל "והייתם‬ ‫שעמדו על הר סיני‪:‬‬ ‫לי סגולה מכל העמים"‪ .‬הדרא ההוא צורבא דרבנן לבי מדרשא‪,‬‬ ‫והייתם לי סגולה‪ .‬מקרא‬ ‫ואמר להו מילי דר' יקיר‪ .‬אמרי‪ ,‬כיון דסיים שמעתיה דר' יקיר קם‬ ‫הוא בפ' קבלת התורה‬ ‫ר' סתימתאה ונשקו בראשו‪ ,‬ואמר מרגניתא טבא אייתית לידן‪.‬‬ ‫מסיני‪ :‬דברי ר' ישמעאל‬ ‫אמר ר' צחות‪ ,‬לאו ר' יקיר שמיה אלא ר' יהודה‪ ,‬ולמה נקרא שמו‬ ‫משמיה דמחמד עיניהם‪.‬‬ ‫בני ישמעאל בשם מוחמד‬ ‫ר' יקיר דגברא רבא ויקירא הוה‪ .‬והאי צורבא דרבנן מאן הוה? ר'‬ ‫נביא שקר שלהם‪ :‬אלא‬ ‫חקרנאה הוא דהויא‪ .‬ר' טפשא רמי קראי אהדדי‪ ,‬כתיב‪" :‬והייתם‬ ‫על‬ ‫קללתו‬ ‫כתולה‬ ‫לי סגולה מכל העמים"‪ ,‬וכתיב‪" :‬בך בחר ה' אלקיך להיות לו לעם‬ ‫אחרים‪ .‬דבאמת הני‬ ‫מפורסמים‬ ‫מוחמדים‬

‫באמונות טפילות וסגולות משונות שלהם‪ ,‬ולכן תלה קלקלתו על ישראל‪ :‬האי דאמרינן ביה דגברא רבא הוא‪ .‬בתמיה‪:‬‬ ‫וסתימתאה שמעתתיה‪ .‬דבריו סתומים ואינם מחוורים‪ :‬והא לעצמו הוא צריך‪ .‬והא צריך לפירושו הפשוט‪ ,‬ואין‬

‫מקרא יוצא מידי פשוטו‪ :‬שראה הקב"ה כל האומות שבעולם ולא מצא בהם וכו'‪ .‬והכי אמרינן בספרי פ'‬ ‫וזאת הברכה‪ :‬ונשקו בראשו‪ .‬ואשמעינן ענותנותיה דר' סתימתאה‪ ,‬ואת והב בסופה‪ :‬סגולה הוא דהוי או‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪127 /‬‬


‫‪5‬‬

‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מסכת סגולות‬

‫עם סגולה‪ .‬דבחד פסוקא כתיבא סגולה‪ ,‬ובאידך כתיב עם סגולה‪ :‬תרי קראי‪ .‬דהא ידעינן כבר שאנחנו‬ ‫עם סגולה לה'‪ :‬הא כר' יקיר והא כר' סתימתאה‪ .‬כלומר‪ ,‬פסוק הראשון כדר' יקיר דלפשוטו של מקרא‬ ‫הוא דצריך ליה‪ ,‬ואידך יתיר ליה למידרש דרשת ר' סתימתאה שהקב"ה חיבבם משום שענדו סגולות‬ ‫לעצמם‪ :‬והא כתיבי‬ ‫האי‬ ‫זימני‬ ‫תרי‬ ‫קרא דעם סגולה‪.‬‬ ‫סגולה מכל העמים" ד)‪ ,‬סגולה הוא דהוי או עם סגולה הוא דהוי‪,‬‬ ‫חדא ‪ ‬זימנא בפרשת‬ ‫ותו דלמה לי תרי קראי‪ ,‬אלא הא כר' יקיר והא כר' סתימתאה‪ ,‬ש"מ‬ ‫ואתחנן וחדא זימנא‬ ‫דהא כתיב "עם סגולה"‪ ,‬עם של סגולות במשמע‪ .‬א"ל ר' פירכאה‪,‬‬ ‫בפרשת ראה (יד‪ ,‬ב)‪,‬‬ ‫ותסברא‪ ,‬והא תרי זימני כתיבא האי קרא דעם סגולה ה)‪ .‬תיובתא‬ ‫וא"כ שוב מיותר קרא‪,‬‬ ‫דר' טפשא תיובתא‪ .‬ואלא תרי קראי דוהייתם לי עם סגולה למה לי‪,‬‬ ‫וע"כ לאו לדרשת ר'‬ ‫אמר רב משרשיא משחוקיא‪ ,‬כיון שהאדם עושה סגולה ודש בה‪,‬‬ ‫סתימתאה הוא דאתא‪:‬‬ ‫משחוקיא‪ .‬שם מקום‪.‬‬ ‫שוב אינה פוסקת ממנו לעולם‪ .‬איכא דמתני להא דרב משרשיא‪,‬‬ ‫ומפי רבי שמעתי‪ ,‬שרב‬ ‫כיון שעשה אדם סגולה ושנה בה‪ ,‬שוב נעשית לה כהיתר‪ .‬והא דרב‬ ‫משרשיא היה שוחק‬ ‫משרשיא כהא דרב הונא‪ ,‬דא"ר הונא כיון שעבר אדם עבירה ושנה‬ ‫טובא בשעת אמירתו‬ ‫בה הותרה לו‪ ,‬הותרה לו סלקא דעתך‪ ,‬אלא נעשית לו כהיתר‪ .‬והא‬ ‫תירוצו‪ ,‬וקראוהו רב‬ ‫דרב משרשיא מנין ליה‪ ,‬וכי סגולה עבירה מיקרי? אין‪ ,‬כדתניא‪:‬‬ ‫משחיקיא‪:‬‬ ‫משרשיא‬ ‫"ובחוקותיהם לא תלכו" ו)‪ ,‬רבי מאיר אומר‪ ,‬אלו דרכי האמורי ששנו‬ ‫שוב אינה פוסקת‬ ‫ממנו לעולם‪ .‬שנעשה‬ ‫חכמים‪ .‬בעי רבא מרב יוסף‪ ,‬והא לר' חסדאי דקא ס"ל דסגולות‬ ‫אחד ממאמיני סגולות‬ ‫מקודשות הן‪ ,‬מאי איכא‬ ‫שונות‪ ,‬ורץ מסגולה‬ ‫למימר? א"ל ההוא‬ ‫לסגולה להיות לו לעזר‪:‬‬ ‫ישראל על הר סיני סגלו סגולות לעצמן‪.‬‬ ‫כדר"מ ס"ל‪ ,‬דתנן‪ :‬יוצאין‬ ‫כיון שעשה אדם סגולה‬ ‫אומר ריב"ש‪ ,‬דלר' יקיר ולר' פירכאה דלקמן‬ ‫בביצת החרגול ובשן‬ ‫דלא ס"ל כדרשה זו‪ ,‬מצינן למימר להיפוך‪,‬‬ ‫וכו' נעשית לה כהיתר‪.‬‬ ‫שהפסוק והייתם לי סגולה מכל העמים‬ ‫שועל ובמסמר מן הצלוב‬ ‫כלומר‪ ,‬דבאמת עבירה‬ ‫מלמד‪ ,‬שכל הסגולות שקיבלו על עצמן‬ ‫הוא אלא שנעשית לו‬ ‫משום רפואה‪ ,‬דברי ר"מ‪,‬‬ ‫מקורותיהן מכל העמים אשר סביבותיהם‪.‬‬ ‫כהיתר‪ :‬וכי סגולה‬ ‫וחכמים אומרים‪ :‬אף‬ ‫וכן אמר ר"ת‪ ,‬שחוט השני המסוגלת נגד עין‬ ‫עבירה מיקרי‪ .‬בתמיה‪,‬‬ ‫הרע‪ ,‬קימו וקיבלו עליהם לאחר שראו כן אצל‬ ‫בחול אסור‪ ,‬משום דרכי‬ ‫דהא עד השתא לא‬ ‫שכניהם עם הנכר‪.‬‬ ‫הכי‪:‬‬ ‫נמי‬ ‫תניא‬ ‫האמורי‪.‬‬ ‫פליגי אלא אם מצוה‬ ‫סגולות הרי הן מדרכי‬ ‫איכא בדבר או לא‪,‬‬ ‫האמורי‪ ,‬דברי ר' יהודה‪,‬‬ ‫אבל עבירה מנין ליה‪:‬‬ ‫אלו דרכי האמורי‪.‬‬ ‫ר"מ אומר אם עושה כן משום רפואה‪ ,‬מותר‪ .‬כך מקובלני מפי‬ ‫בסגולות‬ ‫שמאמינים‬ ‫הזקנים שבבני ברק‪ ,‬אין הסגולות מתחילות אלא מקופת אותה העיר‪.‬‬ ‫משונות‪ ,‬והרבה פעמים‬ ‫הני זקנים מאי ניהו‪ ,‬תנא דבי אליהו‪ ,‬גדול התורה ושר התורה‪ .‬תניא‪,‬‬ ‫עם ישראל מאמין‬ ‫מעשה ברבי חיים ורבי אהרן לייב ורבי מיכל יהודה ורבי שמעון נתן‬ ‫ועושה אותן סגולות‪:‬‬ ‫נטע ורבי נדבורנאה שהיו מסובים בבני ברק‪ ,‬והיו מספרים בשבחו‬ ‫מאי איכא למימר‪.‬‬ ‫של קופת העיר ב"ב‪ ,‬עד שבאו עסקניהם ושמשיהם ואמרו להם‬ ‫דהויא סתירה‪ ,‬דלר'‬ ‫חסדאי משמע דאיכא‬ ‫רבותינו הגיע זמן נתינת צדקה לקופת העיר‪ ,‬מיד שלשלו סכום הגון‬ ‫מצוה בדבר‪ ,‬ולרב‬ ‫לקופת העיר‪ .‬באותה שעה העמידו צלם בהיכל‪ ,‬ונזדעזעה הארץ ת"ק‬ ‫משרשיא עבירה הוא‪.‬‬ ‫ועוד‪ ,‬דרב משרשיא‬ ‫אמורא והאיך פליג על תנא כר' חסדאי‪ :‬דתנן יוצאין בביצת החרגול וכו'‪ .‬בפ"ו ממסכת שבת‪ :‬אם‬ ‫עושה כן משום רפואה מותר‪ .‬כדר' נהוראי‪ ,‬דס"ל דבשעת דוחקו מותר לעשות כן‪ ,‬ומשום ספק‬ ‫פיקו"נ וכדאמרינן לעיל בשמעתין‪ :‬גדול הדור ושר התורה‪ .‬שבכל דור ודור לוקחים שנים מגדולי‬ ‫ישראל ומכתירים אותם בתואר גדול הדור ושר התורה‪ .‬ומצאתי בברייתא דבזמן האילת השחר היה‪,‬‬

‫‪ / 128‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫________‬ ‫תורה אור‬ ‫________‬ ‫ַעם‬ ‫ד) כִ ּי‬ ‫ַא ָתּה‬ ‫ָקדֹוׁש‬ ‫ֹלקיָך ְבָּך‬ ‫לַ ה' ֱא ֶ‬ ‫ֹלקיָך‬ ‫ָב ַּחר ה' ֱא ֶ‬ ‫לִ ְהיֹות לֹו לְ ַעם‬ ‫ִמכֹּל‬ ‫ְסגֻ לָ ּה‬ ‫ָה ַע ִמּים ֲא ֶשׁר‬ ‫ַעל ְפּנֵ י ָה ֲא ָד ָמה‬ ‫(דברים ז‪ ,‬ו)‬

‫ה) כִ ּי ַעם‬ ‫ַא ָתּה‬ ‫ָקדֹוׁש‬ ‫ֹלקיָך‬ ‫ֱא ֶ‬ ‫לַ ה'‬ ‫ְּובָך ָב ַּחר ה'‬ ‫לִ ְהיֹות לֹו לְ ַעם‬ ‫ִמכֹּל‬ ‫ְסגֻ לָ ּה‬ ‫ָה ַע ִמּים ֲא ֶשׁר‬ ‫ַעל ְפּנֵ י ָה ֲא ָד ָמה‬ ‫(דברים יד‪ ,‬ב)‪.‬‬

‫כְ ַּמ ֲע ֵשׂה‬ ‫ו)‬ ‫ִמ ְצ ַריִ ם‬ ‫ֶא ֶרץ‬ ‫ֲא ֶשׁר יְ ַש ְׁב ֶתּם‬ ‫ָבּ​ּה ֹלא ַת ֲעׂשּו‬ ‫ּוכְ ַמ ֲע ֵשׂה ֶא ֶרץ‬ ‫כְ ּנַ ַען ֲא ֶשׁר ֲאנִ י‬ ‫ֵמ ִביא ֶא ְתכֶ ם‬ ‫ָש ָׁמּה ֹלא ַת ֲעׂשּו‬ ‫ּו ְב ֻח קֹּ ֵת י ֶה ם‬ ‫ֵתלֵ כּו‬ ‫ֹלא‬ ‫(ויקרא יח‪ ,‬ג)‪.‬‬


‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מסכת סגולות‬

‫ד‬

‫וגדול הדור היה רבי אהרן לייב ושר התורה היה‬ ‫יוצאין בביצת החרגול וכו'‪ ,‬דברי ר"מ‪ .‬תימה‪,‬‬ ‫הרב קניבסקי‪ :‬ורבי מיכל יהודה‪ .‬ליפקוביץ‪ ,‬ר"י‬ ‫דהא בספרא פ' אחרי והובא בגמ' בסמוך לעיל‪ ,‬א"ר‬ ‫פוניביז' לצעירים‪ :‬ורבי שמעון נתן נטע‪ .‬מלעלוב‬ ‫מאיר דדרכי אמורי אסור‪ .‬וי"ל שסובר ר"מ שאם אינו‬ ‫ב"ב‪ :‬ורבי נדבורנאה‪ .‬האי אדמו"ר מנדבורנה ב"ב‬ ‫נראה כמעשה אמורי והוא עושה כן לרפואה‪ ,‬מותר‪,‬‬ ‫הוא‪ ,‬ומשם יפרד והיה‬ ‫ואם אינו לרפואה אסור‬ ‫לארבעה ראשים‪ :‬שהיו‬ ‫משום דרכי אמורי‪ .‬א"נ‬ ‫פרסה על ת"ק פרסה‪ ,‬ותקעו והריעו ותקעו‬ ‫מסובים וכו' בשבחו של‬ ‫לדעת החכמים קאמר‬ ‫באזני העם לאמר‪ ,‬סגולה גדולה שנו‬ ‫קופת העיר‪ .‬שקמו כמה‬ ‫הכי‪ ,‬וליה לא ס"ל‪ .‬וכתב‬ ‫כאן‪ .‬אמר רב סברא‪ ,‬כשראה סנהדרין‬ ‫הר"מ בפי' המשניות‪,‬‬ ‫אנשים נבונים וגרמו‬ ‫שצריך לחלוף הגירסא‬ ‫גדולה שבירושלים מה שעשו אנשי‬ ‫לאותם רבנים לישב‬ ‫ולומר שר' יוסי ס"ל‬ ‫בשולחן אחד‪ ,‬ולעשות‬ ‫ב"ב‪ ,‬מיד התחילו לצווח ככרוכיא ואמרו‬ ‫שיוצאין בביצת החרגול‬ ‫חיל לקופת העיר‪ :‬הגיע‬ ‫אין מקדשין את הקופה אלא ע"פ ועד‬ ‫ולר"מ אסור‪.‬‬ ‫זמן נתינת צדקה לקופת‬

‫העיר‪ .‬כי הביאו צ'קים‬ ‫ושטרות וצלמים מוכשרים‬ ‫להנציח מעמד הנשגב‪:‬‬ ‫באותה שעה העמידו‬ ‫צלם בהיכל‪ .‬לצלם איך‬ ‫כל גדול משלשל ממון‬ ‫לקופת העיר‪ :‬ונזדעזעה‬ ‫הארץ‪ .‬בשומעם שכל‬ ‫הרבנים נתנו הבטחות‬ ‫ע"י נתינת צדקה לקופת‬ ‫העיר‪ :‬ונזדעזעה הארץ‬ ‫ת"ק פרסה וכו'‪ .‬לאו‬ ‫דוקא‪ ,‬אלא דרך גוזמא‬ ‫קתני‪ :‬ותקעו והריעו‬ ‫ותקעו באזני העם‪.‬‬ ‫שצלצלו לאנשים בבתיהם‪,‬‬ ‫והעמידו כלי רכב לצווח‬ ‫ככרוכיא בטובת מצות‬ ‫נתינת צדקה לקופת העיר‪:‬‬ ‫כשראה‬

‫סנהדרין‬

‫גדולה‬

‫הרבנים דארה"ק‪ .‬הילכך‪ ,‬דעביד כמר‬ ‫עביד ודעביד כמר עביד‪ .‬ופליגי בפלוגתת‬ ‫החסידים‪ ,‬דתנינן אמר רב הונגריה קופה גדולה יש כאן‪ ,‬ושומרי‬ ‫החומות שמו‪ ,‬והוא הלכה למשה מסיני‪ ,‬ורב גאליציאנאי אומר‪,‬‬ ‫קופה חשובה הימנו יש‪ ,‬וחיבת ירושלים שמו‪ ,‬ואסמיכנהו עליה‬ ‫אדמור"י ישראל‪ .‬רב לוזראי אומר‪ ,‬עוד קופה שנו כאן ושבע הרים‬ ‫סביב לה‪ .‬אמר מר‪ ,‬שומרי החומות שמו והוא הלכה למשה מסיני‪.‬‬ ‫מתיב רב מאתן‪ ,‬והא שומרי החומות אינה עומדת אלא בדורות‬ ‫אחרונים‪ ,‬ואילו בדורות הראשונים לא ידעינן ליה‪ ,‬וכי מצי למימר‬ ‫דהוי הלכה למשה מסיני‪ .‬אמר רב פרשבורגאי‪ ,‬הלכה למשה‬ ‫סופר שהשיב ישראל לתורה כמשה מסיני‪ ,‬וכרב אורתודוקסאי‪,‬‬ ‫דא"ר אותודוקסאי‪ ,‬אילמלי ר' משה סופר אשתכח תורה מישראל‪.‬‬ ‫תניא נמי הכי‪ ,‬ממשה ועד משה לא קם כמשה‪ .‬וממאי דהאי משה‬ ‫משה ספראה הוא‪ ,‬דילמא משה מימוני הוא דהוה‪ ,‬אמר רב נצחני‬ ‫האי משה קמייתא מאי הוה ביה‪ ,‬הני אינשי דרדעי דשמתינהו‬ ‫להון יקירי קרתא דירושלים‪ ,‬והאי משה בתרייתא מאי הוה ביה‪,‬‬ ‫פוק חזי מאי עמא דבר וקעביד‪ ,‬שמע מינה דהאי משה משה‬

‫שבירושלים‪ .‬קאי אגדולי ירושלים‪ ,‬וגדולי עסקני ירושלים‪ ,‬דאילו סנהדרי גופא לא קם לישראל מאז סנהדרין‬ ‫גדולה דפריז‪ :‬אין מקדשין את הקופה אלא ע"פ ועד הרבנים‪ .‬שהקימו קופה ונתנו שם של ועד הרבנים‬ ‫דארה"ק בכדי שלא יחול שם עיר אחת עליה‪ :‬בפלוגתת החסידים‪ .‬היינו קופות צדקה המיוחדים לעדת‬ ‫החסידים‪ ,‬שגם הם נחלקו ביניהם בכמה קופות‪ :‬שומרי החומות‪ .‬קופת אנשי הונגריה וסביבותיה‪ :‬חיבת‬ ‫ירושלים‪ .‬קופת אנשי גאליציה‪ :‬אדמור"י ישראל‪ .‬כאשר הם מפרסמים בכל יומא דהילולא של אדמו"ר‬ ‫כלשהו‪ ,‬שצוה ברכתו על קופתם‪ :‬רב לוזראי‪ .‬לא מצאתי שם זה בשום מקום‪ ,‬ומפי רבי ‪ -‬שנקרא כן על‬ ‫שם שהיה לוזע"ר בלע"ז‪ ,‬כי הכולל שלו נגררת בתר האחרים‪ :‬ושבע הרים סביב לה‪ .‬זיבענבירגען שמו‪,‬‬ ‫וכן מוכח מגמ' לקמן‪ :‬וכי מצי למימר דהוי הלכה למשה מסיני‪ .‬והא הלמ"מ הוא מה שקיבלנו במסורה‬ ‫דור אחר דור עד משה רבינו‪ ,‬ואילו כולל שומרי החומות קמה גם ניצבה במאתיים שנה האחרונות‪ :‬הלכה‬ ‫למשה סופר‪ .‬הוא רבינו משה סופר אב"ד פרעשבורג ובעל חת"ס‪ :‬שהשיב ישראל לתורה כמשה מסיני‪.‬‬ ‫שהעמיד אלפי תלמידים ומאות רבנים והרים קרן התורה של הונגריה והגלילות‪ :‬אשתכח תורה מישראל‪.‬‬ ‫כי באותם הימים נתרבו החופשיים והמתקנים והמתקדמים‪ ,‬ורבינו משה היה בראש המחנה לעצור‬ ‫אותם לבלתי חבול בכרם ישראל‪ :‬ממשה ועד משה לא קם כמשה‪ .‬לא ידעתי מקורו‪ ,‬ונראה לי שהוא‬ ‫מליצה ישרה‪ :‬דילמא משה מימוני הוא דהוה‪ .‬רבינו משה בן מימון‪ ,‬הרמב"ם‪ ,‬שגם עליו ראוי תואר‬ ‫זה‪ :‬אינשי דרדעי‪ .‬אנשים המכונים הדרדעים‪ ,‬והמה יהודים מעדת תימן שכפרו בתורת הזוהר והלכו‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪129 /‬‬


‫‪6‬‬

‫מאימתי‬

‫פרק ראשון‬

‫מסכת סגולות‬

‫אמר ר' חיים מאזולא‪ ,‬הילכך בשעה שהאדם נמצא בצרה בעקבות שיטות הרמב"ם‪ :‬דשמתינהו להון יקירי‬ ‫איצטריך למימר "אלקא דמאיר ענני"‪ .‬וכדאיתא בגמ' ע"ז י"ח קרתא דירושלים‪ .‬רבני ירושלים יצאו בחרם נגד‬ ‫ע"א‪ .‬ועיי"ש בספר פתח עינים להחיד"א‪ ,‬ובמש"כ בברכי יוסף הדרדעים‪ ,‬על כפירתם בתורת הזוהר‪ :‬פוק חזי‬ ‫יו"ד סי' ר"ג סק"ד‪ .‬ודע‪ ,‬שי"א שר"מ הידוע תלמידו של ר"ע מאי עמא וכו'‪ .‬שכולם דוגלים בשיטת החת"ס‬ ‫אינו זה האיש ר"מ הנקרא‬ ‫ומתיימרים ללכת בעקבותיו‪:‬‬ ‫ר"מ בעה"נ‪ ,‬וראיות שונות‬ ‫ספראה הוא‪ ,‬שמע מינה‪ .‬אחרים אומרים‪,‬‬ ‫מאן אחרים רבי מאיר הוא‪.‬‬ ‫באמתחתם‪ .‬בני אל תלך‬ ‫משום מעשה שהיה וכדאמרינן‬ ‫לאו סגולות אלא סגולה אחת ישן נושן‪.‬‬ ‫בדרך עמם ואל תפן אל‬ ‫בסוף מסכת הוריות‪ :‬ה"ג‬ ‫דבריהם דברי החוקרים‪.‬‬ ‫מאן אחרים‪ ,‬רבי מאיר הוא דמלומד‬ ‫חיים אזולאי‪ .‬הוא הנקרא‬ ‫וכולהו על שם רבי‬ ‫בניסים הוי‪ .‬אמר ר' חיים מאזולא‪ ,‬הילכך‬ ‫דמאיר‬ ‫החיד"א‪ :‬אלקא‬ ‫מאיר בעל הנס‪ .‬אומר‬ ‫בשעה שהאדם נמצא בצרה איצטריך‬ ‫ר"ח‪ ,‬שבאמת ישנם עוד‬ ‫ענני‪ .‬כהא דאיתא בפ"ק‬ ‫למימר "אלקא דמאיר ענני"‪ ,‬ויתן ממון‬ ‫הרבה כוללים אשר על שם‬ ‫דע"ז (י"ח ע"א)‪ :‬והא איכא‬ ‫לרבי מאיר בעל הנס‪ .‬לרבי מאיר בעה"נ‬ ‫רבי מאיר בעל הנס יקראו‬ ‫כולל פולין‪ ,‬כולל אמריקה‪,‬‬ ‫שמותם‪ ,‬וטעמם בידם כי‬ ‫ס"ד? אלא אימא לע"נ ר' מאיר בעה"נ‪.‬‬ ‫כולל מונקאטש‪ .‬כולם שמות‬ ‫עי"ז יפתו את בנ"י לתת‬ ‫ממון‬ ‫ליתן‬ ‫לאדם‬ ‫אסור‬ ‫שנוריא‪,‬‬ ‫דבי‬ ‫תניא‬ ‫של כוללים ע"ש רבי מאיר‬ ‫מממונם לכוללים שלהם‪.‬‬

‫לשום צדקה‪ ,‬אלא לקופת שומרי החומות‬ ‫אלא אטו כי רוכלא ליחשב‬ ‫בעל הנס‪ ,‬אלא שלא יצא‬ ‫וליזיל‪ ,‬כי המה מתרבים‬ ‫או חיבת ירושלים או זיבענבירגען‪ .‬מתיב‬ ‫טיבם וטבעם בעולם‪:‬‬ ‫בקצב מדי יום ביומו‪ ,‬ולכן לא‬ ‫רב פולניא‪ ,‬והא איכא כולל פולין‪ ,‬מתיב‬ ‫והם מלומדים בניסים‪.‬‬ ‫נקט המקשן אלא הידועים‬ ‫רב ריקא‪ ,‬והא איכא כולל אמריקה‪,‬‬ ‫קצת‪.‬‬ ‫לשון נופל על לשון‪ ,‬שהם‬ ‫מתיב רב חיים אלעזר‪ ,‬והא איכא כולל‬ ‫מרובים‬ ‫עמך‬ ‫צרכי‬ ‫מלומדים בניסים לעשות‬ ‫ואדמור"י דעעש מרובים‪.‬‬ ‫מונקאטש‪ ,‬וכולהו ע"ש ר' מאיר בעה"נ‪.‬‬ ‫חיל לכולליהם ע"ש ר'‬ ‫פי' הקונטרס‪ ,‬יש מגיפה‬ ‫אלא אמר רב מציאותא‪ ,‬איה"נ דאם נתן‬ ‫מאיר המלומד בניסים‪:‬‬ ‫של אדמור"י דעעש‪ ,‬ואם‬ ‫שומרי‬ ‫דקתני‬ ‫והא‬ ‫יד"ח‪,‬‬ ‫יצא‬ ‫כולל‬ ‫לשום‬ ‫חסידים אין להם הרי יש‬ ‫אלא זיבענבירגען מאי‬ ‫להם קופה זו שבכוחה נודעת‬ ‫החומות וחיבת ירושלים וזיבנבירגן‪ ,‬כיון‬ ‫איכא למימר‪ .‬והא גם‬ ‫שם דעעש בעולם‪ .‬וקשה‪,‬‬ ‫מעות‬ ‫לשלשל‬ ‫האיך‬ ‫ידעו‬ ‫קופין‬ ‫דהני‬ ‫הם לא ידעינן מי הם‪ ,‬ולא‬ ‫דהתינח אדמור"י דעעש‬ ‫לקופתם והם מלומדים בניסים‪ .‬התינח‬ ‫מרובים‪ ,‬אלא צרכי עמך‬ ‫הצליחו כמו כולל הונגריה‬ ‫שומרי החומות וחיבת ירושלים‪ ,‬אלא‬ ‫מרובים מאי פירושו‪ .‬ואין‬ ‫וגליציה‪ :‬ואדמור"י דעעש‪.‬‬ ‫לומר שהכוונה שצרכי עמך‬ ‫זיבענבירגען מאי איכא למימר‪ ,‬אמר רב‬ ‫יש מגיפה של אדמור"י‬ ‫מרובים ולכן אדמור"י דעעש‬ ‫ואדמור"י‬ ‫מרובים‪,‬‬ ‫עמך‬ ‫צרכי‬ ‫דעשאה‬ ‫המרובים דואגים לצרכי עמך‬ ‫דעעש‪ ,‬ואם חסידים אין‬ ‫דעעש מרובים‪.‬ישן נושן‪ .‬והא לאו נושן‬ ‫ולכן יש גם כולל זיבענבירגען‪,‬‬ ‫להם הרי יש להם קופה‬ ‫דא"כ מ"ש כולל זיבענבירגען‬ ‫דאיתרבי‬ ‫כיון‬ ‫בוכיה‬ ‫רב‬ ‫אמר‬ ‫אלא‬ ‫הוא‪,‬‬ ‫זו שבכוחה נודעת שם‬ ‫משאר כוללים דלא קחשיב‬ ‫סגולות שונות ומשונות משעה לשעה‪,‬‬ ‫תנא במתני'‪ ,‬והתם נמי איכא‬ ‫דעעש בעולם‪ :‬לאו נושן‬ ‫האי סגולה דרבי מאיר בעה"נ ישן נושן‬ ‫למימר דצרכי עמך מרובים‪.‬‬ ‫הוא‪ .‬שהרי עד לפני כמה‬ ‫ותי' הר"י מאורליינ"ש‪ ,‬דהא‬ ‫ברכיה‬ ‫רב‬ ‫דאמר‬ ‫ברכיה‪,‬‬ ‫וכדרב‬ ‫מיקרי‪,‬‬ ‫מאות שנים לא שמענו‬ ‫דאמרינן צרכי עמך מרובים‬ ‫ניטלה‬ ‫מארצם‬ ‫ישראל‬ ‫שגלו‬ ‫בשעה‬ ‫קאי על עסקנים וגבאים‬ ‫מקופת רבי מאיר בעל‬ ‫נבואה מהם וניתנה לשוטים ולתינוקות‬ ‫וממונים על הצדקה‪ ,‬שלוקחים‬ ‫הנס‪ :‬ישן נושן מיקרי‪.‬‬ ‫שכרם משלם מקופת הצדקה‪,‬‬ ‫סגולות‬ ‫דמסגלי‬ ‫וכיון‬ ‫סגולות‪,‬‬ ‫ולמסגלי‬ ‫הסגולות‬ ‫נגד‬ ‫שהרי‬ ‫וכיון שצרכיהם מרובים הינם‬ ‫מתרבות בכל יום ומריבים זה עם זה על‬ ‫דואגים לכולל זיבענבירגען‬ ‫החדשות ממש הרי הם‬ ‫כח סגולתם‪ ,‬הולכים לרב לבלא להסיר‬ ‫לבל יפול בשחת יפעל‪ .‬והא‬ ‫נחשבים כנושנים‪ :‬וניתנה‬ ‫דקא נקיט כולל זיבענבירגען‬ ‫ומעסקיהם‪.‬‬ ‫מהם‬ ‫בישא‬ ‫עינא‬ ‫לשוטים ולתינוקות‪ .‬והכי‬ ‫לחוד‪ ,‬ה"ט דכיון דאדמור"י‬ ‫דעעש מרובים‪ ,‬הרי הם נוטים‬ ‫אמרינן בפ"ק דמסכת ב"ב‬ ‫שכמם לבל תשתכח תורת זיבענבירגען מישראל‪ ,‬וכיון שכן הרי (י"ב ע"ב)‪ :‬לרב לבלא‪ .‬הוא החכם הנבון‬ ‫כאן מצאו בע"ח היינו העסקנים וגבאים מקום לגבות את המכיר צורת אנשים וחכמת היד והפרצוף‬ ‫שלהם‪ ,‬וכמשל בעל התל ובעל החריץ במסכת מגילה (ט"ו‬ ‫ומזווג זיווגים ומשכין שלום בין איש לרעהו‬ ‫ע"א)‪.‬‬ ‫ואיש לאשתו ומזמין פרנסה ומסיר עין הרע‬ ‫רב בוכיה ורב ברכיה‪ .‬י"א דחדא אמורא הוי‪ ,‬ונקרא‬ ‫בוכיה ופחדים‪ ,‬החכם השלום המקובל רבי יונה‬ ‫ע"ש שבכה הרבה בראותו ההתדרדרות של עם הנבון והחכם שרוצה‬ ‫אחר סגולות משונות‪ ,‬ושוב נקרא ברכיה ע"ש שהרגיש צורך להקיא לייב לעבל‪ :‬להסיר עינא בישא‪ .‬כי כבר יצא‬ ‫מחמת שקצה נפשו בראותו הנבערות‪ ,‬ובלשון זשרגון קורין לזה טבעו כמסיר עין הרע‪ ,‬וכיון שאשכנזי הוא‬ ‫ברעכ"ן בלע"ז‪.‬‬ ‫רצים אחריו‪:‬‬

‫‪ / 130‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫דער וועקער‪ ,‬תשרי תשע"ח‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪131 /‬‬


‫ר' קטלא‪,‬‬ ‫כ'בין ‪ 5‬יאר נאך מיין חתונה‪,‬‬ ‫מיין בליק אויפ'ן לעבן האט זיך‬ ‫געטוישט‪ ,‬און אלעס אן מיין‬ ‫ווייב'ס וויסן ווייל‪ ,‬כ'האב קיינמאל‬ ‫נישט געפילט באקוועם‪ ,‬וכו'‪.‬‬ ‫וויאזוי ברענג איך איר אריין אין‬ ‫מיין וועלט‪ ,‬אז זי זאל מיטגיין‬ ‫די טראכטענדיגע לעבן רייזע‬ ‫צוזאמען מיט מיר? אדער אפילו‪,‬‬ ‫וויאזוי ברענג איך איר צוביסלעך‬ ‫צו פארשטיין אז איך בין אנדערש‬ ‫ווי אמאל‪ ,‬און אז איך טראכט כסדר‬ ‫און טויש מיינונגען באזירט אויף‬ ‫נייע אינפארמאציע‪ ,‬אן צעשאקלען‬ ‫די שיף?‬ ‫אלעס אין דער וועלט האלט זיך כסדר אין‬ ‫‪ / 132‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫איין טוישן‪ .‬דער פסוק זאגט‪" ,‬אני ה' לא שניתי‪",‬‬ ‫שמע מינה אז אויסער גאט אליין איז די רעשט פון‬ ‫דער בריאה אין א כסדר'דיגן מצב פון פלוקס‪,‬‬ ‫כלומר פון זיך בייטן און טוישן‪ .‬מענטשן זענען אין‬ ‫דעם אויך נישט אנדערש און ווי די משנה זאגט‪,‬‬ ‫זקני תלמידי חכמים‪ ,‬ווי זיי ווערן עלטער‪ ,‬דעתן‬ ‫מתיישבת‪ ,‬און אויך פארקערט‪ .‬בדרך כלל גלייכט‬ ‫מען נישט די זעלבע ביכער און מוזיק און‬ ‫אקטיוויטעטן ווען מען איז יונג ווי ווען מען איז‬ ‫אלט‪ ,‬מען טוישט פריינט איבער די יארן‪ ,‬דער‬ ‫אינטעליגענץ אנטוויקלט זיך‪ ,‬מען לערנט נייע‬ ‫זאכן און נייגעריגקייט און פערזענליכע נייגונגען‬ ‫ציען אין פארשידענע ריכטונגען‪ .‬יחידות'דיגע‬ ‫אומשטענדן ברענגן אויך ארויס כאראקטעריסטן‪,‬‬ ‫קראפטן און שוואכקייטן וואס מיר ווייסן אליין‬ ‫נישט אז מיר פארמאגן זיי איידער מיר ווערן‬ ‫געפרואווט‪ .‬און אזוי אויך שלאגט מען אפ אלטע‬ ‫גלויבונגען און מען נעמט אויף פרישע‪ .‬בקיצור‪,‬‬ ‫מען איז כסדר פושט צורה ולובש צורה‪.‬‬ ‫ווען עס איז א פארהייראטע פארפאלק‬ ‫איז אויך נישט אנדערש‪ .‬ביידע ענדערן זיך און‬ ‫אפט זענען איינס אויף דער אנדערע משפיע‬ ‫אויף די ענדערונגען‪ .‬און אז זיי בייטן זיך אלס‬ ‫אינדיווידועלן איז אויטאמאטיש אז עס טוישן זיך‬ ‫אויך זייערע באציאונגען איינעם צום צווייטן‪ .‬דער‬ ‫פלאם פייער פון די ערשטע יארן מאכט פלאץ אויף‬ ‫עפעס טיפער נאך מען גייט צוזאמען אריבער דאס‬ ‫לעבן‪ .‬מען קינדלט‪ ,‬מען פארדינט‪ ,‬מען דערלייגט‪,‬‬ ‫מען האדעוועט צוזאמען קינדער‪ ,‬ביזנעסעס און‬ ‫קאריערן בליען אדער פאלן צאם און מען האט‬ ‫עליות און ירידות ווי נאר דאס לעבן קען‪ .‬אז מען‬ ‫גייט עס דורך צוזאמען בויט מען אויך אויף צוזאמען‬ ‫זכרונות‪ ,‬אנטוישונגען‪ ,‬טענות‪ ,‬דאנקבארשאפט‬ ‫און די אלע מענטשלעכע געפילן וואס מען זאמלט‬ ‫אן ווי אלץ מען נענטערט זיך צום קבר‪ .‬עס קען‬


