Yiddish Tribune

Page 1

‫ס‬

‫ב‬ ‫יטע‬

‫נעמט‬ ‫איינ‬

‫וועכנטליכע אויסגאבע פאר די אידישע פאמיליע‬

‫דער אדמו"ר וואס‬ ‫פארגיסט טייכן טרערן‪...‬‬ ‫א רבי וועלכער איז גרייט ‪ 24‬שטונדן ארום‬ ‫דעם זייגער זיך אוועקצוגעבן מיט מסירת‬ ‫נפש ממש פאר יעדעס צובראכן הארץ‪ ,‬און‬ ‫האט שוין געראטעוועט הונדערטער אידישע‬ ‫קינדער פון שאול תחתית ץ כ"ק אדמו"ר‬ ‫מסטיטשין שליט"א‬

‫די רעוואלוציע‬ ‫אין סת"ם‬ ‫דורכאויס די לעצטע ‪ 40‬יאר האט רבי דוד לייב‬ ‫גרינפעלד שליט”א געמאכט א רעוואלוציע אין‬ ‫די וועלט פון סת"ם‪ ,‬אנגעהויבן פון אויסראטן די‬ ‫פסול'ע מזוזות וואס האבן פארפלייצט די אידישע‬ ‫גאס‪ ,‬געבן כתב קבלה פאר איבער ‪ 20,000‬סופרים‪,‬‬ ‫ביז די בדיקת סת"ם דורכן קאמפיוטער‪ .‬אין די‬ ‫איצטיגע טעג וואס עס איז דער מנהג בודק צו‬ ‫זיין סת"ם‪ ,‬דעקט ר' דוד לייב אויף וואונדערליכע‬ ‫שטריכן פון זיינע שטורעמישע מערכות‬

‫סטוקסנעט \‬

‫פובליקאציע ‪ | 1‬ערב סוכות תשע"ה‬

‫זיסט‬ ‫אומ‬

‫די‬

‫הארציגע‬ ‫שטימע‬

‫ווער האט נאך נישט טועם געווען א טעם אין‬ ‫זמירות שבת דורך דעם וועלט בארימטער בעל‬ ‫מנגן רבי ירמיה דמן שליט"א‪ ,‬וועמענס ניגונים‬ ‫ווערן געהערט דורך אידן אימעטום‪ .‬לאמיר זיך‬ ‫באקענען פון דער נאנט מיט דעם לעגענדארער‬ ‫פערזענליכקייט‪ ,‬וועלכער איז נישט בלויז א בעל‬ ‫מנגן‪ ,‬נאר אויך א זעלטן ווארימער בעל תפילה‪,‬‬ ‫און א משגיח פאר בחורים אין ישיבה‬

‫וועכנטליכע תורה אפטיילונגען‪:‬‬

‫וואונדער פון די תורה ץ די אנטוויקלונג פונעם 'צורת הדף'‬ ‫אין תלמוד בבלי ץ כשרות ווינקל‪ :‬הגה"צ רבי יושע כ"ץ‬ ‫שליט"א ממאגרוב‬

‫וועכנטליכע אפטיילונגען‪:‬‬

‫אמת'ע געשיכטעס אין אונזער צייט ץ מה רבו מעשיך ה'‪:‬‬ ‫באשעפענישן ץ פארזעצונג‪ :‬די גרינע סוועטער ץ רעצעפטן‬ ‫דורך‪ Joy of Kosher Magazine :‬ץ בילדער פון רבנים‬ ‫ואדמורי"ם שליט"א‬

‫די הייוועי פון גיהנום \‬

‫'לענע הייוועי' אין רוסלאנד‬ ‫פארזעצונג | וואונדער פון די די‬ ‫בבלי‪ :‬ץ‬ ‫תלמוד פלענט‬ ‫איןנוקלעארע‬ ‫איראנ'ס‬ ‫געמאכט‬ ‫פונעםחרוב‬ ‫וואס האט‬ ‫דידידזשיטל מיסל‬ ‫א‬ ‫תורה‬ ‫הדף'‬ ‫'צורת‬ ‫אנטוויקלונג‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫אכצן טויזנט קאפיעס דיסטריביוט אומזיסט אין אלע אידישע געגענטער!‬

‫‪1‬‬


‫‪2‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫אין די פארגאנגענע‬ ‫עטליכע יאר אליין‪,‬‬ ‫האט נאר אסעמבלימאן‬ ‫הייקינד געקעמפט און‬ ‫דעליווערד שווערע‬ ‫טויזנטער דאלארן פאר‬ ‫אונזער משּפחות‬ ‫וויאזוי?‬

‫צושטאנד ברענגן‪:‬‬ ‫ַ‬ ‫מיט‬

‫טע"ּפ טראנסּפארטאציע‬ ‫פאנדינג‪ :‬פאר מוסדות התורה‪:‬‬

‫פאר עלטערן מיט‬ ‫שּפארנדיג ַ‬ ‫ָ‬ ‫בחורים אין ישיבות גדולות מער‬ ‫ווי ‪ $5,000‬יערליך אין שכר לימוד!‬

‫פאר‬ ‫לארן ַ‬ ‫דא ַ‬ ‫שּפארנדיג טויזנטער ָ‬ ‫ָ‬ ‫יעדע ראש המשפחה אין‬ ‫קאסטן!‬ ‫רטאציע ָ‬ ‫נסּפא ַ‬ ‫טרא ָ‬ ‫ַ‬

‫סּפעשל עד & ‪placements‬‬ ‫‪ reimbursements‬פארלייכטערונג‪:‬‬

‫שּפארנדיג עלטערן מיט סּפעציעלע קינדער שווערע טויזנטערס‬ ‫ָ‬ ‫מענבארגן ביז‬ ‫ָ‬ ‫צוזא‬ ‫דארפן נישט ַ‬ ‫לאיערס‪ ,‬און ַאז זיי ַ‬ ‫פאר ָ‬ ‫יערליך ַ‬ ‫צאלט עס צוריק!‬ ‫ַאזוי פיל ווי ‪ $100,000‬ביז די סיטי ָ‬ ‫גראמען!‬ ‫ּפרא ַ‬ ‫פילצאליגע הילף ָ‬ ‫ָ‬ ‫נאך‬ ‫און ָ‬

‫ט‬

‫ווי‬

‫ערוו‬ ‫ד ייל‬

‫אסעמבלימאן‬

‫קעמפער • הארציג • דעליווערער‬

‫ברענגט‬ ‫אונז‬ ‫רעזולטאטן‪.‬‬

‫ס'איז זייער גרינג צו‬ ‫מאכן הבטחות;‬ ‫ַ‬ ‫סעמבלימאן הייקינד איז‬ ‫ַ‬ ‫ָאבער ַא‬ ‫האט ב"ה‬ ‫וואס ָ‬ ‫דער איינציגסטער ָ‬

‫פאקטיש דעליווערד‬ ‫ַ‬

‫און וועט בעז"ה ווייטער‬ ‫דעליווערן!‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪3‬‬


‫‪4‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪5‬‬


Office: YTribune 1254 49 Street Brooklyn NY 11219

24

Phone Number: :‫קרעדיט‬ ‫שוקי לרר‬

347.240.4627

Email: mail@ytribune.net

40

Advertising Department

32

Ads@ytribune.net

All rights reserved

54

58 ‫פארווארט‬ ‫עדיטאריעל‬ ‫ סוכות‬:‫וואונדער פון די תורה‬ ‫ הגר"י כץ שליט"א‬:‫כשרות ווינקל‬ ‫די אנטוויקלונג פונעם צורת הדף אין תלמוד בבלי‬ ‫ גלויבן אין אים‬:‫אמת'ע געשיכטעס אין אונזער צייט‬ ‫ זיברע‬:'‫מה רבו מעשיך ה‬ ‫בילדער פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א‬ ‫געשמאקע רעסעפיס פאר די אידישע קיך‬ ‫ די גרינע סוועטער‬:‫פארזעצונג‬

8 10 12 14 16 18 61 62 64 66

Yiddish Tribune is published by YTribune Inc. All rights reserved. Yiddish Tribune assumes no responsibility for the content of articles or advertisements in the publication. Reproduction in whole or part in any form without prior written permission from the publisher is prohibited. ‫ערב סוכות תשע"ה‬

6


‫כיצד היא מצוות הישיבה בסוכה‪:‬‬

‫שיהיה אוכל ושותה ודר בסוכה‪.‬‬ ‫רמב״ם‪ ,‬הלכות לולב ו׳ ה׳‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪7‬‬


‫פארווארט‬

‫שהחיינו וקיימנו‬ ‫מיט גרויס פרייד טוען מיר פארשטעלן פארן ברייטן‬ ‫ציבור אידישע ליינער די ערשטע אויסגאבע פון דער‬ ‫'אידישער טריביון'‪ ,‬וואס ענטהאלט אין זיך א קאלירפולער‬ ‫אויסוואל פון אינטרעסאנטע ארטיקלען‪.‬‬ ‫דער טריביון וועט אי"ה ערשיינען וועכנטליך‪ ,‬און‬ ‫אנדערש ווי אלע אנדערע אויסגאבעס אויפן אידישער‬ ‫מארקעט‪ ,‬וועט עס זיין צו באקומען בחינם ‪ -‬פריי פון‬ ‫אפצאל‪ .‬אבער טראצדעם וואס מיר בעטן נישט קיין געלט‬ ‫פון די ליינער‪ ,‬לייגן מיר א געוויכט עס זאל נישט האבן‬ ‫קיין אפעקט אויף די קוואליטעט פון די אינהאלט‪ ,‬וואס‬ ‫'טאפ קוואליטי'‪ ,‬אהערגעשטעלט דורך‬ ‫באשטייט ב"ה פון ַ‬ ‫פראפעסיאנאלע שרייבערס און קאלומניסטן‪.‬‬ ‫ווי איר וועט זען אין די קומענדיגע בלעטער‪ ,‬איז דער‬ ‫טריביון הויפטזעכליך צוזאמגעשטעלט פון ארטיקלען‬ ‫וואס איז אינטרעסאנט און באלערנד‪ .‬מיר האבן נישט‪,‬‬ ‫און פלאנען נישט‪ ,‬צו לויפן קיין 'השקפה' ארטיקלען‪,‬‬ ‫אידעאלאגישע באשרייבאכצער‪ ,‬אדער מוחה זיין אויף‬ ‫די פילצאליגע א‪.‬ג‪ .‬פראבלעמען וואס פלאגן אונזער דור‪,‬‬ ‫וואס דאס לאזן מיר איבער פאר די וואס האבן א דעת‬ ‫תורה‪ .‬אזוי אויך‪ ,‬וועלן מיר נישט שרייבן קיין פאליטיק‪,‬‬ ‫אידישע אדער אלגעמיינע‪ .‬דער טריביון וועט זיין א‬ ‫פלאטפארמע און א אויסגאבע ריין פון אלע דרויסענדיגע‬ ‫איבלען‪ ,‬אנגעפילט פון אידישע‪ ,‬תורה'דיגע‪ ,‬און אפילו‬ ‫וועלטליכע באלערענדע און אינטרעסאנטע ארטיקלען‪.‬‬ ‫זיך האלטנדיג צום דערמאנטן ציל‪ ,‬איז נישט אין פלאן‬ ‫צו שרייבן קיין נייעס‪ .‬עס איז אבער מעגליך אז מיט דער‬ ‫צייט וועלן מיר יא האבן א קאלום דא און דארט פון א‬ ‫נייעס וואס פיגורירט אויבן אן אויפן סדר היום‪ ,‬אבער מיר‬ ‫וועלן אויף קיין פאל עס נישט אויפבלאזן אז עס זאל‬ ‫איבערנעמען דעם ליינער‪ ,‬נאר שרייבן וואס עס פעלט זיך‬ ‫אויס‪ ,‬פראפעסיאנאל‪ ,‬איידל און געשמאק‪ ,‬צו מאכן דעם‬ ‫טריביון א דבר השלם‪ ,‬וויפיל עס איז מעגליך‪ ,‬עד מקום‬ ‫שידינו מגעת בעז"ה‪.‬‬ ‫אסאך מיה אין פלאג איז אריין אינעם צוזאמשטעל‬ ‫פון די מאגאזין‪ ,‬מיר האבן באוויזן בס"ד צוזאמצונעמען‬ ‫אויסגעצייכנטע שרייבער און שריפטשטעלער אונטער איין‬ ‫דאך‪ ,‬און צוזאמען פראדוצירן און ארויסגעבן דעם טריביון‪.‬‬ ‫מיר זענען אבער ווייט פון פארטיג‪ ,‬מיר לאדענען איין יעדן‬

‫‪8‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫איינעם וואס פארמאגט א חוש צו שרייבן‪ ,‬און קען צוגעבן‬ ‫צום אינהאלט פון די מאגאזין‪ ,‬ער‪/‬זי זאל אונז אנרופן‬ ‫אדער שרייבן צו אונז‪ ,‬און מיט באשעפער'ס הילף וועט‬ ‫מען קענען פארבעסערן דעם טריביון אין די קומענדיגע‬ ‫וואכן און מאנאטן‪.‬‬ ‫דערווייל האבן מיר אנגעפאנגן מיט וועכנטליכע‬ ‫קאלומ'ס פון‪ :‬אינטערוויוס‪ ,‬פראפיילס‪ ,‬היסטאריע‬ ‫און היסטארישע געשיכטעס‪ ,‬אמת'ע געשיכטעס פון‬ ‫היינטיגע צייטען‪ ,‬אינטרעסאנטע ענינים אויף די פרשה‪,‬‬ ‫נייעס און עצות אין די וועלט פון כשרות‪ ,‬רעסעפיס פאר‬ ‫די אידישע מאמע‪ .‬מיר בעטן יעדן איינעם וואס האט‬ ‫קאמענטארן אדער פארשלאגן זאל זיך ביטע פארבינדן‬ ‫מיט אונז‪.‬‬ ‫מיר שפירן פאר וויכטיג ארויסצוברענגען אז די דאזיגע‬ ‫ערשטע אויסגאבע איז גרעסער בכמות ווי די וועכנטליכע‬ ‫אויסגאבעס וואס גייט נאכקומען אי"ה‪ ,‬ווען מיר וועלן‬ ‫זיך פרובירן צו האלטן צו א באשטימטע קלענערע צאל‬ ‫בלעטער‪ .‬און די סיבה דערצו איז‪ ,‬וויבאלד דער טריביון‬ ‫ווערט פארטיילט אין די צענדליגער טויזנטער קאפיעס‬ ‫בחינם‪ ,‬האבן מיר אויסגעשטעלט דעם טריביון אז עס‬ ‫זאל זיין א בחינה פון 'מועט המחזיק את המרובה'‪ ,‬דאס‬ ‫הייסט עס ווערט אויסגענוצט יעדעס קליין פלאץ און יעדן‬ ‫עמוד‪ ,‬עס זאל ענטהאלטן די מאקסימום אינטרעסאנטע‬ ‫אינהאלט וואס זאל פאראינטרעסירן אינג און אלט‪,‬‬ ‫מענער און פרויען‪ .‬מיר וועלן נישט אויפבלאזן ארטיקלען‬ ‫מיט גרויסע אותיות און איבעריגע בילדער סתם אנצופילן‬ ‫נאך בלעטער‪.‬‬ ‫ווי די הייליגע חז"ל לערנען אונז (ברכות נח‪" ):‬כשם‬ ‫שפרצופיהם שונים‪ ,‬כך דעותיהם שונות"‪ ,‬און מיר ערווארטן‬ ‫אז די רעאקציע פון די ליינער זאלן זיין פארשידנארטיג‪,‬‬ ‫און מיר וועלן אויסנוצען אייער קריטיק אדער קאמענטארן‬ ‫צו פארבעסערן אונזער אויסגאבע‪ ,‬דעריבער בעטן מיר‬ ‫יעדן איינעם וואס האט נאר עפעס ארויסצוברענגען‪ ,‬סיי‬ ‫אויב האלט איר אז עפעס איז נישט ריכטיג‪ ,‬אדער סיי‬ ‫וואספארא זאך מיר קענען זיך פארבעסערן‪ :‬ביטע האלט‬ ‫אייך נישט צוריק אונז צו לאזן וויסן‪ ,‬וזכות הרבים תלוי‬ ‫בכם‪.‬‬ ‫די רעדאקציע‬


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪9‬‬


‫עדיטאריעל‬

‫טריביון‬ ‫א גרויס טייל פונעם חודש תשרי פארברענגן מיר‬ ‫הערנדיג דעם חזן אדער בעל תפילה ווי ער בעט זיך אויס‬ ‫פארן בורא עולם‪ .‬אנגעפאנגען פון א’ סליחות‪ ,‬דורכגייענדיג‬ ‫ראש השנה‪ ,‬עשרת ימי תשובה‪ ,‬יום כיפור‪ ,‬און נאכדעם די‬ ‫לעכטיגע און פרייליכע ימי הסוכות ושמחת תורה‪ .‬נישט‬ ‫אומזיסט הייסט די קומענדיגע חודש ‘חשון’‪ ,‬ווי חז”ל‬ ‫ערקלערן אונז איז די סיבה צו דעם נאמען‪ ,‬וויבאלד די‬ ‫ליפן שאקלען זיך נאך (מלשון רחושי מרחשון שפוותיה)‪.‬‬ ‫צווישן די שטיקלעך ‪ -‬ווען מען זאגט נישט אליינס‪,‬‬ ‫הערט מען דעם בעל תפילה‪ ,‬וואס איז געווארן אויסגעקליבן‬ ‫צו שטיין פארן עמוד אין די הייליגסטע מאמענטן‬ ‫פונעם יאר‪ ,‬צו זיין אונזער שליח‪ ,‬אונזער פארטרעטער‪,‬‬ ‫פארצולייגן אונזער געבעט פארן גרויסן שופט – אונזער‬ ‫טאטע אין הימל‪ .‬צו האבן א שיינע שטימע איז נישט בלויז‬ ‫אן ַאנגענעמע זאך‪ ,‬נאר אין שו”ע ווערט שוין גע’פסק’נט‬ ‫איינע פון די זאכן וואס דער בעל תפילה דארף צו האבן‬ ‫איז ‘קולו נאה’‪ .‬אויב זיין שטימע איז גוט‪ ,‬דאן זאגט זיך‬ ‫מיט צוזאמען מיט אים‪ ,‬עס זינגט זיך אליינס‪ ,‬און די‬ ‫תנועות ווערן שטערקער אריינגעקריצט אין די הערצער‬ ‫איבערלאזנדיג א גרויסע השפעה אויף די מתפללים וואס‬ ‫זאל זיי באגלייטן אריין אין דעם ווינטער אריין‪.‬‬ ‫פון די באקאנטסטע ‘קולו נאה’ס היינט‪ ,‬איז געוויס‬ ‫דער בארימטער בעל מנגן ר’ ירמיה דמן שליט”א‪ ,‬וואס‬ ‫איז אויך דער בעל תפילה ימים נוראים אין די גרויסע‬ ‫בעלזער בית המדרש אין ירושלים‪ .‬טראץ וואס איר האט‬ ‫שוין געהערט זיין שטימע אזויפיל מאל‪ ,‬פארט האט איר‬ ‫נאך מסתמא נישט קענען געלערנט דעם קאלירפולן‬ ‫פערזענליכקייט‪ .‬מיט אונזער ארטיקל איבער ר’ ירמיה‬ ‫שליט”א באקענט איר זיך מיט דעם בעל תפילה‪ ,‬בעל‬ ‫מנגן‪ ,‬און משגיח‪ .‬פון היינט און ווייטער וועט זיך הערן‬ ‫אנדערש א קאסעטע פון ר’ ירמיה‪...‬‬ ‫זמן תפילה לחוד וזמן מעשים לחוד‪ ,‬דאווענען אליינס‬ ‫איז דאך געוויס נישט גענוג‪ ,‬מען זוכט ווי מען קען מפשפש‬ ‫זיין במעשים‪ ,‬אין די ספרי הפוסקים ווערט געברענגט אז‬ ‫מען זאל בודק זיין די תפילין ומזוזות אין די טעג פון‬ ‫חודש אלול און תשרי‪ .‬א טייל ליינער וועלן געוויס געדענקן‬

‫‪10‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫די היסטארישע רעוואלוציע וואס האט זיך אפגעשפילט‬ ‫קרוב צו פערציג יאר צוריק מיט די גרינדונג פון “וועד‬ ‫משמרת סת”ם” דורך הרה”ח רבי דוד לייב גרינפעלד‬ ‫שליט”א‪ ,‬וואס וואוינט היינט צוטאגס אין בארא פארק‪,‬‬ ‫אבער האט עטליכע יאר זיך אריבערגעצויגן ספעציעל קיין‬ ‫ארץ ישראל צו קענען אנפירן די גראנדיעזע אקטיוויטעטן‬ ‫פון דער נאנט‪ ,‬על פי הוראות גדולי ישראל‪.‬‬ ‫צו זיצן מיט ר’ דוד לייב און צו הערן זיין‬ ‫לעבנסגעשיכטע‪ ,‬וואס איר קענט ליינען אין די היינטיגע‬ ‫נומער‪ ,‬איז אן אויסערגעווענליכע ערפארונג‪ .‬מיט זיין‬ ‫לשון לימודים האט ער פארציילט די אומגלויבליכע‬ ‫מצב וואס האט זיך אפגעשפילט אין די גאנצע וועלט‬ ‫אין דעם ענין פון סת”ם‪ ,‬אפילו ביים היימישען עולם‪.‬‬ ‫אבער ב”ה היינט קען מען זאגן אז די רעוואלוציע איז‬ ‫געווען סוקסעספול‪ .‬אויף אונזער פראגע צו ר’ דוד לייב‬ ‫פארוואס היינט הערט מען נישט אזוי פיל פון משמרת‬ ‫סת”ם אינדרויסן פון די גרעניצן פון סופרות‪ ,‬איז געקומען‬ ‫זיין ענטפער אז די מיסיע צו וואס די אלע אקטיוויטעטן‬ ‫האבן געפירט‪ ,‬איז שוין דורכגעפירט געווארן‪ ,‬און היינט‬ ‫דארף מען בלויז זיכער מאכן אז עס פארט ווייטער אויף‬ ‫די ריכטיגע רעלסן‪.‬‬ ‫פון גאנץ אן אנדערע ווינקל האט איינע פון‬ ‫אונזערע שרייבערס אראפגעלייגט דעם גאר קאלירפולן‬ ‫פערזענליכקייט פון כ”ק אדמו”ר מסטיטשין שליט”א‪ ,‬וואס‬ ‫טראצדעם וואס רוב ליינער האבן שוין געהערט פון אים‪,‬‬ ‫האט אבער נישט יעדער געהאט די זיכה מיטצוהאלטן פון‬ ‫דער נאנט זיינע גרויסע פעולות‪ ,‬צו קענען באגרייפן און‬ ‫פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם אדם הגדול בענקים‪.‬‬ ‫מיט זיין שארפע פענע האט אונזער שרייבער באוויזן‬ ‫ארויסצוברענגען די גאר איידעלע שטריכן פונעם גרויסן‬ ‫רבי און מנהיג‪.‬‬ ‫עס בלייבט אונז איבער צו וואונטשן פאר אלע אונזערע‬ ‫ליינער און גאנץ כלל ישראל א כתיבה וחתימה טובה‪ ,‬מיר‬ ‫זאלן אלע זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר‪ ,‬בני חיי‬ ‫ומזוני רוחי וסייעתא דשמיא‪ ,‬עד ביאת גואל צדק בב”א‪.‬‬ ‫א פרייליכן יום טוב!‬


A daily multivitamin is a great nutrition insurance policy. It boosts energy, beats stress and , improves performance. In addition it helps fill in the nutritional gaps in your diet and provides nearly all nutrients you need. The most researched kosher multi-vitamin is now available in three new amazing options: an easy to swallow capsul, an iron free easy-to-swallow tablet and a one-a-day tablet.* 11

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫וואונדער פון די תורה‬

‫וויפיל האסטו געצאלט פאר דיין‬ ‫אתרוג?‬ ‫די פראגע הערט מען כסדר מענטשן פרעגן איינעם דעם‬ ‫אנדערן אין בית המדרש‪ ,‬אנדערע טוען זיך גאר אויף מיט‬ ‫א גוטע 'מציאה' וואס זיי האבן געהאנדלט מיט דעם מוכר‪.‬‬ ‫אין של"ה הק' שטייט אבער אנדערש‪ .‬ער שרייבט‪" :‬איך‬ ‫האב געזען 'אנשי מעשה'‪ ,‬וואס ווען זיי זענען געגאנגען‬ ‫קויפן א דבר מצוה‪ ,‬האבן זיי בכלל נישט געהאנדלט מיטן‬ ‫פרייז‪ ,‬נאר וואס מען האט זיי געבעטן האבן זיי געצאלט"‪.‬‬ ‫אזוי אויך שרייבט רבי חיים וויטאל זצ"ל אויף זיין גרויסן‬ ‫רבי'ן‪ ,‬דער אר"י ז"ל‪ ,‬אז ווען עס איז געקומען צו צדקה‬ ‫אדער מצוות‪ ,‬איז ער בכלל נישט געווען קארג‪ ,‬און ווען ער‬ ‫האט געקויפט א תפילין אדער אתרוג האט ער אפילו נישט‬ ‫געוואלט וויסן די פרייז‪ ,‬נאר געצאלט וואס מען האט אים‬ ‫געבעטן די ערשטע מאל‪ .‬ער האט אפילו געזאגט פארן‬ ‫פארקויפער‪ :‬דא האסטו געלט‪ ,‬נעם וויפיל די ווילסט‪.‬‬

‫פארברענען דעם לולב?‬ ‫אן אינטרעסאנטע מנהג ברענגט דער 'אלף המגן' (סי'‬

‫תרס‪ ,‬ו) אין נאמען פון חיד"א‪ ,‬אז עס כדאי אוועקצולייגן‬ ‫די לולב אויף א גאנץ יאר‪ ,‬און די קומענדיגע יאר ערב‬ ‫סוכות זאל מען עס פארברענען אין די פייער וואס מען‬ ‫נוצט צו קאכן לכבוד יום טוב‪.‬‬ ‫ער לייגט צו‪ ,‬אז עס זענען פארהאן אזעלכע וואס‬ ‫פארברענען עס ערב פסח‪ ,‬אבער זיי האבן נישט די טייערע‬ ‫סגולה פון די לולב א גאנץ זומער‪ ,‬ממילא איז כדאי עס צו‬ ‫לאזן ביז די קומענדיגע יאר ערב סוכות‪.‬‬

‫א דרימל ערב סוכות?‬ ‫א תלמיד פונעם 'תרומת הדשן' ברענגט די מנהג פון‬ ‫זיין גרויסן רבי'ן‪ ,‬אז ער פלעגט דירעקט נישט שלאפן‬ ‫ערב סוכות‪ ,‬כדאי ער זאל קענען שלאפן 'לתיאבון' סוכות‬ ‫ביינאכט‪ ,‬ער זאל זיין מיד‪ ,‬און קענען מקיים זיין די מצוה‬ ‫פון שלאפן אין די סוכה בהידור‪.‬‬

‫א דרימל סוכות ביינאכט?‬ ‫וואס טוט זיך אבער ווען מען קען נישט שלאפן סוכות‬ ‫ביינאכט?‬ ‫עס איז באקאנט די גרויסע קדושה פונעם הייליגען‬ ‫'קדושת לוי'‪ ,‬ווי עס שטייט אין ספר 'ישמח ישראל' (פר'‬ ‫קדושים) אז ער פלעגט נישט קענען שלאפן די ערשטע‬ ‫נאכט סוכות‪ ,‬וויבאלד ער איז געשטאנען 'אויף שפילקעס'‬ ‫און קוים געקענט ווארטן עס זאל אויפשיינען די פרימארגן‪,‬‬ ‫אז ער זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון לולב און אתרוג‪.‬‬

‫וואו דאווענט מען חול המועד?‬ ‫רבי חיים פאלאג'י ברענגט א מנהג בשם די מקובלים‪,‬‬ ‫אז מען זאל זען צו דאווענען גאנץ סוכות אין די זעלבע‬ ‫בית המדרש וואו מען האט געדאווענט אין געמאכט די‬ ‫'הקפות' מיט די לולב די ערשטע טאג‪.‬‬ ‫ער לייגט צו‪ ,‬אז ס'קען זיין די טעם צו דער מנהג‪ ,‬צו‬ ‫מאכן א זכר למקדש‪ ,‬וויבאלד דארט האט מען געמאכט‬ ‫די הקפות א גאנץ סוכות אויף די זעלבע פלאץ‪.‬‬

‫‪12‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫באקומט א זעלטענע אריינבליק אין די‬ ‫וואונדערליכע לעבן פון באשעפענישן‬ ‫ערשינען אויפן מארקעט דער צווייטער טייל פון די הערליכע בוך‬

‫צווייטער טייל אין די סעריע‬ ‫ביכער הכל יודוך‬

‫רמאט ‪ /‬גלאנציגע פאפיר ‪ /‬הערליכע גראפיקס‬ ‫פא ַ‬ ‫גרויסער ָ‬ ‫גאר רייך באשריבן יעדע באשעפעניש‬ ‫קרוב צו ‪ 250‬אויג פארכאפענדע און דראמאטישע קאלירטע בילדער‬ ‫עכטע סצענעס פונעם אינערליכער לעבן פון די באשעפענישן‬

‫פאר האלסעיל און גרעסערע‬ ‫באשטעלונגען רופט‬ ‫הוצאת געוואלדיג‬ ‫‪718-384-1324‬‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪13‬‬


‫כשרות ווינקל‬

‫פארווארט‬ ‫עס איז גענצליך איבעריג ארויסצוברענגען די‬ ‫וויכטיגקייט פון כשרות‪ .‬און טראצדעם וואס מאנכע טוען‬ ‫ליידער פארנאכלעסיגן אין וויכטיגע ענינים פון כשרות‪,‬‬ ‫איז עס נישט ווייל מען וויל נישט נזהר זיין‪ ,‬נאר פשוט‬ ‫ווייל מען ווייסט נישט‪.‬‬ ‫מיט אביסל וויסנשאפט אין די נושאים קען מען‬ ‫ווערן אפגעהיטן פון מערערע איסורי דאורייתא‪ ,‬ווי צום‬ ‫ביישפיל די פינף אדער זעקס לאווין מיט יעדע שרץ וואס‬ ‫מען עסט רח”ל‪ ,‬אזוי אויך איז דא די שעדליכע ‘טמטום‬ ‫הלב’ וואס מאכלות אסורות איז גורם‪ ,‬אן אפעקט וואס‬ ‫קיין שום אנדערע איסור ברענגט נישט אויפן מענטש‪.‬‬ ‫נאכמער פון דעם שרייבט דער ‘אור החיים’ הק’ (סוף‬ ‫פרשת שמיני)‪ ,‬אז אפילו אויב מען עסט עס אינגאנצן‬ ‫אומוועלנדיג און אומשולדיג‪ ,‬פארט ברענגט עס א‬ ‫טמטום הלב‪ ,‬וויבאלד דאס איז די ‘מציאות’ אז די‬ ‫מאכלות אסורות ברענגט שאדן‪ ,‬מען קען האבן תירוצים‬ ‫עס וועט אבער נישט אוועקנעמען די שאדן‪.‬‬ ‫עס איז נישט דא די פלאץ און ציל אריינצוגיין‬ ‫באריכות אין א הלכה’דיגע שמועס‪ ,‬אבער עס מוז‬ ‫אנגעמערקט ווערן אז דער חיוב פון באקוקן די עסן פון‬ ‫ווערים איז נישט קיין מנהג וכו’‪ ,‬נאר עס איז א חיוב מן‬ ‫התורה!‬ ‫עס זענען ליידער פארהאן אזויפיל קינדער וואס‬ ‫מוטשען זיך צו פארשטיין דאס לערנען‪ ,‬קינדער וואס‬ ‫צייכענען זיך אויס אין ‘אלע’ אנדערע לימודים‪ ,‬אבער‬ ‫דאס חומש אדער גמרא קענען זיי נישט פארשטיין‪ .‬חוץ‬ ‫די שווערע געלטער וואס עס קאסט אפ פאר די עלטערן‪,‬‬ ‫ברענגט עס דאך אן א שיעור צער און עגמת נפש‪ ,‬סיי‬ ‫פאר די עלטערן און סיי פארן קינד‪ .‬ווער ווייסט אויב‬ ‫דאס קומט נישט צוליב עטליכע ווערימ’לעך וואס ער‬ ‫האט ‘אריינגעכאפט’ נישט וואוסענדיג‪.‬‬ ‫מען קען זיין אינגאנצן אומשולדיג‪ ,‬אבער די הייליגע‬ ‫חז”ל ערקלערן אונז אז מאכלות אסורות ‘פארשטאפן’‬ ‫דאס הארץ‪ .‬און ווען עס ווערט פארשטאפט לאזט עס‬ ‫נישט אריין די הייליגע ווערטער פון די תורה‪.‬‬

‫‪14‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫איבערגעגעבן דורך כ"ק הגה”צ‬

‫רבי יהושע כ”ץ שליט”א‬

‫אבד”ק מאגרוב ומומחה גדול בשדה הכשרות‬

‫מיר האפן מיט דעם קליינעם קאלום‪ ,‬וואס וועט‬ ‫ברענגן פארן ברייטן ציבור קורצע פאקטן‪ ,‬עצות‪ ,‬הלכות‬ ‫און טיפס‪ ,‬פון דעם וועלט בארימטן מומחה אין פעלד‬ ‫פון כשרות‪ :‬כ”ק הגה”צ רבי יהושע כ”ץ שליט”א‪ ,‬אבד”ק‬ ‫מאגרוב‪ ,‬אביסל אנצופילן דעם חלל‪ ,‬און צוביסלעך‬ ‫ארויפברענגן פארשידענע לייכטע אבער וויכטיגע נושאים‬ ‫בעיניני כשרות‪.‬‬ ‫א ספעציעלער געוויכט וועלן מיר בעז”ה לייגן אויף‬ ‫‘ענינא דיומא’‪ ,‬נעמליך‪ ,‬ארויפצוברענגן שאלות וואס‬ ‫קומען כסדר ארויף אויפן סדר היום‪ ,‬און די ליינער פונעם‬ ‫‘טריביון’ וועלן האבן די געלעגנהייט ערשטהאנטיג צו‬ ‫הערן דעם דעת תורה‪ ,‬לידע את המעשה אשר יעשון‪.‬‬ ‫עס איז אונז א גרויס כבוד אז דער חשובער רב‬ ‫שליט”א וועט באשיינען אונזער אויסגאבע יעדע וואך‬ ‫מיט זיינע קלארע פסקים והוראות‪ ,‬וואס וועט זיין נר‬ ‫לרגלם פון צענדליגער טויזנטער אידן איבער די וועלט‪.‬‬ ‫און מיר טוען דערביי דאנקען דעם רב שליט”א פארן‬ ‫אראפנעמען פון זיין פארנומענע צייט להגדיל תורה‬ ‫ולהאדירה‪.‬‬ ‫(פארזעצונג אי"ה קומענדיגע וואך)‬


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪15‬‬


‫די אנטוויקלונג פונעם 'צורת הדף'‬

‫תלמוד בבלל‬ ‫ערשטע דרוק‬ ‫די הייליגע גמרא‪" :‬תלמוד בבלי"‪ ,‬פארנעמט די אויבן אן‬ ‫אינעם ספרים שאפע אין יעדע אידישע שטוב‪ .‬עס איז די ספר‬ ‫היסוד‪ ,‬די גאנצע תורה שבעל פה איז געבויט אויף די ווערטער‬ ‫פון די הייליגע אמוראים אין די גמרא‪.‬‬ ‫ווי באקאנט פלעגט מען אמאל לערנען די גמרא פון‬ ‫געשריבענע העפטן‪ ,‬וואס זענען געשריבן געווארן דורך סופרים‪,‬‬ ‫און איבערגעגעבן געווארן פון רבי צו תלמיד א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬הערשט‬ ‫מיט ארום ‪ 500‬יאר צוריק האט מען אנגעפאנגען צו דרוקן ספרי‬ ‫קודש‪ .‬די ערשטע ספרים זענען געדרוקט געווארן אין יאר רל"ד‬ ‫לפ"ק‪ ,‬אבער די גמרא איז למעשה נישט געווען דאס ערשטע ספר‬ ‫צו ווערן געדרוקט‪ .‬צום ערשט זענען געדרוקט געווארן "רש"י על‬

‫‪16‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫התורה"‪" ,‬טור"‪ ,‬מיטן "רמב"ם"‪ .‬הערשט צען יאר שפעטער‪ ,‬אין‬ ‫יאר רמ"ד‪ ,‬איז געדרוקט געווארן דאס ערשטע מאל בענדער פון‬ ‫תלמוד בבלי‪ ,‬אין שטאט סאנצינאו (שונצין‪ -‬שונצינו)‪.‬‬ ‫עס איז וויכטיג אנצואווייזן דער פאקט אז מען האט דאן נישט‬ ‫געדרוקט די גאנצע סעט תלמוד בבלי‪ ,‬מען האט בלויז געדרוקט‬ ‫עטליכע מסכתות אויף איינמאל‪ ,‬קנאפע פערציג יאר שפעטער‪ ,‬אין‬ ‫יאר ר"פ‪ ,‬איז געווען געדרוקט בלויז פינף צוואנציג מסכתות‪.‬‬ ‫דער בעל 'דקדוקי סופרים' שרייבט אין זיין מאמר 'הדפסת‬ ‫התלמוד' אז דער אורזאך דערצו איז געווען‪ ,‬די געוואלדיגע רדיפות‬ ‫וואס די גוים האבן אונטערגענומען קעגן דרוקן די גמרא‪ .‬די משומדים‬ ‫האבן זיי אויפגעהעצט און ערקלערט אז די גמרא איז דאס שווארץ‬ ‫אפעל פון די אידישע לעבן‪ ,‬דאס גיבט חיות און כח פאר אלע אידן‪ ,‬און‬ ‫דעריבער האבן זיי דאס פרובירט צו שטערן מיט וואס נאר מעגליך‪.‬‬


‫(א)‬

‫אפילו די נאמען פונעם תלמוד‬ ‫בבלי וואס איז געווארן אנגערופן דורך‬ ‫די אמוראים מיטן נאמען 'תלמוד'‪ ,‬איז‬ ‫געטוישט געווארן דורכן צענזור צו‬ ‫'גמרא' אדער 'ש"ס'‪ .‬ליידער איז עס‬ ‫זיי געלונגען און דער נאמען 'תלמוד'‬ ‫עקזיסטירט מער נישט אלס דער‬ ‫נאמען פונעם 'גמרא' (וואס מיר רופן‬ ‫היינט אן גמרא‪ ,)...‬און ווען א בחור'ל‬ ‫שרייבט חידושי תורה‪ ,‬באנוצט ער‬ ‫זיך מיטן ווארט וואס די נוצרים און‬ ‫משומדים האבן עס געגעבן 'גמרא'‪ .‬די‬ ‫סיבה פארוואס זיי האבן געגעבן דוקא‬ ‫די נאמען 'גמרא' וועלן מיר ערקלערן‬ ‫ביי א קומענדיגע געלעגענהייט‪.‬‬

