גליון א | אייר תשע"ז
cotton swab
א רפואה פאר די ביטערע מחלה?!
MATNAS CHAIM
מתנת חיים'ס אלוועלטליכער באוועגונג האט די זכי' צו ראטעווען דאס לעבן פון טויזנטער חולי ישראל מיט בלוט-קענסער ל"ע ארום די גאנצע וועלט
א שמועס מיט די העראאישע נדבנים זיי האבן נישט געוואוסט אז זיי האבן דעם געוואלדיגן כח פון 'געבן לעבן' ,אבער אט האבן מיר זייערע געשיכטעס ערשטהאנטיג
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
1
'מתנת חיים' איז געטריי צו איר נאמען:
צו געבן ,די מתנה פון לעבן!
די מתנה פון לעבן; איז גרינג צו געבן! 2
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
אזויפיל חולי ישראל מוטשען זיך נעבעך מיט יענע מחלה אין די בלוט ( )blood cancerל"ע ,און זיי האבן אלע רעכטן געראטעוועט צו ווערן בעז"ה! אבער ווען אלע טויערן זענען שוין פארשלאסן ,און אלע האפענונגען פארלוירן ,דארפן זיי האבן אייער הילף זוכה צו זיין צו א מתנת חיים בעז"ה! ב"ה ,היינט צוטאגס קענען אט די חולי ישראל געראטעוועט ווערן -בדרך הטבע דורך א bone marrowאדער stem cellטרענספלענט .בלויז מיט אייערהילף וועלן זיי אי"ה טרעפן א פאסיגן נדבן וואס איז געאייגנט פאר זיי ,דורכ'ן אויפבויען און אויסברייטערן די נדבנים-באזע ( .)donor registryיעדע נשמה איז טייער ,אונזער ציל איז טאקע צו געבן דער שאנס צו לעבן פאר זיי בעז"ה. וויאזוי? דורך אייך ,דורך יעדן יחיד ויחיד.
וואס מער וואלונטירן שרייבן זיך איין ,אלץ מער
נפשות קענען ווערן אפגעראטעוועט אי"ה. וויאזוי קען איך מיר אנשליסן? דורכ'ן אנטיילנעמען אין איינע פון מתנת חיים'ס רעגיסטראציע-דרייוו'ס און מיטברענגען אייערע גוטע פריינד .וואס דארף איך טון ביים דרייוו? בלויז איין קורצע ( cheek swabא וויש מיט א Q-tipביי די באקן) .דאס אלעס .יעצט בשעת'ן לייענען די שורות ליגן פילצאליגע פאציענטן מיט לוקימיע/לומפומיע ל"ע און קוקן ארויס מיט האפענונג צו טרעפן א נדבן. טייערער איד ,איר קענט זיין דער פאסיגער נדבן זיי צו געבן די אויסטערלישע מתנה פון לעבן!
איר קענט זיין דער פאסיגער שליח!
שליסט אייך אן אין א לעבנסוויכטיגע "רעגיסטראציע-דרייוו", און העלפט צוטרעפן א נדבן און א רפואה פאר א צווייטן איד.
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
3
לאמיר אפשטעלן די
ביטערע מחלה וואס איז בלוט-קענסער ה"י? בלוט-קענסער איז א כלליות'דיגער נאמען פאר אלע פארעמען פון די ביטערע מחלה ל"ע וועלכע טוען אפע- קטירן די בלוט ,די ביין-מארעך ,און .lymphatic systemאין רוב בלוט-קענסערס ווערן די געזונטע בלוט- צעלן בלאקירט און געשטערט דורך אן אומקאנטראלירטע וואוקס פון אומגעזונטע בלוט-צעלן .וואס דאס קען צוריקהאלטן בלוט פון אטאקירן אינפעקציעס און קען גורם זיין אומקאנטראלירטע בלוטיגונג. דער ווייטאגליכער מציאות איז ,אז בלוט-קענסער קען באפאלן יעדן איינעם ,סיי ווען ל"ע .בערך יעדע 4מינוט - דאהי אין אמעריקע -ווערט נאך א קינד/ערוואקסענער דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה אין די בלוט ה"י .ד.מ. 360מענטשן א טאג 130,000 ,מענטשן א יאר!
עס זענען פארהאן 3הויפט סארטן בלוט-קענסער :לוקימיע ,קענסער וואס מ'טרעפט אין די בלוט און ביין-מארעך; לומפאומיע ,בלוט-קענסער וואס אפעקטירט דעם lymphatic ;systemאון מיעלאומיע ,בלוט-קענסער וואס טוט צילן ספעציעל 'פסאלמא-צעלן'. היינט צוטאגס בסייעתא דשמיא – דורך bone marrowאדער – blood stem transplantsקענען אידן מיט אט די ביטערע מחלות טרעפן א רפואה דערצו .נאר דורך די טייערע וואלונטירן וואס שענקען אוועק געזונטע בלוט-צעלן פאר א צווייטן איד .בחסדי ה' ,דורך אט די טראנספלענטס – וועלכע וועלן ב"ה מער און מער פארג- עשריטן – זענען שוין טויזנטער און טויזנטער פאציענטן אפגעראטעוועט געווארן ,אדאנק א נדבן וואס האט זיי געשאנקען א מתנת חיים!