‫ארבעט‬ ‫אויף פארקערט אויך און אנשטאט וואקסן‬ ‫נענטער וואקסט מען ווייטער‪ .‬וואס האט זיך‬ ‫כלומר'שט אנגעהויבן ווי רעים אהובים‪ ,‬ווערן אלץ‬ ‫מער אפגעזונדערט‪ ,‬און ווי מער מען פארברענגט‬ ‫צוזאמען ווערט מען אלץ מער געוואויער ווי‬ ‫שלעכט מען איז געפארט‪.‬‬ ‫ממילא אז איר זאגט אז איר טוישט זיך איז‬ ‫קיין חידוש נישט‪ .‬ווער וויל דען הערן פון א‬ ‫צוואנציג‪-‬יעריגן וואס טראכט ווי א צענערלינג?‬ ‫און אז בן ארבעים לבינה קען ער דאך נישט האבן די‬ ‫געדאנקען און אמביציעס פון א צוואנציג‪-‬יעריגן‪.‬‬ ‫נאר וואס דען? ביי אונז ווערן מיר געבוירן אין א‬ ‫לעבנסשטייגער אז עס איז ערווארטעט אז אפילו‬ ‫מען וואקסט ווייטער‪ ,‬וועט יעדער בלייבן אין די‬ ‫ראמען פון דעם סיסטעם‪ .‬כלומר‪ ,‬מיר אנערקענען‬ ‫אויך אז מען טוישט זיך און מען וואקסט אויף‪ ,‬מען‬ ‫גייט אין כולל‪ ,‬מען גייט ארבעטן‪ ,‬מען שטעלט אויף‬ ‫א ביזנעס‪ ,‬מען ווערט א כלי קודש‪ ,‬און לא ימלט אז‬ ‫מען זאל בלייבן דער זעלבער‪ .‬נאר פונדעסטוועגן‬ ‫ערווארטן און פארלאנגען מיר אז מען קען אלעס‬ ‫טון נאר בתוך אונזער "פרעימווארק"‪ .‬גבולות חלק‬ ‫ה' בעולמו‪ ,‬האט קורח גע'טענה'ט‪ ,‬און מיר זעען‬ ‫עס כמעט ווי א חלק פון נאטור‪ .‬דא וואוינען מיר‪,‬‬ ‫דא שיקן מיר אונזערע קינדער‪ ,‬אט אזוי קליידן‬

‫זיך מיר‪ ,‬אזוי טראגן מיר די האר‪ ,‬יעצט‬ ‫האבן מיר חתונה‪ ,‬דא קויפן מיר אונזער‬ ‫שפייז‪ ,‬אין מיטן וואך איז ברויט מיט א‬ ‫דינע סקארינקע‪ ,‬אין זיבעטן איז ברויט‬ ‫מיט א דיקע סקארינקע‪ ,‬און פסח‬ ‫איז שמירה מצות דיק ווי‬ ‫א ברעט‪ .‬דא טאנצט מען‬ ‫שבע ברכות און דארט‬ ‫וועט מען אונז לייגן‬ ‫נאך די הונדערט און‬ ‫צוואנציג‪ ,‬און דאס איז‬ ‫אונזער לעבן‪ .‬צי עס‬ ‫איז ווייל עבדים היינו‬ ‫אדער איבער נעשה‬ ‫ונשמע איז כמעט‬ ‫אקאדעמיש‪ .‬די‬ ‫אונטערשטע שורה‬ ‫איז אז אזוי זענען‬ ‫מיר‪ ,‬און טוישט אייך‬ ‫וויאזוי איר ווילט כל‬ ‫זמן איר פארט נישט‬ ‫ארויס פון די‪-‬א ראמען‪ .‬מען‬ ‫וועט אייך אנלאדענען מיט מאמרי‬ ‫חז"ל פון הבא לטהר און הבא לטמא‪ ,‬בדרך‬ ‫שאדם רוצה לילך און רצונו של אדם‪ ,‬נאר פונקט‬ ‫ווי האומר לים עד פה תבא איז ביי אונז עד פה תלך‪.‬‬ ‫לטובתכם‪ ,‬פארשטייט זיך‪ ,‬ווייל אז איר שפירט איר‬ ‫מוזט גיין ווייטער איז זייט מוחל זוכט אייך א נייע‬ ‫שולע פאר די קינדער‪ ,‬נייע פריינד פאר אייך מיט‬ ‫דער פלונית'טע‪ ,‬א נייע שול צום דאווענען‪ ,‬און קען‬ ‫אפילו זיין א נייער בית הקברות ווען אייער צייט‬ ‫רוקט זיך אן‪ .‬און ביי אונז רופט זיך דאס טשויס‪.‬‬ ‫אז איר זאגט‪ ,‬אף על פי כן‪ ,‬און ביי אייך אין קאפ‬ ‫מוטשעט זיך קשיות‪ ,‬און ספיקות ווירבלען זיך אין‬ ‫אייערע געדאנקען‪ ,‬מוזט איר אבער פארשטיין אז‬ ‫פון אייער פרוי'ס קוק‪-‬ווינקל זעט דאס אלעס אויס‬ ‫עטוואס אנדערש‪ .‬וויליג צי אומוויליג זענט איר‬ ‫געשטאנען מיט איר אונטער דער חופה און אייערע‬ ‫כדת משה וישראל איז געווען נישט בלויז אויפן‬ ‫קידושין נאר אויפן גאנצן פעקעדזש‪ .‬דער מוזיק‬ ‫האט געהילכט‪ ,‬די פיס האבן געהאפקעט‪ ,‬דער בדחן‬ ‫האט געגראמט‪ ,‬אבער געמיינט האבן אלע דעם‬ ‫בית נאמן‪ .‬בא'חנ'טע אינגלעך מיט צוקער‪-‬פיאות‪,‬‬ ‫זיסע טעכטערלעך מיט שטרימפ‪ ,‬און אלעס מיטן‬ ‫תכלית אז אין אנגעפער צוואנציג יאר ארום זאל‬ ‫מען ווידער טאנצן עוד ישמע פון אייערע און אירע‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬אז אייך נייגט זיך זיך אפצוקערן פון דעם דךך‪,‬‬ ‫האט זי זיכער א רעכט צו האבן טענות‪ .‬כל המשנה‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪133 /‬‬


‫ידו על התחתונה‪ ,‬און ווען זי זאל וויסן וואס ביי אייך‬ ‫דרייט זיך אין קאפ וועט זי אייך אפשר נישט זען‬ ‫ווי בלויז א ְמ ַשנֶה‪ ,‬א טוישער‪ ,‬נאר א מהרס און א‬ ‫מחריב‪ .‬און אז איך בין אומגערעכט‪ ,‬וועט זי טענה'ן‪,‬‬ ‫וואס האלטסטו עס פון מיר בסוד?‬ ‫ממילא איז אזוי‪ .‬דאס אז אייער קוקווינקל‬ ‫האט זיך געטוישט איז נאטירליך און דעריבער‬ ‫זאגט מען דערויף דריי מאל א טאג אתה חונן‪ .‬די‬ ‫פראגע איז נאר פארוואס איר נעמט איר נישט מיט‬ ‫כאטש במחשבה ובדיבור‪ .‬אז איר ווערט נתפעל פון‬ ‫וויסנשאפט טיילט זיך מיט איר‪ .‬אפשר וועט עס איר‬ ‫נישט אינטערסירן אבער פארוואס זאל זי זיך נישט‬ ‫מיטפרייען? אז נישט מיט אייערע אנטדעקונגען‬ ‫איז כאטש מיט אייער שמחה‪ .‬עס קען זיין אז איר‬ ‫ווייסט נישט בכלל צי איר האט אן עתיד צוזאמען‬ ‫מיט אייער פרוי און אז וואס איך זאג איז א ברכה‬ ‫לבטלה נאר סוף סוף שרייבט איר דאך אז איר ווילט‬ ‫נישט צעשאקלען די שיף‪.‬‬ ‫איז אז איר ווילט האבן עפעס האפענונג מוזט‬ ‫איר סיי מיט איר זיך טיילן און סיי זיין סענסיטיוו‬ ‫און נעמען אירע געפילן אין באטראכט‪ .‬זי האט‬ ‫מיט אייך חתונה געהאט אדעתא דהכי פון בויען א‬ ‫אידישן שטוב לויט אירע (און דעם כלל'ס) מושגים‪,‬‬ ‫און כאטש מען קען אייך נישט אפשטעלן‪ ,‬האט זי‬ ‫רעכט צו זיין באזארגט‪ ,‬אנטוישט און אפשר אפילו‬ ‫בייז‪ ,‬געוואנדן וויאזוי דער מצב האלט ביי אייך‪.‬‬ ‫אפילו אז איר ווייסט אליין נישט וואו איר צילט‬ ‫אדער איר זענען נישט זיכער צי עס וועט זיך פון‬ ‫דא אויך טוישן‪ ,‬אז איר ווילט מיט איר א נארמאלע‬ ‫אפענע באציאונג און איז אסאך געזונטער אז‬ ‫זי זאל אייך פארשטיין אדער כאטש פארזוכן צו‬ ‫פארשטיין‪.‬‬ ‫פאר אייך וועט עס אויך לייכטער זיין‪ ,‬ווייל‬ ‫יעצט‪ ,‬אין צוגאב צו די מצבים און מחשבות‬ ‫וואס ווערן נולד ביי אייך ווען איר גייט אריבער‬ ‫די שטאפלען פון אן אפרוח שלא נפתחו עיניו‬ ‫צו א מאור עיניים‪ ,‬האט איר נאך איבער דעם אן‬ ‫אומזיסטע דאגה פון באהאלטן פון אייער פרוי און‬ ‫זיך מאכן כלא היה‪ .‬און אז איר מוזט אייך באהאלטן‬ ‫פון דער וועלט‪ ,‬זאל לכל הפחות אייער היים זיין‬ ‫א טעריטאריע וואו אייער‪ ,‬און אויך איר‪ ,‬מיינונגען‬ ‫קענען זיך אויסלופטערן אן דער באגאזש פון אייער‬ ‫ערציאונג און די אמונות טפלות פון אייער גרסא‬ ‫דינקותא‪ .‬ווייל אז אינדערהיים קענט איר נישט זיין‬ ‫זיך אליין‪ ,‬איז וואו יא?‬ ‫נאר בארואיקט איר וואו איר שטייט און וואו‬ ‫איר צילט‪ .‬אין דער היינטיגער וועלט וואס מעשים‬ ‫‪ / 134‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫בכל יום אז מענער און פרויען לאזן איבער די‬ ‫פאמיליעס‪ ,‬וועט זי האבן בארעכטיגטע פחדים וואו‬ ‫אהין איר ווילט און וועט אנקומען‪ .‬איר קענט איר‬ ‫אויך געבן צו פארשטיין אז אפילו זי איז מיט אייך‬ ‫נישט מסכים קענט איר זיך נישט העלפן איבער‬ ‫וואו אייער מוח פירט אייך‪ .‬מצד אחר‪ ,‬ווער ווייסט?‬ ‫אפשר קען גאר זיין ביי אייך ווי בתורתו של ר'‬ ‫מאיר‪ ,‬ויעש ה' אלקים לאדם ולאשתו כתנות אור‬ ‫וילבישם‪.‬‬

‫לכבוד החכם הדגול ר' קטלא קניא‪,‬‬ ‫איך וויל געבן פאר מיינע‬ ‫קינדער קוואליטעט‬ ‫ליטעראטור צו אויסברייטערן‬ ‫זייער בליק אויף דער וועלט‪ .‬אבער‬ ‫איך וויל נישט קיין גוי'אישע ביכער‪.‬‬ ‫וועלכע היימישע ביכער אדער‬ ‫אויסגאבעס‪ ,‬אידיש אדער ענגליש‪,‬‬ ‫זענען גוט פאר מיינע קינדער?‬ ‫אין אייער שאלה ליגט אזויפיל‬ ‫איינגעפאקט אז איך ווייס קוים וואו‬ ‫אנצוהייבן‪ .‬די משנה זאגט על ראשון ראשון וועל‬ ‫איך נאכגיין אייערע סדר‪ .‬קודם וועל איך זיך‬ ‫שטעלן אויף קוואליטעט ליטעראטור‪ .‬ליטעראטור‪,‬‬ ‫און בפרט איכות'דיגע‪ ,‬איז צאמגעשטעלט פון‬ ‫פארשידענע פעדעמלעך‪ .‬דער עלעגאנץ פון די‬ ‫אויסשפרעכן און דער סטיל‪ ,‬די אריגינעלקייט פון‬ ‫מעטאפארן און ענלעכקייטן (סימיליס)‪ ,‬די‬ ‫שארפקייט פון דעם שרייבערס אבזערווירונג‪ ,‬די‬ ‫געשפאנטקייט און דראמע פון דעם עצם‬ ‫דערציילונג (פלאט)‪ ,‬דאס געבוי (סטרוקטור) פון‬ ‫דעם כללות'דיגן ארבעט‪ ,‬די פארמירונג פון די‬ ‫אינדיווידועלע כאראקטערס‪ ,‬וויאזוי זיי באציען זיך‬ ‫צווישן זיך און וויאזוי זיי רעאגירן צו די טוישנדיגע‬ ‫אומשטענדן‪ ,‬וויאזוי מען שילדערט דעם עולם‪,‬‬ ‫שנה‪ ,‬ונפש פון דער געשיכטע‪ ,‬די טעמעס וואס די‬ ‫דערציילונג טוט אויפברענגען און אויפוועקן‪ ,‬און‬ ‫די דענקערישקייט וויאזוי מען טוט דאס אלעס‬ ‫באהאנדלען‪ .‬אוודאי זענען דא נאך שנירלעך און‬ ‫ווען זיי קומען זיך אלע צוזאמען רופט מען דאס‬ ‫ליטעראטור‪ .‬דאס איז לאו דווקא ביי שרייבן און‬ ‫דיכטעריי‪ ,‬נאר ביי אלע שעפערישע ארבעט ווי‬ ‫מוזיק און קונסט און אנדערע מעשה ידי אומן‪ ,‬נאר‬ ‫יעדער אויף איר שטייגער‪.‬‬


‫פונדעסטוועגן‪ ,‬אז מען מוז צייגן אויף איין‬ ‫קוואליטעט וואס נעמט ארום אלע קונסט און‬ ‫בפרט ליטעראטור‪ ,‬וואו עס איז שווערער זיך צו‬ ‫באהאלטן‪ ,‬איז עס ארנטליכקייט‪ .‬דאס הייסט‬ ‫נישט אז יעדער וואס איז ארנטליך איז פארדעם‬ ‫א גוטער שרייבער‪ ,‬נאר אז יעדער גוטער ארבעט‬ ‫מוז פארמאגן אין זיך א געוויסע ארנטליכקייט‬ ‫פון דעם שרייבער צו זיך און צו דעם ארבעט ווי‬ ‫אויך צום לייענער‪ .‬איך מיין נישט פשוט זאגן דעם‬ ‫אמת (אין נישט‪-‬פיקציע ארבעט) כאטש געוויס‬ ‫דאס אויך‪ .‬איך מיין א טיפערע ארנטליכקייט פון‬ ‫אבזערוואציע‪ ,‬ארנטליכקייט פון מיינונג‪ ,‬און‬ ‫ארנטליכקייט פון דאס איבערגעבן צום פאפיר‪.‬‬ ‫דאס גייט אן אין זשורנאליזם‪ ,‬זכרונות‪ ,‬עסייען‬ ‫און ווי נאר טינט קומט אין שייכות מיט א בויגן‪.‬‬ ‫אין פיקציע שטעלט זיך עס נאך מער אויס מיט‬ ‫זיין ארנטליך צו שילדערן די וועלט לויט וואו‬ ‫די געשיכטע שפילט זיך אויס און פארלאנגט‪,‬‬ ‫די מאטיוון פון די כאראקטערן‪ ,‬און די עפעקטן‬ ‫פון דער געשיכטע אויף זיי‪ .‬און צוגאב מוזן די‬ ‫כאראקטערן אויך האבן די פרייהייט צו טון ווי עס‬ ‫איז צוגעפאסט פאר זיי און זיך אויסצושפרעכן לפי‬ ‫רוחם‪.‬‬ ‫פאר אייך איז מה טוב ומה נעים אז איר‬ ‫ווילט געבן פאר אייערע קינדער קוואליטעט‬ ‫ליטעראטור צו לייענען ווייל‪ ,‬ווי איר זאגט‪ ,‬איר‬ ‫ווילט אויסברייטערן זייערע בליק אויף דער וועלט‬ ‫און גליקליך זענען די קינדער וואס האבן אזוינע‬ ‫עלטערן‪ .‬נאר אוודאי ווילט איר אויך אז דער בליק‬ ‫וואס זיי קויפן זיך איין זאל זיין אן אמת'דיגער‪ ,‬ווייל‬ ‫ווען נישט איז עס גאנץ קנאפ ברייט און זיכער‬ ‫נישט קוואליטעט‪ .‬ממילא דארף איך אייך פרעגן‬ ‫איבער אייער באגרעניצונג צו היימישע און נישט‬ ‫גוי'אישע ביכער‪.‬‬ ‫צום ערשטנס‪ ,‬וואס מיינט דאס בכלל? די‬ ‫דערציילונג אין ספר בראשית פון די בנות לוט אדער‬ ‫אז די שבטים האבן פארקויפט זייער ברודער רופט‬ ‫איר היימיש צי נישט? און פארקערט אז מען זעצט‬ ‫איבער די שפאנענדע דערציילונג פון "ארום דער‬ ‫וועלט אין אכציג טעג" אויף אידיש (ווי עס איז דא)‬ ‫און מען פאקט עס איין אין גלאנצעדיגע פאפיר מיט‬ ‫ברייטע ראנדן כמנהג "היימישע ביכער" הייסט עס‬ ‫א גוי'אישער אדער א אידישער בוך? אז "המודיע"‬ ‫דרוקט אפ א רעפארט פון רויטערס אדער עי‪-‬פי‬ ‫האט עס א הלכה פון היימיש‪ ,‬גוי'איש אדער איז עס‬ ‫ווי סתם יינם? און מער צום פונקט‪ ,‬ווי ברייט קען‬ ‫דען זיין א וועלט‪-‬בליק ווען מען שליסט דערפון‬

‫אויס אלעס חוץ ‪ - 0.01%‬וואס איז אומגעפער די‬ ‫"היימישע" פראפארציע?‬ ‫איך וועל מיך נישט פאר'תמ'עוווען און‬ ‫איך פארשטיי גאנץ גוט אז איר ווילט אוודאי‬ ‫אויסשליסן טעמעס פון געשלעכט און אפשר‬ ‫אינגאנצן פון ליבע‪ ,‬געוואלד‪ ,‬נארקאטיק‪ ,‬און קען‬ ‫אויך זיין די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט פון ספארט‪,‬‬ ‫טעלעוויזיע‪ ,‬פילמס אא"וו‪ .‬דא איז נישט דער פלאץ‬ ‫צו דעבאטירן איבער דעם‪ ,‬און איך פארשטיי פון‬ ‫וואו דאס שטאמט‪ .‬נאר טראץ דעם‪ ,‬איז דאך דא‬ ‫אזויפיל קוואליטעט ליטעראטור און בפרט אין‬ ‫דער קלאסישער ליטעראטור פאר קינדער וואס‬ ‫איז "כשר למהדרין"‪ ,‬און נקי מכל חשש פון די‪-‬א‬ ‫טעמעס‪" .‬וויזערד אוו אז"‪" ,‬ליטל ווימען"‪" ,‬טאם‬ ‫סויער" און "האקעלבערי פין"‪" ,‬אליווער טוויסט"‪,‬‬ ‫"פיטער פאן"‪" ,‬ליטל האוס אן דע פרערי"' און‬ ‫נאך אן א צאל ביכער געאייניגט פאר קינדער אן‬ ‫"פסול'ע" טעמעס‪ ,‬און וואס מען האט געשריבן‬ ‫ווען‪ ,‬ווי מען זאגט ביי אונז‪ ,‬די וועלט איז נאך געווען‬ ‫וועלט‪ .‬די ביכער זענען אויך געשריבן מיט א הויכער‬ ‫ניווא אין שפראך און וואקאבולאר וואס וועט פאר‬ ‫די קינדער אויספילן דאס וואס צו באדויערן לערנט‬ ‫מען זיי נישט אויס אין חדרים און קוים אין שולעס‪.‬‬ ‫וועט איר מיר פרעגן‪ ,‬און וואס איז מיט‬ ‫היימישע ליטעראטור וואס איז סוף סוף געווען‬ ‫אייער אריגינעלע פראגע? איז צוויי זאכן‪ .‬ראשית‬ ‫כל‪ ,‬בין איך נישט צו א גרויסע בקי אין "היימישע"‬ ‫ביכער און אויסגאבעס‪ .‬אדער טרעף איך זיי עפ"י‬ ‫רוב באקראי פון צייט צו צייט‪ ,‬אדער איז מיין‬ ‫באקאנטשאפט פון מיין גרסא דינקותא‪ .‬והשנית‪,‬‬ ‫דאס וואס איז מיר יא באקאנט וועל איך נישט‬ ‫רעקאמענדירן‪ .‬איידער איך זאג פארוואס וויל איך‬ ‫נאר איין זאך קלאר מאכן‪ :‬פרומקייט‪ ,‬רעליגיע‪,‬‬ ‫ערליכקייט און תמימות זענען נישט קיין סתירה‬ ‫צו שעפערישקייט‪ .‬ר' יהודה הלוי און ר' שלמה אבן‬ ‫גבירול האבן געשריבן וועלט‪-‬בארימטע דיכטעריי‬ ‫אויף געטליכקייט‪ ,‬תהילים האט דערהויבענע‬ ‫קאפיטלעך‪ ,‬און ישעיה הנביא האט פון די שענסטע‬ ‫שורות וואס דערקוויקן א מידער זעל טויזנטער‬ ‫יארן נאכדעם וואס מען האט זיי געשריבן‪.‬‬ ‫נאר דער היינטיגער חרדישער מצב פון‬ ‫קאנטראל איבער גוף ונפש לאזט נישט‬ ‫אויסשפרעכן נישט געפילן און נישט פאקטן וואס‬ ‫קלאפן נישט מיטן רוח הזמן‪ ,‬און ווי געזאגט‪ ,‬אן‬ ‫ארנטליכקייט איז נישט דא קיין ליטעראטור‪ .‬ווי‬ ‫מיר זאגן אין סליחות‪ ,‬אנשי אמנה אבדו באים בכוח‬ ‫מעשיהם‪ ,‬ארענטליכע מענטשן קומען צו דעם כוח‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪135 /‬‬


‫פון זייערע ווערק‪ .‬היינט אבער קומט יעדער בכוח‬ ‫זייערע זיידעס און נאכהענגערס (ווען נישט מיט‬ ‫דער כוח פון זייערע פויסטן)‪ .‬קיינער זאגט נישט‬ ‫און שרייבט נישט וואס ער צי זי טראכט און אפילו‬ ‫נישט וואס דער עולם וויל הערן‪ ,‬נאר דאס וואס זיי‬ ‫ווייסן אז דער עולם האט מורא זיך קעגנשטעלן‪.‬‬ ‫ליטעראטור קומט מיט הסכמות פון די וואס‬ ‫ליטעראטור וואלט געדארפט פארדאמען‪" .‬קונסט"‬ ‫איז מלא קונצן אן א טראפ זעלבסשטענדיגער‬ ‫ארטיסטישער אדער שעפערישער אינהאלט‪.‬‬ ‫מוזיק איז א ווארעמער ניגון וואס קומט מיט‬ ‫קרעכצן‪ ,‬אוי וויי'ס‪ ,‬און אויסגעשפרייטע הענט על‬ ‫כל צער וצער אז דער קאר איז נעבעך צו גרויס פאר‬ ‫דער דרייוו‪-‬וועי‪ .‬און מוזיק ווידעאס מיינט רירנד‬ ‫בלויז ווען עס פארמאגט א רינענדיגער טרער אויף‬ ‫א קינדערישער באק‪.‬‬ ‫השמן לב העם הזה‪ ,‬און חוץ אז מען גיט‬ ‫זיי עפעס אין פרצוף קען מען נישט בארירן א‬ ‫הארץ‪ .‬און ווען עס קומט צו ליטעראטור מוזן‬ ‫שלאפע געהאלפן ווערן פון צדיקים‪ ,‬ארעמע‬ ‫דורך פילאנטראפישע נגידים‪ ,‬פרומע דורך דעם‬ ‫אומקום פון רשעים‪ ,‬און פארבלאנזשעטע קומען‬ ‫שטענדיג איבער די נסיונות איינצוזען דאס‬ ‫אמת'ע ליכט וואס הערשט אין ברוקלין אויף לי‬ ‫און דרייצענטער עוועניוס‪ .‬דער מוסר השכל מוז‬ ‫פארשטייט זיך פארבלענדן די אויגן‪ ,‬און טאמער‬ ‫חלילה איז א קלייניגקייט אפילו א האר‪-‬ברייט‬ ‫אפגעריקט פון אונזער צייט‪-‬גייסט מוז מען באלד‬ ‫איבערדרוקן א מהדורא תנינא אין פאל אז עפעס‬ ‫א "מחנך" וועט שרייבן אנאנים א בריוו צו א‬ ‫צייטונג אדער הענגען א צעטל אונטערגעשריבן‬ ‫"המעוררים" איבער דער סכנה וואס שוועבט ר"ל‬ ‫אין נישט‪-‬אויסגעהאלטענע ביכער‪.‬‬ ‫איז צום אויספיר פרעג איך אייך‪ ,‬סארא‬ ‫סארט ברייטקייט ערווארט איר אין א וועלט‬ ‫פון ליטעראטור וואס זוכט אלץ מער צו‬ ‫פארשמעלערן‪ ,‬און וואס ווערט אלץ ענגער אפילו‬ ‫פאר די וואס געפונען זיך אינעווייניג? איר ווילט‬ ‫אפאר טשיקאווע מעשה'לעך פון א טיגער וואס‬ ‫האט געבוירן אין א זו אין כינע‪ ,‬און א שטורעם‬ ‫ווינט און אן ערד ציטערניש אונטערן רובריק‬

‫פון מה רבו מעשיך ה'‪ ,‬צי ווילט איר אז אייערע‬ ‫קינדער זאלן פארשטיין ווי די וועלט ריכט זיך‬ ‫אפ אויף גוטס און אויף שלעכטס‪ ,‬און זיי זאלן‬ ‫אנטוויקלען זייערע כלי מחשבה וואס גאט האט‬ ‫זיי געשאנקען?‬ ‫זייט מיר מוחל אז איך האב מאריך געווען אויף‬ ‫אייער קורצע שאלה אן צו געבן דעם ענטפער‬ ‫וואס איר האט ערווארט‪ ,‬אבער אז איר ווילט‬ ‫מקיים זיין אייער פליכט צו אייערע קינדער און‬ ‫עפענען זייערע מוחות צו גאטס וועלטל וועט‬ ‫איר עס נישט געפונען אין ביכער און צייטשריפטן‬ ‫וועמנס ציל איז צו פאראייביגן וואו מיר זענען‬ ‫ווייל עס איז פשוט אוממעגליך צו געפונען‬ ‫חידושים און שעפערישקייט ביי די וואס פארכטן‬ ‫טויש מער ווי טויט‪.‬‬ ‫אין פאל אז איך האב ביי אייך נאכאלץ‬ ‫נישט גע'פועל'ט‪ ,‬האב איך פאר אייך א היימישן‬ ‫ספר וואס וועט זיי געוויס פארברייטערן זייער‬ ‫אויסבליק אויף דער וועלט‪ ,‬און דאכט זיך מיר עס‬ ‫איז היימישער דערפון נישט דא‪ .‬עס הייסט תורה‬ ‫נביאים וכתובים‪ .‬עס איז פול מיט שעפעריש‬ ‫דערציילטע געשיכטעס‪ ,‬אריגינעלע אויסשפרעכן‪,‬‬ ‫מעטאפארן וואס דערקוויקן דעם זעל‪ ,‬און מוסר‬ ‫אין איטליכן קאפיטל‪ .‬לדוגמא‪ ,‬פונקט יענע וואך‬ ‫האב איך געלייענט די מעשה פון נבות היזרעאלי‬ ‫און שאול המלך‪ .‬די געשיכטע איז שיין דערציילט‬ ‫ווי שאול המלך ווערט אומעטיג ווייל נבות וויל‬ ‫אים נישט פארקויפן זיין וויינגארטן‪ ,‬ווי זיין פרוי‬ ‫איזבל קאנספירירט צו מארדן נבות'ן מיט א בלבול‬ ‫אויף צוצוכאפן דעם וויינגארטן‪ ,‬און ווי אליהו‬ ‫שטראפט זיי איבער זייער מיאוס'ע רויבעריי‬ ‫מיט דער באקאנטע אויסשפרעך‪" ,‬הרצחת וגם‬ ‫ירשת?!"‬ ‫איר קענט פארפירן מיט די קינדער א שמועס‬ ‫איבער די באגרעניצונגען פון דער מאכט פון‬ ‫א קעניג‪ ,‬דער חורבן פון מאטעריאליסטישער‬ ‫גלוסטעריי‪ ,‬די רעכטן פון דער פשוט'ער‬ ‫באפעלקערונג קעגן תקיפות‪ ,‬אז מאכט איז‬ ‫נישט רעכט‪ ,‬אז אלע דארפן זיין גלייך פאר דעם‬ ‫געזעץ‪ ,‬און אז אפילו די מעכטיגע מוזן אפגעבן‬ ‫דין וחשבון‪.‬‬

‫שיקט אריין אייערע פראגעס פאר קטלא קניא‪ ,‬צו‬ ‫‪vekerjournal@gmail.com‬‬ ‫‪ / 136‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫מיין קינד‪,‬‬

‫איך האב דיך ליב!‬ ‫הילל‬

‫ליבשאפט‪ ,‬אוי ליבשאפט‪.‬‬ ‫וואספארא ליבליכע געפילן‬ ‫ליגן נאטירליך טיף אין יעדנ'ס הארץ;‬ ‫וואספארא ליבליכע געדאנקען ווירבלען אין‬ ‫יעדנ'ס קאפ‪ .‬אהבה אחוה שלום וריעות‪ .‬אבער‪...‬‬ ‫קוק זיך ארום‪ ,‬קוק אויף רעכטס‪ ,‬קוק אויף לינקס‪,‬‬ ‫זאג מיר וואס דו זעסט‪ .‬איך פערזענליך באגעגן‬ ‫אסאך דאס פארקערטע‪ .‬איך באטראכט מיך אליין‪,‬‬ ‫איך באאבאכט מיינע ארומיגע‪ ,‬איך אבזערוויר‬ ‫נאנטע און ווייטע – ליבשאפט געפין איך זעלטן‪.‬‬ ‫אקומה נא ואסובבה בעיר‪ ,‬בוויליאמסבורג‬ ‫ובבארא פארק‪ ,‬ביקשתי את שאהבה נפשי‪,‬‬ ‫ביקשתיו ולא מצאתיו‪ .‬פון אנטי‪-‬ליבשאפט‬ ‫טרעפט מען גרויסע בערג‪ ,‬פון שפעטעריי און‬ ‫סארקאזם ריזיגע הויפנס‪ ,‬און אזוי אויך איז דא אן‬ ‫ענדלאזע שפע פון קריגעריי‪ ,‬לשון הרע‪ ,‬אפלאכן‬ ‫און אוועקמאכן יעדן וואס איז אין א פיצל אנדערע‬ ‫קאטעגאריע ווי מיר אדער האלט א ברעקל‬ ‫אנדערש ווי איך פארשטיי‪.‬‬ ‫ווילן מיר אזא סביבה? ווילן מיר אזא לעבן?‬

‫ווילן מיר אזא וועלט? נעך!‬ ‫יעדער וויל לעבן אין א וועלט פון‬ ‫פריינטשאפט‪ ,‬אין א וועלט וואו ליבע זאל‬ ‫זיך גיסן אין די גאסן‪.‬‬ ‫דער שליסל צו א פרייליכער וועלט איז‪:‬‬ ‫ליבשאפט‪ .‬געבן ליבשאפט און באקומען‬ ‫ליבשאפט‪.‬‬ ‫אז יעדער זאל שפירן א ליבשאפט צו יעדן‬ ‫אנדערש‪ ,‬וועט די וועלט מיטאמאל זיין א הערליכע‪,‬‬ ‫סימפאטישע‪ ,‬ווייכע‪ ,‬ווארעמע און ליבליכע‬ ‫וועלטעלע‪ .‬א גן‪-‬עדן התחתון‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬פיין‪ ,‬איך הער‪ .‬און אפשר אויך מסכים‪ .‬אבער‬ ‫וויאזוי קען מען דערגרייכן צו אזא מציאות?‬ ‫אלזא‪ ,‬מ'קען אהין דערגרייכן דורך‪ ...‬ליבשאפט!‬ ‫אבער טאטע זיסע‪ ,‬וויאזוי קען מען חלומ'ען פון‬ ‫אנקומען צו אזא מציאות‪ ,‬וויאזוי קען מען מאכן‬ ‫די ערשטע טריט צו שפאנען אין ריכטונג פון אזא‬ ‫הערליכער פאסצינירנדער סצענע? וואו הייבט מען‬ ‫אן?‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪137 /‬‬