‫די גזירות ביזן דרוקן‬ ‫נאך אזוי פרי ווי ‪ 700‬יאר צוריק‪,‬‬ ‫אין אנפאנג פונעם אלף השישי‪,‬‬ ‫האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען די‬ ‫גזירות קעגן דעם תלמוד‪ .‬דער משומד‬ ‫'ניקאלעס דאנען' האט געשתדל'ט‬ ‫ביים פויבסט 'גריגאריעס דער ניינטער'‬ ‫צו אסר'ן לערנען דעם תלמוד‪ .‬דער‬ ‫פויבסט האט מסכים געווען דערצו‪,‬‬ ‫און ארויסגעשיקט א בריוו צו אלע‬ ‫קעניגן און פירער איבער אייראפע‬ ‫איז מען זאל עלימינירן די תלמוד פון‬ ‫די אידן‪ ,‬און מען זאל עס איבערגעבן‬ ‫פאר נוצרים וואס וועלן עס גרונטליך‬ ‫דורכגיין‪ ,‬צו זען אויב עס געפינט זיך‬ ‫נישט דארט שאנד ווערטער קעגן די‬ ‫קריסטליכע גלויבן‪.‬‬ ‫בלויז איין קעניג‪ ,‬פון פראנקרייך‪,‬‬ ‫האט מסכים געווען דערצו‪ ,‬אבער ער‬ ‫האט געשטעלט איין באדונג‪ ,‬אז די אידן‬ ‫זאלן האבן א געלעגנהייט זיך צו פארענטפערן‪ ,‬און ערקלערן זייער‬ ‫זייט‪ .‬דעמאלט איז פארגעקומען די באקאנטע וויכוח צווישן די בעלי‬ ‫התוספות‪ ,‬רבי יחיאל פון פאריז און נאך‪ ,‬קעגן דעם אויבנדערמאנטן‬ ‫משומד‪ .‬דער סוף איז ליידער באקאנט‪ :‬צווי יאר נאכן וויכוח‪ ,‬איז‬ ‫געקומען די גזירה צו פארברענען די תלמוד מיט אלע מפרשים‪ ,‬זיי‬ ‫זענען געווארן עלימינירט פון גאנץ פראנקרייך‪ ,‬אין פאריז זעלבסט‬ ‫איז פארברענט געווארן ‪ 24‬וועגענער אנגעפילט מיט ספרים‪ ,‬עס איז‬ ‫געווען פרייטאג פרשת חוקת‪ ,‬און צוליב דעם איז נגזר געווארן א‬ ‫תענית פרייטיג פרשת חוקת‪.‬‬ ‫דאס זעלביגע האט זיך איבערגעשפילט אין יאר ה' אלפים כ"ד‪,‬‬ ‫דורכן פויבסט 'קאלמענס דער פערטער'‪ .‬דאס איז פארגעקומען נאכן‬ ‫וויכוח פונעם רמב"ן מיטן משומד 'פאבלאס קריסטיאני' און נאך‬ ‫אנדערע דאמיניקאנע גלחים‪ ,‬פארנט פונעם קעניג אין בארצילאנו‪.‬‬

‫' ף' אין‬

‫ללי‬

‫דער רמב"ן האט קלאר געהאט דעם אויבערהאנט אינעם וויכוח‪,‬‬ ‫און האט אפילו געשריבן א ספר וואו ער לייגט אראפ גענוי די‬ ‫דעטאלן פונעם וויכוח‪ .‬אבער ווי נאר די גוים האבן געזען אז זיי‬ ‫האבן דערלייגט די דעבאטע‪ ,‬האבן זיי אנגעפאנגען אויפצורייצן דעם‬ ‫פויבסט‪ ,‬און באוויזן צו הייבן זיין צארן ווייזנדיג פאר אים די ספר‬ ‫וואס דער רמב"ן האט געשריבן איבער די וויכוח‪.‬‬ ‫דאן האט דער פויבסט באפוילן אז מען זאל פארברענען‬ ‫די תלמוד‪ ,‬און מען האט עס טאקע פארברענט רח"ל‪ .‬מען האט‬ ‫צוגענומען אלע ספרים פון אידישע היימען‪ ,‬און וועם מען האט‬ ‫געכאפט מיט ספרים איז שווער באשטראפט געווארן‪.‬‬ ‫די גזירה איז אנגעגאנגען פאר איבער ‪ 200‬יאר‪ ,‬עס זענען געווען‬ ‫תקופות וואס די רעגירונג האט נישט אזוי שטארק אינפארסירט די‬ ‫גזירה‪ ,‬און מען האט יא געהאט דא דארט די תלמוד‪ ,‬פארט אבער‬ ‫האט מען נישט געקענט אפיציעל פארשפרייטן די תלמוד‪ ,‬וויבאלד‬ ‫מען האט נישט געקענט וויסן אויב די הערשאפט וועט זיך נישט‬ ‫אויפוועקן און נאכאמאל זיך נעמען דערצו מיט אלע מיטלען‪.‬‬ ‫אין יאר קע"ג האט זיך דער פויבסט 'בענעדיקט דער דרייצנטער'‬ ‫אויפגעוועקט‪ ,‬און פארופן א ריזיגע וויכוח וואס איז אנגעגאנגען‬ ‫כמעט צוויי יאר‪ ,‬מיט די באטייליגונג פון גרויסע רבנים‪ ,‬צווישן זיי‬ ‫רבי יוסף אלבו ז"ל וואס האט פארפאסט דעם 'ספר העיקרים'‪ .‬אין‬ ‫חודש סיון קע"ה האט דער פויבסט ארויסגעגעבן א גזירה אז מען‬ ‫טאר נישט לערנען תלמוד‪.‬‬ ‫בחסדי ה' איז דער פויבסט גלייך דערנאך ארונטערגעזעצט‬ ‫געווארן‪ ,‬און די גזירה איז בטל געווארן‪ .‬אבער דאס דרוקן די תלמוד‬ ‫האט זיך נישט אנגעהויבן ביז הערשט אין יאר רמ"ד‪ ,‬ווי דערמאנט‬ ‫פריער‪ ,‬און אפילו דעמאלט האט מען געדרוקט בלויז איין מסכת‬ ‫אויפאמאל‪ ,‬און עס האט זיך דעריבער פארצויגן לאנגע יארן‪.‬‬

‫דער דרוק פון יאר ר"פ‬ ‫דאס ערשטע מאל וואס די תלמוד איז געדרוקט געווארן אפענערהייט‬ ‫און גאנצערהייט‪ ,‬איז געווען אין יאר ר"פ‪ .‬דעמאלט האט דער פויבסט‬ ‫'ליאו דער צענטער' געגעבן רשות דערויף‪ .‬געווען איז עס נאכדעם וואס‬ ‫אין יאר ר"ע איז דער משומד 'יאהאנעס פעפערקארן' אויפגעשטאנען און‬ ‫אנגעהויבן חוזק צו מאכן פונעם תלמוד‪ ,‬דאס מאל האט דער באשעפער‬ ‫געהאלפן און א געלערענטער גלח מיטן נאמען 'רויכלין' האט זיך שטארק‬ ‫פאראינטרעסירט אין 'קבלה'‪ ,‬און האט געלערנט לשון הקודש פון רבי‬ ‫יעקב לאואנטץ‪ ,‬דער פריוואטער דאקטאר פונעם קייזער פרידריך דער‬ ‫דריטער‪ ,‬און אזוי אויך פון רבינו עובדיה ספורנו‪.‬‬ ‫דער גלח רויכלין האט געקעמפט ווי א לייב גאנצע ‪ 10‬יאר‬ ‫אויפצואווייזן אז די תלמוד בארעדט נישט קיינעם‪ ,‬ער האט אפילו‬ ‫פארקויפט זיין פארמעגן און גאר געבארגט געלט כדי צו קענען‬ ‫באצאלן די געריכט קאסטן‪ ,‬און אין די ענדע האט ער געווינען‪.‬‬ ‫אלס א רעזולטאט דערפון האט דער פויבסט אליינס געבעטן‬ ‫פון דעם באקאנטער קריסטליכער דרוקער 'דניאל בומבערג'‪ ,‬ער‬ ‫זאל דרוקן די תלמוד‪ .‬און דאס איז געווען די ערשטער מאל וואס‬ ‫די גאנצע תלמוד איז געדרוקט געווארן בשלימות‪ .‬און דאס איז דער‬ ‫סיבה פארוואס די דאזיגע דרוק האט כמעט נישט קיין טוישונגען פון‬ ‫די צענזור‪ ,‬וויבאלד‪ ,‬ווי דערמאנט‪ ,‬האט מען דעמאלט נישט געהאלטן‬ ‫אז די תלמוד האט סיי וועלכע פראבלעמען וואס מען דארף טוישן‪.‬‬ ‫(פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה)‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪17‬‬


‫אמת'ע געשיכטעס‬ ‫אין אונזער צייט‬

‫גלויבן אין אים‬ ‫נחמן זעלצער‬

‫עס מאכט זיך נישט צו אפט אז דיין טאכטער ווערט א כלה צום‬ ‫גרעסטן מתמיד פון די ישיבה‪ ,‬א זון פון איינע פון די גאר חשובע מגידי‬ ‫שיעור אין ירושלים‪ .‬יעדעס מאל וואס זי האט געטראכט דערפון האט‬ ‫עס איר געברענגט פרייד‪ ,‬די איידלקייט‪ ,‬די חן‪ ,‬די חשיבות פון זיין‬ ‫מחותנים מיט אזא חשובע פאמיליע‪ ,‬זי האט זיך געוואלט געבן א ציפ‬ ‫זיכער צו מאכן אז עס איז נישט קיין חלום‪.‬‬ ‫“אבער וואס איז מיט די געלט?” האט זי געפרעגט איר‬ ‫מאן שמואל‪“ .‬דו ווייסט גאנץ גוט אז די שנייערמאן פאמיליע‬ ‫ערווארט אן ערנסטע פינאנציעלע פארפליכטיגונג פון דיר! דער‬ ‫שדכן איז געווען גאנץ קלאר וועגן די געלט‪ .‬די פאקט איז‪ ,‬די‬ ‫חתן’ס פאמיליע וואלט געקענט בעטן אסאך מער ווי זיי האבן‬ ‫געבעטן‪ ,‬ס’איז בלויז זייער איידלקייט‪ ,‬צוזאמען מיטן פאקט‬ ‫אז זיי האבן אויך אריינגעכאפט א מציאה‪ ,‬אז זיי זענען געווען‬ ‫צופרידן מיט וואס זיי האבן געבעטן”‪.‬‬ ‫“שמואל”‪ ,‬האט זי געזאגט א טאג נאכן שידוך שליסן‪ ,‬ווען‬ ‫די גאנצע הויז איז נאך געווען אויפגעווארפן‪“ .‬יא‪ ,‬גאלדי”‪ ,‬האט‬

‫‪18‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫ער צוריק געענטפערט‪ ,‬ארויס קוקנדיג פונעם ספר ‘קב הישר’‬ ‫וואס ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען‪.‬‬ ‫“וואס גייען מיר טון”‪ ,‬האט זיך געפרעגט איר חשובע מאן‪,‬‬ ‫וועמענ’ס גאנצע אינטערעסע אין לעבן איז געווען בלויז די אלע‬ ‫ספרים וואס האבן אנגעפולט זייער גאנצע הויז‪.‬‬ ‫“וואס גייען מיר טון מיט וואס?” האט ער איר צוריק‬ ‫געפרעגט‪ ,‬נישט וויסנדיג וואס זי וויל פון אים‪.‬‬ ‫“די געלט” האט זי ענדליך ארויס געמורמלט‪.‬‬ ‫ענדליך האט זיין קערפער זיך אויסגעגרָאדט‪“ ,‬אההה‪ ,‬די‬ ‫געלט‪ ,‬גערעכט‪ ,‬מיט אויבערשטענס הילף‪ ,‬ווען די צייט וועט‬ ‫קומען וועט ער עס שיקן צו אונז‪ ,‬זייער קלָאר‪ .‬מיר דארפן זיך‬ ‫בכלל נישט זארגן איבער דעם”‪.‬‬ ‫“אבער ס’איז אזוי סאך געלט” האט זי געזאגט‪.‬‬ ‫“וואס איז געלט ביים אויבערשטען?” האט ער צוריק‬ ‫געפרעגט‪ ,‬הייבנדיג זיינע אויגן ברעמען די זעלבע וועג ווי ער‬ ‫טוט בשעת’ן לערנען‪ .‬און זי האט זיך שוין מער נישט גע’טענה’ט‬


‫מיט אים‪ .‬ווייל‪ ,‬איינס‪ ,‬וואס נאך קען זיך טון‪ .‬און צווייטנס‪,‬‬ ‫איר מאן שמואל איז געווען א ריכטיגער צדיק‪ ,‬און זי האט שוין‬ ‫לאנג געזען אז השי”ת זארגט זיך פאר אים‪ ,‬און העלפט אים‬ ‫אין אזעלכע וועגן וואס געווענליכע מענטשן וואלטן זיך נישט‬ ‫גע’חלומ’ט‪ .‬זי האט דעריבער פרובירט ארויסצונעמען די גאנצע‬ ‫ענין פון איר געדאנק‪ ,‬און זיך רוקן צו די מיליאן און איין זאכן‬ ‫וואס זי האט נאך געדארפט ערלעדיגן פאר די חתונה‪ .‬אבער יעדע‬ ‫נאכט‪ ,‬ווען זי האט זיך געלייגט שלאפן צו די קול פון שמואל’ס‬ ‫לערנען אין די ליווינג רום‪ ,‬האט זי גוט געדענקט אז ס’נאך נישט‬ ‫דא קיין געלט פאר די חתונה זאל‪ ,‬און פאר די קליידער‪ ,‬און ‪....‬‬ ‫זי האט געליינט קריאת שמע מיט אסאך כוונה אין די טעג‪.‬‬ ‫*‬ ‫און דאן האבן זיך די טעג אנגעפאנגען צו רוקן מיט א שנעלן‬ ‫טעמפא‪ ,‬ביז עס איז געבליבן בלויז איין וואך צו די חתונה‪ ,‬און‬ ‫ס’נאך אלס נישט דא קיין געלט אין שטוב‪ .‬אמונה איז איין זאך‪,‬‬ ‫אבער דאס איז שוין עפעס אנדערש‪ .‬זי האט זיך געגרייט צו רעדן‬ ‫צו שמואל יענע נאכט ווען ער קומט אהיים פון ישיבה‪ ,‬אבער‬ ‫פונקט דאן איז מומע בילא אנגעקומען פון לאנדאן‪ ,‬און פעטער‬ ‫מנחם איז אנגעקומען פון אנטווערפן‪ ,‬און זי איז געווען אזוי‬ ‫פארנומען זיי אויפצונעמען מיט די ריכטיגע העפליכקייט‪ ,‬אז די‬ ‫גאנצע זאך איז ארויס פון איר קאפ‪ .‬דאס איז געווען דינסטאג‪.‬‬ ‫מיטוואך האט שמואל געהאט געפלאנט צו גיין צום רבי’ן‪,‬‬ ‫דורכשמועסן עטליכע זאכן וועגן די חתונה‪ ,‬און איז אהיימגעקומען‬ ‫זייער שפעט ביינאכט‪ ,‬ווען זי איז שוין לאנג געשלאפן‪.‬‬ ‫דאנערשטאג איז געשען אן אינצידענט‪ ,‬מוישי האט‬ ‫געדארפט סטיטשעס אין עמורזשענסי רום‪ ,‬שמואל האט אים‬ ‫גענומען ווען זי איז געווען פארנומען מיט די בלומען‪ ,‬און עס איז‬ ‫נאך אלס נישט געווען א געלעגענהייט צו רעדן וועגן די געלט‪.‬‬ ‫אזוי האט זיך עס געשלעפט‪ .‬שבת‪ ,‬רעדט מען דאך נישט‬ ‫וועגן געלט זאכן‪ ,‬זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט וועגן געלט‬ ‫אין שבת‪ ,‬און זי גייט נישט יעצט אנהויבן רעדן דערפון‪.‬‬ ‫און אזוי האט זי זיך דערזען די נאכט פאר די חתונה‪ ,‬ווען‬ ‫זי דארף האבן דרייסיג טויזנט דאלער מארגן אינדערפרי‪ ,‬און זי‬ ‫האט נאך אלס נישט גערעדט צו שמואל‪ ...‬זי האט אנגעהויבן‬ ‫פאניקן ווען זי האט געזען די הויפן ביל’ס אויפן טיש‪.‬‬ ‫וואס וועט שוין אויסמאכן אויך זי וועט יא רעדן צו שמואל?‬ ‫האט ער דען געקענט דרוקן פרישע געלטער? ער וואלט איר‬ ‫געזאגט אז מען דארף האבן אמונה‪ ,‬צו גלייבן אז אלעס איז פון‬ ‫הימל‪ ,‬און עס וועט זיך אויסארבעטן דאס בעסטע וואס קען נאר‬ ‫זיין‪ .‬וואס נאך קען ער זאגן?‬ ‫*‬ ‫ער איז אנגעקומען אהיים זיבן אזייגער אין אוונט‪ ,‬זי איז‬ ‫געווען גרייט אים צו באפאלן ווי נאר ער טרעט אריין‪“ .‬שמואל”‪,‬‬ ‫האט זי געזאגט‪“ ,‬אונז דארפן רעדן וועגן די געלט”‪.‬‬ ‫“אקעי”‪ ,‬האט ער רואיגערהייט צוריק געענטפערט‪.‬‬ ‫זי ווייזט אים די הויפן פון בילס‪“ .‬דאס אלעס דארף זיין‬ ‫באצאלט מארגן” זאגט זי אים‪“ ,‬און אונז האבן נישט קיין געלט‬ ‫מיט וואס זיי צו באצאלן‪ .‬שמואל‪ ,‬דו דארפסט גיין צו א גמ”ח‬ ‫נאך היינט נאכט צו שאפן א הלואה‪ ,‬טרעפן א וועג וויאזוי צוזאם‬ ‫צו קראצן דאס געלט”‪.‬‬

‫“וויפיל געלט דארפן מיר האבן” פרעגט ער מיט אן איידעלע‬ ‫שטימע‪.‬‬ ‫זי מאכט א שנעלע חשבון‪“ .‬צוואנציג טויזנט דאלער צו‬ ‫צאלן פאר די דירה‪ ,‬צען טויזנט דאלער פאר די חתונה‪ .‬פיר‬ ‫טויזנט דאלער פאר אפאר קלייניגקייטן‪ ,‬בלומען‪ ,‬קליידער‬ ‫א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬ער הערט אלעס‪ .‬אזויפיל געלט! אבער ער איז געווען‬ ‫אנגעזאפט מיט אמונה; ער האט געוואוסט אז אלעס גייט זיין‬ ‫אויפן בעסטן ארדענונג‪ .‬וואס איז שוין פיר און דרייסיג טויזנט‬ ‫דאלער פארן אויבערשטן? ער דרייט זיך אויס און גייט ארויס‬ ‫פון שטוב‪ ,‬און זי שפירט זיך שולדיג אז ער איז ארויס ָאן עפעס‬ ‫עסן יענעם אווענט‪.‬‬ ‫*‬ ‫זי ווארט און ווארט‪ ,‬די שעות לויפן איינס נאכן אנדערן‪,‬‬ ‫זי האט שוין געשמועסט מיט די מחותנים‪ ,‬מיט איר שוויגער‪,‬‬ ‫זי האט געדארפט שמייכלען און לאכן‪ ,‬ווען אינעווייניג איז זי‬ ‫צובראכן אויף פיצלעך‪ ,‬זיך וואונדערנדיג וואס נעמט אים אזוי‬ ‫לאנג‪ .‬ענדליך‪ ,‬זאגט זי א גוטע נאכט צום לעצטן טעלעפאן רוף‬ ‫און לייגט זיך אין בעט‪.‬‬ ‫ער קומט אהיים איינס אזייגער‪ ,‬פאמעליך שפאצירט ער‬ ‫אריין‪ ,‬נישט וועלנדיג אויפוועקן די שטוב מיטגלידער‪ ,‬אבער זי‬ ‫האט אים פארט געהערט‪ .‬זי קומט ארוים אים צו גריסן‪ ,‬און‬ ‫זאגט “נו?”‬ ‫ער שפרייט אויס זיינע הענט צום הימל‪ ,‬און מיט שטילע‬ ‫שטימע זאגט ער איר אז ער האט נישט באוויזן צו באקומען א‬ ‫הלואה‪...‬‬ ‫“וואס איז געשען?” האט זיך אים געפרעגט‪“ .‬טוביה איז‬ ‫דיין גוטער פריינט‪ ,‬פארוואס האסטו אים נישט געקענט בעטן‬ ‫פאר הילף?” האט זיך געהערט איר שטימע מיט א ביטערנישט‪.‬‬ ‫“עס איז געווען אזויפיל מענטשן דארט‪ ,‬און די ליניע איז‬ ‫געווען זייער לאנג”‪ ,‬האט ער געזאגט‪“ ,‬איך האב געזען די אלע‬ ‫מענטשן‪ ,‬די ערליכע‪ ,‬חשובע מענטשן ווארטן אין די ליניע‪ ,‬און‬ ‫כ’האב עפעס געשפורט אז אויב איך גיי ווארטן אין די ליין‬ ‫וועל אים ‘אוועקנעמען’ פון זיי‪ ,‬איך האב מיר נישט געקענט‬ ‫אראפזעצן און ווארטן דארט”‪ ,‬ער האט געקוקט אויף איר‬ ‫אביסל מיט א שולדיגע מינע‪.‬‬ ‫“אבער וואס גייען מיר טוהן?” האט זי אים געפרעגט‪ ,‬מיט‬ ‫א צובראכנקייט וואס האט זיך געהערט אין איר שטימע‪.‬‬ ‫“מיר גייען דאווענען צום אויבערשטן פאר א ישועה‪ ,‬און‬ ‫איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז ער וועט אונז שיקן די‬ ‫ישועה אויף עפעס א וועג‪ .‬איך האב געהאט א געפיל אז דער‬ ‫אויבערשטער האט געוואלט איך זאל ארויסגיין‪ ,‬דעריבער בין‬ ‫איך ארויס‪ ,‬און יעצט ליגט עס אינגאנצן אין זיינע הענט צו‬ ‫טרעפן א וועג אז די געלט זאל אנקומען צו אונז‪ .‬און יעצט‪ ,‬גיי‬ ‫איך ליינען קריאת שמע”‪.‬‬ ‫זי האט געקוקט אויף אים ווי ער האט עס געזאגט‪ ,‬און זי‬ ‫האט געווארט פאר א נס‪ ,‬ווייל דאס פעלט זיך אויס פאר זיי יעצט‪.‬‬ ‫*‬ ‫עס איז געווען אינמיטן די נאכט‪ ,‬און חיים בערגער האט‬ ‫געהאט א חלום‪ .‬א שווערע חלום‪ .‬ער האט נישט געדענקט‬ ‫גענוי וואס די חלום איז געווען‪ ,‬אבער וואס עס איז נאר געווען‪,‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪19‬‬


‫האט עס אים אויפגעוועקט אינגאנצן פארשוויצט‪ .‬עס איז נישט‬ ‫געווען די גוטע צייט פאר א שלעכטע חלום‪ ,‬נישט אז עס אמאל‬ ‫דא א גוטע צייט דערפאר‪ ,‬אבער ער האט געדארפט אוועקפארן‬ ‫מארגן אויף א ביזנעס טריפ‪ ,‬און ער האט געשפורט אז ער קען‬ ‫נישט איצט פארן אויף א אזא וויכטיגע רייזע‪ .‬מען דארף זיין‬ ‫אויסגערוט און שארף ווען עס קומט צו ביזנעס‪ ,‬זיין ארבעט איז‬ ‫געווען היבש קאמפליצירט‪ ,‬אבער יעצט האט ער אפילו נישט‬ ‫געקענט טרעפן זיין פאספארט‪ ,‬זיין האנט האט זיך געשאקלט‪...‬‬ ‫ער שפאצירט ארויס אין די קאך‪ ,‬זיך שאקלנדיג פאר שרעק‬ ‫פון די חלום‪ .‬עס איז געווען אזוי עכט‪ ,‬אז זיינע ציינער האבן‬ ‫געציטערט ווען ער האט זיך דערמאנט ווי אזוי ער האט געשפורט‪.‬‬ ‫אפשר איז די חלום געווען א פארשפיל פון עפעס בייזנס וואס‬ ‫ווארט אים אפ? אפשר זאל ער נישט פארן איצט אויף די ביזנעס‬ ‫טריפ‪ ,‬טראצדעם וואס אלעס איז שוין אויספלאנירט? אפשר‬ ‫זאל ער פשוט אלעס קענסלען אין די לעצטע מינוט?‪...‬‬ ‫זיין בויך האט זיך אים געדרייט‪ ,‬און ער האט אויפגעקאכט‬ ‫וואסער אין טשייניק צו מאכן א טיי‪ .‬ער גיבט א בליק אויפן‬ ‫זייגער‪ ,‬ס’איז געווען צוויי אזייגער פארטאגס‪ .‬דער רבי דארף נאך‬ ‫יעצט זיין אויף‪ ,‬ער נעמט זיכער איצט אויף חסידים וואס קומען‬ ‫יעדער מיט זיין ביטע‪ .‬ער האט שנעל אויסגעלאשן די טשייניק‬ ‫און געגאנגן זיך אנטון‪ .‬די הויז איז געווען איינגעהילט אין א‬ ‫שטילקייט‪ ,‬דיקע טייערע פירהענג האבן באצירט די פענסטער;‬ ‫די קאווע טישל איז געווען געמאכט פון טייערע גלאז‪ .‬ער איז‬ ‫געווען גאר א סוקסעספולער ביזנעסמאן‪ ,‬און מארגן דארף ער‬ ‫פארן קיין האנג קאנג צו מאכן עטליכע גוטע געשעפטן‪ ,‬צו‬ ‫קענען מאכן נאך מער געלט‪ ,‬צו מאכן נאך א געשעפט‪ ,‬און נאך‬ ‫א געשעפט‪ ...‬וואס פונקטליך איז דער ציל דא?‪...‬‬ ‫די גאסן זענען געווען ליידיג‪ .‬דא און דארט האט מען געהערט‬ ‫א קאץ אדורכלויפן צווישן די מיסט קאסטענס‪ .‬ער איז געגאנגען‬ ‫שנעל‪ ,‬סיי צוליב די קעלט וועלכע האט אריינגעדרינגען אין זיינע‬ ‫ביינער‪ ,‬סיי וויבאלד ער איז נאך אלס געווען אויפגעציטערט פון‬ ‫די חלום‪ .‬אנקומענדיג צום רבינ’ס הויז איז ער ארויפגעלאפן די‬ ‫שטיגן‪ ,‬שפרונגענדיג צוויי שטיגן אויף איינמאל‪ .‬דער גבאי האט‬ ‫אים גלייך אריינגעלאזט‪ .‬קיינער איז נישט אנוועזענד געווען‬ ‫ביים רבי’ן‪ ,‬האט ער כאטש נישט געדארפט ווארטן‪ .‬ער איז נישט‬ ‫געווען אין די גוסטע צו ווארטן יעצט‪.‬‬ ‫דער רבי האט אים אויפגענומען מיט זיין ווארימע שמייכל‪,‬‬ ‫ער האט פרובירט צוריק צו שמייכלן‪ ,‬אבער ער האט איינגעזען‬ ‫אז ער קען פשוט נישט‪ .‬דער רבי איז געווארן באזארגט פון זיינע‬ ‫נערוועזע אויפפירונג‪ ,‬און אים געהייסן זיך אראפזעצן‪ ,‬און זאגן‬ ‫וואס דא גייט פאר‪.‬‬ ‫ער האט פארציילט פארן רבי’ן וועגן זיין חלום‪ ,‬ווי שרעקעדיג‬ ‫עס איז געווען‪ ,‬און אז זיין קישן איז געווען דורכגעווייקט נאס‬ ‫פון שווייס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט‪ .‬דער רבי האט זיך‬ ‫צוגעהערט ווי ער פארציילט די גאנצע געשיכטע‪.‬‬ ‫“עס וואלט נישט געווען אזוי שלעכט” האט ער געזאגט‬ ‫פארן רבין ווען ער האט פארענדיגט‪“ ,‬אבער איך האב א ביזנעס‬ ‫טריפ וואס איז אויספלאנירט אויף מארגן‪ ,‬און איך וויל וויסן‬ ‫אויב דער רבי האלט אז איך זאל עס קענסלען?”‬ ‫דער רבי איז געווען שטיל פאר א מאמענט‪ .‬זייענדיג‬ ‫פארטראכט‪ .‬דאן האט ער זיך אנגערופן‪:‬‬

‫‪20‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫“חיים‪ ,‬הער מיך אויס‪ ,‬בעזרת השם‪ ,‬וועט אלעס זיין אין‬ ‫בעסטן ארדענונג‪ .‬אבער איין זאך דארפסטו טון‪ ...‬איין זאך‬ ‫וואס וועט דיר גיבן א געוואלדיגע זכות‪ ,‬עס וועט דיר העלפן‬ ‫אז דו זאלסט האבן הצלחה אויף די רייזע‪ ,‬און אז דו זאלסט זיין‬ ‫אפגעהיטן פון אלעם בייזן”‪ .‬חיים האט זיך צוגעהערט צו יעדעס‬ ‫ווארט וואס איז ארויסגעקומען פונעם רבינ’ס מויל‪ ,‬און ער האט‬ ‫געוואוסט פונקטליך וואס ער האט צו טון‪...‬‬ ‫*‬ ‫עס איז געווען בלויז שעות בעפאר די גרויסע טאג פון די‬ ‫חתונה‪ ,‬ווען די טעלעפאן האט זיך צוקלינגען אינמיטן די נאכט‪.‬‬ ‫עס איז געווען דריי אזייגער פארטאגס‪ ,‬א צייט ווען טעלעפאנס‬ ‫קלינגען נישט‪ .‬שמואל האט זיך אויפגעוועקט‪ ,‬זיין הארץ האט‬


‫“צו טוביה פון די גמ”ח” האט ער איר געענטפערט‪“ .‬איך‬ ‫וואלט זייער שטארק געוואלט דיר אלעס פארציילן‪ ,‬אבער‬ ‫טוביה זאגט מיר אז עס איז זייער וויכטיג און איך דארף שוין‬ ‫אריבערקומען‪ .‬באלד דערנאך וועל איך זיין צוריק אינדערהיים‪”.‬‬ ‫זי הערט ווי די טיר מאכט זיך צו‪ ,‬און זי מאכט צו אירע אויגן‬ ‫צוזאמען מיט די טיר‪...‬‬ ‫*‬

‫געקלאפט‪ .‬ער גיבט א כאפ די טעלעפאן פונעם טרייבל‪...‬‬ ‫“איך הער” האט ער געזאגט צום פערזאן אויף די אנדערע‬ ‫זייט‪ ,‬איגנארירנדיג דערביי גאלדי‪ ,‬וואס האט געמאכט אלע‬ ‫סארטן צייכענעס פרובירנדיג אים צו מאכן זאגן ווער עס איז‪.‬‬ ‫“קען עס נישט ווארטן עטליכע שעות?” האט ער ענדליך‬ ‫געפרעגט‪.‬‬ ‫“אקעי‪ ,‬איך קום”‪ ,‬האט ער געזאגט‪ ,‬צוענדיגנדיג די שמועס‬ ‫און אויפגעהאנגען די טעלעפאן‪.‬‬ ‫“וואס גייט דא פאר!!” האט זי געפרעגט‪.‬‬ ‫“איך דארף גיין” האט ער איר געענטפערט‪.‬‬ ‫“למען השם‪ ,‬קענסטו מיר זאגן וואו אהין די גייסט יעצט‬ ‫אינמיטן די נאכט??”‬

‫די פרימארגן האט שוין אויפגעשיינט‪ .‬גאלדי איז געזיצן און‬ ‫געווארט‪ ,‬זיך וואונדערנדיג וואס איז געשען נעכטן אינמיטן‬ ‫נאכט‪ .‬עס הערט זיך א קלאפ אויפן טיר און שמואל קומט אהיים‬ ‫מיט זיין טלית בייטל‪ .‬ער האט געמוזט אהיימקומען נעכטן ווען‬ ‫זי איז שוין געשלאפן‪ ,‬און צוריק געגאנגען אין שול דאווענען‬ ‫ווען זי איז נאך געשלאפן‪.‬‬ ‫“וואס איז געווען?” האט זי כמעט געשריגן‪.‬‬ ‫ער שמייכלט און זעצט זיך אראפ ביים דיינעט טיש‪ ,‬און‬ ‫פארציילט איר וואס השי”ת האט געטוהן פאר זיי‪.‬‬ ‫“איך בין אנגעקומען צו טובי’ס הויז” הויבט ער אן‪“ ,‬טוביה‬ ‫נעמט מיר צו זיין אפיס‪ .‬עס איז געזיצן דארט א ביזנעסמאן‪.‬‬ ‫טוביה זעצט מיר אקעגן יענעם‪ ,‬און דערציילט מיר אז דער‬ ‫מענטש דארף פארן ביז עטליכע שעה אויף א ביזנעס טריפ צו‬ ‫די אנדערע זייט וועלט‪ ,‬און ער וויל אריינכאפן זכותים פאר ער‬ ‫פארט‪ .‬ער דערציילט מיר אז דער רבי האט אים רעקאמענדירט‬ ‫טובי’ס גמ”ח‪ ,‬און אז ער‪ ,‬טוביה‪ ,‬זאל מיך אויסקלויבן אלס דער‬ ‫בענעפעטירער פון וויפיל געלט דער מענטש וויל גיבן”‪ .‬שמואל‬ ‫האט זיך אפגעשטעלט פאר א מינוט‪ ,‬בשעת גאלדי זיצט דארט‬ ‫שפראכלאז‪.‬‬ ‫“דער ביזנעסמאן קוקט מיך אן” פארציילט ווייטער שמואל‪,‬‬ ‫“איך בין געווען זיכער אז ער וועט מיר גיבן טויזנט דאלער‪,‬‬ ‫מערסטענס צוויי טויזנט דאלער‪ .‬אבער דאס איז נישט וואס איז‬ ‫געשעהן‪ .‬ער לייגט אראפ א לעדערנע טאשקע אויפן טיש‪ ,‬עפענט‬ ‫עס אויף‪ ,‬ער קוקט מיר אריין אין די אויגן‪ ,‬און פרעגט‪ :‬וויפיל‬ ‫געלט דארפסטו?”‪...‬‬ ‫שמואל האט זיך אפגעשטעלט נאכאמאל‪ ,‬בשעת זיין ווייב‬ ‫קוקט אים אזוי אן‪ ,‬מיט אירע אויגן ברייט אפען ווי קיינמאל‬ ‫בעפאר‪...‬‬ ‫“איך האב געטראכט א מינוט” האט שמואל פארציילט‬ ‫פאר זיין פרוי‪“ ,‬און דאן האב איך אים געזאגט‪“ :‬צוואנציג‬ ‫טויזנט דאלער פאר די דירה!”‪ ...‬ער נעמט ארויס א גאנצע הויפן‬ ‫הונדערטערס‪ ,‬שיין אנגעהויפנט איינס אויף די אנדערע אין א סדר‬ ‫מיט א ראבער‪-‬בענדס‪ ,‬און לייגט עס אויפן טיש צווישן אונז‪ .‬דאן‬ ‫קוקט ער מיר אן נאכאמאל‪ ,‬פרעגענדיג וואס נאך איך דארף‪...‬‬ ‫“צען טויזנט דאלער פאר די חתונה” זאג איך אים‪ ,‬און‬ ‫נאכאמאל‪ ,‬ער לייגט אריין זיין הענט אין די לעדערנע טאשקע‪,‬‬ ‫נעמט ארויס נאך א הויפן הונדערטערס‪ .‬און קוקט מיר נאכאמאל‬ ‫אן‪ ,‬ווי ער וואלט ווען געוואוסט אז עס איז דא נאך עפעס וואס‬ ‫איך דארף‪ ,‬און איך זאג אים‪ ,‬שטילערהייט‪“ ,‬פיר טויזנט דאלער‬ ‫פאר עטליכע קלייניגקייטן”‪ ...‬און נאכאמאל‪ ,‬די הענט פארט‬ ‫אריין טיף אין די טאשקע און ארויס קומט די געלט‪...‬‬ ‫“נו‪ ,‬דא האסטו עס‪ ,‬גאלדי‪ .‬ווען די יד השם איז אזוי קלָאר‪,‬‬ ‫וואס נאך דארף א מענטש טון?”‪...‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪21‬‬


‫‪22‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


join the club reap the benefits

SCAN TO JOIN

YEAR ROUND DISCOUNTS 23

HIGH-END WINE TASTINGS

RESERVE WINE PRIORITIES

EXCLUSIVE EMAIL ALERTS

RECIEVE FREE GIFTS

ACCESS FINEST SCOTCH & WHISKEY

1212 AVENUE J BROOKLYN, NY | 718.338.4166 | WWW.LIQUORSGALORENY.COM

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫די‬

‫הארציגע‬ ‫שטימע‬

‫ווער האט נאך נישט טועם געווען א טעם אין זמירות שבת דורך‬ ‫דעם וועלט בארימטער הארציגער בעל מנגן רבי ירמיה דמן‬ ‫שליט”א‪ ,‬וועמענס ניגונים ווערן געהערט דורך אידן אימעטום‬ ‫שוין פאר צענדליגער יארן‪ .‬לאמיר זיך באקענען פון דער נאנט‬ ‫מיט דעם לעגענדארער פערזענליכקייט‪ ,‬וועלכער איז נישט‬ ‫בלויז א בעל מנגן‪ ,‬נאר אויך א זעלטן ווארימער בעל תפילה‪ ,‬און‬ ‫א משגיח פאר בחורים אין ישיבה * כי קולך ערב‬

‫‪24‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪25‬‬


‫אריינפיר‬ ‫דער בחור זעט שוין נישט אויס ווי ער האט אויסגעזען‬ ‫נעכטן‪ ...‬ליידער נישט קיין זעלטענע ערשיינונג‪.‬‬ ‫זייענדיג א משגיח אין די ישיבה‪ ,‬האט ר’ ירמיה דמן באמערקט ווי‬ ‫איינער פון די בחורים‪ ,‬גראדע א קינד פון איינער פון די איינגעשטעלטע‬ ‫אין ישיבה‪ ,‬איז ליידער אראפ פונעם אידישן דרך רח”ל‪ .‬ר’ ירמי’ האט‬ ‫פרובירט צו העלפן מיט וואס מעגליך‪ ,‬אבער אן ערפאלג‪ ,‬ער האט‬ ‫פון גארנישט געוואלט הערן און וויסן‪ ,‬און טראצדעם וואס ר’ ירמי’‬ ‫האט זיך ווייטער אהערגעשטעלט ווי א נאנטער חבר צום בחור האט‬ ‫עס נישט קיין סאך געהאלפן‪ .‬נאך לאנגע מוטשענישן האט דער בחור‬ ‫מסכים געווען צו קומען עסן א סעודה פרייטאג צו נאכטס ביי ר’ ירמיה‬ ‫אינדערהיים‪ ,‬ער האט אפילו מסכים געווען זיך אנצוטון זיין הוט און‬ ‫בעקיטשע לכבוד די סעודה‪...‬‬ ‫ווי נאר מען האט אנגעפאנגען צו זינגען‪ ,‬האט מען באלד‬ ‫באמערקט ווי דער בחור איז גאר שטארק נתרגש‪ .‬ווען מען האט‬ ‫געהאלטן אינמיטן ‘רבון העולמים’ איז ער אינגאנצן געבראכן‬ ‫געווארן‪ ...‬ער איז ארויסגעגאנגען אויפן פארטש און דארט‬ ‫אויסגעפלאצט אין א יאמערליך געוויין‪ ...‬איינמאל און נאכאמאל‪,‬‬ ‫ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן‪ ...‬מען האט באשיינפערליך‬ ‫געזען ווי די הארציגע ניגונים דרינגט אריין אין זיין הארץ ווי‬ ‫הייסע גליענדע שפיזן‪ ,‬און עס דרייט איבער זיין נשמה‪.‬‬ ‫ער איז שוין פארבליבן ביי ר’ ירמי’ אין שטוב פאר גאנץ שבת‪,‬‬ ‫און מוצאי שבת איז ר’ ירמיה ארויסגעגאנגען אויף א שפאציר מיטן‬ ‫בחור‪ ,‬און פאר עטליכע שטונדן האבן זיי געשמועסט אינאיינעם‪,‬‬ ‫ביז ער האט געפויעלט ביים בחור צו פארן קיין אייראפע צו א‬ ‫ישיבה וואס איז ספעציעל געאייגענט פאר אים און זיין מצב‪.‬‬ ‫עטליכע יאר זענען פארביי‪ ,‬און ר’ ירמיה האט אפגעראכטן‬ ‫א הערליכע סעודת שבע ברכות ביי זיך אינדערהיים פארן בחור‪,‬‬ ‫וועלכער האט אינצווישן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א‬ ‫ערליכע אידישע שטוב לשם ולתפארת!‬ ‫די אמת’ע געשיכטע גיבט אביסל צו פארשטיין די געוואלדיגע‬