מיט "א - 2מינוט'יגע-וויש"
קענט איר ראטעווען אייער ברודער/שוועסטער פון שרעקליכע בלוט-קענסער ל"ע
מתנת חיים'ס געשיכטע:
ס'האט זיך ָ יא, ָ
ָאנגעהויבן מיט ַא מתנה... מתנת חיים איז א וועלטליכע bone marrowאון blood stem cellבאזע ,וועלכע טוט – אינאיינעם מיט די הילף
פון אזעלכע נדבנים ווי אייך -דורכפירן טראנספלענטס פאר קינדער און ערוואקסענע וועלכע ליידן ל"ע פון אזעלכע שטרעבליכע מחלות ווי :לוקימיע און לומפומיע ,ה"י.
און – יא ,איר האט צוגעטראפן – מתנת חיים איז געגרינדעט געווארן און ווערט געפירט דורך א טראנספלענט-מקבל און לוקימיע-איבערלעבער. מר .פיינבערג הי"ו איז אלט געווען אין די יונגע '20ער יארן ווען ער איז דיאגאנזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה אין די בלוט ל"ע .ער האט נאך דאן נישט גע'חלומ'ט אז זיין פערזענליכע רייזע וועט שאפן אזא ריזיגע און לעבנסוויכטיגע וועלטליכע אונטערנעמונג. אבער דער אייבערשטער פירט די וועלט ,און אזוי האט זיך די רייזע אנגעהויבן... דאקטוירים האבן אים געזאגט אז זיין איינציגסטע האפענונג בדרך הטבע איז א bone ,marrow transplantאבער ער האט פשוט נישט געקענט טרעפן קיין נדבן דערצו – ווייל מ'דארף טרעפן עמיצער וואס איז אויך אן אשכנז'ישער איד און ס'איז געווען גאר א קליינע צאל אשכנז'ישע אידן רעגיסטרירט אין די דעמאלטסדיגע נדבנים-באזע -און דעריבער זאל ער זיך גרייטן אויסצונוצן זיינע געציילטע-פארבליבענע חדשים ,ה"י...
זיין משפחה האט אבער נישט אויפגעגעבן ,זיי האבן אונטערגענומען א מאסיווער קאמפיין צו טרעפן דעם פאסיגן נדבן ,הונדערטער דרייוו'ס זענען אפגעהאלטן געווארן; צענדליגער טויזנטער נייע אשכנז'ישע אידן האבן וואלונטירט אנגעשלאסן צו ווערן אין א רעגיסטראציע- באזע; צענדליגער קענסער-פאציענטן האבן געטראפן צוגעפאסטע נדבנים; אבער 4 יאר זענען דורכגעלאפן און מר .פיינבערג'ס באשערטער נדבן איז נאכנישט אנגעקומען...
6
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
בשעת דער זייגער רוקט זיך ,האט א אינגערמאן – וועמענ'ס ידיד האט געטראפן א נדבן ביי איינע פון די דרייוו'ס וואס איז דורכגעפירט געווארן לטובת מר .פיינבערג – באשלאסן נאכאמאל דורכצופירן א דרייוו אין א ישיבה אין מילוואקי .אסאך אידן זענען געקומען נעמען דעם טעסט ,און...
דער לעצטער מענטש וואס האט גענומען דעם טעסט יענעם טאג – כי פנה יום – איז בסייעתא דשמיא געווען דער שליח פון הימל! א קורצע צייט נאכדעם האט מר .פיינבערג זוכה געווען צו באקומען זיין טראנספלענט – די מתנה פון לעבן. זינט דאן האט ער זיך געמאכט פאר א ציל אין לעבן ,אז קיינער זאל נישט חלילה דארפן שפירן וואס ער אליינס האט געשפירט ,נאר יעדער זאל קענען זוכה זיין בליץ-שנעל צו די מתנה פון לעבן! אונטער זיין באגלייטונג האט שוין מתנת חיים מזכה געווען מער ווי 13,000פאציענטן צו טרעפן פאסיגע נדבנים! העכער 3,000טראנספלענטס זענען שוין דורכגעפירט געווארן. כהיום ,פארמאגט מתנת חיים'ס רעגיסטראציע-באזע העכער 260,000וואלונטיר-נדבנים, און האט געהעכערט די שאנס פון חולי ישראל וואס ווארטן אויף נדבנים ,פון 5פראצענט ביז 75פראצענט!
"וכל המקיים נפש אחת מישראל מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא " איז דורכדעם פראקטיצירט געווארן אויף א זעלטענעם פארנעם ,וואס מ'קען מיטהאלטן במלוא מובן המילה.
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
7
שליסט אייך אן היינט; ראטעוועט א לעבן מארגן.
שליס דיר ָאן היינט: מאך דעם .SWAB TEST און לאמיר געבן, די מתנה פון לעבן! מתנת חיים ארבעט אומערמידליך צו פארברייטערן די רעגיסטראציע-באזע פון אידישע נדבנים כדי צו העלפן די חולי ישראל איבער די וועלט ,סיי אין ארץ ישראל און לענגאויס די גארער וועלט .ליידער ,טוען פילצאליגע קענסער-פאציענטן לרפו"ש ארויסקוקן אויף טראנספלענטס. יעצט ,בשעת איר לייענט די שורות ראנגלט זיך א טייער 6יעריגע אינגעלע בין מות לחיים לרפו"ש .זיין צובראכענע טאטע מוטשעט זיך זיך צו מחזק זיין אז ס'איז נאך דא האפענונג בעז"ה ,און אין די זעלבע צייט דארף ער שטארקן זיין פרוי און קינדערלעך וועלכע ווארטן מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם אז א רחמנות'דיגער וואלונטיר זאל זיך דערבארעמען און זיך רעגיסטרירן .איר קענט ענטפערן זייער רוף ,איר קענט זיין זייער שליח מן השמים צו ראטעווען זייער קינד/ברודער'ל פון טויט!