‫אט איז איינע פון די גרעסטע יסודות וויאזוי צו‬ ‫פארשפרייטן ליבשאפט אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫ליבשאפט הייבט זיך אן ביי זיך אין שטוב‪ ,‬ביי‬ ‫די נאנטסטע וואס דער מענטש פארמאגט‪ .‬אבער‬ ‫איידער מען קען אנהייבן קלערן פון ריכטיגער‬ ‫אהבה בין איש לאשתו‪ ,‬אדער בין אדם לחבירו‪,‬‬ ‫גייט יעדער מענטש ערשט אליין דורך די תקופה‬ ‫פון קינדשאפט‪ ,‬פון ווען מען ווערט געבוירן ביז‬ ‫מען וואקסט אונטער‪ .‬אין יענער יונגער תקופה‬ ‫ווען יעדער הייבט אן מיט א "קלין סלעיט"‪ ,‬א נייר‬ ‫חדש‪ ,‬דעמאלט שפירט מען צום ערשטן מאל וואס‬ ‫קשר‬ ‫עס מיינט זיין פארבינדן און האבן א‬ ‫צו אנדערע מענטשן‪ .‬יענע‬ ‫יונגער עקספיריענס אין‬ ‫ליבשאפט שטעלט א‬ ‫יסוד פאר'ן גאנצן‬ ‫לעבן‪.‬‬ ‫גאנץ‬ ‫די‬ ‫ערשטע ברואים‬ ‫מיט וועמען א קינד‬ ‫קומט אין קאנטאקט‬ ‫במשך די ערשטע‬ ‫יארן פון זיין לעבן‪ ,‬און‬ ‫בלייבט אייגנטליך בקשר‬ ‫מיט זיי אויף אייביג‪ ,‬זענען‬ ‫זיינע עלטערן‪ .‬דעריבער‪ ,‬לויט‬ ‫וויאזוי זיינע עלטערן פירן זיך אויף‬ ‫צום קינד‪ ,‬לויט די מאס ליבשאפט און‬ ‫סעקיוריטי וואס א קינד שפירט טיף אין די‬ ‫ביינער‪ ,‬האט דאס א געוואלדיגער עפעקט אויף‬ ‫דעם קליינעם מענטשל‪ .‬עס פארמירט זיין יסוד און‬ ‫פארשטאנד און געפיל צו דעם ענין פון ליבשאפט‪,‬‬ ‫און דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן‪.‬‬ ‫איז דאך בלויז שכל'דיג אז מען דארף זיך‬ ‫נעמען די ערשטע צו דעם חלק‪ .‬ווייל אויב מיין‬ ‫קינד און דיין קינד און יעדע קינד וועט באקומען‬ ‫און אויפוואקסן מיט גענוג ליבשאפט‪ ,‬וועט ער‬ ‫געווענליך אויטאמאטיש ווייטער ציען דעם קייט‬ ‫און איבערגיסן די ליבשאפט צו זיינע קינדער‪ ,‬און‬ ‫זיינע קינדער צו די קינד'ס קינדער‪ .‬און אזוי קען‬ ‫אויפוואקסן א גאנצע דור פון ליבשאפט‪ ,‬פון פרידן‪,‬‬ ‫פון שלום‪.‬‬ ‫א קינד דארף וויכטיג האבן דריי זאכן‪:‬‬ ‫ליבשאפט‪ ,‬ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט‪.‬‬ ‫שוין פון ווען ער איז פיצל שפירט ער באליבט ווען‬ ‫די מאמע שמייכלט צו אים‪ .‬ער פילט ליבשאפט‬ ‫ווען די מאמע קוקט אים אין די אויגן‪ .‬ער שפירט‬ ‫‪ / 138‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫לאוו ווען זיין מאמע (און האפנטליך אויך זיין‬ ‫ָ‬ ‫טאטע) האלט אים און קוועטשט אים און האלזט‬ ‫אים און קושט אים‪ .‬ער דארף אויך א געפיל פון‬ ‫סעקיוריטי ‪ -‬און ער שפירט זיך פארזיכערט ווען‬ ‫די מאמע געפינט זיך כסדר נעבן אים און רעאגירט‬ ‫שטענדיג צו זיינע פארלאנגען און באדערפענישן‪.‬‬ ‫יענע מאמענטן זענען דער יסוד פון א קינד און ער‬ ‫דארף דאס ווי לופט צום אטעמען‪ .‬עס איז די שפייז‬ ‫פאר זיין פסיכאלאגישער גייסט‪.‬‬ ‫אבער דאס ענדיגט זיך נישט ביי פיצלעך‬ ‫קינדער‪ .‬אויך גרעסערע קינדער דארפן אסאך‬ ‫ליבשאפט און אסאך אויפמערקזאמקייט‪ .‬ווען מען‬ ‫ווערט גרעסער קומען אריין אין בילד אויך אנדערע‬ ‫זאכן‪ ,‬עס פאסט מער נישט‬ ‫ארויסצואווייזן דעם‬ ‫געברויך דערצו און‬ ‫זיכער עס נישט‬ ‫פארלאנגען‪ ,‬אבער‬ ‫מען דארף ווייטער‬ ‫די וויכטיגע דאזע‪.‬‬ ‫מען‬ ‫אויב‬ ‫שפילט מיט א קינד‪,‬‬ ‫מען געט אים כסדר‬ ‫דעם ליבליכן שמייכל‪,‬‬ ‫דעם ליבליכן גלעט‪ ,‬דעם‬ ‫אמת'דיגן קאמפלימענט‬ ‫אויף זיינע מעלות‪ ,‬דאס אלעס‬ ‫מאכט אים שפירן מער ווי יעדע‬ ‫מתנה וואס קענסט אים געבן אין לעבן‪.‬‬ ‫ער שפירט זיך ווי א מיליאן דאלאר‪ .‬עס וועט‬ ‫אים בלייבן אין די ביינער און וועט אים האלטן‬ ‫צוגעבינדן צו דיר ווי א מאגנעט‪ .‬אז דו וועסט עס‬ ‫טון אסאך‪ ,‬און טאקע מיט אן אמת‪ ,‬פון הארץ ארויס‬ ‫(נישט משפה ולחוץ)‪ ,‬וויאזוי זאל ער אמאל בכלל‬ ‫וועלן אדער אפילו קענען זיך אפרייסן פון דעם‬ ‫אזוי ליבליכן געפיל? פאר זיין און פאר דיין טובה‬ ‫זע אים צו געבן ליבשאפט ווי אפטער‪ ,‬עס זאל זיך‬ ‫אויפבויען דער ליבליכער געפיל און פארשטארקן‬ ‫דעם אינטימען קשר‪.‬‬ ‫אט איז איין משל וואס איך פרוביר צו טון‬ ‫כאטש איין מאל א וואך‪ :‬איך נעם מיין קינד‪ ,‬צי ער‬ ‫איז דריי יאר‪ ,‬זעקס יאר אדער ניין יאר‪ ,‬איך נעם אים‬ ‫אויף מיין שויס‪ .‬איך האלט אים ארומגענומען‪ .‬איך‬ ‫דרוק אים צו צו מיר ביידע הענט‪ .‬איך קוק אים אריין‬ ‫אין די אויגן‪ ,‬אן קיין ווערטער‪ .‬איך האב דערביי‬ ‫אויסגעגאסן אויפ'ן פנים א צוגעלאזענע‪ ,‬ליבליכע‬ ‫און ווארעמע פאטערליכע שמייכל‪ .‬דערנאך געב‬ ‫איך אים אן איידעלן קוש‪ .‬און איך זאג אים‪ :‬איך‬


‫האב דיך אזוי שטארק ליב! ווי דער זיסער שמייכל‬ ‫פארמירט זיך‪ ,‬געב איך אים נאך א שטערקערן קוש‪,‬‬ ‫און זאג נאכאמאל‪ :‬יוי‪ ,‬איך האב דיך אזוי שטארק‬ ‫ליב!‬ ‫סתם‪ ,‬ער זאל הערן‪ :‬איך האב דיך ליב ווייל איך‬ ‫האב דיך ליב‪ .‬אן קיין פארוואס‪ ,‬אן קיין פארווען‪.‬‬ ‫"יאנקי‪ ,‬דו ווייסט ווי שטארק טאטי האט דיך ליב?‬ ‫יא‪ ,‬זיסקייט‪ ,‬דו ווייסט? דו ווייסט ווי שטארק? איך‬ ‫מיין דו ווייסט אפילו נישט ווי שטארק! דו ביסט די‬ ‫בעסטע זאך אויף דער גאנצער וועלט‪".‬‬ ‫די יונגערע קינדער בלייבן ליגן צוגענאגלט‬ ‫און אטעמען אריין די ליבשאפט‪ .‬די וואס זענען‬ ‫שוין אביסל עלטער קענען זיך אמאל אביסל‬ ‫אוועקדרייען‪ ,‬אבער מען האלזט אים ווייטער ביז‬ ‫ער רייסט זיך שוין ארויס און לויפט אוועק מיט‬ ‫דעם טיפן אויסדרוק פון פארגעניגן וואס איז‬ ‫אים אוממעגליך צו באהאלטן‪ .‬נישט קיין חילוק‬ ‫זיין רעאקציע‪ ,‬איז דער ליבשאפט מעסעדזש‬ ‫אנגעקומען און ער האט ב"ה נאכאמאל באקומען‬ ‫זיין נויטיגע דאזע‪.‬‬

‫און וויבאלד איך בין שוין ב"ה געקומען צו דער‬ ‫אנערקענונג אז מיר מענטשן זענען אלע זייער‬ ‫ענליך איינער צום אנדערן‪ ,‬מיט זייער ענליכע‬ ‫געפילן‪ ,‬כאראקטערן און‪ ,‬אנטשולדיגט מיר‪ ,‬אויך‬ ‫משוגעת'ן‪ ,‬קען איך זיך פארשטעלן וואס טייל‬ ‫מענטשן קענען טראכטן‪ .‬וועל איך דיר מגלה סוד‬ ‫זיין אז אויב האסט מורא אז אזא אפענער אקט פון‬ ‫ליבשאפט וועט זיך שפירן מאדנע‪ ,‬מעגסטו וויסן‬ ‫אז איך האב אויך געשפירט מאדנע די ערשטע פאר‬ ‫מאל‪ .‬עס איז נישט קיין בושה‪.‬‬ ‫אלס איינער וואס האט גראדע געהאט אלס‬ ‫קינד א פיינעם טאטן‪ ,‬בין איך אבער דאך נישט‬ ‫אויפגעוואקסן מיט אזא סארט אפענע ליבשאפט‪.‬‬ ‫קיין קוש אדער האג האב איך קיינמאל באקומען‪,‬‬ ‫פונקט ווי רוב קינדער פון דעם פאריגן דור‪.‬‬ ‫(וואס ווי באקאנט איז דאס אמאל געווען דער‬ ‫סדר העולם‪ ,‬און ביז נישט לאנג צוריק האבן די‬ ‫פסיכאלאגן גאר געפרעדיגט אז עס איז בעסער‬ ‫'נישט' צו ווייזן ליבשאפט פאר קינדער‪ ,‬וואס איז‬ ‫א באזונדערע שמועס‪ ).‬דעריבער פונקט ווי אסאך‬ ‫אנדערע מענטשן איז דאס מיר אויך נישט געקומען‬ ‫נאטירליך‪ .‬אבער מיין שכל און עטליכע חינוך‬ ‫ביכלעך האט מיר עס געהייסן טון‪.‬‬ ‫איך האב פארשטאנען אז דאס איז זייער גוט‬

‫פאר מיינע קינדער‪ ,‬און אפילו פאר מיר אליין‪ .‬און‬ ‫גלייבט מיר‪ ,‬עס שפירט אזוי גוט אז עס לאזט זיך‬ ‫נישט אראפשרייבן‪ .‬ווען עס ווערט א רוטין‪ ,‬שפירט‬ ‫מען בחוש ווי דער עמאציאנאלער קשר מיט'ן קינד‬ ‫בויעט זיך אויף גאר אן אנדערן שטאפל ווי איך האב‬ ‫זיך אמאל געקענט פארשטעלן‪ ,‬און עס ווערט א‬ ‫טיפער אינערליכער בונד צווישן טאטן און קינד‪,‬‬ ‫וואס קיין בעסערס פון דעם איז נישט פארהאן‪.‬‬ ‫אזא צוגאנג העלפט אויך דעם טאטן זיין‬ ‫מער נאנט‪ ,‬מער מענטשליך‪ ,‬און מער יושר'דיג‬ ‫מיט'ן קינד‪ .‬יעדער ווייסט אז דער מענטש ווערט‬ ‫עפעקטירט פון דעם וואס ער טוט למעשה‪ ,‬אדם‬ ‫נפעל כפי פעולותיו‪ ,‬מען פאפט אזוי לאנג ביז מען‬ ‫ווערט באמת‪ ,‬ממילא אויב מען פירט זיך מיט'ן קינד‬ ‫אויף א ליבליכן אינטימען שטאפל‪ ,‬אפילו נאר‬ ‫עטליכע מאל אין חודש‪ ,‬וועט עס באמת אנהייבן‬ ‫אריינברענגען נענטערע געפילן‪ ,‬פון ביידע צדדים‪.‬‬ ‫פלוצלינג וועסטו זען ווי ער הייבט אן טון נייע זאכן‬ ‫וואס ער טראכט קענען דיר שאפן א פארגעניגן‪.‬‬ ‫די נאנטקייט ברענגט אויך צו אנהייבן זיין מער‬ ‫באלאנסירט און אים נישט אוועקשטופן אדער‬ ‫סתם באליידיגן אפילו אין א גערעגטן מאמענט‪,‬‬ ‫ווייל די געפילן פון יענע ווארעמע מאמענטן קומען‬ ‫ארויף‪.‬‬ ‫און אוודאי טוט אזא נאנטשאפט אויך טוישן די‬ ‫גאנצע באציאונג פון דעם קינד אויף א פאזיטיוון‬ ‫אופן‪ .‬אין דער רגע וואס ער שפירט זיך באליבט‬ ‫פון די עלטערן‪ ,‬אויב ער שפירט זיך באמת "לאָ‬ ‫ווד"‪ ,‬איז ער נישט "רעבעליעס"‪ ,‬ער טוט נישט קיין‬ ‫אומפארשטענדליכע אקטן‪ ,‬און ער וועט אסאך‬ ‫ענדערש פאלגן וואס מען זאגט אים‪ ,‬ווייל קודם‬ ‫האט ער דעם וויכטיגן יסוד‪-‬געפיל אין זיין קאפ‬ ‫אז דו האסט אים ליב און מיינסט זיין גוטס‪ .‬אויב‬ ‫וויל ער עפעס אנדערש ווי דו‪ ,‬וועט ער אנשטאט‬ ‫סתם איגנארירן‪ ,‬בלאזן‪ ,‬אדער זיין אויפגערעגט‪ ,‬דיר‬ ‫פרובירן מסביר זיין וואס ער וויל און פארוואס ער‬ ‫וויל‪ ,‬און דו וועסט אים קענען מסביר זיין פארוואס‬ ‫דו פארשטייסט אדער ווילסט אנדערש‪.‬‬ ‫דער עיקר איז‪ ,‬ער שפירט אז די "ליין אוו‬ ‫קאמוניקעישאן" איז אפן‪ ,‬ער ווייסט אז דו האסט‬ ‫אן אפן אויער אויסצוהערן זיינע געפילן און‬ ‫פארלאנגען‪ ,‬ער ווייסט אז דו ווילסט אים באמת‬ ‫פארשטיין‪( .‬דאס איז שוין באמת א באזונדערע‬ ‫נושא‪ ,‬צו 'אויסהערן' דעם קינד און זיכער מאכן ווען‬ ‫נאר מעגליך אז ער 'פארשטייט' לויט זיין שטאפל‬ ‫וואס דו ווילסט און פארוואס דו ווילסט‪ .‬נישט‬ ‫סתם שיסן באפעלן א גאנצן טאג און איגנארירן‬ ‫וואס ער זאגט‪ .‬נאר קלאר אויסהערן זיין זייט און‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪139 /‬‬


‫דערנאך רעאגירן אויף וואס ער זאגט‪ .‬ער וויל‬ ‫שפירן אז דו האסט 'אים' פארשטאנען‪ .‬איינמאל‬ ‫דו ווייזט אים קלאר אז דו פארשטייסט גענוי וואס‬ ‫ער שפירט‪ ,‬דערנאך קענסטו מסביר זיין פארקערט‪.‬‬ ‫אויסער וואס דאס איז די בעסטע וועג‪ ,‬געט דאס אים‬ ‫אויך די ריכטיגע געצייגן צו קענען טראכטן גראד‪,‬‬ ‫ער לערנט זיך אויס וויאזוי מען אנאליזירט א זאך‬ ‫און באהאנדלט א דילעמע מיט אן אפענעם קאפ‪,‬‬ ‫און העלפט אים אויפוואקסן מער ערוואקסן און‬ ‫באלאנסירט‪ .‬אבער דא רעדן מיר ערשט פון‬ ‫א' ‪:‬‬ ‫דעם וויכטיגסטן סעיף‬ ‫און‬ ‫ליבשאפט‬ ‫נאכאמאל‬ ‫ליבשאפט‪).‬‬ ‫אזא מהלך‬ ‫איז א זה נהנה‬ ‫וזה נהנה‪ ,‬דו‬ ‫וועסט שפירן א‬ ‫נאנטשאפט מיט'ן‬ ‫קינד און ער וועט דיך‬ ‫ענדערש אויסהערן און‬ ‫פאלגן‪ .‬אבער דאס איז נאר די‬ ‫שארט‪-‬טוירם בענעפיט‪ .‬דער עיקר‬ ‫מעלה איז אז דאס קינד וואקסט אויף‬ ‫געזונט‪ ,‬מיט א געזונטן גייסט‪ ,‬ער שפירט‬ ‫אז ער איז באליבט ביי די עלטערן‪ ,‬וואס איז די‬ ‫פשוט'סטע געברויך פאר א מענטשליכע סאציאלע‬ ‫גייסט‪ .‬אז דער פונדאמענט פונעם מענטש איז‬ ‫פעסט‪ ,‬קען מען דערנאך בויען א גרויסן שטארקן‬ ‫בנין‪.‬‬

‫רעדן‪ ,‬שמייכלען‪ ,‬שפילן‪ ,‬פארברענגען‪ ,‬זיך‬ ‫נאריש מאכן‪ ,‬דאס אלעס איז א וויכטיגע טייל פון‬ ‫ליבשאפט‪ .‬דאס איז בכלל נישט קיין "בעיבישע"‬ ‫זאך‪ ,‬אפילו פאר דעם גרויסן חכם און ערנסטן‬ ‫כאראקטער‪ .‬עס איז די קלוגסטע שריט‪ ,‬סיי אלס‬ ‫די געוואלדיגע פאזיטיווע קאנסעקווענצן און סיי‬ ‫טאקע ווייל עס איז די מערסט מענטשליכע זאך‬ ‫וואס א היומען ביאינג קען טון‪.‬‬ ‫טראכט אריין‪ :‬אין א תקופה ווען מאשינען‬ ‫קענען טון אזויפיל זאכן פונקט ווי דעם מענטש‪.‬‬ ‫מיין הארד דרייוו אנטהאלט טויזנט מאל מער‬ ‫אינפארמאציע ווי דעם מוח פון דעם גרעסטן ידען‪,‬‬ ‫דער קאמפיוטער קען מאכן מיליאן מאל שנעלערע‬ ‫קאלקולאציעס ווי דעם גרעסטן מאטעמאטיקער‪,‬‬ ‫‪ / 140‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫און ער געווינט קעגן דעם גרעסטן שאך‪-‬שפילער‪,‬‬ ‫און בקרוב וועלן קאמפיוטערס‪ ,‬ראבאטן און‬ ‫מאשינען קענען טון ממש יעדע זאך פיל בעסער‬ ‫ווי דעם קלוגסטן און שטערקסטן מענטש אין דער‬ ‫וועלט‪ ,‬וויאזוי וועט מען פונאנדערשיידן צווישן‬ ‫א מענטש און מאשין? וויאזוי וועט מען קענען‬ ‫איבערצייגן אז א מאשין איז נישט באוואוסטזיניג?‬ ‫וויאזוי וועט מען וויסן אז א מענטש איז יא‬ ‫באוואוסטזיניג?‬ ‫עס איז נאר דא איין זאך‪ ,‬איין סימן‪:‬‬ ‫ווען עס הייבט אן שפילן!‬ ‫אין סתם שפילן לשם‬ ‫שפילן ליגט דער העכסטער‬ ‫אויסדרוק פון דעם‬ ‫מענטשנ'ס גייסט! דאס‬ ‫טון קינדישע‪ ,‬ציללאזע‬ ‫זאכן‪ ,‬סתם פאר די פאן‪ .‬זיך‬ ‫נאריש מאכן סתם לשם זיך‬ ‫צו נאריש מאכן‪ .‬שמייכלען‪,‬‬ ‫וויצלען‪ ,‬שפילן און ארומטאנצן‪,‬‬ ‫דאס זענען די בעסטע סימנים‬ ‫פון 'מענטשליכער' אינטעליגענץ‪.‬‬ ‫ארומהאלזן א קינד‪ ,‬שמייכלען און‬ ‫שפילן מיט אים‪ ,‬ארויסווייזן ליבשאפט‪ ,‬דאס‬ ‫איז א ריכטיגער מענטש‪ .‬א מענטש במלואו!‬ ‫און דאס האב איך געטראכט דעם לעצטן‬ ‫שבת נאכמיטאג ווען איך האב‪ ,‬כמנהגי מדי שבוע‬ ‫בשבוע‪ ,‬געשפילט מיט מיינע לעכטיגע זיסע‬ ‫קינדערלעך אויף דער ערד‪ .‬איך האב זיי דערציילט‬ ‫א מעשה'לע‪ ,‬איך האב געהייסן יעדן דערציילן‬ ‫זייערע אינטערעסאנטע עפיזאדן פון יענער‬ ‫וואך אין חדר און סקול‪ ,‬און זיי אויסגעהערט מיט‬ ‫אינטערעסע און געגאסן קאמפלימענטן רעכטס‬ ‫און לינקס‪ ,‬איך האב געזונגען מיט זיי ניגונים‪,‬‬ ‫איך האב געשפילט מיט זיי שוטס‪-‬ענד‪-‬לעטערס‬ ‫און אונז‪ ,‬אויבער‪-‬חכם און סטראטיגא‪ .‬פאר די‬ ‫קלענערע האב איך ארויסגעלייגט מיין האנט און‬ ‫זיי האבן עס פרובירט געבן א פאטש בשעת איך‬ ‫האב עס שנעל אוועקגעכאפט‪ .‬איך האב געמאכט‬ ‫דזשאוקס‪ ,‬איך האב זיי געקיצלט און זיי האבן מיך‬ ‫געקיצלט‪ .‬איך האב געטון אלעס וואס האט זיך‬ ‫געלאזט‪ ,‬אלעס וואס קען ארויפברענגען א רואיגן‬ ‫און פרייליכן פנים אויף מיינע נשמה'לעך‪.‬‬ ‫און וואס האב איך געשפירט? איך האב‬ ‫געשפירט מעין עולם הבא!‬ ‫אמת‪ ,‬די צייטונגען און ביכער זענען געליגן‬ ‫אויף דער סאפע‪ ,‬און איך האב שטארק געבענקט‬ ‫נאך זיי‪ .‬עס האט מיך געצויגן צו גיין קוקן אין א ספר‬


‫אדער ליינען א בוך‪ ,‬וואס איז מיר אויך א געוואלדיגע‬ ‫תענוג רוחני‪ ,‬אבער ווען מיינע באליבטע קינדער‬ ‫זענען געזעסן נעבן מיר‪ ,‬מיך געשלעפט און‬ ‫ארומגעהאלזט‪ ,‬געטאנצן אויף מיר און געלאכט‬ ‫הויך‪ ,‬געשריגן "טאטי‪ ,‬טאטי‪ ,‬איך האב דיך ערשט‬ ‫געכאפט‪ ",‬יענע פשוט'סטע מענטשליכע פרייליכע‬ ‫געפילן האבן געברענגט א פיל גרעסערע הנאה און‬ ‫האבן באזיצן אזא דערהויבענע חשיבות‪ ,‬מער ווי‬ ‫סיי וועלכע אנדערע זאך אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫עס האט מיך געמאכט שפירן ווי איבערגעפילט‬ ‫מיט די איינפאכסטע באשטאנדטיילן פון דער‬ ‫מענטשהייט‪ ,‬עס האט מיך געמאכט שפירן ווי א‬ ‫ריכטיגער בן אדם‪ ,‬עס האט מיך געמאכט שפירן‬ ‫ווי אן אמת'ער טאטע! איך האב געשפירט אז פאר‬ ‫די עטליכע מינוט פארדין איך דעם הויכגעשעצטן‪-‬‬ ‫כאטש‪-‬אונטערגעשאצטן טיטל "טאטע"‪ .‬עס האט‬ ‫געהאט א בעסערן טעם ווי יעדע שטיק בשר‪ ,‬און‬ ‫אפשר אפילו געווען מער ווערד ווי יעדער ידיעה‬ ‫און חכמה‪ .‬וויסן א חכמה קען אויך א קאמפיוטער‪,‬‬ ‫באזיצן הויפנס אינפארמאציע קען אויך‬ ‫וויקיפעדיע‪ ,‬אבער שפילן‪ ,‬דאס קענען זיי נישט!‬ ‫מאכן נארישע חכמה'לעך‪ ,‬קענען זיי‬ ‫נישט! לאכן צו זייערע קינדער‪,‬‬ ‫קיינמאל!‬ ‫ווען מיר ליגן אויפ'ן‬ ‫קראנקען בעט אין די לעצטע‬ ‫מינוטן פון לעבן‪ ,‬האט קיינער‬ ‫נישט קיין חרטה פאר'ן נישט‬ ‫האבן אויסגעליינט נאך צען‬ ‫ביכער‪ ,‬מען האט אויך נישט קיין‬ ‫געפיל פון זעלבסט‪-‬צופרידנקייט אז‬ ‫מען האט באוויזן צו ארבעטן ‪ 60‬שעה‬ ‫א וואך אדער אריינגעכאפט צו כאפן נאך א‬ ‫שמועס מיט א גרופע חברים‪ ,‬אבער יעדער איינער‬ ‫האט יא חרטה אז מען האט נישט פארברענגט מער‬ ‫צייט מיט די באליבטע‪ .‬עס באדערט יא אז מען האט‬ ‫נישט מער צייט און געפיל אוועקגעגעבן פאר דער‬ ‫אייגענער משפחה‪ ,‬און מען האט יא שולד‪-‬געפילן‬ ‫אז מען האט נישט ארויסגעוויזן און געגעבן מער‬ ‫ליבשאפט פאר די ווייב און קינדער‪.‬‬ ‫אין יענע לעצטע אויסגעבעטענע טעג ווען‬ ‫פאלשע תאוות ווערן פארשוואונדן און עס שווימען‬ ‫ארויף די אמת'ע לעבנס צילן וואס זענען די‬ ‫וויכטיגסטע‪ ,‬וויל מען נאר יעדע מינוט פארברענגען‬ ‫מיט די קינדער און די נאנטע צום הארץ‪ .‬מען‬ ‫חלש'ט אזוי שטארק צו זען נאך איין שמייכל‪ ,‬צו‬ ‫פארברענגען נאך איין טאג‪ ,‬און נאר פון זיי וויל‬ ‫מען זיך אזוי שטארק נישט געזעגענען‪ ...‬דעמאלט‬

‫איז דער ריכטיגער מעסטער פון וואס עס איז‬ ‫באמת וויכטיג פאר א מענטש און וואס עס האט‬ ‫אן אמת'ע חשיבות אויף דער וועלט‪ .‬יעדע אנדערע‬ ‫זאך איז דעמאלט מיילן אוועק אין בלאסקייט קעגן‬ ‫דער אמת'ער טייערסטער זאך וואס א מענטש‬ ‫פארמאגט‪ :‬די קינדערלעך‪ ,‬די משפחה‪.‬‬ ‫אבער פארוואס ווארטן ביז די נשמה שטייט‬ ‫שוין ביים שפיץ נאז? יעצט ווען מיר זענען‬ ‫נאך יונג דארף מען אנהייבן זיך גרייטן צו יענע‬ ‫לעצטע מינוטן‪ .‬געבן ליבשאפט און ליבשאפט‬ ‫און נאכאמאל ליבשאפט פאר אונזערע הארציגע‬ ‫נשמות‪ .‬א געים‪ ,‬א קאמפלימענט‪ ,‬א שמייכל‪ ,‬א‬ ‫גלעט‪ ,‬א קוש‪.‬‬ ‫פיצעלע אקטן ביי זיך אין שטוב‪ ,‬אבער קען‬ ‫טוישן א גאנצע וועלט‪ .‬עס קען באשאפן א וועלט‬ ‫פון ליבשאפט‪.‬‬ ‫עס הייבט זיך אן ביי מיר און ביי דיר‪ .‬עס הייבט‬ ‫זיך אן מיט בעיבי‪-‬סטעפס‪ .‬מיט א ליבליכן טאטן‪,‬‬ ‫מיט א קינד וואס שפירט א טיפע ליבשאפט‪.‬‬ ‫שטעל זיך פאר אויב אונזערע קינדער וואקסן‬ ‫אויף אונטער א דאכענע פון‬ ‫אמת'ע ליבליכקייט‪ ,‬אין אזא‬ ‫לויטערע אטמאספערע פון‬ ‫ליבשאפט‪ ,‬ווי איידעלער‬ ‫וועלן זייערע נשמות זיין?‬ ‫באזיצנדיג אזא ליבליכן‬ ‫זאטן גייסט וועט זיך דאס‬ ‫בעל כרחך איבערגיסן‬ ‫צו זייערע ארומיגע‪,‬‬ ‫אויטאמאטיש וועלן זיי דאס‬ ‫ווייטער איבערגעבן פאר זייערע‬ ‫קינדער‪ ,‬און ווער קען שאצן וואספארא‬ ‫ווייטגרייכנדע פאזיטיווע אפעקט דאס קען‬ ‫ברענגען‪ .‬א וועלט פון ליבשאפט‪ .‬איי וואספארא‬ ‫גן עדן!‬

‫געליינט און געגאנגען ווייטער? צוריק צו אן‬ ‫אומליבליכן לעבן און סביבה? ניין! מאך א קנייטש‬ ‫ביי דעם ארטיקל אינעם "וועקער"‪ ,‬און ליין איבער‬ ‫דעם צעטל‪-‬קטן כאטש איינמאל אין חודש‪ .‬אפשר‪,‬‬ ‫אפשר דאך וועט דאס העלפן דערמאנען דאס וואס‬ ‫מיר אלע ווילן אזוי שטארק דערגרייכן‪ :‬א ליבליכע‬ ‫וועלט!‬ ‫ס'איז אנפאנג יאר‪ ,‬און די צייט פאר נייע‬ ‫רעזאלוציעס‪ .‬נעם זיך פאר מיט'ן גאנצן הארץ די‬ ‫פעסטע קבלה‪ :‬איך וועל ליבן!‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪141 /‬‬


‫בין‬ ‫הזמנים‬

‫פעלט מיר נישט אויס!‬ ‫א‪ .‬גאטדינער‬

‫איך בין ב"ה געווען א אינגל‪ ,‬א בחור‪ ,‬א כולל‬ ‫יונגערמאן‪ ,‬און יעצט בין איך שוין א גרויסער‬ ‫טאטע פון עטליכע קינדער בלע"ה‪ .‬כ'ארבעט‬ ‫שווער פאר פרנסה טאג איין טאג אויס‪ ,‬כ'קוק‬ ‫נאר‬ ‫ארויס פאר א שטיקל וואקאציע‪ .‬גיבטס מיר ָ‬ ‫א פאר טעג זיך די ביינער אפצוריען כ'בין דאך אזוי‬ ‫אויסגעמוטשעט‪...‬‬ ‫למעשה קלער איך אריין אין מיינע וואקאציע‬ ‫חלומות און איך הייב אן צו צווייפלען ‪ -‬דארף איך‬ ‫טאקע וואקאציע?‬ ‫כ'וועל קיינמאל פארגעסן‪ ,‬כ'בין געווען‬ ‫צוועלף יאר אלט‪ ,‬אין כתה ח' געגאנגען‪ ,‬מיין‬ ‫עלטערער ברודער איז ערשט דעם פארגאנגענע‬ ‫ווינטער אריין אין ישיבה קטנה‪ ,‬אבער פון זאת‬ ‫חנוכה האט ער מיר געטרונקן דאס בלוט אז ער‬ ‫גייט האבן בין הזמנים און איך נישט! ער וועט‬ ‫נישט ברויכן גיין אין ישיבה יעדן איינציגן טאג‬ ‫פאר א גאנצע חודש‪ ,‬נאר אריינשלאפן‪ ,‬זיך דרייען‬ ‫און קומען‪ ,‬ווי מ'טוט בין הזמנים‪ .‬מיינע וויי‬ ‫געשרייען צו מיינע עלטערן זענען געפאלן אויף‬ ‫‪ / 142‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫טויבע אויערן‪ .‬דוכט זיך אז כ'האב אפילו געזען א‬ ‫שמייכל אונטער די ליפן ווען כ'האב געשריגן וואס‬ ‫בין איך שילדיג אז כ'בין געבוירן געווארן א פאר‬ ‫יאר שפעט‪ ,‬פאר דעם מוז איך ליידן? די פוילע‬ ‫תירוצים אז ווען איך וועל זיין א שיבעקעטאנע‬ ‫בחור וועל איך אויך האבן בין הזמנים האט נישט‬ ‫געארבעט ווייל מיין ברודער האט זיכער געמאכט‬ ‫מיר צו דערציילן אז ער האט זיך אונטערגעהערט‬ ‫ווי די הנהלת הישיבה פלאנט אפצורופן דער‬ ‫גאנצער בין הזמנים‪ ,‬און נעקסטע יאר וועט שוין‬ ‫נישט זיין בין הזמנים‪ .‬אבער ער כאפט נאך אריין‪,‬‬ ‫און איך פלאץ פאר קנאה‪.‬‬ ‫אויף אזויפיל האט ער אויפגעטון אז פאר די‬ ‫קומענדיגע צוויי יאר‪ ,‬האבן מיר מיינע חזיונות‬ ‫ודמיונות געפירט ווי געשמאק ס'גייט זיין בין‬ ‫הזמנים‪ ,‬מ'עט האקן א לעבן מ'דארף נישט גיין‬ ‫מעחייע‪...‬‬ ‫סא ֵ‬ ‫אופס‪ ...‬כ'מיין אין ישיבה ‪ַ -‬‬ ‫אין חדר‪ּ ...‬‬ ‫ווי זינגט זיך נאר דאס לידל? "ווי נעמט מען‬ ‫די יונגע יארן‪ ,‬אזוי שנעל אוועקגעפארן‪ ,‬וואס‬ ‫מ'האט דעמאלטס אריינגעכאפט דאס האט מען‬


‫אריינגעזאפט…" אוי איז דאס ריכטיג‪ ,‬ווייל די‬ ‫אלע שיינע געשמאקע חלומות האב איך שוין‬ ‫נישט געהאט קיין צייט צו דמיונ'ען אין ישיבה‪,‬‬ ‫כ'בין געווען טרוד זיך ארומצורייסן מיטן שייגעץ‬ ‫דער משגיח‪ ,‬אבער ווען כ'האב מיר דערמאנט אז‬ ‫אט אט קומען שוין די געהויבענע בין הזמנים‬ ‫טעג איז מיר גרינג געווארן אויפן הארץ‪ ,‬מ'וועט‬ ‫באקומען א חודש מנוחה!‬ ‫די לוסטיגע פורים טעג זענען שנעל דורך‬ ‫געלאפן‪ ,‬כ'צייל שוין די שעות ביז דעם הייליגן‬ ‫טאג ראש חודש ניסן‪ ,‬דער טאג וואס אלע צרות‬ ‫יגון ואנחה גייען לטמיון‪ ,‬ואנחנו למנוחה‪ .‬פון‬ ‫שושן פורים האב איך שוין אנגעהויבן אהיים‬ ‫שלעפן די ספרים וואס מ'גייט מער נישט נוצן‬ ‫דעם זמן‪ ,‬למשל דער מוסר ספר וואס דער מגיד‬ ‫שיעור האט מסביר געווען אנפאנג זמן ‪ -‬ווען ער‬ ‫פונקט ווי מיר אלע האט נאך געהאט די אנהייב‪-‬‬ ‫זמן סינדראם מיט די התחדשות'ער – ווי וויכטיג‬ ‫ס'איז צולערנען ספרי מוסר אבער ביי חנוכה איז‬ ‫שוין די מסילת ישרים געווען פארשטויבט‪ .‬איז‬ ‫גלייב איך נישט אז פונקט יעצט פאר ר"ח ניסן‬ ‫וועט ער עס הייסן אפיר נעמען‪ ,‬און אפילו אז יא‬ ‫בין איך סייווי אין די האלוועי די ערשטע פופצן‬ ‫מינוט פונעם שיעור‪ ,‬קען מען עס שוין אהיים‬ ‫נעמען ווייל ס'קומט בין הזמנים‪ ...‬פיינעלי‪ ,‬הנה‬ ‫זה בא‪ ,‬ראש חדש ניסן איז דא!‬ ‫פארשטייט זיך אז כ'בין געגאנגן שלאפן‬ ‫אין דער נאכט אריין‪ ,‬נישט ווייל כ'בין געווען‬ ‫פארנומען ארויסהעלפן מיטן פסח מאכן‪ ,‬נאר‬ ‫אז מ'דארף נישט אויפשטיין ‪ 5:30‬פארטאגס‪,‬‬ ‫פארוואס זיך פייניגען‪ ,‬און ארייניאגן אין בעט?‬ ‫מ'עט אויפשטיין ווען מ'וויל…‬ ‫מה עשה הקב"ה‪ ,‬זיבן אינדערפרי שרייט‬ ‫שוין דער טאטע זז"ג‪" ,‬נו‪ ,‬ס'שפעט! נאך א‬ ‫גאנצן זמן ביסטו גארנישט ערנסטער געווארן?!‬ ‫אן ערנסטער בחור שטייט אויף באצייטנס!" א‬ ‫האלבע שעה האט דער טאטע נאר געוועקט‪,‬‬ ‫דערנאך געשלעפט די דאכענע‪ ,‬שיער מיך‬ ‫דורכגעווייקט מיט די נעגל וואסער‪ .‬ביי אכט‬ ‫דרייסיג בין איך שוין געווען אויפן וועג צום‬ ‫שול‪ .‬ווער איז דען אויף אזוי פרי בין הזמנים?‬ ‫וואס וועל איך טון דארט?! מיין טאטע האט‬ ‫מיר געווארנט מיטן לעבן אז כ'זאל אים נישט‬ ‫פארשעמען דורך דאווענען עלף‪-‬צוועלף אזייגער‬