‫כח פון נגינה‪ ,‬ספעציעל ווען עס קומט ארויס פון די טיפע‬ ‫אינערליכע קעמערלעך פון א קאכעדיג הייסע הארץ‪ ,‬און געזינגען‬ ‫אזוי הארציג און זיס‪ ,‬דורכן מלך המנגנים‪...‬‬

‫א הימלישע מתנה‬ ‫די אידישע מוזיק איז גארנישט קיין נייע ערשיינונג‪ .‬נאך אין‬ ‫די בית הקדש בשנים כתיקונם האבן די לויים פארגעזינגען און‬ ‫געשפילט שירות ותשבחות‪ .‬דוד המלך ע”ה האט געזינגען שירי‬ ‫תהלים מלא געגועים וכיסופים צום אויבערשטען‪ .‬און ביי די גדולי‬ ‫ספרד זענען געווען משוררים און פייטנים וואס האבן פארפאסט‬ ‫פיוטים אן א שיעור‪ .‬שפעטער ווען עס האט זיך אויסגעשפרייט‬ ‫די דרך החסידות דורך גדולי תלמידי הבעש”ט הק’‪ ,‬ותלמידי‬ ‫תלמידיו‪ ,‬האט נגינה באקומען א ספעציעלער ארט‪ ,‬ווערנדיג‬ ‫באנוצט גאר אפט דורך די רבי’ס און חסידים‪ ,‬צו דערנענטערן‬ ‫דעם מענטש צום בורא כל העולם‪.‬‬ ‫היינט צו טאגס איז דער נאמען “רבי ירמיה דמן” סינאנים‬ ‫מיט אויטענטישע חסידישע מוזיק‪ ,‬און נישט אומזיסט‪ .‬הונדערטער‬ ‫חסידישע ניגונים‪ ,‬נייע און אלטע‪ ,‬זענען פארגעזינגען געווארן דורך‬ ‫דעם גרעסטן חסידישן בעל מנגן פונעם היינטיגן דור‪ :‬הרב ירמיה‬ ‫דמן‪ ,‬וועלכער איז פון די געציילטע זינגערס וואס זענען גאר שטארק‬ ‫פאפולער אפילו ביי די וואס נגינה פארנעמט נישט אזא גרויסע ארט‪.‬‬ ‫קינד און קייט‪ ,‬אינג און אלט‪ ,‬פאסמאקעווען זיך מיט א געשמאקע‬ ‫שבת’דיגע ניגון‪ ,‬פארגעזינגען הארציג דורך ר’ ירמיה‪.‬‬ ‫די זיסע שטימע פון ר’ ירמיה איז א ריין הימלישע מתנה וואס‬ ‫נישט צופיל פארמאגן‪ .‬א נאטורליכע הארציגע זיסקייט הערט זיך‬ ‫גאר אנגענעם ווען די ניגון ווערט פארגעזינגען דורך אים‪ָ ,‬אן קיין‬ ‫דריידלעך און ָאן דארפן ארויפציען הויעך‪ ,‬אזוי ווי עס איז‪ ,‬דער‬ ‫ניגון באקומט אן אנדערע באדייט‪ ,‬א ריינקייט און ארגינעלקייט‬ ‫שפירט זיך ווען ער זינגט עס פָאר‪.‬‬ ‫ווייניג ווייסן אבער אז רבי ירמיה שליט”א איז נישט בלויז א‬ ‫בעל מנגן‪ ,‬ער איז אויך א געוואלדיגער תלמיד חכם ובר אוריין‪ ,‬און‬

‫דער בעל תפלה אין בעלזא ‪ -‬שטייענדיג אונטער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א די יאר א' סליחות‬ ‫‪26‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫א משגיח אין ישיבה‪ ,‬וואו ער איז מרביץ תורה פאר די חסידישע‬ ‫בחורים אין די בעלזא ישיבה אין טעלז‪-‬סטון‪.‬‬ ‫עס איז א געווענליכע ערשיינונג פאר ירושלימ’ער אידן‪,‬‬ ‫ארויסצוגיין כאפן א שפאציר פרייטאג צונאכטס נאך די סעודת‬ ‫שבת אויף דער גאס‪ ,‬און זיך אפשטעלן נעבן די דירה פון ר’ ירמי’‬ ‫אין קרית בעלזא‪ ,‬פון וואו עס הערט זיך ארויס הארציגע געזאנגען‪,‬‬ ‫און דאס געזעמל בלייבן שטיין דארט אין די טונקלקייט פון דער‬ ‫נאכט‪ ,‬ווען זייערע הערצער לייכטן אויף מיט די הייליגקייט פון‬ ‫שבת דורך די ניגונים‪.‬‬ ‫ביים אנהויב פון די סעודה הערט זיך ארויס די נאסטאלאגישע‬ ‫ניגון‪“ :‬דער שבת איז טייער‪ ,‬עס ברענט ווי א פייער‪ ,‬ממש מעין‬ ‫עולם הבא‪ ,‬ווער קען דאס שפירן‪ ,‬נאר ווער עס טוט זיך אידיש‬ ‫פירן‪ ,‬דעם איז גוט בזה ובבא”‪ ...‬צוביסלעך ווערן מיטגעשלעפט‬ ‫די געסט וואס זענען סמוך על שלחנו‪ ,‬און אינאיינעם פארמירן‬ ‫זיי א הערליכע כאר‪ .‬דאן הערט זיך ארויס פון ר’ ירמיה’ס הויז די‬ ‫ווארימע ניגון “משוך חסדיך ליודעיך”‪ ,‬א זיסקייט צושפרייט זיך‬ ‫אין אלע גלידער ווען ר’ ירמיה זינגט פָאר דעם הערליכן שטיקל‬ ‫פונעם באקאנטן שבת’דיגן ניגון ‘כל מקדש’‪.‬‬ ‫הרה”ח ר’ יוסף יצחק לאנגזאם הי”ו‪ ,‬פון ‘לחיים‬ ‫דיסטריביוטערס’‪ ,‬ארבעט שוין לאנגע יארן מיט ר’ ירמיה‬ ‫שליט”א‪ ,‬און ווי ער פארציילט אונז איז ער אלס בחור געווען‬ ‫א תלמיד פון ר’ ירמיה שליט”א‪ ,‬און ער פלעגט דאן האבן די‬ ‫זכיה מיטצוהאלטן לעבעדיג די זמירות שבת פון אינעווייניג‬ ‫אינדערהיים‪ ,‬עסנדיג די סעודות שבת ביי זיין משגיח ר’‬ ‫ירמי’ שליט”א‪ ,‬און ווי ער דרוקט זיך אויס‪“ :‬איז דאס עפעס‬ ‫אויסערגעווענליך‪ ,‬מען קען גאר נישט אראפלייגן מיט ווערטער‬ ‫וואס דאס מיינט די געהויבנקייט און ווארעמקייט וואס הערשט‬ ‫ביי זיין סעודה‪ .‬אין גאנץ בעלזא ווייסט מען דערפון‪ ,‬אבער איך‬ ‫קען עס מעיד זיין ערשטהאנטיג‪”.‬‬ ‫מען דארף אבער נישט פארן קיין ירושלים צו קענען שפורן א‬ ‫טעם אין שבת דורך ר’ ירמיה’ס געזאנגען‪ .‬ווער עס הערט נאר די‬ ‫שבת ניגונים פון ר’ ירמיה אפילו אויף די קאסעטעס און סי‪-‬דיס‪,‬‬

‫ווערט זיין שבת טיש פארוואנדלט אין איין שטיק ווארעמקייט‪ .‬און‬ ‫זיינע ניגונים האבן א זעלטענע חוש‪ ,‬אז אפילו מען זינגט זיי אין א‬ ‫גרינעם דינסטאג שפורט זיך אז עס איז שבת אינמיטן די סעודה‪,‬‬ ‫און מען פארגעסט אויף א וויילע אז עס איז א פשוט’ער וואכן טאג‪.‬‬

‫ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן?‬ ‫הרב ירמיה דמן איז געבוירן אין יאר תשכ”א לפ”ק‪ ,‬צו זיין‬ ‫פאטער דער בארימטער חסיד רבי איטשע דמן ע”ה‪ ,‬וואס איז‬ ‫געווען דער בעל מנגן און בעל תפילה אין בעלזא בית המדרש אין‬ ‫בני ברק‪ .‬די ‘דינאסטיע’ האט זיך שוין אבער באמת אנגעפאנגען‬ ‫ביי ר’ איטשע’ס פאטער‪ ,‬ר’ מרדכי דמן ע”ה‪ ,‬וועלכער איז אויך‬ ‫געווען באוואוסט אין זיין געגנט אלס אן אויסנאם שיינער בעל‬ ‫תפילה‪.‬‬ ‫נאך אלס קינד איז ר’ ירמיה געווען באקאנט מיט זיין‬ ‫זיסע שטימע‪ ,‬הגם קיין ‘ילד פלא’ איז ער נישט געווען‪ .‬ביי א‬ ‫געלגענהייט האט דער באקאנטער מוזיק עקספערט ר’ מונה‬ ‫ראזענבלום פארציילט‪ ,‬ווי אזוי ער האט אנטדעקט ר’ ירמיה’ס‬ ‫כח הנגינה‪:‬‬ ‫“איך געדענק‪ ,‬איין טאג האט מען מחליט געווען אין בעלזא‬ ‫צו ארבייטן אויף אן אלבום‪ .‬עס איז געווען א איד מיטן נאמען‬ ‫‘ווילערפאד’‪ ,‬ער איז נישט געווען קיין חסידישער איד‪ ,‬אבער ער‬ ‫האט געשטאמט פון בעלזא חסידים‪ .‬דער בעלזער רב שליט”א‬ ‫האט אים באאויפטראגט ארויסצוגעבן די אלבום‪ ,‬און אזוי ווי‬ ‫ער האט געהאט עפעס א ווילא ארויס פון די געגנט‪ ,‬האט ער‬ ‫אהינגעברענגט ארום הונדערט חסידים‪ ,‬און טראצדעם וואס איך‬ ‫בין נאך דאן געווען א אינגער ‘צוציק’ פון בלויז ‪ 21‬יאר אלט‪ ,‬איז‬ ‫עס געווען מיין אויפגאבע אויסצוקלויבן פון צווישן די חסידים‬ ‫אזעלכע וואס קענען זינגען אויפן אלבום‪”.‬‬ ‫“אלע הונדערט אנוועזענדע זענען אדורכגעגאנגען פאר מיר‬ ‫און געזינגען א שטיקל‪ ,‬ווען איך הער אויס יעדן איינעם‪ ,‬אן ארבייט‬ ‫וואס האט גענומען עטליכע שעה‪ .‬פלוצלינג איז איינער פון די‬

‫כל זמן שמזקינים‪ ...‬ר' ירמי'ס שטימע איז ווי וויין‪ ,‬ווי עלטער אלס הארציגער און זיסער‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪27‬‬


‫אינגעלייט מיטן נאמען ירמיה דמן געקומען און אנגעהויבן צו‬ ‫זינגען!‪ ...‬איך האב געגעבן א הייב אויף מיינע אויגן וועלכע האבן‬ ‫זיך אינצווישן ברייט צועפנט און אים באטראכט מיט וואונדער‪,‬‬ ‫איך געדענק ווי איך האב זיך דאן אויסגעדרוקט‪ :‬דער זינגט זייער‬ ‫שיין!‪ ...‬אזוי האט זיך אנגעפאנגען אונזער צוזאמארבייט‪ ,‬וואס‬ ‫האט שפעטער פראדוצירט גאר אסאך אלבומס‪ ,‬וועלכע זענען‬ ‫ב”ה געווארן שטארק אויפגעכאפט‪”.‬‬ ‫אבער טראצדעם וואס ר’ ירמיה’ס זיסע שטימע הילכט‬ ‫אפ אין אלע חסידישע שטובער איבער די וועלט‪ ,‬איז ער אבער‬ ‫צום ערשט און בעיקר דער בעל מנגן בה”א הידוע אין קהלה‬ ‫קדושא בעלזא‪ .‬הרב דמן האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגער‬ ‫בעלזא אלבוימס‪ ,‬און ער דינט אלס בעל תפילה אינעם גרויסן‬ ‫בית המדרש בעלזא אין ירושלים‪ ,‬וואו ער דאווענט יעדן פרייטאג‬ ‫צו נאכטס קבלת שבת‪ ,‬א מנהג וואס האט זיך שוין אנגעפאנגען‬ ‫נאך בעפאר מען האט באנייט די גרויסע בעלזא בית המדרש‬ ‫אין ירושלים‪ .‬וואך איין וואך אויס‪ ,‬באצויבערט ער די טויזנטער‬ ‫מתפללים מיט זיין ווארימע נוסח און הארציגע תנועות‪ ,‬און מיט‬ ‫זיין מייסטער שטימע פירט ער ארויס דאס גאנצע בית המדרש‬ ‫לקבל פני שבת המלכה‪.‬‬ ‫עס איז נישט קיין ספק אז איינס פון די סודות צו זיין‬ ‫געוואלדיגע הצלחה‪ ,‬איז דער פאקט אז ער דינט אלס א מרביץ‬ ‫תורה דורכן טאג‪ ,‬און זייענדיג עוסק בעניני חינוך והרבצת התורה‬ ‫ווייסט ער וואס עס מיינט א ווארימער ניגון; א וואלס; און א‬ ‫געשמאקע חסידישע לעבעדיגע טאנץ ניגון‪.‬‬

‫היה עם פיפיות‬ ‫ר’ ירמי’ האט אויך אסאך צו פארדאנקען זיין כח הנגינה פאר‬ ‫זיין רבין‪ ,‬כ”ק אדמו”ר מבעלזא שליט”א‪ ,‬וועלכער איז באקאנט‬ ‫אלס געוואלדיגער מבין אויפצוכאפן א מענטש’נס אינערליכע און‬ ‫באהאלטענע טאלאנטן‪ ,‬אפילו דער מענטש זעלבסט ווייסט נישט‬ ‫דערפון‪ .‬און נאך פון אלס אינג קינד האט דער רבי שליט”א גאר‬ ‫שטארק געגליכן ר’ ירמיה’ס שטימע‪ ,‬און ער האט אים געמאכט טייל‬ ‫פון די בעלזע טישן און תפילות‪ ,‬און דאס רעשט איז היסטאריע‪...‬‬

‫‪28‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫ווען מען קוקט היינט צוריק מיט ארום ‪ 30‬יאר‪ ,‬קען מען זיך נישט‬ ‫פארשטעלן וויאזוי א חסידישע הויף האט בכלל נישט פארמאגט קיין‬ ‫ניגונים‪ ,‬אבער אזוי איז בעלזא דאן געווען‪ .‬דער גרויסער טויש אין‬ ‫בעלזא האט מען אנגעפאנגען צו שפירן געציילטע יארן נאך וואס‬ ‫דער היינטיגע רבי שליט”א איז אויפגענומען געווארן אלס רבי‪ ,‬און‬ ‫די חסידים האבן מיטאמאל געזען ווי א גרופע מנגנים הייבן אן צו‬ ‫זינגען ביים טיש אויף באשטימטע שטיקלעך‪ .‬ווי פשוט עס הערט זיך‬ ‫היינט‪ ,‬איז עס דעמאלטס געווען א ווילד פרעמדע ערשיינונג‪.‬‬ ‫געווען איז עס אין יאר תשל”ב‪ ,‬פרייטיג צו נאכטס‪ ,‬א שבת‬ ‫פאר די ימים נוראים‪ ,‬ווען דער רבי שליט”א האט געוויזן אויף ר’‬ ‫ירמיה צו זינגען דעם באקאנטן ראפשיצער ניגון “היה עם פיפיות”‪.‬‬ ‫ר’ ירמיה האט געמיינט אז דער רבי איז אים מכבד אנצופאנגען‬ ‫דעם ניגון און דער עולם וועט פארזעצן‪ ,‬אבער דער רבי שליט”א‬ ‫האט אפגעשטעלט דעם עולם‪ ,‬און געהייסן ר’ ירמי’ זינגען די‬ ‫גאנצע ניגון פון אנפאנג ביזן סוף מיט די ווערטער‪ ,‬ער איז געבליבן‬ ‫שטיל און גענצליך שאקירט‪ ,‬ער האט ממש נישט געקענט עפענען‬ ‫זיין מויל ווייטער צו זינגען פון גרויס איבערראשונג‪ .‬דאן איז אים‬ ‫געקומען צו הילף ר’ מאטל פריעד‪ ,‬וואס איז שוין דעמאלט געווען‬ ‫פון די הויפט בעלי מנגנים אין בעלזא‪ ,‬און אזוי האט ער באוויזן צו‬ ‫ענדיגן דעם גאנצן ניגון‪...‬‬ ‫אין יענע יאר‪ ,‬תשל”ב‪ ,‬איז אויפגעשטעלט געווארן‪,‬‬ ‫אומאפיציעל‪ ,‬די באקאנטע בעלזא קאפעליע‪“ .‬לויט די‬ ‫דעמאלס’דיגע אומשטענדן איז עס געווען גאנץ א פיינע קאפעליע‪,‬‬ ‫אבער היינט ווייס איך נישט אויב מען קען עס עכט אנרופן א‬ ‫קאפעליע” דערציילט ר’ ירמיה‪ .‬עס איז באשטאנען פון עטליכע‬ ‫אינגעלייט וואס האבן אביסל פארשטאנען צו נגינה‪ ,‬און האבן‬ ‫זיך צוזאמגענומען צו זינגען ביים טיש‪ .‬דער בעלזא רבי שליט”א‬ ‫האט פערזענליך פארלאנגט פון די גרופע אינגעלייט‪ ,‬צו זינגען די‬ ‫וויזשניצע ‘לכה דודי’ ווען ער דאווענט פארן עמוד‪.‬‬ ‫“אין יענע צייטן פלעגט דער רבי שליט”א דאווענען פארן עמוד‬ ‫בקביעות קבלת שבת‪ ,‬און אזוי האבן מיר אנגעהויבן צו שטיין נעבן‬ ‫אים יעדן פרייטאג צו נאכטס און זינגען לכה דודי”‪ ...‬נאך א שטיק צייט‬ ‫זענען זיי געווארן מער סאפיסטיקירט‪ ,‬און די בעלזא קאמפאזיציעס‬ ‫האבן אנגעהויבן צו ווערן גאר פאפולער אין די חסידישע וועלט‪.‬‬


‫די קאסעטעס און סי‪-‬דיס‬ ‫ווי ר’ יוסף יצחק לאנגזאם הי”ו דערציילט‪ ,‬זענען שוין‬ ‫ארויסגעקומען ביז היינט קנאפע זעכציג ביז זיבעציג קאסעטעס‬ ‫און סי‪-‬דיס וואס ר’ ירמיה זינגט דערויף‪.‬‬ ‫אנגעהויבן האט ער צו זינגען אויף בעלזא קאסעטעס‪ ,‬אויפן‬ ‫פערזענליכער פארלאנג פונעם בעלזער רבי’ן שליט”א‪ ,‬און דאן‬ ‫מיט פערציג יאר צוריק איז די עצם געדאנק פון א חסידישע‬ ‫קאסעטע געווען א חידוש‪ ,‬עס איז כמעט נישט געווען אזא זאך‪,‬‬ ‫ווער האט ארויסגעגעבן חסידישע טעיפס? עס איז געווען פון ר’‬ ‫בנציון שענקער שליט”א‪ ,‬פון ר’ דוד ווערדיגער ז”ל‪ .‬דעריבער ווען‬ ‫די בעלזא טעיפס האבן אנגעפאנגען צו ערשיינען‪ ,‬האט זיך די‬ ‫גאנצע חסידישע וועלט צוגעכאפט דערצו‪ ,‬און הערנדיג דערויף‬ ‫די שטארקע און זיסע שטימע פון ר’ ירמי’‪ ,‬זענען אלע פשוט‬ ‫צוגעצויגן געווארן דערצו ווי א מאגנעט‪.‬‬ ‫די ווענדפונקט פון ר’ ירמי’ס קאסעטעס איז געווען‪ ,‬ווען‬ ‫הרה”ח ר’ יוסף משה כהנא פון ‘לחיים’ אין ארץ ישראל האט‬ ‫ארויסגעגעבן זיינע גאר באקאנטע קאסעטעס‪ ,‬לחיים אידן‪,‬‬ ‫לחיים ברודער‪ .‬ווער עס ווייסט פון די טעיפס (ווער ווייסט נישט‬ ‫דערפון?‪ )...‬קען עדות זאגן אויף די גראמען אז עס איז איינס אין‬ ‫דער וועלט‪ .‬ר’ יוסף משה כהנא האט אין די טעיפס אריינגעלייגט‬ ‫אסאך כוחות‪ ,‬און ער האט גענומען ר’ ירמיה שליט”א וועלכער‬ ‫איז שוין געווען באוואוסט מיט זיין שיינע שטימע ער זאל זינגען‬ ‫אויף די ‘לחיים’ טעיפ’ס‪ .‬די לחיים קאסעטעס האבן געהאט א‬ ‫געוואלדיגער אפקלאנג איבער די גאנצע חסידישע וועלט‪ ,‬אינג און‬ ‫אלט האבן זיך באלעקט מיט יעדן גרַאם און יעדן קנייטש‪ ,‬און די‬ ‫סעריע טעיפס האט געמאכט ר’ ירמיה גאר פאפולער‪.‬‬ ‫דאן איז געקומען נאך אן אומערווארטעטע סעריע קאסעטעס‪,‬‬ ‫וואס ר’ ירמיה האט אליינס ארויסגעגעבן‪ ,‬און איז אויך געווען‬ ‫גאר א שטארקע הצלחה‪ ,‬דאס איז די אויסערגעווענליכע הערליכע‬ ‫סעריע פון ‘עתיקא קדישא’‪ .‬אין די טעיפס האט ר’ ירמיה‬ ‫אראפגעלייגט גאר שיין און אריגינאל די זמירות שבת פון די אלטע‬ ‫היים‪ ,‬ראפשיצער ניגונים‪ ,‬וואס ער האט מורא געהאט אז עס וועט‬ ‫פארגעסן ווערן מיט די יארן‪.‬‬ ‫ר’ יוסף יצחק לאנגזאם הי”ו דערציילט‪“ :‬די מעשה מיט די‬ ‫‘עתיקא קדישא’ איז גראדע גאנץ אינטערעסאנט‪ .‬עס איז געווען‬ ‫מיט עטליכע יאר צוריק ווען ר’ ירמיה שליט”א האט געהאלטן‬ ‫פארן חתונה מאכן א קינד‪ ,‬האט ער באשלאסן ‘אם לא עכשיו‬ ‫אימתי’‪ ,‬אויב וויל מען נאך אמאל האבן א טעיפ דערפון דארף‬ ‫מען זיך שוין נעמען דערצו‪ .‬די ערשטע טעיפ האט ענטהאלטן די‬ ‫‘זמירות שבת’ פון זיין פאטער‪.‬‬ ‫“וועלנדיג פאראייביגן די הערליכע זמירות שבת פון זיין‬ ‫פאטער ע”ה‪ ,‬האט ער אריינגענומען זיינע זון אינעם פראיעקט‪,‬‬ ‫און אינאיינעם זענען זיי געגאנגען צום סטודיא‪ .‬ווי עס גייט‬ ‫געווענליך אין די סטודיא‪ ,‬זינגט מען עס איבער עטליכע מאל‪,‬‬ ‫און מען נעמט ארויס די גוטע חלקים פון יעדע מאל זינגען‪ ,‬און‬ ‫אויב עס איז נישט גוט‪ ,‬דאן דארף מען עס איבערזינגען נאכאמאל‬ ‫א‪.‬ד‪.‬ג‪ .‬ווען עס אנגעקומען צום באקאנטן ‘רבון כל העולמים’‪,‬‬ ‫האט עס ר’ ירמיה מיט זיינע קינדער אנגעהויבן צו זינגען גענוי‬ ‫אזוי ווי זיי זינגען עס יעדן שבת ביים טיש‪ ,‬און ווען זיי האבן‬ ‫געענדיגט זינגען האט דער ארבעטער אין די סטודיא זיי געזאגט‬ ‫‘דאס איז עס’‪ ,‬מען דארף עס נישט איבערזינגען אפילו איין מאל‬

‫אויך נישט‪‘ .‬דאס טאר מען נישט צורירן’‪ ,‬די ארגינעלקייט פון‬ ‫די ניגון וויאזוי ער האט עס אראפגעלייגט איז די שענסטע וועג‬ ‫מען קען עס נאר זינגען‪ .‬און עס איז טאקע געווארן גאר שטארק‬ ‫אויפגעכאפט און באליבט איבעראל‪”.‬‬ ‫“די סידי איז דאן ארויסגעקומען צו די חתונה פון ר’ ירמיה’ס‬ ‫קינד‪ .‬איך ווייס נישט גענוי וויפיל קאפיעס מען האט געמאכט‬ ‫דערפון‪ ,‬איך ווייס נאר אזויפיל אז נאכן חתונה קלינגט מיר ר’‬ ‫ירמיה‪ ,‬און זאגט מיר אז ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה‬ ‫א סי‪-‬די‪ ,‬און עס קען זיין אז ‘אפשר איז פארהאן אפָאר אידן אין‬ ‫אמעריקע וואס עס וועט זיי אינטרעסירן’‪ ,‬דעריבער שיקט ער‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪29‬‬


‫מיר ‪ 300‬קאפיעס דערפון‪ ,‬און איך זאל עס פרובירן צו פארקויפן‪.‬‬ ‫“פארשטייט זיך אז איך האב גענומען די סי‪-‬דיס בכבוד גדול‪,‬‬ ‫און אין בלויז געציילטע טעג ממש זענען אלע ‪ 300‬קאפיעס ממש‬ ‫צוכאפט געווארן‪ .‬איך האב גלייך באשטעלט נאך ‪ 1,000‬קאפיעס‬ ‫וואס איז אויך אויסגעלאפן אין בלויז געציילטע טעג! אין די‬ ‫רעשט איז היסטאריע‪...‬‬ ‫“שפעטער האט ער ווייטער ארויסגעגעבן א סי‪-‬די פון די‬ ‫בייטאג סעודה‪ ,‬און פון ‘שלש סעודות’‪ ,‬דערנאך פון די זמירות פון‬ ‫חנוכה‪ ,‬און שפעטער איז ארויסגעקומען די גאר אויפגעכאפטע‬ ‫סעריע פון ימים נוראים ניגונים‪ ,‬וואס איז דאך ממש גאר גאר‬ ‫וואונדערליך‪.‬‬

‫אלס קאמפאזיטאר‬ ‫טראץ וואס ר’ ירמיה איז בעיקר באקאנט מיט זיין גאלדענע‬ ‫און זיסע שטימע‪ ,‬איז ער אויך א הערליכער קאמפאזיטאר‪ .‬גאר‬ ‫באקאנט איז זיין הערליכע קאמפאזיציע אויף ‘ותערב’‪ ,‬וואס‬ ‫דרינגט אריין אין אלע גלידער מיט א געוואלדיגע מתיקות אז‬ ‫מען קען אויסגיין‪.‬‬ ‫ווען מען האט אים אנגעפרעגט ביי א געלעגנהייט‪ ,‬פארוואס‬ ‫ער האט באהאלטן אלע יארן זיין כח צו פארפאסן ניגונים‪ ,‬האט‬ ‫ער געענטפערט‪:‬‬ ‫“איך האב עס קיינמאל נישט פרובירט צו באהאלטן‪ ,‬ווייל‬ ‫איך בין קיינמאל נישט געווארן אדער געווען אן אפיציעלע‬ ‫קאמפאזיטאר‪ .‬דאס פארפאסן ניגונים איז קיינמאל נישט געווען‬ ‫פון מיינע ‘שטארקע’ חלקים‪ ,‬אין פארגלייך צו זינגען און דאווענען‬ ‫פארן עמוד‪ .‬רוב ניגונים וואס איך האב פארפאסט האב איך נישט‬ ‫אריינגעלייגט דערין צופיל צייט‪ ,‬וואס ס’איז ארויסגעקומען איז‬ ‫ארויסגעקומען‪”...‬‬ ‫“אויב וועט איר פרעגן ווי אזוי קומט ארויס אזעלכע שיינע‬ ‫ניגונים? וועל איך אייך ענטפערן אז אלעס איז געוואנדן לויטן‬ ‫‘מצב’‪ ,‬ווי מען שפורט זיך‪ .‬צומאל שפורט מען אז עס קומט‬ ‫אראפ א רוח ממרום וואס שיינט אריין דעם ניגון‪ ,‬עס איז א‬ ‫רוחניות’דיגע געפיל וואס מען קען נישט ערקלערן‪ ,‬און עס קומט‬ ‫ארויס א שיינער ניגון‪”.‬‬

‫נאר פארן באשעפער’ס וועגן‬ ‫אממערסטנס איז אבער ר’ ירמי’ שליט”א שטארק אנגענומען‬ ‫ביי אלע שיכטן און קרייזן‪ ,‬צוליב זיין געוואלדיגע ערליכקייט און‬ ‫אפגעהיטנקייט‪ ,‬און ווי עס איז באוואוסט האט ער נאך קיינמאל‬ ‫נישט אויפגעטרעטן ביי סיי וועלכע קאנצערט‪ ,‬אפילו עס האט‬ ‫הכשרים הסכמות און גוטהייסונג פון א‪.‬ג‪ .‬מחנכים ורבנים‪ ,‬און‬ ‫אפילו דאס געלט גייט פאר צדקה וכדו’‪...‬‬ ‫ווען ער איז אמאל געפרעגט געווארן דערוועגן‪ ,‬האט ער‬ ‫געענטפערט מיט די פאלגענדע דריי עפיזאדן‪:‬‬ ‫“איך וועל אנהייבן מיט א געשיכטע וואס האט פאסירט א‬ ‫לאנגע צייט צוריק‪ ,‬ווען איך בין נאך געווען א אינג קינד‪ ,‬איין‬ ‫זומער האט איינער פון די מתפללים אין אונזער בית המדרש‬ ‫באמערקט מיינע מוזיקאלישע כשרונות‪ ,‬און האט געלייגט אן אויג‬ ‫אויף מיר‪ ,‬ער האט באשלאסן אז ער קען מיך נוצן‪ .‬דער איד האט‬

‫‪30‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫געדינט לאנגע יארן אלס דער חזן פון א שול אין יוהאנעסבורג‪,‬‬ ‫און ער האט זיך געוואנדן צו מיין פאטער און געבעטן אז ער וויל‬ ‫מיר מיטנעמען קיין יוהאנעסבורג‪ .‬זעלבסטפארשטענדליך אז ער‬ ‫האט דערביי צוגעזאגט א שיינעם ‘מתן שכרה בצידה’‪ ,‬וואס איז‬ ‫געווען גאר א גרויסע סומע אין יענע צייטן‪ ,‬און מיין טאטע האט‬ ‫עס היבש געקענט נוצן‪.‬‬ ‫“מיין טאטע ע”ה ווען ער האט געהערט וואס ער וויל‪ ,‬איז‬ ‫אויפגעשפרינגען פון ארט‪“ :‬דו שעמסט זיך נישט? דו שעמסט‬ ‫זיך נישט צו בעטן אזא זאך?!‪ ”...‬די ווייטאג וואס האט דעמאלס‬ ‫ארויסגעשפראצט פון מיין טאטע איז מיר אריינגעגאנגען אין‬ ‫אלע ביינער‪ ,‬און דאס לאזט מיר בשום אופן נישט גיין זינגען אין‬ ‫אזעלכע ערטער‪.‬‬ ‫“די צווייטע מעשה האט פאסירט ווען דער בעלזא רבי‬ ‫שליט”א האט חתונה געמאכט זיין זון הרה”צ רבי אהרן מרדכי‪,‬‬ ‫איך בין פארבעטן געווארן דורך איינס פון די רעליגיעזע ראדיא‬ ‫סטאנציעס ‘קול ישראל’ צו ווערן אינטערוויו’אירט לכבוד די‬ ‫גרויסע חתונה‪ ,‬צו פארציילן איבער די נייע ניגונים וואס איז‬ ‫פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה‪ ,‬און וועגן בעלזא ניגונים‬ ‫בכלל‪.‬‬ ‫“באלד ווען איך בין אנגעקומען אין זייער סטודיא האב איך‬ ‫געזינגען דעם ניגון “אדיר הוא”‪ ,‬וואס איז געווארן גאר שטארק‬ ‫אויפגעכאפט‪ ,‬טאקע א דאנק דעם אינטערוויו‪ .‬אבער שפעטער‬ ‫ווען מיין טאטע ע”ה האט געהערט וועגן דעם אינטערוויו‪ ,‬האט‬ ‫ער רעאגירט מיט גרויס ווייטאג דערויף‪ ,‬און דעמאלס האב איך‬ ‫מקבל געווען בל”נ מער נישט אויפצוטרעטן אויף קיין שום‬ ‫ראדיא סטאנציע‪ ,‬ווי הייליג עס זאל זיין‪.‬‬ ‫“די דריטע און שטארקסטע עפיזאד איז פארגעקומען אינעם‬ ‫זעלבן טאג וואס רבי אהרן מרדכי איז געבוירן געווארן‪ ,‬אין יאר‬ ‫תשל”ז‪ .‬פונקט יענעם טאג האט מיין שווער געמאכט א שמחה‪,‬‬ ‫און דער רבי שליט”א האט זיך אנגעשטרענגט און געקומען‬ ‫זיך באטייליגן ביי מיין שווער’ס שמחה‪ ,‬כאטש ער איז געווען‬ ‫פארנומען מיט זיין שמחה‪ .‬אינמיטן האט מען מיר געבעטן צו‬ ‫זינגען א ניגון‪ ,‬און ווי נאר איך האב געענדיגט זינגען רופט זיך‬ ‫דער רבי אן צו די פארזאמלטע‪:‬‬ ‫“איך האב א תנאי מיט ירמיה‪ ,‬אז ער זאל זינגען בלויז‬ ‫פאר היימישע אידן‪ ,‬און נאר ווען מען קומט זיך צוזאם פארן‬ ‫באשעפער’ס וועגן”‪ .‬איך בין געווארן איבערראשט‪ ,‬און דער רבי‬ ‫פרעגט מיר‪ :‬נו? ביזט מסכים?!‪ ...‬ווי פארשטענדליך האב איך‬ ‫גלייך מסכים געווען‪ .‬אין יענע טעג איז נאך נישט געווען צופיל‬ ‫פון די אלע מוזיק אווענטס א‪.‬ד‪.‬ג‪ .‬און שפעטער ווען עס איז יא‬ ‫געווארן מער אויפגעכאפט‪ ,‬האב איך געהאט דער ‘אפמאך’ מיט‬ ‫מיין רבי’ן‪ ,‬וואס האט מיר געהאלטן פעסט‪.‬‬

‫אויספיר‬ ‫ר’ ירמיה’ס בארד איז שוין היבש ווייס‪ ,‬ער ווערט נישט‬ ‫אינגער‪ ,‬אבער ברוך ה’ זיין שטימע הערט זיך גאר גוט שטארק‬ ‫און קלָאר‪ .‬אזוי ווי חז”ל לערנען אונז‪ :‬זקני תלמידי חכמים כל‬ ‫זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם‪ ,‬איז ר’ ירמיה געבענטש‬ ‫מיט א ספעציעלע ברכה אז זיין קול איז אויך ‘כל זמן שמזקינים’‪,‬‬ ‫מתיישבת עליהם‪...‬‬


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪31‬‬


‫‪32‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫דער‬ ‫אדמו”ר‬ ‫וואס‬ ‫פארגיסט‬ ‫טייכן‬ ‫טרערן‪...‬‬ ‫א רבי וועלכער איז גרייט‬ ‫‪ 24‬שטונדן ארום דעם‬ ‫זייגער זיך אוועקצוגעבן‬ ‫מיט מסירת נפש ממש‬ ‫פאר יעדעס צובראכן‬ ‫הארץ‪ ,‬און האט שוין‬ ‫געראטעוועט הונדערטער‬ ‫אידישע קינדער פון‬ ‫שאול תחתית‪ :‬כ”ק הגה"צ‬ ‫אדמו”ר מסטיטשין‬ ‫שליט”א‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪33‬‬


‫צוגעצויגן געווארן צום רבין ווי א מאגנאט‪ ,‬און געווארן פון די‬ ‫חסידים‪ ,‬קומענדיג דאווענען אין סטיטשין יעדע תפלה‪...‬‬

‫סטיטשין למעלה בקודש‬ ‫אריינפיר‬

‫אט די געשיכטע ברענגט אביסל ארויס די קאלירפולע‬ ‫פערזענליכקייט פון כ”ק אדמו”ר מסטיטשין‪ ,‬הגאון הצדיק‬ ‫המפורסם רבי אליעזר יודקאווסקי שליט”א‪ ,‬וועלכער איז א‬ ‫חידוש נפלא אין די וועלט פון רבנים און אדמורי”ם‪ ,‬זייענדיג‬ ‫בארימט אלס געוואלדיגער אוהב את הבריות ומקרבן לאביהן‬ ‫שבשמים‪ ,‬אויף א שטייגער וואס מען טרעפט זייער זעלטן‪.‬‬ ‫צום ערשט לאמיר א בליק טון אויף די הייליגע סטיטשינער‬ ‫דינאסטיע‪ ,‬און די יחוס למעלה בקודש‪.‬‬ ‫די סטיטשינער הויף איז אן ארגינעלע גאליציאנע חסידות‪,‬‬ ‫א צווייג פון ראזוואדאוו‪ ,‬וועלכע שטאמט פון דזשיקוב ראפשיץ‪.‬‬ ‫און דאס איז די איינציגסטע ראפשיצער חסידות וואס איז‬ ‫איבערגעבליבן נאך די קריג‪ ,‬און שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג‪.‬‬ ‫דער מייסד פון די סטיטשינער חסידות איז געווען כ”ק‬ ‫אדמו”ר הה”ק רבי יצחק הורוויץ ז”ל‪ ,‬ער איז געבוירן געווארן‬ ‫אין דזשיקוב אין יאר תרכ”ב‪ ,‬צו זיין הייליגער פאטער הרה”ק‬ ‫מראזוואדאוו ז”ל און צו זיין מאמע וועלכע איז געווען די‬ ‫טאכטער פונעם הייליגן יטב לב ז”ל פון סיגוט‪ .‬אין תרמ”ד האט‬ ‫ער אנגעהויבן פירן די רבנות אין שטאט סטיטשין‪ ,‬און ‪ 10‬יאר‬ ‫שפעטער נאך די פטירה פון זיין טאטען אין תרנ”ד‪ ,‬האט ער אויך‬ ‫אנגעהויבן פירן רבי’סטעווע‪.‬‬ ‫נאך אין זיינע אינגע יארן האט ער זיך אסאך מתבודד געווען‪,‬‬ ‫און געלערנט תורה באהאלטענערהייט בקדושה וטהרה‪ ,‬זייענדיג‬ ‫איינגעשפַארט אין א צימער אינאיינעם מיט די הייליגע ספרים‬