1
סיינט אייך אויף אויף
www.matnaschaim.org/register
געפונט
אדער רופט 800.962.7769. מיר וועלן אייך שיקן א swab kitמיט גרינגע אנווייזונגען ,איר קענט אייך אויפסיינען ביי אייך אינדערהיים אדער אריבערגיין צו סיי וועלכע דרייוו- צענטער (צו טרעפן איינס אין דיין געגנט ,באזוכט www.matnaschaim. .)org/events
2 צו מאכן דעם גרינגן swab-testאינדערהיים איז זייער גרינג. פשוט ,פאלגט אויס די אנווייזונגען וואס ליגט אין אייער ,swab kit א וויש-אויף-די-באק ( )cheek swabאון שיקט עס צוריק צו אונז.
געטשעקט
3 געראטעוועט
אונזער לעב טוט טעסטן אייער טייפ tissueאון לייגט אייך צו צום נדבנים-רעגיסטראציע .און איינמאל מיר טרעפן א איד וואס נויטיגט זיך אין א טראנספלענט וואס שטימט מיט אייער גענעטישע-אינפארמאציע, מעלדן מיר אייך איין ,און מ'שלאגט אייך פאר די געלעגנהייט צו ראטעווען א אידיש לעבן.
נעמט אין באטראכט! עס קען זיין אז אייער שכן וועט דערפון געהאלפן ווערן ,אדער וועט איר אפראטעווען א פרעמדער איד אין די מרחקים .איין זאך איז קלאר :יא! איר קענט געבן די מתנה פון לעבן פאר א צווייטן!
ובחרת בחיים: 8
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
ס'איז די שווערסטע זאך צו באקומען; די גרינגסטע מתנה צו געבן! 877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
9
'נדבן' מה הוא אומר? אמת'ע מענטשן.
לייענט ערשהאנטיגע אינטערוויו'ס מיט אמת'ע מתנת-חיים-נדבנים
אמת'ע געשיכטעס.
10
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
11
נאמען:
אברהם שלאמאוויטש 34 אשכנז יארגאנג:
אפשטאם:
אברהם האט גראדע נישט געוואוסט אז ער האט זיך איינגעשריבן אין 'מתנת חיים' ,אבער ווען ער איז געוואויר געווארן האט ער געשפירט אז ער מוז טון וואס איז ריכטיג .ער האט טאקע אפגעראטעוועט א אידיש קינד אויף די אנדערע זייט פונעם אקעאן! ווען האסטו באשלאסן זיך אנצושליסן אין מתנת חיים'ס נדבנים-רעגיסטראציע? מיין געשיכטע איז גראדע אביסל אינטערעסאנט .איך האב בכלל נישט געהאט אין פלאן זיך אנצושליסן אין א דרייוו .עטליכע יאר צוריק האב איך אנטיילגענומען אין א דרייוו פאר איינער פון מיין קהילה .ס'איז אפגעראכטן געווארן אין א שול נישט ווייט פון וואו איך וואוין. דעמאלטס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך בין נישט געווען צוגעפאסט פאר יענעם פאציענט ,און איך האב געמיינט אז מיין געשיכטע ענדיגט זיך דא. דערווייל האב איך באקומען א טעלעפאן- קאל – אנהייב היי-יאר – אז נישט בלויז איך בין נאך איינגעשריבן ,נאר איך בין טאקע א צוגעפאסטער נדבן!
פאר וועמען ביזטו געווען א נדבן? מ'האט מיר געבעטן צו ראטעווען דאס לעבן פון א 67יעריגע פרוי ,וועלכע האט געליטן פון .acute leukemia
לאמיר זיין אפן :האסט זיך דאך נישט איינגעשריבן אפיציעל ,נו, וויאזוי האסטו למעשה געשפירט אז דו ביזט אויסגעקליבן געווארן אלס א נדבן? כ'וועל דיר זאגן דעם אמת .כ'בין געווען היבש נערוועז ,אבער כ'האב געוואוסט אז איך טו וואס איז ריכטיג .איך האב
12
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
געטראכט :אויב דער מצב וואלט געווען פארקערט ,ווען איך וואלט ל"ע געווען אין אזא צושטאנד ,אדער עמיצער פון מיין משפחה ,וואלט איך געוואלט אז מ'זאל עס טון פאר מיר. איך האף אז איך וועל האבן די געלעגנהייט איין טאג צו טרעפן דעם מקבל, געזונטערהייט!
וואס ווילסטו איבערגעבן פאר'ן עולם בנוגע 'מתנת חיים'? איך בין מייעץ יעדן איינעם צו זיין בקשר מיט מתנת חיים און זיין איינגעשריבן אין זייער רעגיסטראציע-באזע.
וויאזוי איז צוגעגאנגען דער פראצעדור? איך האב מנדב געווען מיין PBSC פארגאנגענעם מאי למס' .ס'איז פארהאן צוויי סארט פראצעדורן ,מיין פראצעדור איז נישט געווען קיין אפעראציע ,נאר מ'האט מיר געגעבן מעדיצין-איינשפריצונגען פאר 5טעג (א מעדיצין וואס העכער דער נומער פון stem cellsאינעם בלוט) ,אינעם '6טן טאג האב איך פשוט געגעבן בלוט ,ווי א יעדע בלוט-טעסט .מיינע stem cells האבן זיך צוריק באלאנסירט אויטאמאטיש ביז געציילטע טעג.
ס'איז געבליבן עפעס זייטיגע- אויסווירקונגען ()side-effects פון דעם? איך בין צוריקגעגאנגען ארבעטן דעם נעקסטן טאג .גראדע איז יא געבליבן איין 'סייד-אפעקט' :איך שפיר א אינערליכע שמחה של מצוה ,א געפיל וואס נאר עמיצער וואס האט זוכה געווען צו טון אזא געוואלדיגע זאך שפירט!