‫ ניין אזייגער מוז איך שוין האלטן נאך פרישטאג‪,‬‬‫ביי ניין דרייסיג זאל איך שוין זיצן אין שול מיט‬ ‫מיין חברותא‪...‬‬ ‫חברותא?! ס'איז דאך נישט דא קיין ישיבה‬ ‫היינט!‬ ‫אוי איז דער טאטע ווילד געווארן אז כ'האב‬ ‫נישט אפגעשמועסט צו לערנען מיט איינעם במשך‬ ‫דעם בין הזמנים‪ .‬ער האט מיר געסטראשעט און‬ ‫געווארנט אז איך מוסיפים טרעפן איינעם‪ .‬ב"ה‬ ‫אז איך בין נישט געווען דער איינציגסטער מיט‬ ‫אזא שטרענגן טאטן‪ ,‬און כ'האב מיך געטראפן‬ ‫א חברותא‪ ,‬און געוואוסט אז ביז זעקס אזייגער‬ ‫דערוואג איך מיר נישט אריינצוגיין אינדערהיים‪.‬‬ ‫די אלע בין הזמנים "פריווילעגיעס" האט מיר‬ ‫מיין ברודער נישט פארציילט‪ .‬איך בין שוין געווען‬ ‫צו ערוואקסן אים פארצוהאלטן פארוואס ער האט‬ ‫מיר געמאכט אזא קנאה‪ .‬ווען דער גאנצער עסק איז‬ ‫בכלל נישט אזוי געשמאק געווען ווי ער האט עס‬ ‫פארגעשטעלט‪ ,‬האב איך אבער געטראכט‪ ,‬נישט‬ ‫געזאגט‪ ,‬איי וויל מעיק דה בעסט אוט אוו איט‪.‬‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪143 /‬‬


‫דער נעקסטער טאג האב איך געכאפט‬ ‫מנה אחת אפים צוליב א חכם וואס האט מיר‬ ‫פאר'מסר'ט פאר'ן פאטער אז כ'לערן נישט קיין‬ ‫ווארט אין ביהמ"ד‪ ,‬כ'שמועס א גאנצן טאג‪ .‬כ'האב‬ ‫געמיינט אז בין הזמנים איז וואקאציע‪ ,‬כ'קען דאך‬ ‫נישט ליידן פון אלע באקאנטע‪ ,‬האב איך מחליט‬ ‫געווען אז איך גיי מיר אין א שול וואו קיינער קען‬ ‫מיך נישט‪.‬‬ ‫פארשטייט זיך אז ָאן טרעפן די חברים און די‬ ‫קאוועס מיט די קופקעס ווערט שנעל לאנגווייליג‬ ‫האב איך זיך גענומען דרייען און פרייען ביז מיין‬ ‫טאטע האט מיר געפאקט אין מאנהעטן אויפן‬ ‫וועג צום עמפייער סטעיט בילדינג‪ .‬מיט טרערן‬ ‫אין די אויגן זאג איך אים‪" ,‬טאטי‪ ,‬כ'ווער משוגע‬ ‫פאר ליידיג גיין!" ער האט פארשטאנען אז‬ ‫איך בין נישט דער גרעסטער מתמיד‪ ,‬ער האט‬ ‫געוואוסט אז אפילו איך בין אין מאנהעטן בין‬ ‫איך נישט דארט צו זינדיגן‪ ,‬האט ער מיר פון דעם‬ ‫פיפטן טאג בין הזמנים און ווייטער מיטגענומען‬ ‫צו דער ארבעט‪ .‬איך גיי נישט באשרייבן וואס‬ ‫דארט איז געווען ווייל די יסורים זענען דאך‬ ‫געווען אזוי גרויס אז ס'ברענגט מיר טרערן אין‬ ‫די אויגן עד היום הזה‪ .‬אין איין ווארט‪ ,‬זייט זיכער‬ ‫אז ערב פסח האב איך שוין געוויינט צוריקצוגיין‬ ‫אין ישיבה אריין; זיך רייסן מיט דעם משגיח איז‬ ‫סאך גרינגער (און אנגענעמער) ווי מיט'ן טאטן‬ ‫וואס כ'האב באמת נישט קיין שום סיבה אדער‬ ‫אינטערעסע אים מצער צו זיין‪ .‬דער קול תורה‬ ‫אין היכל הישיבה איז אסאך געשמאקער צו הערן‬ ‫ווי די קולות פון מיין מאמען‪ ,‬אלזא מה לי ולצרה‬ ‫הזאת‪ ,‬האב איך געשריגן‪ ,‬הער שוין אויף מיט די‬ ‫פארשטינקענע בין הזמנים טעג‪ .‬אויף אזויפיל‬ ‫האב איך געוואוסט‪ ,‬דער בעסטער בין הזמנים‬ ‫וואס כ'האב נאר געהאט איז געווען וואס כ'האב‬ ‫געזען אין מיינע חזיונות פון די צוועלף ביז די‬ ‫פערצן‪ ,‬אבער אויסער דעם ‪ -‬גארניקס‪.‬‬ ‫אזוי זענען דורכגעלאפן זעקס בחור'ישע יארן‪,‬‬ ‫דאס מיינט צוועלף חדשים יגון ואנחה‪ .‬וועלכע‬ ‫צוועלף? די צוועלף "וואקאציע" חדשים‪...‬‬ ‫זארגט אייך נישט‪ ,‬כ'אב זיך אויסגעמענטשלט‪,‬‬ ‫געווארן א נארמאלער‪ ,‬וואוילער בחור‪ ,‬געטון א‬ ‫פיינעם שידוך‪ ,‬און חתונה געהאט אריין אין כולל‪.‬‬ ‫פונקט ווי יעדן‪ ,‬האב איך געמיינט אז חתונה האבן‬ ‫מיינט אז מ'ווערט "א טאטע" מיט א שטריימל‬ ‫‪ / 144‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫און שוין‪ ,‬כ'האב נישט געוואוסט אז מ'דארף אויך‬ ‫ווערן א קעיר‪-‬טעיקער פון א מיסיס‪ .‬דאס הייסט‬ ‫אז מ'טרעפט א פיינעם שידוך איז דאך פשט אז זי‬ ‫איז פונקט ווי אפרים משה וואס איז געשלאפן אין‬ ‫מיין צימער אין דארמיטארי‪ ,‬א וואוילער בחור מיט‬ ‫וועמען מ'קען האבן פאן אויך‪ ,‬נאר אין א נקיבה‬ ‫ווערסיע‪ .‬וואס קען שוין זיין שלעכט?‬ ‫חס ושלום‪ ,‬ס'איז מיר קיין רגע נישט שלעכט‬ ‫געווען‪ ,‬אבער דער רעאליטעט האט געשמיסן‬ ‫אין פנים‪ .‬מ'דארף ברענגען‪ ,‬טראגן‪ ,‬באשטעלן‪,‬‬ ‫דעליווערן און אפנעמען‪ ,‬ווייל זי ארבעט דאך‪,‬‬ ‫נישט אזוי? ביז כ'האב אראפגעשטעלט א פוס אז‬ ‫די סיבה פארוואס זי ארבעט איז דאך אז איך זאל‬ ‫נאך קענען לערנען אין כולל‪ ,‬אויב אזוי וואס איז‬ ‫די נקודה אויב איך בין א גאנצן טאג פארנומען צו‬ ‫טראגן און ברענגען‪ .‬ווי אן אשת חיל בטח בה לב‬ ‫בעלה‪ ,‬האט זי ממשיך געווען מיט'ן סדין עשתה‬ ‫ותמכור‪ ,‬אן מיך שטערן יעדן טאג‪.‬‬ ‫כ'האב הנאה געהאט צו זיין אין כולל‪ ,‬געפילט‬


‫א טעם אין לערנען‪ ,‬אבער ווער דארף דען נישט‬ ‫קיין וואקאציע‪ ,‬א "האני מון"? אבער דער בעה"ב‬ ‫פון מיין פרוי האט איר נישט געהאלטן ביים געבן‬ ‫נאך א וואך‪ ,‬ווייל זי האט דאך שוין געהאט איר‬ ‫שבע ברכות‪ ,‬אבער די געווענליכע טעג איז דאך‬ ‫פארט נישט קיין עסק‪ ,‬יעדער דארף א "טשעינדזש‬ ‫אוו סינערי"‪ ,‬האב איך ארויסגעקוקט אויף די בין‬ ‫הזמנים טעג‪ ,‬דעמאלט וועל איך נישט דארפן‬ ‫לויפן אין כולל צו זיין דארט צען אזייגער‪ ,‬מ'וועט‬ ‫קענען אלעס נעמען גרינגער‪ ,‬וועט דאס אלזא זיין‬ ‫אזא שטיקל וואקאציע מיט רואיגע טעג‪ .‬מנוחה‬ ‫ושמחה אור ליהודים‪.‬‬ ‫א שיינער חלום האב איך געהאט‪ .‬ווי נאר מיין‬ ‫ווייב האט זיך געכאפט אז ס'איז בין הזמנים האב‬ ‫איך באצאלט כפלי כפליים‪ ,‬ס'דאך סייווי נישט‬ ‫דא קיין כולל‪ .‬א גאנצן חודש בין איך געווען‬ ‫פארנומען טראגן צו דער שוועסטער‪ ,‬ברענגען‬ ‫פון דער שוועגערין‪ ,‬צו דער שוויגער‪ ,‬פון דער‬ ‫שוויגער‪ ,‬פסח ביים סדר בין איך געזעסן מיט‬

‫אויסגעשפרייטע פיס צוליב דעם אויסשלאג וואס‬ ‫דאס ארומלויפן אין דעם ווארימען וועטער האט‬ ‫מיט זיך געברענגט‪ .‬כ'בין זיך מודה און מתוודה‬ ‫אז ביים סדר אינמיטן ערשטן כוס האב איך זיך‬ ‫געטראכט‪' ,‬אוי באשעפער‪ ,‬ווען הייבט זיך שוין‬ ‫צוריק אן כולל?'‬ ‫ס'איז מיר ב"ה געבוירן געווארן א קינד‪ ,‬און‬ ‫נאך איין‪ .‬מאמעס זאלן ארבייטן איז לדעתי זייער‬ ‫נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך (א דעבאטע פאר‬ ‫זיך)‪ .‬נו‪ ,‬האב איך זיך געעפנט און פארשפארט‬ ‫א ביזנעס אדער צוויי‪ ,‬ביז איך בין ארויס זוכן א‬ ‫נארמאלן דזשאב‪ .‬געטראפן ב"ה א גוטע פאזיציע‪,‬‬ ‫אבער נאך א פאר חדשים האב איך געהונגערט‬ ‫פאר א פאר פרייע טעג ‪ -‬יעדן טאג די זעלבע‬ ‫זאך‪ 9:00 ,‬אריין אין אפיס‪ 5:30 ,‬ארויס‪ ,‬קלאפן‬ ‫אויפ'ן קאמפיוטער‪ ,‬לייענען אימעילס‪ ,‬ענטפערן‬ ‫פראגעס‪ ,‬כ'האב גע'חלש'ט פאר א פאר טעג‬ ‫פאר מיר‪ ,‬און פסח איז געקומען! מיין בעה"ב‬ ‫איז געווען גענוג ערליך צו האלטן דאס געשעפט‬ ‫געשפארט חוה"מ‪ ,‬א מחיה‪ ,‬וואס קען דען זיין‬ ‫בעסער‪.‬‬ ‫ביים צווייטן טאג חוה"מ האב איך שוין‬ ‫געמיינט אז כ'פארליר דעם דעת‪ .‬דער קליינער‬ ‫וואס לאזט מיר נישט געהעריג שלאפן יעדע נאכט‬ ‫מיט זיינע יללות איז פלוצים געווארן מיין אחריות‪,‬‬ ‫ווייל דער תירוץ פון א גאנץ יאר אז איך ארבייט‬ ‫איז נישט גילטיג ווען מ'ארבייט נישט‪ ,‬די קינדער‬ ‫אן גיין אין חדר האבן אויך נישט ארויסגעהאלפן‬ ‫מיט דער סטואציע‪ ,‬כ'האב זיי געמוזט שלעפן אין‬ ‫ביהמ"ד יעדן טאג‪ ,‬שחרית‪ ,‬מנחה‪ ,‬מעריב‪ ,‬צו געבן‬ ‫פאר מיין באלעבאסטע אפאר מינוט מנוחה‪ .‬נישט‬ ‫איינמאל האב איך איינגענומען בושות ווייל מיין‬ ‫אינגעלע האט זיך צעווילדעוועט אין ביהמ"ד‪ ,‬און‬ ‫דער קליינער האט זיך פארשפילט מיט די ליכט‬ ‫בשעת כ'האב גענומען דעם יונגסטן אין בית‬ ‫הכסא‪ .‬דער דריטער טאג חול המועד האב איך‬ ‫מיך געצאפעלט צום אויבערשטן מיט א תפילה‪,‬‬ ‫"אפשר מאכסטו עפעס אן עמוירזשענסי‪ ,‬עפעס‬ ‫א הפסד מרובה‪ ,‬אין דער ארבעט?"‬ ‫ווייסט איר וואס‪ ,‬איך דארף נישט קיין בין‬ ‫הזמנים‪ ,‬איך דארף נישט קיין רואיגע טעג‪ ,‬איך‬ ‫"אף" ‪ -‬ס'פונקט גוט ווי‬ ‫דארף נישט קיין טעג ָ‬ ‫ס'איז!‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪145 /‬‬


‫ אין קורצן פון פריער ‪-‬‬‫די יאר איז ‪ 1923‬למספרם‪ .‬דער ראדימנער רבי‪,‬‬ ‫אויך באקאנט אלס רב אין שטאט ראדימנע‪ ,‬רייזט‬ ‫אפ דעם שווערן וועג צום ווייטן אמעריקע פאר א‬ ‫וויילע‪ ,‬איינזאמלען געלט פאר נדן פאר זיינע דריי‬ ‫אומפארהייראטע טעכטער‪ .‬דער ראדימנער רבי איז‬ ‫א חשוב'ער בנש"ק‪ ,‬אן אייניקל פון דעם הייליגן בני‬ ‫יששכר‪ ,‬קאזשניצער מגיד‪ ,‬און נאך גרויסע רבי'ס‪ .‬דא‬ ‫אין אמעריקע איז דער רבי געווארן אויפגענומען מיט‬ ‫גרויס כבוד דורך גוטע פריינט‪ ,‬שטאטס מענטשן‪ ,‬און‬ ‫סתם אזוי ערליכע אידן וואס האבן געוואוסט צו שעצן‬ ‫א צדיק‪.‬‬ ‫צווישן דעם רבינ'ס מעריצים האט דער רבי‬

‫געמאכט באקאנטשאפט מיט א איד בצלאל רובין‪,‬‬ ‫גייענדיג אים באזוכן פון צייט צו צייט‪ .‬אויף בצלאל'ס‬ ‫בקשה ליגענדיג אויפן קראנקן בעט‪ ,‬האט זיך דער רבי‬ ‫אומגעקוקט אויף זיין ווייב‪ ,‬זלאטע‪ ,‬נאך זיין פטירה‪.‬‬ ‫זלאטע האט נאך בצלאל'ס פטירה אנגעהויבן זיך‬ ‫מער דרייען ביים רבי'ן אין שטוב‪ ,‬ארויסהעלפנדיג מיט‬ ‫אלץ וואס האט זיך אויסגעפעלט‪ .‬אלץ איז געפארן‬ ‫כשורה ביז איין טאג ווען עס איז גע'חתמ'ט געווארן‬ ‫א שאקירנדן הסכם צווישן דעם רבי'ן און זלאטע רובין‪,‬‬ ‫וואו דער רבי איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט‬ ‫זלאטע'ן נאכדעם וואס זיין רעבעצין שטארבט‪ ,‬אויף‬ ‫וואס זלאטע איז זיך מתחייב צו ברענגען איר געלט און‬ ‫ממלא זיין זיין רצון אין אלע ענינים‪.‬‬

‫דער ראדימנער רב האט זיך אין אמעריקע‬ ‫אויפגעהאלטן א משך פון דריי גאנצע יאר‪ .‬דער‬ ‫ראדימנער רבי האט אינצווישן זיך איינגעהאנדלט‬ ‫פילע אנהענגער און פארערער צווישן די‬ ‫אמעריקאנער אידנטום‪ ,‬אריינגערעכנט אידן אין‬

‫נוארק‪ ,‬ניו יארק און אפילו אין פילאדעלפיע וואו דער‬ ‫רבי פלעגט אפט פארן צו זיינע מעריצים פראווען‬ ‫שבתים‪ ,‬אד"ג‪.‬‬ ‫מער ווייניגער דורך דער וואך‪ ,‬פלעגט דער רבי‬ ‫דאווענען אין דערנעבענדיגע שולן נאנט צו זיין דירה‪.‬‬

‫‪ / 146‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫אלטער חסידישער היים‪ ,‬דאס שטעטעלע‪ ,‬דעם‬ ‫צדיק‪ ,‬דאס קלויז און דעם פדיון‪ ...‬אזוי אז דער רבי‬ ‫האט געהאט א שיין געפראוועכטס צומאל ביז‬ ‫הונדערט מענטשן א טאג!‬ ‫דרייט זיך ארום א צעבראכענע זלאטע‪ .‬אן‬ ‫אלמנה שוין נישט צום ערשטן מאל‪ ,‬עלנד ווי א‬ ‫שטיין דרייט זי זיך רוב פונעם טאג אונטער די‬ ‫אויסגעשלאגענע ביימער אין "העסטער פארק"‬

‫דער ראדימנער רבי האט זיך געהאט קווארטירט אין א‬ ‫דירה אויף ‪ 263‬סטאנטאן סטריט‪ ,‬וואו דער רב פלעגט‬ ‫ע"פ רוב דאווענען אין א דערנעבענדיגער שול וואו‬ ‫עס פלעגן דאווענען די לאנצהוטער חסידים‪ .‬צומאל‬ ‫פלעגט דער רבי מאכן א מנין מנחה מעריב ביי זיך‬ ‫אין דירה‪ ,‬דארט וואו ער פלעגט רוב טאג לערנען און‬ ‫פראווען די "אמעריקאנער" ‪ -‬אבער רבי‪-‬דורשטיגע‬ ‫ אידעלעך‪.‬‬‫דער אידישער איסט סייט‬ ‫אין יענע יארן פלעגט רוישן ווי א‬ ‫דאס לעבן אין דער אידישער געטא‬ ‫קעסל‪ .‬טויזענטער אידן ארבעטן‬ ‫פון צופרי ביז שפעט אויפדערנאכט‬ ‫אלץ צו קענען פארדינען א‬ ‫גרייצער און צו קענען געניסן‬ ‫פון די רייכטום טרוימען‪ .‬די אידן‪,‬‬ ‫שווערע הונדערטער טויזענטער‬ ‫אין צאל‪ ,‬האבן דאן געוואוינט אין‬ ‫בלויז עטליכע גאסן‪ ,‬אזוי אז דער‬ ‫געגענט האט זיך קורא שם געווען‬ ‫"די אידישע געטא"‪.‬‬ ‫פארפלאגטע‬ ‫אלע‬ ‫די‬ ‫אידן‪ ,‬אפילו זיי האבן זיך‬ ‫אמעריקאניזירט‪ ,‬האבן אבער‬ ‫געבענקט און געלעכצט נאך דער‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪147 /‬‬


‫(זעט זייטיגן קעסטל) פרובירנדיג צו פארטרייבן די‬ ‫אומעטיגע מחשבות‪.‬‬ ‫זלאטע האט נאך דער פטירה פון איר מאן זיך‬ ‫אנגעהויבן דרייען מער און אפטער ביים ראדימנער‬ ‫רבי'ן אין שטוב‪ .‬זלאטע האט צוביסלעך אנגעהויבן‬ ‫ארויסהעלפן מיטן קאכן און באקן ביז זי האט‬ ‫אנגעהויבן פירן א גרויס ווירטשאפט אין שטוב‪ .‬דער‬ ‫רבי האט צופיל געוויכט נישט געלייגט אויף איר‪,‬‬ ‫זייענדיג פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן‪.‬‬ ‫אין ראדימנע ביים רבי'ן אינדערהיים זענען‬ ‫געזעסן די רעבעצין מיט די טעכטער און געווארט‬ ‫מיט בענקשאפט אז זייער ליבליכן מאן און פאטער‬ ‫זאל שוין אהיים קומען‪ .‬מען האט זיך געהאלטן‬ ‫פארבינדן דורך מענטשליכע גריסן פון לאנדסלייט‬ ‫וואס האבן באזוכט זייער היים שטאט‪ ,‬צי ‪ -‬און‬ ‫בעיקר ‪ -‬דורך בריוון‪ .‬יעדער בריוו איז געלייענט‬ ‫געווארן מיט אזויפיל בענקעניש און האפענונג‪.‬‬ ‫איין טאג האט דער רבי באקומען א בריוו פון‬ ‫דערהיים אז די רעבעצין האט צעבראכן א פיס ל"ע‪.‬‬ ‫דער רבי האט באלד אהיימגעשיקט א סכום געלט‬ ‫אויף צו צאלן פאר די ריכטיגע דאקטוירים‪ .‬זלאטע‬ ‫וואס האט זיך געפארעט אין שטוב און זיך נאנט‬ ‫געהאלטן אין הויף האט אויך ביישטייערט ‪200‬‬ ‫דאלער פאר די רפואה קאסטן‪.‬‬ ‫געווען איז עס נאך פסח תרפ"ה‪ ,‬דער רבי זיצט‬ ‫ביי זיך אין צימער פארבויגן איבער א ספר אין א‬ ‫דביקות‪ ,‬ווען א קלאפ הערט זיך אין טיר‪.‬‬ ‫"קום אריין‪ ",‬הערט זיך דעם רבינ'ס רואיגע‬ ‫שטימע‪ .‬זלאטע איז דא‪ .‬זלאטע האט נישט‬ ‫געמאכט קיין לאנגע צעגערייען נאר ווארפט א‬ ‫באמבע אויפן טיש‪" :‬רבי איך וויל איר זאלט מיט‬ ‫מיר חתונה האבן!" דעם רבינ'ס גוף האט א טרייסל‬ ‫געטון‪ ,‬און א קאלטער שווייס האט אנגעהויבן‬ ‫גיסן‪" .‬זלאטע‪ ,‬איך בעט אייך‪ ,‬דרייט מיר נישט דעם‬ ‫קאפ‪ ",‬בעט זיך דער רבי ווי נישט מיט זיין שטימע‪.‬‬ ‫זלאטע האט פארלאזט דעם צימער ‪ -‬אבער נישט‬ ‫פאר לאנג‪.‬‬ ‫בלויז טעג פאראיבער און זלאטע רובין איז‬ ‫צוריק מיט איר אמביציעזער פארשלאג‪ ,‬נעמליך‪,‬‬ ‫דער רבי דארף מיט איר חתונה האבן‪ .‬דער רבי‬ ‫שרייט ווי נישט פון זיך‪" ,‬געוואלד‪ ,‬כ'האב דאך‬ ‫א ווייב און א שטוב מיט קינדער אינדערהיים!"‬ ‫"איך וועל איר געבן שיין געלט צום לעבן אויב‬ ‫זי נעמט א גט פון דיר‪ ",‬לאזט זלאטע נישט‬ ‫נאך‪" .‬כ'לעב שוין מיט איר ‪ 37‬יאר‪ ,‬און צוזאמען‬ ‫‪ / 148‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אויפגעצויגן ‪ 7‬קינדערלעך‪ ,‬ווי אזוי קען איך אזאנס‬ ‫טון?" אייסערט זיך דער רבי מיט ביטערניש‪.‬‬ ‫זלאטע פארלירט זיך נישט נאר שלעפט ארויס א‬ ‫סטראשע קארטל‪" ,‬רבי‪ ,‬איך דריי זיך דאך דא ווי‬ ‫א 'היימישער'‪ ,‬איר ווילט נישט מען זאל זאגן אז‬ ‫די פרוי וואס דרייט זיך ביים רב אין שטוב האט‬ ‫פארבינדונגען מיט אייך‪ ,‬ריכטיג? איר קענט מיט‬ ‫מיר חתונה האבן און זיך דאס איינשפארן"‪...‬‬ ‫דער ראדימנער רבי ר' שמואל שאפירא דרייט‬ ‫זיך אן א קאפ‪ .‬טאטע זיסער וואס טוט מען דא?‬ ‫ווירבלט זיין מח איבער און איבער‪ .‬די שווייס רינט‬ ‫אים‪ ,‬די גלידער טרייסלען אים‪ ,‬אבער קיין לעזונג‬ ‫ברענגט עס נישט‪ .‬באין ברירה האט דער רבי מיט‬ ‫איר גע'חתמ'עט דעם הסכם אז טאמער דעם רבינ'ס‬ ‫פרוי אין ראדימנע‪ ,‬רחל שאפירא‪ ,‬וועט שטארבן‪,‬‬ ‫נעמט זיך דער רבי אונטער מיט איר חתונה‬ ‫צו האבן מיט די אלע תנאים אויסגעשמועסט‬ ‫אינעם הסכם‪ .‬ווען צום סוף ווערט דאס הונדערט‬ ‫פראצענט באשטעטיגט דורך דעם אונטערשריפט‬ ‫פון שמואל שאפירא‪ ,‬החופ"ק ראדימנע‪ ,‬און פון‬ ‫זלאטע המכונה סאלאטע רובין‪.‬‬ ‫אויב געמיינט האט איר אז דער שפיל איז‬ ‫פאראיבער‪ ,‬גרייזט איר בגדול‪ .‬ס'איז נישט דורך‬ ‫קיין וואך פון דעם דערשיטערנדן הסכם וואס דער‬ ‫רבי האט אונטערגעשריבן און זלאטע איז דא מיט‬ ‫א גרעסערע באמבע‪ .‬זלאטע האט געפילט אז דער‬ ‫הסכם מיטן רבי'ן איז נישט מער ווי א צוזאג אויב‬ ‫ווען די ראדימנער רעבעצין וועט שטארבן וועט‬ ‫דער רב דעמאלט חתונה האבן‪' .‬דאס איז נישט‬ ‫גענוג‪ .‬כ'דארף עפעס ממשות'דיג‪ ',‬קלערט זלאטע‬ ‫צו זיך‪.‬‬ ‫דער רבי האט געשפירט אז עס קומט נישט קיין‬ ‫גוטס‪ ,‬און זיין מחשבה האט אים נישט גענארט‪.‬‬ ‫זלאטע האט גענומען אירע בקשות צו א פרישן‬ ‫שטאפל‪ ,‬ווען איין טאג האט זי א קאטעגארישע‬ ‫פארלאנגט אז דער רבי זאל מיט איר פארמאל‬ ‫חתונה האבן אין געריכט ‪ -‬ווען דער רבי בעט זיך‬ ‫מיט טרערן אין די אויגן אז זי זאל זיך פון אים‬ ‫אפלאזן‪ ,‬אבער אן ערפאלג‪ .‬זלאטע האלט זיך ביי‬ ‫אירס‪ .‬דער רבי איז שאקירט ביז גאר‪ ,‬אבער נישט‬ ‫פאר לאנג‪ ,‬ווען א פרישע באמבע לאנדעט מיט א‬ ‫קראפט‪...‬‬ ‫"דער רבי ווייסט דאך‪ ",‬זאגט זלאטע מיט א‬ ‫קליין פייערל אין די אויגן‪" ,‬אז כ'בין געווען ביים‬ ‫דאקטער אפטרייבן דאס קינד וואס איך האב‬


‫געהאט מיט אייך…" בום! דער ראדימנער רבי‬ ‫שפירט ווי ער לייגט זיך צוזאם‪ .‬שווארצע רונדען‬ ‫פליען ארום ווילד‪ ,‬שנעלער און שנעלער‪ .‬אוי‬ ‫געוואלד! דער פלוצים‪-‬איינגעצויגענער פנים‬ ‫פונעם רבי'ן שרייט‪ ,‬וואו טרעף איך א קבר זיך‬ ‫אריינצולייגן?‬ ‫זלאטע האט באשלאסן צו שמירן די אייזן ווי‬ ‫לאנג ס'איז הייס‪" .‬רבי‪ ,‬ווען איך בין געווען ביים‬ ‫דאקטער אפטרייבן דאס 'ליעבעס פרוכט' האט‬ ‫דאס מיר אפגעקאסט עלף טויזנט דאלער!" דער‬ ‫רבי האט זיך געבעטן אז ער פארדינט ניטאמאל‬ ‫אזאנע נומערן‪ .‬אבער דער רבי זאגט איר‪" ,‬איך וועל‬ ‫אייך געבן צוויי טויזנט דאלער אויפן פלאץ‪ ,‬אבער‬ ‫נאר אז איר טרעט אפ פון מיר זאפארט!"‬ ‫אבער זלאטע שלעפט דעם שטריק נאכמער‪,‬‬ ‫פארציילנדיג‪" ,‬ווען איך בין געווען ביי דער‬ ‫שלאף האב איך ארויסגערעדט‪:‬‬ ‫אפעראציע זייענדיג ַ‬ ‫'שמואל'קע‪ ,‬מיין ליבער שמואל…' דאס האט‬ ‫געצויגן די אויפמערקזאמקייט פונעם דאקטער‪,‬‬ ‫און ער איז מיר נאכגעגאנגען ביז ער האט‬ ‫באמערקט אייער שולעכ'ל‪ .‬דער דאקטער דראעט‬ ‫יעצט מיט א סקאנדאל‪ .‬ער וויל מיר דערפאר נישט‬ ‫אומקערן מיין טשעק ביכל‪".‬‬ ‫דער רבי האט ערשט יעצט באגריפן די‬ ‫סיטואציע‪ .‬דער בראך איז גרעסער ווי גרויס‪ ,‬ווען‬ ‫קיין עצה איז נישט דא צום האנט‪ .‬דער רבי‪ ,‬זיך‬ ‫פארכטנדיג פון א סקאנדאל‬ ‫ביז טויט‪ ,‬האט באשלאסן אז‬ ‫זיינע ברירות זענען נישט דער געריכט הויז‬ ‫קיין גרויסע‪ .‬נאכן איבער‬ ‫קלערן זיין מצב האט דער רבי‬ ‫געגעבן זיין איינשטימונג צו‬ ‫אפרעכטן א לעגאלע חתונה‬ ‫קלערנדיג ביי זיך‪ ,‬אז ווי‬ ‫נישט ווי איז עס נישט מער‬ ‫ווי א פארמאלער פראצעדור‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬מייכע‪-‬טייסע‪ .‬אויב אזוי‬ ‫ווער איך באפרייט פון די‬ ‫מאראסטיגע קייטן וועל איך‬ ‫דאס טון‪.‬‬ ‫אומר ועושה‪ ,‬זלאטע‬ ‫איז אריבער אין געריכט‬ ‫צום דעפיוטי קלערק‬ ‫וויליאם קינג‪ ,‬נעמען אן‬ ‫ערלויבעניש אפצורעכטן די‬

‫מערידזש צווישן איר אין דעם ראדימנער רבי'ן‪.‬‬ ‫יולי דעם צווייטן צו דער באשטימטער צייט‪ ,‬איז‬ ‫דער ראדימנער רבי צוזאמען מיט זלאטע רובין‬ ‫ערשינען אינעם געריכט הויז אויף ‪161‬טע סטריט‬ ‫אין דער בראנקס‪.‬‬ ‫די צוויי האבן צוזאמען אריינגעשפאנט אינעם‬ ‫פראכטפולן בנין‪ .‬די ווענט פונעם געריכט הויז‬ ‫קוקן זיך צו מיט אנגסט‪ ,‬שרעק און נייגער‪ ,‬ווי‬ ‫זייערע ליפן זאל זיך אפליינען‪ ,‬דאס וואס קאכט‬ ‫זיך יעצט אפ אין אונזער שאטן וועט נאך טרייסלען‬ ‫וועלטן‪...‬‬ ‫נאכן אויספילן די נויטיגע דאקומענטן אין דער‬ ‫אנוועזנהייט פון דעם עד דזשאן וויימערליין‪ ,‬איז‬ ‫געשלאסן געווארן די חתונה צווישן הגה"צ רבי‬ ‫שמואל שאפירא‪ ,‬דער ראדימנער רבי‪ ,‬און די ניי‬ ‫געווארענע רעבעצין זלאטע רובין‪ .‬דער רבי האט‬ ‫אויסגערופן דעם "הרי את מקודשת"‪ ...‬מזל טוב!‬ ‫מזל טוב! דאס פרישע פארל האבן זיך געגעבן די‬ ‫הענט און ארויסשפאצירט פון געריכט הויז ווי זיי‬ ‫זענען געווארן פאטאגראפירט צוזאמען‪...‬‬ ‫דער פלאנטער ווערט נאך מער געדעכט… וואס‬ ‫פאסירט ווייטער? איז דא א טונקעלערע ווערסיע?‬ ‫וועט איינער געוואויר ווערן פונעם חתונה בונד? לייענט‬ ‫מיט שפאנונג אין די קומענדיגע קאפיטלען‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪149 /‬‬


‫א בליק אריין אין העסטער פארק‬

‫דער מערידזש לייסענס‬

‫די פאטאגראף פון דעם ראדימנער‬ ‫רבי'ן מיט די רעבעצין זלאטע‬ ‫‪ / 150‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫העסטער פארק‪ ,‬אויך באקאנט אלס סוארד‬ ‫פארק‪ ,‬פארנעמט אן אויבנאן זיץ אין דער אידישער‬ ‫אמעריקאנער וועלט‪ .‬דער פארק האט געהאט אן‬ ‫אינטעגראלער חלק אין דעם אידישן ניו יארקער‬ ‫לעבן‪.‬‬ ‫אריינגייענדיג אינעם פארק מיינט מען אז‬ ‫מ'רעדט פון א שיין געוואוקסיגן פארק מיט‬ ‫שמעקעדיגע רויזן און וואסערפאלן‪ ,‬עה‪ ,‬א‬ ‫נעכטיגן טאג‪ .‬קוים א גרין ביימל קען מען טרעפן‬ ‫אינעם גאנצן פארק‪ ,‬די טבע זאגט שוין‪ ,‬פון‬ ‫אספאלט שפראצט נישט קיין גרינס‪ .‬דער פארק‬ ‫איז ארום גענומען מיט נידעריג שטעכעדיגע‬ ‫אייזענעס‪ ,‬עטליכע צעבראכענע הילצערנע בענק‬ ‫און מעטאלענע הוידעלקעס פאר די קינדער צו‬ ‫הוידן‪.‬‬ ‫פון איין זייט איז איסט בראדוועי‪ ,‬און פון דער‬ ‫אנדערערער זייט דער אידישער העסטער סטריט‪.‬‬ ‫אויף דער ערשטער זייט געפונען זיך אלע אידישע‬ ‫רעדאקציעס‪ ,‬און אויף דער צווייטער זייט איז א‬ ‫האנדל וואנדל‪ .‬דא שטייען אידן און אידענעס און‬ ‫האנדלען אויף‪ ,‬פיש‪ ,‬הערינג‪ ,‬צוגעפוילטע עפל‪,‬‬ ‫אלטע קליידער און הייסע ארבעס‪.‬‬ ‫דורך צו גיין דעם פארק קען זיין פארבינדן מיט‬ ‫סכנת נפשות‪ .‬די ענגשאפט איז ריזיג‪ ,‬דא טרעפן‬ ‫זיך "גרינע" און "געלע"‪ ,‬דא וועבן זיך זייערע‬ ‫ראקעפעלער דמיונות‪ ,‬און די גאלדענע אמעריקע‬ ‫חזיונות‪ .‬וואס ציט די מאסן קיין העסטער פארק‬ ‫איז אייגענטליך א סוד‪ ,‬אפשר די צעקראכענע‬ ‫בענק? ווער ווייסט‪.‬‬ ‫אזוי צי אזוי איז דער פארק געווען א שטיק‬ ‫"אידישער נאציאנאליזם"‪ ,‬דינענדיג אלס א גוט‬ ‫שטיקל פאר פילע פאעטיקער און דיכטער‪ .‬דער‬ ‫פארק האט אויך איינגעלאדענט פילע הומאריסטן‬ ‫און קאמעדיאנטן אפצושטאטן דארט באזוכן‪,‬‬ ‫ווען דער פארק שטעלט ווי כאילו צו א פרייע‬ ‫"טיפן גאלעריע" פאר קינסטלער‪ ,‬שרייבער און‬ ‫סקולפטורער‪ ,‬אפצומאלעווען די פארשידנארטיגע‬ ‫טיפן וואס האבן זיך געפונען לרחצה‪.‬‬


