Yiddish Post

Page 1

‫בס"ד‬

‫‪YIDDISHPOST‬‬

‫אידיש‬

‫מאנטאג‬ ‫י"ב כסלו תשע"ג‬

‫‪Nov.26.2 0 1 2‬‬

‫מיטוואך‬

‫מארגען‬

‫טיילווייז פארוואלקענט‬

‫רעגענדיג ‪ -‬מעגליך שניי‬

‫‪39º - 28º‬‬

‫אויסגאבע נומ‪1 .‬‬

‫‪41º - 32º‬‬

‫וועטער פון היינט‬

‫טיילווייז פארוואלקענט‬

‫‪48º - 36º‬‬

‫ווינטען‪ 10-20 :‬מפש‬ ‫הומידיטעט‪44% :‬‬

‫פראטעסטן צוריק אין טאכריר סקווער‬

‫סופרים ריכטער רופן פאר אן אלגעמיינעם סטרייק • די אפאזיציע פארטייען מעלדן א מאסן דעמאנסטראציע אויף קומענדיגן דינסטאג‬

‫פרייטאג‪ ,‬עגיפטישער פרא‪-‬דעמאקראטיע פראטעסטירער אקופירער טאכריר סקווער‪ .‬מער בילדער אויף זייט ‪05‬‬ ‫יואל וואלטער‬

‫קאירא ‪ -‬טאכריר סקווער די געבורט‬ ‫פלאץ פון די אראבישער פרילינג איז זינט‬ ‫פארגאנגענעם פרייטאג צוריק פארפלייפצט‬ ‫מיט עגיפטישע בירגער וועלכע שרייען אז זיי‬ ‫ווילן פרייהייט‪ ,‬און אז דער נייער פרעזידענט‬ ‫מוכאמאד מארסי איז נאך אן ערגערע פרעה‬ ‫פון זיין פארגייער מובאראק וועמען עס איז‬ ‫געלונגען אראפצושטעלן פון פירערשאפט א‬ ‫דאנק די פראטעסטן ‪.‬‬

‫די פראטעסטן קומען נישט פאר בלויז‬ ‫אין די סימבאלישע טאכריר סקווער נאר‬ ‫אויף די לענג אין ברייט פון לאנד קומען פאר‬ ‫שטורעמישע דאמאנסטראציעס‪ ,‬און ווערן‬ ‫צומאל גאר אויפגעהיצט אין גייען אריין אין‬ ‫ראיאטן‪ .‬עס איז שוין פארגעקומען צענדליגע‬ ‫צוזאמענשטויסן מיט די פאלציי און נאנט‬ ‫צו ‪ 500‬זענען פארוואונדעט געווארן זינט די‬ ‫אנהייב פון די פראטעסטן פארגאנגענעם‬ ‫פרייטאג ‪.‬‬

‫אנוסי שפאניע‬

‫זייט ‪08‬‬

‫די באנייאונג פון דעמאנסטראציעס‬ ‫קומט אין ליכט פון פרעזידענט מארסי'ס‬ ‫לעצטיגע שריט צו נעמען פאר זיך כמעט‬ ‫אומבאגרעניצטע מאכט‪ ,‬זייער ענליך צו דאס‬ ‫וואס די עגיפטישע בירגער זענען צוגעוואוינט‬ ‫צו זען ביי זייער געוועזענער פרעזידענט‬ ‫כוסני מובאראק‪ .‬צווישן אנדערע האט ער‬ ‫אפגעמאכט אז מען קען נישט אפיעלן קיינע‬ ‫פון זיינע באשלוסן וואס ער האט געמאכט‬ ‫פון ווען ער איז געקומען צו די מאכט ביז עס‬ ‫ווערט געגרינדעט די קאנסטעטוציע‪ .‬אין‬ ‫די צייט וואס ער נעמט אויך די פריוויליגיע‬ ‫אז די קאנסטוטאציע קאמיטע באשטייט‬ ‫מערסטענס פון די מיטגלידער אין די‬ ‫מוסלומענער ברודערשאפט ‪.‬‬

‫אויף דינסטאג האבן די אפאזיציע‬ ‫פארטייען גערופן אויף מאסן פראטעסטן‪ ,‬אין‬ ‫די זעלבע צייט האבן מארסי'ס שטיצער אין‬ ‫די מוסלומענער ברודערשאפט גערופן פאר א‬ ‫שטיצע‪-‬דעמאנסטראציע‪ .‬‬ ‫די ריכטער און פראקוארן אין לאנד זענען‬ ‫געגאנען אויף א סטרייק ‪.‬‬ ‫די סטאקס אין עגיפטען האט שטארק‬ ‫געטראסקעט צוליב די אנגייענדע‬ ‫אומרוען ‪.‬‬ ‫פארזוכען פון מארסי ביי א געהיימע זיצונג‬ ‫נעכטן מיט עטליכע פירער פון די אפאזיציע צו‬ ‫בארואיגן די געמיטער האט ווי עס שיינט נישט‬ ‫געברענגט קיין רעזולטאטן ‪.‬‬


Turn static files into dynamic content formats.

Create a flipbook
Issuu converts static files into: digital portfolios, online yearbooks, online catalogs, digital photo albums and more. Sign up and create your flipbook.