"גארנישט קען מען צושטעלן צום גוטן געפיל פון שמחה און סיפוק ווען מ'שענקט פאר א איד די מתנה פון לעבן!"
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
13
יצחק האט שוין זוכה אפצוראטעווען מערערע נפשות מישראל! ער איז א נדבן וואס קומט צוריק איינמאל און נאכאמאל. ארויסצוהעלפן חולי ישראל און זיי שענקען די מתנה פון לעבן. ווען האסטו זיך אנגעשלאסן אין מתנת חיים'ס נדבנים- רעגיסטראציע?
וואס האט דיר מעורר געווען צוריקצוקומען איינמאל און נאכאמאל?
איך האב זיך אנגעשלאסן אין פאברואר 2007למס' .ביי א דרייוו אין לעיקוואוד. וואס ח"י לייפליין און הצלה האבן אראנדזשירט אין לעקוואוד'ער ישיבה.
ווייל ס'איז אזא פשוט'ע און גרינגע זאך ,און ס'האט אזא ווייטגרייכנדע אפעקט אויף לאנג יארן .די פראצעדור איז בכלל נישט קאמפליצירט ,ס'מאכט קיין שום שאדן נישט ,און מ'גייט אוועק דערפון וואוסענדיג אז :מ'האט ממש אפגעראטעוועט א מענטשנ'ס לעבן!
ווילאנג האט עס געדויערט ביז מ'האט צוגעטראפן א פאציענט וואס איז געווען צוגעפאסט צו דיר? איז אזוי .די ערשטע מאל האט עס גענומען בערך 2יאר .איך האב מנדב געווען מיין ,PBSCוואס איז א לייכטע פראצעדור אזוי ווי מנדב זיין בלוט. אבער איך האב גלייך צוריקבאקומען מיין בלוט אין די אנדערע האנט .ס'האט מיר דערמאנט דער ענין פון א ליכט וואס קען אנצינדן מערערע ליכטעלעך אן דעם וואס די ערשטע ליכט זאל עפעס פעלן בכלל. זה נהנה וזה לא חסר.
דו זאגסט 'די ערשטע מאל'. ס'הייסט דו האסט מנדב געווען מערערע מאל?! יא ,מ'האט מיר נאכאמאל צוריקגערופן צוויי יאר שפעטער פרעגן צי איך קען מנדב זיין א , lymphocyte infusion און איך האב אזוי געטון .און צום דריטן מאל א יאר דערויף.
14
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
נאמען:
יצחק קאוואלסקי 34 אשכנז יארגאנג:
אפשטאם:
וואס ווילסטו איבערגעבן פאר'ן עולם בנוגע 'מתנת חיים'? מתנת חיים טוט א הייליגע ארבעט בשם כל ישראל ,איך שלאג פאר פאר יעדן איינעם קודם צו נעמען דעם סוואב- טעסט און זיך איינשרייבן .דו נעמסט זיך גארנישט אונטער ,בלויז 'זיין איינגעשריבן', און דער אויבערשטער קען דיר באשערן אז דו זאלסט האבן א געוואלדיגער מזל צו זיין א מציל נפש מישראל.
"ס'איז אזא פשוט'ע אופן, צו טון אזא ריזיגער חסד!"
15
Matnas Chaim Marrow Registry
www.MatnasChaim.org
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
15
נאמען:
יעקב דרעבין 21 אשכנז יארגאנג:
אפשטאם:
יעקב איז א עושה ומעשה ,שטענדיג גרייט ארויסצוהעלפן א צווייטן .נאך אלס יונג בחור'ל ווען ער האט געהערט איבער מתנת חיים און איר הייליגע מיסיע, האט ער באלד געווען צולייגן א האנט .אבער מ'האט אים געזאגט אז ער איז נאך צו יונג דערצו ,האט ער אויסגעווארט ביז ער איז געווארן 18יאר אלט. ווען האסטו באשלאסן זיך אנצושליסן אין מתנת חיים'ס נדבנים-רעגיסטראציע? איך האב אלעמאל געהאט א מורא'דיגער חשק צו טון אזא געוואלדיגע מצוה .זייט איך בין געוואויר געווארן דערפון האב איך שטענדיג געוואלט זיך אנשליסן, און טאקע בלויז 2וואכן נאך מיין '18טע געבורטסטאג האב איך געמאכט דעם cheek swabטעסט.
פון וואו קומסטו? האסט געדארפט פארן ווייט צו מאכן דעם ?cheek swab איך בין א לעקוואוד'ער תלמיד ,הרב שטיין'ס ישיבה האט געהאט א דרייוו, ס'איז געווען מורא'דיג גרינג און שנעל .אן קיין שום ווייטאגן ,און דארט האב איך מיר אנגעשלאסן.
ווען ביזטו געוואויר געווארן אז דו ביזט א פאסיגער נדבן? ביי מיר איז עס גראדע געשען זייער שנעל .ממש 2חדשים נאכ'ן מאכן דעם ,cheek swabהאב איך באקומען א פאון-קאל אז איך בין א 'מעטש' פאר עמיצן ,און איך האב מסכים געווען מנדב צו זיין מיין (blood stem cells (PBSC אין Cornell Medical Centerפאר א 68 יעריגע פרוי לרפו"ש וועלכע האט געליטן פון לוקימיע ל"ע.