‫א ווינקל פאר די קינדער אין העסטער פארק‬ ‫אט זיצט א איד מיט א ברייטן בארד‪ ,‬ווייזט אויס‬ ‫א קליינשטעטעלדיגער בעל הבית‪ ,‬אויפן קאפ‬ ‫א צעבראכענער קאפעליטש‪ ,‬די קאפאטע פעלן‬ ‫גאנצע שטיקער‪ ,‬שוין לאנג זיצט ער דא מיט'ן קאפ‬ ‫פארריסן צום הימל‪ ,‬קלערט און קלערט אין חלל‬ ‫אריין‪ ,‬קוקט זיך פלוצים ארום צו אלע זייטן און‬ ‫אזוי בגניבה כאפט ער די בלאטיגע פאלע פון דער‬ ‫קאפאטע און ווישט זיך אויס א זאלציג טרער‪.‬‬ ‫אינדערזייט שטייען צוויי אידן אין דאשיקעס‬ ‫טייטלנדיג צו די רעדאקציע אפיסעס‪ ,‬און טענה'ען‬ ‫זיך העפטיג וויפיעל די רווחים זענען א יאר‪ .‬איינער‬ ‫איז קארג אויף טויזנט‪ ,‬ווען דער צווייטער שיט מיט‬ ‫מיליאנען‪...‬‬ ‫א איד שוין אין די יארן‪ ,‬פראטעסטירט אזוי‬ ‫זיך אין דער וועלט אריין‪ ,‬אנטקעגן דער רעגירונג‪.‬‬ ‫און ווי גוט וואלט געווען ווען דער נארישער‬ ‫פרעזידענט הערט זיך צו צו זיינע קלוגע עצות‪.‬‬ ‫און א פערדער שעלט גלאט אזוי קאלומבוס‬ ‫מיט טויטע קללות‪ ,‬פאר דער חטא פון אנטדעקן‬ ‫אמעריקע‪ .‬מילא ‪ -‬טענה'ט ער מיט רעכט ‪ -‬אז ער‬

‫דער אריינגאנג צו העסטער פארק‬

‫א צויבער ווארט!‬ ‫א העסטער פארק!‬ ‫מיט בוימער‬ ‫זעלטן גרינע‬ ‫עס ליגט אויף דיר‬ ‫דעם זיבעטען חן‬ ‫עס ריט‬ ‫אויף דיר די שכינה‬ ‫דיר ארט ניט‬ ‫וואס אויף דיינע בענק‬ ‫די ארבעטסלאזע שלאפן‬ ‫דיר ארט ניט‬ ‫וואס פארליעבטע דארט‬ ‫זיך געגענזייטיג בלאפען‬ ‫דיר ארט ניט‬ ‫וואס די מאנסלייט דארט‬ ‫מיט ווילדע תאוה אויגן‬ ‫פארשלינגען יעדע מוטער ‪ -‬בריסט‬ ‫וואס גייט דארט איר קינד זויגען‬ ‫דו מאכסט זיך ווי גע'פגר'ט‬ ‫און פארקוועטשט דאס רעכטע אויגל‬ ‫אויף דיינע בענק איז הפקר אלץ‬ ‫ביזט איינמאל שוין א פויגל‪...‬‬

‫האט שוין יא אנטדעקט אמעריקע‪ ,‬צו וואס האב‬ ‫איך נאך געדארפט אהער קומען פארשווארצט‬ ‫ווערן‪ .‬און אז איך בין שוין יא אהער געקומען‪,‬‬ ‫פארוואס געבט מען נישט קיין שיפס‪-‬קארט צוריק‬ ‫אהיים צו פארן? יאפ‪ ,‬עפעס זאגט ער‪.‬‬ ‫אנדערע אידן מיט איבעריגע צייט שארן זיך‬ ‫סתם אזוי צו צו העסטער פארק‪ .‬פארבייגן זיך די‬ ‫הענט אויף הינטן‪ ,‬און שטעלן זיך צו פון ווי עס‬ ‫שיינט צו זיין די מערסטע טענער‪ ,‬גייענדיג פון‬ ‫קרעמל צו קרעמל‪.‬‬ ‫אז עס פאלט אריין אין פארק א איד מיט אן‬ ‫אויוועלע געבראטענע קארטאפל און צעזינגט‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪151 /‬‬


‫זיך אויפן קול‪:‬‬ ‫"קויפט! קויפט‬ ‫געבראטענע‬ ‫פאטעיטאס";‬ ‫אזאנס ברענגט‬ ‫א לעבהאפט אין‬ ‫פארק‪ ,‬ס'ווערט‬ ‫א גוטע שטימונג‪.‬‬ ‫דער ריח ציט‬ ‫אלעמען אין די‬ ‫לעכער‪...‬‬ ‫נאז‬ ‫צוויי‬ ‫"קויפט‬ ‫פאטעיטאס‬ ‫פאר א סענט‪",‬‬ ‫אידישע "ניוזבויס" גרייטן זיך‬ ‫זיך‬ ‫צעברימט‬ ‫ארויסצולאזן אויף דער יארכע‬ ‫דער מוכר מיט‬ ‫זיין "פושקארט‬ ‫וועגעלע"‪.‬‬ ‫אפט מאל טרעפט זיך אינמיטן קאכעניש זאל‬ ‫וואס‬ ‫שכן‬ ‫צום‬ ‫איינער‬ ‫זיך‬ ‫מורמעלט‬ ‫הערט‪,‬‬ ‫איר‬ ‫אריין פאלן אין העסטער פארק א אידענע אין‬ ‫ער‬ ‫פאטעיטאס;‬ ‫מוכר‬ ‫אויפן‬ ‫קנאה‬ ‫פאר‬ ‫אויך‬ ‫קוקט‬ ‫באגלייטונג פון עמיצן‪ .‬זי כאפט אן א אידל ביים‬ ‫יאר‬ ‫צען‬ ‫קוים‬ ‫גוי‪,‬‬ ‫א‬ ‫ווי‬ ‫מזל‬ ‫גביר!‬ ‫א‬ ‫ווערן‬ ‫נאך‬ ‫'עט‬ ‫בארד און ליארעמט מיט א וויינענדיגער שטימע‪ :‬א‬ ‫אן‬ ‫צו‬ ‫ארויפגעארבעט‬ ‫שוין‬ ‫זיך‬ ‫און‬ ‫אמעריקע‬ ‫אין‬ ‫קלאג נאך דיר‪ ,‬גזלן איינער! וועסט מיך איבערלאזן‬ ‫געשעפטל!‬ ‫אייגן‬ ‫מיט אכט פיצלעך קינדער און אנטלויפן קיין‬ ‫צוועלף אזייגער ערשיינען די צייטונגען ארויס‬ ‫אמעריטשקע‪ ...‬די אידענע רייסט די בארד‪ ,‬וויינט‪,‬‬ ‫פון דרוק‪ .‬צייטונג‪-‬אינגלעך באלאגערן די פארק‬ ‫קוויטשעט‪ ,‬דער אידל שטייט נעבעך א בלאסער‪,‬‬ ‫פון אלע זייטן מיט אויסגעשרייען‪" :‬טאגעבלאט"‪,‬‬ ‫דאס מויל אפן‪ ,‬הענט און פיס ציטערן‪ ,‬עס לויפן זיך‬ ‫"פארווערטס"‪" ,‬ווארהייט"‪ .‬דער עולם זוכט פאר‬ ‫צאם אן עולם‪ ,‬מען נעמט צדדים‪ ,‬ביז א פאליציאנט‬ ‫פעניס‪ ,‬אפשר וועט זיך עפעס ארויסקראצן פון די‬ ‫פירט זיי אפ אין חד גדיא אריין‪.‬‬ ‫פארריסענע קעשענעס‪ .‬אנדערע‪ ,‬וויסנדיג זייער‬ ‫אזוי פירט זיך עס‪ ,‬קומט אן עגונה קיין ניו‬ ‫מצב‪ ,‬זענען סקעפטיש אין טרעפן די רויטע פעניס‪,‬‬ ‫יארק מעבר לים זוכן איר פארשוואונדענעם מאן‪,‬‬ ‫זיי שטעלן זיך ליבערשט הינטער די רייכערע צו‬ ‫פירט מען איר צוערשט קיין העסטער פארק‪ .‬אויב‬ ‫בליקן אין דער צייטונג פון הינטערוויילעכטץ‪.‬‬ ‫געפונט זי אים נישט דארט‪ ,‬איז שוין א שווער‬ ‫יעצט ווערט היציג‪ ,‬מען ליינט זיך אן מיט די‬ ‫שטיקל אויסצוזוכן דעם באנדיטישן מאן‪.‬‬ ‫שטעטלישע פאגראמען וואס די אידישע ברידער‬ ‫אין אווענט ווערט שיטערער די פארקער אין‬ ‫מאכן מיט אין רוסלאנד און אין אייראפע‪ .‬יעדן טאג‬ ‫פארק‪ .‬ליידיג איז עס קיינמאל נישט‪ ,‬אבער גענוג‬ ‫שווערט מען זיך ווידער פון פריש‪ ,‬צו זיך צוזאם‬ ‫אויף צו קענען טרעפן א ליידיג ווינקל‪ .‬ערשט‬ ‫נעמען אלס א קאמף גרופע און אפרייזן נקמה‬ ‫שפעט אויפדערנאכט ווען דער עולם צוגייט זיך‪,‬‬ ‫צו נעמען ‪ -‬ביז מען ענדיגט די צייטונג און מען‬ ‫שארן זיך ארויס די היימלאזע פון די ווינקלען און‬ ‫שלאפן זיצנדיג איבער דער נאכט‪.‬‬ ‫פארגעסט ביז דער מארגנדיגער ציינונג‪.‬‬

‫‪ / 152‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫ע‪ .‬ערפס‬

‫צוויי פון מיר‬ ‫ס'איז א פולע לבנה אין ירושלים‪ ,‬חודש תמוז‪ ,‬שפעט אין דערנאכט‬ ‫יארן לאנג איך טראכט אן אויפהער‪,‬‬ ‫וואס איז מיין ציל‪ ,‬וואס איז מיין באגער‪.‬‬ ‫פרייליכע מאמענטן‪ ,‬און צומאל אויך א טרער‪,‬‬ ‫ברויזנדע מחשבות אין מיין מוח‪ ,‬א גאנצע פארקער‪.‬‬ ‫איך בין מיך‪ ,‬אבער דאך זע איך אין מיר צוויי‪,‬‬ ‫איך קוק זיך אים‪ ,‬און אט זע איך דריי‪.‬‬ ‫איך בין אזוי צעמישט‪ ,‬איך געב א געשריי‪,‬‬ ‫ווער בין איך? ס'טוט אזוי וויי‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪153 /‬‬


‫רעכטס און לינקס‪ ,‬צו אלע זייטן טו איך בליקן‪,‬‬ ‫שוין אלעס געטון‪ ,‬מיין הארץ צו דערקוויקן‪.‬‬ ‫שלעכט און גוט ‪ -‬מיינע געפילן טוט דערשטיקן‪,‬‬ ‫ברוחניות ובגשמיות דארף איך א תיקון‪.‬‬ ‫געדאנקען אויסשפילנדע‪,‬‬ ‫ארום שטערנס פליענדע‪.‬‬ ‫אין סביבות אזוי אויסקילנדע‪,‬‬ ‫ניסיונות שטארק באמיענדע‪.‬‬ ‫דער הימל און ערד קוגל‪,‬‬ ‫זיי זענען נישט מסוגל‪.‬‬ ‫איך בין אונטער שלאס און ריגל‪,‬‬ ‫נאר גאט אליין קען אראפנעמען דעם זיגל‪.‬‬

‫כ"ח כסלו‪ ,‬די פערטע נאכט חנוכה‬ ‫פון שלאף אין חלום בין איך וואך‪,‬‬ ‫פארמאטערט אין מיין נייעם פאך‪.‬‬ ‫פרייליכקייט און סיפוק ביזן דאך‪,‬‬ ‫איך דערקען מיר אליינס נישט‪ ,‬איך בין אן אנדערע זאך‪.‬‬ ‫איך קריך בערג‪ ,‬קלעטער אויף שטיינער‪,‬‬ ‫איך שפיר דערווערגט‪ ,‬איך צעברעך זיך די ביינער‪.‬‬ ‫אבער קיינמאל‪ ,‬איך פיל אליין אן קיינער‪,‬‬ ‫ווייל איך ווייס אז איך האב א טאטן א פיינער‪.‬‬ ‫אלע מאדנע געדאנקען‪,‬‬ ‫וואס דער פון אויבן האט מיר באשאנקען‪.‬‬ ‫אנגעהויבן האט עס צאנקען‪,‬‬ ‫איך בין שוין ארויף מיט פילע ראנקען‪.‬‬ ‫טאקע טאקע‪ ,‬צוויי פון מיר טוט זיך געפונען‪,‬‬ ‫אבער יעצט טוט עס פארמאגן גאר אן אנדערן זינען‪.‬‬ ‫אן ענטפער פאר דעם עס האט מיר ערשינען‪,‬‬ ‫עס איז שוין קלאר ווי וואסער פון א ברונעם‪.‬‬ ‫אזוי ווי פייער אן לופט עס טוט נישט באלאנסירן‪,‬‬ ‫א ווינטער אן א זומער אלע טייכן וועלן פרירן‪.‬‬ ‫ווען נישט קיין שלעכטס אויף וואס צו קריטיקירן‪,‬‬ ‫וואלט נישט געווען קיין גוטס צו קאמפלימענטירן‪.‬‬ ‫‪ / 154‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬


‫וועקער‬ ‫שרייבן פארמעסט‬ ‫צווישן די פילע הערליכע ווערק וועלכע זענען אריינגעקומען פאר דעם שרייבן פארמעסט‪ ,‬האבן די דריי‬ ‫ריכטער איינשטימיג אויסגעקליבן די פאלגנדע פאר די געווינער‪:‬‬

‫צוליב א חוט השערה‬ ‫משה הערש כהן‪ ,‬ברוקלין‬

‫פא‬ ‫רמע‬ ‫געווינ סט‬ ‫ער‬

‫רירנדע זכרונות פון א יוגנט אין שטעטל‬ ‫ערשטער פרייז ‪$250 -‬‬

‫באהעלטערלעך‬ ‫ניבארסקי‪ ,‬ירושלים‬ ‫עטל ָ‬ ‫די טראגעדיע פון לעבן‪ ,‬און שיינקייט פון בריאה‬ ‫צווייטער פרייז ‪$100 -‬‬

‫דעם טאטנ'ס משקה קראם‬ ‫שלום לונדנר‪ ,‬לאס אנדזשעלעס‬ ‫איבערגעלעבט צוויי מאל‪ ,‬און געבליבן מיט זיין יראת שמים‬ ‫דריטער פרייז ‪$50 -‬‬

‫שרייבן פארמעסט‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪155 /‬‬


‫א ווארט פון‬ ‫די ריכטער‬

‫איך נעם דעם ריכטער‪-‬האמער אין דער‬ ‫האנט און איך זעץ אויס דריי מאל אויפ'ן טיש‪.‬‬ ‫די שופטים האבן באשטימט און איך דארף‬ ‫זייער פסק אויסרופן‪ .‬מיטן שווארצן מאנטל ביז‬ ‫איבער די קניען‪ ,‬מיט אן ערנסט‪-‬פארצויגענער‬ ‫מינע‪ ,‬שטעל איך זיך אוועק אינעם זאל‬ ‫אפליינען דעם פסק‪ .‬איך טו דאס נישט מיט‬ ‫א גלאטן שטערן און א געהויבענעם רוקן‪ ,‬נאר‬ ‫מיט צוריקגעצויגנקייט‪ ,‬ווייל די הימל און ערד‬ ‫זענען עדות אז די ריכטער זענען נישט לייכט‬ ‫געקומען צו דער מסקנא‪.‬‬ ‫צוישן פילע געלונגענע ווערק האבן די‬ ‫ריכטער געדארפט באשליסן צווישן א טוץ פון‬ ‫פאטענציעלע געווינער‪ ,‬איינס שענער פונעם‬ ‫אנדערן‪ ,‬און גיי קלויב אויס צווישן אזא מין‬ ‫שיין און אן אנדער מין שיין‪ .‬אין יעדן ארטיקל‬ ‫האט זיך דערקענט נשמה‪ ,‬א שטיק הארץ‪,‬‬ ‫און ס'וואלט געווען נאר יושר אז יעדער פון‬ ‫די שרייבער זאל זיך פארדינען א מעדאל‪ .‬ביי‬ ‫איינעם האט געשטראלט א אידישער תמימות‪,‬‬ ‫ביי א צווייטן א יום‪-‬טוב'דיגער התלהבות‪ ,‬ביי‬ ‫א דריטן א קוהלת'דיגע מעלאנכאליע געווייקט‬ ‫‪ / 156‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אין שיר השירים‪ ,‬און אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫אלס ערשטער געווינער איז אויסגעקליבן‬ ‫געווארן "צוליב א חוט השערה‪ ".‬אין דעם‬ ‫שטיקל דערציילט דער שרייבער אן אנעקדאט‬ ‫פון זיין יוגנט‪-‬זיכרון‪ ,‬וועלכער וואלט געקענט‬ ‫געזען ווערן פון א שווארצן קוק‪ ,‬און ער‬ ‫האט מצליח געווען עס אפצושרייבן מיט א‬ ‫פליסיגן הומאר‪ ,‬אן באשולדיגן סיי וועלכע‬ ‫זייט‪ .‬דער שרייבער האט ארויסגענומען זיינע‬ ‫ערוואקסענע מחשבות פון דער מעשה‪,‬‬ ‫איבערלאזנדיג בלויז די קינדערישע ערפארונג‬ ‫כמות שהוא‪.‬‬ ‫ס'איז זייער הומאניש‪ ,‬ליבליך‪ ,‬און‬ ‫ס'שענקט דעם ליינער אן אינטימען אריינבליק‬ ‫אינעם וועלטל פונעם קינד וואס האט נישט‬ ‫פארשטאנען די סכסוכים פון די "גרויסע"‪,‬‬ ‫ער האט נישט געוואוסט פארוואס זיי זענען‬ ‫אנגעקומען צו דאווענען אין א כאטקע‪ ,‬פונקט‬ ‫ווי ער האט נישט פארשטאנען פארוואס זיי‬ ‫האבן עווענטועל געמוזט אוועקגיין פון דארט‪,‬‬ ‫אבער דער אויסזען פון דער צעפאלענער‬ ‫כאטקע‪ ,‬די פארשידענע אידן וואס זענען‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫אהינגעקומען‪ ,‬און אפילו דער שמעק פונעם‬ ‫פלאץ‪ ,‬איז אים פארבליבן איינגעקריצט אין‬ ‫הארצן מיט נאסטאלגיע‪.‬‬ ‫אלס צווייטער געווינער איז אויסגעקליבן‬ ‫געווארן "באהעלטערלעך‪ ".‬די שרייבערין‬ ‫גיט נישט אן דעם נאמען פונעם העלד אין‬ ‫דער מעשה‪ ,‬נאר זי לאזט עס איבער מיטן‬ ‫מיסטעריעזן פראנאם "ער"‪ ,‬וועלכער קומט‬ ‫זיך צוזאם ביים סוף פון דער מעשה מיט אן‬ ‫אומבאקאנטער "זי"‪ .‬אין דעם געשיכטעלע‬ ‫מאלט אפ די שרייבערין די טראגעדיע פון‬ ‫לעבן מיט דער באוואוסטזיניגקייט פון טויט‬ ‫און ענדע‪ .‬דער טראגישער מציאות פון טויט‬ ‫פארשאטנט יעדע שיינקייט‪ ,‬אויף להכעיס דער‬ ‫הערליכקייט וואס שיינט ארויס פון יעדן ווינקל‪.‬‬ ‫אויף אט דעם קאסמישן פראבלעם איז‬ ‫נישטא קיין ענטפער‪ .‬ווי ווייט דער מענטש‬ ‫זאל נישט אנטלויפן דערפון באגלייט עס אים‪.‬‬ ‫דער פיין ווערט אבער געלינדערט ווען "ער"‬ ‫טרעפט זיך מיט "איר"‪ ,‬א מין מיסטעריעזע‬ ‫פיגור וועלכע פארקערפערט די ראמאנטישע‬ ‫זייט פונעם קאסמוס וועלכע שלאגט זיך‬ ‫כסדר קעגן דעם טויט‪ ,‬און דארט וואו דער‬ ‫ראמאנטיציזם עקזיסטירט‪ ,‬איז נישטא קיין‬ ‫פלאץ פאר'ן טויט‪ .‬ווילאנג מ'בלייבט שטיין ביי‬ ‫קוהלת בלייבט מען מיט דער פראגע‪ ,‬אבער‬ ‫דער שרייבער שלאגט אונז פאר אנצונעמען א‬ ‫שיר השירימ'דיגן צוגאנג צום לעבן‪.‬‬ ‫אלס דריטער געווינער איז אויסגעקליבן‬ ‫געווארן "אינעם טאטנ'ס משקה קראם‪ ".‬דער‬ ‫שרייבער שילדערט לעבעדיג די ערפארונג‬ ‫פון זיין טאטן אין א פארווארפענער נישט‪-‬‬ ‫אידישער געגנט‪ ,‬וואו אידישקייט איז געווען‬ ‫פארבונדן מיט מסירות נפש‪ .‬דער ליינער‬ ‫באקענט זיך מיט א מסירות נפש וואס ווערט‬ ‫אויסגעפירט נישט מיטן אנטלויפן פון דער‬ ‫וועלט‪ ,‬נאר דוקא דורכ'ן אריינגיין אין לייבנגרוב‪,‬‬ ‫פנים אל פנים מיט דער געמיינער זייט פון דער‬ ‫מענטשהייט‪ .‬ס'איז נישט אזא מין מסירות נפש‬ ‫פון זיצן אין כולל‪ ,‬נאר פון ארויסגיין אין א מקום‬ ‫סכנה‪ ,‬צווישן סאמע וואכעדיגע מענטשן‪ ,‬כדי‬ ‫אהיימצוברענגען ברויט‪.‬‬ ‫אונזער מסירות נפש איד איז אויך נישט‬ ‫קיין שוואכלינג‪ .‬ווען ער ווארט צעקלאפט דורך‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫רויבער און ער האלט אט ביים געשאסן ווערן‪,‬‬ ‫הייבט ער זיך אויף ווי א גיבור און פארטיידיגט‬ ‫זיך מיט די בלויזע הענט‪ .‬דער רויבער איז אים‬ ‫ניטאמאל פרעמד און ער פרעגט אים דירעקט‬ ‫פארוואס ער האט עס געטון‪ .‬די מעשה איז‬ ‫שיין באשריבן‪ ,‬דער ליינער לעבט עס ממש‬ ‫מיט‪ ,‬און באקענט זיך מיט א טיפ איד וואס‬ ‫מיר זעען שוין היינט נאר זעלטן‪ .‬דער שרייבער‬ ‫לאזט אונז איבער צום סוף מיט נייגער איבער‬ ‫דעם וואס דער רויבער האט זיך געוואלט‬ ‫טרעפן מיט זיין קרבן בעת ער איז שוין געזעסן‬ ‫אין תפיסה‪ .‬האט ער אים אפשר געוואלט‬ ‫איבערבעטן?‬ ‫די דריי געווינער האבן שיין געשילדערט‬ ‫זייערע העלדן און די געשיכטעס וואס זענען‬ ‫זיך פארלאפן‪ ,‬ווי אויך דערקענט זיך אין‬ ‫זיי א שעפערישקייט ביים ארויסברענגען‬ ‫נייע פערספעקטיוון וועלכע קומען פאר‬ ‫חידוש'דיג אין אונזערע אויערן‪ .‬זיי האבן אונז‬ ‫איבערגעלאזט מיט פראגעס און געעפנט א‬ ‫נייעם בליק איבער פארשידענע אספעקטן‬ ‫פונעם לעבן‪ .‬ווי געזאגט פריער‪ ,‬זענען זיי נישט‬ ‫די איינציגע געווינער‪ ,‬יעדער שרייבער איז א‬ ‫געווינער אויף זיין אופן‪ ,‬און מיר האפן אז זיי‬ ‫וועלן שוין נישט ארויסלאזן דעם פעדער פון‬ ‫דער האנט‪ ,‬וויבאלד יעדער ארטיקל פאר זיך‬ ‫איז געווען א תענוג צו ליינען‪.‬‬ ‫"כי אבי ואמי" דערציילט וועגן א לעבנס‬ ‫ערפארונג‪ ,‬דורכגעווייקט מיט א אידישן‬ ‫תמימות‪ ,‬וואס בארירט שטארק דעם ליינער‪,‬‬ ‫סיי צוליב מיטלייד מיט די פיגורן אינעם‬ ‫ארטיקל‪ ,‬און סיי צוליב דער לעקציע פאר'ן‬ ‫לעבן וואס דער ארטיקל פארקערפערט אין‬ ‫זיך‪" .‬ווען איך בין איך און דו ביסט דו" האט‬ ‫אין א הומאריסטישן וועג באשריבן דעם רייץ‬ ‫צו "אייגנארטיגקייט" וואס פלאגט די היינטיגע‬ ‫וועלט‪ .‬דער שרייבער זאגט אז יעדער וויל זיין‬ ‫אייגנארטיג‪ ,‬אבער ס'איז שוין מער אייגנארטיג‬ ‫צו זיין דוקא זיך‪ ,‬אן קיין שום געקינצלטע‬ ‫אייגנארטיגקייט‪ .‬ביים סיום פונעם ארטיקל‬ ‫באקומט זיך דער איינדרוק אז דער שרייבער‬ ‫גלייבט נישט אין זיין אייגענעם טאלאנט‪ ,‬אבער‬ ‫ס'איז א וואונדער וויאזוי ער קען נאך צווייפלען‬ ‫דערין נאך אזא הערליכע ארבעט!‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪157 /‬‬


‫"שיער נישט א שריפה" איז א שיינע שטיק‬ ‫דראמע‪ .‬דער שרייבער האלט אונז געשפאנט‬ ‫מיט זארג‪ ,‬אבער צום סוף קומט מען אפ‬ ‫מיט א געלעכטער אויפ'ן נעבעכדיגן שלימזל‪.‬‬ ‫"דער פארשוואונדענער בית הקברות" איז‬ ‫א קאמישע מעשה'לע וואס פאררופט זיך‬ ‫אויף דער שטאט כעלעם‪ ,‬און איז געשריבן‬ ‫זייער בא'טעמ'ט‪ .‬באזונדערס איז ווערט‬ ‫צו באצייכענען "דאס ברענענדיגע הארץ‬ ‫פונעם יידישיסט יאנקו" וועלכע פירט אונז‬ ‫אריין אין דער לעגענדארער וועלט‬ ‫פון אידישע פאלקס‪-‬מעשה'לעך‪ ,‬און‬ ‫ס'דערווארעמט דאס הארץ פונעם‬ ‫איד‪ .‬דער שרייבער האט‬ ‫מסתמא א ניצוץ‬ ‫נשמה פון י‪ .‬ל‪.‬‬ ‫פרץ‪.‬‬ ‫"רעבישע‬ ‫איז‬ ‫תאוות"‬ ‫געשריבן אין א‬ ‫זאפטיגער שפראך‪ ,‬באפעפערט מיט הומאר‪,‬‬ ‫און ס'ברענגט ארויס דורך א דערציילונג ווי‬ ‫איין גרופע קען נישט פארשטיין די נסיונות פון‬ ‫אן אנדער גרופע‪ .‬דער מאטיוו פון דער מעשה‬ ‫גופא איז זייער שעפעריש און פאלקסטימליך‪.‬‬ ‫"הייזער פון ליים" איז נאך א געלונגענע ארבעט‪,‬‬ ‫וואו דער שרייבער האט מצליח געווען אין א‬ ‫רעלאטיוו קורצער מעשה ארויסצוברענגען די‬ ‫דילעמעס פונעם אפיקורוס בשעת ער דערזעט‬ ‫זיך ביים שוועל פון טויט‪ .‬זיינע אינערליכע‬ ‫צווייפלענישן‪ ,‬זיין ווייטאג אז ס'פארבלייבט‬ ‫נישט קיין קדיש‪ ,‬איז אומפארשטענדליך פאר‬ ‫זיינע קרובים‪ ,‬אבער רופט ארויס סימפאטיע‬ ‫ביים ליינער‪.‬‬ ‫ס'דארף באצייכנט ווערן אז ס'זענען‬ ‫געווען עטליכע ארטיקלען וואס האבן גוט‬ ‫אויסגענומען ביי די ריכטער‪ ,‬אבער זיי זענען‬ ‫נישט נאכגעקומען די קריטעריעס פונעם‬ ‫פארמעסט‪ .‬א ביישפיל צו דעם איז "א‬ ‫ראמאנטישער טרוימער" וואס באשטייט‬ ‫פון איין קאפיטל‪ ,‬זייער שיין און בילדעריש‬ ‫באשריבן‪ ,‬אבער ס'איז נישט קיין פארענדיגטע‬ ‫מעשה‪" .‬אני לדודי ודודי לי" איז א פילאזאפישע‬ ‫מייסטער ווערק‪ ,‬אבער ס'איז נישט קיין‬ ‫‪ / 158‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫פיקציע אדער זכרונות פונעם לעבן‪ ,‬ווי ס'האט‬ ‫זיך געפאדערט לויט די קריטעריעס פונעם‬ ‫פארמעסט‪.‬‬ ‫אלע ארטיקלען וועלכע מיר האבן דא‬ ‫דערמאנט זענען שיינע ווערק‪ ,‬און וועלן‬ ‫צוביסלעך אפגעדרוקט ווערן אינעם "וועקער"‪.‬‬ ‫אויסער די דריי געווינער ווערט אפגעדרוקט‬ ‫אין דער יעצטיגער אויסגאבע "א בריק צווישן‬ ‫וועלטן‪ ",‬וועלכע איז קענטיג‬ ‫געשריבן דורך א זקן ורגיל מיט א‬ ‫פיינער שפראך און א גוטן טעם‪.‬‬ ‫דער שרייבער שילדערט‬ ‫די דינאמיק פון דער‬ ‫חסידישער וועלט‪,‬‬ ‫זיין האפענונג צו‬ ‫דינען ווי א בריק‬ ‫צווישן חסידים‬ ‫און יידישיסטן‪,‬‬ ‫ניצנדיג די פילם‬ ‫"מנשה" אלס א‬ ‫הינטערגרונט צום שמועס‪.‬‬ ‫אויך ווערט דא אפגעדרוקט דער ארטיקל‬ ‫"אבי יוצא געווען‪ ",‬א הערליכע ווערק וואס‬ ‫איז א געמיש פון געפיל און מחשבה‪ .‬אינעם‬ ‫ארטיקל פיגורירט גאר א וויכטיגע פראגע‪:‬‬ ‫וואס גענוי גיט פאר'ן מענטש דאס געפיל‬ ‫פון רעליגיעזער צופרידנהייט? איז עס דער‬ ‫קאנפארמיזם? די פארגלייזטע אויגן ביים זיצן‬ ‫מיט די בני בית אין דער סוכה? אדער איז עס‬ ‫עפעס טיפערס?‬ ‫צום שלוס וויל איך ווינטשן אלע שרייבער‬ ‫און ליינער א גוט געבענטשט יאר‪ .‬יהי רצון‬ ‫אז דאס יאר וואס קומט זאל ביי אלעמען זיין‬ ‫א יאר פול מיט שעפערישקייט‪ ,‬א יאר פון‬ ‫ליטערארישער שפע‪ ,‬מיט כל‪-‬ערליי ברכות‬ ‫וואס יעדער ווינטשט זיך‪ ,‬און א יאר פון גאולה‬ ‫פאר'ן כלל און פאר'ן פרט‪.‬‬

‫י‪ .‬פלאוויוס‪,‬‬ ‫מיט דער הסכמה פון קטלא קניא‪,‬‬ ‫און חיים שטערן‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫אינטערוויו מיט'ן געווינער‬ ‫פונעם "וועקער שרייבן‬ ‫פארמעסט"‬

‫ר' משה הערש כהן‬ ‫מזל טוב צום געווינען דעם וועקער'ס‬ ‫שרייבן פארמעסט‪ .‬דיין דערציילונג איז פה‪-‬אחד‬ ‫אויסגעקליבן געווארן דורך די דריי ריכטער אלס‬ ‫דער שענסטער ווערק פון צווישן אלע צענדליגער‬ ‫ווערק וועלכע זענען אריינגעקומען צו דעם‬ ‫פארמעסט‪.‬‬ ‫ווען האסטו צוערשט געטראכט אז דו קענסט‬ ‫שרייבן?‬ ‫‪‎‬דער אמת איז איך טראכט נאך אלץ נישט‬ ‫ממש אז איך קען שרייבן‪ ,‬און עס איז מיר געווען‬ ‫א געוואלדיגע איבעראשונג צו הערן אז איך האב‬ ‫געוואונען דעם פארמעסט‪.‬‬ ‫אידיש האב איך זיך געלערנט און אנגעהויבן‬ ‫שרייבן טאקע אויף מיין באליבטן פארום "קאווע‬ ‫שטיבל"‪ .‬די לייקס און קאמפלימענטס אויף קאווע‬ ‫שטיבל האבן מיך געשטופט צו שרייבן האפנדיג‬ ‫אז דער עולם וועט הנאה האבן (היינט‪ ,‬צוליב‬ ‫מאנגל אין צייט‪ ,‬שרייב איך ליידער ווייניגער אויפן‬ ‫שטיבל)‪.‬‬ ‫וויאזוי האסטו מחליט געווען אז דער‬ ‫פארמעסט מיינט דיך?‬ ‫דער געדאנק איז מיר געפאלן אז מען פרובירט‬ ‫אויפגראבן שרייבן‪-‬טאלאנט ביים עולם‪ ,‬עס‬ ‫הערשט דאך א כשרונות‪-‬ווינט לעצטנס ביים‬ ‫היימישן עולם (וואס האט זיך‪ ,‬אגב‪ ,‬אנגעהויבן ביי‬ ‫אונז אין קאווע שטיבל עטליכע יאר צוריק מיט‬ ‫דער "פאעזיע פארמעסט")‪ ,‬און מבשרי אחזה אז‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫מען קען נישט וויסן און מען דארף פרובירן צו‬ ‫אויסגעפונען צי מען קען טאקע‪.‬‬ ‫האסטו גע'חלומ'ט אז דו גייסט געווינען?‬ ‫ניין‪ .‬כ'האב אפילו געשריבן ביים שיקן אז‬ ‫כ'פלאן נישט צו געווינען‪ ,‬איך וויל בלויז מחזק זיין‬ ‫דעם פארמעסט געדאנק‪.‬‬ ‫‪‎‬‬ ‫וואספארא מעטאדן נוצסטו אפצומאלן דיינע‬ ‫קערעקטערס?‬ ‫ווען איך שרייב גראב איך אויף פון זכרון עכטע‬ ‫מענטשן‪ ,‬קאריקאטורן און סיטואציעס מיט‬ ‫וועמען כ'האב זיך באגעגנט אין לעבן און כ'פרוביר‬ ‫אפמאלן דעטאלן ממש ווי עס לעבט‪.‬‬ ‫‪‎‬‬ ‫וויפיל האסטו שוין געשריבן?‬ ‫שוין געשריבן היפש אביסל אבער נישט‬ ‫זייער אסאך‪ .‬כ'האב גאנץ לעצטנס אריינגעשיקט‬ ‫ארטיקלען צו דער "מעלות" אויסגאבע‪ .‬זיי נעמען‬ ‫גערן אן א גוטן ארטיקל‪ ,‬כאטש מען צאלט ממש‬ ‫פרוטות‪.‬‬ ‫‪‎‬‬ ‫אלס קינד‪ ,‬בחור‪ ,‬האסטו געשפירט אז דו‬ ‫קענסט שרייבן?‬ ‫אלס קינד דייקא נישט‪ ,‬כ'האב פשוט נישט‬ ‫פרובירט אדער געהאט געלעגנהייטן צו פרובירן‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪159 /‬‬