‫עס איז געווען שוין נאך ‪ 2:00‬אזייגער ביינאכט‪ ,‬ווען א‬ ‫גרופע עלטערע בחורים זענען שטעקן געבליבן אויפן וועסט‪-‬‬ ‫סייד הייוועי‪ ,‬די אויטא וואס זיי האבן געפירט איז ארויס‬ ‫פון דינסט און נישט געוואלט פארזעצן איר וועג‪ .‬טראצדעם‬ ‫וואס די בחורים זענען שוין ליידער נישט געווען אין א‬ ‫מסגרת פון ישיבה‪ ,‬און זענען געווען אביסל פארפארן פונעם‬ ‫גלייכן וועג‪ ,‬פונדעסטוועגן האבן זיי געוואוסט אין צייט פון‬ ‫נויט וועם צו רופן‪ ,‬און זיי האבן זיך פארבינדן מיט די חברים‬ ‫ארגאניזאציע‪ ,‬וועלכע האט זיי געזאגט אז זיי שיקן באלד‬ ‫אראפ איינס פון אירע מעמבערס זיי ארויסצוהעלפן מיטן‬ ‫פראבלעם‪.‬‬ ‫די בחורים האבן נישט געדארפט צו לאנג ווארטן ביז א גרינע‬ ‫לעקסוס דזשיפ האט זיך באוויזן אויף די סצענע‪ ,‬א אינגערמאן‬ ‫איז ארויסגעקומען מיט א בוסטער קיט אין זיין האנט‪ ,‬און ָאן‬ ‫קיין איבריגע פראגעס זיי געהאלפן צוריק מחיה מתים זיין די‬ ‫אויטא‪ ,‬און עטליכע מינוט דערויף האבן זיי געקענט ווייטער‬ ‫פארזעצן זייער וועג‪ .‬ווען איינער פון די בחורים האט געפרעגט‬ ‫דעם חברים מעמבער ווי אזוי ער הייסט‪ ,‬האט ער איידעלערהייט‬ ‫געענטפערט אליעזר יודקאווסקי‪,‬‬ ‫די סטיטשינער חסידות איז געבויט אויפן הייליגן דרך פון ראפשיץ‪ ,‬וואס צייכנט זיך אויס מיט לימוד‬ ‫דאן האט איינער פון די בחורים‬ ‫התורה בהתמדה און עבודת ה’ בצניעות און חכמה‬ ‫אויפגעכאפט אז דאס איז דאך‬ ‫דער סטיטשינער רבי פון ב”פ‪ ,‬זיי‬ ‫זענען געווארן זייער פארשעמט‬ ‫און זיך אנטשולדיגט פאר די‬ ‫טירחא‪ .‬רופט זיך דער רבי אן צו‬ ‫די בחורים‪:‬‬ ‫“וואס דען מיינט א רבי אויב‬ ‫נישט צו געבן א ‘בוסט’ פאר‬ ‫אידישע קינדער?‪”...‬‬ ‫די געשיכטע האט אויך א‬ ‫פרייליכע ענדע‪ ,‬נעמליך דער רבי‬ ‫האט ווי זיין שטייגער אויסגענוצט‬ ‫די געלעגנהייט און אריינגעגעבן‬ ‫פאר די בחורים א פארציע מוסר‪,‬‬ ‫און זיי געגעבן דעם מעסעדזש אז‬ ‫‘אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה‬ ‫גם שם נמצא השם יתברך’‪ ...‬זיי‬ ‫זענען ווי עלעקטעריזירט געווארן‬ ‫פונעם רבי’נס הארציגע רייד‬ ‫אינמיטן די נאכט דארט נעבן‬ ‫די האדסאן ריווער‪ .‬זיי זענען‬ ‫‪34‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫פאר גאנצע נעכט און טעג‪ .‬ער איז אויך געווען א געוואלדיגער‬ ‫בעל מנגן‪ ,‬און הונדערטער חסידים פלעגן צו קומען הערן זיינע‬ ‫תפלות וואס זענען געווען דורכגעווייקט מיטן ראזוואדאווער‬ ‫נוסח‪ .‬דער רבי איז צווישן אנדערס אויך געווען מפורסם אלס‬ ‫שארפער‪ ,‬און איז געווען א שטארקער מתנגד צו ציונות‪ .‬ער איז‬ ‫נפטר געווארן אין סאנוק כ”א אדר ת”ש‪ ,‬אינדערצייט וואס ער‬ ‫האט געוואלט אנטלויפן קיין רוסלאנד‪ .‬זיינע ‪ 2‬טעכטער (מזיווג‬ ‫שני) האבן חתונה געהאט צו הה”צ רבי ישראל יוסף מריגליץ ז”ל‬ ‫און הה”צ ר’ נפתלי משענדישוב ז”ל‪.‬‬ ‫זיין זון (מזיוו”ר) הה”ק רבי יודא’לע הורוויץ ז”ל איז געווען‬ ‫דער ממלא מקום פונעם טאטען‪ .‬ער איז געבוירן י”ג תמוז תרנ”ב‪,‬‬ ‫און שפעטער איז ער געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער הה”ק‬ ‫רבי יושע מריבטיטש ז”ל‪ .‬נאכדעם וואס זיין פאטער איז אריבער‬ ‫קיין טארנוב האט ער ממלא מקום געווען זיין טאטע’נס רבנות‬ ‫אין סטיטשין‪ ,‬און דארט פארגעלערנט שיעורי תורה פאר בחורים‪.‬‬ ‫בפקודת הקודש פון זיין גרויסן טאטע’ן האט ער אנגעהויבן‬ ‫נעמען קוויטלעך‪ ,‬און אנגעוואונטשן ברכות וישועות פאר מאסן‬ ‫אידן וואס זענען זיך געקומען מזכיר זיין‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס עס זענען פארביי געגאנגען מערערע יארן און‬ ‫דער רבי האט נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא‪ ,‬האט ער זיך‬ ‫אלס סגולה געצויגן קיין ארץ ישראל‪ ,‬וואו עס איז אים געבוירן‬ ‫געווארן זיין איינציגע טאכטער הרבנית חנה ע”ה‪ .‬נאך די צווייטע‬ ‫וועלט קריג האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק‪ ,‬און‬ ‫געעפנט א בית מדרש אויף די ‪50‬סטע גאס ביי ‪ 13‬עווניו‪ ,‬וועלכע‬ ‫איז באלד אויסגעשטיגן אלס לייכטורעם פאר חסידישע אידן פון‬ ‫איבער די גאנצע שטאט‪ ,‬אריינגערעכנט אלטע דורכגעווייקטע‬ ‫סטיטשינער חסידים‪ ,‬וועלכע האבן געשטראמט אין די מאסן זיך‬ ‫אנצואווארימען פון זיין הייליג פייער‪.‬‬ ‫דער רבי איז ווי באקאנט געווען א זעלטן הרגש’דיגער בעל‬ ‫תפלה און בעל מנגן‪ ,‬זיינע ניגונים און נוסחאות ביים דאווענען‬ ‫זענען געווען איין שטיק הארץ און נשמה‪ ,‬וואס האט געצויגן‬ ‫אפילו סתם עמך אידן צו קומען הערן אן אלט פארצייטישע‬ ‫חסידישע נוסח‪ ,‬עס פלעגט זיך ביי זיי אויפוועקן אלטע זכרונות‬ ‫פונדערהיים‪ ,‬און זייערע טיפסטע סטרונעס אין הארץ זענען‬ ‫בארירט געווארן דורך דעם רבי’נס הייליגע קרעכצן‪ .‬דער רבי‬ ‫איז נפטר געווארן ט’ חשון תשמ”ב‪ ,‬איבערלאזנדיג זיינע ספרים‬ ‫מנחת יהודה על התורה ומועדים‪.‬‬

‫אדמו”ר מסטיטשין‬

‫זייענדיג פון די אויסגערופענע לומדים און גרעסטע חריפים‬ ‫אין די פאנעוויטשער ישיבה‪ ,‬האט דער רבי ווייטער געוואלט‬ ‫בלייבן בין כותלי בית המדרש זיך משלים זיין בתורה ועבודה‪,‬‬ ‫און ווי זיינע חברים פון יענע יארן פארציילן איז דער רבי געווען‬ ‫ווי צוגענאגלט צו זיין שטענדער‪ ,‬און זיך נישט ארויסגערירט פון‬ ‫בית המדרש גאנצע טעג און נעכט‪.‬‬ ‫עטליכע יאר נאך זיין חתונה האט ר’ אליעזר’ל ענדליך‬ ‫באוויליגט אנצונעמען דאס געבעט פון די אלטע סטיטשינער‬ ‫חסידים‪ ,‬וועלכע האבן אים ממש ווי געצווינגען אז ער האט‬ ‫א חיוב צו מאכן זיכער אז די גאלדענע סטיטשינער קייט‬ ‫ציט זיך ווייטער‪ ,‬און איז אריבערגעקומען קיין בארא פארק‬

‫אויבן‪ :‬הרה"ק רבי איציקל מסטיטשין ז"ל מיט חתנו ריגליצער רב‬ ‫(רעכטס)‪ ,‬און החתן רבי משה הורוויץ ז"ל (לינקס)‬ ‫אונטן כ"ק אדמו"ר שליט"א מיט הה"ק ר' יודא'לע דזשיקובער ז"ל‬

‫די איינציגסטע טאכטער פון רבי יודא’לע‪ ,‬הרבנית מרת חנה‬ ‫ע”ה‪ ,‬האט חתונה געהאט מיט א חשובער ליטווישער תלמיד‬ ‫חכם‪ ,‬הה”ג רבי עובדיה יודקאווסקי ז”ל‪ ,‬וועלכער איז געווען‬ ‫ממציוני ישיבת לייקוואוד‪ ,‬און נאך די פטירה פון ר’ יודא’לע האט‬ ‫ר’ עובדיה געפירט דאס בית המדרש א קורצע תקופה‪ .‬אבער די‬ ‫חסידים האבן שוין דאן געלייגט אן אויג אויפן אינגן אייניקל פון‬ ‫רבי יודא’לע‪ ,‬דער זון פון רבי עובדי’‪ ,‬הגאון הצדיק רבי אליעזר‬ ‫יהושע שליט”א‪ ,‬וועלכער האט דאן אלס בחור געלערנט אין‬ ‫די פאנעוויטשער ישיבה אין ארץ ישראל‪ ,‬זיך בעטנדיג ביי אים‬ ‫ברחמים ובתחנונים ער זאל זיך אריבערציען קיין אמעריקע פירן‬ ‫די עדה קדושה‪.‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪35‬‬


‫איבערנעמענדיג די לייצעס פון די חסידות ביד רמה‪ ,‬און אלע‬ ‫חסידים זענען באלד צוגעצויגן געווארן צום נייעם רבין ווי‬ ‫צו א מאגנעט‪ ,‬זעענדיג אין אים אן המשכה פון זיין גרויסן‬ ‫זיידען‪ .‬זעלבסטפארשטענדליך אז אין זיין משפחה איז די נייעס‬ ‫אויפגענומען געווארן מיט שאק‪ ,‬זיינע ליטווישע עלטערן וועלכע‬ ‫זענען געווען ווייט פון חסידים און רביסטעווע‪ ,‬האבן מיט‬ ‫וואונדער באטראכט די ווייסע זאקן און סטראקעס בעקיטשע‬ ‫וואס זייער זון האט זיך דא אנגעקליידעט‪...‬‬ ‫אין די ערשטע יארן האט דער רבי יא געפלאנט‬ ‫אויסצוברייטערן די חסידות און עפענען א נעץ פון מוסדות‪ ,‬צום‬ ‫ערשט האט ער געעפנט א תלמוד תורה אונטערן נאמען תולדות‬ ‫יהודה סטיטשין‪ ,‬אבער עס האט זיך פארמאכט אין יאר תש”נ‬ ‫צוליב פארשידענע סיבות‪.‬‬ ‫דער רבי איז אויסטערליש שטארק דבוק אין זיידן ז”ל‪ ,‬ער‬ ‫אטעמט דעם זיידן‪ ,‬און יעדע תנועה קלה סיי ביים דאווענען און‬ ‫סיי ביים טיש איז דעם זיידע’נס‪ ,‬און די אלטע חסידים וועלכע‬ ‫געדענקען נאך ר’ יודא’לע בעבודתו הקדושה ווערן איבערגענומען‬ ‫מיט התרגשות‪ ,‬זיך דערמאנענדיג די אלטע גוטע צייטן‪ .‬עס גייט‬ ‫אזוי ווייט אז דער רבי שליט”א לאזט נישט איבערבויען דאס בית‬ ‫המדרש‪ ,‬וויבאלד דארט האט דער זיידע געפראוועט זיינע הייליגע‬ ‫טישן און מיט טרערן דורכגעזאפטע תפלות‪.‬‬

‫סטיטשין און איר מהלך בעבודת ה’‬ ‫עס דאווענען היינט צוטאגס אין סטיטשינער בית המדרש‬ ‫ארום ‪ 100‬חסידים באופן קבוע‪ ,‬אבער דער רבי שליט”א‬ ‫פארמאגט נאך הונדערטער חסידים ומעריצים איבער די גאנצע‬ ‫וועלט‪ ,‬וואס זעט זיך אן ימים טובים און יומי דפגרא‪ ,‬ספעציעל‬

‫בכיות נוראות ביי א הכנסת ספר תורה‬ ‫‪36‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫אין די הייליגע טעג‪ ,‬ווען עס קומען צו פארן מאסן חסידים פון‬ ‫אויסלאנד‪.‬‬ ‫צווישן די געסט וועלכע קומען צו פארן יעדעס יאר‬ ‫אויף חודש תשרי זעט זיך אן א גרופע אלטע סטיטשינער‬ ‫חסידים פון אנטוורפן‪ .‬זיי פלעגן נאך קומען צו פארן יערליך‬ ‫צו רבי יודא’לע‪ ,‬און ווען ער איז נסתלק געווארן האט זיי‬ ‫הרה”ק רבי יענקעלע ז”ל מפשעווארסק געהייסן ווייטער‬ ‫צו קומען צום היינטיגן רבי’ן שליט”א‪ ,‬זיך אויסדרוקנדיג‪:‬‬ ‫“עטץ האטס דאך א נייע רבי‪”...‬‬ ‫ווען דער רבי האט חתונה געמאכט א קינד מיט עטליכע יאר‬ ‫צוריק אין לאס אנדזשעלאס‪ ,‬זענען הונדערטער געסט געקומען‬ ‫צו פארן פון אלע עקן וועלט‪ ,‬אריינגערעכנט פון לאנדאן‬ ‫אנטווערפן מאנטשעסטער און ארץ ישראל‪ .‬עס איז געווען‬ ‫אן ערהאבן בילד צוצוקוקן ווי אזוי אלטע דוררכגעווייקטע‬ ‫סטיטשינער חסידים שטייען כעבדא מרא קמא‪ ,‬און נעמען נישט‬ ‫אראפ קיין אויג פון רבי’ן אינדערצייט וואס דער בדחן האט אים‬ ‫אויפגערופן צו מצוה טאנץ‪ ,‬ווען אנשטאט צו זיצן אויבן‪ָ-‬אן ווי‬ ‫דער שטייגער שפאצירט דער רבי דערביי אין א ווינקל פונעם‬ ‫זַאל ארויף און אראפ‪ ,‬אינגאנצן פארמוח’ט און צוקאכט‪ ,‬מיט אן‬ ‫אפענע בעקיטשע און א גלאז ברוינפן אין די האנט‪ ,‬און דערנאך‬ ‫האט דער רבי אנגעהויבן מיט זיינע ריקודין מיט א ברענעדיגע‬ ‫התלהבות דקדושה‪ ,‬אשרי עין ראתה‪...‬‬ ‫סטיטשין איז די איינציגסטע חסידות (אויסער באבוב) וואס‬ ‫רוב חסידים זענען גאליציאנער‪ ,‬און די סטיטישינער חסידים‬ ‫טענה’ן אז זיי זענען די וועלכע זענען ממשיך די גאליציאנער‬ ‫חסידות מיט שטאלץ‪ .‬די סטיטשינער חסידים דאווענען מיטן‬ ‫עכטן גאליציאנער הברה‪ ,‬ווי צ‪.‬ב‪.‬ש‪ .‬זאגן א שווא אנהויב פון א‬ ‫ווארט מיט א פתח‪( ,‬טייל זאגן אז דאס שטאמט פונעם פוילישן‬


‫הברה וואס זאגט א צירי ווי א פתח‪ ,‬אנדערע טענה’ן אז עס איז‬ ‫ליגט דערין עניני קבלה)‪ ,‬אדער א קמץ ביים סוף פון געוויסע‬ ‫ווערטער ווי א חולם‪.‬‬ ‫די סטיטשינער חסידות איז געבויט אויפן הייליגן דרך פון‬ ‫ראפשיץ‪ ,‬וואס צייכנט זיך אויס מיט לימוד התורה בהתמדה און‬ ‫עבודת ה’ בצניעות און חכמה‪ .‬רבי יודא’לע סטיטשינער ז”ל‬ ‫פלעגט זאגן‪ ,‬אז פון צווישן אלע קינדער פונעם ראפשיצער רב‬ ‫האט רבי אליעזר’ל דזשיקובער ז”ל דאס מערסטע מקבל געווען‬ ‫פארשטייענדיג די ראפשיצער מהלך און אירע מנהגים‪ .‬און פון‬ ‫צווישן די קינדער פון רבי אליעזר’ל דזשיקובער האט זיין זון דער‬ ‫ראזוואדאווער ז”ל דאס מערסטע מקבל געווען‪ ,‬און פון צווישן‬ ‫זיינע קינדער האט ר’ איציק’ל סטיטשינער ז”ל דאס מערסטע‬ ‫מקבל געווען‪ ,‬און דעריבער איז די סטיטשינער חסידות די הויפט‬ ‫ממשיך פון ראפשיץ‪.‬‬ ‫כנהוג בבית ראפשיץ דאווענט דער רבי שליט”א אין א חדר‬ ‫מיוחד נעבן די בית המדרש ‪ -‬און נישט מיטן ציבור‪ ,‬בכלל רעדט‬ ‫דער רבי נישט צופיל צופיל מיט די חסידים ומתפללים‪ ,‬זייענדיג‬ ‫מער א צוריקגעצויגענער כאראקטער‪ .‬נאכן דאווענען קומט דער‬ ‫רבי ארויס און דער ציבור גייט אדורך זאגן גוט שבת‪ ,‬ווען ער‬ ‫וואונטשט צוריק א גוט שבת פאר יעדן באזונדער מיט א ברייטע‬ ‫הארציגע שמייכל‪ .‬ווען דער רבי זעט צווישן די אדורכגייער א‬ ‫בחור אדער אינגערמאן וואס נויטיגט זיך אין חיזוק‪ ,‬וועט ער אים‬ ‫ארומנעמען מיט א ליבשאפט‪ ,‬און אפילו געבן יענעם א קוש‪...‬‬ ‫די סטיטשינער נוסחאות זענען מיוסד על פי נוסח‬ ‫ראזוואדאוו‪ ,‬וואס איז ווי באקאנט געווען צוזאמגעשטעלט‬ ‫פון קורצע תנועות‪ ,‬און נאכאנאנדע אויסבראכן פון געוויין‬ ‫אדער שמחה‪ .‬מיט א הייזעריגע שטימע צוכליפעט זיך דער רבי‬ ‫יעדע עטליכע שורות‪ ,‬פָארזינגענדיג א שורה אדער פזמון מיט‬

‫טיפע “אוח אוח אוח” קרעכצן‪ ,‬און באלד דערויף פלאצט ער‬ ‫ווידעראמאל אויס אין א געוויין‪ ,‬און דאס מתיקות איז אין לשער‬ ‫ואין לתאר‪...‬‬

‫אהבת הבורא‬ ‫בעפאר מיר גייען קאטאגאריזירן דעם רבי’ן שליט”א‬ ‫און זיין הייליגע עבודה‪ ,‬איז אינטערעסאנט אנצואווייזן אז‬ ‫זיין דרויסענדע ערשיינונג איז אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע‬ ‫געוועליכע רבי’ס און אדמורי”ם‪ ,‬ער פארמאגט נישט א ברייטע‬ ‫הוט און א לאנגע בארד יורד על פי מדותיו‪ .‬ער טראגט רימלאזע‬ ‫ברילן‪ ,‬א שיינע סוט‪ ,‬און איז גענצליך נישט מקפיד אויף גינוני‬ ‫כבוד‪ ,‬מען קען אים אפט זען דרייוון זיין דזשיפ ָאן קיין הוט‪,‬‬ ‫און צומאל אפילו אן א רעקל‪ ,‬זיך אויפפירנדיג מיט א פשטות‪,‬‬ ‫מאכנדיג א בעלבתישן רושם‪ ...‬דאס איז אבער בלויז די חיצוניות‪,‬‬ ‫אינעווייניג אין הארץ פלאקערט א הייליג פייער‪.‬‬ ‫דער סטיטשינער רבי שליט”א פארקערפערט אין זיך די מדה‬ ‫פון ‘אהבה’ אויף א זעלטענער פארנעם וואס מען זעט נישט‬ ‫יעדן טאג‪ ,‬דאס רעכנט אריין סיי אהבת הבורא און סיי אהבת‬ ‫ישראל‪ ,‬און פאר די וואס ווייסן איז דאס געווען דער דרך אין‬ ‫עבודת ה’ פון ראפשיץ‪-‬ראזוואדאוו‪ ,‬מלא אהבה געגועים ורגש‪.‬‬ ‫און דאס זעט מען ביים רבי’ן שליט”א במלוא מובן המלה‪ ,‬ער‬ ‫איז כסדר אויפגעשטורעמט ווי א שטורעם ווינט‪ ,‬און כאפט‬ ‫נאכאנאנדע אהבה אטאקעס‪ ,‬וואס קומט צום אויסדרוק מיט‬ ‫שטורעמישע טענץ און הימל שפאלטענדע בכיות‪ ,‬שמחה און‬ ‫געוויין אויסגעמישט‪ ,‬וואס קומט ארויס פון א הארץ וועלכע‬ ‫גייט אויס פארן באשעפער‪...‬‬ ‫זייענדיג איבערגענומען פון זיינע געפילן וועלכע רוישן און‬

‫פארפלאמט באש קודש אין די סוכה‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪37‬‬


‫קאכן שטענדיג מיט געגועים און ליבשאפט צום באשעפער‪ ,‬איז‬ ‫עס געגאנגען אזוי ווייט אז עס איז מיט דער צייט געווארן א‬ ‫‘קולטור’ פון וויינען און ברעטשען‪ .‬ביים דאווענען איז זיין טלית‬ ‫אדורגעווייקט פון טייכן טרערן וואס ער פארלאזט‪ ,‬ביים טיש‬ ‫פרייטאג צו נאכטס ווען ער עסט פערפל ווערט דאס טעלער‬ ‫אנגעפילט מיט טרערן‪ ,‬אפילו ביי א חתונה אדער הכנסת ספר‬ ‫תורה גיסט זיך פון רבי’נס אויגן ימים מיט טרערן‪ ,‬אזש עס איז‬ ‫ממש צום שטוינען פאר די וועלכע זעען דאס צום ערשטן מאל‪.‬‬ ‫און עס דארף אנגעוויזן ווערן‪ ,‬אז מען קען באשיינפערליך זען‬ ‫אז דאס זענען נישט געמאכטע געוויינערייען‪ ,‬נאר ער וויינט פון‬ ‫הרגש‪ ,‬און די טרערן קומען ארויס פון טיפעניש פון הארץ‪.‬‬ ‫דער רבי שליט”א איז אויך זייער מוזיקאליש געשטימט‪,‬‬ ‫און פארשטייט צו א ניגון‪ .‬עס קומט צום אויסדרוק יעדן חול‬ ‫המועד סוכות‪ ,‬שמחת בית השואבה‪ ,‬ווען דער רבי פראוועט דעם‬ ‫ושמחת בחגיך מיט א עולם חסידים‪ ,‬זיצנדיג בראש המסובים מיט‬ ‫אן אלטע אפגעריבענע פיאנא אויפ’ן טיש‪ ,‬און ער שפילט מיט‬ ‫פארגלייזטע אויגן אויפן פיאנא‪ ,‬נישט אויסלאזנדיג קיין קארד‪,‬‬ ‫און איינס נאכן אנדערן שאקלט זיך ארויס הארציגע ניגונים‪ ,‬דער‬ ‫רבי גיסט אויס זיין גאנצע הארץ און נשמה‪ ,‬ווען עמערס הייסע‬ ‫קאכעדיגע טרערן פליסן פון זיינע אויגן‪ ,‬ווען פון מאל צומאל‬ ‫גיבט זיך א רייס ארויס מיט א געשטיקטע קול עטליכע ווערטער‬ ‫פונעם ניגון‪ ,‬עס דאכט זיך ווי די ווענט זינגען מיט‪.‬‬ ‫דאס איז א מחזה נורא‪ ,‬דער רבי זיצט דארט פארנט פון‬ ‫די פיאנא אבער זיין נשמה שוועבט זייער ווייט אוועק‪ ,‬ער‬ ‫זיצט לאנגע שעות נאכאנאנד אן זיך אויפשטעלן אינדערמיט‪,‬‬ ‫אפילו א טראפ וואסער נעמט ער נישט אין מויל‪ .‬און מיט זיין‬ ‫געוואלדיגע גרויסע כח אין מוזיק פארטייטשט ער יעדעס ווארט‬ ‫אינעם ניגון‪ ,‬ווען דער גאנצער ציבור זינגט מיט און הארמאנירט‪,‬‬

‫איבערכאפנדיג אביסל פון די עלעקטערישע כוחות וואס דער‬ ‫רבי פארשפרייט איבערן גאנצן היכל‪...‬‬

‫אהבת ישראל‬ ‫די מדה פון אהבת ישראל וואס מען זעט ביים רבי’ן שליט”א‬ ‫איז ממש נורא נוראות‪ ,‬ער האט דאס גענומען אלס זיין לעבנס‪-‬‬ ‫פראיעקט צו זיין א שותף מיט יעדן איד וואס געפינט זיך אין א‬ ‫צרה אדער קלעם‪ ,‬נושא בעול זיין מיט יענעם‪ ,‬און זיך עכט מצער‬ ‫זיין און מיטטיילן בצערן של ישראל‪ .‬מען קען דאס זען ווען אידן‬ ‫קומען מזכיר זיין א צרה‪ ,‬ווען ער הערט איבער א חולה‪ ,‬אדער‬ ‫מנחם אבל זיין ביי א פאמיליע וועלכע איז אדורך א טראגעדיע‪,‬‬ ‫ווי ער וויינט בדמעות שליש‪ ,‬נישט קענענדיג קומען צו זיך פאר‬ ‫צער און טיפע ווייטאג‪ ,‬טראצדעם וואס ער קען נישט פערזענליך‬ ‫יענעם באטרעפענדן מענטש אדער משפחה‪.‬‬ ‫עס גייט אבער נאך ווייטער פון דעם‪ ,‬נישט בלויז שפירט‬ ‫דער רבי שליט”א א צווייטן איד’ס ווייטאג‪ ,‬נאר ער נעמט זיך‬ ‫אזוי שטארק צום הארצן צרות ישראל אז זיין הארץ ווערט ממש‬ ‫צובראכן דערפון‪ ,‬און עס קאסט אים שטיקער געזונט יעדעס‬ ‫מאל‪ .‬אין רעזולטאט לייגט ער זיך אריין בלב ונפש צו פרובירן‬ ‫העלפן יענעם אין זיין צרה‪ ,‬ער וועט זיך אריינטון און אדורכטון‬ ‫דעם ענין גאנצע טעג און וואכן‪ ,‬ער וועט שטודירן מחלות און‬ ‫קאורט קעיסעס‪ ,‬צו פארשטיין און ארויסהאבן גוט די זאך‪ ,‬צו‬ ‫קענען יענעם העלפן‪ .‬ער וועט אראפפארן קיין לאס אנדזשעלאס‬ ‫צוריקצושטעלן שלום בית ביי א איד אינדערהיים‪ ,‬פשוט ווייל‬ ‫אנדערש וועט ער נישט האבן מנוחה און ער וועט נישט קענען‬ ‫איינשלאפן ביינאכט‪ .‬ער וועט פארן קיין לאנדאן פאר עטליכע‬ ‫שעה בלויז מקיים צו זיין דעם והשיב לב בנים אל אבותם‪ ,‬אדער‬

‫הה”ק רבי יודא’לע סטיטשינער ז”ל גייענדיג צו א חופה פון א תלמיד‬ ‫‪38‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫ביז קיין ארץ ישראל מחזק צו זיין אן ארטיגער צובראכענער איד‪.‬‬ ‫זייער אפט פארט דער רבי זיך משתתף זיין אין א שמחה פון א‬ ‫לב נשבר‪.‬‬ ‫ווען עס קומט צו חולי ישראל‪ ,‬קראנקע קינדערלעך‪ ,‬ספעציעל‬ ‫די וועלכע מוטשען זיך מיט די ביטערע מחלה ל”ע‪ ,‬דאן גייט דער‬ ‫רבי שליט”א ארויס פון זיינע גדרים‪ .‬ער גיבט אוועק א גרויס‬ ‫טייל פון זיין לעבן פארברענגענדיג מיט חולים אין שפיטעלער‪,‬‬ ‫טוענדיג אלעס אין דער וועלט צו פארגרינגערן זייערע ליידן און‬ ‫זיי מאכן גוט שפורן‪ .‬נישט בלויז וועט דער רבי פארקוקן אויף זיין‬ ‫כבוד ווען עס קומט מחזק צו זיין חולי ישראל‪ ,‬נאר ער וועט מיט‬ ‫מסירת נפש אוועקגעבן אלעס פון זיך זיי ארויסצוהעלפן‪.‬‬ ‫יעדן זומער קומט דער רבי שליט”א אין ‘קעמפ שמחה’ וויילן‬ ‫אינאיינעם מיט די טייערע קינדערלעך וואס נויטיגן זיך אין א‬ ‫ישועה‪ ,‬און ער לייגט דערביי אין א זייט אלע בושות און כבוד‪ ,‬ער‬ ‫טוט זיך אן א קאסטיום‪ ,‬פארבט זיך דאס פנים מיט פיל‪-‬פארביגע‬ ‫קאלירן‪ ,‬טאנצנדיג לאנגע שטונדן פאר די קינדער אינאיינעם‬ ‫מיט די אנדערע וואלונטירן‪ ,‬זיך אויסדרוקנדיג דערביי‪ ,‬אז אלעס‬ ‫איז כדאי ארויסצוברענגען א שמייכל אויף די פנימ’ער פון די‬ ‫צובראכענע קינדער וועלכע מוטשען זיך ליידער אזוי שטארק‬ ‫ה”י‪.‬‬

‫מחזיר נשמות‬ ‫אזוי אויך האט דער רבי שליט”א א שוואכקייט ווען עס‬ ‫קומט צו בחורים וועלכע גליטשן ליידער פון וועג ל”ע‪ ,‬שטעלנדיג‬ ‫אלס ציל אין זיין לעבן מחזיר זיין בתשובה פארבלאנדזשעטע‬ ‫נשמות‪ ,‬און מיט זיין צוגעלאזענע ליבליכע סטיל טוט ער אויף‬ ‫גדולות ונצורות‪ .‬אסאך פון די ‘או‪-‬טי‪-‬דיס’ ‪ -‬ווי מען רופט‬ ‫זיי דרייען זיך ביי אים און שעפן ביי אים חיות‪ ,‬ער לאזט זיך‬ ‫אראפ רעדן זייער שפראך‪ ,‬זינגען זייערע ניגונים‪ ,‬און מאכט זיי‬ ‫שפירן אז ער פארשטייט זיי און אידענטיפיצירט זיך מיט זייערע‬ ‫שוועריגקייטן‪ ,‬סיי אין אידישקייט און סיי אינעם טאג טעגליכער‬ ‫לעבן‪ ,‬און באגיסט זיי מיט גרעניצלאזע ליבשאפט וואס זיי דארפן‬ ‫אזוי שטארק‪.‬‬ ‫און ווי מען זעט טוט ער געוואלדיג אויף אין דעם געביט‪,‬‬ ‫ווער עס איז שוין אמאל אריינגעפאלן אין סטיטשין האט זיכער‬ ‫באגעגנט עטליכע פון די חברה‪ ,‬וועלכע זענען אמאל געווען‬ ‫שוואך אין אידישקייט און א דאנק דעם רבי’נס פעולות האבן‬ ‫זיי זוכה געווען צוריקצוקומען צום ערליכן אידישן וועג‪ .‬דער‬ ‫רבי גיבט זיך אפ מיט זיינע ‘צדיקים’ ‪ -‬ווי ער רופט זיי‪ ,‬ער קען‬ ‫ארויסגיין אינדרויסן אינמיטן דאווענען מחזק צו זיין א אינג‬ ‫בחור’ל וועלכער דארף חיזוק‪ .‬און ווען אן א‪.‬ג‪ּ‘ .‬בָאם’ קומט‬ ‫אריין צום טיש וועט ער אים ארויפרופן און זעצן אויבן אן הארט‬ ‫נעבן זיך‪ ...‬דאס איז מחייב די בחורים וועלכע ווייסן אז זיי זענען‬ ‫‘בעסט‪-‬פרענדס’ מיטן רבי’ן‪ ,‬צו פארבעסערן זייער התנהגות‪ ,‬און‬ ‫קומען דאווענען ביים רבי’ן אין בית המדרש‪...‬‬ ‫זייענדיג א חריף קומט דער רבי שליט”א כסדר אויף מיט‬ ‫בליציגע געדאנקען אריבער צו געווינען דאס הארץ פון די‬ ‫פארבלאנדזשעטע בחורים‪ ,‬א ביישפיל איז געווען מיט עטליכע‬ ‫יאר צוריק עשרת ימי תשובה‪ ,‬ווען דער רבי האט אויסגעפינען‬ ‫אז עס גייט פארקומען א פארזאמלונג פון א גרופע שוואכע‬

‫יוגענטליכע ה”י‪ .‬דער רבי האט נישט געטראכט קיין צוויי‪ ,‬ער‬ ‫איז באלד צוגעפארן צום מונקאטשער בית מדרש וואו מען‬ ‫האט פארקויפט כפרות‪ ,‬ער האט איינגעקויפט צוויי קעסטלעך‬ ‫לעבעדיגע הינער‪ ,‬דאס אריינגעלייגט אין זיין דזשיפ‪ ,‬און זיך‬ ‫ארויסגעלאזט אין איילעניש צום ארט וואו די פארזאמלונג האט‬ ‫געזאלט פארקומען‪.‬‬ ‫אנקומענדיג האט ער געגעבן א שלעפ ארויס די כפרות פון‬ ‫זיין אויטא‪ ,‬און זיי האבן אנגעהויבן ארומצולויפן און טאנצן‬ ‫קוויטשענדיג אויף די העכסטע טענער‪ ,‬אזש עס איז געווארן‬ ‫א בהלה‪ .‬דער רבי האט דאן אנגעהויבן שלאגן כפרות ווי דער‬ ‫מנהג פאר יעדן באזונדער‪ ,‬פארגיסנדיג דערביי טייכן טרערן‪ .‬עס‬ ‫איז איבעריג צו זאגן אז פונעם גאנצן פארזאמלונג איז גארנישט‬ ‫געווארן‪ ,‬אלע זענען זיי זיך צוגאנגען מיט הרהורי תשובה‪...‬‬

‫‘אוח אוח אוח’‪...‬‬ ‫דער רבי שליט”א איז אבער ‪ -‬ווי דערמאנט נישט בלויז א‬ ‫רבי פאר פארלוירענע נשמות‪ ,‬פאקטיש קלאמערן זיך לאורו‬ ‫הגדול הונדערטער חסידים ואנשי מעשה‪ ,‬בעלי קומה קרואי‬ ‫מועד אנשי שם‪ ,‬אריינגערעכנט מערערע חסידים פון זיין זיידע‬ ‫ר’ יודא’לע ז”ל און סתם חסידישע גאליציאנע אידן‪ ,‬וואס‬ ‫האלטן פון אים גדולות ונצורות‪ ,‬און זעען אין זיין הנהגה א‬ ‫דירעקטע המשך צום ראפשיצער דרך‪ .‬אט די אידן לעבן אצינד‬ ‫מיט גאר דערהויבענע טעג אינאיינעם מיטן רבי’ן שליט”א‪,‬‬ ‫וועלכער פירט זיין הייליגע עבודה דורכאויס די פארכטיגע ימים‬ ‫נוראים מיט רגש און אהבה‪ ,‬זיך בעטנדיג ביים טאטע’ן אין הימל‬ ‫מיט געגועים‪‘ :‬פתח שערי שמים לתפלתינו’‪‘ ...‬שמע קולינו חוס‬ ‫ורחם עלינו’‪ ...‬און ‘חדש עלינו שנה טובה’‪‘ ...‬אוח אוח אוח’‪...‬‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪39‬‬


‫די רעוואלוציע אין סת”ם‬

‫‪40‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫דורכאויס די לעצטע ‪40‬‬ ‫יאר האט הרב החסיד‬ ‫המרומם רבי דוד לייב‬ ‫גרינפעלד שליט”א‬ ‫מייסד וועד משמרת‬ ‫סת”ם זוכה געווען צו‬ ‫מאכן א רעוואלוציע‬ ‫אין די וועלט פון סת”ם‪,‬‬ ‫אנגעהויבן פון אויסראטן‬ ‫די פסול’ע מזוזות וואס‬ ‫האבן פארפלייצט די‬ ‫אידישע גאס‪ ,‬כתב‬ ‫קבלה פאר איבער‬ ‫‪ 20,000‬סופרים‪ ,‬ביז‬ ‫די בדיקת סת”ם דורכן‬ ‫קאמפיוטער * לכבוד ימי‬ ‫הרחמים וואס דער מנהג‬ ‫איז בודק צו זיין סת”ם‪,‬‬ ‫האבן מיר אפגעהאלטן‬ ‫גאר אן אינהאלטסרייכן‬ ‫שמועס מיט ר’ דוד‬ ‫לייב ווי ער דעקט אויף‬ ‫וואונדערליכע שטריכן‬ ‫און אינטרעסאנטע‬ ‫פרטים * משמרת‬ ‫למשמרת‬

‫אריינפיר‬ ‫עס איז געווען א הייסער טאג אינעם זומער פון יאר תשמ”ח‪,‬‬ ‫אין אפיס פון וועד משמרת סת”ם אין בני ברק‪ .‬נאך פיר יאר‬ ‫שווערע הארעוואניע דורך די וועלט’ס גרעסטע קאמפיוטער‬ ‫ספעציעליסטן‪ ,‬האט מען ענדליך פארענדיגט דעם גראנדיעזער‬ ‫פראיעקט צו קענען בודק זיין א ספר תורה פון אירע טעותים‬ ‫דורך א גאר וואונדערליכע קאמפיוטער פראגראם‪ ,‬און אט גייט‬ ‫מען אדורכפירן די ערשטע בדיקה אויפן נייעם פראגראם!‪...‬‬ ‫אינעם אפיס פון משמרת סת”ם זענען פארזאמעלט חשובע‬ ‫רבנים און עסקנים‪ ,‬די ערשטע קאמפיוטער בדיקה גייט מען‬ ‫דורכפירן אויף א ספר תורה וואס מען האט אריינגעגעבן צום‬ ‫בית המדרש ‘שבט הלוי’ מיט פופצן יאר פריער‪ ,‬לע”נ דעם‬ ‫באקאנטן מוהל הרב חכם צבי האלברשטאם ז”ל‪ ,‬ברודער פון‬ ‫הגאון רבי משה האלברשטאם זצ”ל חבר הבד”צ‪.‬‬ ‫אלע אנוועזנדע שטייען ווי צוגענאגלט צו זייערע ערטער מיט‬ ‫אן איינגעהאלטענעם אטעם‪ ,‬ווען דער קאמפיוטער הויבט אן צו‬ ‫סקענען דעם גאנצן ספר תורה מיט א געוואלדיגע שנעלקייט‪.‬‬ ‫אט וועט זי ארויסגעבן די רעזולטאטן‪...‬‬ ‫נישט מער און נישט ווייניגער‪ ,‬די ספר תורה פארמאגט פינף‬ ‫טעותים!‪...‬‬ ‫עס האט געהערשט אזא שטילקייט אז מען האט געקענט‬ ‫הערן א פליג פארביי פליען אינעם צימער‪ ,‬די אנגעצויגנקייט און‬ ‫דראמא האט מען געקענט שניידן מיט א מעסער‪ ,‬עס איז געווען‬ ‫א בחינה פון ‘וגילו ברעדה’‪ .‬פון איין זייט האט זייער וויי געטוהן‬ ‫די אנטדעקטע טעותים‪ ,‬אבער פון די אנדערע זייט איז עס דאך‬ ‫געווען א גרויסע שמחה‪ ,‬אז ענדליך ווייסט מען אז כאטש פון‬ ‫איצט איז די ספר תורה אינגאנצן ריין פון טעותים‪.‬‬ ‫דאס איז געווען די אנהויב פון א רעוואלוציע אין די‬ ‫וועלט פון סת”ם‪ ,‬וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן אין די‬ ‫היסטאריע זינט מתן תורה!‪ ...‬מען האט זיך גענומען בודק זיין‬ ‫ספרי תורה ‘רעכטס און לינקס’‪ .‬ספרי תורה וואס מען האט שוין‬ ‫געליינט אין זיי צענדליגער יארן‪ ,‬טויזנטער מענטשן האבן אויף‬ ‫זיי עולה געווען לתורה און געמאכט צאללאזע ברכות‪ ,‬און די‬ ‫רעזולטאטן זענען געווען שאקירענד‪...‬‬ ‫פון די ערשטע זעכציג ספרי תורה וואס די קאמפיוטער האט‬ ‫בודק געווען‪ ,‬זענען בלויז ‪ 9‬ארויסגעקומען אינגאנצן ריין פון‬ ‫גרייזן!‬ ‫אבער בעפאר מיר לאזן זיך אריין ווי אזוי עס איז צושטאנד‬ ‫געקומען דער גאנצער געדאנק פון בדיקת ספר תורה דורכן‬ ‫קאמפיוטער‪ ,‬דארפן מיר צוריקגיין מיט עטליכע צענדליגער יארן‬ ‫און זיך באקענען מיטן ווייטאגליכער מצב פון סת”ם נאך די‬ ‫קריג‪ ,‬און די גרויסע תיקונים וואס זענען געמאכט געווארן אין‬ ‫דעם הינזיכט דורך די וועלט בארימטע הייליגע ארגאניזאציע‬ ‫‘משמרת סת”ם’‪:‬‬