וויאזוי האט זיך געשפירט צו זיין א נדבן? כ'וועל דיר זאגן דעם אמת .פיזיש האט זיך נישט געשפירט קיין סך ...ס'איז געווען א גרינגע זאך דורכצופירן .דער פראצעדור האט טאקע גענומען אביסל צייט ,אבער ס'האט בכלל נישט וויי-געטון און ס'האט נישט איבערגעלאזט קיין צייכן .אבער עמאציאנאל האט זיך עס שוין איינמאל געשפירט ...אין אזא יונגן עלטער זאל איך זוכה זיין צו ראטעווען דאס לעבן פון א חולה מישראל! די דאנקבארקייט פון די גאנצע משפחה איז געווען מורא'דיג. קינדערלעך זענען זוכה אויפצואוואקסן אויפ'ן שויס פון זייער באבע אדאנק מיין נדבה ב"ה ,ס'איז אזא אויסטערלישע גוטע הרגשה ,מ'קען עס פשוט נישט מסביר זיין.
וואס ווילסטו איבערגעבן פאר'ן עולם בנוגע 'מתנת חיים'? זייער קלאר .מתנת חיים איז א זעלטענע ארגאניזאציע וואס העלפט ראטעווען לעבנ'ס יעדן איינציגן טאג .אויב דו ביזט נאכנישט איינגעשריבן ,טו א טובה פאר דיר אליינס און פאר די גאנצע וועלט! טו למעשה!
"קינדערלעך זענען זוכה אויפ־ צואוואקסן אויפ'ן שויס פון זייער באבע אדאנק מיין נדבה ב"ה!"
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
17
שלמה איז שוין געווען איינגעשריבן אזוי לאנג אז ער האט שוין באלד פארגעסן אז ער האט זיך אמאל איינגעשריבן .אבער בבוא היום – אינעם טאג ווען ער איז געוואויר געווארן אז ער האט די זכי' צו ראטעווען א איד – האט ער געטון הלכה למעשה! ווען האסטו זיך אנגעשלאסן אין מתנת חיים'ס נדבנים- רעגיסטראציע? זעקס יאר צוריק האב איך געלערנט אין באלטומאר אין ישיבת נר ישראל ,און דארט איז געווען א דרייוו וואו איך האב געמאכט א cheek swabאון כ'האב מיר איינגעשריבן.
ווילאנג האט עס געדויערט ביז מ'האט צוגעטראפן א פאציענט וואס איז געווען צוגעפאסט צו דיר? ס'האט געדויערט בערך 5און א האלב יאר. אמת'דיג גערעדט :כ'האב שוין מער-ווייניגער געהאט פארגעסן אז איך האב מיר בכלל איינגעשריבן ,ווייל מיין לעבן האט זיך שוין אזויפיל געטוישט זייט דעמאלטס...
פאר וועמען ביזטו געווען א 'מעטש'? מ'האט מיר געפרעגט צי איך וויל ארויסהעלפן א 35יעריגע אידישע מאמע וואס ליידט ל"ע אויף לימפומיע לרפו"ש .מיין ענטפער איז געווען :א שאלה?!
וואספארא סארט 'נדבה' האסטו געגעבן ,און וויאזוי איז צוגעגאנגען דער פראצעדור? צוויי יאר צוריק איז עס געווען .איך האב מנדב געווען מיין .PBSCעטליכע וואכן פארדעם בין איך געגאנגען אויף עטליכע באזוכן צום דאקטאר ,זיכער צו מאכן אז איך בין טאקע א פאסיגער נדבן און צו נעמען איינשפריצונגען .ווען דער גורל'דיגער טאג איז אנגעקומען איז דער פראצעדור געווען – צו מיין איבערראשונג – מורא'דיג גרינג! ממש ווי מ'נעמט א בלוט-טעסט .איך האב געהאט IVאויף ביידע הענט ,איינס האט ארויסגענומען די בלוט ,די בלוט איז אריין אין א מאשין (וואס נעמט ארויס די קריטישע )cellsאון דערנאך גייט די בלוט אריין צוריק אינעם צווייטן ארעם.
ס'האט גענומען א לאנגע צייט ביז דו ביזט צוריקגעקומען צו די כוחות? איך וואלט איך דוקא געוואלט וואלט איך געקענט צוריקגיין ארבעטן אינעם זעלבן טאג .קיין שום פיזישע-אפעקטס .כ'האב אבער נישט געוואלט צוריקגיין ארבעטן
18
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
נאמען:
שלמה גייזהאלז 27 אשכנז
יענעם טאג ,כ'בין געווען מורא'דיג מרוגש פונעם גאנצן 'עקספיריענס' אז כ'האב זוכה געווען צו טון אזא זאך .עד היום – ווען איך טראכט אריין דערין – ווער איך אויסטערליש איבערגענומען פונעם געדאנק אז ווען נישט מיין פעולה וואלט די טייערע פרוי שתחי' שוין בדרך הטבע נישט געווען אויף דעם עולם .אלעס ווייל איך האב גענומען אפאר מינוט מיט יארן צוריק זיך איינצושרייבן.
יארגאנג:
אפשטאם:
וואס ווילסטו איבערגעבן פאר'ן עולם בנוגע 'מתנת חיים'? נעם אראפ געציילטע מינוטן זיך איינצושרייבן אין מתנת חיים .ס'איז מיר א אמת'דיג זכי' צו וויסן אז איך האב געטון וואס איז ריכטיג .ווען מ'רופט דיר אן אז דו ביזט דער פאסיגער 'נדבן' ,קענסטו מאכן דיין אייגענעם באשלוס צי דו ווילסט עס טון ,קיינער צווינגט דיר נישט .ס'לוינט זיך איינצושרייבן ,ס'איז א מורא'דיגע געלעגנהייט.