‫אלס בחור האב איך געשריבן‬ ‫לשון קודש נאר‪ ,‬חידושים‬ ‫און בריוון צו מיין טאטן‪ ,‬מיט‬ ‫מליצות גענאשט פון תשובה‬ ‫ספרים‪ ,‬וכדומה‪ .‬אידיש האט‬ ‫נישט עקזיסטירט אין מיין‬ ‫בחורישער וועלט‪ ,‬פשוט ווייל‬ ‫ווען שרייבט דען א בחור אידיש‬ ‫ביי אונז?‬ ‫וואס האט דיך געגעבן די‬ ‫אינספיראציע אז דער אינצידענט אין‬ ‫דיין דערציילונג איז ווערד צו באשרייבן?‬ ‫דער פאקט אז כאטש איך בין גאנץ יונג האב‬ ‫איך מיטגעלעבט זאכן וואס זענען שטיקער‬ ‫היסטאריע און עס איז ווערט עס זאל זיין‬ ‫באשריבן‪ .‬עס זענען דא אזויפיל באשרייבונגען‬ ‫פון שטעטלעך אין דער אלטער היים‪ ,‬ווי שרייבער‬ ‫האבן אפגעמאלן די שטעטל‪-‬פיגורן אא"וו‪ .‬ליידער‬ ‫ביי אונז קומען און גייען צייטן און מענטשן אן‬ ‫איינער זאל נאטירן‪.‬‬ ‫דער ארטיקל בארירט אן אינטערעסאנטער‬ ‫קאפיטל אין דער היסטאריע פון קרית יואל‪ ,‬צי‬ ‫קענסטו דערציילן מער דערוועגן ‪?‎‬‬ ‫קרית יואל אין יענע יארן איז דורך א טונקעלע‬ ‫תקופה וואס פאדערט בעצם א באשרייבונג פאר‬ ‫זיך‪ .‬אפשר דארף מען נישט מקטרג זיין אויף אידן‪,‬‬ ‫אבער איך מיין עס איז וויכטיג צו דערגיין וויאזוי די‬ ‫זאכן האבן געקענט פאסירן‪ ,‬ווי דאס שפריכווארט‬ ‫זאגט אז מען לערנט זיך נישט פון היסטאריע'ס‬ ‫טעותים איז לא ימלט נישט זיי צו איבער'חזר'ן‪.‬‬ ‫אויפן שפיץ גאפל; מען האט פרובירט‬ ‫עוקר מן השורש זיין א גרופע הארטנעקיגע‬ ‫אויפשטענדלער‪ ,‬וואס האבן געגרינדעט אייגענע‬ ‫מוסדות‪ .‬מען האט זיי מחרים געווען מיט א איסור‬ ‫פון רבנים‪ ,‬קינדער האבן נאכגעווארפן שטיינער‬ ‫עלטערע אידן און אידענעס‪ .‬בחורים האבן‬ ‫נאכט נאך נאכט אויסגעפירט אקציעס ווי ברעכן‬ ‫פענסטערס און שטעכן רעדער‪ .‬פון די ערגסטע‬ ‫פאלן געדענקט זיך ווען מען האט ארויסגעשטעלט‬ ‫פון מקוה צו דער גאס א ‪ 13‬יעריג בחור'ל ווי אדם‬ ‫הראשון קודם החטא‪ .‬עס איז געווען אונטער זערא‬ ‫דעגרי‪ .‬יענער האט דאך נאר געפאלגט וואס דער‬ ‫רבי האט אין דער דרשה געזאגט אז מ'זאל שרייען‬ ‫"שייגעץ ארויס" פון מקוה בכל כוחו ובכל כונתו‬ ‫מיט ביידע פירושים‪.‬‬ ‫‪ / 160‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ס‬ ‫ע‬ ‫געדענקט‬ ‫זיך גוט אין די‬ ‫ביינער ווען מען האט אונטערגעצינדן דעם "ילד‬ ‫שעשועים" אינמיטן דער נאכט מיט פערציג‬ ‫קימפעטארנס און פיצלעך קינדער דערין‪ ,‬מען‬ ‫האט די קינדער ארויסגעגעבן פון פענסטער‬ ‫צווישן פלאמען ווען היסטערישע מאמעס‬ ‫ליארעמען ‪ --‬בלויז ווייל א קעגנער האט דארט‬ ‫געפלאנט א מסיבה א נאכט דערויף אין זאל‪.‬‬ ‫איך געדענק זאכן פון די קינדער יארן וואס‬ ‫מענטשן וועלן נישט גלייבן אז זיי האבן געקענט‬ ‫פאסירן‪ .‬לאמיר האפן עס וועט זיך קיינמאל נישט‬ ‫איבער'חזר'ן‪.‬‬ ‫היות 'אפטער' איז געווען דער בעל הבית פון‬ ‫דער באדן פון אייער שולעכל‪ ,‬וואס איז פון אים‬ ‫געווארן? ער האט דאך נישט געקענט נעלם ווערן‬ ‫ווי די אנדערע‪.‬‬ ‫ער האט געהאט א שטיקל אייגן כאטקע‬ ‫נעבן שול צוזאמען מיט נאהון‪ ,‬זיי זענען אלע‬ ‫נעלם געווארן ווען די שול האט זיך פארשפארט‪.‬‬ ‫ער איז דאכט זיך נישט געווען בעל הבית אויפן‬ ‫פראפערטי‪ ,‬נאר עס האט באלאנגט פאר איינעם‪.‬‬ ‫וואס קענסטו זאגן פאר איינער וואס וויל זיך‬ ‫אויסארבעטן צו זיין א גוטער שרייבער ‪?‎‬‬ ‫איך מיין אז ליינען אסאך איז א וויכטיגער‬ ‫שליסל צו קענען שרייבן‪ ,‬מען דארף זיך טרעפן א‬ ‫סטיל אדער שרייבער מיט וואס מ'שפירט א קשר‪,‬‬ ‫און פרובירן צו גיין אויף דעם מהלך‪ .‬אויך זאל‬ ‫מען כסדר ארויסקוקן ביים ליינען צו אויפכאפן‬ ‫גוטע אויסדרוקן‪ ,‬אידיאמען און מליצות און זיך‬ ‫איינ'חזר'ן‪ .‬במשך פון דער צייט באקומט מען אן‬ ‫איינארטיגע שפראך‪-‬אוצר צו נוצן ביים שרייבן‪,‬‬ ‫און בכלל ווערט מען א מער ברייטער מענטש‪,‬‬ ‫מיט ידיעות און א גוט ווארט אויף דער צונג צום‬ ‫געברויך‪.‬‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫פארמעסט געווינער ‪#3‬‬

‫טאטנ'ס‬ ‫דעם ַ‬

‫קראם‬ ‫ָ‬ ‫משקה‬ ‫שלום לונדנר‪ ,‬לאס אנדזשעלעס‬ ‫האסט מיר געגעבען‬ ‫עפעס ָ‬ ‫וואס ּ‬ ‫דזשאני! ָ‬ ‫"היי ַ‬ ‫טאטע‬ ‫האט דער ַ‬ ‫קא ּפ אריין?" ָ‬ ‫קלא ּפ אין ָ‬ ‫ַא ַ‬ ‫האט דער צווייטער גזלן‬ ‫מאל ָ‬ ‫געפרעגט‪ .‬מיט ַא ָ‬ ‫דזשאני‪" ,‬שיס אים!"‬ ‫געזאגט צו ַ‬ ‫ָ‬ ‫האט זיך ָאנגעהויבן פון דרויסן די משקה‬ ‫אזוי ָ‬ ‫קראם די רציחה'דיגע רויבעריי…‬ ‫ָ‬ ‫טאטע הערשל (צבי) לונדנר איז געווען ַא‬ ‫מיין ַ‬ ‫באפרייאונג‬ ‫פאר דער ַ‬ ‫לעבן געבליבענער פון חורבן‪ַ .‬‬ ‫רקשטאדט‪ ,‬בערגן‪-‬‬ ‫ַ‬ ‫מא‬ ‫בונזלאו‪ַ ,‬‬ ‫ָ‬ ‫איז ער געווען אין‬ ‫רבעטלאגערן און‬ ‫ַ‬ ‫צאל ַאנדערע ַא‬ ‫בעלזן און ַא ָ‬ ‫דאס נישט געווען גענוג‪ ,‬מיט‬ ‫וואלט ָ‬ ‫טויטלאגערן‪ָ .‬‬ ‫ַ‬ ‫האט ער איבערגעלעבט די‬ ‫שפעטער ָ‬ ‫יאר ּ‬ ‫צוואנציג ָ‬ ‫ָ‬ ‫לאס ַאנדזשעלעס אין ‪ .1965‬די‬ ‫‪ Watts‬מהומות אין ָ‬ ‫סטראפע‬ ‫טא ָ‬ ‫קא ַ‬ ‫אומרוען זענען געווען ַא גרויסע ַ‬ ‫פאר ‪Watts‬׃ פיר און דרייסיג טויטע‪1032 ,‬‬ ‫ַ‬ ‫מאטעריעלער‬ ‫פארוואונדעטע‪ ,‬און ‪ַ $40,000,000‬‬ ‫ַ‬ ‫שאדן‪.‬‬ ‫ָ‬ ‫משפחה פון‬ ‫ּ‬ ‫נאכן איבערציען זיך מיט דער‬ ‫ָ‬ ‫האט‬ ‫לאס ַאנדזשעלעס‪ָ ,‬‬ ‫הייא קיין ָ‬ ‫קליוולאנד‪ָ ,‬א ָ‬ ‫ַ‬ ‫קראם אין‬ ‫ער ָאנגעהויבן צו ַארבעטן אין ַא משקה ָ‬ ‫‪ .Watts‬עס איז געווען זייער ַאן ָארעמע געגנט אין‬ ‫לאס ַאנדזשעלעס ווייט ַאוועק פון דער אידישער‬ ‫ָ‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫האט געוואוינט‪ .‬מיר‬ ‫משפחה ָ‬ ‫קהילה וואו אונזער ּ‬ ‫קולטוראליש‬ ‫ַ‬ ‫גראפיש ָאבער‬ ‫געא ַ‬ ‫נאר ָ‬ ‫רעדן נישט ָ‬ ‫אויך‪.‬‬ ‫סנאוויטץ‪,‬‬ ‫סא ָ‬ ‫טאטע אין ָ‬ ‫געבוירן איז דער ַ‬ ‫כאטש ס׳איז געווען ַא‬ ‫יאר ‪ָ .1919‬‬ ‫ּפוילן‪ ,‬אין ָ‬ ‫שטאט מיט גרויסער בנינים און ַאפילו‬ ‫מאדערנע ָ‬ ‫ָ‬ ‫דאך געווען‬ ‫טראמוויי‪ ,‬איז עס ָ‬ ‫ַאן עלעקטרישער ַ‬ ‫יאר‪-‬‬ ‫ּפוילן אין דעם ָאנהייב פון דעם ניינצנטן ָ‬ ‫האט נישט‬ ‫טאטע ָ‬ ‫דאס הייסט ַאז דער ַ‬ ‫הונדערט‪ָ .‬‬ ‫קאנסערווין און עלעקטרישער‬ ‫געוואוסט פון קיין ָ‬ ‫ראסן‬ ‫מעריקאנער ַ‬ ‫ַ‬ ‫קאסטן‪ ,‬און בעיקר פון ַא‬ ‫אייז ַ‬ ‫נאר איין‬ ‫דיסקרימינאציע‪ .‬אין ּפוילן איז געווען ָ‬ ‫ַ‬ ‫קאליר מענטש – ווייס‪ .‬דער גרעסטער מינדערהייט‬ ‫ָ‬ ‫(‪ )10%‬זענען געווען די אידן – אויך ווייס‪ .‬דער‬ ‫קיינמאל געזען‬ ‫ָ‬ ‫האט נישט‬ ‫טאטע ָ‬ ‫אמת איז אז מיין ַ‬ ‫געטראטן פון דער שיף‬ ‫ָ‬ ‫רא ּפ‬ ‫שווארצן ביז ער איז ַא ָ‬ ‫ַא ַ‬ ‫פאר'חידוש'ט איז ער געווען ַאז‬ ‫יארק‪ַ .‬אזוי ַ‬ ‫אין ניו ָ‬ ‫גלאצן אויף‬ ‫האט נישט געקענט אויפהערן ָ‬ ‫ער ָ‬ ‫האט‬ ‫טאטנס ּפנים‪ָ ,‬‬ ‫באמערקענדיג מיין ַ‬ ‫מאן‪ַ .‬‬ ‫דעם ַ‬ ‫האט אים‬ ‫טאטן און ָ‬ ‫צוגעשארט צום ַ‬ ‫ַ‬ ‫מאן‬ ‫זיך דער ַ‬ ‫דאס איז געווען מיין‬ ‫מאמע‪-‬לשון! ָ‬ ‫באגריסט אויף ַ‬ ‫ַ‬ ‫טאטנ'ס ַאריינפיר קיין ַאמעריקע‪.‬‬ ‫ַ‬ ‫טאטע איז ָאנגעקומען קיין ‪,Watts‬‬ ‫ווען דער ַ‬ ‫האט ער נישט ָאנערקענט ַאז ‪ Watts‬איז ַא‬ ‫ָ‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪161 /‬‬


‫פאר אים צו‬ ‫האט געדויערט ַ‬ ‫לאנג ָ‬ ‫געטא‪ .‬נישט ַ‬ ‫ָ‬ ‫דערשנא ּפן די ענליכקייט צווישן ‪ Watts‬און מיין‬ ‫ַ‬ ‫מאמעס‬ ‫געטא און מיין ַ‬ ‫ָ‬ ‫סנאוויצער‬ ‫סא ָ‬ ‫טאטנ'ס ָ‬ ‫ַ‬ ‫געמאכט די אידן‬ ‫האבן ַ‬ ‫געטא‪ .‬די דייטשן ָ‬ ‫לאדזשער ָ‬ ‫ָ‬ ‫מאמע‬ ‫האט די ַ‬ ‫פאר אוממענטשן‪ .‬אין אוישוויץ ָ‬ ‫ַ‬ ‫נאמען און געפינען ַא ציפער אויפן‬ ‫פארלוירן איר ָ‬ ‫ַ‬ ‫האט ער געזען אין ‪ .Watts‬די‬ ‫זאך ָ‬ ‫ָארעם‪ .‬די זעלבע ַ‬ ‫געזעלשאפט‬ ‫ַ‬ ‫רעגירונג‪ ,‬די ּפ ָאליציי און ַארומיגער‬ ‫האנדלט ווי ּפסולת די איינוואוינער פון‬ ‫בא ַ‬ ‫האבן ַ‬ ‫ָ‬ ‫‪.Watts‬‬ ‫פארן‬ ‫געדארפט ָ‬ ‫ַ‬ ‫טאטע‬ ‫האט דער ַ‬ ‫רוואס ָ‬ ‫פא ָ‬ ‫ַ‬ ‫אזוי ווייט פון דער היים און איינשטעלן זיין לעבן‬ ‫קראם? (איינער פון די‬ ‫ַארבעטן אין ַא משקה ָ‬ ‫האט זיך געפינען מזומן‬ ‫איינציגע ּפלעצער וואו עס ָ‬ ‫קראמען‪ .‬דער‬ ‫אין ‪ Watts‬איז געווען אין די משקה ָ‬ ‫טאג טעגליכע‪).‬‬ ‫מצב פון רויבעריי איז געווען ַא ָ‬ ‫טאטע איז געווען א איד מיט גרויס יראת‬ ‫דער ַ‬ ‫נאך‬ ‫האט ָ‬ ‫שמים און שמירת מצוות‪ ,‬וועלכער ָ‬ ‫פארניכטונג פון‬ ‫נאך דער ַ‬ ‫גאט אפילו ָ‬ ‫געגלויבט אין ָ‬ ‫משפחה (מער ווי הונדערט מענטשן)‪,‬‬ ‫גאנצער ּ‬ ‫זיין ַ‬ ‫נאר דורך ַא נס‪-‬מן‪-‬השמים איז ער געבליבן‬ ‫און ָ‬ ‫לעבן‪ .‬ארבעט וואס איז געווען נענטער צו דער‬ ‫רלאנגט פון אים צו ַארבעטן שבת‬ ‫פא ַ‬ ‫וואלט ַ‬ ‫היים ָ‬ ‫לאץ ַאזוי ווי ‪,Watts‬‬ ‫נאר אין ַא ּפ ַ‬ ‫און די ימים טובים‪ָ .‬‬ ‫צאלט‪,‬‬ ‫בא ָ‬ ‫ווייט ַאוועק‪ ,‬געפערליך און שלעכט ַ‬ ‫האט ער געקענט געפונען ַארבעט‪.‬‬ ‫ָ‬ ‫האט קוים‪-‬קוים אויסגעקוועטשט‬ ‫טאטע ָ‬ ‫דער ַ‬ ‫מאל געווען‬ ‫דערפאר זענען מיר ַאלע ָ‬ ‫ַ‬ ‫ַא לעבן‪ ,‬און‬ ‫שטארק‬ ‫געהאט ַא ַ‬ ‫ַ‬ ‫האט ער‬ ‫טראץ דעם ָ‬ ‫ָארעם‪ָ .‬‬ ‫וואס זענען אויף גרעסערע‬ ‫פאר די ָ‬ ‫מיטגעפיל ַ‬ ‫געהאקטע צרות ַאזוי ווי די איינוואוינער אין‬ ‫ַ‬ ‫האט בחינם אויסגעטוישט טשעקן‪,‬‬ ‫‪ .Watts‬ער ָ‬ ‫גאלדענע‬ ‫אוועקגעגעבן עסן אומזיסט (אין דער ָ‬ ‫מדינה הונגערט מען אויך?) גע'מוסר'ט די מענער‬ ‫דאס שכירות‬ ‫געוואלט אויסטרינקן ָ‬ ‫ָ‬ ‫האבן‬ ‫וואס ָ‬ ‫ָ‬ ‫פאר‬ ‫צאלן דירה געלט ַ‬ ‫בא ָ‬ ‫נשטאט קויפן עסן און ַ‬ ‫ַא ַ‬ ‫וואלטן די בעלי בתים געוואוסט פון‬ ‫משפחות‪ָ .‬‬ ‫די ּ‬ ‫געשאפט פון דעם ַארבעט‪.‬‬ ‫וואלטן זיי אים ָא ּפ ַ‬ ‫דעם ָ‬ ‫טאטן‪,‬‬ ‫געהאט דעם ַ‬ ‫ַ‬ ‫האבן די קונים ליב‬ ‫דערפאר ָ‬ ‫ַ‬ ‫ליבשאפט בשעת די‬ ‫ַ‬ ‫דאס‬ ‫האבן ַארויסגעוויזן ָ‬ ‫און ָ‬ ‫געוואלדיגע ‪ Watts‬אומרוען‪.‬‬ ‫ַ‬ ‫ריינגעפאלן אין תוהו ובוהו‬ ‫ַ‬ ‫אז ‪ Watts‬איז ַא‬ ‫צעראבירערס ָאנגעהויבען אונטערצוצינדן‬ ‫האבן די ַ‬ ‫ָ‬ ‫קראם‪.‬‬ ‫טאטנ'ס משקה ָ‬ ‫נאענט צום ַ‬ ‫ַאלע געשעפטן ָ‬ ‫טאטנ'ס קונים ַארויסגעקומען פון‬ ‫זענען דעם ַ‬ ‫האנט‬ ‫דאס געשעפט‪ַ ,‬‬ ‫די הייזער‪ַ ,‬ארומגערינגלט ָ‬ ‫צעראבירערס‬ ‫ַ‬ ‫געלאזט די‬ ‫ָ‬ ‫האנט‪ ,‬און נישט‬ ‫ביי ַ‬ ‫געראטעוועט די משקה‬ ‫האבן זיי ַ‬ ‫צוקומען‪ .‬און ַאזוי ָ‬ ‫סאך פון די איינוואוינער ליב‬ ‫האבן ַא ַ‬ ‫קראם‪ .‬זיכער ָ‬ ‫ָ‬ ‫‪ / 162‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫האט אים נישט‬ ‫דאס ָ‬ ‫טאטן‪ָ ,‬אבער ָ‬ ‫געהאט דעם ַ‬ ‫ַ‬ ‫וואס איז געווען‬ ‫ָא ּפגעהיט פון דער גרויסער סכנה ָ‬ ‫האב‬ ‫ַאן עיקר'דיגער טייל פון זיין ַארבעט‪ .‬איך ָ‬ ‫האבן אויך‬ ‫וואס ָ‬ ‫געוואוסט וועגן פיר ַאנדערע אידן ָ‬ ‫קראמען‪ .‬צוויי פון זיי זענען‬ ‫געארבעט אין משקה ָ‬ ‫ַ‬ ‫דערשאסן געווארן אויף טויט‪ .‬די ַאנדערע צוויי‬ ‫ָ‬ ‫דערשטאכן געווארן אויף טויט‪.‬‬ ‫ָ‬ ‫זענען‬ ‫נאך די אומרוען זענען צוויי‬ ‫יאר ָ‬ ‫כמעט ַא ָ‬ ‫שפעט‬ ‫טאטן‪ .‬ס’איז געווען ּ‬ ‫פאלן דעם ַ‬ ‫בא ַ‬ ‫גזלנים ַ‬ ‫פארשליסן די‬ ‫געהאלטן ביי ַ‬ ‫האט ַ‬ ‫ביינאכט און ער ָ‬ ‫ַ‬ ‫האבן צוגע'גנב'עט הינטער דעם‬ ‫קראם‪ .‬די גזלנים ָ‬ ‫ָ‬ ‫דערלאנגט ַא‬ ‫ַ‬ ‫האט אים‬ ‫טאטן‪ ,‬און איינע פון זיי ָ‬ ‫ַ‬ ‫קא ּפ מיט ַא ּפיסטויל‪ .‬ער‬ ‫קלא ּפ איבערן ָ‬ ‫שטארק ַ‬ ‫ַ‬ ‫געפאלן אויף דעם ערד ָאבער איז געבליבן‬ ‫ַ‬ ‫איז‬ ‫האט ער איינער פון די‬ ‫באוואוסטזיניג‪ .‬דערקענט ָ‬ ‫האט אים געפרעגט‪:‬‬ ‫צוויי און ער ָ‬ ‫האסטו מיר געגעבען‬ ‫עפעס ָ‬ ‫וואס ּ‬ ‫דזשאני! ָ‬ ‫"היי ַ‬ ‫קא ּפ אריין?”‬ ‫קלא ּפ אין ָ‬ ‫ַא ַ‬ ‫געזאגט צו‬ ‫האט דער צווייטער גזלן ָ‬ ‫מאל ָ‬ ‫מיט ַא ָ‬ ‫דזשאני‪" ,‬שיס אים!"‬ ‫ַ‬ ‫אויפגעשפרינגן‬ ‫ּ‬ ‫טאטע‬ ‫דאס איז דער ַ‬ ‫הערנדיג ָ‬ ‫דזשאני'ן אין די‬ ‫ַ‬ ‫קא ּפע געגעבן‬ ‫אויף די פיס‪ַ ,‬א ָ‬ ‫רויסגעפאלן‬ ‫ַ‬ ‫וואס איז ַא‬ ‫געכא ּפט די ּפיסטויל ָ‬ ‫ביצים‪ַ ,‬‬ ‫געהאלטן אויף די‬ ‫ַ‬ ‫האנט‪ ,‬און עס‬ ‫דזשאני'ס ַ‬ ‫ַ‬ ‫פון‬ ‫געגאסן פון ַא טיפן שניט‬ ‫האט זיך ָ‬ ‫גזלנים‪ .‬בלוט ָ‬ ‫רא ּפגערונען אין די אויגן‬ ‫קא ּפ‪ ,‬און ַא ָ‬ ‫טאטנ'ס ָ‬ ‫אין ַ‬ ‫פאר אים צו זען‬ ‫ַאריין‪ .‬ס’איז שווער געווען ַ‬ ‫געהאלטן פעסט דער ּפיסטויל‪.‬‬ ‫ַ‬ ‫האט‬ ‫ָאבער ער ָ‬ ‫שפ ָאר ביסל צייט ביז די‬ ‫ס’האט געדויערט ַא ּ‬ ‫ָ‬ ‫ּפ ָאליציי זענען ָאנגעקומען און ַארעסטירט די‬ ‫מבולאנס איז נישט‬ ‫ַ‬ ‫פאר‪ ,‬דער ַא‬ ‫גזלנים‪ .‬שטעל זיך ָ‬ ‫געדארפט זיך‬ ‫ַ‬ ‫האט‬ ‫טאטע ָ‬ ‫ָאנגעקומען‪ ,‬און דער ַ‬ ‫ס’האט גענומען ַאכצן‬ ‫ָ‬ ‫יטאל‪.‬‬ ‫שפ ָ‬ ‫ַאליין פירן אין ּ‬ ‫קא ּפ‪.‬‬ ‫פארנייען דעם שניט אין ָ‬ ‫שטאכן צו ַ‬ ‫ָ‬ ‫ַאכצן איז ח"י‪ ,‬אזוי ווי חי – צום לעבן‪.‬‬ ‫טאטע‬ ‫האט דער ַ‬ ‫שפעטער ָ‬ ‫יאר ּ‬ ‫מיט ַא ָ‬ ‫דזשאני'ן וועמען מען‬ ‫ַ‬ ‫באקומען ַא בריוו פון דעם‬ ‫ַ‬ ‫יאר‪.‬‬ ‫צוואנציג ָ‬ ‫האבן ַאריינגעזעצט אין ּתפיסה אויף ָ‬ ‫ָ‬ ‫באזוכן‬ ‫זאל אים ַ‬ ‫טאטע ָ‬ ‫האט געבעטן ַאז דער ַ‬ ‫ער ָ‬ ‫כדי צו דיסקוסירן "וויכטיגע ענינים"‪ ,‬און אויב‬ ‫מאמען וועמען‬ ‫עס איז מעגליך מיטברענגען זיין ַ‬ ‫האט געקענט ַאלס ַא קונה‪ .‬הערט ַא‬ ‫טאטע ָ‬ ‫דער ַ‬ ‫חוצפה!‬ ‫ּ‬ ‫טאטע‬ ‫האט דער ַ‬ ‫שפעטער ָ‬ ‫א ּפ ָאר חדשים ּ‬ ‫האט‬ ‫געפונען ַארבעט נענטער צו דער היים און ָ‬ ‫רלאזט ‪.Watts‬‬ ‫פא ָ‬ ‫ַ‬ ‫נאר צוויי!‬ ‫מאל‪ָ ,‬‬ ‫איבערגעלעבט נישט איין ָ‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫פארמעסט געווינער ‪#2‬‬

‫ניבארסקי‪ ,‬ירושלים‬ ‫עטל ָ‬

‫באהעלטערלעך‬ ‫ַ‬ ‫עס איז געווען ַאן אומגעווענליך שיינער‬ ‫סארט טעג‬ ‫פרילינג‪-‬טאג – איינער פון דעם ָ‬ ‫ָ‬ ‫מאדנע שמייכלען ַאפילו ביי‬ ‫וועלכע רופן ַארויס ָ‬ ‫סאמע מרה‪-‬שחורה'דיגע מענטשן‪ ,‬איינער‬ ‫די ַ‬ ‫באשריבן מיט‬ ‫וואס ווערן ַ‬ ‫סארט טעג ָ‬ ‫פון דעם ָ‬ ‫ראסטע‬ ‫זאצן ווי "די זון בליט" דורך ּפ ָ‬ ‫אומלאגישע ַ‬ ‫ָ‬ ‫וואס זוכן ווערטער מיט וועלכע צו‬ ‫מענטשן‪ָ ,‬‬ ‫וואס נעמט איין זייערע‬ ‫ווארעמקײט ָ‬ ‫באשרייבן די ַ‬ ‫ַ‬ ‫האבן נישט קיין ּפ ַאסיגן‬ ‫נאר ָ‬ ‫תמעוואטע הערצער‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫בולאר אויף דעם – עס איז ּפונקט געווען‬ ‫קא ַ‬ ‫ווא ַ‬ ‫ָ‬ ‫טאג‪ ,‬און זעענדיג ווי בלישטשענדיג און‬ ‫זא ָ‬ ‫ַא ַ‬ ‫האט ער‬ ‫האט אויסגעזען‪ָ ,‬‬ ‫אויסערגעווענליך ַאלץ ָ‬ ‫שטארבן‪.‬‬ ‫שלאסן ַאז עס גלוסט זיך אים נישט צו ַ‬ ‫בא ָ‬ ‫ַ‬ ‫געטראכט‪ַ ,‬אז עס קומט ַא צייט‬ ‫ַ‬ ‫האט ער‬ ‫ווי קען זיין‪ָ ,‬‬ ‫דאזיגע וואונדער? און ַאז‬ ‫רלאזן די ָ‬ ‫פא ָ‬ ‫ווען מען מוז ַ‬ ‫עס וועט זיין ַא צייט ווען ער וועט ליגן טיף אין קבר‬ ‫און שימלען‪ ,‬ווערנדיג אויפגעפרעסן פון ווערעם‪,‬‬ ‫היפש‬ ‫וואס וועלן געבוירן ווערן ַא ּ‬ ‫בשעת ַאנדערע‪ָ ,‬‬ ‫נאך אים – ַאזעלכע עופ'עלעך – וועלן‬ ‫ביסל צייט ָ‬ ‫רומשפ ַאצירן אויף דער זון און זיך ָאנקוקן מיט ַא‬ ‫ּ‬ ‫ַא‬ ‫וועלט מלא‪-‬חן – וואו איז דען יושר? – פרעגט ער‬ ‫זיך‪.‬‬ ‫לאנג – ווייל‬ ‫געווארט צו ַ‬ ‫ַ‬ ‫האט ער נישט‬ ‫ָ‬ ‫ווער ווייסט‪ ,‬דער טויט זוימט זיך נישט און קען‬ ‫האט שוין געזען‬ ‫ליאדע מינוט‪ ,‬מען ָ‬ ‫קומען ַא ַ‬ ‫געדאכט –‬ ‫זאכן‪ ,‬נישט אויף קיינעם ַ‬ ‫פארשידענע ַ‬ ‫ַ‬ ‫וואליזקע מיט וועלכער ער‬ ‫איינגעפ ַאקט ַא ַ‬ ‫ּ‬ ‫און‬ ‫וועקצופארן העט ווייט‪ ,‬ביז ַאן‬ ‫ָ‬ ‫לאנירט ַא‬ ‫האט ּפ ַ‬ ‫ָ‬ ‫ָארט אין וועלכן דער טויט וועט אים נישט געפינען‪.‬‬ ‫גאנץ מיט שכל‪,‬‬ ‫פארגעשטעלט‪ ,‬און ַ‬ ‫האט זיך ָ‬ ‫ער ָ‬ ‫זא גרויסער קיילעכדיגער וועלט‪ ,‬וועט‬ ‫ַאז אין ַא ַ‬ ‫עפעס ַא ווינקעלע‪ ,‬אין‬ ‫זיך מוזן געפינען ערגעץ ּ‬ ‫וועלכן ער וועט זיך קענען רואיג לעבן‪ ,‬און וואו‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫דער טויט וועט אים נישט געפינען‪ .‬די וועלט‬ ‫נטהאלט קיין עין‪-‬הרע‬ ‫דאך ַאזוי גרויס און ַא ַ‬ ‫איז ָ‬ ‫מיליארדן מענטשן – מיט איינעם מער‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫ַא ּפ ָאר‬ ‫מיט איינעם ווינציגער – דער טויט וועט נישט‬ ‫באמערקן‪.‬‬ ‫ַ‬ ‫פארן איבער דער וועלט‬ ‫געלאזט ָ‬ ‫האט ער זיך ָ‬ ‫ָ‬ ‫זאכן פון‬ ‫און זיך ָאנגעזען און ָאנגעקוקט מיט ַ‬ ‫פארברענגט אין גרויסע‬ ‫האט ַ‬ ‫ַאלע מינים – ער ָ‬ ‫געווארן אומזעעוודיג‬ ‫ָ‬ ‫שטעט‪ ,‬אין וועלכע ער איז‬ ‫מאל געזוכט ַא גרעסערע‬ ‫צווישן דעם המון‪ ,‬יעדעס ָ‬ ‫שטאט‪ ,‬אין וועלכער ער וועט ווערן‬ ‫און פולערע ָ‬ ‫מאסע‬ ‫פארגלייך מיט דער ַ‬ ‫מוראשקע אין ַ‬ ‫ַ‬ ‫ַא‬ ‫טיפן‬ ‫געטראפן ַאלערליי ּ‬ ‫ָ‬ ‫מענטשן און בנינים‪ ,‬און‬ ‫נאר‬ ‫פארשידענע אופנים‪ָ ,‬‬ ‫פארברענגט אויף ַ‬ ‫און ַ‬ ‫תמיד‪ַ ,‬אפילו אין מיטן עסן די בעסטע מאכלים‬ ‫ָאדער טוענדיג די שווערסטע ַארבעטן‪ ,‬איז דער‬ ‫כגעיאגט‬ ‫נא ָ‬ ‫צוזאמען מיט אים‪ ,‬אים ָ‬ ‫טויט געבליבן ַ‬ ‫מאל צו‬ ‫אין זיינע מחשבות אין יעדן ָארט‪ .‬פון ָ‬ ‫פארנומען זיינע‬ ‫טראקציעס ַ‬ ‫האבן ַאנדערע ַא ַ‬ ‫מאל ָ‬ ‫ָ‬ ‫איינזאמקייט‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫מאמענטן פון‬ ‫נאר אין די ָ‬ ‫מחשבות‪ָ ,‬‬ ‫ווען ער איז געלעגן שטילערהייט אין בעט‪,‬‬ ‫האט‬ ‫געגאנגען אין ַא פינסטער געסל‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫ָאדער‬ ‫נא ּפ ָאל איבער זיינע‬ ‫מא ָ‬ ‫געהאט ַא ָ‬ ‫ַ‬ ‫דער טויט‬ ‫צוריקגעקראכן שטילערהייט‬ ‫ָ‬ ‫געדאנקען‪ ,‬תמיד‬ ‫ַ‬ ‫באוואוסטזיין‪ .‬אין דער ָא‬ ‫און איינגענומען זיין ַ‬ ‫האט דער טויט‬ ‫העלטערלעך‪-‬שפיל‪ָ ,‬‬ ‫ּ‬ ‫בא‬ ‫מאדנער ַ‬ ‫ָ‬ ‫אים געפונען אין יעדן ָארט‪.‬‬ ‫האבן‬ ‫דער איינציגער אופן אויפצוהערן צו ָ‬ ‫רשטאנען‪ ,‬איז‬ ‫פא ַ‬ ‫האט ער ַ‬ ‫אין זינען דעם טויט‪ָ ,‬‬ ‫טראכטן בכלל – ווייל מענטשן און‬ ‫אויפצוהערן צו ַ‬ ‫נאנד שוין פון‬ ‫מיטא ַ‬ ‫רפלאכטן ַ‬ ‫פא ָ‬ ‫דער טויט זיינען ַ‬ ‫נאך יעדן איינעם‪:‬‬ ‫יאגט ָ‬ ‫געבורט ָאן‪ ,‬און דער טויט ָ‬ ‫אין יעדן איינעם לעבט אינעווייניג ַא שטיקל טויט‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪163 /‬‬