‫מגן בית שאול‬ ‫זיך צו באקענען מיט די געוואלדיגע פעולות פון משמרת‬ ‫סת”ם‪ ,‬האבן מיר זיך פארבינדן מיט הרב החסיד המרומם‪,‬‬ ‫איש האשכולות‪ ,‬רבי דוד לייב גרינפעלד שליט”א פון בארא‬ ‫פארק‪ ,‬א איד אין די זעכציגער יארן מיט א הדרת פנים און‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪41‬‬


‫פאטריכאלישער געשטאלט‪ ,‬א קריסטאל זילבער‪-‬ווייסע בארד‬ ‫וועלכע איז יורד על פי מדותיו‪ ,‬און א פארצייטישע רבנישע‬ ‫סאמעטענע הוט אויפן קאפ‪ ,‬וועלכער פארקערפערט אין זיך גאר‬ ‫אסאך היסטאריע‪ ,‬אריינגערעכנט פארבינדונגען מיט די גרעסטע‬ ‫גדולי ישראל דורכאויס די לעצטע פערציג יאר‪ ,‬און איז זעלבסט‬ ‫א לעבעדיגע ענציקלאפעדיע אויף אלע עניני סת”ם‪.‬‬ ‫ר’ דוד לייב איז אליינס א גרויסער יחסן‪ ,‬א בן אחר בן צו‬ ‫הגה”ק רבי שאול יחזקאל גרינפעלד זצ”ל בעל ‘מגן שאול’‪,‬‬ ‫באקאנט אלס ‘רבי שאול ליטשיקער’‪ ,‬וואס טראצדעם וואס ער‬ ‫האט נישט פארנומען א רבנישע שטעלע האט ער מפיץ געווען‬ ‫אור התורה והחסידות אין סלאוואקיי פון זיין שטעטל ליטשיק‪,‬‬ ‫וואו ער איז אהין געשיקט געווארן דורך זיין גרויסן רבי דער‬ ‫הייליגער ‘ישמח משה’‪ .‬די איינציגסטע ‘כתב סמיכה’ וואס איז‬ ‫היינט באקאנט פונעם ישמח משה איז טאקע צו רבי שאול‪ .‬ר’‬ ‫דוד לייב’ס אקטיוויטעטן לטובת בית אבותיו‪ ,‬איז ווערט אן‬ ‫ארטיקל פאר זיך‪ ,‬ועוד חזון למועד‪.‬‬ ‫ר’ דוד לייב’ס פאטער‪ ,‬הרה”ח המרומם רבי ברוך גרינפעלד‬ ‫ז”ל איז געווען דער לעצטער ‘אור אייניקל’ פון רבי שאול זצ”ל‪,‬‬ ‫און די קשר צו סת”ם האט ר’ דוד לייב גע’ירש’נט פון זיין פאטער‪,‬‬ ‫ווי ערווענט ווייטער אינעם ארטיקל‪.‬‬

‫א דרשה פון סאטמארע רב זי"ע רודערט‬ ‫אויף יהדות אמעריקע‬ ‫ווען ר’ דוד לייב שליט”א הויבט אן צו פארציילן ווי אזוי‬ ‫אלעס האט זיך אנגעהויבן‪ ,‬גייט ער צוריק ביזן יאר תשכ”א‪ ,‬ווען‬ ‫הגה”ק מסאטמאר זצ”ל האט פארופן א דרינגענדע ‘כינוס כללי’‪,‬‬ ‫צו וועלכע עס זענען זיך צוזאמגעקומען צענדליגער רבנים גאונים‬ ‫וצדיקים‪ ,‬אבער צו אלעמענס איבעראשונג האט סאטמאר’ער‬ ‫רב זצ”ל אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה איבער א נושא‬ ‫וואס קיינער האט בכלל נישט געקלערט אז ער וועט רעדן‪ :‬עניני‬ ‫סת”ם!‪...‬‬ ‫דער רבי האט דאן גאר שטארק פארפירט איבערן שרעקליכן‬ ‫מצב פון תפילין און מזוזות‪ ,‬זאגענדיג צווישן אנדערס‪“ :‬נישט‬ ‫רובא דרובא זענען פסול‪ ,‬נאר כמעט רובה ככולה ניין און ניינציג‬ ‫פראצענט זענען פסול’ע מזוזות און תפילין!”‪...‬‬ ‫עס איז געווען א וואונדער ביי אלע באטייליגטע וואס האט‬ ‫דא פאסירט?‬ ‫ווען איך בין געווען ‪-‬אין יאר תשל”ו‪ -‬ביי הגאון רבי משה‬ ‫פיינשטיין זצ”ל‪ ,‬וועלכער האט זיך אויך באטייליגט ביים‬ ‫דעמאלסדיגן ‘כינוס כללי’‪ ,‬האט מיר דער גאון זצ”ל דאן‬ ‫פארציילט זיין גרויסער וואונדער אויף די דרשה פון הרה”ק‬ ‫מסאטמאר זצ”ל‪ ,‬אז ער האט בכלל נישט געקלערט אז דער רבי‬ ‫וועט רעדן דערוועגן‪...‬‬ ‫ווי איך האב שפעטער מברר געווען‪ ,‬איז דאס געקומען אין‬ ‫רעזולטאט פון די פעולות פון הרה”ח רבי דוד נתן לעזער זצ”ל‪,‬‬ ‫מח”ס ‘מכתם לדוד’‪ ,‬וואס האט נאך אזוי פרי ווי יאר תשי”א‬ ‫געגרינדעט א חברה ‘מלביש ערומים’‪ ,‬און ער האט מעורר‬ ‫געווען אידן איבער די גאנצע וועלט איבער די מכשולות פון‬ ‫פסול’ע סת”ם‪ .‬אין יאר תשכ”א איז ער ארומגעגאנגען צו אלע‬ ‫רבנים אין ארץ ישראל זיי מעורר צו זיין איבערן פראבלעם‪,‬‬ ‫‪42‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫און צוריקקומענדיג קיין אמעריקע איז ער אריין צו הגה”ק‬ ‫מסאטמאר‪ ,‬און אים אויך פארציילט אז מען פארקויפט אין אלע‬ ‫געשעפטן תפילין ומזוזות וואס רוב דערפון זענען פסול! דאס‬ ‫האט גורם געווען אז דער רבי זצ”ל זאל אויפשטורעמען דעם‬ ‫דעת הקהל דערוועגן‪.‬‬ ‫דער פראבלעם פונעם מצב פון סת”ם אין אמעריקא נאך‬ ‫די קריג איז געווען ווי פאלגענד‪ :‬אמאל ‘אין דערהיים’ אין‬ ‫די שטעטלעך איז ווי באקאנט געווען דער לאקאלער רב דער‬ ‫דיין דער סופר דער שוחט א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬און מער ווייניגער האט מען‬ ‫געקענט אנהאלטן קאנטראל אויף די סת”ם וואס מען האט‬ ‫פארקויפט אין שטאט‪ ,‬וויסנדיג ווער עס האט זיי געשריבן און‬ ‫די כשרות דערפון‪ .‬אבער נאך די צווייטע וועלט קריג ווען א טייל‬ ‫פון כלל ישראל איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל‪ ,‬און אנדערע‬ ‫צענדליגער טויזנטער אידן זענען געקומען קיין אמעריקע‪ ,‬איז‬ ‫נאטורליך אנטשטאנען א גרויס פארלאנג פאר תפילין און‬ ‫מזוזות‪.‬‬ ‫נאכצוקומען דער גרויסער פארלאנג איז דאן אויפגעקומען‬ ‫א ‘דור’ פון טויזנטער סופרים‪ ,‬רוב פון זיי זענען געווען ליידיגע‬ ‫אינגען‪ ,‬נערים המנוערים‪ ,‬וועלכע האבן געשריבן צענדליגער‬ ‫טויזנטער מזוזות ותפילין אין א מאסן פראדוקציע‪ ,‬און מען האט‬ ‫זיי אפגעשיקט קיין אמעריקע וואו זיי זענען פארקויפט געווארן‬ ‫דורך ‘סוחרים’ פאר שפאט ביליגע פרייזן‪ ,‬און ווי מער דער‬ ‫פארלאנג אין אמעריקע איז געוואקסן אלס מער האבן געהאלטן‬ ‫אין איין צוקומען אין א”י נאך טויזנטער אזעלכע שרייבערס‪,‬‬ ‫וועלכע מען האט איינגעשפאנט צו שרייבן וויפיל עס לאזט זיך‪.‬‬ ‫לויט עדות זענען צווישן די סופרים געווען קלים וריקים‪ ,‬מחללי‬ ‫שבתות‪ ,‬וועלכע האבן געשריבן די תפלין און מזוזות אינאיינעם‬ ‫מיט זייערע פרויען און קינדער אין סאמען שבת קודש רח”ל‪.‬‬ ‫דער הויפט פראבלעם איז געווען דאס אז דער קונה האט‬ ‫נישט געוואוסט ווער דער סופר איז‪ ,‬צו ער איז בכלל א שומר‬

‫הרב החסיד המרומם רבי דוד לייב גר"פ שליט"א בשעת'ן‬ ‫אינטערוויו מיט טריביון‬


‫תורה ומצוות‪ ,‬סך הכל האט ער געקענט דעם ‘סוחר’ וועלכער‬ ‫האט אים פארקויפט די מזוזות‪ ,‬אזוי האט זיך געשאפן דער מצב‬ ‫אז גאנץ אמעריקע איז געווארן פיל מיט פסולע מזוזות‪ .‬דאן‬ ‫פלעגט דאס זיין די קליינטשיגע צוויי אינטש’יגע מזוזות‪ ,‬וועלכע‬ ‫זענען געווען גענצליך פסול‪ ,‬און טויזנטער היימישע שטובער‬ ‫זענען ליידער געווען באצירט דערמיט‪ .‬די דערמאנטע דרשה פון‬ ‫סאטמארע רב ז”ל איז געדרוקט אין דברי יואל פר’ נשא‪ ,‬און‬ ‫עס איז כדאי צו זען אינעווייניג ווי דער רבי ז”ל לייגט אראפ‬ ‫באריכות דעם געפערליכן מצב‪ ,‬אז עס זענען פארהאן מזוזות‬ ‫וועלכע זענען געשריבן אויף פאפיר און מיט פשוט’ער פעדער‪...‬‬

‫גרינדונג פון משמרת סת”ם‬ ‫אסרו חג שבועות תשל”ד‪ ,‬איז מיין פאטער ע”ה געקומען‬ ‫קיין אמעריקע דאס ערשטע מאל זיך צו באטייליגן ביי זיין‬ ‫נעפיו’ס חתונה‪ ,‬האב איך דאן אים איבערגערעדט אז ער זאל‬ ‫שוין בלייבן דא אביסל צו זיין מיט די אייניקלעך‪.‬‬ ‫אזוי ווי איך בין שוין דאן געווען אביסל אריינגעטון אין עניני‬ ‫סופרות‪ ,‬איך פלעג בודק זיין גאר אסאך מזוזות‪ ,‬האט מיין טאטע‬ ‫באמערקט אז רוב מזוזות וואס מען ברענגט צו מיר זענען ‪ -‬אין‬ ‫בעסטן פאל א שטארקע ‘דיעבד’‪ .‬ער איז געווען גאר שטארק‬ ‫אומצופרידן דערפון‪ ,‬טענה’נדיג‪“ :‬וואס האסטו פון בודק זיין די‬ ‫תפילין ווען דו זעסט קלאר אז קלים וריקים האבן עס געשריבן?”‬ ‫איך האב אים געענטפערט‪ ,‬אז מען דערקענט אז ער איז נישט‬ ‫דא אין אמעריקע‪ ...‬אפשר אויב ער וועט דא בלייבן וועט עס‬ ‫משפיע זיין לטובה‪.‬‬ ‫מיין טאטע איז שוין טאקע געבליבן דאהי‪ ,‬און יענעם זומער‬ ‫האט ער בודק געווען צענדליגער מזוזות אין די באנגעלאו‬ ‫קאלאניעס‪ .‬זעענדיג אז עס איז פארהאן אסאך אויפצוטון‪ ,‬האבן‬ ‫מיר אום חודש אלול געעפנט א ספעציעלע געשעפט מיטן נאמען‬

‫דאס ערשטע בריוו פון הגאון הגדול מרן רבי שמואל הלוי‬ ‫וואזנער שליט”א‬

‫‘מרכז תשמישי סת”ם’ אויף ‪16‬טע עוועניו קארנער ‪48‬סטע גאס‪.‬‬ ‫איך געדענק ווי העכער דעם ‘מרכז’ האט דאן געוואוינט‬ ‫א גרויסער גאון‪ ,‬רבי אריה קאפלאן ז”ל‪ ,‬ער איז שטארק‬ ‫באאיינדרוקט געווארן פון מיין טאטע און זיין ארבייט‪ ,‬און האט‬ ‫דאן פארשפרייט א קונטרס אין ענגליש איבער די וויכטיגקייט‬ ‫פון מדקדק זיין אויף כשרות הסת”ם‪ .‬עטליכע חדשים דערויף‬ ‫האב איך אויך געדרוקט אין ענגליש א קונטרס‪A Guide to :‬‬ ‫‪ ,Mezuzah‬וואס איז ב”ה שטארק פארשפרייט געווארן‪.‬‬ ‫צוליב דער גרויסער אויפוואכונג זענען גאר אסאך מזוזות‬ ‫אריינגעברענגט געווארן צו מיין טאטענס ‘מרכז תשמישי סת”ם‪,‬‬ ‫מען זאל עס בודק זיין‪ .‬און צו זיין גרויס ווייטאג האט מיין‬ ‫טאטע באמערקט אז רוב מזוזות זענען די דערמאנטע קליינע‬ ‫‪ 2‬אינטשיגע מזוזות‪ ,‬וואס א גרויס טייל פון זיי זענען אינגאנצן‬ ‫פסול‪ .‬זייענדיג ערשיטערט פונעם מצב האט מיין טאטע מיר‬ ‫געהייסן שרייבן א ‘שאלה’ צום הגאון הרב וואזנער שליט”א פון‬ ‫בני ברק‪ ,‬צו הערן זיין מיינונג איבער די קליינע סארט מזוזות‪.‬‬ ‫עס איז נישט אריבער קיין צוויי וואכן און עס איז אנגעקומען‬ ‫די תשובה פון הרב וואזנער שליט”א‪ ,‬אז מען דערקענט פון‬ ‫די קליינע מזוזות אז זייערע שרייבער זענען “ריקים ונערים‬ ‫מנוערים מתורה ויראת שמים”‪ .‬מיין פאטער האט אויפגעהאנגען‬ ‫די תשובה אויפן וואנט נעבן דער אריינגאנג צו זיין אפיס‪.‬‬ ‫קיין ערנסטע תיקונים אינעם פעלד פון סת”ם זענען אבער‬ ‫נישט פארגעקומען ביז אין יאר תשל”ו לפ”ק‪ ,‬ווען מיר האבן‬ ‫בס”ד מייסד געווען דער וועד ‘משמרת סת”ם’‪ ,‬וואס אגב‪,‬‬ ‫הגה”צ מוואוידיסלאב זצ”ל האט פארגעשלאגן דער נאמען‪,‬‬ ‫און ער איז אונז געשטאנען צו הילף ביים אוועקשטעלן די‬ ‫תקנות‪ ,‬עס זאל זיין א תיקון ווי עס דארף צו זיין‪ .‬מיר האבן‬ ‫אנגעהויבן מעורר צו זיין אידן איבער דעם גרויסן מכשול פון‬ ‫פסול’ע סת”ם‪ ,‬און אנגעצייגט איבער וואס מען דארף נזהר‬ ‫זיין‪ ,‬מיר האבן אויפגערודערט כלל ישראל שבגולה‪ ,‬מיר זענען‬ ‫ארום געפארן אין אלע שטעט איבער גאנץ אמעריקע‪ ,‬האלטנדיג‬ ‫דרשות צו די אמעריקאנער אידן זיי זאלן וויסן וואס דא גייט‬ ‫פָאר‪ ,‬און ב”ה היינט צו טאגס קען מען קוים געפינען די קליינע‬ ‫צוויי אינטש’יגע פסול’ע מזוזות סיי וואו אין גאנץ אמעריקע‪,‬‬ ‫און דער גרויסער דרוק פונעם ארטאדאקסישער קאנסומער‬ ‫האט פארלאנגט אויסדרוקליך כשר’ע און מהדר’דיגע סת”ם‪.‬‬ ‫אין יענע תקופה פון תשל”ו לפ”ק‪ ,‬האבן מיר זוכה געווען‬ ‫אז הרב וואזנער שליט”א איז געקומען קיין אמעריקע‪ ,‬און ער‬ ‫האט אראפגעשטעלט די יסודות פאר די הנהלה פונעם ועד‪.‬‬ ‫אין די קומענדיגע חדשים האבן מיר באקומען נאך עטליכע‬ ‫בריוון און תשובות פון הרב וואזנער שליט”א‪ ,‬ווי ער האט אונז‬ ‫פונקטליך געענטפערט אויף אלע שאלות‪ ,‬און געוויזן דעם דרך‬ ‫המלך וויאזוי מען זאל זיך פירן‪.‬‬ ‫דורכאויס דער באזוך פון הרב וואזנער שליט”א איז אויך‬ ‫פארגעקומען צוויי גרויסע אסיפות דא אין אמעריקע‪ ,‬איינס אין‬ ‫מאנהעטן אין ישיבת ‘תפארת ירושלים’ פון הגאון רבי משה‬ ‫פיינשטיין זצ”ל‪ ,‬און די צווייטע אין בארא פארק‪ .‬מען קען זען‬ ‫אין די הקדמה פון שבט הלוי חלק ד’‪ ,‬ווי הרב וואזנער שליט”א‬ ‫דערמאנט זיין דרשה וואס ער האט געהאלטן ביי דער אסיפה‪.‬‬ ‫איך געדענק נאך ווי יענעם זומער תשל”ו לפ”ק‪ ,‬נאכן גרויסן‬ ‫אויפוואכונג פון אונזערע פעולות ב”ה‪ ,‬האבן מיר באקומען‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪43‬‬


‫א רוף פון הרב פיין שליט”א דער רב פון קהל מחזיקי הדת אין‬ ‫סקרענטאן פענסילוועניע‪ ,‬אז מיר זאלן אראפקומען בודק זיין די‬ ‫מזוזות פון זיין קהילה‪ .‬מען האט באשטימט א צייט‪ ,‬און מיר זענען‬ ‫אינאיינעם א גרופע סופרים געפארן די לאנגע וועג פון ‪ 6‬שעה בודק‬ ‫צו זיין זייערע מזוזות‪ .‬אנקומענדיגע האבן מיר זיך באלד גענומען‬ ‫צו דער ארבייט‪ ,‬און פון די ‪ 600‬מזוזות וואס מיר האבן בודק געווען‬ ‫זענען בלויז ‪ 24‬געווען כשר!‪...‬‬ ‫דאס איז געווען דער אנהויב פון די ‘בדיקת מזוזות’ קאמפיין‪...‬‬ ‫מיר האבן אנגעהויבן ארומצוגיין פון איין קהילה צו די אנדערע‪ ,‬און‬ ‫געוויזן פרעזענטאציעס פאר טויזנטער פארזאמעלטע אויפצואוואכן‬ ‫זיערע הערצער איבערן פראבלעם‪ .‬הגאון רבי יעקב קאמענצקי‬ ‫זצ”ל האט זיך אויסגעדרוקט צו הרב וואזנער שליט”א אין יאר‬ ‫תשמ”ב‪“ :‬איך ווייס נישט אויב ס’פארהאן היינט א מוסד וואס‬ ‫האט דערגרייכט אזעלכע גרויסע דערגרייכונגען וואס איז נוגע גאנץ‬ ‫כלל ישראל‪ ,‬אזוי ווי משמרת סת”ם!”‬ ‫א יאר דערויף‪ ,‬אין תשל”ז‪ ,‬זענען מיר געפארן קיין טאראנטא‪,‬‬ ‫און דורכאויס ‪ 2‬וואכן האבן מיר אפגעהאלטן ‪ 34‬פארזאמלונגען‬ ‫אין די גאנצע שטאט! מיר האבן געוויזן די פרעזענטאציעס און‬ ‫מעורר געווען דעם דעת הקהל איבער דעם נידירגן מצב הכשרות‬ ‫פון סת”ם‪ ,‬און דאס האט ממש איבערגעדרייט די שטאט‪.‬‬

‫תקנות גדולות שנו כאן‬ ‫איינס פון די ערשטע שריט וואס וועד משמרת סת”ם האט‬ ‫אונטערגענומען איז געווען‪ ,‬צוריק איינצושטעלן די אור אלטע תקנה‬ ‫אז א סופר דארף האבן ‘קבלה’‪ ,‬אמאל איז דאס געווען רוטין און‬ ‫יעדער סופר האט פארמאגט קבלה‪ .‬דער ‘מהר”י אסאד’ שרייבט‪ :‬א‬ ‫סופר וועלכער האט נישט קיין קבלה איז פסול צו שרייבן‪ ,‬דער ‘פרי‬ ‫מגדים’ שרייבט‪ :‬א סופר דארף צו זיין מער ירא שמים פון א שוחט‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬אויב א שוחט פארשטייט מען אז ער דארף א כתב קבלה איז דאך‬ ‫א כל שכן אז דער סופר דארף צו האבן‪.‬‬

‫‪44‬‬

‫פסק הלכה פון בד"צ עדה החרדית און‬ ‫כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר ובאבוב‬ ‫ערב זצ"ל‬ ‫סוכות תשע"ה‬

‫אבער ליידער היינטיגע צייטן איז פארגעסן געווארן דער‬ ‫גאנצער ענין‪ ,‬און ווען מען האט אנגעפאנגען פארהערן עטליכע‬ ‫סופרים האט זיך ארויסגעשטעלט א שרעקליך בילד‪ ,‬רוב סופרים‬ ‫האבן נישט געקענט די פשוטע יסודות פון די הלכות! אפילו די‬ ‫סופרים וואס האבן עס יא געהאט געלערנט האבן עס פארגעסן‬ ‫מיט די צייט‪ .‬און די רעדע איז אפילו אזעלכע הלכות וואס זענען‬ ‫מעכב די כשרות פון די מזוזות און תפילין! די רבנים וואס האבן‬ ‫פארהערט די סופרים זענען געווען ממש אובד עצות‪ ,‬מען האט‬ ‫נישט געוואוסט וואס צו טוהן‪.‬‬ ‫איך האב דאן איינגעזעהן אז עפעס דראסטיש דארף דא געשען‪,‬‬ ‫און איך האב זיך פאר דער צוועק אריבערגעצויגן וואוינען קיין ארץ‬ ‫ישראל‪ ,‬צו קענען אנפירן די אלע פעולות פון די נאנט‪ .‬און דאן האט‬ ‫מיר דער באשעפער חונן דעת געווען און אן עצה האט אויפגעבליצט‬ ‫אין מיין קאפ‪ .‬מיר האבן געדרוקט א קונטרס ‘שאלות בהלכות‬ ‫סת”ם’‪ ,‬ווי יעדע הלכה ווערט אראפגעלייגט באופן ‘שאלה’‪ .‬די‬ ‫מטרה איז געווען אז די סופרים וועלן זען די שאלות‪ ,‬וועלן זיי‬ ‫אליינס קענען איינזען אויב זיי קענען די הלכות‪ .‬די אפקלאנג פון‬ ‫דער קונטרס איז ב”ה געווען זייער גרויס‪ ,‬און עס האט געברענגט א‬ ‫פארלאנג פאר שיעורים אין די הלכות‪.‬‬ ‫אזוי אויך האט הרב וואזנער שליט”א איינגעפירט די גרויסע‬ ‫תקנה וואס האט געטוישט דעם גאנצן מצב פון סת”ם לטובה‪.‬‬ ‫נעמליך יעדער סופר מוז אדורכגיין א פארהער און באקומען א כתב‬ ‫קבלה‪ ,‬וועלכע בלייבט פעליג בלויז אויף דריי יאר‪ ,‬דאן מוז דער סופר‬ ‫נאכאמאל דורכגיין א פארהער צו זען אז ער קען נאך גוט די הלכות‪.‬‬ ‫משמרת סת”ם האט פאר דער צוועק איינגעשּפַאנט א סטעף פון‬ ‫זעקס מורי הוראות אין פארשידענע ערטער אין ארץ ישראל מדן‬ ‫ועד באר שבע‪ ,‬וועלכע האבן אנגעהויבן געבן שיעורים אין הלכות‬ ‫סת”ם‪ ,‬טויזנטער סופרים זענען דורכגעגאנגען די שיעורים און‬ ‫דערנאך גענומען די בחינות‪ ,‬און די וועלכע האבן געיכול’ט האבן‬ ‫באקומען א כתב קבלה צו שרייבן סת”ם‪.‬‬ ‫מען קען זאגן אז משמרת סת”ם האט געמאכט אן איבעקערעניש‬

‫היסטאריש בילד ווי מען קוקט די רעזולטאטן פון די ערשטע קאמפיוטער טעסט‪ .‬עס זיצן‪:‬‬ ‫הרה”ח ר’ שמואל גראנטשטיין שליט”א‪ ,‬הגאון רבי משה הלברשטאם זצ”ל‪ ,‬הגאון מרן רבי‬ ‫שמואל הלוי וואזנער שליט”א‬


‫א ‘יש מאין’ אין דער הינזיכט‪ ,‬בעפאר זענען אפשר געווען אין גאנץ‬ ‫ארץ ישראל דריי עלטערע אידן וועלכע האבן געהאט קבלה צו‬ ‫שרייבן‪ ,‬היינט צו טאגס זענען פארהאן קרוב צו ‪ )!( 20,000‬סופרים‬ ‫וועלכע זענען דורכגעגאנגען די פארהערן און ארויסגענומען א כתב‬ ‫קבלה‪ ,‬און די רעזולטאטן זעט זיך אן אין גרויסן‪.‬‬

‫בדיקת סת”ם‬ ‫בודק צו זיין ספרי תורה תפילין ומזוזות איז פון שטענדיג‬ ‫ָאן געווען פון די עבודות הקשות שבמדש‪ ,‬אפירצוזוכן די גרייזן‬ ‫וועלכע זענען פארשטעקט צווישן די ‪ 304,805‬אותיות פון די‬ ‫הייליגע ספר תורה‪ ,‬און וויבאלד עס ווערט דאך האנט געשריבן‪,‬‬ ‫און אין יעדן אות און תג איז דא צענדליגער הלכות ווי אזוי עס‬ ‫דארף געשריבן ווערן‪ ,‬איז ‘אוממעגליך’ עס זאל געשריבן ווערן‬ ‫אן קיינע גרייזן‪.‬‬ ‫און די רעדע איז איבער די הייליגע ספר תורה‪ ,‬וואס בלויז‬ ‫איין איינציגער גרייז פארוואנדלט איר צו א ‘קינדער חומש’‬ ‫[לשון הרמב”ם]‪ ,‬און עס האט נישט קיין קדושת ספר תורה‪ ,‬און‬ ‫לויט רוב ראשונים זענען אלע ברכות וואס אידן מאכן ווען זיי‬ ‫זענען עולה לתורה ‪ -‬ברכות לבטלה‪ .‬שוין אפגערעדט אז עס איז‬ ‫נישט אן עליה פאר די נשמה נאך וועם מען האט געשריבן די‬ ‫ס”ת‪ ,‬און מען האט נישט מקיים געווען דעם ‘ועתה כתבו’‪ .‬אזוי‬ ‫אויך‪ ,‬חוץ פון דעם וואס מען איז נישט מקיים די מצוות פון‬ ‫לייגן תפילין און מזוזות אויב פארמאגן זיי גרייזן‪ ,‬ברענגט עס‬ ‫נאך צו סכנות פאר די בא‪-‬נוצער [כמבואר בראשונים]‪ ,‬און טאקע‬ ‫דערפאר איז די עבודה פון בודק זיין סת”ם גאר א שווערע און‬ ‫קריטישע אויפגאבע‪ ,‬וועלכע דארף אויסערגעווענליכע געדולט‬ ‫און צייט‪ ,‬עפעס וואס איז אין היינטיגע צייטן א יקר המציאות‪.‬‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען‪ ,‬אז אין רמב”ם אדער‬ ‫שולחן ערוך ווערט בכלל נישט געברענגט להלכה אז מען דארף‬

‫דער רעפארט פון די בדיקה אויף די ס”ת פון כ”ק אדמו”ר‬ ‫מסאטמאר זצ”ל חודש אלול תשמ”ט ‪ -‬וועלכע איז געשריבן‬ ‫געווארן דורך הר"ר אהרן פאלאק ז"ל‬

‫בודק זיין א ספר תורה‪ ,‬דער רמב”ם שרייבט בלויז אז אויב איז‬ ‫פארהאן א גרייז אין די ס”ת איז עס פסול און עס האט נישט‬ ‫קיין קדושת ספר תורה‪ ,‬דעריבער דארף מען טון אלע השתדלות‬ ‫קלאר צו שטעלן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום גרייז‪ .‬דער‬ ‫ערשטער וועלכער דערמאנט דעם ענין אז עס איז פארהאן א‬ ‫‘חיוב בדיקה’‪ ,‬איז דער גרויסער גאון רבי יונה לאנד‪-‬סופר ז”ל‬ ‫מח”ס מעיל צדקה‪ ,‬אין זיין ספר ‘בני יונה’‪ ,‬און דער הייליגער‬ ‫‘חתם סופר’ אין א תשובה וועלכע איז געדרוקט אינעם קונטרס‬ ‫‘זר סופרים’‪ ,‬ברענגט די ווערטער פון דעם בני יונה‪ ,‬און ער‬ ‫לייגט צו‪ ,‬אז דאס איז וויבאלד‪“ :‬דנתמעטו הדורות”‪ ,‬די דורות‬ ‫זענען שוואכער געווארן‪.‬‬ ‫ווי אויך ברענגט דער ‘קול יעקב’ [סימן ל”ב ס”כ] אז דאס‬ ‫איז נאך א תיקון פון די חכמי באגדאד‪ ,‬וועלכע האבן מתקן געווען‬ ‫צו מאכן אויף יעדע ס”ת פיר הגהות און דריי בדיקות‪ ,‬און‪ ,‬עס‬ ‫זאל גיין אויף א סדר אז צום ערשט זאל איינער פָארליינען און‬ ‫דער צווייטער זאל אים אויסהערן פון א חומש‪ ,‬און דערנאך זאלן‬ ‫זיי זיך טוישן‪ ,‬דער ערשטער זאל אויסהערן פונעם חומש און דער‬ ‫צווייטער זאל פָארליינען‪ ,‬אזוי זאל מען טון‪ ,‬שרייבט ער‪ :‬כדי צו‬ ‫טוישן די חושים פון די מענטשן וועלכע זענען נישט גלייך‪ ,‬און‪,‬‬ ‫אפשר וועט דער אויפכאפן דאס וואס יענער האט פארזען‪.‬‬ ‫ווער געדענקט דען נישט ווי אזוי עס האט אויסגעזען מיט ‪25‬‬ ‫יאר צוריק‪ ,‬גאר אן אפטע ווייטאגליכע ערשיינונג וועלכע האט‬ ‫געשטאכן ביים הארץ‪ ,‬ווען אינמיטן לייינען אינעם ספר תורה‬ ‫האט מען געהערט געשרייען‪ :‬א טעות! א טעות!‪ ...‬מען קוקט‬ ‫גוט אריין‪ ,‬יא‪ ,‬שווארץ אויף ווייס‪ ,‬עס איז פארהאן א טעות‪ ,‬און‬ ‫די ספר ווערט אויפגעהויבן‪ ,‬צוזאמגעוויקלט‪ ,‬מען טוט איר אן‬ ‫דאס מענטעלע‪ ,‬און דערויף בינד מען אן דאס גארטל‪ ,‬און אזוי‬ ‫האט די ספר תורה געמאכט איר וועג שטילערהייט צוריק צום‬ ‫ארון קודש‪ ,‬ווען אויף איר פלאץ ווערט ארויסגענומען א צווייטע‬ ‫ספר‪ ,‬א פיינפולע סצענע‪...‬‬ ‫וואס אמאל א דור שפעטער איז די פראבלעם געווארן‬ ‫ערגער און ערגער‪ ,‬און די סיבה דערצו איז וויבאלד די חושים פון‬ ‫די בודקים און מגיהים זענען היינט אסאך שוואכער ווי אמאל‬ ‫אויפצוכאפן די גרייזן‪ .‬ווי אויך‪ ,‬ווער קען בכלל פארגלייכן היינט‬ ‫צו אמאל ווען דער ‘בודק’ האט געהאט די וועלטס צייט‪ ,‬א גאנץ‬ ‫לעבן האט ער נישט געזען אזויפיל סת”ם וויפיל עס גייט דורך‬ ‫ביי א סופר אויפן טיש היינט צוטאגס אין איין חודש‪ .‬דער סופר‬ ‫אמאל האט נישט באקומען באצאלט אויף די צייט וועלכע ער‬ ‫ארבייט‪ ,‬נאר פארן ‘דזשאב’ וואס ער האט אהער געשטעלט‪,‬‬ ‫פאר יעדע גרייז וועלכע ער האט געפינען האט ער באקומען‬ ‫באצאלט נאך עטליכע גראשן‪ ,‬וואס דאס האט געמיינט נאך א‬ ‫שטיקל ברויט פאר זיינע קינדער‪ ,‬אזוי האט ער צושטייטליך‬ ‫געזוכט כדי צו געפינען וואס מער גרייזן‪ ,‬נו גיי זאג פאר א סופר‬ ‫היינט אז פאר יעדע גרייז וועט ער באקומען צען צו צוואנציג‬ ‫דאלער‪ ...‬היינט ארבייט מען אויף א זייגער און אויף דער שעה‪,‬‬ ‫נישט קיין חילוק וויפיל גרייזן מען טרעפט‪.‬‬ ‫(דער פאקט איז באשטעטיגט געווארן ווען דער קאמפיוטער‬ ‫האט איבערגעקוקט אלטע ספרי תורה פון פאר די קריג‪ ,‬און מען‬ ‫האט געפינען בערך זעכציג פראצענט כשר‪ ,‬קעגן די היינטיגע‬ ‫ספרי תורה וועלכע זענען ‪ 92‬פראצענט מוחזק בטעיות‪ ,‬ווי‬ ‫דערמאנט שפעטער)‪.‬‬ ‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪45‬‬


‫בדיקת ספר תורה דורכן קאמפיוטער‬ ‫הרב דוד לייב פארציילט ווייטער‪ :‬געווען איז עס אין יאר‬ ‫תשמ”ד‪ ,‬ביי א פתיחה פון איינע פון די שיעורים דורך משמרת‬ ‫סת”ם אין די שטאט רחובות‪ ,‬האט הגאון ר’ שמואל וואזנער‬ ‫שליט”א געהאלטן א שטארקע ‘דרשת התעוררות’‪ ,‬און צווישן‬ ‫זיינע ווערטער האט ער דערמאנט אז די פארלאפענע וואך איז‬ ‫א בני ברק’ער אינגערמאן אריינגעקומען צו אים‪ ,‬און מיט בכיות‬ ‫דערציילט אז מען האט געטראפן אז ס’פעלט אן אות אין זיינע‬ ‫תפילין‪ ,‬וואס באדייט אז ער האט פאר לאנגע יארן געלייגט‬ ‫פסולע תפלין!‪...‬‬ ‫צומארגנס בין איך אריין צו הרב וואזנער שליט”א‪ ,‬און איך‬ ‫האב אים געפרעגט‪ :‬ווי איז שייך אן התעוררות אויף א ‘טעות’‪,‬‬ ‫א מענטש איז א מענטש‪ ,‬און ס’איז נישט עפעס וואס מיר קענען‬ ‫‘פאררעכטן’ עס זאל נישט פאסירן‪ ,‬וויבאלד עס איז דאך א‬ ‫טעות?‪ ...‬הרב וואזנער האט מיר געענטפערט אז די ווייטאג און‬ ‫וויינערייען פון דער אינגערמאן גיבט אים נישט מנוחה!‬ ‫עטליכע טעג דערויף האט זיך געמאכט אז איך בין געפלויגן‬ ‫קיין אמעריקע‪ ,‬ווי נאר איך קום אריין אינעם אפיס פון משמרת‬ ‫סת”ם אין בארא פארק‪ ,‬גיבט מען מיר איבער אז ס’איז‬ ‫אנגעקומען א בריוו פון הרב פעסין שליט”א פון סטעטן איילענד‪,‬‬ ‫און ער שלאגט פָאר אז ‘משמרת סת”ם’ זאל אריינקוקן אינעם‬ ‫געדאנק פון זיך צוזאמשטעלן מיט ‘קאמפיוטער מומחים’‪ ,‬איבער‬ ‫די מעגליכקייט פון א טעכנאלאגישע לעזונג צום פראבלעם פון‬ ‫פעלנדע אדער איבריגע אותיות אין ספרי תורה וכו’‪.‬‬ ‫נאך יענעם טאג האב איך געקלינגען דעם הרב פעסין‬ ‫שליט”א‪ ,‬האט ער מיר פארציילט מעשה שהיה ביי א בר מצוה‬ ‫וואס איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם שבת קודש‪ ,‬ווען‬ ‫דער טאטע פונעם בחור האט‬ ‫אריינגעגעבן א נייע ספר תורה‬ ‫צום ביהמ”ד לכבוד די שמחה‪,‬‬ ‫און ביים עלייה לתורה האט מען‬ ‫געטראפן א טעות!‪ ...‬צווישן די‬ ‫געסט האט זיך באטייליגט איינער‬ ‫טשארלס ניימאן פון באסטאן‪ ,‬און‬ ‫ער האט פארגעשלאגן אז מיט די‬ ‫היינטיגע (פון דאן דרייסיג יאר‬ ‫צוריק) טעכנאלאגיע וואס מען‬ ‫האט אויפגעטראפן דעם ‪CCD‬‬ ‫פראגראם‪ ,‬דארף מען צו קענען‬ ‫לויט זיין מיינונג‪ -‬ערצייגן א‬‫פראגראם וואס זאל קענען טרעפן‬ ‫די סארט טעותים‪.‬‬ ‫איך האב גלייך גענומען זיין‬ ‫נומער און אים אנגערופן‪ .‬ער האט‬ ‫זיך זייער געפרייט אז ‘משמרת‬ ‫סת”ם’ איז אינטערעסירט דערין‪,‬‬ ‫מיר האבן אפגעמאכט א צייט‪ ,‬און‬ ‫עטליכע טעג שפעטער האבן מיר זיך‬ ‫געטראפן צוזאמען מיט נאך עטליכע‬ ‫פראפעסיאנאלן אין דער נושא‪.‬‬