"עד היום ווער איך אויסטערליש מרוגש פונעם געדאנק אז ווען נישט מיין פעולה וואלט די טייערע פרוי שתחי' שוין נישט געווען אויף דעם עולם -בדרך הטבע"
19
Matnas Chaim Marrow Registry
www.MatnasChaim.org
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
19
נאמען:
נפתלי שמעלצער 30 אשכנז
נפתלי איז נישט קיין פנים חדשות ווען ס'קומט צו טון חסד פאר א צווייטן איד ,אבער ער שפירט אז מתנת חיים איז געווען זיין גרעסטע חסד ,און היינט צוטאגס איז זיין אייגענער לעבן אויך נשתנה געווארן בזכות המצוה
יארגאנג:
אפשטאם:
וואס האט גורם געווען אז דו האסט זיך אנגעשלאסן אין מתנת חיים'ס רעגיסטראציע? אלס א טאטע פון 6לעכטיגע קינדערלעך – צווישן 19חדשים און 10יאר אלט – פרוביר איך צו טון וואס אימער אז מיינע קינדער- לעך זאלן לעבן אין א וועלט פון חסד :איך דרייוו א ווען פאר רפואה מעדיקל קליניק אין מאנסי ,איך שטיץ חסד 7\24פון שיכון סקווירא ,און אלס נאך א פעולה פון חסד האב איך מיר אנגעשלאסן אין מתנת חיים'ס נדבנים-רעגיסטראציע.
וויאזוי האסטו געשפירט ווען מ'האט דיר גערופן צו שענקען דיין נדבה? איך בין געווען באמת בשמחה אז איך האב די געלעגנהייט צו זיין א חלק אין העלפן ראטעווען א איד'ס לעבן .פארשטייט זיך, כ'בין געווען אויך געווען אביסל נערוועז דערוועגן ,אבער די שמחה האט אלעס איב- ערגעוואויגן .מיין עקרת הבית שתחי' איז געשטאנען צו מיין רעכטע האנט דורכאויס דעם פראצעדור ,און מיר מחזק געווען צו גיין פאראויס מיט אזא געוואלדיגע מצוה וואס איז געווארן ווי מיין פערזענליכע מיסיע.
פאר וועמען ביזטו געווען א פאסיגער נדבן? גוט געפרעגט ,איך בין געווען מורא'דיג איבערראשט. איך האב מיר פארגעש- טעלט אז איך וועל זיין
20
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
א נדבן פאר א זקן/זקנה ,אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך בין געווען א 'מעטש' פאר א זיס פיצל - 2יעריג- מיידעלע מיט pancytopeniaל"ע .ס'איז געווען גאר רירענד פאר מיר אז איך קען ארויסהעלפן אזא יונג קינד ,איבערהויפט אז איך אליינס האב אויך קינדערלעך אין די יארגאנג .איך האב געשפירט מיט דעם א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר'ן הייליגן בא- שעפער ,צוריקצוצאלן על כל החסד אשר עשה עמדי מיט'ן שענקען מיינע אייגענע געזונטע קינדערלעך ,דורכ'ן ארויסהעלפן א משפחה בצר להם.
וואו ביזטו געגאנגען פאר דיין נדבה? איך בין געווען די ערשטע נדבן וואס האט דורכגעפירט דעם פראצעדור אין Robert .Wood Johnson
וואספארא סארט נדבה האסטו געמאכט ,און וויאזוי איז געווען דער פראצעדור? איך האב אוועקגעשאנקען פאר'ן קינד מיינע בלוט-צעלןperipheral blood , .stem cellsדער פראצעדור איז געווען
זייער גרינג; זיי האבן פשוט ארויסגענומען סטעם-צעלן פון מיין בלוט .כדי איך זאל האבן מער סטעם-צעלן ווי נארמאל אין מיין בלוט ,האב איך באקומען אן איינשפריץ 5 מאל 5 ,טעג איידער'ן מאכן דעם פראצעדור. די וויזיטן זענען געווען אריין-און-ארויס, ממש בלויז אפאר מינוט יעדע איינע. אינעם טאג פון מיין נדבה בין איך געווען אין שפיטאל א גרויס חלק פונעם טאג ,אבער
דער פראצעדור איז געווען אן קיין שום ווייטאגן .עס האט מיר דערמאנט פון מנדב זיין בלוט ,א זאך וואס איך טו גאנץ אפט.
ווילאנג האט געדויערט צוריק־ צוקומען צו די כוחות? עס האט איבערלאזט אויף דיר סייד- עפעקטס? צוריקצוקומען צו די כוחות? ס'איז ממש גארנישט געווען .כ'בין אפשר געווען אביסל מיד פון פארברענגען עטליכע שעה אין שפיטאל .אבער פיזיש האב איך נישט געש- פירט גארנישט אנדערש נאכ'ן פראצעדור. איין זאך איז יא איבערגעבליבן – א געפיל וואס באגלייט מיר ביז היינט – דאס איז דער געוואלדיגער הרגש וואס קומט אינאיינעם מיט'ן ראטעווען א איד'ס לעבן! אלע מצוות ומעשים טובים וואס דאס קינד וועט טון אין איר לעבן בעז"ה איז יעצט א חלק פון מיין לעבן.