‫געווארן ַאלץ אומגליקליכער‪ ,‬און ַאז ער איז‬ ‫איז ער ָ‬ ‫שטאט פון ַאלע‪,‬‬ ‫ָאנגעקומען אין דער גרעסטער ָ‬ ‫געדאנקען‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫רשלאסן אין זיינע‬ ‫פא ָ‬ ‫האט ער זיך ַ‬ ‫ָ‬ ‫נאר טויט‪ ,‬טויט‪ ,‬און‬ ‫און נישט ַארויס פון צימער‪ָ .‬‬ ‫באדייט‪,‬‬ ‫פארלוירן דעם ַ‬ ‫האט ַ‬ ‫טויט אומעטום‪ַ .‬אלץ ָ‬ ‫האט ַא סוף‪-‬‬ ‫רשטאנען ַאז ַאלץ ָ‬ ‫פא ַ‬ ‫האט ַ‬ ‫ווייל ער ָ‬ ‫פאר אים‪ ,‬וועט‬ ‫זאכן וועלן אויסגיין ַ‬ ‫טערמין‪ :‬טייל ַ‬ ‫דאך מוזן זען ַאוועקגיין פון דער וועלט און‬ ‫ער זיי ָ‬ ‫נאך‬ ‫נאר ָ‬ ‫זאכן וועלן ַאוועק ָ‬ ‫באדויערן‪ ,‬און ס'רוב ַ‬ ‫ַ‬ ‫אויסגעגאנגען‬ ‫ַ‬ ‫וואס ער ַאליין וועט שוין זיין‬ ‫דעם ָ‬ ‫דערמאנען זיין קורץ‪-‬‬ ‫ָ‬ ‫– אויב ַאזוי‪ ,‬וועלן זיי אים‬ ‫באדויערן‪ .‬איז‬ ‫טערמיניגקייט און ווידער וועט ער ַ‬ ‫זאכן בכלל‪.‬‬ ‫דאך שוין בעסער נישט צו זען קיין ַ‬ ‫ָ‬ ‫גע'פטר'ט‬ ‫האט ּ‬ ‫וואס ער ָ‬ ‫אין ַא צייט ַארום‪ָ ,‬‬ ‫באוויינענדיג זיין כסדר‪-‬‬ ‫ַ‬ ‫זיצנדיג און‬ ‫האט ער געטרונקען ַא ביסל‬ ‫דערנענטערנדיגן סוף‪ָ ,‬‬ ‫טרא ּפעלע‬ ‫דאס ָ‬ ‫אונטערצוהאלטן ָ‬ ‫ַ‬ ‫וואסער כדי‬ ‫ַ‬ ‫וואס‬ ‫נאך געבליבן אין אים‪ .‬ווייל ָ‬ ‫וואס איז ָ‬ ‫לעבן ָ‬ ‫גראבן ַא‬ ‫בא ָ‬ ‫טאן‪ :‬אין יעדן מענטש איז ַ‬ ‫קען מען ָ‬ ‫געפאלן אויפן‬ ‫שטיקל לעבן‪ .‬טרינקענדיג‪ ,‬איז ער ַ‬ ‫סטיק‪-‬גלאז וועט בלייבן‬ ‫ָ‬ ‫לא‬ ‫נאריש ּפ ַ‬ ‫געדאנק‪ַ :‬א ַ‬ ‫לענגער פון אים‪ .‬לענגער פון ַאלע מענטשן אין‬ ‫וואס גייען‬ ‫זיין דור – לענגער פון ַאלע מענטשן ָ‬ ‫דאזיגער‬ ‫און ָאטעמען אויף דער וועלט אין דער ָ‬ ‫וואסזשע איז ַא מענטש ווערט‪ַ ,‬אז ער‬ ‫סעקונדע‪ָ .‬‬ ‫לאסטיק?‬ ‫גייט אויס גיכער ווי ַא שטיקעלע ּפ ַ‬ ‫רשטאנען‪ ,‬ווי קען זיין ַאז‬ ‫פא ַ‬ ‫האט נישט ַ‬ ‫ער ָ‬ ‫מענטשן לעבן ַאזוי פריי און מיט הנאה‪ .‬מסתמא‬ ‫געטראכט‪ ,‬און איז ַארויס‬ ‫ַ‬ ‫האט ער‬ ‫ווייסן זיי נישט‪ָ ,‬‬ ‫לאנגער תקופה אויף דער‬ ‫מאל אין ַא ַ‬ ‫צום ערשטן ָ‬ ‫רוואס זיי גייען ַארום אין‬ ‫פא ָ‬ ‫גאס‪ ,‬צו פרעגן מענטשן ַ‬ ‫ַ‬ ‫נאענט‬ ‫דרויסן‪ַ ,‬אז זייער סוף איז סיי‪-‬ווי‪-‬סיי ַאזוי ָ‬ ‫כגעגאנגען‬ ‫ַ‬ ‫נא‬ ‫און ענדגילטיג‪ .‬דער טויט איז אים ָ‬ ‫קא ּפ‪.‬‬ ‫גאס‪ ,‬זיצנדיג געמיטליך אין זיין ָ‬ ‫אין ַ‬ ‫געשטראלט‪ּ ,‬פונקט ווי אין‬ ‫ַ‬ ‫האט די זון‬ ‫אין דרויסן ָ‬ ‫מאל‬ ‫האט צום ערשטן ָ‬ ‫טאג‪ ,‬ווען ער ָ‬ ‫יענעם ווייטן ָ‬ ‫האט‬ ‫וואס דער טויט מיינט באמת‪ .‬ער ָ‬ ‫געכא ּפט ָ‬ ‫זיך ַ‬ ‫פארגעסן ווי ליכטיגקייט‬ ‫געהאט ַ‬ ‫ַ‬ ‫דערווייל שוין‬ ‫רומגעגאנגען‪,‬‬ ‫ַ‬ ‫זעט אויס‪ .‬מענטשן זענען ַא‬ ‫וואס‬ ‫זאכן ָ‬ ‫אויפצוטאן ַ‬ ‫ָ‬ ‫שמייכלענדיגע‪ ,‬אויפן וועג‬ ‫וואס וועלן‬ ‫יארן‪ָ ,‬‬ ‫וועלן ָא ּפגעמעקט ווערן מיט די ָ‬ ‫פארביילויפנדיגער צייט‪.‬‬ ‫פארגעסן ווערן מיט דער ַ‬ ‫ַ‬ ‫ּפלוצים איז זי ַאריבער‪ ,‬און זיך ָא ּפגעשטעלט נעבן‬ ‫אים‪.‬‬ ‫ליבשאפט צום‬ ‫ַ‬ ‫וואס זעסטו אויס ווי דיין‬ ‫פאר ָ‬ ‫– ַ‬ ‫האט זי געפרעגט‪.‬‬ ‫געווארן? – ָ‬ ‫ָ‬ ‫וואלט נעלם‬ ‫לעבן ָ‬ ‫זאגן‪...‬‬ ‫– עס זעט נישט ַאזוי שיין אויס‪ ,‬מוז איך דיר ָ‬ ‫דאס לעבן‪ַ ,‬אז‬ ‫האבן ָ‬ ‫– ווי קען מען ליב ָ‬ ‫שטארבט גלייך ווען עס ענדיגט זיך‪ ,‬און ַא‬ ‫מען ַ‬ ‫‪ / 164‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫האט‬ ‫סטיק‪-‬גלאז בלייבט לענגער ווי דו? – ָ‬ ‫ָ‬ ‫לא‬ ‫ּפ ַ‬ ‫ער געענטפערט מיט ַא זיפץ – עס גייט ַאריבער‬ ‫ַאזוי גיך און איז ָאנגעפילט מיט ַאזוי פיל מורא‬ ‫פאר‬ ‫וואלט שוין געווען בעסער ַ‬ ‫פארן טויט‪ַ ,‬אז עס ָ‬ ‫ַ‬ ‫מיר נישט צו זיין בכלל‪...‬‬ ‫האבן פון דעם‬ ‫דארף מען מורא ָ‬ ‫רוואס ַ‬ ‫פא ָ‬ ‫– ַ‬ ‫גארנישט‬ ‫זאגסט‪ ,‬קען מען ָ‬ ‫טויט? סיי ווי סיי‪ ,‬ווי דו ָ‬ ‫זאגסט‪ ,‬קריגן מיר ַאזוי‬ ‫טאן קעגן אים‪ .‬און ווי דו ָ‬ ‫ָ‬ ‫ווייניג צייט צו זיין – ס'איז אויב ַאזוי שוין גלייכער‬ ‫זי אויסצוניצן‪ ,‬נישט ַאזוי? אויב ַאלע מענטשן‬ ‫גארנישט נישט‬ ‫וואלט ָ‬ ‫געטראכט ווי דו‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫וואלטן‬ ‫ָ‬ ‫געווארן‪ .‬שוין בעסער צו בלייבן קירצער‬ ‫ָ‬ ‫געשאפן‬ ‫ַ‬ ‫ווי ַא כלי‪ ,‬איידער נישט צו זיין בכלל‪ .‬מיינסט נישט‬ ‫ַאזוי?‬ ‫האלב צוגעהערט צו איר‪ ,‬ווייל‬ ‫נאר ַ‬ ‫האט זיך ָ‬ ‫ער ָ‬ ‫געלאזט די מחשבות‪.‬‬ ‫האט אים נישט ָא ּפ ָ‬ ‫דער טויט ָ‬ ‫גאנצן קיין‬ ‫האט נישט גערעדט אין ַ‬ ‫ָאבער נו‪ ,‬זי ָ‬ ‫האט אויך נישט אויסגעזען ַאזוי‬ ‫נארישקייטן‪ ,‬און ָ‬ ‫ַ‬ ‫האט ער זיך ַארומגעקוקט ַא ביסל ַארום‬ ‫שלעכט‪ָ .‬‬ ‫זיך‪.‬‬ ‫עס איז געווען ַאן אומגעווענליך שיינער‬ ‫סארט טעג וועלכע‬ ‫טאג – איינער פון דעם ָ‬ ‫פרילינג ָ‬ ‫סאמע‬ ‫מאדנע שמייכלען ַאפילו ביי די ַ‬ ‫רופן ַארויס ָ‬ ‫סארט‬ ‫מרה‪-‬שחורה'דיגע מענטשן‪ ,‬איינער פון דעם ָ‬ ‫זאצן‬ ‫אומלאגישע ַ‬ ‫ָ‬ ‫באשריבן מיט‬ ‫וואס ווערן ַ‬ ‫טעג ָ‬ ‫וואס זוכן‬ ‫ראסטע מענטשן‪ָ ,‬‬ ‫ווי "די זון בליט" דורך ּפ ָ‬ ‫ווארעמקייט‬ ‫באשרייבן די ַ‬ ‫ווערטער מיט וועלכע צו ַ‬ ‫נאר‬ ‫תמעוואטע הערצער‪ָ ,‬‬ ‫ַ‬ ‫וואס נעמט איין זייערע‬ ‫ָ‬ ‫בולאר אויף דעם –‬ ‫קא ַ‬ ‫ווא ַ‬ ‫האבן נישט קיין ּפ ַאסיגן ָ‬ ‫ָ‬ ‫טאג‪ ,‬און זעענדיג ווי‬ ‫זא ָ‬ ‫עס איז ּפונקט געווען ַא ַ‬ ‫האט‬ ‫בלישטשענדיג און אויסערגעווענליך ַאלץ ָ‬ ‫נאר‬ ‫אויסגעזען‪ ,‬און ַאפילו וויסנדיג‪ַ ,‬אז עס איז ָ‬ ‫אויף ַא געוויסער תקופה‪ ,‬און ַאז עס וועט קומען‬ ‫האט זי‬ ‫גארנישט וועט מער נישט זיין‪ָ ,‬‬ ‫טאג ווען ָ‬ ‫ַא ָ‬ ‫דאס מזל צו זיין ַא טייל‬ ‫האט ָ‬ ‫זיך געפרייט ַאז זי ָ‬ ‫האט ּפונקט‬ ‫טאג‪ַ ,‬אז איר לעבנס‪-‬דויער ָ‬ ‫זא ָ‬ ‫פון ַא ַ‬ ‫דאזיגן‬ ‫צוגעטראפן און ַאריינגענומען אין זיך דעם ָ‬ ‫ָ‬ ‫מאמענט‪.‬‬ ‫ָ‬ ‫וואס וועט‬ ‫זעענדיג ווי זי שמייכלט‪ ,‬זי‪ָ ,‬‬ ‫דויערן ווינציגער ווי ַא גלעזל‪ ,‬ווינציגער ווי ַא‬ ‫קאכליע‪ ,‬און ווי שיין די‬ ‫העמדל‪ ,‬ווינציגער ווי ַא ַ‬ ‫געשפיגלט‬ ‫האט זיך ָא ּפ ּ‬ ‫ווארעמקײט פון דער זון ָ‬ ‫ַ‬ ‫איגנארירן‬ ‫ָ‬ ‫האט ער נישט געקענט‬ ‫אין אירע אויגן‪ָ ,‬‬ ‫שטארבן‪ ,‬און‬ ‫זיין צופרידנקײט‪ .‬נו‪ַ ,‬אז מען מוז שוין ַ‬ ‫ַאזוי צי ַאזוי לעבן זייער קורץ‪ ,‬בעסער צוצוטרעפן‬ ‫צו דער זעלבער צייט ווי ַא חנעוודיג מיידל‪ ,‬נישט‬ ‫ַאזוי?‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫פארמעסט‬ ‫געווינער‬

‫משה הערש כהן‪ ,‬ברוקלי‪‎‬ן‬ ‫תשנ"א‪ ,‬מאנרא‬ ‫אן אייגנארטיגער חן האט דאס שולעכל‬ ‫געהאט‪ ,‬ממש ווי אריינגעברענגט מיין קינדעריש‬ ‫וועלטל לעבעדיג אין די צייטן פון אמאל‪ .‬דאס‬ ‫פלאץ איז באשטאנען פון צוויי טרעילארס מיט‬ ‫געשיילטע ווענט‪ ,‬א דומפיגער גרוך און שוואך‬ ‫באלאכטן‪ ,‬ווי די מעשה ביכלעך וואלטן שרייבעריש‬ ‫געזאגט‪ .‬עטליכע אלטע סידורים זענען געווען‬ ‫ארומגעווארפן‪ ,‬און א מישמאש פון איינצעלנע‬ ‫ספרים‪ ,‬ווי פון א שמות קאלעקציע‪.‬‬ ‫דאס שולעכל האט זיך געשאפן מחמת הכרח‪,‬‬ ‫געווען די צייטן‪ ,‬ווי מען זאגט אין ענגליש‪" ,‬דאוז‬ ‫וויר די דעיס‪ ".‬מתנגדים האט מען געווארפן פון די‬ ‫אפיציעלע שולן מיט "שייגעץ ארויס" געזאנגען‬ ‫ געבראטענע קלעפ אמאל אויך‪ .‬די פאר שול‪-‬‬‫לאזע אידן האבן פארשאפט די טרעילארס און‬ ‫געגרינדעט א בית מדרש'ל‪.‬‬ ‫ווינטער איז געווען קאלט‪ ,‬קיין הייצונג איז‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫נישט געווען‪ .‬עס איז געווען אזא גרויסער גאז‪-‬‬ ‫בלאזער וואס ווען עס האט געבלאזן‪ ,‬איז געווען‬ ‫ווארעם ארום‪ .‬מיין מנהג איז געווען צו נעמען‬ ‫א בענקל ביי דער זייט פונעם גאז‪-‬בלאזער‬ ‫מיט א ספר'ל מיטן נאמען "די שיין פון די ליכט‬ ‫ תורה'לעך אויף אידיש"‪ .‬עס האט געהאט א‬‫טעם של פעם ווי אין א שטיבל אין אלטער היים‬ ‫אונטערן אויוון‪.‬‬ ‫מיר האבן שווער מנין געהאט‪ ,‬דאווענען‬ ‫דא איז געווען אן איינשטעל פון ארויפגיין‬ ‫אויף א שווארצער ליסטע‪ .‬א האלבער מנין איז‬ ‫באשטאנען פון די "רוסישע"‪ ,‬זיי זענען נישט לאנג‬ ‫פריער ארויס פון אונטערן סאוויעטישן אייזערנעם‬ ‫פארהאנג‪ .‬זיי האבן זיך געהאלטן צוזאמען און‬ ‫האבן זיך דא אין אונזער שולעכל באזעצט‪ .‬אפנים‬ ‫דא דארף מען נישט "געהערן" און זיך אריינפאסן‪.‬‬ ‫גרשון‪ ,‬א איד מיט לאנגע רויטע פיאות און‬ ‫א צעשטרויבלטן בארד‪ ,‬זיצט ביי אונז‪ .‬מיין‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪165 /‬‬


‫טאטע זאגט אז ער איז געזעסן אין תפיסה ביי די‬ ‫קאמוניסטן מיט מסירות נפש פאר אידישקייט‪.‬‬ ‫פעשטאני‪ ,‬מארדעכאוויטש‪ ,‬און קאגאן ‪ -‬ער קען‬ ‫גוט לערנען‪ ,‬ער לערנט פאר פאר זיי שיעורים אויף‬ ‫רוסיש‪.‬‬ ‫אפטער איז נאך ארויס פריער פון רוסלאנד‪,‬‬ ‫ער האלט זיך העכער פון די ניי‪-‬געקומענע רוסן‪.‬‬ ‫דער שול הייסט אפטא על שמו‪ ,‬ווייל אויף זיין‬ ‫שטח ליגט דער טרעילאר‪ .‬אפטער איז פון די‬ ‫אפגעטיילטע ‪ -‬זיין נאמען איז אין דעם שווארצן‬ ‫חרם‪-‬ליסטע פון די פופציג טאטעס‪ .‬ער האט א‬ ‫אינגל‪ ,‬וועמען ער האט א נאמען געגעבן יואל‬ ‫משה‪ .‬די אינגלעך אויפן בלאק האבן דאס קינד‬ ‫כסדר נאכגעשריגן "על הגאולה ועל התמורה!"‬ ‫אזא שפאט ווערטער‪-‬שפיל אויף יואל משה‪,‬‬ ‫דער אנדערער ספר פון רבי'ן‪ .‬כ'האב דעם קינד‬ ‫געשוינט‪ .‬יעדער פון די אזוי‪-‬גערופענע "בני המן"‬ ‫האט געהאט א צונאמען‪ .‬אפטער אליינס איז‬ ‫אזוי‬ ‫געווען "העליקאפטער"‪.‬‬ ‫טעג‬ ‫איז געווען יענע‬ ‫אינעם אידישן‬ ‫שטעטל‪.‬‬ ‫דער‬ ‫ב י ת‬ ‫הכסא‬ ‫א י ז‬ ‫געווען‬

‫‪ / 166‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אינדרויסן אין גאס‪ ,‬אזא חצי פארטעבל‪ .‬ווינטער‬ ‫איז מען גערירט געווארן פאר קעלט‪ ,‬און דאס‬ ‫וואסער וואס איז געצויגן געווארן דורך א שלויך‬ ‫איז פארפרוירן געווארן נוצלאז‪ .‬צו וואשן די הענט‬ ‫האט מען געמוזט ברענגען וואסער פון אפטער אין‬ ‫א שיסל‪ ,‬אדער האט מען געלייגט דעם שיסל וואו‬ ‫די צעלאזטע שניי האט שטענדיג אריינגעטראפט‬ ‫פון דאך‪ ,‬און עס איז צו יעדער צייט געווארן א‬ ‫טעפל וואסער‪.‬‬ ‫איינמאל האט מיין טאטע זיך אפגעגאסן מיט‬ ‫דאס גאנצע וואסער און נישט איבערגעלאזט‬ ‫פאר יעקב יודא הינטער אים‪ .‬א יונגערמאנטשיק‬ ‫וועלכער איז געקומען דא לעצטנס (ער ליינט‬ ‫אגאנצן דאווענען "דאס אידישע ליכט")‪ ,‬האט‬ ‫געזאגט מיין טאטן אין כעס "דו קו‪ ".‬מיין טאטע‬ ‫בעט אים שטיל‪" ,‬ששש נישט קעגן די קינדער‪".‬‬ ‫מיר האבן אויך דא ששון‪ ,‬אן עלטערער מענטש‬ ‫פון ערגעץ וואו אין די ארצות המזרח‪ .‬ער האט אויך‬ ‫דא געלאנדעט‪ .‬ער קען נישט קיין אידיש‪ ,‬מסתמא‬ ‫לשון קודש אויך שוואך‪ ,‬יעדן פרייטאג נאכט‬ ‫נעמט ער דעם ספר "צרור המור" און דערקוויקט‬ ‫זיך דערמיט‪ .‬איך האב עטליכע מאל געבליקט‬ ‫דערין‪ ,‬און איך פארשטיי נישט קיין סך‪ .‬וואס ער‬ ‫זעט דארט יעדע וואך איז מיר א פארבליבענע‬ ‫מיסטעריע‪.‬‬ ‫ששון האט געהאט אן אלטן וואוילן בחור‬ ‫וועלכער איז געווען א "סטעדי" אויף אונזער מנין‬ ‫ליסטע‪ .‬מיר האבן אלץ געהאט אזא זעקס זיבן‬ ‫"סטעדיס"‪ ,‬און די איבריגע האט מען שטענדיג‬ ‫געדארפט רעכענען און פארשאפן‪.‬‬ ‫ווייטער איז דא דא נאהון‪ ,‬מיט א ווייס קאפל‬ ‫שטענדיג‪ ,‬ער רעדט גוט אידיש און איז א בעל‬ ‫מקובל‪ .‬מ'זאגט אז ער איז נישט קיין ספרדי און‬ ‫אויך נישט קיין רוסישער ‪ -‬וואס יא ווייס איך נישט‬ ‫עד היום‪ .‬ער קומט יעדע וואך מיט א אנדערן קבלה‬ ‫ספר אין האנט‪ ,‬שלא שזפתן העין‪ ,‬מאדנע ספרים‬ ‫כאילו ממש וועכנטליך דירעקט פון ליווארנע‬ ‫דרוק‪ .‬ער רעדט נישט קיין סך‪ ,‬ביי לכה דודי לאזט‬ ‫ער ארויס אזא הויך קוויטשעדיג קול ווען ער‬ ‫זינגט מיט‪ .‬עס איז אפילו שיין געווען‪ ,‬און איך‬ ‫האב עס ליב געהאט צו הערן‪ .‬מיין טאטע‬ ‫ווינקט זיך אלץ מיט שטאלץ אז דער קען גוט‬ ‫די קליינע אותיות‪ ,‬נישט קיין קלייניגקייט‪.‬‬ ‫עס איז איין פרייטאג נאכט‪ ,‬מיר גייען‬ ‫אין שול ווי תמיד פאר מנחה און קבלת‬ ‫שבת‪ .‬עפעס איז נישט מסודר ‪ -‬די‬ ‫טישטיכער זענען נישט געלייגט‪ ,‬און‬ ‫צוויי יונגעלייט‪ ,‬מעכל און שוע נתן‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫‪ -‬זיי קומען דא אמאל אמאל דאווענען אבער‬‫זיי זענען שוין פונעם נייעם דור רעבעלן און האבן‬ ‫שוין גרעסערע השגות ‪ --‬שטייען ביים עמוד‬ ‫אויסגעדרייט בלאקירנדיג צוטריט‪ .‬זיי זאגן‪" ,‬מען‬ ‫דאוונט נישט דא היינט‪ ",‬ווי עס וואלט געווען א‬ ‫באשטימטער פאקט‪" .‬עס איז דא א פסק פון רעב‬ ‫אברהמ'ען‪ ",‬זאגן זיי נאך פון ר' אברהם לייטנער‪,‬‬ ‫"אז אין א בית מדרש וואו די ווייבער גייען אייגענע‬ ‫האר טאר מען נישט דאווענען!"‬ ‫"איך האב אין דער לעצטער מינוט אפגעהאלטן‬ ‫די פאשקעווילן‪ ",‬שטעלט זיך מעכל גאר ווי א‬ ‫מציל‪ .‬הכלל עס זענען ארויס שמועות‪ ,‬א קלא דלא‬ ‫פסק אין דעם לומדישן זשארגאן‪ ,‬אז די "רוסישע"‬ ‫שערן זיך נישט די האר‪ .‬עס איז עת לעשות לשם‪,‬‬ ‫מען קען עס נישט לאזן אזוי אנגיין‪ ,‬און די צוויי‬ ‫זענען דא צו מקיים פסק זיין‪.‬‬ ‫עס קומען מער מענטשן‪ ,‬עס ווערט היציג‪,‬‬ ‫יעדער שרייט עפעס אנדערש‪ .‬מיין טאטע פרובירט‬ ‫מיט לאגיק‪" ,‬וואס ווילט עטץ‪ ,‬יעצט מען זאל‬ ‫נעמען דעם אלטן פעטשאני אויף א פארהער‬ ‫צי דאס ווייב גייט אין אייגענע האר?" עס גייען‬ ‫קולות מיט הענט‪ .‬דא זע איך איינער נטע‪ ,‬אן ארץ‬ ‫ישראל'דיגער‪ ,‬ער שפייט אפטער גראד אין פנים‪,‬‬ ‫טפוי טפוי‪ .‬כ'האב קיינמאל געזען דאס אפטייטש‬ ‫פון "געשפיגן אין פנים" פון די מעשה ביכלעך אזוי‬ ‫לעבעדיג‪ .‬דער ארץ ישראל איד שרייט‪" ,‬עס איז‬ ‫אפטער וואס האט דאס אלעס אנגעדרייט ‪ -‬אים‬ ‫געפעלט נישט די רוסישע!"‬ ‫עס ווערט שפעט‪ ,‬די זון נייגט קיין מערב אין‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫אינעם כאטקע‪-‬שול איז א כאאס‪ .‬דער אלטער‬ ‫ששון האט קיין אנונג וואס דא גייט פאר‪ ,‬אבער ער‬ ‫איז אליין ארויס פון די כלים‪ .‬ער האט אנגעהויבן‬ ‫שרייען מיט יאמערליכע קולות אויף עפעס א‬ ‫פרעמדער שפראך‪ .‬דער טיש פאר זיך האט ער‬ ‫אנגעהויבן רוקן פאראויס ווי עס וואלט געווען א‬ ‫רוסישער טאנק‪.‬‬ ‫מיין טאטע איז כמעט אין א פאניק‪ .‬עס איז‬ ‫שוין באלד צוויי אין זיבעציג‪ ,‬און ער כאפט מיר‬ ‫אן און לויפט צום שול ביים עק גאס‪ .‬ער האט זיך‬ ‫די זיבעציג יאר איינגעשטעלט‪ ,‬עס האט גרינג‬ ‫געקענט ווערן א "שייגעץ ארויס"‪ .‬מען האט שוין‬ ‫כמעט געענדיגט מנחה דא‪ ,‬איך שטעל מיך שמונה‬ ‫עשרה ווען יעדער קוקט‪ .‬איך פיל פארשעמט‪ ,‬איך‬ ‫קען נישט געהעריג צוזאמשטעלן דאס בילד‪ .‬וואס‬ ‫איז דאס בכלל "אייגענע האר"? און פארוואס‬ ‫זאל עס צונעמען מיין באליבטע פרייטאג נאכט‬ ‫אונטערן אויוון?‬ ‫עס האט נישט גענומען לאנג‪ ,‬די רוסישע‬ ‫האבן זיך אוועקגעמופט צו מאנסי‪ ,‬נאהון איז‬ ‫פארשוואונדן געווארן ווי אין דער נאכט אריין‪,‬‬ ‫און ששון האט געכאפט א פאטאלע הארץ‬ ‫אטאקע‪ .‬דאס שולעכל האט זיך פארמאכט‪ ,‬און די‬ ‫טרעילערס האט מען אוועקגעשלעפט‪ .‬מיר זענען‬ ‫געגאנגען אין אן אנדערן לאנגוווייליגן שול‪ ,‬אן די‬ ‫אלע אינטערעסאנטע "אנדערע" מענטשן‪ ,‬און אן‬ ‫דעם אלטן חן און געשמאק צו וואס כ'בענק זיך ביז‬ ‫היינט‪.‬‬ ‫אלעס צוליב א חוט השערה‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪167 /‬‬


‫נאר‬ ‫אויף‬ ‫יוצא צו‬ ‫זיין?‬ ‫די געשיכטע פון מיין‬ ‫געראטענעם הלל‬ ‫אבא וויינער‬ ‫‪ / 168‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אומגעדולדיג און אביסל מיט א שווער הארץ האב‬ ‫איך געווארט אויפן יו"ט סוכות‪ .‬דער אלול דאס יאר‬ ‫איז אריבער נישט אזוי געוואלדיג‪ .‬ס'געווען עטליכע‬ ‫יאר נאך דער חתונה‪ ,‬מ'האט זיך ערשט גענומען‬ ‫איינארדענען דאס אייגענעם ווירטשאפט‪ ,‬און ס'איז‬ ‫געווען אביסל אנגעשטרענגט‪ .‬פארשטייט זיך אז‬ ‫מ'האט געטון דאס וואס אידן טוען אלול‪ ,‬אבער‬ ‫כ'האב זיך נישט ארויסגעזען פונעם מונדנעם טירדה‬ ‫וטשטוש המוחין‪ ,‬נישט געכאפט קיין געהעריגע‬ ‫שאקל און אלול אויפוואכונג‪.‬‬ ‫ראש השנה בין איך געפארן צום רבי'ן‪ .‬מ'קען‬ ‫נישט זאגן‪ ,‬ס'געווען גאנץ ניש'קשה'דיג‪ ,‬אבער דעם‬ ‫ספעציעלן מאמענט‪ ,‬דער געפיל אז איך האב זיך‬ ‫פארשטענדיגט מיט גאט ברוך הוא‪ ,‬דעם כאטש איין‬ ‫גוטער מינוט‪ ,‬וואס איז בכוחו אויסצורייניגן‪ ,‬דאס האב‬ ‫איך נישט געהאט‪.‬‬ ‫יום כיפור איז נישט געווען בעסער‪ .‬אוודאי‪,‬‬ ‫מ'האט געדאוונט און געפאסט‪ ,‬אבער דער הויכער‬ ‫מינוט פון איבערבעטונג‪ ,‬דאס באפרייענדער געוויין‪,‬‬ ‫די אויסלייזנדער נעילה‪-‬הויכפונקט‪ ,‬דאס איז נישט‬ ‫פארגעקומען‪ .‬קיין נייער מענטש בין איך נישט ארויס‪.‬‬ ‫און דא‪ ,‬פונקט‪ ,‬איז מיר אזוי שווער אויפן הארץ‪.‬‬ ‫געבליבן איז נאר סוכות‪ .‬דווקא האב איך געהאט‬ ‫א סיבה צו טראכטן אז דאס וועט יא געלונגען‪ .‬דער‬ ‫יאר פריער איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך‬ ‫האב אויפגעשטעלט מיין אייגענע סוכה‪ .‬פארטיג‬ ‫בין איך געווארן נאנט צום זמן‪ ,‬קיין שלאק האב איך‬ ‫נישט באוויזן צו אינסטאלירן‪ .‬האט זיך געפירט אז‬ ‫גראד ווי ס'איז געווארן יו"ט האט זיך אראפגעלאזט א‬ ‫שלאקס רעגן‪ ,‬און וואונדערליך האט עס אויפגעהערט‬ ‫ווי נאר מ'האט פארענדיגט מעריב‪ .‬רוב אידן זענען‬ ‫אהיימגעקומען‪ ,‬אויפגעהויבן דעם סוכה‪-‬דעק און‬ ‫תיכף אנגעהויבן דעם יום טוב מיט'ן גאנצן קנאק‪.‬‬ ‫איך האב אבער געמוזט ווארטן באלד א שעה ביז איך‬ ‫האב בכלל געקענט אנהייבן צוגרייטן‪ .‬אז איך האב‬ ‫געמאכט קידוש האט נאך געטראפלט פון סכך‪ .‬און‬ ‫פונדעסטוועגן‪ ,‬ווי נאר איך בין אריין אין סוכה איז‬ ‫מיר ּפלוצלינג גוט געווארן‪ ,‬די גאנצע סעודה האב איך‬ ‫אפגעראכטן ממש בצילא דמהימנותא און אז ס'איז‬ ‫געקומען צום בענטשן האט זיך פון מיר ספאנטאניש‬ ‫ארויסגעכאפט דעם פסח'דיגן הרחמן וואס מ'זאגט‬ ‫ביים סדר; הרחמן הוא ינחילנו‪ ...‬יום שצדיקים יושבים‬ ‫ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה‪...‬‬ ‫ממילא האב איך געהאט א שטילע ערווארטונג אז‬ ‫אויך דאס יאר וועט זיין לעכטיג בײ מיר אין סוכה‪.‬‬ ‫למעשה האט זיך עס נישט אזוי אויסגעשטעלט‪.‬‬ ‫היי‪-‬יאר האב איך שוין גראדע יא געהאט א שלאק‪,‬‬ ‫אבער ס'איז ערשט פארטיג געווארן ערב יום טוב‪ ...‬די‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫אידענע‪ ,‬א ברכה אויף איר קאפ‪ ,‬האט עס נישט אזוי‬ ‫גוט גענומען‪ .‬דווקא איז זי געבענטשט מיט א בינה‬ ‫יתירה‪ ,‬אבער פון די נישט איבריגע פארשטאנד‪,‬‬ ‫דאס קען זי נאך אביסל צונוצן‪ .‬פארשטייט זי דען‬ ‫נישט אז יום טוב פארנאכט איז נישט דער צייט זיך‬ ‫צו ברוגז'ן? פארשטייט זיך אז דער קידוש האט‬ ‫שוין געהאט יענער טעם‪ ,‬און ביים בענטשן‪ ,‬אז איך‬ ‫האב געזאגט דעם פסח'דיגן הרחמן (דאס האב איך‬ ‫דעם יאר פריער אנגענומען אלס מנהג קבוע)‪ ,‬האט‬ ‫עס דערמאנט פונעם אני הגבר‪.‬‬ ‫ביינאכט ליגנדיג אין סוכה בין איך שווער‬ ‫איינגעשלאפן‪ .‬די מחשבות האבן מיר גענאגט און‬ ‫געמאנט‪ ,‬ווילאנג נאך וועסטו ארומשוועבן מיט‬ ‫פאלשע האפענונגען און ווארטן פארן גוטן מינוט‬ ‫‪ -‬ס'איז שוין אריבער אלול‪ ,‬ימים נוראים‪ ,‬ליגסט‬‫שוין אין סוכה… אויף וואס ווארטסטו נאך?‬ ‫אויב וועסטו מארגן ביי די ד' מינים זיך ווידער‬ ‫פאר'בטלנ'ען וועסטו האבן אפגעפוסטעוועט די‬ ‫גאנצע הייליגע טעג! וועק זיך אויף און נעם זיך‬ ‫אין דער האנט אריין‪ ,‬אם לא עכשיו אימתי!‬ ‫כ'האב קוים געקענט אויסווארטן ביז‬ ‫אינדערפרי‪ .‬אבער דאס מאל נישט בלויז מיט‬ ‫האפענונג‪ ,‬נאר מיט א פעסטער החלטה‪ ,‬די‬ ‫מפוזר'דיגע חלקי הנפש האבן ענדליך איינגעזען ווי‬ ‫ערנסט דער מצב איז און זיך ערוועקט צום מלחמה‬ ‫רוף‪ ,‬מארגן איז קאמפס‪-‬טאג און ס'וועט גיין‬ ‫פייער! האבנדיג געפאסט א באשלוס‪,‬‬ ‫בין איך ענדליך איינגעשלאפן אין‬ ‫די פארטאגס שעה'ן‪.‬‬ ‫אויפגעשטאנען בין איך‬ ‫אביסל שפעטער ווי געפלאנט‪,‬‬ ‫אבער מיטן העכסטן מאראל‪ .‬מיין‬ ‫ערשטע שריט איז געווען א החלטה‬ ‫אז היינט וועט מען נישט זיין פארנומען‬ ‫מיט קיין זייטיגע ענינימ'לעך וואס שטערן‬ ‫די קאנצענטראציע אינעם ציל‪ .‬כ'בין געלאפן‬ ‫אין מקווה‪ ,‬און געבענטשט דעם לולב נאך פארן‬ ‫דאווענען כדי נישט דארפן זיך יאגן בעפאר‬ ‫הלל‪ .‬אנקומענדיג אין שול האט מען שוין‬ ‫געהאט אנגעהויבן‪ ,‬אבער איך האב געמיטליך‬ ‫געטרינקן א קאווע און אנגעהויבן דאווענען‬ ‫פון קרבנות‪ ,‬ארויסזאגנדיג רואיג א ווארט‬ ‫פאר א ווארט‪ .‬אין קיין געיעג גיי איך נישט‬ ‫אריין יעצט‪ ,‬הלל וועל איך זאגן בעפאר ברוך‬ ‫שאמר‪ .‬דער חזן הייבט אן הויכע שמונה‬ ‫עשרה‪ ,‬איך האלט נאך ביי הללוי‪-‬ה בעפאר‬ ‫ברוך שאמר‪ ,‬איך לייג אוועק דעם סידור'ל‪,‬‬ ‫זאג קדושה און גיי גלייך ארויס אנגרייטן‬ ‫שרייבן פארמעסט‬