‫‪46‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט‪ ,‬האט השי”ת מיט זיינע‬ ‫גרויסע חסדים מזמין געווען דעם גרויסן תיקון גדול‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫נישט נאר א ‘תיקון גדול’‪ ,‬נאר א ‘הצלה רבה’ פאר טויזנטער‬ ‫כתבי קודש סת”ם‪ ,‬דורך נישט קיין אנדערע וועג ווי דורכן‬ ‫קאמפיוטער!‪ ...‬מען האט איינגעשפאנט די וואונדערליכע‬ ‫טעכנעלאגיע אין די הייליגע מערכה‪ ,‬עס זאל דורך איר דערהויבן‬ ‫ווערן דער כבוד התורה און איר הייליגקייט‪.‬‬ ‫די קאמפיוטער איז דער פאקטישער קעניג און פירער פון‬ ‫די היינטיגע מאדערנע עפאכע‪ ,‬זי האט איינגענומען אלעס‬ ‫אויף דער וועלט‪ ,‬ריזיגע עראפלאנען פליען אין דער לופטן דורך‬ ‫איר‪ ,‬גרויסע שיפן ווערן דורך איר געפירט‪ ,‬די גאנצע וועלט’ס‬ ‫עקאנאמיע‪ ,‬אלע בענק‪ ,‬און וואס נישט? איין דרוק אויפן‬ ‫קאמפיוטער קנעפל קען איבערדרייען גאנץ ‘וואל סטריט’ פאר‬ ‫תוהו ובוהו‪ ...‬זי האט איבערגענומען אלע מלחמות‪ ,‬פון די הויכע‬ ‫רוימען העכער די וועלט ספערן דרייט זי זיך ארום און באאבאכט‬ ‫די קליינע וועלט’עלע‪ ,‬און מיט א אומשולדיגער דרוק אויפן‬ ‫קנעפל קען זי צוזאמברענגען ‘גוג און מגוג’ ח”ו‪ ...‬און צו וואס‬ ‫האט דאס אלעס אויסגעפעלט? פארוואס האט מען אויסגעגעבן‬ ‫די וועלטס געלט דערפאר? פארוואס האבן זיך צענדליגער‬ ‫טויזנטער געלערענטע מוחות געפלאגט?‪ ...‬לויט ווי עס שרייבן‬ ‫עטליכע גדולי דורינו שליט”א‪ ,‬איז דער גאנצער ערפינדונג‬ ‫פונעם קאמפיוטער נאר געווען אז עס זאל ארויסקומען דורך‬ ‫איר דער גרויסער תיקון פאר סת”ם’‪...‬‬ ‫זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז געקומען נאך יארן מיה‬ ‫און פלאג‪ ,‬אין וועלכע די גרעסטע פוסקים וואס זענען באהאוונט‬ ‫אין חכמת הטעכנעלאגיע האבן פארברענגט טויזנטער שעות‪,‬‬ ‫אויסצוארבייטן אלע פרטים סי אין טעכניק און סיי אין הלכה‪,‬‬ ‫מען האט זיך צווישן אנדערס געוואנדן צו אונטערנאציאנאלע‬

‫“לחיים”‪ .‬נאכן קאמפיוטער בדיקה אינעם אפיס פון משמרת סת”ם אין בני ברק‪ .‬הרה”ח ר’‬ ‫חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן‪ ,‬מיט הרב וואזנער שליט”א‪( .‬נעבן הרב וואזנער זיצט הרה”ח‬ ‫רבי ברוך גרינפעלד ע”ה)‪.‬‬


‫מומחים פון די בארימטע ‪( MIT‬מעסעטשוסעטס אינסטיטוט‬ ‫אוו טעכנעלאגיע)‪ ,‬און מיט גרויס סייעתא דשמיא וועלכע האט‬ ‫באגלייט יעדן שלב ופרט‪ ,‬האט אונזער דור זוכה געווען אז די‬ ‫פראיעקט איז געלונגען‪ ,‬און פיר יאר שפעטער‪ ,‬זומער תשמ”ח‪,‬‬ ‫איז דער פראגראם פארטיג געווארן‪.‬‬ ‫איך בין אריבערגעפלויגן קיין א”י צו הרב וואזנער שליט”א‪,‬‬ ‫און אים פארגעלייגט די טעכנעלאגישע לעזונג צו דעם פראבלעם‪.‬‬ ‫הרב וואזנער שליט”א האט געבעטן עטליכע טאג דורכצוטראכטן‬ ‫דעם ענין‪ ,‬דאן האט ער מיר אריבערגערופן און געזאגט‪ :‬אויב מען‬ ‫קען טאקע באווייזן במציאות אויסצופירן למעשה דעם פראיעקט‬ ‫וועלכער וועט מונע זיין טעותים‪ ,‬דאן יהא חלקי עמכם‪ ,‬איך וויל‬ ‫זיצן מיט אייך בעולם הבא אין גן עדן!‪...‬‬

‫דער גרויסער ‘יום הנסיון’‬ ‫אצינד לאמיר זיך צוריקקערן צו יענעם הייסן זומער טאג אין‬ ‫תשמ”ח‪ ,‬דער היסטארישער טאג ווען די קאמפיוטער איז אריין‬ ‫געגאנגען אין דינסט בודק צו זיין ספרי תורה תפילין ומזוזות‪.‬‬ ‫אלע הכנות זענען ענדליך פארטיג‪ ,‬טעכניש און הלכה’יש‪ 29 ,‬ספרי‬ ‫תורה וועלכע ווערן גענוצט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג שבת‬ ‫און יום טוב‪ ,‬זענען אריבער געברענגט געווארן יענעם ערשטן‬ ‫טאג נבדק צו ווערן דורכן קאמפיוטער‪ ,‬זיי ווערן איינציגווייז‬ ‫אריין געסקענט‪ ,‬מען שטייט און מען ווארט אויף די רעזולטאטן‬ ‫מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם‪...‬‬ ‫און‪ ...‬בלויז ‪ 3‬פון די ‪ 29‬ספרי תורה זענען ארויס געקומען ָאן‬ ‫קיין גרייז!‪ ...‬און א ‘גרייז’ מיינט אז עס פעלט אותיות‪ ,‬אדער איז‬ ‫דא איבריגע אותיות‪.‬‬ ‫עס ווערן אריין געברענגט נאך א ספר און נאך א ספר‪ ,‬פון‬

‫דעם בית המדרש און פון יענע ישיבה‪ ,‬נארוואס ניי פארענדיגטע‬ ‫ספרי תורה וועלכע זענען נבדק געווארן דריי און פיר מאל דורך‬ ‫די געלונגענסטע מומחים אין בדיקה‪ .‬עס איז ביטער דער מצב‪,‬‬ ‫דאס הארץ איז פארקלעמט‪ ,‬זי וויל נישט גלויבן‪ ,‬צו קען דאס זיין‬ ‫אז העכער ניינציג פראצענט ספרי תורה אין כלל ישראל זענען‬ ‫ח”ו נישט ‪ ?....‬מען פרובירט צו פארשטיין‪ ,‬צו פארענטפערן‪,‬‬ ‫אפשר האט גאר די קאמפיוטער געמאכט א גרייז? אפשר איז די‬ ‫קאמפיוטער צומישט? אדער גאר אויפגעמאכט פרישע גרייזן?‬ ‫אבער אינצווישן שפייט די קאמפיוטער אויס בלעטל נאך‬ ‫בלעטל‪ ,‬קַאפיס פון די גרייזיגע עמודים‪ ,‬אין וועלכע עס ווערט‬ ‫געוויזן ‘שווארץ אויף ווייס’‪ ,‬די גרייזן קלייבן זיך צוזאם איינס‬ ‫נאכן צווייטן ווי די ברעקלעך ברויט ביי בדיקת חמץ‪...‬‬ ‫אט זענען די טרוקענע פאקטן‪ ...‬די ספר תורה פון בית‬ ‫המדרש תורת חמד נייטרא בארא פארק‪ ,‬וועלכע איז געשריבן‬ ‫געווארן לשמו ולזכרו פון הגה”צ רבי יונה פארסט זצ”ל‪ ,‬און‬ ‫במשך די יארן איז אויסגעגעבן געווארן גרויסע געלטער בודק‬ ‫צו זיין די ספר תורה‪ ,‬ווערט אריין געברענגט דורכן חשובן דיין‬ ‫הרה”ג רבי בנציון שטראסער שליט”א‪ ,‬דער קאמפיוטער שלעפט‬ ‫גלייך אפיר עטליכע גרייזן‪ ,‬אין פרשת וישב (בראשית לז יח) אין‬ ‫דעם פסוק‪‘ :‬ובטרם’ יקרב אליהם‪ ,‬שטייט געגרייזט ‘ובטרב’‪,‬‬ ‫אין פרשת וארא (שמות ו ח) אין דעם פסוק אשר נשאתי את ידי‬ ‫‘לתת’ אותה‪ ,‬שטייט געגרייזט ‘לשאת’‪ ,‬אין פרשת צו (ויקרא‬ ‫ח כג) אין דעם פסוק ‘ויקח’ משה מדמו ויתן‪ ,‬שטייט געגרייזט‬ ‫‘ויזקח’‪ ,‬אין פרשת אמור (שם כא יח) אין דעם פסוק לא ‘יקרב’‬ ‫להקריב לחם‪ ,‬שטייט געגרייזט לא ‘יגש’ להקריב‪....‬‬ ‫די ספר תורה פון בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק‬ ‫ווערט אריין געברענגט דורך דעם רב הקהלה הרה”ג רבי אהרן‬ ‫טייטלבוים שליט”א‪ ,‬און נאך פיר יאר ליינען דערין קראצט דער‬ ‫קאמפיוטער אפיר אין פרשת‬ ‫דברים (א יב) אין דעם פסוק יוסף‬ ‫‘עליכם’ ככם אלף פעמים‪ ,‬שטייט‬ ‫געגרייזט יוסף ‘אליכם’‪...‬‬ ‫די ספר תורה פון בית המדרש‬ ‫ישיבת חכמי לובלין אין בני ברק‬ ‫ווערט אריינגעברענגט דורך דעם‬ ‫מרא דאתרא רבי שמואל הלוי‬ ‫וואזנר שליט”א‪ ,‬גראדע האט‬ ‫מען שוין איינמאל געפינען א‬ ‫גרייז אין די ספר תורה אינמיטן‬ ‫ליינען‪ ,‬די ספר תורה איז דאן‬ ‫אוועקגעלייגט געווארן‪ ,‬אבער‬ ‫דער טעות איז פארשוואונדן‬ ‫געווארן‪ ,‬די מגיהים זענען בודק‬ ‫נאכאמאל און נאכאמאל‪ ,‬אבער‬ ‫‘איננו’ דער טעות איז נישט‬ ‫דא‪ ,‬אן קיינע ברירות‪ ,‬איז די‬ ‫ספר תורה ארויס פון דינסט און‬ ‫געלייגט געווארן אין דער זייט‪,‬‬ ‫ביז איצט ווען מען האט איר‬ ‫אריינגעברענגט בודק צו זיין‬ ‫דורכן קאמפיוטער‪.‬‬

‫היסטאריש בילד ווי הגר”ש וואזנער שליט”א מיט הגר”מ הלברשטאם זצ”ל קוקן די‬ ‫רעזולטאטן פון די קאמפיוטער גלייך נאכן סקען גענצליך פארגאפט‪ ,‬נישט קענענדיג גלייבן‬ ‫וואס זייערע אויגן זעען‪...‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪47‬‬


‫די קאמפיוטער וועלכע האט ‘אדורכגעבליקט’ די ספר תורה‬ ‫האט גלייך אפיר געפינען דעם גרייז‪‘ ,‬אבער’ צוזאמען מיט נאך‬ ‫דריי גרייזן‪ ...‬ווי פאלגענד‪ :‬אין פרשת חיי שרה (בראשית כב יט) אין‬ ‫דעם פסוק וישב אברהם אל נעריו וילכו ‘יחדו’‪ ,‬שטייט געגרייזט‬ ‫וילכו ‘יחדיו’‪ ,‬אין פרשת יתרו (שמות יח כז) אין דעם פסוק וישלח‬ ‫משה ‘את’ חתנו‪ ,‬שטייט געגרייזט וישלח משה חתנו‪ ,‬אין פרשת‬ ‫אמור (ויקרא כא ד) אין דעם פסוק לא יטמא בעל ‘בעמיו’‪ ,‬שטייט‬ ‫געגרייזט ‘בעמו’‪ ,‬אין פרשת מטות (במדבר לא י) אין דעם פסוק‬ ‫ואת כל עריהם ‘במושבתם’‪ ,‬שטייט געגרייזט ‘במושבתתם’‪...‬‬ ‫נישט קלענער איז געווען די ווייטאג אין בית המדרש חברה‬ ‫ש”ס אין מאנסי‪ ,‬וועמענס ספר תורה איז עטליכע מאל נבדק‬ ‫געווארן כדת וכדין דורך די בעסטע מומחים‪ ,‬דער בעה”ב האט זיך‬ ‫ספעציעל געלאזט קאסטן נאכאמאל בודק צו זיין די ספר תורה‬ ‫נאכדעם וואס מען האט איין שבת אינמיטן ליינען געפינען א גרייז‪.‬‬ ‫אבער אינמיטן ליינען פרשת ויקהל האט מען נאכאמאל געפינען‬ ‫א גרייז‪ ,‬אנשטאט דאס ווארט ‘שלחן’ שטייט געשריבן ‘בדים’‪,‬‬ ‫און ווידעראמאל האט די ספר תורה געמאכט איר וועג צוריק‬ ‫צום ארון הקודש פארשעמטערהייט‪ ,‬ווען אויף איר ארט ווערט א‬ ‫צווייטע ארויסגענומען‪ .‬דער בעה”ב האט שוין אנגעהויבן קלערן‬ ‫אז פון הימל לאזט מען אים נישט מקיים זיין די מצווה פון ‘ועתה‬ ‫כתבו’‪ ,‬און א שטארקע ווייטאג נעמט אים ארום‪...‬‬ ‫ער רופט אן משמרת סת”ם און בעט זיך מיט טרערן אין די‬ ‫אויגן מען זאל טאן מיט אים א חסד און בודק זיין זיין ספר תורה‪.‬‬ ‫דער קאמפיוטער פירט ווידער דורך איר ארבייט בנאמנות‪ ,‬אין‬ ‫פרשת חיי שרה (בראשית כד לו) אין דעם פסוק ‘ויתן’ לו את כל‬ ‫אשר לו‪ ,‬שטייט געגרייזט ‘ויהי’ לו‪ ,‬אין פרשת ראה (דברים יד יד)‬ ‫אין דעם פסוק ואת בת היענה ואת ‘התחמס’‪ ,‬שטייט געגרייזט‬ ‫‘התמחס’‪ ,‬אין פרשת האזינו (שם לב לו) אין דעם פסוק כי יראה‬ ‫‘כי’ אזלת‪ ,‬שטייט געגרייזט כי יראה אזלת‪...‬‬

‫פסק הלכה‬ ‫די אלע גרייזן זענען נישט סטאטיסטישע נומערן‪ ,‬יעדע‬ ‫איינציגע טעות איז א וועלט פאר זיך‪ ,‬ממש א וויי געשריי‪ ,‬יא עס‬ ‫איז ליידער א פאקט‪ ,‬נאר ‘דריי’ פון ‪ 29‬ספרי תורה זענען געווען‬ ‫ריין פון גרייזן‪ ,‬און פון די ערשטע ‪ 60‬ס”ת זענען געווען בלויז ‪9‬‬ ‫אן גרייזן‪ ,‬און ביים ענדע פון יענעם זומער האבן אלע אידישע‬ ‫צייטונגען איבער די וועלט אויפגעריסן די שרעקליכע נייעס אז‬ ‫רוב ספרי תורה וואס מיר האבן זענען פסול! עפעס וואס האט‬ ‫אויפגעשטורעמט יעדן איד‪.‬‬ ‫אגב‪ ,‬איינס פון די ערשטע דריי ‘גליקליכע’ ספרי תורה‬ ‫וועלכע זענען געווען ריין פון גרייזן‪ ,‬איז געווען די ס”ת פון‬ ‫ביהמ”ד לעדערמאן אין די חזון איש געגנט אין בני ברק‪ ,‬וועלכע‬ ‫איז געשריבן געווארן לשמו ולזכרו פון הגאון בעל קהלת יעקב‬ ‫ז”ל‪ .‬זי איז א זעלטענע שיינע מהודר’דיגע ספר תורה‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫געשריבן געווארן מיט א באזונדערע ‘דייקנות’‪ ,‬און די שמחה איז‬ ‫געווען אין לשער אין שטוב פון זיין זון הגאון רבי חיים קניבסקי‬ ‫שליט”א‪ ,‬ווען ער איז אנגעזאגט געווארן מיט די גרויסע בשורה‪,‬‬ ‫מיט טרערן אין די אויגן איז דער גאון געזיצן און געדאנקט‬ ‫השי”ת אויף דעם דאזיגן חסד‪.‬‬ ‫עטליכע וואכן דערויף‪ ,‬כ”ח סיון תשמ”ח‪ ,‬נאכדעם וואס מען‬

‫‪48‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫בריוו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר נאכדעם וואס מען האט‬ ‫געטראפן ‪ 10‬גרייזן אין זיין פריוואטע ס"ת‬

‫האט איינגעזען די שטארקע כח פון קאמפיוטער בדיקות‪ ,‬אז עס‬ ‫טרעפט גרייזן וואס קיין שום בודק האט נישט געטראפן‪ ,‬האט‬ ‫הגאון הרב וואזנער ארויסגעגעבן א קלארע פסק הלכה‪ ,‬אז מען איז‬ ‫מחויב על פי הלכה בודק צו זיין יעדע ספר תורה מיטן קאמפיוטער‬ ‫פראגראם פון ‘ועד משמרת סת”ם’‪ ,‬און חלילה צו ליינען אין א‬ ‫ס”ת וועלכע מען האט נישט בודק געווען דורך דעם קאמפיוטער‪.‬‬ ‫דער בית דין הגדול פון ירושלים עיה”ק שע”י העדה החרדית‬ ‫האבן זיך צוגעשטעלט צום פסק‪ ,‬און זיי זענען ארויסגעקומען‬ ‫מיט ווארימע שטיצע פאר דעם קאמפיוטער פראיעקט‪ ,‬און די‬ ‫חברי הבד”ץ ובראשם דער מנחת יצחק‪ ,‬און הרמ”א פריינד ז”ל‬ ‫האבן אונטער געחתמ’ט דערויף‪ .‬דערנאך זענען ערשינען טעגליך‬ ‫פרישע מכתבים און כרוזים וועלכע זענען מחייב בודק צו זיין די‬ ‫ספר תורה דורכן קאמפיוטער‪ ,‬אריינגערעכנט די פוסקים הג”ר‬ ‫שלמה זלמן אוירבאך‪ ,‬הג”ר יוסף שלום אלישיב‪ ,‬הג”ר נסים‬ ‫קרליץ שליט”א‪ ,‬און ימים טינט זענען פארגאסן געווארן דורך‬ ‫לומדי תורה שרייבנדיג הונדערטער הלכה תשובות דן צו זיין‬ ‫אויף יעדן פרט‪ ,‬אלע תורה בלעטלעך קובצים און קונטרסים‬ ‫זענען געווען געווידמעט פאר דעם צוועק‪.‬‬ ‫ווי אויך זענען ערשינען בריוון פון די גדולי הסופרים‬ ‫המובהקים בימינו‪ ,‬אין שפיץ פון הרה”ח רבי ישראל שמעון‬ ‫קאסטעלאניץ ז”ל‪ ,‬הרה”ח רבי ישראל ראזנצווייג ז”ל‪ ,‬ויבלח”ט‬ ‫הרה”ח רבי מנחם מענדל דאווידאוויטש שליט”א‪ ,‬וועלכע האבן‬ ‫אפגעשריבן זייער חוות דעת איבער דער גרויסער נחיצות פון‬ ‫בדיקת קאמפיוטער‪ .‬זיי ברענגען ארויס פון אייגענער ערפארונג‪,‬‬ ‫אז עס איז כמעט אוממעגליך פאר א סופר היינט צוטאגס בודק‬ ‫צו זיין א ס”ת און ער זאל געפינען אלע גרייזן‪.‬‬


‫אז דער תיקון איז גרעסער פון דעם קלקול‪ ,‬האבן רוב רבנים‬ ‫וועלכע האבן זיך פון אנהויב מנגד געווען‪ ,‬צוריק געצויגען זייער‬ ‫התנגדות‪ ,‬און עווענטועל גאר געשטיצט דעם קאמפיוטער‬ ‫פראיעקט‪ .‬צווישן זיי איז געווען דער דעברעצינער רב ז”ל‪ ,‬כ”ק‬ ‫אדמו”ר הברך משה מסאטמאר ז”ל‪ ,‬וועלכע האט פון אנהויב‬ ‫זיך צוריק געהאלטן פון שטיצן דעם פראגראם‪ ,‬אבער ווען ער‬ ‫האט אריינגעגעבן בודק צו זיין זיין פריוואטע ספר תורה וועלכע‬ ‫איז געשריבן געווארן דורך הרה”ח רבי אהרן פאלאק ז”ל‪ ,‬און‬ ‫מען האט געפינען ‪ 10‬גרייזן דערין‪ ,‬איז דער רבי ממש ארויס פון‬ ‫די כלים‪ ,‬ער האט אפגעראכטן א סעודה לגומרה של תורה‪ ,‬און‬ ‫ארויסגעקומען מיט פייערליכע שטיצע צום פראיעקט‪.‬‬

‫דער קאמפיוטער פראגראם פאר‬ ‫תפילין‬

‫די תנאים און אמוראים וועלן זיי גיבן א גרויסע יישר כח! די בריוו‬ ‫פון הרב סגל זצ”ל צו ר’ משה רייכמאן ע”ה‬

‫גדולי פוסקי דורינו וועלכע רירן זיך קיינמאל נישט אוועק פון‬ ‫די הייליגע גמרא און שו”ע‪ ,‬האבן זיך איצטערט אראפגעלאזט‬ ‫און געשטאנען שעות ע”ג שעות צוגעשמידט צום קאמפיוטער‪,‬‬ ‫איבערגייענדיג יעדן פרט ופרט‪ ,‬עס זאל זיין אויסגעהאלטן‬ ‫הונדערט פראצענט ע”פ הלכה‪ ,‬אנגעהויבן ווי אזוי עס ווערט‬ ‫אריינגעסקענט אין קאפיוטער‪ ,‬און אזוי ווייטער ביז ווי אזוי‬ ‫עס כאפט אויף די גרייזן‪ ,‬און האבן אנגעמערקט פארשידענע‬ ‫וויכטיגע הלכה פונקטן וועלכע זענען נר לרגלם פון די חשובע‬ ‫משמרת סת”ם‪ ,‬אבער דער אויספיר איז ביי אלעמען געווען‬ ‫קליפ און קלאר‪ ,‬ווי דער גרויסער גדול דער מנחת יצחק ז”ל‬ ‫האט זיך אנגערופען נאכן באאבאכטן עטליכע שעות דעם גאנצן‬ ‫פראצעדור אז‪“ :‬דאס איז א געוואלדיגער תיקון עולם”‪.‬‬ ‫זעלבסטפארשטענדליך אז אזוי ווי ביי יעדע גוטע זאך זענען‬ ‫אויך אצינד ארויסגעקומען עטליכע חשובע רבנים מערער צו זיין‬ ‫קעגן דער באנוץ פונעם קאמפיוטער‪ ,‬טייל האבן אויפגעברענגט‬ ‫הלכה’דיגע שאלות‪ ,‬און טייל האבן אפיר געבראכט פארשידענע‬ ‫חששות וועלכע קענען ארויסקומען אלס תוצאה פונעם‬ ‫קאמפיוטער‪ ,‬און ווי פארשטענדליך איז ענטשטאנען אן אויסנאם‬ ‫שטורעם און שערוריה אינעם עולם ההלכה‪ .‬ווי דער כלל גילט‬ ‫אלעמאל איז קעגנערשאפט א גוטע זאך‪ ,‬און אויך אצינד זענען‬ ‫טויזנטער בלעטער אנגעפילט געווארן מיט דברי תורה און הלכה‪,‬‬ ‫מען האט אנגעשריבן לאנגע תשובות מברר געווען אלע חששות‬ ‫און אלע סניפי הלכה לכאן ולכאן‪ ,‬זה בונה וזה סותר‪ ,‬כדרכה של‬ ‫תורה‪.‬‬ ‫אבער מיט דער צייט איינזעענדיג דעם גרויסן נחיצות‪,‬‬ ‫און אז עס איז ממש נישט מעגליך אן דעם קאמפיוטער‪ ,‬און‬

‫פארציילט ר’ דוד לייב ווייטער אין זיין שמועס‪ :‬אנהויב‬ ‫תשמ”ט‪ ,‬ווען עס איז באקאנט געווארן די געוואלדיגע הצלחה‬ ‫פון די קאמפיוטער פראגראם פאר די ספרי תורה‪ ,‬האבן עטליכע‬ ‫גדולי ישראל פארגעהאלטן משמרת סת”ם הלמאי מען טוט‬ ‫גארנישט פאר די תפילין? עס קען גאר זיין אז תפילין איז‬ ‫וויכטיגער‪ ,‬וויבאלד די חיוב עס צו לייגן יעדן טאג איז מן התורה!‬ ‫צווישן די גדולי ישראל איז געווען הגאון רבי יהודה זאב‬ ‫הלוי סג”ל‪ ,‬דער מאנטשעסטער ראש ישיבה‪ ,‬און ער האט‬ ‫פארשטאנען אז די סיבה פארוואס מען טוט נישט דערין איז‬ ‫וויבאלד מען מוטשעט זיך מיט געלט‪ ,‬און אז מען האט קוים‬ ‫געדעקט די אלע פריערדיגע פראיעקטן‪ .‬האט ער דעריבער‬ ‫געשריבן א שיינעם בריוו צום גרויסן נגיד וטפסר ר’ משה‬ ‫רייכמאן ע”ה פון טאראנטא‪ ,‬ווי ער לויבט אויס די אלע‬ ‫אקטיוויטעטן פון וועד משמרת סת”ם א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬צווישן אנדערס‬ ‫האט ער געשריבן אינעם בריוו‪“ :‬ווען מיר וועלן זוכה זיין צו‬ ‫תחיית המתים‪ ,‬וועלן די תנאים און אמוראים גיבן א גרויסע און‬ ‫ווארימע יישר כח פאר ר’ דוד לייב שליט”א און זיין שותף ר’‬ ‫שמואל גרנטשטיין שליט”א‪ ,‬אויף דעם וואס זיי האבן ערפינדן‬ ‫אזא געוואלדיגע זאך”‪.‬‬ ‫באקומענדיג דעם בריוו איז ר’ משה רייכמאן שטארק נתפעל‬ ‫געווארן‪ ,‬ער האט גלייך געקלינגען אין אפיס פון משמרת סת”ם‬ ‫און זיי אינפארמירט אז ער געפינט זיך יעצט אויפן פליגער קיין‬ ‫ניו יארק‪ ,‬און ער בעט אז איך זאל אריבערקומען צו זיין אפיס‬ ‫אין מאנהעטן אויף לעקסינגטאן עוועניו‪ ,‬נאך יענעם נאכמיטאג‬ ‫זעקס אזייגער‪...‬‬ ‫אריינקומענדיג צו ר’ משה רייכמאן‪ ,‬איז ער נאך געווען‬ ‫אונטערן איינדרוק פון דעם שטארקן בריוו‪ ,‬און ער האט אונז‬ ‫זייער שיין אויפגענומען‪ ,‬ער האט זיך שטארק פאראינטרעסירט‬ ‫אין אלע פעולות פון די וועד‪ .‬און נאכן דורכגיין אלע פרטים‪,‬‬ ‫האט ער גענומען אונזער באנק אקאונט נומער‪ ,‬זאגנדיג אז ביז‬ ‫סוף וואך וועט ער אריין ווייערן א האלב מיליאן דאלער!‬ ‫דאס געלט איז געווען גענוג אהערצושטעלן א קאמפיוטער‬ ‫פראגראם פאר די תפילין‪ ,‬און עס האט אויך אביסל געדעקט די‬ ‫חובות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט פון פריער‪.‬‬ ‫פ‪ :‬וואס זענען געווען די שוועריקייטן מיט בדיקת תפילין אז‬ ‫מען האט געדארפט א ספעציעלע פראגראם דערפאר?‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪49‬‬


‫ע‪ :‬די פראבלעם מיט תפילין איז געווען אז עס איז זייער לאנג‬ ‫די פרשיות‪ ,‬מען האט געדארפט ערצייגן א ספעציעלע סקענער‬ ‫וואס זאל קענען סקענען די לאנגע פרשיות‪.‬‬ ‫עס איז געווען אין בני ברק א חשובע איד‪ ,‬וואס איז געקומען‬ ‫בודק זיין זיינע תפילין וואס איז געשריבן געווארן דורך א חשובע‬ ‫סופר‪ ,‬ער האט שוין געהאט געלייגט די תפילין יעדן טאג פאר‬ ‫פערציג יאר‪ ,‬און עס שוין געגעבן בודק צו זיין ‪ 9‬מאל! און ער איז‬ ‫דאן געקומען בודק זיין ביי אונזער נייע פראגראם‪ ,‬און נישט מער‬ ‫און נישט ווייניגער‪ ,‬עס האט געפעלט א ווארט!‪ ...‬דער איד האט‬ ‫נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך פאר גרויס צער! ער האט‬ ‫עס מפרסם געווען אין אלע צייטונגען‪ ,‬אויפגעהאנגען אין אלע‬ ‫בתי מדרשים‪ ,‬און אויף אלע שטאנגען איבער די שטאט‪...‬‬ ‫פ‪ :‬איר האט געקענט ר’ משה רייכמאן פון פריער?‬ ‫ע‪ :‬יא‪ .‬געווען איז עס ווען ר’ דוד פאם שליט”א (א זון‬ ‫פון הגאון רבי אברהם יעקב זצ”ל) האט אונז געקלינגען אז‬ ‫ער האט די ספר תורה וואס באלאנגט פאר ר’ משה רייכמאן‪,‬‬ ‫און ער וויל עס בודק זיין‪ ,‬אבער ר’ משה טענה’ט אז ווי קומט‬ ‫א קאמפיוטער צו א ספר תורה‪ ,‬ער האלט נישט פון די גאנצע‬ ‫מעשה‪ .‬ער האט צוגעלייגט אז אויב הגאון רבי שלמה זלמן‬ ‫אויערבאך זצ”ל האלט אז מען דארף מאכן די בדיקה דאן איז‬ ‫ער מסכים דערצו‪ .‬האט מיר ר’ דוד שליט”א געפרעגט אויב איך‬ ‫קען עפעס זאגן וועגן דער מיינונג פון ר’ שלמה זלמן זצ”ל‪ .‬האב‬ ‫איך אים דערציילט די פאלגענדע מעשה‪ ,‬מער האט שוין נישט‬ ‫אויסגעפעלט‪...‬‬ ‫ומעשה שהיה כך היה‪ ,‬עטליכע מאנאטן בעפאר איז‬ ‫אריינגעקומען אין אונזער אפיס אין ירושלים א איד מיטן נאמען‬ ‫כהן‪ ,‬זאגענדיג ער האט געזען א מודעה אז פון די ערשטע הונדערט‬ ‫ספרי תורה זענען בלויז ‪ 18‬געווען כשר‪ ,‬און ער וויל וויסן אויב‬ ‫אונז קענען אויפווייזן אז די פאקטן זענען טאקע אזוי?‪ ...‬איך האב‬ ‫אים געענטפערט אז ס’נישט קיין פראבלעם‪ ,‬דא האט איר אלע‬ ‫פיילס‪ ,‬יעדן קאמפיוטער איז א באזונדערע פייל‪ ,‬די אפליקאציע‬ ‫מיט די קאפיעס פון די עמודים‪ ,‬צוזאמען מיט די רעזולטאטן‬ ‫אויף די ספר תורה‪ ,‬דא האט איר אלע פיילס‪ ,‬איבערצייגט אייך‬ ‫אליינס‪...‬‬ ‫דער איד האט זיך נישט געפוילט‪ ,‬ער איז געזעצן אין אונזער‬ ‫אפיס עטליכע שעה‪ ,‬און ערנסט אדורכגעטון דעם ענין‪ ,‬און ווען‬ ‫ער איז פארטיג געווארן איז ער זיך ווייטער געגאנגען‪ ...‬שפעטער‬ ‫רופט ער אריין אין אונזער אפיס‪ ,‬און ער לאזט אונז וויסן אז‬ ‫ער איז געווען א שליח פון הגאון רבי שלמה זלמן זצ”ל‪ ,‬וואס‬ ‫האט געהאט געזען די מודעה‪ ,‬און האט זיך געוואונדערט אויב‬ ‫די פאקטן זענען טאקע אזוי‪ ,‬ווייל אויב יא דארף מען דאך‬ ‫אויפשטורעמען די וועלט דערמיט‪.‬‬ ‫האט דער איד ווייטער פארציילט‪ :‬ווי נאר איך האב פארציילט‬ ‫פאר רבי שלמה זלמן זצ”ל וואס איך האב אליינס געזען‪ ,‬האט‬ ‫רבי שלמה זלמן זצ”ל אויסגעקלאפט אין זיין בית המדרש צווישן‬ ‫מנחה און מעריב זאגענדיג‪“ :‬היות מען האט אויסגעטראפן א‬ ‫וועג מברר צו זיין די פסולים אין די ספר תורה‪ ,‬אויף א אופן ווי‬ ‫קיינמאל בעפאר‪ ,‬איז דא א חיוב גמור בודק צו זיין יעדע ספר‬ ‫תורה”‪...‬‬ ‫אין יענע בית המדרש האבן זיך געפינען ‪ 7‬ספרי תורה‪ ,‬און‬

‫‪50‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫טעותים אין ‪ 3‬ס"ת אין נייטרא בית המדרש ‪ -‬מודעה אין 'דער‬ ‫איד' פון פרשת שלח תשמ"ח‬

‫בודק זיין איין ספר תורה מיטן קאמפיוטער האט געקאסט (אין‬ ‫ארץ ישראל) ‪ 500‬דאלער‪ ,‬וואס איז צוזאמען אויסגעקומען צו‬ ‫‪ 3500‬דאלער‪ ,‬די גבאים האבן פרובירט זיך צו טענה’ן אז עס איז‬ ‫אסאך געלט‪ .‬אבער רבי שלמה זלמן זצ”ל האט געענטפערט‪:‬‬ ‫“עס איז נישטא קיין חיוב מן התורה צו האבן לעקטער אין שול‪,‬‬ ‫צו האבן שיינע טיילס אויפן פלאר‪ ,‬אבער עס איז יא פארהאן‬ ‫א חיוב בודק צו זיין די ספרי תורה!” מען האט אריבערגעשיקט‬ ‫אלע ‪ 7‬ספרי תורה נאך יענע נאכט בודק צו זיין‪.‬‬ ‫האב איך פארציילט די מעשה פאר ר’ דוד פאם שליט”א‪ ,‬ער‬ ‫זאל איבערגעבן פאר ר’ משה רייכמאן וואס ר’ שלמה זלמן זצ”ל‬ ‫האט געהאלטן‪ .‬פארשטייט זיך אז מען האט אריבערגעברענגט‬ ‫זיין ספר תורה בודק צו זיין מיטן קאמפיוטער פראגראם‪ ,‬און‬ ‫עס האט געהאט ‪ 2‬גרייזן‪ ...‬הערנדיג די רעזולטאטן‪ ,‬האט ר’‬ ‫משה רייכמאן אריינגעשיקט א טשעק פון ‪ 75‬טויזענט דאלער‬ ‫צו משמרת סת”ם‪...‬‬


‫ווי אזוי ארבייט די פראצעדור?‬ ‫יעדע ספר תורה וועלכע ווערט אריין געברענגט אין משמרת‬ ‫סת”ם‪ ,‬ווערט צום ערשט נאך‪-‬קאפירט אויף פשוטע בלעטער‪.‬‬ ‫ווען אלע ‪ 250‬עמודים זענען געקאפיעט גיט מען צוריק די ס”ת‬ ‫פאר’ן בעה”ב‪ ,‬און די בדיקת הקאמפיוטער ווערט דורך געפירט‬ ‫אויף די פשוטע בלעטער‪ .‬אלע עמודים ווערן אריין געסקענט‬ ‫דורך א ספעציעלע אפטיקעל סקענער צו א באזונדערער פייל‪,‬‬ ‫און די פראגראם איז אויסגעארבייט געווארן‪ ,‬צו ‘דערקענען’‬ ‫אלע ‪ 27‬אותיות התורה‪ ,‬סיי וועמענס האנד שריפט עס זאל נאר‬ ‫זיין‪ ,‬אריינגערעכנט כתב אשכנזי כתב ספרדי‪ ,‬צו עס איז געשריבן‬ ‫ע”פ הבית יוסף אדער כתב אריז”ל‪ ,‬א רוסיש’ע כתב צו א תימנ’ע‬ ‫כתב‪.‬‬ ‫דערנאך פארגלייכט די קאמפיוטער די אותיות וועלכע ער‬ ‫האט נארוואס אריין געקריגן אין זיך‪ ,‬מיט די ארגינעלע טעקסט‬ ‫וואס ער פארמאגט אין זיך‪ ,‬און מיט א בליץ שנעלקייט גייט‬ ‫ער אדורך די גאנצע תורה‪ .‬דערנאך דארף מען נישט מער פון‬ ‫געבן א דרוק אויפן מייזל און די קאמפיוטער ווייזט גלייך אלע‬ ‫ערטער אין דעם עמוד וועלכע שטימען נישט מיט זיין טעקסט‪.‬‬ ‫אין אנדערע ווערטער‪ ,‬עס מוז זיין אין יעדע ספר תורה גענוי די‬ ‫צאל פון ‪ 304,805‬אותיות‪ ,‬און עס מוז זיין געשריבן לויט די סדר‬ ‫און אויסשטעל פון די טעקסט וואס די קאמפיוטער האט אין זיך‪,‬‬ ‫און אזוי גייט די קאמפיוטער איבער אות ביי אות‪ ,‬האלטנדיג‬ ‫חשבון אויף די אות פון דעם ספר תורה‪ ,‬צו עס שטימט מיט די‬ ‫טעקסט וועלכע איז אין איר פראגראמירט‪.‬‬ ‫עס זעט טאקע אויס ווי א לענגערע פראצעדור‪ ,‬אבער די‬ ‫קאמפיוטער פארמאגנדיג א גאר שנעלע מוח לויפט אדורך שורה‬ ‫נאך שורה און עמוד נאך עמוד אין בליץ שנעלע סעקונדעס‪ ,‬זי‬ ‫באמערקט גלייך דעם טעות‪ ,‬און אין א אויגן בליק שיסט זי ארויס‬ ‫אויפן סקרין די גרייז‪ ,‬ווען דערנעבן איז פארצייכנט דאס ריכטיגע‬ ‫ווי אזוי עס דארף צו שטיין‪.‬‬ ‫לויט די הוראה פון גדולי פוסקי הדור שליט”א‪ ,‬ווערט‬ ‫די פראצעדור דורך געפירט נאר אין די הויפט אפיסעס פון‬ ‫משמרת סת”ם‪ ,‬אונטער אן אויפזיכט פון א מומחה און א מורה‬ ‫הוראה‪ .‬נאך האבן די רבנים אנגעזאגט‪ ,‬אז יעדע ס”ת וועלכע‬ ‫ווערט אריינגעברענגט נבדק צו ווערן‪ ,‬מוז אויך אדורך גיין די‬ ‫רעגלמעסיגע בדיקות פון ‘מענטשליכע’ מגיהים‪ ,‬און ווי אויך‪ ,‬אז‬ ‫די קאמפיוטער זאל בכלל נישט גענוצט ווערן אויפצואווייזן די‬ ‫כשרות פון א ס”ת‪ ,‬נאר צו געפינען און אפירצוזוכן די פעלענדע‬ ‫און איבריגע אותיות‪.‬‬