וואס ווילסטו איבערגעבן פאר'ן עולם בנוגע 'מתנת חיים'? מתנת חיים איז א מורא'דיגע ארגאניזא- ציע וואס ראטעווען לעבנ'ס און שטעלט צוריק אידישע משפחות אויף די פיס .זיך אנצושליסן אין מתנת חיים'ס רעגיסטראציע איז גרינג ,און איר דארפט אייך גארנישט אונטערנעמען .ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס איר זאלט נישט לכה"פ מיטטיילן אייער DNAצו די נדבנים-רעגיסטראציע. און אפשר איין טאג קענסטו נאך זוכה זיין צו באקומען דעם טעלעפאן-קאל אז דו ביזט דער פאסיגער נדבן צו ראטעווען א אידיש לעבן .ווער ווייסט?
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
21
לעבעדיגע נומערן
מתנת חיים און נומערן . די נומערן קענען זיך טוישן;
מיט אייער הילף בעז"ה!
260,154 רעגיסטרירטע נדבנים ביי מתנת חיים
13,504
מדינות סערווירט
!MATCH
מוצלח'דיגע לעבנ'ס- שידוכים צוזאמגעשטעלט
117
דרייוו'ס דורכגעפירט
9,916
שפיטעלער און קענסער-צענטערן
89,237 פאציענטן געזוכט א ישועה
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
3,063
22
אויפ'ן שפיץ גאפל
20%
זענען מנדב bone marrow cells
איינס פון יעדע 200 מענטשן דארפן א
80% וואלונטירן זענען מנדב blood stem cells
stem cell
טראנספלענט דורכאויס זייערע לעבנס-יארן
נייע נדבנים רעגיסטרירט אין 2016
קאלעקציע צענטערן
מתנת חיים איז א נאציאנאלע, רעגיסטראציע-באזע פון נדבנים ,צושטאנדצוברענגען טראנספלענטס פאר חולי ישראל אין אמעריקע און איבער די וועלט
)בעיקר פאר קינדער- פאציענטן(
22,650
טראנספלענטס דורכגעפירט
סטאטיסטיקס איבער'ן קאמף אנטקעגן בלוט-קענסער ל"ע
מתנת חיים איז א מעמבער פונעם גלאבאלן רעגיסטראציע-באזע .Bone Marrow Donors Worldwide
8 יעדעס יאר דארפן 20,000 אמעריקאנער בירגער די לעבנסוויכטיגע bone marrow אדער PBSCטראנספלענט.
כדי זיך צו רעגיסטרירן דארף מען מאכן א פשוט'ן טעסט ,דורך א .cheek swab
פונקט ווי האר/אויגן קאליר ווערט אויך tissue type איבערגעגעבן מדור לדור .די בעסטע שאנס צו טרעפן א פאסיגער )גענעטישער( נדבן איז דורכ'ן זוכן נדבנים פונעם זעלבן אפשטאם.
יעדע 4מינוט ווערט נאך א פאציענט דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה אין די בלוט, רחמנא ליצלן
877.321.6547
Matnas Chaim Marrow Registry
23
טויזנטער אידן האבן אנגעקלאפט יענעם טאג אויף די טיר פונעם הצלה-גאראדזש אין וויליאמסבורג .בלויז מינוטן נאכ'ן אנהייבן דעם דרייוו האט זיך שוין די שורה געצויגן ביז אינדערויסן פון די טיר ,איין שעה דערויף איז מען געשטאנען אין א רייע ארום די גאנצע גאס. אינעם הצלה-גאראדזש זענען אידן געזעסן און אויסגעפולט רעגיסטראציע קארטלעך ,סוואב-קיטס זענען אויסגעטיילט געווארן מיט א סדר ,והעיקר :א וויש אין די באק ,נאך א וויש אין די באק ...מ'האט געקענט שפירן אין די לופטן דער געפיל פון 'העלפן א צווייטן איד'. 2,414מענטשן זענען געקומען יענעם טאג ,געשטאנען אין די רייע ,און געמאכט דעם טעסט .דער לעבן פון א טייערער איד – א .כהן – האט געהאנגען בין חיים למוות ,מ'האט געדארפט טרעפן א 'מעטש' קריטיש וויכטיג .וואס איז דען אביסל צייט ,א לאנגע שורה ,ווען א אידיש קינד'ס לעבן הענגט אויף א האר?
א 'דרייוו' צו לעבן!
swabs 2,414האט געראטעוועט 16אידישע נפשות בעז"ה – כה יתן וכה יוסיף!
24
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
ליידער איז א .כהן ע"ה שוין נישט בעלמא הדין ,ליידער האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה נאך איידער מ'האט געקענט טרעפן א פאסיגן קאנדידאט .אבער די נאכפאלגן פונעם מאסיוון דרייוו אין וויליאמסבורג האבן איבערגעלאזט א טיפן רושם לעילוי נשמתו .זייט יענעם דרייוו האט מען שוין געטראפן 113 צוגעפאסטע נדבנים פון יענעם דרייוו ,און אין ווייניגער ווי איין יאר האט מען שוין געראטעוועט 16אידישע נפשות ,דורך סוקסעספולע טרענספלענטס!
16נפשות מישראל אטעמען ,שמייכלען ,און לעבן היינט צוטאגס ,און אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א גאר גרינגע ,ווייטאגלאזע.cheek swab , 16משפחות בישראל האט מען איינגעשפארט ענדלאזע עגמת נפש ויסורים ,אלעס צוליב א שורה פון היימישע אידן וואס זענען געשטאנען ביז ארום די עק פון פען-סטריט אין וויליאמסבורג! פאר אידישע קינדערלעך ,רחמנים בני רחמנים ,איז עס געווען אפאר מינוט אוועקצושענקען אין א קאלטע ווינטער נאכט פאר א צווייטן איד .פאר די 16געראטעוועטע אידן איז עס געווען א מתנה פון לעבן – מתנת חיים!