‫דעם לולב‪ .‬נאך שמו"ע איז דא עטליכע מינוט‬ ‫הפסקה‪ ,‬און דער עולם לויפט אין סוכה שאקלען‬ ‫לולב‪ ,‬אבער איך שטיי שוין גרייט אויף מיין‬ ‫פלאץ מיט די ד' מינים אין האנט קאמפס‪-‬גרייט‪,‬‬ ‫שטילערהייט פארזיכערן זײ מיך אז זיי זענען מיט‬ ‫מיר‪ .‬אט געט דער חזן א קנאל ברוך אתה ה'‪ ,‬און‬ ‫נדעמאניום ברעכט אויס; די הענט ציטערן‪,‬‬ ‫ָ‬ ‫ּפ ַא‬ ‫אלע גלידער טרייסלען‪ ,‬דער קול שטיקט זיך און‬ ‫די אויגן ווערן פארשוועמט‪ ,‬פון גרויס אויפרעגונג‬ ‫האבן זיך מיר די ווערטער אנגעהויבן מישן‪ ,‬און‬ ‫כאטש איך האב לכתחילה געהאלטן דעם לולב‬ ‫און אתרוג מיט ביידע הענט ווי ס'איז דער מנהג‬ ‫ביי אונז‪ ,‬האב איך תיכף ‪ -‬געטריי צום באשלוס‬ ‫פון אינדערפרי ‪ -‬אריבערגעפירט דעם אתרוג צום‬ ‫רעכטן האנט צוזאמען מיטן לולב‪ ,‬און גענומען א‬ ‫סידור'ל אין לינקן האנט זיכער צו מאכן אז איך זאג‬ ‫ריכטיג‪ ,‬כאטש וואס געווענליך גייט מיר דער הלל‬ ‫ווי אשרי‪ .‬אינאיינוועגס בין איך געוואויר געווארן‬ ‫אז מיט‬ ‫איין‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪169 /‬‬


‫האנט האלט זיך דער לולב פיל באקוועמער און‬ ‫געשמאקער‪.‬‬ ‫אוי‪ ,‬ווי זאל איך שילדערן דעם הלל‪ ,‬איך האב‬ ‫נישט געהאלטן דעם לולב‪ ,‬נאר זיך אנגעהאלטן‬ ‫און צוגעכאפט צו דעם ווי א דערטרינקענדער צום‬ ‫רעטונגס‪-‬גארטל‪ ,‬אוי האב איך גוט פארשטאנען‬ ‫דעם מדרש וואס גלייכט צו די ד' מינים צו די‬ ‫פארשידענע איברים‪ ,‬און רופט אויס אויף דעם‬ ‫דער פסוק כל עצמותי תאמרנה ה' ‪ --‬איך האב‬ ‫באשיינפערליך געשפירט ווי פון דעם לולב‬ ‫שטראמט אריין חיות צו מיין גאנצן קערפער‪,‬‬ ‫פארהיילט אלע וואונדן און באנייט אלע גלידער‪,‬‬ ‫און אז דער איד איז אויסגעהיילט ‪ -‬ס'איז כל‬ ‫עצמותי‪ ,‬דאן איז ממילא‪ ,‬פון זיך אליין‪ ,‬תאמרנה‬ ‫ה'! די אלע פירושים און פשט'לעך וואס איך‬ ‫האב אנגעזאמלט דורך די יארן זענען מיר יעצט‬ ‫גוט צונוץ געקומען‪ ,‬יעדעס ווארט האט געהאט‬ ‫אומצאליגע טעמים‪ ,‬ווי קען איך באשרייבן דער לא‬ ‫המתים יהללו י‪-‬ה ‪ --‬וואס ווי דער ירושלמי זאגט‬ ‫גייט טאקע ארויף אויפן לולב ‪ --‬און דער מה אשיב‬ ‫לה'‪ .‬יא‪ ,‬טאקע‪ ,‬מיט אלעם און פונדעסטוועגן! אז‬ ‫ס'איז געקומען צו די נענועים האב איך לעבעדיג‬ ‫געזען דאס וואס תוספות ברענגט דער טעם‬ ‫פארוואס מען שאקלט דא צוליב'ן פסוק אז ירננו‬ ‫עצי היער‪ ,‬ס'הייסט‪ ,‬איך קען דען עפעס זאגן הודו‬ ‫מיט אנא? נאר אז די עצי היער ‪ --‬די ד' מינים ‪--‬‬ ‫טאנצן און שרייען עס‪ ,‬קען איך מיר מיטכאפן און‬ ‫מיטזינגען‪.‬‬ ‫הכלל‪ ,‬וואס האב איך מאריך צו זיין‪ ,‬איך האב‬ ‫נאך אזא הלל נישט געהאט אין מיין לעבן‪ .‬אז‬ ‫איך האב געענדיגט האבן מיינע אויסגעוואשענע‬ ‫אויגן ארויסגעקוקט אויף א פרישע דופטיגע‬ ‫וועלט‪ ,‬ווי נאך א רעגן‪ .‬מיט ליבשאפט האב איך‬ ‫אוועקגעפאקט מיינע טרייע שלאכט‪-‬קאמעראדן‪,‬‬ ‫און מיט א הרגשה פון שישו בני מעי‪ ,‬זיך געגרייט‬ ‫אראפצוקנאקן א נשמת‪ .‬יא‪ ,‬דער עולם גייט שוין‬ ‫באלד אהיים‪ ,‬אבער זאל די סעודה ווארטן‪ ,‬איך‬ ‫דאווען יעצט‪.‬‬ ‫איך גיי אריין אין א זייטיגן צימערל‪,‬‬ ‫אויפגערוימטערהייט מיש איך אויף דעם סידור'ל‪,‬‬ ‫איך הייב אן הללוי‪-‬ה און ס'הייבט מיר אן פאטשן‬ ‫אין פנים‪ .‬שווארץ אויף ווייס קוקן מיר די ווערטער‬ ‫אן‪ ,‬הללוי‪-‬ה הללו את שם ה' הללו עבדי ה' ‪ ...‬און‬ ‫איך געדענק יעצט קלאר ווי אנהייב הלל האב איך‬ ‫גענוי אזוי געזאגט‪ ,‬נישט פארקערט‪ ,‬קודם הללו‬ ‫עבדי ה' און דערנאך הללו את שם ה'‪ ...‬איך האב‪,‬‬ ‫דאן‪ ,‬אפילו פאר א רגע געקווענקלט וואס דער‬ ‫ריכטיגער סדר איז‪ ,‬אבער איך האב‪ ,‬דעמאלט‪,‬‬ ‫‪ / 170‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אינמיטן דער ברויזנדער שטורעם וואס האט‬ ‫געבוזשעוועט אין מיר‪ ,‬באשלאסן אז אזוי איז‬ ‫ריכטיג‪ .‬איך האב טאקע גלייך דעמאלט‪ ,‬זעענדיג‬ ‫דאס צערודערניש‪ ,‬באלד גענומען דעם סידור'ל אין‬ ‫האנט אריין‪ ,‬אבער אנגעהויבן האב איך שוין רם על‬ ‫כל גוים ה'‪ ,‬דארט וואו איך האב געהאלטן‪ ,‬נישט‬ ‫פון אנפאנג‪.‬‬ ‫אלזא‪ ,‬די זאך איז קלאר‪ ,‬הקורא למפרע לא‬ ‫יצא‪ ,‬איך האב נאך קיין הלל היינט נישט געזאגט‬ ‫און וועל מוזן איבערזאגן‪ ,‬און אט געט מיר א‬ ‫פרישע מחשבה א זעץ אין פנים‪ ,‬אוי‪ ,‬די ד' מינים!‬ ‫די נענועים! אויך דאס מוז איך איבערטון! ווי א‬ ‫צעפלאצטער באלאן האב איך גלייך געגעבן א‬ ‫דאווען אפ‪ .‬כ'האב נאך שנעל נאכגעקוקט אויב‬ ‫ס'איז דא עפעס אן אויסוועג‪ ,‬אן אנדערע דעה צי‬ ‫וואס‪ ,‬אבער פארפאלן‪ ,‬את הנעשה אין להשיב‪.‬‬ ‫איך קום אהיים‪ ,‬זאג די פרוי צו ווארטן אונטן אין‬ ‫סוכה‪ ,‬איך קום שוין‪ .‬איך גיי אריין אין סאלאן‪,‬‬ ‫קלאפ צו דער טיר‪ ,‬פאק אויף דעם לולב‪ ,‬עפן א‬ ‫סידור‪ ,‬און פון מויל‪ ,‬ווי מיט בליי איבערגעוואויגן‪,‬‬ ‫פאלן שווערליך ארויס די ווערטער פון הלל‪ .‬דווקא‬ ‫האב איך אין געדאנק פארשידענע רעיונות וואס‬ ‫געבן אינספיראציע אפילו און דייקא אין אזא מצב‪,‬‬ ‫אבער אז דער מאטאר איז טויט העלפט נישט קיין‬ ‫בענזין‪ .‬ס'קומט צו די נענועים‪ ,‬בשעת איך שאקל‬ ‫רעפלעקסיוו דעם לולב הין און צוריק‪ ,‬טאנצט מיר‬ ‫איראניש פאר די אויגן די פריערדיגע סצענע פון‬ ‫די ערשטע הייסע נענועים‪ .‬איך לייג אוועק דעם‬ ‫לולב‪ ,‬גיי אראפ אין סוכה און מאך קידוש מיט א‬ ‫טרוקענער טעם אין מויל‪.‬‬ ‫***‬ ‫אז איך קלער אויף צוריק‪ ,‬ווייס איך נישט‬ ‫וועלכע פון די צוויי הלל'ס האבן מיר מער געטויגט‪.‬‬ ‫מצד אחד‪ ,‬זענען מיר עבדי ה' און מחוייב צו טון‬ ‫דאס וואס דער קייסער באפעלט‪ ,‬און טאקע גענױ‬ ‫װי ער הייסט‪ .‬מצד שני‪ ,‬ווידער‪ ,‬קען איך מיר נישט‬ ‫שיידן פונעם ערשטן הלל‪ .‬נאך היינט‪ ,‬אז איך וויל‬ ‫מיך אנווארעמען ביים דאווענען‪ ,‬דערמאן איך מיר‬ ‫אין אים‪ .‬איי‪ ,‬וועט איר פרעגן‪ ,‬נעם אפשר א בעזעם‬ ‫און שאקל דערמיט? אבער‪ ,‬ניין‪ ,‬איך האב קיין‬ ‫בעזעם נישט געשאקלט‪ ,‬איך האב געשאקלט א‬ ‫לולב און געזאגט הלל פאר גאט! אבער‪ ,‬געוואלד‪,‬‬ ‫שרייט איר‪ ,‬מ'האט דאך נישט יוצא געווען?! פרעג‬ ‫איך אייך‪ :‬איז דאס אלץ‪ ,‬דערפאר בין איך דא‪ ,‬נאר‬ ‫אויף צו יוצא זיין?‬ ‫שרייבן פארמעסט‬


‫דערציילונג‬

‫דעם זיידנ'ס‬ ‫ירושה‬ ‫יצחק וואלד‬

‫ראש השנה‪ ,‬תשל"ג‬ ‫ס'גייט דער יום הדין נאכאמאל‪ ,‬דער רבי‬ ‫איז היינט אריינגעקומען צום ערשטן מאל נאכן‬ ‫סטראוק און אפילו פארגעזאגט לדוד מזמור פארן‬ ‫עמוד‪ .‬עס איז געווען א גרויס התרגשות אין בית‬

‫מדרש‪ ,‬ר' אפרים האט זיך צעוויינט הערנדיג דעם‬ ‫רבינ'ס קול נאך אזא לאנגען צייט‪-‬אפשניט‪ .‬א‬ ‫סאטמארער בעל הבית איז ר' אפרים‪ ,‬ער ארבעט‬ ‫שווער על המחיה ועל הכלכלה‪ .‬אין קריג האט ער‬ ‫אלעס פארלוירן‪ ,‬טאטע‪ ,‬מאמע און געשוויסטער‪,‬‬ ‫ווי כמעט יעדן אין בית מדרש‪ .‬דער רבי איז אלעס‬ ‫פאר אים‪.‬‬ ‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪171 /‬‬


‫ר' אפרים קומט אהיים אין שטוב‪ ,‬וואונטשט‬ ‫א גוט יאר דאס ווייב פיגא'ן און די משפחה‪ ,‬זעצט‬ ‫זיך ביים טיש און ווי זיין מנהג אלע יארן הייסט ער‬ ‫די קינדער זיך שטעלן אין דער רייע‪ ,‬אנגהויבן פון‬ ‫דער עלטסטער‪ ,‬חוה לאה‪ ,‬די בחורים משה דוד און‬ ‫בערל‪ ,‬אראפ ביז די קלענערע‪ .‬ער גיבט יעדן זיין‬ ‫ספעציעלן ראש השנה'דיגן געבאקענעם קיכעלע‪,‬‬ ‫געמאכט מיט קארן‪-‬מעל און באשפריצט מיט‬ ‫קאקאו‪ ,‬ווען ער איז דערביי זייער עמאציאנעל‪.‬‬ ‫ר' אפרים ווינטשט און מורמלט תפילות‪ ,‬צומאל‬ ‫הערט מען אים מורמלען די י"ג מכילין דרחמי‪,‬‬ ‫אדער די ווערטער לחיים ולא למות לשובע ולא‬ ‫לרזון‪ .‬אפט רינט אים טרערן‪.‬‬ ‫די קיכעלעך איז ר' אפרימ'ען א ספעציעלע‬ ‫עבודה‪ .‬ערב יום טוב גייט ער אליין איינקויפן‬ ‫די באשטאנדטיילן‪ ,‬און ער שטעלט זיך אליין‬ ‫באקן די קוכן‪ .‬דער מנהג צו טיילן די קארן‪-‬מעל‬ ‫טשאקאלאד קיכלעך פאר די קינדער ראש השנה‬ ‫ביינאכט האלט ר' אפרים אן שטרענג פון ווען די‬ ‫קינדער קענען געדענקען‪ .‬ער זאגט אז ער האט‬ ‫אזוי געזען "אינדערהיים"‪ .‬די קינדער פרעגן נישט‬ ‫קיין קשיות‪ ,‬עס איז נישט ממש די איינציגסטע‬ ‫מאדנע אויפפירונג פון טאטן‪.‬‬ ‫***‬

‫לאדזשער געטא‪ ,‬תש"ג‬ ‫עס טרעט אריין דאס פערטן יאר אין געטא‪,‬‬ ‫אפרימ'ל ווערט שוין באלד עלף יאר אלט‪ ,‬נאך‬ ‫יונג‪ ,‬אבער געליטן האט ער שוין מער ווי אן‬ ‫ערוואקסענעם אין פרידנסצייטן‪ .‬די שענסטע‬ ‫קינדער‪-‬יארן האט אפרים פארברענגט אין‬ ‫דער פארמאכטער געטא ליידנדיג כסדר'דיגע‬ ‫פחדים און הונגער‪ .‬קיין עסן איז קיינמאל‬ ‫נישטא גענוג אין געטא‪ ,‬ער איז אייביג הונגעריג‪,‬‬ ‫אבער די לעצטע צייטן איז ממש נישטא קיין‬ ‫עסן אין שטוב‪ .‬דער טאטע ליגט רוב צייט אין‬ ‫בעט צעקלאפט און דעפרעסירט‪ .‬דער טאטע‬ ‫פלעגט גיין ארבעטן אין ארבייט‪-‬שאפס די‬ ‫ערשטע יארן‪ ,‬און באקומען ראציאן קארטלעך‬ ‫פאר זופ און אביסל קארטאפל פראדוקטן צו‬ ‫קוים איבערלעבן‪ .‬יעצט אינמיטן זומער האבן‬ ‫‪ / 172‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫אים צוויי עס‪-‬עס לייט ברוטאל אנגע'מקל'ט די‬ ‫ביינער אינמיטן גאס‪ ,‬ער ליגט זייט דעמאלט אין‬ ‫בעט‪ ,‬קען צום ארבעט נישט גיין‪ ,‬און אן ארבעט‬ ‫באקומט מען נישט קיין עסן קארטלעך‪ .‬מען‬ ‫הונגערט ממש אין פולן זין פון ווארט‪.‬‬ ‫די מאמע נעבעך פרובירט וואס זי קען‪ ,‬זי האט‬ ‫שוין יעדן ווערטפולן חפץ פון שטוב פארקויפט‪,‬‬ ‫זי לויפט ארום קלאפן אין פענסטער עפעס צו‬ ‫באקומען פאר די קינדערלעך‪ .‬זי אליין האט שוין‬ ‫חדשים כמעט גארנישט אין מויל אריינגענומען‪,‬‬ ‫זי גיבט וואס עס איז יא דא פארן קראנקן טאטן‬ ‫און די קינדער‪ .‬אפרימ'ל מיט די אינגערע ניין‬ ‫יעריגע שרה'לע גייען אפט זוכן אין די מיסטן‬ ‫פאר קארטאפל אפפאל‪ .‬די מאמע מאכט עפעס‬ ‫דערפון פאר זיי און די קליינע מלכה'לע און דאס‬ ‫פיצל זייגעדיגער חיימ'ל‪.‬‬ ‫עס איז סליחות צייט‪ ,‬די שוואכע מאמע‬ ‫זארגט וואו מ'קען פארשאפןן אביסל עסן פאר‬ ‫דאר הונגעריגער משפחה לכבוד יום טוב און‬ ‫דעם נייעם יאר‪ .‬דעם טאטנ'ס צעבראכנקייט און‬ ‫מרה שחורה איז פארשטארקערט; ער לערנט‬ ‫אסאך "שער המלך" און זאגט תהילים‪ .‬ער וויינט‬ ‫און קרעכצט פון ווייטאג און הונגער‪ .‬די מאמע‬ ‫גייט ארויס יעדן טאג זוכן עפעס צו פארשאפן‪ ,‬די‬ ‫פחדים זענען גרויס ביז זי קומט צוריק‪ ,‬די נאציס‬ ‫כאפן יעדן טאג אידן אין די גאסן און פארשיקן‬ ‫צום אומבאוואוסטן‪.‬‬ ‫די מאמע איז היינט נאכאמאל ארויס צו‬ ‫פרובירן עפעס פארשאפן‪ ,‬זי האט די לעצטע‬ ‫טעג געשמועסט שטיל מיטן טאטן איבער גיין‬ ‫שתדל'ן ביי יוסל זייגער‪ ,‬א ווייטער קרוב משפחה‪.‬‬ ‫יוסל האט געגליטש פון אידישקייט נאך פון זיין‬ ‫יוגנט‪ ,‬ער ארבעט היינט אין דער יודענראט‪,‬‬ ‫און איז אין טשעירמאן רומקאווסקי'ס נאנטער‬ ‫קליקע‪ .‬כאטש דער טאטע זאגט ער ערווארט‬ ‫נישט קיין טובה פון דעם עוכר ישראל‪ ,‬טענה'ט‬ ‫די מאמע אז זי האט נישט קיין אנדער עצה סיי‬ ‫ווי‪.‬‬ ‫די מאמע איז ארויס‪ .,‬דער טאטע זאגט‬ ‫תהילים און דעם השם השם א‪-‬ל רחום וחנון‪,‬‬ ‫די י"ג מדות של רחמים‪ ,‬איבער און איבער‪ ,‬ער‬ ‫גייט ממש אראפ פון זינען פון פחד‪ .‬אט קומט‬ ‫די מאמע צוריק מיט א זאק אויף די פלייצע מיט‬ ‫איין שמחה‪ .‬פארט א אידישן פונק האט יוסל‪,‬‬


‫ער'ט זיך דאס לעבן איינגעשטעלט און איר‬ ‫ארויסגעשמוגלט פון קאך אביסל פראדוקטן‪,‬‬ ‫קארטאפל און מייערן ‪ -‬און אן איבערראשונג‪:‬‬ ‫אביסל קארן‪-‬מעל מיט עטליכע שטיקלעך‬ ‫מארגארין און א קעסטל טשאקאלאדע‪ ,‬ממש‬ ‫א לוקסוס! עס איז אנגעקומען אין געטא‬ ‫פראדוקטן פון אויסלאנד‪ .‬די עס‪-‬עס האבן‬ ‫כמעט אלעס בא'גנב'עט‪ ,‬אבער מיוחסים האבן‬ ‫באקומען צוטריט צו עטוואס טייערע פראדוקטן‬ ‫וואס זייער ווערט אין געטא האט ניטאמאל‬ ‫קיין שאץ‪ .‬די קינדער האבן ברויט נישט געזען‬ ‫חדשים לאנג‪ ,‬ווער רעדט פון א נאשעריי‪ .‬די‬ ‫מאמע זאגט אז זי וועט באקן ספעציעלע‬ ‫טשאקאלאד קיכעלעך פאר יום טוב‪ .‬די קליינע‬ ‫שרה'לע און מלכה'לע טאנצן ממש פאר שמחה;‬ ‫אפילו דער טאטע גיבט א שמייכל פון אונטער די‬ ‫פארטרויערטע ליפנס‪.‬‬ ‫די מאמע לייגט אלעס אויבן אינעם שענקל‪,‬‬ ‫אפרים קען קוים ווארטן‪ ,‬ער איז שרעקליך‬ ‫הונגעריג‪ ,‬שוין טעג ממש האט ער גארנישט‬ ‫געגעסן ‪ -‬נאר אביסל קארטאפל שאלאכטס‬ ‫זופ‪ .‬ער האט קיינמאל נישט געווארט‬ ‫אויף יום טוב אזוי שטארק‪.‬‬ ‫השנה‬ ‫ראש‬ ‫ערב‬ ‫אינדערפרי זענען די קינדער‬ ‫אויפגעשטאנען זייער פרי‪.‬‬ ‫דער מאגן איז ליידיג עס‬ ‫שמעקט אן אנגענעמען‬ ‫גערוך‪ .‬די מאמע באקט‬ ‫קיכעלעך פאר יום טוב‬ ‫מיט דעם ביסל קארן מעל‬ ‫און קאקאו טשאקאלאד‪ .‬עס‬ ‫דערמאנט די אלטע גוטע‬ ‫צייטן‪.‬‬ ‫אטמאספערע‬ ‫די‬ ‫אין שטוב איז געווען‬ ‫אויפגעהייטערט‪ .‬דער טאטע‬ ‫האט באקומען חשק צו גיין‬ ‫אין שול ראש השנה ביינאכט ‪ -‬ער‬ ‫איז שוין חדשים נישט ארויס‪ .‬אפרימ'ל‬ ‫האט זיך אונטערגענומען אונטערצוהאלטן דעם‬ ‫טאטן‪ ,‬וועלכער האט זיך קוים געקענט האלטן‬ ‫אויף די פיס‪ .‬עס איז געווען א באהאלטן מנין‬ ‫אינעם בנין ביים עק גאס‪ ,‬און אפרימ'ל און דער‬

‫טאטע האבן זיך אהינגעשלעפט‪.‬‬ ‫דער ביהמ"ד איז פול געפאקט‪ ,‬צעקלאפטע‬ ‫אויסגעהונגערטע שאטנס‪ ,‬טאטעס אן קינדער‬ ‫און קינדער אן טאטעס‪ ,‬פון יעדער משפחה‬ ‫זענען א טייל שוין אוועקגעפירט‪ .‬מען זאגט‬ ‫דעם אחות קטנה תכלה שנה וקללותיה‪ ,‬אפשר‬ ‫דאך וועלן די צרות שוין נעמען א סוף‪.‬‬ ‫דער טאטע האט זיך אהיימגעשלעפט‪,‬‬ ‫געוואונטשן לשנה טובה די מאמען און די‬ ‫קינדער‪ .‬נישטא קיין וויין אדער חלות‪ ,‬די‬ ‫מאמע ברענגט אריין די פרישע קיכעלעך‪ ,‬און‬ ‫דער ריח צעגייט אין גאנצן שטוב‪ .‬דער טאטע‬ ‫מאכט קידוש מיט עטוואס האפענונג אין זיין‬ ‫שטימע און זאגט שהחיינו‪ .‬נאך קידוש נעמט‬ ‫דער טאטע דעם טעצל קיכעלעך און גיבט יעדן‬ ‫איינס‪ .‬שרה'לע און מלכה'לע און דער קליינעם‬ ‫חיימ'ל האבן ארומגעכאפט דעם קיכעלע מיט די‬ ‫ליפן‪ ,‬און געלאכט הויך אויפן קול ווי זיי וואלטן‬ ‫באקומען אן אוצר‪.‬‬ ‫אפרים איז נאך הונגעריג און ער בעט נאך‪.‬‬ ‫די מאמע זאגט אז מען דארף‬ ‫נאך עסן פאר די איבריגע‬ ‫טעג און מ'קען נישט‬ ‫יעצט‬

‫| תשרי‪-‬חשון תשע"ח ‪173 /‬‬


‫געגעסן‪ ,‬ער האט עס געהאלטן ביז עס האט זיך‬ ‫צוגעקלעבט צו די פינגער‪.‬‬ ‫ער איז שפעטער אהיים‪ ,‬דאס הויז איז געווען‬ ‫ליידיג‪ .‬ער האט זיי מער קיינמאל געזען‪.‬‬ ‫***‬

‫אוועקטיילן‬ ‫אלע קיכעלעך‪.‬‬ ‫אפרים מוטשעט און‬ ‫וויינט‪ ,‬ווען פלוצים גיבט ער‬ ‫זיך א דריי אויס צו חיימ'ל‪,‬‬ ‫און כאפט ארויס זיין‬ ‫קיכעלע פון זיינע‬ ‫פיצעלע פינגערס‪.‬‬ ‫אפרים איז נישט‬ ‫קאנטראל‪,‬‬ ‫אין‬ ‫דער שכל ארבעט‬ ‫אים נישט בכלל‬ ‫אין דעם מאמענט‪.‬‬ ‫חיים'ל לאזט ארויס‬ ‫אזא קוויטש ווי א‬ ‫פארוואונדערטע חיה‪ ,‬ווי מען‬ ‫האט אים בארויבט פון דעם גרעסטן‬ ‫אוצר‪ .‬די מאמע שרייט‪" ,‬אפרים'ל גיב עס‬ ‫צוריק!" ווען זי דרוקט צו חיימ'ל צו אירע ברוסטן‪.‬‬ ‫דער טאטע ווערט פארטרויערט‪ ,‬ער זעט אויס ווי‬ ‫א בר‪-‬מינן‪ ,‬ער נעמט אפרימ'ל און האלזט אים‪.‬‬ ‫"זאלטס אונז אלע נישט פארגעסן‪ ",‬זאגט דער‬ ‫טאטע ווי א צוואה‪.‬‬ ‫עס הערט זיך א טומל אין די גאסן‪ ,‬עס הערט‬ ‫זיך זעצעס אין די טירן‪" .‬יעדער הערויס!" מיט‬ ‫בילן פון הינט‪ .‬עס איז אן אקציע‪ ,‬קינדער וויינען‬ ‫און מאמעס צאפלען פון שרעק ווען קלעפ גייט‪.‬‬ ‫מען שלעפט יעדן צום אומשלאג פלאץ‪ ,‬וואו די‬ ‫וועגנער זענען גרייט צו ווערן אנגעלאדנט מיט‬ ‫אידן צו איבערזידלען‪.‬‬ ‫אפרים לויפט‪ ,‬לויפט אן אפשטעל וואו די‬ ‫אויגן טראגן אים‪ .‬ער באמערקט א פארפאלק‬ ‫לויפן הינטער די הייזער‪ ,‬ער לויפט זיי נאך און‬ ‫שמוגלט זיך מיט זיי אריין אין א בונקער אונטער‬ ‫דער מקוה‪ .‬זיי זענען אפגעזעסן דארט ביז עס‬ ‫איז שטיל געווען‪ .‬אפרים האט נאך געהאט‬ ‫דעם קיכל אין האנט‪ ,‬אבער האט עס נישט‬ ‫‪ / 174‬תשרי‪-‬חשון תשע"ח |‬

‫ראש השנה תשע"ז‬ ‫די משפחה איז צעזייט און צעשפרייט מיט‬ ‫קינדער און אייניקלעך איבער אמעריקע‪ ,‬אייראפע‬ ‫און ארץ ישראל‪ .‬דער זיידע ר' אפרים איז שוין‬ ‫לאנג אויפן עולם האמת‪ .‬אלע אן אויסנאם האלטן‬ ‫אן דעם מנהג געזען ביים טאטן און זיידן אז מען‬ ‫באקט קארן‪-‬מעל קיכעלעך מיט מארגארין און‬ ‫קאקאו פאר ראש השנה ביינאכט‪ .‬חוה לאה‪ ,‬די‬ ‫עלטסטע מומע‪ ,‬באקט און מאכט זיכער אז אלע‬ ‫חתונה‪-‬געהאטע קינדער באקומען גענוג פאר דער‬ ‫גאנצער משפחה‪ .‬כאטש איר מאן לאכט אייביג און‬ ‫זאגט אז ס'איז א מנהג שטות‪ ,‬זאגט חוה לאה‬ ‫אייביג‪" ,‬כ'ווייס נישט פון וואו דער מנהג שטאמט‪,‬‬ ‫אבער פאר מיין טאטן איז עס גאר קיין שטות נישט‬ ‫געווען‪ ".‬מאיר איז שוין פונעם נייעם דור‪ ,‬א שטיקל‬ ‫עמעזאן עושר; ער מאכט שוין א גאנצע פענסי‬ ‫קעיק געביידע ספעציעל באשטעלט‪.‬‬ ‫פריידא‪ ,‬אן אנדער אייניקל‪ ,‬איר איז באשערט‬ ‫א שווער לעבן‪ .‬זי איז אריינגעפאלן מיט א מאן‬ ‫א לא יצלח‪ ,‬און זיך גע'גט‪ .‬ראש השנה ביינאכט‬ ‫איז זי אליין‪ ,‬היבש פאר'מרה‪-‬שחורה'ט‪ ,‬זי האט‬ ‫אבער אינזין דעם מנהג און האט זיך געבאקן די‬ ‫קארן‪-‬מעל קיכעלעך ערב ראש השנה‪ .‬זי עסט‬ ‫א קיכעלע‪ ,‬און דערמאנט זיך פון דעם זיידן אין‬ ‫זיינע לעצטע יארן ווען זי איז געווען ביי אים ראש‬ ‫השנה‪ .‬ער איז געווען אלט און שוואך‪ ,‬און פריידא‬ ‫האט אים באדינט‪ .‬דער זיידע האט איר דערציילט‬ ‫די געשיכטע פון געטא‪" ,‬דער קליינער חיימ'ל איז‬ ‫געגאנגען הונגעריג אויף זיין לעצטן וועג צוליב‬ ‫מיר‪ ",‬האט דער זיידע געזאגט ווען זיין קול ווערט‬ ‫געשטיקט פון טרערן‪ .‬עס איז געווען דאס ערשטע‬ ‫מאל וואס פריידא האט געהערט די געשיכטע‪ ,‬און‬ ‫אפשר דאס ערשטע מאל וואס דער זיידע האט עס‬ ‫פאר איינעם דערציילט‪ .‬פריידא האט געהאלטן די‬ ‫קיכעלע אין האנט און האט נישט געקענט עסן ‪-‬‬ ‫ביז עס האט זיך איר צוגעקלעבט צו די פינגער‪.‬‬


‫הנצחות‬ ‫דער וועקער אינספירירט די מאסן‪ ,‬און קען אנגיין א דאנק נדבת לבם פון‬ ‫אונזערע טייערע ספאנסארס‪.‬‬ ‫לע"נ מו"ר הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל‪.‬‬

‫א ריזן יישר‪-‬כוח צו די עורכים‪ ,‬שרייבער און פארשפרייטער‬ ‫פון דעם וועקער‪.‬‬

‫דער רבי ז"ל האט געהאט אסאך שיטות‪ ,‬אבער זיין‬ ‫וויכטיגסטע שיטה איז געווען צו גיין מיט'ן אמת כפי ראות‬ ‫עיניו‪ ,‬און זיך נישט שרעקן פון דער גאס‪.‬‬

‫"עכטע גליקליכקייט איז נאר ווען‬ ‫מיטגעטיילט מיט אנדערע‪".‬‬ ‫הונצח ע"י‪ :‬יואל ווערצבערגער‪ ,‬בארא פארק‬

‫הונצח ע"י‪ :‬א‪ .‬ג‪ .‬ש‪ ,.‬ברוקלין‪ ,‬ניו‪-‬יארק‬

‫אין עהרע פון פרעזידענט דאנעלד טראמפ‪,‬‬ ‫ירום הודו‪.‬‬

‫לע"נ ר' יום טוב שמחה בן משה‪.‬‬ ‫מוזיק‪ ,‬שעפערישקייט און אריגינעלקייט! א שטיק נשמה‬ ‫וואס האט געשאנקען נשמה פאר עטליכע דורות‪.‬‬

‫א מענטש וואס האט געברענגט א רעוואלוציע‪ ,‬ווען אלע‬ ‫"מבינים" האבן געלאכט פון אים‪.‬‬

‫הונצח ע"י‪ :‬ח‪ .‬ה‪ .‬שמילאוויטש‪ ,‬לאנדאן‬

‫הונצח ע"י‪ :‬א‪ .‬ל‪ .‬ביניק‪ ,‬בלומינגבורג‪ ,‬ניו‪-‬יארק‬

‫ָח ְכמוֹת ַּבחוּץ ָּתרָֹנּה ָּב ְרחֹבוֹת‬ ‫ָה‪.‬‬ ‫ִּת ֵּתן קוֹל ּ‬

‫רבי אביגדור הכהן מיללער‬

‫‪-‬משלי א‪ ,‬כ‬‫הונצח ע"י‪ :‬לייבל יצחקי‪ ,‬קרית יואל‬

‫ט‪ .‬פר"מ‪ ,‬וויליאמסבורג‬

‫לע"נ מיין הייליגן רבי'ן הגאון החסיד‬ ‫זצ"ל‪.‬‬

‫דער וועקער טוט וועקן‪,‬‬ ‫צו אלע כנפות עקן‪,‬‬ ‫אוועק מיט די פלעקן‪,‬‬ ‫מער נישט באדעקן‪,‬‬ ‫ווען מ'דארף לעקן‪,‬‬ ‫די מוסדות א שטעקן‪,‬‬ ‫אינדיווידואליטעט אפמעקן‪,‬‬ ‫אט טוט וועקער וועקן‪.‬‬ ‫הונצח ע"י‪ :‬משה ז‪ ,.‬אנטווערפען‬

‫פאר מיין פריידא'לע תחי'‪,‬‬ ‫דיין שמייכל יעדן טאג איז מיין גאזאלין!‬ ‫הונצח ע"י‪ :‬חיים יואל‪ ,‬מאנסי‬

‫לע"נ הרה"ק ר' ישראל שלום‬ ‫יוסף זי"ע מפאשקאן‪.‬‬

‫לע"נ‬ ‫שרה נעכא בת שלמה יהודה‪.‬‬

‫דער לעצטער רוזשינער פרינץ וואס‬ ‫האט געוואוסט דער סוד פון אידישער‬ ‫מאנארכיע ‪ -‬פאלקסטימליכטיקייט‪.‬‬

‫באבי‪ ,‬דיין אמת'ע שמחה מיט מיין הצלחה‬ ‫וועל איך אייביג געדענקען!‬

‫הונצח ע"י‪ :‬מ‪ .‬פ‪ .‬בן מלכה‬

‫הונצח ע"י‪ :‬נטע פרערא‪ ,‬מאנסי‬

‫שיקט אייער ספאנסארשיפ דורך פעיפאל‪ ,‬צו ‪.vekerjournal@gmail.com‬‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.