‫משמרת סת”ם ‘המקורית’‬ ‫פארציילט ר’ דוד לייב וויייטער אין זיין היסטארישער‬ ‫שמועס‪ :‬עטליכע יאר נאכדעם וואס מיר האבן אנגעהויבן בודק‬ ‫זיין ס”ת דורך דעם וואונדערליכער קאמפיוטער פראגראם‪ ,‬האבן‬ ‫מיר זיך אנגעשטויסן אין א ‘סקאנדאל’ וועלכער מיר קענען בשום‬ ‫אופן נישט אדורך לאזן אן קיין באמערקונג‪.‬‬ ‫עס איז געווען זונטאג פרשת וישלח תשס”ג לפ”ק‪ ,‬ווען עס‬ ‫האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט א מאטארקאדע פון עטליכע‬

‫‪ 40‬יאר געלייגט פסול'ע תפלין רח"ל טראצדעם וואס ער האט ‪9‬‬ ‫מאל געגעבן בודק צו זיין די תפלין‪...‬‬

‫טייערע אויטאס פארנט פון דעם אפיס פון משמרת סת”ם‪ ,‬עס‬ ‫זענען דערפון ארויסגעקומען עטליכע חשובע אידן‪ ,‬מעמבערס‬ ‫אין א רייכע שול אין מאנהעטן‪ ,‬און זיי האבן ארויפגעברענגט‬ ‫א זעלטן שיינע ס”ת‪ ,‬וועלכע זיי האבן אויפגעוויקלט און‬ ‫אנגעהויבן דערביי אויסצולייגן זייערע טענות אויף משמרת‬ ‫סת”ם מיט ווייטאג‪ ,‬ווי פאלגענד‪:‬‬ ‫דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען א מעמד הכנסת‬ ‫ס”ת לכבוד די באנייאונג פון די דאזיגע ס”ת‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫אריינגעגעבן געווארן דורך דעם בארימטער מיליאנער מר‪ .‬מעלאן‪.‬‬ ‫אבער ביים ליינען אין די ס”ת דאס ערשטע מאל‪ ,‬פונקט ווען‬ ‫דער נדבן האט עולה געווען‪ ,‬האט מען געפינען א שרעקליכער‬ ‫טעות אין די ס”ת‪ ,‬און מען האט דאס געמוזט אוועקלייגען‪ ,‬און‬ ‫פארשטייט זיך אז די גאנצע שמחה איז פארשטערט געווארן‪,‬‬ ‫דער קידוש נאכן דאווענען האט געהאט יענער טעם‪ ...‬אלזא‬ ‫האבן זיי גרויסע טענות אויף אונז‪ ,‬מען האט דאך געגעבן בודק‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪51‬‬


‫צו זיין די ס”ת דורכן קאמפיוטער‪ ,‬ווי אזוי קען זיין אז מען האט‬ ‫געפינען א גרייז?‪...‬‬ ‫איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס קען נישט זיין‪ ,‬און עפעס‬ ‫א מיספארשטענדעניש גייט דא פאר‪ .‬רוף איך זיך גלייך אן צו זיי‬ ‫מיט א זיכערקייט‪“ :‬די ס”ת איז קיינמאל נישט נבדק געווארן‬ ‫דורך משמרת סת”ם!”‪ ...‬אזוי ווי זיי האבן אבער געטענה’ט אז‬ ‫מען האט יא בודק געווען די ס”ת מיטן קאמפיוטער‪ ,‬האב איך זיי‬ ‫געבעטן מען זאל אריבער ברענגען די רעפארט פון די בדיקה‪ .‬זיי‬ ‫האבן מסכים געווען‪ ,‬אבער אזוי ווי עס איז געווען א זונטאג און‬ ‫די רעפארט איז געווען פארשפארט אין אפיס‪ ,‬האבן זיי געבעטן‬ ‫מען זאל איצט מאכן א פרישע בדיקה מיטן קאמפיוטער‪ ,‬אבער‬ ‫וויבאלד איך האב שוין באמערקט אז דא איז געווען עפעס א‬ ‫שווינדל האב איז זיך נישט געלאזט‪ ,‬און איך האב זיי געזאגט אז‬ ‫ביז מען ברענגט נישט אריין די רעפארט פון די בדיקה‪ ,‬מאכט מען‬ ‫נישט א פרישע בדיקה!‬ ‫וועלנדיג אויפווייזן וואס דא גייט פאר‪ ,‬האב איך פארגעשלאגן‬ ‫פאר די אידן זיי זאלן מיר נישט אויסזאגן די גרייז‪ ,‬און איך‬ ‫וועל מאכן א קאמפיוטער בדיקה אויף פרשת ויצא דא פארנט‬ ‫פון זייערע אויגן‪ ,‬און זאלן זיי זיך אליינס איבערצייגן אז די‬ ‫קאמפיוטער וועט יא אויפכאפן די גרייז‪ ...‬עס איז זיי געפָאלן דער‬ ‫געדאנק‪ ,‬איך האב אריינגעסקענט די עמודים‪ ,‬און עס איז נישט‬ ‫אדורך קיין פינף סעקונדעס און די קאמפיוטער האט זיך צופיפן‪,‬‬ ‫און מיט א שטורעם אויסגעשפיגן אויפן סקרין די גרייז‪ ,‬אנשטאט‬ ‫ווי עס דארף שטיין ‘יעקב’ שטייט געגרייזט ‘לבן’‪...‬‬ ‫די אידן זענען אויפגעשפרינגען פון התרגשות‪ ,‬איינזעענדיג‬ ‫אז איך בין געווען גערעכט‪ ,‬אבער עס איז נישט געווען פארטיג‪...‬‬ ‫איך האב געוואלט פארמאכן די קאמפיוטער‪ ,‬און ביים ארויסגיין‬ ‫פון דעם פייל האט די קאמפיוטער געוויזען אז ער האט נאך‬ ‫א באמערקונג אויף דעם זעלבן עמוד‪ ,‬איך גיב א ‘קליק’ אויפן‬ ‫קנעפל‪ ,‬און נישט מער און נישט ווייניגער‪ ,‬עטליכע שורות‬ ‫ווייטער אנשטאט ווי עס דארף שטיין געשריבען ‘לבן’‪ ,‬שטייט‬ ‫געגרייזט ‘יעקב’‪...‬‬ ‫אן ענליכע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט א צייט צוריק‬ ‫ביי די ספרי תורה אין ראכמסטריווקער בית המדרש אין בארא‬ ‫פארק‪ ,‬און אויך אין מעדיער בית המדרש אויך אין בארא פארק‪,‬‬ ‫ווען ביי די בדיקה וואס משמרת סת”ם האט דורך געפירט נאך די‬ ‫ערשטע קאמפיוטער בדיקה האט מען געפינען נאך אכט גרייזן‪...‬‬ ‫נו‪ ,‬וואס גייט דא פאר?‬ ‫עס רעדט זיך איבער א ביזנעס אין ארץ ישראל וועלכע רופן‬ ‫זיך ‘תיקון סופרים’‪ ,‬וואס לעצטענס האבן זיי אויך אנגעהויבן‬ ‫מפיץ צו זיין זייער קאמפיוטער פראגראם‪ ,‬דורך וועלכע מען קען‬ ‫אויך בודק זיין סת”ם‪ ,‬אבער עס איז ווייט נישט אויף די זעלבע‬ ‫הויכע סטאנדארטן וואס ‘משמרת סת”ם’ האט אוועקגעשטעלט‬ ‫ע”פ הוראת גדולי הפוסקים‪ ,‬און זייער ‘נאכגעמאכטער’‬ ‫קאמפיוטער פראגראם לאזט אדורך אפענע גרייזן פון חסר ויתיר‪.‬‬ ‫און ווי איראניש עס איז‪ ,‬בין איך ערשטוינט געווארן ווען‬ ‫איך האב באקומען א ‘סטענדערט רעפארט’ פון זייערע בדיקות‪,‬‬ ‫ווי עס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אויף יעדעס בלעטל דאס‬ ‫פאלגענדע‪“ :‬דער באריכט טוט נאר צו העלפן געפינען די גרייזן‪,‬‬ ‫אבער ער נעמט נישט קיין אחריות צו געפינען אלע גרייזן”‪...‬‬ ‫דעריבער איז זייער וויכטיג אז יעדער בעל הבית פון א‬

‫‪52‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫ס”ת וועלכע האט באצאלט פאר א בדיקת הקאמפיוטער‪ ,‬זאל‬ ‫נאכקוקען די רעפארט וואו מען האט געמאכט די בדיקה‪ ,‬און‬ ‫אויב האט ער די מינדענסטע ספק זאל ער זיך ווענדן צו משמרת‬ ‫סת”ם ‪718-438-4980‬‬ ‫ר’ דוד לייב שליט”א פירט אויס זיין שמועס מיט די הייליגע‬ ‫ווערטער פון זוהר הקדוש [פר’ ויחי רכה ע”א]‪ ,‬וואס דער תנא‬ ‫רשב”י האט געזאגט איידער זיין הסתלקות‪“ :‬עס וועט קומען א‬ ‫צייט ווען עס וועט נישט זיין ווער עס זאל מגין זיין אויפן דור‪,‬‬ ‫נאר איין רפואה וועט זיך געפינען אויף דער וועלט און נישט מער‪,‬‬ ‫דארט וואו מען וועט זיך פלאגן אין דער הייליגער תורה‪ ,‬און עס‬ ‫וועט זיך געפינען צווישן זיי א ספר תורה וועלכע איז נישט משקר‬ ‫בשמא דמלכא‪ ,‬ד‪.‬מ‪ .‬אז עס האט נישט קיין גרייז‪ ,‬ווען מען וועט‬ ‫ארויסנעמען די ס”ת וועט נתעורר ווערן עליונים ותחתונים”‪...‬‬

‫לעיני כל ישראל‬ ‫א ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן דורך א‬ ‫סופר מומחה איז נארוואס פארענדיגט געווארן‪ ,‬און‬ ‫מיט גרויס כבוד גרייטן זיך אידן אין אנטווערפן צום‬ ‫מעמד כתיבת האותיות והכנסת ספר תורה‪ ,‬חשובע‬ ‫רבנים‪ ,‬תלמידי חכמים‪ ,‬פרנסי הציבור‪ ,‬וועלכע זענען‬ ‫געלאדענט געווארן פון פריער ערשיינען איינער נאכן‬ ‫אנדערן‪ ,‬און שרייבן אריין אן אות אין די הייליגע‬ ‫ספר תורה‪ ,‬און ווען עס איז פארטיג גרייט מען זיך‬ ‫ארויסצוגיין פירן די הייליגע תורה אין שול מיט טענץ‬ ‫און געזאנג‪.‬‬ ‫א קליין אינגעלע איז געווען דער איינציגסטער‬ ‫וועלכע האט אויפגעכאפט וואס קיינער האט נישט‬ ‫באמערקט‪ ,‬ער גייט צו זיין טאטע’ן און זאגט‪:‬‬ ‫“טאטע‪ ,‬אין דעם לעצטן פסוק וואס די רבנים האבן‬ ‫געשריבן‪ ,‬שטייט “אשר עשה ה’ לעיני כל ישראל”‪,‬‬ ‫ווען עס דארף צו שטיין “אשר עשה משה לעיני כל‬ ‫ישראל”‪...‬‬ ‫דער טאטע הערט ניטאמאל וואס דער קינד זאגט‪,‬‬ ‫‘די חלומ’סט’‪ ,‬זאגט דער טאטע צום קינד‪ ,‬עס זענען‬ ‫געווען רבנים‪ ,‬דיינים‪ ,‬תלמידי חכמים‪ ,‬און נאר די‬ ‫האסט געזען?‪ ...‬זעענדיג אבער אז דאס קינד האלט‬ ‫זיך פעסט ביי זיינס‪ ,‬גייט דער טאטע צו צום רב פון‬ ‫שטאט הגאון רבי חיים קרייזווירט ז”ל‪ ,‬דער רב הערט‬ ‫וואס גייט פָאר‪ ,‬און רופט זיך אן‪ :‬וואס איז די גרויסע‬ ‫שאלה‪ ,‬ניתי’ ספר ונחזי‪ ,‬מען קען דאך אריינקוקן‪...‬‬ ‫מען נעמט ארויס די ספר תורה‪ ,‬און צו אלעמענס‬ ‫שטוינונג איז דער קינד געווען גערעכט‪ ,‬עס איז‬ ‫טאקע געווען א גרייז “לעיני כל ישראל”‪...‬‬


‫מה רבו מעשיך ה'‬ ‫זיברע‬

‫זיברעס זענען פון די זעלבע פאמיליע ווי פערד און אייזלען‪ ,‬און‬ ‫די אויסזען פון זייער קערפער ענדלט שטארק אינעם פערד‪.‬‬ ‫די שטריכן פון א זיברע זענען ווי די פינגער‪-‬פרינטס פון א‬ ‫מענטש‪ ,‬יעדע זיברע פארמאגט א באזונדערע פעטערן פון די שטריכן‬ ‫אויף איר קערפער‪ ,‬און עס זענען נישט פארהאן קיין צוויי זיברעס‬ ‫מיט גענוי די זעלבע שטריכן‪.‬‬ ‫עס זענען פארהאן דריי הויפט סארטן זיברעס‪ ,‬די ‘פלעינס’‬ ‫זיברע‪ ,‬די ‘גרעוויס’ זיברע‪ ,‬און די ‘מאונטען’ זיברע‪.‬‬ ‫די פלעינס זיברע איז דאס מערסטע באקאנט‪ ,‬און פארמאגט‬ ‫ארום ‪ 12‬סארטן אין איר פאמיליע‪ .‬זיי געפינען זיך אויסגעשפרייט‬ ‫הויפטזעכליך אין צפון מזרח אפריקע‪.‬‬ ‫די מאונטען זיברע איז אייגענארטיג מיט איר ווייסע בויך‪,‬‬ ‫אנדערש פון געווענליכע זיברעס וועמענס שווארץ און ווייסע פאסן‬ ‫גייען ארום זייער גאנצע קערפער‪ ,‬אפילו אונטערן בויך‪.‬‬ ‫די גרעוויס זיברע איז די גרעסטע סארט צווישן אלע זיברעס‪,‬‬ ‫און פארמאגט א לאנגע שמאלע קאפ‪ ,‬וואס זעט אביסל אויס ווי דער‬ ‫קאפ פון א קעמל‪.‬‬ ‫די קערפער פון א דורכשניטליכע זיברע איז צווישן ‪ 6‬און ‪ 8.5‬פיס‬ ‫לאנג‪ ,‬מיט א וויידל פון ‪ 18‬אינטשעס לאנג‪ ,‬און וועגט ביז ‪ 770‬פונט‪.‬‬ ‫זיברעס לעבן ביז ‪ 35‬יאר אין די ווילדערניש‪.‬‬ ‫זענען זיברעס שווארצע באשעפענישן מיט ווייסע שטריכן?‬ ‫אדער ווייסע באשעפענישן מיט שווארצע שטריכן?‪ ...‬לויט פארשער‬ ‫זענען זיברעס ארגינעל א שווארצע באשעפעניש מיט ווייסע שטריכן‪.‬‬ ‫די שווארץ און ווייסע שטריכן העלפט די זיברע זיך‬ ‫אויסצובאהאלטן צווישן הויכע גראזן און ביימער ווען זי קומט‬ ‫אונטער אטאקע פון פארציקענדע חיות‪ ,‬און די שטריכן שטעלט זיי‬ ‫צו קאמפלאזש‪.‬‬ ‫אזוי ווי פערד‪ ,‬קענען זיברעס גיין שפרינגען און גאלאפירן‪ ,‬זיי‬ ‫זענען אבער געווענליך שטייטער ווי פערד‪.‬‬ ‫ווען זיי ווערן נאכגעיאגט דורך לייבן און אנדערע‬ ‫פארציקער וועלן זיי לויפן ביז ‪ 45‬מייל פער שטונדע‪,‬‬ ‫און זיי וועלן אויך לויפן זיג‪-‬זאג‪ ,‬פון איין זייט צו‬ ‫די אנדערע‪ ,‬מאכנדיג שווערער פאר זייערע‬ ‫פארציקער זיי צו כאפן‪.‬‬ ‫אן‬ ‫פארמאגן‬ ‫זיברעס‬ ‫אויסערגעווענליכע גוטע זע קראפט‪ ,‬און‬ ‫מען גלויבט אז זיי קענען אויך זען קאלירן‪,‬‬ ‫אנדערש פון געווענליכע בהמות און חיות‬ ‫וועלכע זענען קאליר‪-‬בלינד‪.‬‬ ‫זיברעס האבן אויך א געוואלדיגע גוטע הערן‬ ‫קראפט‪ ,‬מען קען טאקע זען אז זיי פארמאגן גרעסערע אויערן פון‬ ‫פערד‪ ,‬און זיי קענען דרייען זייערע אויערן אין יעדע דירעקציע‪.‬‬ ‫ווי אויך פארמאגן זיי אויך אן אויסערגעווענליכער גוטער שמעק‬ ‫קראפט‪ ,‬קענענדיג דערגיין א גערוך ביז ווייטע שטרעקעס‪.‬‬ ‫געווענליך זענען די אויערן פון א זיברע ווייעך און נאכגעלאזט‪,‬‬ ‫אבער ווען א זיברע איז רואיג און אין א פריינדליכע גיסטע זענען‬

‫אירע אויערן אויפגעשטעלט און הארט‪.‬‬ ‫אזוי ווי אנדערע באשעפענישן אין די פערד פאמיליע‪ ,‬זענען‬ ‫זיברעס זייער פריינדליכע און סאציאלע באשעפענישן‪ ,‬לעבנדיג אין‬ ‫גרויסע גרופעס‪.‬‬ ‫אזוי ווי פערד‪ ,‬שלאפן זיברעס אויך שטייעדיגערהייט‪ ,‬און‬ ‫שלאפן בלויז ווען אנדערע זיברעס זענען נעבן זיי‪ ,‬כדי מען זאל זיי‬ ‫קענען אויפוועקן און ווארענען אין פאל פון א געפאר‪.‬‬ ‫זיברעס פיטערן זיך כמעט בלויז אויף גראז‪ ,‬אבער צומאל עסן‬ ‫זיי אויך הערבס בלעטער און קליינע צווייגלעך‪.‬‬ ‫בעיבי זיברעס ווען זיי ווערן געבוירן‪ ,‬זענען די פאסן אויף איר‬ ‫קערפער ברוין און ווייס‪ ,‬אנשטאט שווארץ און ווייס‪ ,‬ווען זיי ווערן‬ ‫עלטער ווערן די ברוינע פאסן שווארץ‪.‬‬ ‫עס זענען געמאכט געווארן פארזוכן צו טרענירן זיברעס צו‬ ‫שלעפן וועגענער‪ ,‬אבער זיי זענען דורכגעפאלן‪ ,‬וויבאלד זייער נאטור‬ ‫איז אריינצופאלן זייער שנעל אין פאניק אטאקעס ווען זיי ווערן‬ ‫אנגעצויגן‪ ,‬און ווען דאס געשעט ווערן זיי צעווילדעוועט און קערן‬ ‫איבער די וועגענער‪.‬‬ ‫אין די אלט פארצייטישע רוים‪ ,‬פלעגן קעניגן אפט מאל‬ ‫איינשפאנען זייערע קעניגליכע וועגענער צו זיברעס‪.‬‬ ‫דער בארימטער אידישער באראן ראטשילד פון ענגלאנד‪,‬‬ ‫וועלכער האט פארמאגט אסאך חיות און בהמות אין זיין פריוואטער‬ ‫זו‪ ,‬האט אפט גענוצט זיברעס צו שלעפן זיין וואגן‪.‬‬ ‫רייטן אויפן רוקן פון זיברעס אזוי ווי אייזלען קומט נישט אין‬ ‫באטראכט‪ ,‬וויבאלד זייער קערפער קען נישט דערהאלטן די שווערע‬ ‫וואג פון אן ערוואקסענער מענטש‪.‬‬ ‫אין לויף פון די היסטאריע פלעגן מענטשן פאנגען זיברעס פאר זייער‬ ‫הערליכע פעל‪ ,‬מיט וועלכע מען פלעגן מאכן טעפיכער און קליידונג‪.‬‬ ‫די גרעסטע געפאר שטייען זיברעס אויס פון ווילדע חיות‪ ,‬ווי‬ ‫לייבן טיגערס און קראקעדיילס‪ ,‬וואס פארציקן זיברעס אין גרויסן‪.‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪53‬‬


‫די הייוועי פון גיהנום‬ ‫די לענע הייוועי אין רוסלאנד‬ ‫אריינפיר‬ ‫מיט שווערע טריט לאזט זיך רבי גימפל צום שטַאל‪ ,‬שפאנט‬ ‫איין זיינע ריטערישע פערד צום אלטן פארדזשאווערטן וואגן‪,‬‬ ‫און לאזט זיך ארויס אויף א ווייטע וועג‪ ,‬פארנדיג דורך פעלדער‬ ‫און וועלדער‪...‬‬ ‫די פערד זענען שוין מיד און אויסגעמאטערט‪ ,‬נאכן פארן‬ ‫אזא לאנגער וועג‪ ,‬אבער דער בעל עגלה שמייסט אריין אין‬ ‫זיי ָאן רחמנות‪ ,‬זיי לאזן ארויס הויכע זשומען און יאגן זיך‬ ‫אונטער‪ .‬ווען פלוצלונג איז געשען א גרויס אומגליק‪ ,‬די‬

‫‪54‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫פערד זענען אריין געפארן אין א זומפ‪ ...‬דאס איז די ערגסטע‬ ‫קאשמאר פאר יעדן בעל עגלה‪ ,‬רבי גימפל האט פרובירט‬ ‫שמייסן שטארקער די פערד‪ ,‬אבער ווי מער זיי האבן פרובירט‬ ‫ארויסצוקריכן זענען זיי איינגעזינקען געווארן טיפער און‬ ‫טיפער אין די בלאטע‪...‬‬ ‫רבי גימפל האט נישט געהאט קיין ברירה‪ ,‬ער איז‬ ‫אראפגעשפרינגען פונעם וואגן‪ ,‬זיך אריינגעלאזט צופיס אין‬ ‫שטאט רופן הילף‪ .‬עטליכע פויערן האבן באוויליגט אים צו‬ ‫קומען העלפן‪ ,‬זיי האבן אראפגעלייגט דיקע קלעצער‪ ,‬און‬ ‫צוגעבינדן רבי גימפל’ס וואגן צו זייערע פערד אינדרויסן‬


‫פונעם זומפ‪ ,‬און מיט אלע כוחות האבן זיי ענדליך באוויזן‬ ‫ארויסצושלעפן די וואגן פונעם זומפ‪.‬‬ ‫אט אזעלכע טיפישע געשיכטעס פלעגן מיר ליינען אין די‬ ‫אלטע קינדער ביכלעך‪ ,‬אבער איר וועט זיין ערשטוינט צו הערן‬ ‫אז גענוי דאס שפילט זיך אפ אויך היינט צוטאג’ס אין רוסלאנד‪,‬‬ ‫אבער אנשטאט פערד און וואגן זינקען איין אין די שווערע זומפן‬ ‫און בלָאטע‪ ,‬אויטאס‪ ,‬שווערע טראקס‪ ,‬און גרויסע באסעס!‪...‬‬ ‫א בילדע רעדט טויזנט ווערטער‬ ‫ווי די וועלט זאגט ‘א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער’‪.‬‬ ‫אט דאס איז די געשיכטע פון רוסלאנד’ס ‘לענע הייוועי’‪,‬‬ ‫וואס איז ענדערש באקאנט אלס ‘די הייוועי פון גיהנום’‪ ,‬א‬ ‫רוסישע פעדעראלע הייוועי וואס פארט פון מאסקאווע סיטי‬ ‫צו די סיביר’ישע שטאט ‘יאקאטסק’‪ ,‬די הויפט שטאט פונעם‬ ‫‘יאקאטיע’ רעפובליק‪ ,‬וועלכע איז אונטער רוסישע הערשאפט‪.‬‬ ‫די לעצטע ‪ 600‬מיייל פונעם הייוועי ווערט גערופן די לענע‬ ‫הייוועי‪ ,‬וויבאלד די אינטערעסאנטע ראוד לויפט פארעלאל‬ ‫מיטן לענע ריווער ביז די שטאט יאקאטסק‪.‬‬ ‫ווי מען זעט אויף די דראמאטישע בילדער‪ ,‬ווערט די לענע‬ ‫הייוועי אין די זומער מאנאטן פארוואנדלט אין א שרעקליכער‬ ‫מאראסט און זומפ‪ ,‬ספעציעל ווען עס רעגנט אין די געגנט‪,‬‬ ‫וואס דאן איז דער צושטאנד פונעם ראוד אומדערטרעגליך‪.‬‬ ‫און לויט מאנכע‪ ,‬איז דאס פאררעכנט אלס די ערגסטע ראוד‬ ‫אין די וועלט‪ ,‬טראצדעם וואס מענטשן שטארבן נישט דערויף‪,‬‬ ‫פונדעסטוועגן איז דאס שרעקליך‪.‬‬

‫מערדער דזשאסעף סטאלין ימ”ש האט אהין פארשיקט‬ ‫צענדליגער טויזנטער אידן‪ ,‬ווען עס איז נאך דאן נישט געווען‬ ‫קיין שום מאדערנע איינריכטונגען ווי וואסער‪ ,‬עלעקטריק‪,‬‬ ‫און גאז‪ ,‬און ער האט גערן פארגינען די שטאט מיט אירע‬ ‫שרעקליכע קאשמארן פאר די אידן‪ ,‬גלויבנדיג אז זיי וועלן שוין‬ ‫אנטוויקלען די שטאט מיט אלע מאדערנע איינריכטונגען‪.‬‬

‫די ראוד אין די זומער און ווינטער‬ ‫מאנאטן‬ ‫ווי איראניש דאס הערט זיך‪ ,‬זענען אבער דוקא די ביטערע‬ ‫קעלטן און פרעסטן א ישועה פאר די ראוד‪ ,‬וויבאלד זי פרירט‬ ‫פון די קעלט דורכאויס די ווינטער מאנאטן‪ ,‬און מען קען פארן‬ ‫דערויף‪.‬‬ ‫אבער ווען עס קומט זומער און די שניי און אייז הויבט זיך‬ ‫אן אויפלאזן דאן געשעט א חורבן אין שטאט‪ ,‬און דער ראוד‬ ‫איז בלויז א מוסטער‪ .‬נאך זומער‪ ,‬ווען די קעלטן קומען צוריק‪,‬‬ ‫ווערט די ראוד ווידעראמאל פארפרוירן‪ ,‬און מען קען ווייטער‬ ‫אזוי זעט אויס א רייזע אויף די גיהנום ראוד‬

‫די שרעקליכע ליידן פון די יקאטסק’ער‬ ‫איינוואוינער‬ ‫די מאראסט אויפן ראוד איז נישט די איינציגסטע פראבלעם‬ ‫אינעם ראיאן‪ ,‬עס זעט זיך אויס ווי די מענטשן פון יאקאטסק‬ ‫זענען געבוירן געווארן צו ליידן‪...‬‬ ‫יאקאטסק ‪-‬א שטאט מיט ‪ 210,000‬איינוואוינער‪ -‬איז‬ ‫באוואוסט מיט איר עקסטרעמער קלימאט‪ ,‬זי איז די קאלט’סטע‬ ‫שטאט אויפן פלאנעט‪ ,‬אין יאנואר גייען די טעמפרוטארן אראפ‬ ‫ביז ‪ 45‬אונטער נול‪ ,‬און די איינוואוינער ליידן זיך צוזאם פון‬ ‫די שרעקליכע סיבירישע קעלט‪ .‬אבער אין די זומער מאנאטן‬ ‫ווען די קעלטן לאזן נאך און עס הויבט אן ווערן ווארים‪ ,‬גייען‬ ‫די טעמפרוטארן ארויף ביז ‪ 90‬דעגרי‪ ,‬דאן ווערט די שטאט‬ ‫פארוואנדלט אין איין גרויסן זומפ‪ ,‬און מחנות בייסיגע פליגן‬ ‫באפאלן די געגנט‪ ,‬אזש עס ווערט א חורבן איום ונורא‪.‬‬ ‫די עקסטרעמע קלימאט קאנטראסט צווישן די זומער און‬ ‫ווינטער מאנאטן‪ ,‬וואס איז פון די גרעסטע אין דער וועלט‪,‬‬ ‫ערקלערט אביסל וואס איז די אורזאך פון די גרויסע מאראסטן‬ ‫און זומפן‪ .‬אויך גיבט צו דער פאקט‪ ,‬אז ווען עס רעגנט אין‬ ‫יאקאטסק דאן גיסט און מבול’ט שלאקס רעגנס‪ ,‬און דאס‬ ‫פארוואנדלט די גאנצע שטאט אין א בייזער חלום‪ .‬עס איז‬ ‫אינטערעסאנט צו זען‪ ,‬אז כמעט אלע שטאטישע געביידעס און‬ ‫איינריכטונגען‪ ,‬זענען געבויט אויף ריזיגע צעמענטענע שטיקער‬ ‫וועלכע פארמיידן זיי פון איינזינקען‪.‬‬ ‫דאס איז געווען איינס פון די געגנטער‪ ,‬וואו דער וועלט’ס‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪55‬‬


‫פארן דערויף‪ ,‬אבער דאן קומען אויך די ביטערע פרעסטן‪ ,‬און‬ ‫מען קען זיך נישט באווייזן אויף דער גאס‪.‬‬ ‫צוליב די שרעקליכע אומשטענדן אויפן ראוד‪ ,‬איז די שטאט‬ ‫יאקטאסק אין די זומער מאנאטן גענצליך אפגעהַאקט פון די‬ ‫איבריגע וועלט‪ ,‬זי האט נישט קיין פארבינדונג אויף דער ערד‬ ‫דורך וועלכע מען קען איר דערגרייכן‪ .‬מען קען אהין אנקומען‬ ‫בלויז דורך עראפלאנען‪ ,‬אדער דורך שיפן אויפן טייך‪ .‬אבער אויך‬ ‫אזוי זעט אויס א רייזע אויף די גיהנום ראוד‬

‫די שיפלעך קענען נישט צושטעלן קיין גרויסע הילף‪ ,‬וויבאלד‬ ‫א גרויס טייל פונעם זומער איז נאך די טייך פיל מיט אייז‬ ‫שטיקער‪ ,‬איבערבלייבענישן פונעם ווינטער‪ ,‬ווען דער טייך‬ ‫ווערט פארפרוירן מיט צענדליגער פיס דיקע אייז‪ ,‬וועלכע לאזן‬ ‫זיך שטייטליך אויף‪ ,‬און שווימען אינעם טייך שטעלענדיג א‬ ‫געפאר פאר אדורכפארנדע שיפן‪.‬‬

‫שרעקליכע כאאס ווען ‪ 600‬אויטא’ס‬ ‫זענען געשטראנדעט אויפן ראוד‬ ‫די בילדער זענען גענומען געווארן דורך אן אויסלענדישער‬ ‫רעפארטער הארט נאך א רעגן‪ ,‬ווען ארום ‪ 600‬אויטאס‪,‬‬ ‫טראקס‪ ,‬און באסעס‪ ,‬זענען פארכאפט געווארן אויפן ראוד‪ ,‬זיי‬ ‫האבן געזינקען אינעם שווערן קלעבעדיגען מאראסט‪ ,‬און זיך‬ ‫נישט געקענט ארויסזען פון דארט פאר עטליכע טעג‪ ,‬די זומפן‬ ‫האבן ממש אינגאנצן איינגעשלינגען קליינע אויטאס‪...‬‬ ‫דער רעפארטער פארציילט‪ ,‬אז אויסער די פארכאפטע‬ ‫אויטאס זענען אויך פארגעקומען עטליכע עקסידענטן אין‬ ‫דעם חורבן‪ ,‬עטליכע טראקס האבן זיך איבערגעדרייט ארויף‬ ‫אויף אנדערע קארס‪ ,‬און עס זענען געווען פארוואונדעטע‬ ‫וועלכע האבן דרינגענד געמוזט צוקומען צו הילף‪ .‬אבער די‬ ‫עמורדזשענסי רעאגירער און אמבולאנסן האבן נישט געוואלט‬ ‫און נישט געקענט‪ -‬קומען העלפן‪ ,‬וויבאלד זיי וואלטן אויך‬‫פארכאפט געווארן אינעם זומפ‪.‬‬ ‫דער מצב איז אבער ערגער געווארן נאך עטליכע טאג זיין‬ ‫געשטראנדעט אויפן ראוד‪ ,‬ווען הונדערטער מייל ארום איז‬ ‫נישט פארהאן קיין שום געגנט‪ ,‬אלעס איז ּפוסט און וויסט‪ ,‬און‬ ‫עס האט אנגעהויבן אויסברעכן געוואלדטאטן נאכדעם וואס‬ ‫מאטאריסטן זענען ארויס פון גלייכגעוויכט‪ ,‬און אנגעהויבן‬ ‫באשולדיגן אנדערע אין זייערע פראבלעמען‪ .‬ווען די אויטאס‬ ‫זענען אויסגעלאפן פון גאזאלין האבן זיך דרייווערס א לאז‬ ‫געטון צו אנדערע טראקס‪ ,‬אויפברעכנדיג די שלעסער און טירן‬ ‫זוכנדיג פאר עסן און קליידונג‪ ,‬און עס איז געגאנגען מכות‬ ‫רצח‪...‬‬ ‫ערפארענע דרייווערס ווייסן‪ ,‬אז בעפאר מען לאזט זיך‬ ‫ארויס אויף די ראוד דארף מען מיטנעמען גענוג עסן‪ ,‬און‬ ‫אויך א רעוואלווער‪ ,‬וואס איז קריטיש אין פאל מען ווערט‬ ‫געשטראנדעט‪...‬‬ ‫די פאליציי פארמאגט ספעציעלע טרעקלעך מיט הויכע‬ ‫רעדער‪ ,‬ספעציעל דעזיינט צו פארן אין טיפע זומפן‪ ,‬אבער‬ ‫זיי האבן מורא צו קומען העלפן מאטאריסטן וועלכע ווערן‬ ‫בארויבט אויפן ראוד‪ .‬עס זענען פארהאן באריכטן‪ ,‬אז רעטונגס‬ ‫ארבייטער וועלכע זענען געקומען ארויס ראטעווען פארכאפטע‬ ‫מענטשן‪ ,‬זענען צושלאגן געווארן דורך אויפגעברויזטע‬ ‫מאטאריסטן וועלכע זענען דארט געווען פארכאפט עטליכע‬ ‫טאג‪ .‬דעריבער לאזט די פאליציי די געשטראנדעטע אויפן ראוד‬ ‫זיך אליינס אן עצה געבן מיט זייערע צרות‪ .‬נוסח רוסלאנד‪...‬‬

‫רוסלאנד’ס הייוועיס און ראודס‬ ‫עס איז אינטערעסאנט אנצואווייזן‪ ,‬אז די ראוד פארמאגט‬

‫‪56‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫ווערט אבער אפגעפרעגט דורך מערערע אינדזשענירן‪ ,‬וועלכע‬ ‫באשטעטיגן קלָאר אז עס איז פארהאן מערערע טעכניקן צו‬ ‫בויען אזא ראוד‪ .‬זיי ווייזן ָאן צ‪.‬ב‪.‬ש‪ .‬אויף די ‘האועל ראוד’ אין‬ ‫אלאסקע‪ ,‬וועלכע איז געבויט געווארן דורכאויס די צווייטע‬ ‫וועלט קריג‪ ,‬אויף גענוי דעם זעלבן סארט זומפיגן ראוד‪ ,‬און עס‬ ‫שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג פירנדיג הונדערטער טויזנטער‬ ‫אויטאס און שווערע טראקטאר טרעילארס יערליך‪.‬‬ ‫אין נאך א טראגי קאמישער ביישפיל פון רוסלאנד’ס‬ ‫אומקאמפעטענץ ווען עס קומט צו זייערע ראודס‪ ,‬איז מיט‬ ‫עטליכע מאנאטן צוריק ערשינען בילדער אין מערערע‬ ‫צייטונגען‪ ,‬ווי ראוד ארבייטער אין א רוסישע שטאט פלַאסטערן‬ ‫איבער די ראודס מיט א פרישע הייסע שיכט אספאלט אויף די‬ ‫שניי און אייז!‪ ...‬מאנכע קאמיקער זענען נישט געווען קלָאר‪,‬‬ ‫אויב דאס איז דער וועג ווי אזוי זיי געבן זיך אן עצה מיט‬ ‫די שניי‪ ,‬אנשטאט דאס אפרייניגן און אוועקשַארן גיסן זיי א‬ ‫שיכט אספאלט ‪ -‬נוסח חעלם‪ ,‬אדער זענען די ארבייטער פשוט‬ ‫אראפ פון זינען ל”ע‪ ,‬אדער איז פארהאן א דריטע מעגליכקייט‬ ‫אז זיי האבן בעפאר געמאכט א לחיים אויף עטליכע פלעשער‬ ‫וואדקא‪ ,‬אדער גאר זענען אלע פיר ריכטיג‪ ...‬אין יעדן פאל איז‬ ‫דאס אינטערעסאנט און אבסורד‪ ,‬אבער פארט ריאליטעט אין‬ ‫רוסלאנד‪...‬‬

‫בכלל נישט קיין איבערדעק פון צעמענט אדער אספאלט‪,‬‬ ‫טראצדעם וואס עס איז א פעדעראלע הייוועי‪ .‬דאס איז נישט‬ ‫קיין חידוש אין אזא לאנד ווי רוסלאנד‪ ,‬וועלכע איז די גרעסטע‬ ‫לאנד איבער די וועלט אין שטח‪ ,‬און רוב פון אירע ראודס‬ ‫זענען נישט געפלאסטערט‪ .‬עס זענען פארהאן מער מיילן פון‬ ‫אויסגעפלאסטערטע ראודס אין די שטאט ‘אהייא’ ‪ -‬ווי אין‬ ‫גאנץ רוסלאנד! און אהייא איז בלויז ‪ 44,825‬סקווער מייל גרויס‬ ‫אין פארגלייך צו רוסלאנד וועלכע איז ‪ 6.602‬מיליאן סקווער‬ ‫מייל גרויס‪ ...‬פונדעסטוועגן איז אבער אינטערעסאנט אז אזא‬ ‫זומפיגער ראוד זאל מען קיינמאל נישט האבן אויסגעפלאסטערט‪.‬‬ ‫לויט ווי לאקאלע אינסטאנצן געבן איבער‪ ,‬האט מען שוין‬ ‫עטליכע מאל פרובירט איבערצודעקן די ראוד מיט אספאלט‪,‬‬ ‫אבער וויבאלד מען קען נישט אדורכפירן די ארבייט אין די‬ ‫קאלטע ווינטער מאנאטן ווען די ראוד איז סטאביל‪ ,‬האט מען‬ ‫דאס געמוזט טון אין די זומער מאנאטן‪ ,‬און דאן איז עס גלייך‬ ‫פארוואנדלט געווארן אין א מארַאסטיגן געמיש‪ .‬זינט דאן האט‬ ‫די רעגירונג באשלאסן מער נישט צו אינוועסטירן קיין געלט‬ ‫אין פרובירן פארריכטן די ראוד‪ .‬אנשטאט רָאטן זיי מאטאריסטן‬ ‫גענצליך אויסצומיידן די ראוד אין די זומער מאנטטן‪ ,‬און‬ ‫אנשטאט זאל מען פארן מיטן פערי שיף‪.‬‬ ‫רוסלאנד איז שוין פאר לאנגע יארן באוואוסט פאר אירע‬ ‫שלעכטע און נאכגעלאזט ראודס‪ ,‬עס איז‬ ‫אפילו פארהאן א פאלקס‪-‬ניגון אין רוסלאנד‬ ‫ס'איז יום טוב אינדערוואכן אין רוסלאנד‪ ...‬אנשטאט צו שארן די שניי באדעקט‬ ‫מען דאס מיט א פרישע שיכט אספאלט ‪ -‬נוסח חעלם‬ ‫וועלכע באציט זיך צו אירע שלעכטע‬ ‫ראודס‪ ...‬עס איז אבער איראניש‪ ,‬אז אט די‬ ‫צוריק‪-‬געשטאנענע ראודס האבן געשפילט א‬ ‫קריטישע ראלע דורכאויס די צווייטע וועלט‬ ‫קריג‪ ,‬צוריקהאלטנדיג די מאסיווע פָארשריט‬ ‫פון די דייטשע מיליטער‪ ,‬וועלכע האבן‬ ‫מארשירט פאראויס מיט א בליץ שנעלקייט‬ ‫און איינגענומען שטאט נאך שטאט און‬ ‫לאנד נאך לאנד‪ .‬ווען זיי זענען אבער אריין‬ ‫קיין רוסלאנד האבן זייערע פארגעשריטענע‬ ‫פאנצער טאנקען פשוט נישט געקענט פארן‬ ‫אויף די צוריקגעשטאנענע ראודס‪ ,‬און עס‬ ‫האט פארשטייטערט זייער געלויף פאר גענוג‬ ‫לאנג‪ ,‬אז רוסלאנד זאל זיך קענען אריענטירן‬ ‫און זיי צוריק דערלאנגען ביטערע קלעפ‪.‬‬