877.321.6547
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
25
קריאת קודש
מרבני וגאוני ארצות הברית למען הצלת נפשות ישראל מהמחלה הנוראה ה"י חודש אייר שנת תשע"ז לפ"ק
בעזרת ה'
ארשת שפתינו יערב לפני אחינו בני ישראל רחמנים בני רחמנים ,זרע אברהם יצחק ויעקב ,בעד מצוה גדולה של גמילות חסדים ופיקוח נפש.
בדבר האירגון הנודע בשערים 'מתנת חיים' שעוסקים להציל חולי ישראל, שנחלו במחלה האיומה לוקימיע .Leukemia והדרך היחיד להצילם הוא ע"י השתלת מח עצם ,Bone Marrow Transplantהבא מאדם המתאים בכל הפרטים לחולה זה .וכדאי למצוא במוקדם האפשרי אדם המתאים להציל את החולה ,צריכים להגדיל מספר הנרשמים ) .(registryופשוט שלפי ריבוי מספר הנרשמים ,כך יוגדלו האחוזים למצוא תיכף אדם המתאים להציל את החולה בעז"ה. וידוע מפלאות תמים דעים ,שבדרך כלל לחולה ישראל לא יתאים דם נכרי ,ורק דם אחיו מזרע ישראל יתאים לו בכל הפרטים .ולכן ההכרח לעשות רשימה מזרע ישראל ,ובכך ישועת חולי ישראל קרובה לבא בעז"ה .והמציאות הוכיח שע"י ה'דרייוו' שהיה בשכונת החרדיות לפני כמה שנים ,כבר הצליחו להציל ששה עשר נפשות מאחב"י שומתומ"צ.
דו קענסט זיין דער רפואה פאר יענע מחלה
ועתה על של עתה באנו ,כאשר הם מתכוננים לערוך דרייוו Cheek Cotton Swab Driveבקרב השכונות החרדיות כאן בניו יארק
Visit matnaschaim/drives to learn more about our upcoming donor drives.
במטרה אחת ,להגדיל מספר היהודים הנרשמים אצלם שיהי' באפשרותם להציל חולי ישראל בעת צרתם .ומה גם שאין צריכין לזה רק בדיקת רוק המתקיים ברגעים אחדים ,ואין צריכין להקיז דם כלל ,וקרוב אליך הדבר מאד לעשותו .לכן אין ספק שיש בזה משום מצות לא תעמוד על רעיך ,וחי אחיך עמך ,וכבר אמרו חז"ל כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא ,וגדולה מצות פיקוח נפש שאפילו על ספיקה מחללין את השבת.
מיט א 2-מינוט'יגע cheek swab קענסטו מזכה זיין א אידיש קינד מיט א מתנת חיים – מתנה פון לעבן!
או ן
יחזקאל רוטה אבד"ק קארלסבורג
שרגא האגער אדמו"ר מקאסוב
געציל בערקאוויטש דומ"ץ קרית יואל
חיים אלעזר פרידמאן אבד"ק טענקא
יוסף ישראל אייזענבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא
יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב"פ
אשר אנשיל עקשטיין דומ"ץ בעלזא
רעג יס ט ר
יר ט
היינט
בא שט
על דיין b-kit a sw
י יך
והמתחיל במצוה אומרים לו גמור ,שאם במשך הימים יתרחש שיקראו אותו מהנהלת האירגון שיש חולה המתאים לו ומבקשים ממנו לתרום מח עצם ) (Bone Marrowעבורו ,בודאי מצוה הבאה לידו אל יחמיצנה ,ומצוה גדולה מוטלת עליו לעזור לחולי ישראל שרפואתם תלוי בו .ובזכות זה נתברך כולנו ע"י החונן מתנת חנם במתנת חיים מאוצר החיים ,ולהנצל מכל צרה וצוקה ,ונשמע אך ורק בשורות טובות ישועות ונחמות ,ובבריות גופא ונהורא מעליא נזכה לקבל פני משיח צדקינו בב"א.
הייב אן היינט! העלפט פארמיידן די ביטערע מחלה בעז"ה
ועוד יש בה משום מצות קידוש השם ,כאשר רואין סימני זרע אברהם רחמנים וגומלי חסדים בין שומתומ"צ.
לכן בודאי מצוה גדולה מוטלת על כל מי שביכלתו להשתתף להיות מן הנרשמים בארגון זה, ולהיות מאלו שחבריו נמנו את עצמם לדבר מצוה והוא נמנה עמהם ,וליטול חלק בהצלת חולי ישראל.
אייערע ברידער און שוועסטער דארפן אייך האבן!
א
Matnas Chaim Headquarters 3611 14th Avenue #401 Brooklyn NY 11218 Matnaschaim.org 800.962.7769
26
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
www.MatnasChaim.org
לאמיר טרעפן
א 'מעטש' פאר ישעי'לע BONE MARROW
דרייוופאר
ישעי'לע ישעי'לע -א טייער 2יעריג אינגעלע ראנגעלט זיך בין מות לחיים ה"י מיט די ביטערע מחלה אין די בלוט.
ַא וויש אין ב ַאק! אס איז גרינגער ט וו א טעס א "ק ָאלטשער" וויביים דאקטער
נעמט אראפ עטליכע מינוט צו ראטעווען זיין לעבן!
MATNAS CHAIM www.matnaschaim.org 28
'מתנת חיים' רעגיסטראציע-דרייוו
זונטאג פרשת נשא ⋅ ג' סיון
ווילאמסבורג :הצלה גאראדזש קרית יואל :הצלה גאראדזש 320 PENN ST, BROOKLYN, NY www.MatnasChaim.org
63 Forest Road, Kiryas Joel, NY