‫אויספיר‬ ‫די ראוד איז בלויז נאך א וואונדער‬ ‫פונעם סאציאליסטישער אינדזשענירונג‪,‬‬ ‫און זעענדיג דעם נעבעכדיגן ראוד איז נישט‬ ‫קיין וואונדער פארוואס קאמוניזים איז‬ ‫צוזאמגעפאלן‪...‬‬ ‫מאנכע טענה’ן אז מען קען נישט האבן‬ ‫קיין טענות צו די רוסן‪ ,‬וויבאלד דאס איז‬ ‫א נאטורליכער חורבן‪ ,‬און עס איז נישט‬ ‫פארהאן קיין טעכניק צו בויען א געהעריגער‬ ‫ראוד אויף אזא זומפיגער שטח‪ .‬דאס‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪57‬‬


‫סטוקסנעט‬ ‫א דידזשיטל מיסל וואס האט חרוב געמאכט‬ ‫איראנ'ס נוקלעארע פלענט אין נאטאנז‬

‫וויאזוי די פארטיידיקונגס וועלט האט זיך דראמאטיש געטוישט אין‬ ‫די לעצטע יארן‪ ,‬אריבערגייענדיג פון עף ‪ 16‬קאמפס דזשעטס‪ ,‬קרוז‬ ‫מיסלס‪ ,‬און טאנקען‪ ,‬צו א גענצליך נייע טעכנעלאגישע סייבער קריג‬ ‫אויפן קאמפיוטער‪ ,‬וואס איז גארנישט ווייניגער שעדליך און געפארפול‪,‬‬ ‫האבנדיג די מעגליכקייט אנצוגרייפן ארמייען און אגענטורן און פיזיש‬ ‫חרוב צו מאכן נוקלעארע פלענטס און שווער פארמויערטע פעסטונגען‬ ‫‪58‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫אריינפיר‬ ‫אינעם איספאהאן פראווינץ אין צענטראל איראן‪ ,‬ביים‬ ‫ווינקל פונעם מדבר‪ ,‬איז סטאנציאנירט א שווער‪-‬באוואכטער‬ ‫קאמפלעקס‪ ,‬אויסגעשפרייט אויף א ריזיגער שטח פון ‪ 25‬אקער‬ ‫לאנד‪ ,‬וועלכע שטעלט די גרעסטע געפאר צו די זיכערהייט‬ ‫פון די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע‪ .‬עס איז די‬ ‫‘נאטאנז’ נוקלעארע באררייכערונג פלענט‪ ,‬וועלכע איז ברייט‬ ‫פארדעכטיגט צו זיין די הויפט פראדוקציע פעסילעטי פון‬ ‫איראנ’ס אמביציעזע נוקלעארע וואפן פראגראם‪.‬‬ ‫אבער טראצדעם וואס די קאמפלעקס איז גאר שווער‬ ‫באוואכט‪ ,‬זייענדיג געבויט ‪ 25‬פיס אונטער‪-‬ערדיש‪ ,‬באשיצט‬ ‫מיט צעמענטענע ווענט אכט פיס דיק‪ ,‬זענען אבער אירע‬ ‫מאסיווע ווענט דורכגעבראכן געווארן אין ‪ ,2009‬נישט דורך‬ ‫א בונקער באסטער באמבע‪ ,‬נאר דורך א קאמפיוטער וויירוס‪,‬‬ ‫וועלכע איז שפעטער באקאנט געווארן איבער די גאנצע וועלט‬ ‫אלס ‘סטוקסנעט’‪.‬‬ ‫‘ליען אמורקיו’‪ ,‬איז א וויירוס עקספערט ביי די וועלט‬ ‫בארימטע קאמפיוטער זיכערהייט פירמע ‘סמענטעק’‪ ,‬ער איז‬ ‫געווען איינער פון די ערשטע אינדזשענירן צו כאפן א בליק אויף‬ ‫סטוקסנעט‪ ,‬און האט שפעטער געפירט די גרופע וועלכע האט‬ ‫אנאליזירט די וויירוס‪ ,‬און זיי זענען געווען שאקירט טרעפנדיג‬ ‫די סאפיסטיקירטסטע סייבער ווָארים וואס די וועלט האט נאר‬ ‫אמאל געזען‪“ .‬מיר האבן באלד איינגעזען‪ ,‬אז דאס איז אנדערש‬ ‫ווי אלע אנדערע געווענליכע וויירוסעס‪ ,‬און ווען מיר האבן‬ ‫אנגעהויבן גראבן טיפער זענען מיר געווארן זייער שאקירט צו‬ ‫זען‪ ,‬אז דער ווָארים איז גארנישט אנדערש ווי אן אקטיווער‬ ‫קריג ‪ -‬אין קאודס אנשטאט מיסלס‪”...‬‬ ‫גלייך ווען ליען האט געלייגט זיינע אויגן אויף די קאוד‬ ‫פונעם ווָארים איז ער געווען זייער אנגעצויגן‪ ,‬וויבאלד די‬ ‫קאוד האט געהאט די מעגליכקייט צו צילן קעגן סיי וועלכע‬ ‫איינריכטונג אין אמעריקע און ארום די וועלט‪ ,‬און די גאנצע‬ ‫פירמע איז געשטעלט געווארן אויף די פיס‪ ,‬צו דערגיין דאס‬ ‫שנעלסטע מעגליך וואס גענוי ווערט דא געצילט דורכן ווָארעם‪.‬‬

‫א ‘דידזשיטל מיסיל’ אין ריכטונג פון‬ ‫איראנ’ס נוקלעארע פלענט‬

‫זיך ענדליך אריינגעכאפט אינעם נאטאנז פלענט‪ ,‬האט עס‬ ‫פאראורזאכט אז די סענטערפיוזשעס זאלן זיך אנצוהויבן‬ ‫דרייען ווילד ארויס פון קאנטראל‪ ,‬ביז זיי האבן זיך צובראכן‬ ‫און ארויסגעגאנגען פון דינסט‪.‬‬ ‫עס איז געווען א דראמאטישער געשעעניש‪ ,‬ווען טויזנטער‬ ‫פון די סענטערפיוזש מאשינען אינעם איראנער פלענט‪,‬‬ ‫האבן זיך פלוצלונג אנגעהויבן צו דרייען מיט א שרעקליכע‬ ‫ווילדקייט‪ ,‬און די איראנער באאמטע אויפן ארט האבן נישט‬ ‫געהאט קיין שום קאנטראל אויפן מצב‪ ,‬און האבן דאס נישט‬ ‫געקענט אפשטעלן‪.‬‬ ‫לויט די אינטערנעשאנעל אטאמישער אגענטור (איי‪.‬עי‪.‬אי‪.‬‬ ‫עי)‪ ,‬האט סטוקסנעט געשעדיגט א פערטל פון איראנס ‪9,000‬‬ ‫סענטערפיוזשעס‪ ,‬און איינמאל א סענטערפיוזש איז צובראכן‬ ‫קען מען עס נישט פאררעכטן‪ .‬און די אגענטור גלויבט‪ ,‬אז דער‬ ‫איראנער נוקלעארער פראגראם איז צוריקגעריקט געווארן‬ ‫מיט זעקס מאנאטן‪ ,‬און עס וועט געדויערן א לאנגע צייט ביז‬ ‫זיי וועלן ווידעראמאל מאכן פארשריט‪ ,‬און שטיין צוריק ביים‬ ‫זעלבן שטאפל ווי זיי האבן געהאלטן בעפאר‪.‬‬ ‫און‪ ,‬ווי וואונדערליך עס הערט זיך‪ ,‬איז די אטאקע געקומען‬ ‫אין פארעם פון א קאמפיוטער וויירוס‪ .‬סטוקסנעט איז געווען‬ ‫א געוואלדיגע און סאפיסטיקירטע אפעראציע‪ ,‬עס איז געווען‬ ‫א מאסיווע וויירוס‪ 20 ,‬מאל גרעסער פון יעדע געווענליכע‬ ‫וויירוס‪ .‬און אפילו נאכדעם וואס עקספערטן זענען דאס‬ ‫דערגאנגען‪ ,‬און האבן אנגעהויבן עפענען אירע קאודס‪ ,‬איז די‬ ‫מיסטעריע ארום סטוקסנעט בלויז טיפער געווארן‪...‬‬

‫וויאזוי סטוקסנעט האט געארבייט? און‬ ‫נאכדערצו מיט אזא פונקטליכקייט?‬ ‫ווען ליען אמורקיו און זיין גרופע‪ ,‬האבן אנטדעקט דעם‬ ‫וויירוס צום ערשטן מאל‪ ,‬איז עס שוין געווען אינדרויסן‬ ‫פארשפרייט איבער די וועלט פאר איבער א יאר צייט‪ ,‬און‬ ‫האט זיך שטילערהייט אויסגעשפרייט אויף א גלאבאלער‬

‫די שווער באוואוכטע נאטאנז נוקלעארע פלענט אין איראן‬

‫אבער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט‪ ,‬האט סטוקסנעט‬ ‫געהאט א גענויעם ציל און אדרעס‪‘ :‬נאטאנז’!‪ ...‬עס האט געדויערט‬ ‫א שטיק צייט‪ ,‬ווי לאנג די ווָארעם האט זיך ארומגעדרייט איבער‬ ‫די גאנצע וועלט‪ ,‬נישט אנמאכנדיג דערביי קיין שום שאדן‪ ,‬ביז זי‬ ‫איז עווענטועל אנגעקומען צו איר ציל‪ ,‬און דארט עקספלאדירט‬ ‫מיט א שטורעם‪ ,‬שאפנדיג מאסיווע חרבנות‪.‬‬ ‫דער סדר ווי אזוי מען ארבייט אויס און מען באררייכערט‬ ‫אוראניום אין נוקלעארע פלענטס איז‪ ,‬אז מען שטעלט אריין‬ ‫די אוראניום אין סענטערפיוזשעס וועלכע דרייען זיך מיט א‬ ‫שנעלקייט‪ ,‬און ארבייטן עס אויס פארן באנוץ פון עלעקטריק‬ ‫קראפט‪ .‬אויב ווערט עס צופיל באררייכערט קען דאס גענוצט‬ ‫ווערן פאר נוקלעארע וואפן‪ .‬ווען די סטוקסנעט ווָארעם האט‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪59‬‬


‫פארנעם‪ ,‬קריכנדיג פון איין נעטווארק צום אנדערן‪ ,‬אבער איר‬ ‫דעסטינאציע איז געווען א מיסטעריע פאר אלעמען‪.‬‬ ‫אמורקיו קען נאכגיין יעדע וויירוס‪ ,‬פון וואנעט עס האט זיך‬ ‫אנגעהויבן צו פארשפרייטן‪ ,‬פון וואו עס איז געקומען‪ ,‬און וואו‬ ‫עס איז אלס געגאנגען‪ .‬און אויך ביי סטוקסנעט‪ ,‬האט ער און‬ ‫זיין גרופע אנגעהויבן צוזאמנעמען מערערע סעמפלס פונעם‬ ‫וויירוס‪ ,‬און פרובירט צוזאמשטעלן פון וואו עס קומט‪ ,‬און איר‬ ‫נאכגיין וואו אהין עס גייט‪ ,‬און וואס עס צילט‪.‬‬ ‫נאכן באטראכטן דעם וואונדערליכן וויירוס און דער‬ ‫וועג וואו עס גייט‪ ,‬איז אמורקיו און זיין גרופע געקומען צום‬ ‫אויספיר אז עס צילט נישט אנצוזייען חרבנות אין געווענליכע‬ ‫קאמפיוטערס‪ ,‬נאר עס פארמאגט ענדערש אן איינצעלנער‬ ‫ספעציפישער ציל וואו עס גייט‪ ,‬און דאס איז א ‘פראגראמישער‬ ‫לאדזשיק קאנטראלער’ (פי‪ .‬על‪ .‬סי‪ ,).‬וועלכע איז געבויט דורך‬ ‫די דייטשע פירמע ‘סימענס’‪.‬‬ ‫אט די קליינע פי‪ .‬על‪ .‬סי‪ .‬קאמפיוטערס‪ ,‬זענען‬ ‫אויסגעשטעלט צו אפערירן ריזיגע מאשינעריי אין פעקטאריס‬ ‫און פאוער גרידס איבער די גאנצע וועלט‪ .‬אבער סטוקסנעט‬ ‫איז געווען זייער ספעציפיש‪ ,‬און האט נישט געצילט אויף יעדע‬ ‫פי‪ .‬על‪ .‬סי‪ .‬וואס אפערירט גרעסערע מאשינען‪ ,‬נאר זי האט‬ ‫געצילט בלויז פאר אזא פי‪ .‬על‪ .‬סי‪ .‬וועלכע איז באהאפטן צו‬ ‫אן אוראניום סענטערפיוזש‪ ,‬וואס דאס עקזיסטירט בלויז אויף‬ ‫איין ארט איבער די וועלט‪ ,‬נאטאנז!‪...‬‬ ‫עס איז קלאר ווי דער טאג‪ ,‬אז די וועלכע זענען געשטאנען‬ ‫אונטער די אטאקע‪ ,‬האבן געהאט צוטריט צו געהיימע שפיאנאזש‬ ‫אינפארמאציע‪ ,‬און זיי האבן אויך געוואוסט‪ ,‬הויפטזעכליך‬ ‫דורך אינעווייניגסטע אינפארמאציע פון די סימענס פירמעס‪,‬‬ ‫אז נאטאנז איז די איינציגסטע ארט איבער די וועלט‪ ,‬וואו די‬

‫פי‪ .‬על‪ .‬סי‪ .‬מאשינען זענען באהאפטן צו סענטערפיוזשעס‪,‬‬ ‫און אזוי האבן זיי אויסגערעכנט די געצילטע אטאקע מיט אן‬ ‫אומגלויבליכע פונקטליכקייט‪.‬‬

‫די וועלט’ס ערשטע סייבער אטאקע‬ ‫וואס האט פיזיש חרוב געמאכט א‬ ‫נוקלעארע פלענט‬ ‫סטוקסנעט האט געטוישט די וועלט פאר שטענדיג‪ ,‬עס איז‬ ‫געווען די ערשטע מאל אין די געשיכטע‪ ,‬וואס א וויירוס האט‬ ‫באוויזן אנצומאכן א פיזישער חורבן‪ ,‬אין פיזיש חרוב מאכן א‬ ‫גאנצע נוקלעארע פלענט מיט אירע מאשינען‪ .‬און עס האט‬ ‫אין דער זעלבער צייט געעפנט א גענצליך נייע קריג עפאכע‬ ‫איבער די וועלט‪ ,‬אריבערגייענדיג פון מיסלס‪ ,‬באמבעס‪ ,‬און‬ ‫טאנקען‪ ,‬צו א טעכנעלאגישער קריג אויפן קאמפיוטער‪ ,‬וואס‬ ‫איז גארנישט ווייניגער שעדליך און געפארפול‪...‬‬ ‫טייל האבן אנגערופן די וויירוס א ‘נאבעל וואפן’‪ ,‬וויבאלד‬ ‫עס האט אטאקירט בלויז דעם איינציגן ציל וועלכע זי איז‬ ‫דעזיינט געווארן צו אטאקירן‪ָ ,‬אן שעדיגן סיי וואס אויפן וועג‪.‬‬ ‫ווי א פראפעסאר לייגט עס אראפ‪“ :‬עס איז א גאן וועלכער איז‬ ‫דעזיינט געווארן צו שיסן בלויז אויף איין מענטש‪ ,‬און עס קען‬ ‫נישט שיסן אויף אנדערע מענטשן‪ ,”...‬און נאך מער פון דעם‪,‬‬ ‫אנדערש ווי מיסלס און באמבעס‪ ,‬קען אזא אטאקע שאדן מאכן‬ ‫א געביידע‪ ,‬איינריכטונג‪ ,‬אדער אגענטור‪ָ ,‬אן אומברענגען קיין‬ ‫שום מענטש‪ ,‬און ָאן איינשטעלן די לעבנס פון מערערע מענטשן‪.‬‬ ‫און די הויפט מעלה איז‪ ,‬אז מען קען ניטאמאל געהאלטן‬ ‫ווערן פאראנטווארטליך פאר די אטאקע‪ ,‬וויבאלד קיינער קען‬ ‫נישט אנווייזן פון וואנעט די אטאקע איז געקומען‪.‬‬

‫איראנ’ס געוועזענער פרעזידענט אכמעדינדזשאד באזוכט די נאטאנז פלענט‬

‫‪60‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


‫און‪ ,‬נישט בלויז ביים ‘לעבן’ איז סטוקסנעט געווען אזוי‬ ‫סאפיסטיקירט‪ ,‬נאר אפילו ביי איר טויט‪ ...‬איר פונקטליכע צייט‬ ‫פון לעבן איז אויך אויסגערעכנט געווארן פון פאראויס‪ ,‬יוני ‪,24‬‬ ‫‪ ,2012‬איז געקומען איר צייט זיך צו געזעגענען פון דער וועלט‪,‬‬ ‫און סטוקסנעט האט זיך אין יענעם טאג אליינס אויסמעקן‬ ‫פון יעדע אינפעקטירטע קאמפיוטער אויף דער וועלט‪ ,‬עס איז‬ ‫פשוט פארשוואונדן געווארן אויף שטענדיג‪...‬‬

‫נישט באשטעטיגן‪ ,‬האט אבער די נייעס אגענטור סי‪ .‬ען‪.‬‬ ‫בי‪ .‬סי‪ .‬געכאפט א שמועס מיט א געוועזענער אגענט אין די‬ ‫איזרעילי דעפענס מיניסטעריום‪ ,‬וועלכער האט נישט געוואלט‬ ‫ארויסגעבן זיין אידענטיטעט פאר די ברייטע מידיא‪ ,‬אבער‬ ‫ער האט באשטעטיגט דאס וואס אלע גלויבן נעמליך אז‬ ‫סטוקסנעט איז געווען א געמיינזאמער אפעראציע פון מדינת‬ ‫ישראל און אמעריקע!‬

‫ווער איז געשטאנען אונטער די‬ ‫סטוקסנעט אטאקע‬

‫עפילאג‬

‫ביי די ענדע פונעם יאר ‪ ,2010‬האט דער דאן‬ ‫מאכמוד‬ ‫פרעזידענט‬ ‫איראנער‬ ‫אויסגעשפראכענער‬ ‫אכמאדינזשאד זעלבסט באשטעטיגט אז‪“ :‬עס איז געלונגען פארן‬ ‫פיינט זיך איינצוברעכן אין נאטאנז מיט א סייבער וואפן‪ ,‬און‬ ‫שאפן פראבלעמען אויף א באגרעניצטע צאל סענטערפיוזשעס‪,‬‬ ‫דורך א סאפטוועיר וואס איז געווען אנגעשטעקט מיט א‬ ‫וויירוס‪ ,‬וואס האט זיך אריינבאקומען אינעם פלענט‪ .‬זיי האבן‬ ‫דערמיט געטון זייער א שלעכטע זאך‪”...‬‬ ‫אבער ווער זענען ‘זיי’?‪ ,‬וועם האט דער איראנער פרעזידענט‬ ‫געמיינט?‪ ...‬עס איז זיכער נישט געווען קיין געווענליכע העקערס‪,‬‬ ‫און אויך נישט קיין טעראריסטישע גרופעס א‪.‬ד‪.‬ג‪ .‬דאס איז‬ ‫קלאר געווען זייער אן אויסגערעכנטע און ארגאניזירטע אקציע‪,‬‬ ‫וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך א גרופע מיט אסאך געלט‪,‬‬ ‫און מיט גאר ספעציפישע אינעווייניגסטע אינפארמאציע‪.‬‬ ‫ווען א רעפארטער פון סי‪.‬ען‪.‬בי‪.‬סי‪ .‬האט געפרעגט דעם‬ ‫געוועזענעם דעפיוטי סעקרעטערי אוו דעפענס’וויליאם לין’‪ ,‬צו‬ ‫אמעריקע האט געהאט א האנט אין סטוקסנעט‪ ,‬האט ער זיך‬ ‫ארויסגעדרייט‪ ,‬זאגענדיג אז דאס איז נישט עפעס אויף וואס ער‬ ‫קען געבן אן ענטפער‪...‬‬ ‫אבער אויב אמעריקענער באאמטע האבן נישט געוואלט‬ ‫ארויסגעבן ווער עס איז געשטאנען אונטער די אטאקע‪,‬‬ ‫האט סטוקסנעט זעלבסט יא ארויסגעגעבן באווייזן‪ ,‬און ווי‬ ‫עקספערטן זאגן ציט עס שטארקע פעדימער צו מדינת ישראל!‪...‬‬ ‫צווישן די מיליאנען פיצלעך קאודס פונעם וויירוס‪( ,‬דאס‬ ‫איז דער מוח פונעם וויירוס‪ ,‬וואס איז אינדזשענירט געווארן‬ ‫ספעציעל פאר איר צוועק)‪ ,‬האבן עקספערטן געטראפן אז‬ ‫די פראעיקט ווערט גערופן מיטן קאוד נאמען ‘גוואווא’‪ ,‬און‬ ‫טיף אינעם קאוד איז באגראבן מערערע ווערטער פון ‘מגילת‬ ‫אסתר’‪ ,‬וואס אויך דאן האט דער קעניג פון איראן (אחשוורוש‬ ‫דער קעניג פון פרס)‪ ,‬גענוי ווי דער היינטיגער איראנער צורר‬ ‫היהודים אכמאדינזשאד ‪ -‬וועלכער איז דאן געווען פרעזידענט‪,‬‬ ‫געוואלט אומברענגען די אידן‪...‬‬ ‫און זיי האבן געטראפן נאך א באווייז‪ ,‬א נומער וואס‬ ‫איז באהאלטן צווישן די קאודס‪ ,09-05-1979 :‬דאס איז גענוי‬ ‫דער טאג אין וועלכע א פראמינענטער איראנער איד ‘חביב‬ ‫על גאניען’ איז דערשאסן געווארן אין איראן‪ ,‬נאכן ווערן‬ ‫באשולדיגט אין זיין אן איזרעילי שפיאן‪ .‬עס זעט אויס ווי א‬ ‫געצילטער מעסעדזש צו די איראנער‪...‬‬ ‫און טראצדעם וואס קיין שום אפיציעלער באאמטער‬ ‫סיי פון מדינת ישראל און סיי פון אמעריקע וועלן דאס‬

‫עס איז איינס פון די שווערע פראגעס איבער וועלכע‬ ‫אמעריקע און די גאנצע פרייע וועלט ברעכט זיך קאפ‪ ,‬ווי ווייט‬ ‫א סייבער אטאקע וועט קענען גיין‪ ,‬און וויאזוי די רעאקציע‬ ‫דערצו זאל זיין אין פאל מען ווערט אטאקירט דורך א פיינטליך‬ ‫לאנד‪ ,‬צו מען זאל ענטפערן מיט סייבער אטאקעס‪ ,‬אדער מיט‬ ‫עף ‪ 16‬קאמפס דזשעטס און קרוז מיסלס‪...‬‬ ‫דאס איז אבער אמאל זיכער‪ ,‬אז די וועלט האט זיך‬ ‫געטוישט‪ ,‬און פאר שטענדיג‪ ,‬מיר לעבן היינט אין א נייע קריג‬ ‫עפאכע‪ ,‬ווי מען קען אנגריפן ארמייען‪ ,‬אגענטורן‪ ,‬און אפילו‬ ‫גאנצע לענדער‪ ,‬מיט טעכנעלאגישע טויטליכע אטאקעס‪...‬‬ ‫די שעדליכקייט פונעם קאמפיוטער האט באקומען א נייער‬ ‫באדייט‪...‬‬

‫אויבן‪ :‬די ‪ PLC‬קאמפיוטער מאשין וואס די וויירוס האט געצילט‪.‬‬ ‫אונטן‪ :‬די נוקלעארע סענטערפיוזשעס וואס האבן זיך אנגעהויבן צו‬ ‫דרייען ארויס פון קאנטראל‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪61‬‬


‫בחצרות קדשינו ‪ -‬והיו עיניך רואות את מוריך‬

‫כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ביים קלויבן אתרוגים‬

‫כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א נאך התרת נדרים‬

‫כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א מוצאי ראש השנה‬

‫‪photo credit: JDN‬‬

‫כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ביי הכנסת ס"ת‬

‫כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א‬

‫‪58‬‬ ‫‪62‬‬

‫סוכות תשע"ה‬ ‫ערב סוכות‬ ‫ערב‬ ‫תשע"ה‬


‫בילדער פון גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א‬

‫כ"ק אדמו"ר מסקולען והמשגיח דלייקוואוד שליט"א ביי מסיבה לטובת טעג‬

‫כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בבית הנגיד ר' זאב זיכערמאן‬

‫כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביי התרת נדרים‬

‫כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ביי התרת נדרים‬

‫כ"ק גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א באקוקן חלפים פאר די שחיטה‬

‫כ"ק אדמו"ר מווישניץ שליט"א ביי חאלאקא אין מירון‬

‫הגרי"מ שעכטער שליט"א ביי מסיבת צדקה‬

‫אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א ביי ציון אביו‬

‫אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א ביי התרת נדרים‬ ‫סוכות תשע"ה‬ ‫ערב סוכות‬ ‫ערב‬ ‫תשע"ה‬

‫‪59‬‬ ‫‪63‬‬


‫געשמאקע רעסעפיס‬ ‫פאר די אידישע קיך‬

Pecan crusted honey mustard salmon

Recipes by: Shifra Klein- Joy of Kosher Magazine

Prep and cook time: 25 minutes serves: 8 INGREDIENTS: 8 slices salmon or one large salmon fillet not sliced 1 tablespoon mayonnaise 1 tablespoon mustard 1 tablespoon honey 1 cube frozen garlic defrosted Salt and pepper 2 scallions ½ cup chopped pecans ½ cup panko bread crumbs

DIRECTIONS:

Preheat oven to

350 degrees Mix mayo, hone y, mustard, garlic and smear on top of fish. Sprinkle with sa lt and pepper chop scallions an d pecans and m ix with panko crum bs in a bowl sprinkle crumb m ixture over fish an d bake uncovered for 15-20 minutes

‫ערב סוכות תשע"ה‬

64


‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪65‬‬


‫די גרינע‬ ‫סוועטער‪...‬‬

‫די שרעקליכסטע נאכט‬ ‫אין מיין לעבן‪...‬‬ ‫עס איז געווען א קילע נאכט‪ ,‬ענדע מאי‪,‬‬ ‫‪ ,1943‬ווען מיין טאטע האט מיר אויפגעוועקט‬ ‫אינמיטן טיפן שלאף‪ ,‬און נאך איידער איך האב‬ ‫זיך געקענט אריענטירן‪ ,‬מיינע קליינע אויגעלעך‬ ‫זענען נאך געווען האלב פארמאכט‪ ,‬האט מיין אינג‬ ‫הערצעלע געקלאפט ווי מיט טויזנט האמערס!‪...‬‬ ‫דער גאנצער אידישער געטא האט געפלאקערט‪,‬‬ ‫ריזיגע געביידעס‪ ,‬גאנצע בלאקן זענען געווען‬ ‫איינגעהילט און פלאמען‪ ,‬און אידן זענען געלאפן‬ ‫צו אלע זייטן‪ .‬די ענדגילטיגע ליקווידאציע פונעם‬ ‫לעמבערגער געטא איז אנגעקומען!‬ ‫בלויז מיט א קורצע צייט פריער‪ ,‬איז די שטאט‬ ‫געווען היים פאר פוילנ’ס דריט גרעסטע אידישע‬ ‫געמיינדע‪ .‬אבער פון די ‪ 150,000‬אידן‪ ,‬זענען‬ ‫בלויז איבערגעבליבן עטוואס אונטער ‪8,000‬‬ ‫פארפייניגטע און דערשלאגענע אידן‪ .‬אצינד‬ ‫ּ‬ ‫איז אויך זייער טראגישע ענדע אנגעקומען‪ ,‬ווען‬ ‫דער לאגער איז ארומגענומען געווארן פון אלע‬ ‫זייטן דורך פולע נאצישע געסטאפא אפיצירן און‬ ‫אוקריינער מיליצע‪ ,‬באוואפנט מיט מאשין געווער‬ ‫און גרויסע שווארצע הונט‪ .‬שווערע טראקס האבן‬ ‫אריינמארשירט אינעם געטא אוועקצופירן די‬ ‫איבערגעבליבענע אידן‪ .‬די אידן אינעם געטא‬ ‫האבן געזען די טראקס בעפאר‪ ,‬אבער די ריזיגע‬ ‫צאל וועלכע זענען אויפאמאל אנגעקומען צום‬ ‫געטא‪ ,‬האט אנגעזאגט די שרעקליכע בשורה אז‬ ‫די ענדע איז נאנט‪.‬‬

‫‪1‬‬ ‫די אמת’ע געשיכטע פון דאס אידיש‬ ‫מיידל ‘אסתר שיגאר’ וואס האט‬ ‫וואונדערליך איבערגעלעבט די צווייטע‬ ‫וועלט קריג אינאיינעם מיט איר פאמיליע‬ ‫אויסבאהאלטן אינעם אונטער‪-‬ערדישער‬ ‫סוער‪-‬סיסטעם פון די שטאט לעמבערג‪.‬‬ ‫‪66‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די פאניק‬ ‫יענע נאכט‪ ,‬אלע האבן געוואוסט אז דאס איז‬ ‫די ענדגילטיגע ליקווידאציע‪ ,‬און אט גייט מען‬ ‫אלעמען אוועקפירן צו די פארניכטונגס לאגערן‪.‬‬ ‫עס האט געהערשט א כאאטישער שרעק און‬ ‫טעראר‪ ,‬איך האב קיינמאל נישט בייגעוואוינט‬ ‫אפילו ענליכס דערצו‪ ,‬מענטשן זענען געלאפן‬ ‫איבער די גאסן פונעם געטא פאר זייער לעבן‪,‬‬ ‫שרייענדיג און וויינענדיג ‘זיי שיסן די אידישע‬ ‫פאליציי! דאס איז אונזער ענדע!’ עס איז געווען‬ ‫שרעקליך‪.‬‬ ‫פון מיין פענסטער אויפן דריטן שטאק‪ ,‬האב איך‬ ‫פאר עטליכע לאנגע מינוטן צוגעזען די ברוטאלע‬ ‫ספעקטאקל‪ ,‬וויאזוי אידן לויפן צושראקן איבער‬ ‫די גאסן‪ ,‬האפענדיג אויסצומיידן די ברוטאלע ציין‬


‫פון די אויפגערייצטע דייטשע הונט‪ ,‬אינדערצייט‬ ‫וואס די אוקריינער גאסן מערדער פארכאפן די‬ ‫איבערגעבליבענע אידן‪ .‬זיי האבן ארויסגעכאפט‬ ‫פיצלעך קינדער פון זייער מאמעס ארעם און זיי‬ ‫ארויפגעווארפן געווארן אויף די טראקס‪ ,‬ווי זיי‬ ‫וואלטן געווען זעק פאטעטאס‪ ,‬די מאמעס וועלכע‬ ‫האבן זיך צוגעזען די שרעקליכע סצענעס האבן‬ ‫זיך אראפגעווארפן פון הויכע געביידעס פאר‬ ‫גרויס צער‪.‬‬ ‫ביז אין א מינוט בין איך שוין געווען אנגעטון‪,‬‬ ‫איך האב שנעל א כאפ געטון מיין באליבטע‬ ‫‘גרינע סוועטער’ וואס מיין באבע האט מיר‬ ‫ספעציעל געשטריקט‪ ,‬און איך בין געשטאנען‬ ‫גרייט נאכצופאלגן מיינע עלטערן‪ .‬איך געדענק‪,‬‬ ‫ווי איך האב דאן געבעטן מיין מאמע אז איך‬ ‫וויל אנטון מיינע ווייסע סאנדעל שיכלעך‪ ,‬אבער‬ ‫זי האט געוואלט איך זאל ענדערש אנטון הויכע‬ ‫קינדער‪-‬שטיוול‪ ,‬זאגנדיג‪“ :‬דארט וואו מיר גייען‪,‬‬ ‫קענסטו נישט אנטון קיין סאנדעלס”‪ .‬איך האב‬ ‫געפרעגט‪“ :‬וואו גייען מיר?” אבער זי האט נישט‬ ‫געענטפערט‪...‬‬ ‫איך האב אנגעכאפט מיין טאטע’נס האנט‪,‬‬ ‫און מיר האבן זיך געלאזט צו די שטיגן וועלכע‬ ‫האבן אראפגעפירט צום קעלער פון הויז‪“ .‬וואו‬ ‫גייען מיר?” האב איך געפרעגט מיין טאטע‪ ...‬ער‬ ‫האט מיר געענטפערט‪“ :‬זארג זיך נישט מיין ליבע‬ ‫אסתר’קע‪ ,‬אלעס וועט זיין גוט”‪ .‬ער האט מיר‬ ‫דערביי געגלעט מיין פנים און מיר פרובירט צו‬ ‫בארואיגן‪ .‬טראץ דעם שרעקליכן כאאס וואס האט‬ ‫געהערשט‪ ,‬איז אים געלונגען אריינצובלאזן אין‬ ‫מיר א זיכערקייט‪ ,‬און איך האב באמת געגלויבט‬ ‫אז מיר וועלן געראטעוועט ווערן פונעם חורבן‪.‬‬ ‫אנקומענדיג אין קעלער‪ ,‬זענען שוין דארט‬ ‫געווען פארזאמלט נאך עטליכע אידן‪ ,‬וועם‬ ‫איך האב נישט געקענט‪ ,‬איינער פון זיי האט‬ ‫געהאלטן א לאמטערנע‪ ,‬אבער עס איז נאך‬ ‫אלס געווען פינסטער‪ ,‬איך האב שווער געקענט‬ ‫זען די פנימ’ער‪ .‬פלוצלונג האב איך געזען‪ ,‬ווי‬ ‫מיין טאטע בייגט זיך אראפ‪ ,‬און גליטש זיך‬ ‫לא ך אין די ערד‪ ...‬איך בין זייער‬ ‫אריין אין א ָ‬ ‫דערשראקן געווארן‪ ,‬זעענדיג אז מיין טאטע איז‬ ‫לא ך‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫פארשוואונדן געווארן אינעם ָ‬ ‫געווען ‪ 20‬פיס טיף אראפ‪ ,‬איך האב אים נישט‬ ‫געקענט זען‪ ,‬און איך האב אויסגעשריגן ‘טאטי!’‬ ‫לא ך‪,‬‬ ‫ער האט צוריק געשריגן פון אונטן אינעם ָ‬

‫אז ער איז דא‪ ,‬און אז איך זאל אים נאכפאלגן‪,‬‬ ‫לא ך‪ ,‬וואו ער וועט‬ ‫איך זאל אויך אריין אינעם ָ‬ ‫מיר איבערנעמען מיט זיינע הענט‪.‬‬ ‫איך בין אבער פארפרוירן געווארן פאר שרעק‪,‬‬ ‫איך בין ממש געווען פאראלאזירט‪ ,‬און זיך נישט‬ ‫געקענט רירן‪ .‬דאן האב איך געשפורט ווי א‬ ‫פעסטע האנט כאפט מיר ָאן‪ ,‬און שטופט מיר‬ ‫לאך‪ ,‬וואו איך האב אנגעהויבן‬ ‫אריין אינעם טיפן ָ‬ ‫צו פאלן אראפ‪ ,‬ביז איך האב געשפורט מיין‬ ‫טאטע’נס צוויי הענט כאפן מיר‪ ,‬און שלעפן מיר‬ ‫אריין אינעם אונטערערדישן הייל‪ ,‬וואס איך האב‬ ‫נאך אצינד נישט געוואוסט אז דאס איז דער‬ ‫סוער‪-‬סיסטעם פון די שטאט‪.‬‬ ‫מיין טאטע האט מיר אראפגעזעצט‬ ‫אויפן מאראסטיגן קאלטן ערד‪ ,‬און זיך גלייך‬ ‫אויסגעדרייט איבערצונעמען מיין קליינע פיר‬ ‫יעריגע ברודער ‘פיניעלע’‪ ,‬איך האב פעסט‬ ‫אנגעכאפט מיין טאטע’נס רעקל די גאנצע צייט‪,‬‬ ‫נישט אפלאזנדיג פאר א רגע‪ .‬עס איז געווען‬ ‫שטאק פינסטער‪ ,‬איך האב געציטערט פאר‬ ‫ָ‬ ‫שרעק‪ ,‬נישט וואוסענדיג וואו איך געפין זיך‪,‬‬ ‫מיין באליבטער ברודער פיניעלע האט שטארק‬ ‫געוויינט ווען ער איז אראפגעקומען‪ ,‬און איך‬ ‫האב דאס נישט אויסגעהאלטן‪ ,‬טרערן זענען שוין‬ ‫אצינד געפלאסן פון מיינע אויגן‪.‬‬ ‫די גאנצע אקציע האט גענומען בלויז עטליכע‬ ‫מינוטן‪ ,‬פון ווען מען האט מיר אויפגעוועקט ביז‬ ‫איך בין געווען אונטן אינעם סוער‪ ,‬אבער עס איז‬ ‫געשען אזויפיל זאכן‪ ,‬אז עס האט אויסגעקוקט‬ ‫אין מיין קליין קעפעלע ווי עטליכע טאג‪ .‬די‬ ‫גאנצע צייט האט זיך געהערט פון אויבן מעכטיגע‬ ‫אויפרייסן און שיסערייען‪ ,‬און הארצ‪-‬רייסענדע‬ ‫געוויינערייען פון מאמעס וועלכע זוכן זייערע‬ ‫באליבטע קינדער‪ ,‬וואס האט זיך אויסגעמישט‬ ‫מיט די גערודער פון די רוישיגע כוואליעס אונטן‬ ‫אינעם סוער וואס האט זיך געהערט ווי מעכטיגע‬ ‫וואסער‪-‬פאלן‪ .‬און דארט אויף די מאראסטיגע‬ ‫קאלטע ערד‪ ,‬בין איך געזיצן‪ ,‬א קליין זיבן יעריג‬ ‫מיידל‪ ,‬אנכאפנדיג מיין טאטע’ס רעקל‪ ,‬אינגאנצן‬ ‫פארלוירן‪ ,‬צומישט‪ ,‬און דערשראקן‪.‬‬ ‫אט דאס איז אונזער לעצטע האפענונג‪ ,‬זיך צו‬ ‫ראטעווען פונעם נאצישן מאסן מארד‪ ,‬וואס זיי‬ ‫פירן אדורך איבערן געטא‪.‬‬ ‫(פארזעצונג קומענדיגע וואך אי”ה)‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬

‫‪67‬‬


‫‪68‬‬

‫ערב סוכות תשע"ה‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.